אויס מענטשנישט פארלוירן ווערן און ווערן "אויס מענטש", ווען מען זעהט אביסל צומעשיעניש לגבי הר' קוק, דער אמת איז אז ער איז געווען א גאון גדול, בנגלה ובנסתר, אבער שפעטער איז ער געווארן הציץ ונפגע, זיין ספר "אורות" איז בנמצא היינט {אין אמעריקא ביי טוביה'ס אין מאנסי, ווי ער שרייבט קלאר, אז די ספורטלער פון אר"י זענען מעלה די שכינה אזוי הויך ווי דוד המלך מיט זיינע מזמורים, רח"ל, און זיינע שרייבער פון זיין לעבנס ביאגראפיע לאכן זיך אלע אויס פון די אלע וואס ווילן אים פארהייליגען און באפוצן, זיי שרייבן זייער קלאר זיינע פארדרייטע מהלכים,
בממאר הנוסף האב איך געהערט פון הרה"ג ר' משה שטערנבוך שליט"א אז ביי די ערשטע וועלט מלחמה איז רב קוק פארכאפט געוווארן -זייענדיג אויפן וועג צו אדער פון די אסיפה פון די ציונים אין באזעל- אין ער איז געשטראנדעט געווארן אין שווייץ ביי זיין משפחה, אין מען האט אים דארט געזען ליינען דעם "דת החדשה" וואס יעדער וואס ווייסט, וואס דאס איז וועט פארשטיין, וואס דאס מיינט.
עכ"פ ער איז געווען קודם גאר גוט, נאר נאכדעם איז ער היפש פארפארן ל"ע, במילא איז גאר נישט קיין סתירה ווייל אפי' ר' יוסף חיים האט קודם שטארק געהאלטן פון אים, ביז ער האט מגלה קלונו געווען ביי די אלע מערכות ווי ער האט גענומען זייער סכנהדיגע שטעלונגען.
לאמיר אננעמען אז ער איז "נחמץ געווארן". לשיטתם פון זיינע קעגנערס, מיינט דאס אז ער איז פארכאפט געווארן אין ציונות. קיינער האט אים נישט חושד געווען, אז ער האט זיך גע'שמד'ט. איז, יא, ס'איז מעגליך אז ער האט געלייענט דעם "ברית החדשה" (נייער טעסטאמענט -- דער קריסטליכער ביבל); דארף מען אבער פארשטיין פארוואס ער האט עס געטאן: ער האט גענומען אין באטראכט צו טוישן רעליגיע? כ'גלייב נישט אז ס'איז דא עמיצער וואס וועט עס זאגן.
לגבי זיינע קאנטראווערסאלע מאמרים -- דער פאקט איז, אז וואס הרב קוק זאל נאר האבן געזאגט, איז ער געווען און ביז'ן לעצטן טאג געבליבן א פרומער איד, וועלכער האט אויסגעפאלגט יעדן סעיף און סעיף קטן פון שלחן ערוך. ער האט אויך כסדר מוסר-געזאגט, און פארלאנגט דאס זעלבע פון זיינע צוהערערס. עטליכע פון די קאנטראווערסאלע סטעיטמענטס זאל ער האבן געמאכט אויף זיין באקאנטער נסיעה, אין וועלכער רבי יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל האט זיך באטיייליגט. דער צוועק פון יענער נסיעה איז געווען ארומצופארן צווישן דעם פרייען יונגווארג און זיי מקרב זיין צו אידישקייט.
צו זאגן אז ער האט ארויפגעקוקט למעשה דעם פרייען יוגנט און געהאלטן אז זיי זענען חשוב'ער ווי פרומע אידן אין שול, איז זייער נישט מסתבר, ווייל ער אליין האט דאך געפירט א פרומען לעבן און פארלאנגט פון אלע צו טאן דאס זעלבע.
