☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » "ומקרב בימין", הרב חיים אברהם זקוטינסקי

"ומקרב בימין", הרב חיים אברהם זקוטינסקי

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11

יידל » דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:00 am

· #31
"ומקרב בימין", הרב חיים אברהם זקוטינסקי
ומקרב בימין, עיונים בשאלות שמתעוררות אצל אלה שעוסקים בקירוב רחוקים, שי"ט עמודים, מאת חיים אברהם זקוטינסקי. $16.00

א פרישער ספר מיטן נאמען "ומקרב בימין" איז אנגעקןמען אין די ספרים געשעפטן אין די לעצטע וואך. די ספר פארנעמט זיך מיט די אינטערעסאנטע שאלות אין הלכה וואס קומען אויף ווען מען האנדעלט מיט אידן וואס האבן זיך נארוואס באקענט מיטן הלכה'דיגן לעבן. דער ספר שמועסט אויס אזעלכע ענינים ווי צו מען קען מצרף זיין א מחלל שבת צו מנין, די הלכה'דיגן קראפט פון סיוויל מערידזש, גיין מיט אדער אן א קאפל על פי הלכה, די הלכה'דיגע גדרים פון "קול באשה ערוה", געבן די האנט פאר א פרוי, הפלת עוברים, זעלבסטמארד אין הלכה און נאך פיל אינטערעסאנטע נושאים. די ספר פארמאגט הסכמות פון אויסגערופענע רבנים און ראשי ישבה ווי הרב ראובן פיינשטיין, הרב ישראל בעלסקי, הרב נח אייזיק אהלבוים און נאך. א גאר אינטערענסטע זאך איז אז דער מחבר פונעם ספר איז נאך אין זיינע בחורישע יארן. עס וואונדערט פארוואס א בחור זאל זיך אריינלאזן מברר צו זיין אזעלכע ענינים, אבער דאס ווערט פארענטפערט מיטן פאקט אז זיין טאטע איז הרב יהודה זקוטינסקי, ראש ארגון השיבנו.

אינעם ספר זענען פארהאן אסאך אינטערעסאנטע אומבאקאנטע פסקי הלכות פון פריערדיגע גדולים. איך וועל נאר אראפברעגן איינס וואס איז פאר מיר געווען א שטארקער חידוש (עמ' קפ"ד הערה 13), א תשובה פון ר' חיים בערלין, דער עלטסטער זון פונעם נצי"ב און פון די ראשי ישיבה אין וואלאז'ען:

"ואשר שאל על דבר נתינת ידו לרשעים או לנכרית, הנה ליתן יד לפושעים אין שום איסור בזה אם אין בזה הודאה וחיזוק להנהגותיהם בשרירות לבם. ולתת יד לאשה לשון הש"ס הוא ברכות ס"א א' המרצה מעות לאשה מידו לידה כדי להסתכל בה, מבואר דאם אינו מכוין לשום דבר וכש"כ שאינו עושה כדי להסתכל בה כמו מעלתו שכל מעשיו לשם שמים אין איסור בזה לרצות מעות מידו לידה. ודאי אם יוכל להזהר בזה מה טוב, אבל אם אי אפשר לו להנצל מזה כגון אם הנכרית הקדימה והושיט לו את ידה ואין דעתו לשום הרהור ח"ו אין להחמיר בזה, ודרכיה דרכי נועם, ואהבת את ה' אלקיך אמרו חכמים יומא פ"ו א' שיהא שם שמים מתאהב על ידך, ולא יאמרו על יראי ה' שהם משוגעים ואינם בעלי דרך ארץ. "

Starbucks » דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:30 am

· #35
טאקע מאדנע. קירוב איז געווארן א גאנצע אינדוסטרי ביי די ישיבישע קרייזן. זעהט אויס אז זיי פילן אז מ׳קוקט אהן די פרומע ווי משוגעים, ספעציעל נאך די בית שמש מעשה, און זיי ווילן דאס מונע זיין ווי ווייט מעגליך. פערזענליך האב איך זיך אלץ געפילט ווי א יון אין די סוכה ווען פרויען האבן מיר אויסגעשטרעקט די האנט דרישת שלום.

יידל » דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:40 am

· #36
יא יא. לגבי די קירוב אינדוסטרי, האב איך שטארק הנאה געהאט פון הרב זקוטינסקי'ס ארגון'ס סלאגאן: "An outreach organization that specializes in foloow up and continuity". דאס איז זיין "עדזש" אין די אינדוסטרי...

דולה ומשקה » מאנטאג מערץ 12, 2012 9:24 pm

· #1234
Re: "ומקרב בימין", הרב חיים אברהם זקוטינסקי
[ציטאט אראפגענומען]


ביי ליבאוויטש איז זייער זעלטן אז איינער זאל צוריק פאלען, אדרבה זיי זענען מוסיף והולך, די שליחים מאכען גאר די בעלי תשובות פאר א שליח , ממילא איז עס אויף א אופן פון פרה ורבה.

פרייוויליג » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:49 pm

· #322647
איך זע אז די אשכול האט געצויגן ווייניג אינטערעסע - למעשה איז די ספר א הערליכע אוצר פון ידיעות. עס ווערן אויסגעשמיעסט צענדליגער טאבו אישוס וואס מען לייגט אונטערן טעפיך און מען האט נישט קיין השגה וויאזוי זיך אויפצופירן.

עס איז געשריבן געווארן בלשון צח וקל, און מען קען קונה זיין א געוואלד מיט ידיעות.

דא קענט איר דאנלאדען דעם ספר ומקרב בימין




(איך זע די הסכמה פון ר' שלום ראובן פיינשטיין, וואו ער שרייבט הבה"ח חיים אברהם זקוטינסקי, אויב נישט הבחור החשוב, דאן וואס?)

טמיר » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 8:32 pm

· #322666
Re: "ומקרב בימין", הרב חיים אברהם זקוטינסקי
יידל האט דאך געשריבן אז ער איז א בחור

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

יב הלוי סאלאווייטשיק » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 8:40 pm

· #322668
Re: "ומקרב בימין", הרב חיים אברהם זקוטינסקי
דער בחור האט שוין זייט דעמאלטס חתונה געהאט, אין ארויס געגעבן נאך א ספר, (איך געדענק שוין נישט אויף וועלעכע נושא.)

פרייוויליג » פרייטאג פעברואר 26, 2016 12:05 am

· #322682
טמיר
יידל האט דאך געשריבן אז ער איז א בחור

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

אוטש, איך האב געמיסט יענע חלק, גערעכט. אבער עס איז מאדנע.

אויס מענטש » דינסטאג מערץ 29, 2016 11:05 pm

· #326883
יב הלוי סאלאווייטשיק
דער בחור האט שוין זייט דעמאלטס חתונה געהאט, אין ארויס געגעבן נאך א ספר, (איך געדענק שוין נישט אויף וועלעכע נושא.)


אינטרעסאנט אז אין די הסכמות אין דעם ערשטן באנד אליינס, איז פארהאן א צעמישעניש אין דעם צו ער איז א בחור צו א אברך, ביי ר' ראובן פיינשטיין'ס הסכמה דאטירט שושן פורים תשע"א שטייט הבה"ח, און ביי ר' משה וויינבערגער'ס הסכמה דאטירט ה' אדר (אצר) תשע"א שטייט שוין האברך !
ומצוה ליישב

avizak » מאנטאג אפריל 11, 2016 10:53 pm

· #328802
I know the author he is single and wrote the first sefer when he was just 19 and just printed a second volume. His brother married a few years ago.