☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

293 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9433
בלאט: 1 2 3 4 5 6

petergrifin » זונטאג אוגוסט 16, 2015 1:55 pm

· #296047
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
און וואס מיינסטו האט דער טאשער רבי זצ''ל געטוהן? ער האט געהאלפען אידן! איז ער געווען רב משה זצ''ל איי געס נאט אבער דו מאכסט א הנחה אז גדלות קען נאר קומען אז מען איז א גאון. דוד המלך ע'ה איז נישט געווארן מלך צוליב זיין א גדול בתורה אדער א נביא נאר צוליב זיין אידיש הארץ וכו'. איעדעס מאל איינער שרייבט וועגען א צדיק קומסטו מיט דער 'ווייז מיך אויף'. טויזענטער אידן וואס זענען נישט דער רעבע'ס חסידים נאר האלטן גאר שטארק פון איהם (לאוו דווקא טאהש רבי) זענען נישט גענוג א באווייז אז דער איד איז משכמו ולמעלה? זיצן און לערנען און לערנען און לערנען איז געוואלדיג אבער ס'איז דא נאך זאכן וואס דער באשעפער עפראווד.

געוואלדיג » זונטאג אוגוסט 16, 2015 2:05 pm

· #296048
געוואלדיג


ליטוואק פון בודאפעסט
ער וועט זיך אפלערנען פונ'ם חת''ס און דער חפץ חיים, דער טשעבינער רב מיט'ן בריסקער רב. זיין א איד פאדערט בכלל נישט די ווערטער 'וואס פארשטייען מיר?' יעצט פון וואנעט האסטו מכריח געווען אז די ווערטער, דער לאזונג, דער גלויבונג איז בכלל א חלק פונ'ם אידישקייט? פון אחיה השילוני?


נו לאמיר זיך טאקע אפלערנען פונעם חת"ס וואס האט גרויס דרך ארץ געהאט פאר דעם ישמח משה, לאמיר זיך לערנען פונעם ח"ח וואס האט גרויס דרך ארץ געהאט פאר דעם גורער רבי און פאר הרה"ק מבעלזא, לאמיר זיך אפלערנען פונעם טשעבינער רב וואס איז געשטאנען פאר דער בעלזא'ר רב כעבדא קמא מרא, הצד השוה שבהם אז זיי זענען געווען גענוג גדולים און געהאט גענוג שכל צו וויסן אז עס זענען דא גענוג חסיד'ישע גדולים און אפילו ווען מען זעהט אז זיי טוהען עפעס קעגן הלכה זענען זיי נאך אלס גדולים און מיר פארשטייען זיי נישט, און אזוי ווי דער ליסקא רב, איהר הערט? רב, רב, נישט סתם א קוגל טיילער לויט אייער שפראך, נאר א רב אין א שטאט וואס האט נאך געקענט שו"ע אזוי גוט ווי ענק, שרייבט אז כאטש מען זעהט ביי געוויסע רבי'ס אז זיי טוהען זאכן אנדערש ווי עס שטייט אין שו"ע, זאל מען חלילה נישט נאכטוהן ווייל זיי זענען למעלה מן הזמן און זיי מעגן אבער סתם פשוטי עם טארן נישט, ער האט נישט געשריבן טמא טמא יקרא אדער ברכה לבטלה, נאר דער רב בישראל האט געשריבן אז אונז פארשטייען נישט, סא פליז טראכט צוויי מאל פאר דו שרייבסט,

שלמה המלך החכם מכל אדם אומר (קהלת ה א) ''אל תבהל על פיך וליבך אל ימהר להוציא דבר לפני האלוקים, כי האלוקים בשמיים ואתה על הארץ, על כן יהיו דבריך מועטים''.


ליטוואק, איך האב דיר שוין פריער געשריבן און איך וועל איבער'חזר'ן מיינע ווערטער, די גדולים וואס דו האלטסט פון זיי האבן געהאט א אנדערע בליק ווי דיר, און איך גלייב אז זיי קענען נאך תורה און שאצן גדלים אזוי גוט ווי דיר, און מיט דעם אלעם האבן זיי יא געהאט גרויס דרך ארץ פאר חסידישע רבי'ס כאטש לשיטתך זענען זעיי געווען סתם פעפערס (בעלזא'ער רב), און קמיע טיילערס (יש"מ), סא אנשטאט צו זיך אוועק דרייען, לערן זיך פון זיי וואס די תורה האט זיי געלערנט מדות און דרכי נועם, און זיי האבן יא געזען אין די חסידישע גדולים דאס וואס דו זעהסט נישט.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 16, 2015 2:07 pm

· #296051
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
קענסט מיר ווייזען אז דער חת''ס האט געשעצט א מענטש על אף ער האט קיין שום מעלה נישט געזען? ווייל דאס איז דא דער נושא. אז דו ווילסט אריינלייגען ווערטער אין דער מויל פון א צווייטער, טרעף אן אומבאניצטער ניק, נישט מיינס.

געוואלדיג » זונטאג אוגוסט 16, 2015 2:10 pm

· #296052
קענסט מיר ווייזן איינע פון דיינע גדולים וואס האבן אוועק געמאכט א מענטש על אף ער האט קיין שום חסרון נישט געזעהן?