מיר געפינען אויך אז זיין אהבת ישראל איז נישט געווען באגרעניצט צו בלויז חלוצים; הרב קוק האט ליב געהאט יעדן איד -- אריינגערעכנט זיינע דם-שונאים. און נישט נאר איד, נאר יעדן מענטש, די גאנצע בריאה האט ער ליב געהאט. ער האט אין יעדן און אלעם געזען התגלות אלוקית אויף איין מדריגה אדער אן אנדערער.
אויב איז ער געווען למעשה א שו"ע איד און למעשה דאס געפאדערט פון אנדערע, מוז מען זאגן אז ער איז געווען א צעמישטע נשמה וואס האט נישט געוואוסט וואס ער וויל; א היפאקריט מיט א באהאלטענער אגענדע; אדער א דערהויבענער מענטש, א בעל מדריגה, אויפ'ן מוסטער פון אונזערע צדיקים אין אלע דורות, וואס האבן אין אלעם געזען גוטס און איבעראל אויסגעזוכט דעם ניצוץ קדוש וואס ע"פ קבלה און חסידות געפינט זיך איבעראל אין דער בריאה.
ס'איז מוראדיג רחוק צו זאגן אז ער איז געווען צעמישט. אז מען קוקט אריין אין זיינע ספרים זעט מען א מוראדיגע קלארקייט אין יעדער טעמע וואס ער בארירט נאר. א היפאקריט מיט א באהאלטענער אגענדע? זייער נישט מסתבר, און יעדער וואס האט געלייענט זיין ביאגראפיע אנגעהויבן פון אלס קינד וועט מסכים זיין אז הגם נישט אויסגעשלאסן לייגט זיך עס נישט אויפ'ן שכל. דערפאר בין איך נוטה צו גיין מיט דער דריטער מעגליכקייט.
ווער עס האט געלערנט חסידישע ספרים, בפרט "מי השלוח" און "רבי צדוק", האט זיך שוין אנגעשטויסן אין אזעלכע "קאנטראווערסאלע" שטיקלעך. גענוג צו דערמאנען דעם איזביצער'ס אויסטייטש פון דער געשיכטע מיט זמרי, און רבי צדוק'ס זאג וואס א מענטש זאל טראכטן נאכ'ן נכשל ווערן אין אן עבירה. מיר אלע ווייסן אז די סיבה פון אזעלכע מאמרים ליגט אין דעם פאקט וואס די וואס האבן זיי געזאגט זענען געווען דבוק אין עולמות וואו דאס איז טאקע געווען פשוט-פשט. יענע צדיקים זענען נישט געקומען אפפרעגן שו"ע, מסורה, אדער משנה זיין סיי-וואס למעשה. זיי האבן געזאגט א בחינה, וואס אין יענעם עולם אין וועלכן זיי זענען דערביי געווען דבוק איז דאס געווען דער אמת.
איך קען זיך נישט טרויען צו זאגן אזא פשט אין פסוק, אפילו סתם ווי א חסידישע בחינה, ווייל איך בין נישט דארט וואו יענע צדיקים זענען געווען. דא, וואו איך בין, מיט די השגות וואס איך האב, איז נישט אזוי פשט -- הגם איך בין מאמין באמונה שלימה אז רבי צדוק האט געזאגט תורת אמת.
איך קוק אן הרב קוק עפעס כעין זה. ער האט פארמאגט א ברייטן מוח און טיפע נשמה; ער איז געווען 90 פראצענט אין הימל. אלס תוצאה האט ער געהאט, אזוי צו זאגן, א געוויסע מאס נאאיוויטעט און נישט פארשטאנען פשט אין דעם אלטן כלל אז נישט אלעס וואס מעג געטראכט ווערן דארף געזאגט ווערן. ער האט נישט געכאפט אז זיינע ווערטער קענען אנגענומען ווערן פשוטם כמשמעם.
דאס איז מיין מיינונג (באזירט, אגב, אויף וואס כ'האב געהערט פון אנדערע גוטע אידן, בתוספת משלי). איך רעספעקטיר יעדן וואס האלט אנדערש -- באזונדערס עמיצן וואס האלט וואס ער האלט ווייל אזוי זאגט זיין מסורה.