☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

293 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9433
בלאט: 1 2 3 4 5 6

דורכגעטראכטער » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 9:30 pm

· #296866
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
שעפטל
און איך ווייס נישט וואס ס'איז געווארן מיטן גאנצן נוסח... דאס וואס עס איז יעצט דא....

זאגטס מיר נישט מ'גייט עס איבערמאכן מיט אלע טיטלן וכו' און צולייגן שפעטער!!!!!!!!!!!!

📎 מציבת טאהש.jpg

קען זיין אז דאס איז נא די בעק פון די מצבה? טאמער נישט מיינט דאס אז זיי גיין נאך צילייגען.

Sent from my SAMSUNG-SM-G900A using Tapatalk

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 9:48 pm

· #296867
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
די עולם איז שאקירט מהאט אויסגעשפילט קאווע שטובעל

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 9:34 am

· #296915
שעפטל


און נאדער דעם ברך משה'ס
(צום באמערקן, אז ס'שטייט נישט "טייטלבוים")



עס שטייט יא... עס שטייט ט"ב

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 10:18 am

· #296922
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
[ציטאט אראפגענומען]

זאגט מיר א חבר אז די ספינקא דרשה איז נישט געלונגען ער האט זיך געבעטן ביים עולם צו וויינען אין גארנישט

פרייוויליג » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:20 pm

· #296981
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
איך האב דיין חבר געזען טעקסען אויף וואטסעפפ בשעת די הספד. די אידן ארום מיר האבן פארגאסן טרערן.

פרייוויליג » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:29 pm

· #296982
התם ומתמם עם תמימים
נישט דא וואס צו לאכן
מיט דער גרעסטן דרך ארץ וואס כ'האב פאר די עהרליכע יוד דער טאהשער רבי ז''ל וואס איז באמת געוועהן א גרויסן עובד השם א זעלטענהייט אין די האנטיגע דור אין איך האב זוכה געוועהן צו זיין ביי איהם..

אבער משם ועד עתה דאס איז שוין גאנג פליז...
אזוי צו איבער טרייבן מיט גוזמאות לשונות טיטלען וכדו' וואס איז זיינט גלייכן נישט דא אין די כדור הארץ וכו' דאס שוין נישט.. נישט נארמאל נאר משוגע..
דאס נעמט אראפ דער גאנצע ערך אין די חשיבות פין טאהש ביי אסאך מענשטן אין מאכט ביליג זייערע ווערט.

איך רעד נישט פין דער תוכן הלשון וואס איז געפערליך לכל מומחה ומבין בלשון.....

אוקעי שוין דער עיקר דער רבי זצ''ל זאל זיין א גוטע בעטער פאר אונז אלע בעולם העליון אמן

איך גלייב באמונה שלימה אז ווען עס וואלט געווען דיין רבי וואלסטו עס געגלייבט מיט די זעלבע אמונה ווי איך גלייב אז דו וואלסט עס געגלייבט.

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:44 pm

· #296986
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
מאטל שניידער
.


[ציטאט אראפגענומען]

טאהש איז תהילים - תהילים איז טאהש.

שמועס איך מיט א טאהשער דערוועגן פארציילט ער מיר אז ביי די 7טע הקפה שמחת תורה פלעגט טאהשע רבי זי"ע טאנצען מיט א תהילים.

איז דעס איז זיכער אזוי ווי מזאגט אין די יהי רצון פאר תהילים כשם שנזכה לומר שירה בעולם הזה כך נזכה לומר שירה בעולם הבא.

אויף ישועות בין איך נישט באזארגט די שאלה איז נאר צו זיי גיין מאכן געלד.

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:50 pm

· #296987
פרייוויליג
איך האב דיין חבר געזען טעקסען אויף וואטסעפפ בשעת די הספד. די אידן ארום מיר האבן פארגאסן טרערן.

ווען מ'וויינט הערט מען.

דאס גאנצע געבעהט בכלל דארף אן עקסטערע אפהאנדלונג......