וואס דרייסטו א קאפ, דו הערסט ווי מען רעדט גרויס אויף א איד וואס חוץ פון זיין גדלות בתורה איז ער געווען גדול במידת החסד והצדקה עד להפליא, און אהן איהם האבן געקענט פערזענליך, און אהן מברר זיין צו ער איז געווען א ת"ח אדער נישט, שטעלסטו חזקות און לייגסט הנחות און מאכסט איהם אוועק.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 16, 2015 2:26 pm

· #296054
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
כי יכחיש החי את החי? דו האסט געלייגט אויף מיר א דעה אויף בעלזער רב און יש''מ וואס איך האב נישט געזאגט און נאך דען לייקענסט דו? אן אפילו טוישען דיין שרייבעכץ?! ווען דו קענסט טרייבען אזעלכע ליגענט בפני השמש, ביסטו אזוי באגלויבט אויף דיין רבי אויך.
און דער חזקה איז קיימא וקאי. יעדער מענטש איז בחזקת ע''ה ביז מ'ווייזט אויף אנדעריש. איך האב דער חזקה נישט ממציא געווען, ס'איז א טרוקענע פאקט

פרייוויליג » זונטאג אוגוסט 16, 2015 2:33 pm

· #296057
ליטוואק פון בודאפעסט
petergrifin
@ליטוואק איך וויל וויסן (ערענסט) אויב די גדולים געבן זיך אוועק אמאל פאר א צווייטע איד? טוהן זיי עפעס פאר די אלע אלטע מוידן אין לעיקוואד אדער עני ציבראכענע נשמה וואס קומט צו זיי אדער איז עס ביטול תורה? איך וויל באמת וויסן ווייל איך הער קיינמאל נישט דערפון אויסער ערב ר'ה פאר קופת העיר.

א. דעס איז נישט קיין קאלא"ר ווא"ר. אז די ליטוואקעס זענען אויך אין פעקעל, זענען זיי אויך און פארטיג. נאר דער עיקר איז אז מ'זאל קוקען אין תורה צו וויסען דער אמת, נישט אין לאזונגען צו קונצ-ווערק.
ב. איך האב נישט אפגעפרעגט קיין מענטש ווייל ער האט נישט געהאלפען קיין צווייטען. אז מ'וויל מיר זאגען אז ער איז א צדיק מוז עס האבען א באדייט וועלכע חלק פון צדקות. איינער איז געמאכט פאר בין אדם לחבירו, א צווייטען פאר לערנען און א דריטע פאר דבקות (עכ"פ לאמיר מסכין זיין צו די הנחה). יעצט ווייז עפעס אויף. ר' משה פיינשטיין האט אוועק געגעבען זיין לעבען פאר תורת ה' ללמוד וללמד, דעריבער איז ער א צדיק. דער חזון איש האט געלערנט בכל נימי נפשו אבער אויך האט ער געהאט א חוש צו מחזק זיין בחורים, צו מפשר זיין אין ישיבות און שטילעהייט משפיע זיין אויפ'ן אוועקשטעלען דער צורה פון אריגינעלע אידישקייט ביי א גרויסע ציבור. דאס איז זיין צדקות. יעדער איינער מיט זיינס.
ג. איך קען נישט פערזענליך אלע גדולים, נאר ס'איז ברייט באקאנט ביי די וואס האבען געקענט הרב שך ביז ער איז געווארען צו אלט און שוואך אז ער האט זיך משונה'דיג אוועקגעגעבען פאר א צווייטען. גייען אויף א בוס צו באזוכען פארגעסענער אלטע אידען איז געווען ביי איהם פון די נארמאלע זאכען. דער אויסהערען משוגעים און מטפל זיין מיט שלום בית פאר שעות ארוכות ווייסט מען אויך פון אסאך מקורות. איך בין נישט גענוג באקאנט, אבער כפי הנשמע איז יעדער וואס איז געווען ביי איהם ארויס מיט א געפיל אז ער איז וויכטיג ביי איהם און מ'האט איהם אויסגעהערט. דאס קען זיין א דמיון, פונקט ווי ביי א רעבע וואס ליינט א קוויטעל און דער פדיון געבער מיינט ער האט באקומען וואס זיין געלט האט איהם געקויפט, אבער אזוי זאגט מען.
ד. איך ווייס פון מיין רבי זז"ג וואס איך קען פערענליך, וואס איז נישט קיין מנהיג הדור, אבער א ת"ח מופלג וואס ליגט אין לערנען ווען אימער מ'זעט איהם, און איך האב געזעהן וואס ער איז גרייט צו טוהן פאר א צווייטען. אויסהערען דרייקעפ, און טוהן כפי כוחותיו צו העלפען א צווייטען. איין מאל האב איך געלערנט מיט איהם אין ביהמ"ד און ער איז ארויס צום ביה"כ. ווען ער איז צוריקגעקומען האט ער מיר געזאגט אז ס'זיצט איינער אינדערויסען און ער האט איהם דערלאנגט א בריוו פון א חבר פונ'ם רבי מיינער אין א"י בעטענדיג ער זאל איהם ארויסהעלפען ווען ער קומט קיין אמעריקא. 'אבער וואס קען איך איהם טוהן? איך האב נישט קיין געלט איהם צו געבען', האט ער זיך אפגערעדט צו מיר. ער האט ווידער אנגעהויבען לערנען, און פלוצלונג עפעס געכאפט און ארויסגעלאפען פון ביהמ"ד אן זיין הוט און געלאפען צוויי געסער צו זיך אין שטוב, צוריקגעלאפען מיט א זעקל עסענווארג און דערלאנגט פאר דער געסט, און נאך עטעמדיג שווער פון די לויפען (ער איז נישט קיין יונגער מענטש), אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוריק זיך גענומען צום לערנען נאך איידער ער האט זיך אוועק געזעצט. דאס איז א קליינער מעשה אויף אן אדם גדול וואס איך האב געזעהן. אז דו האסט אזעלכע אויפ'ן טאשער רבי'ן, ברענג אפיר. אבער נישט האבענדיג אזעלכע מעשים אויף קיין שום חלק פון אידישקייט הייסט אז איהר זענט קולט מעמבער'ס, נישט חסידים.


פאלגענד איז א סיפור וואס ווארפט א שטיקל ליכט איבער די גאונות אין אהבת ישראל וואס דער איד האט געהאט:

געווען א איד וואס זיין שלו' בית איז נישט געווען איי איי איי, ער פלעגט זיך פון צייט צו צייט אויסרעדן זיין ביטער הארץ פארן טאהש'ער רבי'ן זצ"ל און דער רבי האט פארשטאנען אז מיט געלט קען מען אנהאלטן די זאך, פלעגט ער כסדר אריינשטיפן שווערע סכומים אז די וואגן זאל ווייטער פארן, געווען איז עס אין די טאג פון די פלוצימ'דיגע פטירה פון זיין באליבטע זיהן רבי מרדכי זצ"ל, און דער איד רופט אריין אויפן טעלעפאון צום רבי'ן זיך אויסגיסן זיין צובראכענע הארץ זאגענדיג דערביי "איך קען שוין מער נישט אויסהאלטן איך גיי מיך שוין גט'ן ל"ע כו', די רבי הערט איהם אויס מיט געדולד און איז איהם מחזק מיט ווייכע רייד כדרכו בקודש, אזוי שמועסענדיג אנטשולדיגט זיך די רבי פאר דעם איד אז ער קען נישט מאריך זיין ווייל ער דארך ארויסגיין צו די לווי' פון זייין זיהן....

דער איד איז געכאפט געווארן אין שאק און נישט געקענק קומען צו זיך ווי ווייט די רבי גיבט זיך אוועק פאר איהם אז אפילו פאר די לווי' פון זיין באליבטע זיהן הערט ער איהם אויס מיט געדולד.. דאס האט געמאכט אז שטארקע רושם אז ער האט זי איבערגעבעטן און סאיז געווארן שלו' ושלוה. ער האט זוכה געווען אויפצושטעלן א הערליכע שטוב מיט שיינע דורות.

diff » זונטאג אוגוסט 16, 2015 2:35 pm

· #296058
שלח לו שמעון בן שטח אלמלא חוני אתה – גוזרני עליך נידוי. שאילו שנים כשני אליהו שמפתחות גשמים בידו של אליהו לא נמצא שם שמים מתחלל על ידך? אבל מה אעשה לך שאתה מתחטא לפני המקום ועושה לך

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 16, 2015 2:55 pm

· #296070
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
[ציטאט אראפגענומען]

וואס איז מיר א חילוק פון וועלכע מדינה ער שטאמט? אז ס'איז דא א סבה צו גלויבען אז ער איז א ת''ח, איז יא. און אז נישט גילט דער זעלבע רוב און חזקה. חקי התורה טוישען זיך נישט כפי דער פלאץ אינ'ם גלובוס

געוואלדיג » זונטאג אוגוסט 16, 2015 4:02 pm

· #296082
ליטוואק פון בודאפעסט
יעדער מענטש איז בחזקת ע''ה ביז מ'ווייזט אויף אנדעריש. איך האב דער חזקה נישט ממציא געווען, ס'איז א טרוקענע פאקט

רעדסט דאך שוין אזוי ווי מהר"א "אזוי וויל איך און אזוי איז" דו האסט געמאכט א חזקה און יעצט איז דאס שוין א טרוקענער פאקט.
פארוואס איז נישטא אויף איהם א סיבה צו גלייבן אז ער איז געווען א ת"ח?
ליטוואק פון בודאפעסט
נישט ליגען אין א בעט פאר שעות, צו מנהגים מוזרים,


ליטוואק פון בודאפעסט

נאר וואס? רחב''ד האט געהאט מעלות, ער האט דאך געהאט סמיכה וואס דאס קומט נאר פון קענען תורה, אבער זיין חידושים להלכה זענען נישט געבראכט בשמו. וואס זעסטו פון דארט?


דא האטו א פראבלעם לייגסטו א הנחה אז ער האט געהאט סמיכה מנלן? פארוואס האט ער נישט קיין חזקת ע"ה? אה ווייל די גמ' ברענגט איהם. נו די חסידישע רבי'ס האבן די פוסקים ווי טשעבינער רב געברענגט און געפאלגט.

יעצט זאג מיר ווער האט געלייגט אויף דיר א דעה וועגן בעלזא'ער רב...

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 16, 2015 4:25 pm

· #296086
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
איך האב קיין ווארט נישט געזאגט אויף בעלזער רב. האסט ארויסגענומען דער אנהייב און סוף. איך האב גערעדט נאכאמאל און נאכאמאל פון מענטשען וואס זאגען זיי האבען דרך ארץ פאר א 'צדיק', און דערווייל קענען זיי נישט דערציילען קיין צדקות, נאר מנהגים מוזרים.
דער חזקה איז געבויט אויף דעם אז ער איז געבוירען געווארען אן ע''ה, פונקט ווי יעדער מענטש. דאס הייסט אויף תורה שפראך א 'חזקה דמעיקרא', און דער רוב איז ווייל רוב מענטשען זענען ע''ה. די זענען ביידער טרוקענע פאקטען.
רחב''ד האט געהאט סמיכה ווייל ער הייסט רבי, דאס איז א ווייז אויף סמיכה. די תנאים וואס האבען נישט געהאט סמיכה (נישט הוראה, נאר סמיכה) האבען נישט געהייסען רבי.

געוואלדיג » זונטאג אוגוסט 16, 2015 4:43 pm

· #296092
און ווייטער האסטו זיך נישט וואוסנדיג געמאכט פון דעם אז טשעבינער רב האט דרך ארץ געהאט און געפאלגט בעלזא'ער רב וכדו'

גאנצל » זונטאג אוגוסט 16, 2015 4:52 pm

· #296096
דער טאשע רבי זצ"ל האט טאקע נישט געהייסן קיין מוראדיגע גרויסע ת"ח איך גלייב נישט אז ער איז געווען קיין גרויסע ע"ה (קיין שור שנגח זה אומר כולו שלי האט מען נישט געהערט פון אים)

אבער דאס איז זיכער אז דער מענטש האט געלעבט כל כולו פאר'ן אויבערשטן נישט אנגעברענגט קיין מינוט אין טאג זיך געפירט מיט א פרישות יתירה און מיט סיגופים און קדושה

ס'זעהט נישט אויס אז ער האט איבערגעזאגט זיינע ווערטער ביי א ברכה ווייל ער האט זיך געוואלט אינזויען אזוי ווי דו אינשזויסט דיך ווען דו עסט א שטיקל געבראטענס ........