שלמה המלך » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 4:15 pm

· #296995
דער עולם האט געוויינט! ניין נישט געברעטשעט מ'זאל עס הערען אויף'ן ריקארדינג אבער רוב הציבור האט געווישט טרערען! (וגם אני בתוכם)
אבער פון עזרת נשים האט מען יא געהערט ברעטשענען....

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 4:29 pm

· #297001
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
שעפטל
פרייוויליג
איך האב דיין חבר געזען טעקסען אויף וואטסעפפ בשעת די הספד. די אידן ארום מיר האבן פארגאסן טרערן.

ווען מ'וויינט הערט מען.

דאס גאנצע געבעהט בכלל דארף אן עקסטערע אפהאנדלונג......

בכלל האט ספינקא רבי א מעלה אז ווען ער וויינט אין ער רעדט זעהט אויס ווי 2 מענטשען ממילא הערט מען אייביג ברעטשענען.

אבער דעס אלעס מאכט נישט אויס

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 7:46 pm

· #297040
פרייוויליג
התם ומתמם עם תמימים
נישט דא וואס צו לאכן
מיט דער גרעסטן דרך ארץ וואס כ'האב פאר די עהרליכע יוד דער טאהשער רבי ז''ל וואס איז באמת געוועהן א גרויסן עובד השם א זעלטענהייט אין די האנטיגע דור אין איך האב זוכה געוועהן צו זיין ביי איהם..

אבער משם ועד עתה דאס איז שוין גאנג פליז...
אזוי צו איבער טרייבן מיט גוזמאות לשונות טיטלען וכדו' וואס איז זיינט גלייכן נישט דא אין די כדור הארץ וכו' דאס שוין נישט.. נישט נארמאל נאר משוגע..
דאס נעמט אראפ דער גאנצע ערך אין די חשיבות פין טאהש ביי אסאך מענשטן אין מאכט ביליג זייערע ווערט.

איך רעד נישט פין דער תוכן הלשון וואס איז געפערליך לכל מומחה ומבין בלשון.....

אוקעי שוין דער עיקר דער רבי זצ''ל זאל זיין א גוטע בעטער פאר אונז אלע בעולם העליון אמן

איך גלייב באמונה שלימה אז ווען עס וואלט געווען דיין רבי וואלסטו עס געגלייבט מיט די זעלבע אמונה ווי איך גלייב אז דו וואלסט עס געגלייבט.


לאו דוקא
איך גלייב אין די טאהשער רבי גענוג שטארק אבער מרבה צו זיין מיט טיטלען איז נישט גאנגבאר

געוואלדיג » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 8:23 pm

· #297049
נו, קיינער האט נישט קיין בילד פון פארנט פון די מציבה?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 8:43 pm

· #297054
גרויסע מענטשעלע
שעפטל
פרייוויליג
איך האב דיין חבר געזען טעקסען אויף וואטסעפפ בשעת די הספד. די אידן ארום מיר האבן פארגאסן טרערן.

ווען מ'וויינט הערט מען.

דאס גאנצע געבעהט בכלל דארף אן עקסטערע אפהאנדלונג......

בכלל האט ספינקא רבי א מעלה אז ווען ער וויינט אין ער רעדט זעהט אויס ווי 2 מענטשען ממילא הערט מען אייביג ברעטשענען.

אבער דעס אלעס מאכט נישט אויס

כ'פארשטיי נישט: דעס איז דאך די וויליאמסבורג'ער שפראך. ווען ער זאלל רעדן ביי א מלוה מלכה פאר זיין ביהמ"ד וואלט ער גערעדט מיט דעם זעלבן טאן...!