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:45 pm

· #296125
ס'איז אלס איין שטיקעל תורה, או מיושב מיט איין ווארט.
ס'איז דא אזעלכע קעפ וואס דערהייבען נישט קיין חילוקים קיין דקות קיין פרטים. אלס איז אויבערפלעכליך און כלליות'דיג. דעריבער ווען זיי קוקען אן דער בעלזער רב צו טאהשער רבי'ן, טראכטען זיי פאזיטיוו און רעדען זיי פאזיטיוו, און דער וואס רעדט אריין אין דער שמועס עפעס נעגאטיוו שטייט ער קעגען טשעבינער רב וואס איז געוון פאזיטיוו פאר'ן בעלזער רבי'ן.
דערווייל איז דער וועלט געמאכט פון פרטים און פרטי פרטים און ס'איז נישט דא קיין כלל אין די זאכען. איך וועל איין מאל איבערחזר'ן, און נאך דעם קען מען צוריק קוקען ווען מ'האט א ספק.
איך האב נישט גערעדט קעגען בעלזער רבי'ן אז טשעבינער רב איז א פירכא אויף וואס איך האב געזאגט. איך האב געזאגט פאר ענק אז איהר ווילט האלטען פון בעלזער רבי'ן, איז ברענג אפיהר זיין מעלות. און אזוי אויך ביים טאשער. ליידיגע לאזונגען (slogans בלע"ז) זענען נישט קיין מעלה. דאס גילט אויף 'כל כולו קודש לה'' ווי אויך אויף 'צדיק הדור'. די זענען נישט ווערטער וואס האבען אין דעם עפעס א מיין א באדייט אין תורה. דער תורה שעצט גדלות בתורה, גדלות בחסד און גדלות בשמירת המצוות. דער תורה פאדערט נישט קיין פארמאכטע אויגען, דער תורה פארלאנגט נישט א מ'זאל 'גלויבען אין צדיק'. דער תורה זאגט מ'זאל גייע עפי ראות העינים (נשיט בלינדע גלויבונג) און אז מ'זעט אויף איינעם א גדלות, זאל מען עס שעצען, און טאמער דער גדלות איז גאר א גדלות בתורה, האט דער תורה פארלאנגט נאך מער דינים און חיובים ווי אנדערע גדלות'ן, על אף אז די זאכען זענען שעצבאר'ער זאכען.
יעצט ביז איך און @אויבערלענדער חכם זענען דא אנגעקומען, און איך מיט שבת אחים אינ'ם בעלזער אשכול, האט מען גערעדט בלויז שטותים. קיין איינער פון די א.ג. 'חסידים' פון די כאראקטער'ס האבען זיך נישט באמיט צו זאגען א גדלות אויף זיי. קיינער האט נישט געטראכט אז מ'דארף רעדען גוטע וואוילע זאכען. אלע האבען גערעדט ליידיגע לאזונגען און פוסטע באבע מעשה'ס.
אז דו האלטסט אז ס'איז דא גדלות אויף די חברה, זאג. אבער אז ס'איז נאר 'וואשען נשמות' ביסטו גאר דער מתנגד, ווייל דו האסט אויסגערופען אז ער איז נישט געווען קיין אדם גדול, נאר עפעס נעריש. (פאר דער וואס דארף, קען ער ארויס נעמען די לעצטע צען ווערטער פונ'ם שרייבעכץ און זאגען אז איך האב גערעדט אויף די צויי רעבע'ס). עצ'ט זענ'ט די מתנגדים, נישט איך. און ווען איך רעד נעגאטיוו, קעד איך אויף די טויזענטער בהמות וואס זענען געפאהרען קיין טאש, אן דער מידנעסטע טעם, געפאטשקעט געלט מיט צייט אויף א נסיעה צו זען גארנישט. יא, גארנישט. ווייל טאמער דער איינציגסטע זאך וואס דו האסט צו דערציילען נאכ'ן קומען צוריק איז וועגען די דערהויבענע טישען און לעכטיגען הדרת פנים, האסטו געפוסטעוועט א שבת, און מבטל געווען א מצות עונה און דער משנה פון אוכלת עמה משבת לשבת. טאמער דו האסט עפעס אויפגעטוהן מיט'ן אהינפארען, וואלסטו אזוי געזאגט. אבער ענקערע רייד אז א הודאה כמאה עדים אז דער פאהרען איז געווען א פוסטע זאך. נישט איך זאג עס, דו זאגסט עס.ניעצט ביטע רעדען פון ליטוואקע'ס און פראקע'ס, אפשטאם מיט רעצעפטען, אבי נישט פון די זאך אליינס.

געוואלדיג » זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:56 pm

· #296128
ליטוואק פון בודאפעסט
רעד איך אויף די טויזענטער בהמות וואס זענען געפאהרען קיין טאש, אן דער מידנעסטע טעם, געפאטשקעט געלט מיט צייט אויף א נסיעה צו זען גארנישט. יא, גארנישט. ווייל טאמער דער איינציגסטע זאך וואס דו האסט צו דערציילען נאכ'ן קומען צוריק איז וועגען די דערהויבענע טישען און לעכטיגען הדרת פנים, האסטו געפוסטעוועט א שבת, און מבטל געווען א מצות עונה און דער משנה פון אוכלת עמה משבת לשבת. טאמער דו האסט עפעס אויפגעטוהן מיט'ן אהינפארען, וואלסטו אזוי געזאגט. אבער ענקערע רייד אז א הודאה כמאה עדים אז דער פאהרען איז געווען א פוסטע זאך. נישט איך זאג עס, דו זאגסט עס.


לשיטתך מוז מען נאך שבת רעדן פון דעם צדיק'ס תורה, נישט דאס האט די תורה אונז געלערנט, נאר איינמאל מען ווייסט שוין אז יענער איז א צדיק פארט מען אויף שבת צו זיין זיין עבודת השי"ת, עיין בראשונים ענין עליה לרגל לראות הכהנים באכילת הקדשים.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 16, 2015 7:00 pm

· #296130
האסט געזען דער רמב"ן אין פרשת ראה טאקע דערוועגען. עיי"ש ואוס ער זאגט. אז דווקא לערנט מען תורה פון זיי, נישט סתם קוקען.

פרייוויליג » זונטאג אוגוסט 16, 2015 7:03 pm

· #296133
ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז אלס איין שטיקעל תורה, או מיושב מיט איין ווארט.
ס'איז דא אזעלכע קעפ וואס דערהייבען נישט קיין חילוקים קיין דקות קיין פרטים. אלס איז אויבערפלעכליך און כלליות'דיג. דעריבער ווען זיי קוקען אן דער בעלזער רב צו טאהשער רבי'ן, טראכטען זיי פאזיטיוו און רעדען זיי פאזיטיוו, און דער וואס רעדט אריין אין דער שמועס עפעס נעגאטיוו שטייט ער קעגען טשעבינער רב וואס איז געוון פאזיטיוו פאר'ן בעלזער רבי'ן.
דערווייל איז דער וועלט געמאכט פון פרטים און פרטי פרטים און ס'איז נישט דא קיין כלל אין די זאכען. איך וועל איין מאל איבערחזר'ן, און נאך דעם קען מען צוריק קוקען ווען מ'האט א ספק.
איך האב נישט גערעדט קעגען בעלזער רבי'ן אז טשעבינער רב איז א פירכא אויף וואס איך האב געזאגט. איך האב געזאגט פאר ענק אז איהר ווילט האלטען פון בעלזער רבי'ן, איז ברענג אפיהר זיין מעלות. און אזוי אויך ביים טאשער. ליידיגע לאזונגען (slogans בלע"ז) זענען נישט קיין מעלה. דאס גילט אויף 'כל כולו קודש לה'' ווי אויך אויף 'צדיק הדור'. די זענען נישט ווערטער וואס האבען אין דעם עפעס א מיין א באדייט אין תורה. דער תורה שעצט גדלות בתורה, גדלות בחסד און גדלות בשמירת המצוות. דער תורה פאדערט נישט קיין פארמאכטע אויגען, דער תורה פארלאנגט נישט א מ'זאל 'גלויבען אין צדיק'. דער תורה זאגט מ'זאל גייע עפי ראות העינים (נשיט בלינדע גלויבונג) און אז מ'זעט אויף איינעם א גדלות, זאל מען עס שעצען, און טאמער דער גדלות איז גאר א גדלות בתורה, האט דער תורה פארלאנגט נאך מער דינים און חיובים ווי אנדערע גדלות'ן, על אף אז די זאכען זענען שעצבאר'ער זאכען.
יעצט ביז איך און @אויבערלענדער חכם זענען דא אנגעקומען, און איך מיט שבת אחים אינ'ם בעלזער אשכול, האט מען גערעדט בלויז שטותים. קיין איינער פון די א.ג. 'חסידים' פון די כאראקטער'ס האבען זיך נישט באמיט צו זאגען א גדלות אויף זיי. קיינער האט נישט געטראכט אז מ'דארף רעדען גוטע וואוילע זאכען. אלע האבען גערעדט ליידיגע לאזונגען און פוסטע באבע מעשה'ס.
אז דו האלטסט אז ס'איז דא גדלות אויף די חברה, זאג. אבער אז ס'איז נאר 'וואשען נשמות' ביסטו גאר דער מתנגד, ווייל דו האסט אויסגערופען אז ער איז נישט געווען קיין אדם גדול, נאר עפעס נעריש. (פאר דער וואס דארף, קען ער ארויס נעמען די לעצטע צען ווערטער פונ'ם שרייבעכץ און זאגען אז איך האב גערעדט אויף די צויי רעבע'ס). עצ'ט זענ'ט די מתנגדים, נישט איך. און ווען איך רעד נעגאטיוו, קעד איך אויף די טויזענטער בהמות וואס זענען געפאהרען קיין טאש, אן דער מידנעסטע טעם, געפאטשקעט געלט מיט צייט אויף א נסיעה צו זען גארנישט. יא, גארנישט. ווייל טאמער דער איינציגסטע זאך וואס דו האסט צו דערציילען נאכ'ן קומען צוריק איז וועגען די דערהויבענע טישען און לעכטיגען הדרת פנים, האסטו געפוסטעוועט א שבת, און מבטל געווען א מצות עונה און דער משנה פון אוכלת עמה משבת לשבת. טאמער דו האסט עפעס אויפגעטוהן מיט'ן אהינפארען, וואלסטו אזוי געזאגט. אבער ענקערע רייד אז א הודאה כמאה עדים אז דער פאהרען איז געווען א פוסטע זאך. נישט איך זאג עס, דו זאגסט עס.ניעצט ביטע רעדען פון ליטוואקע'ס און פראקע'ס, אפשטאם מיט רעצעפטען, אבי נישט פון די זאך אליינס.

מעשה עס איז געווען א מעשה, מיט א ראבינער און א גלח, זיי האבן אויסגעטוישט א היציגער וויכוח. אינמיטן די וויכוח רופט זיך אן די ראבינער צום גלח: הער אויס! אויב ווייסטו מיר אויף דיין גערעכטיגקייט, שער איך מיך אפ דעם בארדע. וויל איך דיר פרעגן אויב ווייז איך דיר אויף דעם ווארהייט, לאזטו זיך וואקסן דעם בארד? זאגט די גלח: ניין. ענטפערט אים דעם ראבינער: אנטשטולדיג פארן זיך טרעפן. איך האב געוואלט האבן א קאנסטראקטיוו שמיעס. אבער סתם זיך טענה'ן אבי אין דער וועלט אריין אן אפילו זיך וועלן צו הערן וואס יענער זאגט אדער וועלן פארשטיין יענעמ'ס מיינונג, איז אשאד די שפייעכטס.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 16, 2015 7:08 pm

· #296136
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
ייש''כ פאר'ן ארויסברענגען מיין מיינונג. ווען מ'איז נאכאנאנד מסלף מיין ווערטער אדער נישט ווילען פארשטייען, איז טאקע א שאד די ווערטער. אבער איך ווייס אז ס'איז דא א שיינע פאר מענטשען וואס רע'אגירען נישט, אבער זייער אויגען האבען זיך אויפגעמאכט. אין אישי באקום איך אויך פון מענטשען.