כפתור » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 11:15 pm

· #297080
צו דראמאטיש און ווייניג תוכן.
איך וואלט געוואלט הערן פון איינעם וואס קען "קערפער שפראך" צו אנאליזירן די דרשה... סתם פאר אינטערעסאנטקייט

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 12:18 pm

· #297554
אנדערע צוואה פון טאהש
ס'איז פארשפרייט געווארן נאך א צוואה וואס דער טאהש'ע רבי האט געשריבן בכתב יד קדשו אינטערגעשריבן דורך דריי עדים אז דער איידעם הרה"ג ר' אברהם כ"ץ שליט"א רב (ור"מ?) משכנות לאביר יעקב אין מאנסי מעג זיך רופן "טאהש" אין מאנסי, ער איז ענדגילטיגער בעה"ב אין די (ברייטפארצווייגטע...) טאהש'ע קהילה און מוסדות אין מאנסי... און קיינער קען זיך נישט רופן דארט אין מאנסי אזוי!

עס דארף באמערקט ווערן, אז די צוואה פאר כ"ץ איז געשריבן געווארן בערך 6 יאר פאר די אנדערע צוואה ווי ער אסר'ט איינעם זיך צו רופן טאהש חוץ בנו מ"מ

📎 צוואה לכ''ץ.jpg
📎 צוואה לכ''ץ.jpg

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 2:24 pm

· #297573
שוין עס הייבט זיך אן.......

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 2:31 pm

· #297576
דאס איז נישט קיין צוואה. דאס איז אזא גילוי דעת אז די געלט וואס ער גיבט איהם איז זיינס און ער וועט עס נישט צוריק מאנען.
דער צוואה איז 'דעת קדשו'. דער וואס וויל זיך אנהאלטען צו זיין נאמען, זאל וויסען אז אזוי דארף זיין. אין ב"ד איז דער צווייטע נישט גילטיג און בדעת האדוקים איז דיר ערשטע גארנישט.
ויאכלו ענוים וישבעו.
כן יאבדו כל אויביך, אזוי זאלען אלע סתירות אין רמב"ם פאר'ענטפערט ווערען.

שמערל » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 3:14 pm

· #297585
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
דער חידוש איז אז זיינע געטרייע גבאים האבן געהאט די חוצפה אים צומאכן אינטערשרייבן אויף א פאראויס געטייפטע צוואה ווען ער האט שוין נישט געוואוסט פון זיין חיות צוזאגן, כאטש וואס דער זעלבער מענטש האט מיט זיין אייגן כתב יד געשריבן און געוואלט אנדערש.

גאנצל » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 3:25 pm

· #297586
קודם כל ער האט דעמאלט פיין געוואוסט געוואוסט פון זיין חיות צו זאגען

און צווייטנס ס'איז גאר קיין חידוש נישט ביים סאטמאר רב ז"ל (הב"מ) האט מען געטון סאך ערגערס פון דעם און די שענסטע (?)סאטמארע אידן טאנצן פאר דעם אקט קדוש קדוש (אויפשטעלן א רבי'ן צוויי מאל ברבים און איבערגעבן צעטלעך ברבים וואס צו זאגן איז דוכט זיך מיר ארגער)

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 4:42 pm

· #297591
איז אמת די שמועה אז פאר פערציג טאלער קען מען זיך טובל'ן אין די וואסער ווי מ'האט געטובלט טאהשע רבי ביי מאכן די טהרה?

שמערל » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 4:48 pm

· #297592
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
[ציטאט אראפגענומען]

ווייל ער טוישט קלאר יא, איי וועסטו פרעגן פארוואס שרייבט ער אז ער טוישט נישט, ווייל זלמן גרויס האט פארשטאנען אז ווען מען שרייבט אזוי, איז גרעסער די שאנס אז די ערשטע צד זאל פארלירן אין א דין תורה.

שמערל » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 4:52 pm

· #297593
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
גאנצל
קודם כל ער האט דעמאלט פיין געוואוסט געוואוסט פון זיין חיות צו זאגען

און צווייטנס ס'איז גאר קיין חידוש נישט ביים סאטמאר רב ז"ל (הב"מ) האט מען געטון סאך ערגערס פון דעם און די שענסטע (?)סאטמארע אידן טאנצן פאר דעם אקט קדוש קדוש (אויפשטעלן א רבי'ן צוויי מאל ברבים און איבערגעבן צעטלעך ברבים וואס צו זאגן איז דוכט זיך מיר ארגער)


און איך בין חולק. ער האט דעמאלטס ווייניגער געוואוסט ווי דער ברך משה א יאר פאר זיין פטירה.
בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס אויב האלט מען אז מען האט מבזה געווען דעם ברך, איז עס א תירוץ פארן מבזה זיין דעם טאשער.

מאטל שניידער » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:11 pm

· #297598
שמעון וואלף
איז אמת די שמועה אז פאר פערציג טאלער קען מען זיך טובל'ן אין די וואסער ווי מ'האט געטובלט טאהשע רבי ביי מאכן די טהרה?

יא אין ניין
עס איז בחנם )$2( די מקוה אין ביהמ"ד הגדול

גאנצל » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:38 pm

· #297613
שמערל
גאנצל
קודם כל ער האט דעמאלט פיין געוואוסט געוואוסט פון זיין חיות צו זאגען

און צווייטנס ס'איז גאר קיין חידוש נישט ביים סאטמאר רב ז"ל (הב"מ) האט מען געטון סאך ערגערס פון דעם און די שענסטע (?)סאטמארע אידן טאנצן פאר דעם אקט קדוש קדוש (אויפשטעלן א רבי'ן צוויי מאל ברבים און איבערגעבן צעטלעך ברבים וואס צו זאגן איז דוכט זיך מיר ארגער)


און איך בין חולק. ער האט דעמאלטס ווייניגער געוואוסט ווי דער ברך משה א יאר פאר זיין פטירה.
בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס אויב האלט מען אז מען האט מבזה געווען דעם ברך, איז עס א תירוץ פארן מבזה זיין דעם טאשער.


קיינער זאגט נישט מ'האט געמעגט איך זאג נאר אז ס'איז נישט א חידוש (ס'איז ליידער נארמאל (?) )

chusid » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:49 pm

· #297615
איך פארשטיי נישט די צוואה: מילא אז דער זון זאל זיין די "רבי--פירער" כדאי די מוסדות זאל זיך ווייטער פירען פארשטיי איך, אבער וואס איז פשט פון הרה"ק מ'טאהש זי"ע מיטן הייסן נעמען עסן פון זיין זונ'ס טעלער?? די געדאנק פון שריים איז אויסדריקליך נאר פון א צדיק. די טאהשע רבי זעט א תכלית אין עבודת השם מיטן שפילן רבי-חסידים געים?

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:34 pm

· #297656
אוודאי אזוי, טאהשע רבי האט דען געהאלטן אז ער זעלבס איז א צדיק?? אוודאי נישט, און דאך האט ער געטיילט שיריים.

גאנצל » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:59 pm

· #297665
ס'איז דא זעהר א גוט ווארט פונעם סאטמארע רב ז"ל (הב"מ) אויף דעם

ווען מ'האט גערעדט אמאל פון איינעם וואס נעמט קוויטלעך

האט ער רעאגירט מיט זיין אצילות חן על צורתו הק' מיט זיין אין בדומה'דיגע עניות און פשטות

וער פארשטייט דען היינט צו די עבודה פון קוויטלעך ? נאר וואס דען ? דאס איז עס א וועג ווי זוי צו שטיצן דעם גוטען איד מילא וואס א חילוק וועם מ'שטיצט ?.......

חקרן » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 8:53 pm

· #297854
לעבעדיג אין טאהש...
עוד ישמע בערי יהודה... הייבטאך הייבטאך... ס'הויבט זיך אן.

פאלגענד איז א פרישער דאקיומענט פון טאהשער רבי, וואס דער איידעם זיינער הרב כ"ץ פון מאנסי האט ארויסגעגעבן. דארט שרייבט דער רבי אז הרב כ"ץ איז טאהשער רבי פון מאנסי און אלעס איז זיינער.