מאטל שניידער » זונטאג אוגוסט 16, 2015 7:18 pm

· #296138
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
געהערט א מעשה אז די טאהש׳ער רבי זי״ע האט געלערנט אין קאלוב ביים באר מנחם, אויך האט געלערנט דארט א קאזין זיינער דער קאזין האט געהאט א גוט קעפל פלעגט ער זיך זעצן לערנען א שעה פאר׳ן פארהער האט ער געקענט ווידעראום דער טאהש׳ער רבי האט אריינגעהארעעועט יומם ולילה האט דער באר מנחם אמאל אריינגעמוסרט דעם מיטן גוטן קאפ, די מיינסט ווייל די קענסט ביים פארהער וועט עפעס אויסוואקסן פון דיר?! פייש הארעוועט אריין פייש וועט זיין א גרויסע רבי !

ירא שמים » זונטאג אוגוסט 16, 2015 7:24 pm

· #296140
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
און אז ער האט געלערנט יומם ולילה ווייזט דאס אויף גדלות ?! איר וייסט דען צו ס׳איז געווען תורה לשמה ?! איר וויסט דען וויפיל דבקות בשם ער האט געהאט ?! וויפיל יראת ואהבת השם ער האט געהאט ?!

פרייוויליג » זונטאג אוגוסט 16, 2015 7:31 pm

· #296141
ירא שמים
און אז ער האט געלערנט יומם ולילה ווייזט דאס אויף גדלות ?! איר וייסט דען צו ס׳איז געווען תורה לשמה ?! איר וויסט דען וויפיל דבקות בשם ער האט געהאט ?! וויפיל יראת ואהבת השם ער האט געהאט ?!

דו רעדסט דאך אזאנע שטותים גדולים נוראים, אז עס איז א בושה פאר די שטותים וואס ווערן ארויס געזאגט.

ירא שמים » זונטאג אוגוסט 16, 2015 7:34 pm

· #296142
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
פארוואס שטותים ?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 16, 2015 8:23 pm

· #296151
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
ירא שמים
און אז ער האט געלערנט יומם ולילה ווייזט דאס אויף גדלות ?! איר וייסט דען צו ס׳איז געווען תורה לשמה ?! איר וויסט דען וויפיל דבקות בשם ער האט געהאט ?! וויפיל יראת ואהבת השם ער האט געהאט ?!

מ'דארף נישט מאכען קיין סוף פסוק אויף א מענטש. טאמער ער הארעוועט אין לערנען, אפילו שלא לשמה, מוז מען מכבד זיין אזא איינער און ס'איז זיכער דא וואס צו לערנען פון איהם. טאמער מ'זעט ווי ער איז מכבד א צווייטע איד, אפילו שלא לשמה, איז דא וואס אפצולערנען. אבער דער עיקר איז אז ס'איז דא וואס אפצולערנען.
אגב, הגע בעצמך. ווען נישט פאר מיין האקעריי, וואלט מען בכלל אפיר געברענגט די מעשה מיט'ן קאלובער רב? אוודאי נישט! נאר ווייל איך שטיי און שריי אז מ'מוז רעדען פון גדלות נישט פון שטותים, האט מען אביסל גערעדט גדלות.

diff » זונטאג אוגוסט 16, 2015 8:28 pm

· #296152
ס'איז א חזקה אז דו מיינסט נישט אונזער טובה. וואס יא, קשיא

פרייוויליג » זונטאג אוגוסט 16, 2015 9:28 pm

· #296168
ליטוואק פון בודאפעסט
ירא שמים
און אז ער האט געלערנט יומם ולילה ווייזט דאס אויף גדלות ?! איר וייסט דען צו ס׳איז געווען תורה לשמה ?! איר וויסט דען וויפיל דבקות בשם ער האט געהאט ?! וויפיל יראת ואהבת השם ער האט געהאט ?!

מ'דארף נישט מאכען קיין סוף פסוק אויף א מענטש. טאמער ער הארעוועט אין לערנען, אפילו שלא לשמה, מוז מען מכבד זיין אזא איינער און ס'איז זיכער דא וואס צו לערנען פון איהם. טאמער מ'זעט ווי ער איז מכבד א צווייטע איד, אפילו שלא לשמה, איז דא וואס אפצולערנען. אבער דער עיקר איז אז ס'איז דא וואס אפצולערנען.
אגב, הגע בעצמך. ווען נישט פאר מיין האקעריי, וואלט מען בכלל אפיר געברענגט די מעשה מיט'ן קאלובער רב? אוודאי נישט! נאר ווייל איך שטיי און שריי אז מ'מוז רעדען פון גדלות נישט פון שטותים, האט מען אביסל גערעדט גדלות.

יעצט דערמאנסטו מיך פון דאנעלד טראמפ וואס האט זיך געאייסערט ביי די דעבאטע, אז ווען ער ברענגט ווען נישט אויף איליגעל אימיגראציע וואלט קיינער נישט גערעדט פון דעם. ער האט אנדעקט אמעריקע!...

ירא שמים » זונטאג אוגוסט 16, 2015 9:51 pm

· #296171
בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
ליטוואק פון בודאפעסט
ירא שמים
און אז ער האט געלערנט יומם ולילה ווייזט דאס אויף גדלות ?! איר וייסט דען צו ס׳איז געווען תורה לשמה ?! איר וויסט דען וויפיל דבקות בשם ער האט געהאט ?! וויפיל יראת ואהבת השם ער האט געהאט ?!

מ'דארף נישט מאכען קיין סוף פסוק אויף א מענטש. טאמער ער הארעוועט אין לערנען, אפילו שלא לשמה, מוז מען מכבד זיין אזא איינער און ס'איז זיכער דא וואס צו לערנען פון איהם. טאמער מ'זעט ווי ער איז מכבד א צווייטע איד, אפילו שלא לשמה, איז דא וואס אפצולערנען. אבער דער עיקר איז אז ס'איז דא וואס אפצולערנען.
אגב, הגע בעצמך. ווען נישט פאר מיין האקעריי, וואלט מען בכלל אפיר געברענגט די מעשה מיט'ן קאלובער רב? אוודאי נישט! נאר ווייל איך שטיי און שריי אז מ'מוז רעדען פון גדלות נישט פון שטותים, האט מען אביסל גערעדט גדלות.