האלט מיט דעם קומענדיגן צורקיס שפיל.
12.jpg

א איד » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:19 pm

· #297902
Re: לעבעדיג אין טאהש...
חקרן כהאב ליב דיינע ליעווע אשכולות וכדומה, אבער נישט דיינע צימעס אשכולות, ווי דו הייבסט אן צו גראבן און שמוץ, און ווען עס עקספלאדירט, קענסטו נאך שרייבן, ביטע שרייבן כפי תקנת המקום, נישט דאס האב איך געמיינט ווען איך האב געפענט די אשכול, אתמהה.

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 1:56 pm

· #298010
והיה ראשיתו בראטה קלאדינג

ליפא » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 1:04 pm

· #298134
📎 rps20150827_130400.jpg

ליפא » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 1:10 pm

· #298137
📎 rps20150827_130549.jpg📎 rps20150827_130653.jpg

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 1:30 pm

· #298141
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
מיכאל פין די ערשטע תלמידים פין טאהשע ישיבה

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 1:39 pm

· #298143
איך קוק יעצט נאכאמאל די מציבה, ס'איז אינטערסאנט אז זיי שרייבן "הלוי" ווען די טאהש'ע רבי האט זיך אייביג אינטערגעשריבן אלס 'סג"ל'.

(כ'וואלט אפילו אפגעפרעגט דעם שרייבן "לאווי".. ער פלעגט זיך נישט אינטערשרייבן אזוי, און ס'שטייט נישט ביי זיינע עלטערן אויך נישט)

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 1:33 am

· #299080
נחמתנו!

הגיון » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 9:05 am

· #347370
איבערגעמאכט די מציבה לכבוד די יארצייט. אסאך בעסער פון די ארגינעלע ווערסיע.
📎 image.jpeg

ציבעלע-קיגל » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:51 am

· #347789
הגיון
איבערגעמאכט די מציבה לכבוד די יארצייט. אסאך בעסער פון די ארגינעלע ווערסיע.


פארוואס איז אס בעסער? ווייל יעצט שטייט א גאנצע מגילה? דו מיינסט טאקע אז ער וואלט נישט געקענט ליגען רואיג נאר אויב מען באטיטעלט איהם אזוי? אדער פאר דיר פילט עס בעסער אז אויף דיין רבי האט מען אזוי געשריבען?

אבער ווי ענדעגט זיך דאס, ביי א צווייטען קאן מען דאך אלץ שרייבען מער און בעסער

קלוגע יודל » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 12:06 pm

· #347802
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
איינער קען געבן א גוגל מעפס לינק צו די בית החיים?

תודה למפרע

הגיון » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 12:30 pm

· #347808
קלוגע יודל
איינער קען געבן א גוגל מעפס לינק צו די בית החיים?

תודה למפרע

דא

הגיון » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 12:31 pm

· #347809
ציבעלע-קיגל
הגיון
איבערגעמאכט די מציבה לכבוד די יארצייט. אסאך בעסער פון די ארגינעלע ווערסיע.


פארוואס איז אס בעסער? ווייל יעצט שטייט א גאנצע מגילה? דו מיינסט טאקע אז ער וואלט נישט געקענט ליגען רואיג נאר אויב מען באטיטעלט איהם אזוי? אדער פאר דיר פילט עס בעסער אז אויף דיין רבי האט מען אזוי געשריבען?

אבער ווי ענדעגט זיך דאס, ביי א צווייטען קאן מען דאך אלץ שרייבען מער און בעסער

ס"ה וואס כאב געזאגט אז ס'איז בעסער ווי ערשטע ווערסיע.

קלוגע יודל » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:10 pm

· #347824
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
הגיון
קלוגע יודל
איינער קען געבן א גוגל מעפס לינק צו די בית החיים?

תודה למפרע

דא

שכויח

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 4:41 am

· #347894
מי מקווה שטבלו בו את רביה''ק!

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 11:15 am

· #347909
איך אויך
מי מקווה שטבלו בו את רביה''ק!


רביה״ק האט געזאגט׃ סאיז א גרויסע סגולה פאר פרנסה פאר ווער ס׳וועט פארקויפן די הייליגע וואסער...
בלאט: 1 2 3 4 5 6