און אז ער זאגט אסאך תילים און דאווענט שעות ארוכות איז דען נישט דא וואס זיך צולערנען פון עם ?!

געוואלדיג » זונטאג אוגוסט 16, 2015 10:53 pm

· #296186
שיינע באשרייבונג באקומען אויף בליץ פאסט
📎 הצדיק אבד ואין מוגה.pdf

גאלד » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:48 am

· #296226
ליטוואק פון בודאפעסט
זאג דו מהיכי תיתי אז יא. דער פשטות און דער רוב מיט'ן חזקה איז אז נישט. טאמער דו זאגסט אז יא, איז יא. אבער ביזדערווייל האט דאס קיינער נישט געזאגט. נאר זינלאזע לאזונגען.


really?

סא, בפשטות ווען די טאשער רבי האט געהאט פרייע צייט איז ער געזעצין און געליינט צייטונגען...

לשיטתך איז יעדער איד מוחזק אלס א ליידיגייער,

שיין זעהמיר אויס

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 10:38 am

· #296229
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
אז דו ווייסט נישט דער טייטש פונ'ם ווארט חזקה, וואס זאגסט דו דעות?

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 12:02 pm

· #296246
ליטוואק, וואס טייטשט ער אנדערש די ווארט חזקה? אז איינער איז מוחזק אז ער לערנט נישט אדער ניצט נישט אויס די צייט איז ער שוין ממילא א ליידיגייער, און צו דעם ווילסטו צוקומען, דאס זענען דיינע חזקות.

גאנצל » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 12:23 pm

· #296249
ליטוואק דערווייל זעי איך אז קיינער האט נאך נישט פארשטאנען וואס דו ווילסט דא זאגן אדער וויל מען פארדרייען דיינע ווערטער סאו איך מיין זאלסטוך אפלאזן פונעם נארישן עולם דא ...........

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 12:54 pm

· #296253
ליטוואק פון בודאפעסט
אז דו ווייסט נישט דער טייטש פונ'ם ווארט חזקה, וואס זאגסט דו דעות?

אז דו רעדסט אן אנדער שפראך פונעם עולם דא, וואס שרייבסטו אין דעם פארום? 😛

קאצקע ציקער » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 12:57 pm

· #296254
אז אונדז ענטפערן נאך פאר דעם ליטפאק איז ער גערעכט...

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 12:59 pm

· #296256
אויפ'ן לייכטסטע שפראך. חזקה מיינט אז א זאך איז געווען אזוי נעכטען, וועט עס מסתמא אזוי זיין היינט. למשל ווען א מיידעל איז א פנויה, אומפארהייראט, איז זי מסתמא היינט אויך א פנויה, און מ'דארף נישט מסתפק זיין אז זי איז אן אשת איש.
יעדער מענטש איז געבוירען געווארען אן ע"ה. טאמער איינער וויל מיר זאגען אז דאס האט זיך געטוישט, דארף ער ברענגען א ראיה דערצו. אנדעריש האלט מען די זאך אויף איהר חזקה.

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 1:08 pm

· #296258
ליטוואק פון בודאפעסט
אויפ'ן לייכטסטע שפראך. חזקה מיינט אז א זאך איז געווען אזוי נעכטען, וועט עס מסתמא אזוי זיין היינט. למשל ווען א מיידעל איז א פנויה, אומפארהייראט, איז זי מסתמא היינט אויך א פנויה, און מ'דארף נישט מסתפק זיין אז זי איז אן אשת איש.
יעדער מענטש איז געבוירען געווארען אן ע"ה. טאמער איינער וויל מיר זאגען אז דאס האט זיך געטוישט, דארף ער ברענגען א ראיה דערצו. אנדעריש האלט מען די זאך אויף איהר חזקה.

חוץ פון די לצנות וואס די האסט יעצט געשריבן זעה איך אז די בוסט דער וואס ווייסט נישט וואס מיינט חזקה. חזקה איז נאכדעם וואס מ'האט א ספק, דארף מען צוקומען צו א חזקה, למשל ספק פנויה ספק נשואה, ספק לוה ספק לא לוה. אבער לויט דיר דארף איך נישט גלייבן אז די ביסט שוין געוואקסען אמאל ווייל די ביסט דאך געבוירן א קליינער בעיבי.

ירח בן יומו » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 1:09 pm

· #296259
ישט אמת. רוב מצויין אצל שחיטה מומחין הן. און מ'זאגט נישט ער איז נישט געבוירן געווארן א שוחט זאל ער קודם אויפווייזן וואס ער קען. וה"ה לענינו רוב יודן וואס כלל ישראל האט דערשמעקט אין זיי עפעס העכערס מומחין הן. והנח להם לישראל אם אין נביאים בני נביאים.

גאלד » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 1:56 pm

· #296261
ליטוואק פון בודאפעסט
אויפ'ן לייכטסטע שפראך. חזקה מיינט אז א זאך איז געווען אזוי נעכטען, וועט עס מסתמא אזוי זיין היינט. למשל ווען א מיידעל איז א פנויה, אומפארהייראט, איז זי מסתמא היינט אויך א פנויה, און מ'דארף נישט מסתפק זיין אז זי איז אן אשת איש.
יעדער מענטש איז געבוירען געווארען אן ע"ה. טאמער איינער וויל מיר זאגען אז דאס האט זיך געטוישט, דארף ער ברענגען א ראיה דערצו. אנדעריש האלט מען די זאך אויף איהר חזקה.



יעצט העלעך אנכאפן די אקס ביי די הערנער אין דיר ענטפערן ווי א ריכטיגע ליטוואק,

דאס צו טאשער רבי איז געווען א ע"ה צו א ת"ח איז אינגאנצן אירעלעווענט,
קען זיין ער איז געווען א ע"ה, קען זיין נישט, איך האב קיינמאל נישט פארהערט,
אבער ס'שטייט נישט אין ערגעץ בכל התורה כולה תהי תלמיד חכם ואל תהי עם הארץ,
דאס גאנצע וואס עס שטייט אז מ'זאל לערנען,
און לכתחלה, ע"פ חז"ל, איז מצוה מן המובחר צו לערנער תורה "לשמה", לשמה מיינט בלויז צו מקיים זיין א מצות עשה מן התורה פונקט ווי תפילין ושבת

יעצט אזוי, דאס איז כו"ע מודה אז טאשער רבי איז געווען מוחזק צו זיין א שומר תורה ומצוות, מדקדק בקלה כבחמורה,
דער חזקה האט ער געהאט פאר גאר לאנגע יארן צום גוטן, קרוב צו 100 יאר,
ממילא אט דער חזקה לערנט אונז, אז ס'נישטא קיין שום מקום לומר אז טאשער רבי זאל פונקט אויסלאזן די איינע מצוה עשה פון לימוד התורה,
פונקט ווי ער האט מקיים אלע אנדערע מצות מיט אלע חמורות בכל פרטי' ודיקודקיה,
שטעל איך אויף די חזקה אז די מצות עשה פון לימוד התורה איז נישט געווען קיין אויסנאם

יעצט מכח סברה העלעך זאגן אז ער איז זיכער נישט געווען קיין ע"ה,
ווייל אז איינער לערנט קען ער,
אבער דאס איז נאר א סברה מעגסט חולק זיין אויף דעם,

גאלד » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 2:03 pm

· #296262
ממילא הדרא קושיא לדוכתי' וואס כאב נעכטן ערווענט

גאלד
מהיכי תיתי אז טאשער האט נישט עוסק געווען בתורה ביגיעה ובעמקות כל ימיו (שטייצעך ווען ס'געווען זיין זמן תורה)

פרייוויליג » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 2:31 pm

· #296266
טאהשער רבי זצוק״ל געבט די הוראה פאר איינעם בשנת תש״ה צוזאמען מיט דריי אנדערע גדולים.

טאהשער רבי האט ביי א געלעגענהייט געזאגט אז ער האט געקריגן א כתב הוראה פון צוויי גדולים, צווישן זיי רמ"א פריינד, און ער האט עס דערנאך צוריסן, ווייל ער האט נישט געוואלט שפירן אז ער האט עפעס עררייכט.
📎 image.jpg

ראוונע » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 2:54 pm

· #296280
איך האב נאכנישט דורעכגעליינט אלע תגובות אבער איך מיין אז סאיז נישט דא קיינער וואס וואלט זיך נישט געטוישט חלק אין עולם הבא מיט טאהשער רבי זצ״ל
זיין גרעסטע עבירה איז מיליאן מאל חשובער אין הימעל ווי אונזער גרעסטע מצוה
אין איך פאררעכן מיך בכלל נישט אלץ טאהשער איך בין סך הכל דארט געווען צוויי מאל אבער קאם אן ווער פון דא האלט אז ער קען זיך פארמעסטען מיט טאהשער רבי׳ס ערליכקייט?

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:00 pm

· #296283
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
סאיז דא אסאך אידן וואס האבן בכתב ווי טאהשע רבי זי"ע פארקויפט זיין עולם הבא פאר אפאר הינדערט אלפים.

ער האט עס כמה פעמים פארקויפט

פרייוויליג » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:06 pm

· #296288
גרויסע מענטשעלע
סאיז דא אסאך אידן וואס האבן בכתב ווי טאהשע רבי זי"ע פארקויפט זיין עולם הבא פאר אפאר הינדערט אלפים.

ער האט עס כמה פעמים פארקויפט

דאס איז ליצנות. עס איז דא א בריוו וואס טאהשער רבי האט געשריבן פאר איינעם בימי הזעם, אז ער וואלט אים זייער געוואלט העלפן אבער ער האט נישט קיין געלט. ער שרייבט צווישן אנדערע: איך וואלט פארקויפט האלב פון מיין עולם הבא פאר דער וואס וואלט מיר געקענט געבן געלט דיך צו העלפן, אבער ווי טרעפט מען אזא איינעם, ענדיגט ער שרייבן. איר הערט: ער וואלט פארקויפט א האלב פון זיין עולם הבא צו העלפן א צווייטן איד!!

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:08 pm

· #296291
ס'איז דא א איד וואוינט אין ב.פ. לעבט נאך אסאך אידן קענען איהם רבני הנגיד מעכי פריעד ,M Fried shelving ער האט אזא צעטיל בא זיך דוק ותשכח

פרייוויליג » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:10 pm

· #296292
ווי לאנג עס איז נישטא אזא בריוו איז דאס ליצנות.

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:18 pm

· #296295
כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א), ובנו הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, האבן יעצט מנחם אבל געווען האדמו"ר מ'טאהש שליט"א

lazar » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:22 pm

· #296297
שעפטל
כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א), ובנו הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, האבן יעצט מנחם אבל געווען האדמו"ר מ'טאהש שליט"א

אה יעצט איז ער שוין אמת'דיג געטרייסט געווארן

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:24 pm

· #296298
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

מאטל שניידער » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 6:24 pm

· #296326
<a class="postlink" href="http://vocaroo.com/i/s0B8fzO007N3">http://vocaroo.com/i/s0B8fzO007N3</a>

שושן פורים » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 7:35 pm

· #296338
מאטל שניידער
http://vocaroo.com/i/s0B8fzO007N3

ווער איז די רעדנער?

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 9:40 pm

· #296616
וואסי פשט אז אויף די לעטהער הע"ד שטייט נאך בנו אב"ד?
📎 100MEDIA$IMAG0657.jpg

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 9:45 pm

· #296618
מן הסתם איז ר' אלימלכ'ס זוהן געווארן די רב.
בלאט: 1 2 3 4 5 6