☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

293 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9433
בלאט: 1 2 3 4 5 6

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:49 pm

· #295419
אויבערלענדער חכם

מגלה פנים בתורה!!! עס איז נישט אויסגעהאלטען על פי הלכה.

ער איז געווען ווייניגער הייליג ווי די גר"א אדער די קאמארנע, וואס האבן געטוישט די הלכה לפי דעתם?

ירח בן יומו » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:54 pm

· #295421
הוי זהיר בגחלתן
ווי האט ר' שלמה זלמן אורבאך גאזאגט ווען מ'האט געוואלט מחרים זיין דעם עמוד האחרון די אמשינובער רבי שליט"א פאר'ן פארדרייען די זמנים (@אנאנים פליז קאנפערם),
האט רש"ז געזאגט אז חז"ל זאגן אונז אז עבירה גוררת עבירה, א יוד וואס טוט דעם עבירה בשאט נפש וואלט שוין געדארפט פאלן נאך און נאך,
"איך זעה נישט די גוררת" ווייזט זיך אויס אז ס'איז נישט קיין עבירה

אויבערלענדער חכם » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:56 pm

· #295423
קאווע טרינקער
אויבערלענדער חכם

מגלה פנים בתורה!!! עס איז נישט אויסגעהאלטען על פי הלכה.

ער איז געווען ווייניגער הייליג ווי די גר"א אדער די קאמארנע, וואס האבן געטוישט די הלכה לפי דעתם?

קודם כל, מען טאר נישט "טוישען" דער הלכה. דער גר"א האט קיינמאל נישט געטוישט הלכה, ער האט מכריע געווען אנדרעש ווי דער מנהג איז געווען. כמעט אלעמאל איז זיין הכרעה נאר געווען צווישען ראשונים. צום ביישפיל דער שולחן ערוך פסקנט אזוי ווי רש"י און תוספות אז סיי שבת און סיי וואכען טאג קען מען זאגען סיי "רחם" (אין ברכת המזון) און סיי "נחם", און דער גר"א איז מכריע מצד הלכה ומצד הקבלה אזוי ווי דער רי"ף אז מען זאל זאגען "רחם" אין דער וואכען און "נחם" אויף שבת. דאס איז נישט געטוישט דער הלכה נאר מכריע געווען אנדרעש.
שנית, דער גר"א איז געווען פון די גרעסטע חכמים בימות הראשונים [לדעת תלמידו היה כהרשב"א ולדעת הקאמארנא כמדומני כהרמב"ם] והאחרונים, משא"כ דער רבי ווייס איך נישט קיין ראיה ברורה איבער זיין תלמיד חכם שאפט.
דריטענס, אויב א מענטש שרייבט און איז מסביר זיין הנהגה קען מען דן זיין צו עס איז ריכטיג אדער נישט, אבער אויב איינער טוט עפעס וואס מיר ווייסען איז נישט ריכטיג [וואלט אונזער קינד געזאגט אלקים ח"ו אזוי פיל מאל וואלטן זיי געכאפט א פראסק] דארף מען נישט מגבב זיין excuses.

אויבערלענדער חכם » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:58 pm

· #295426
ירח בן יומו
ווי האט ר' שלמה זלמן אורבאך גאזאגט ווען מ'האט געוואלט מחרים זיין דעם עמוד האחרון די אמשינובער רבי שליט"א פאר'ן פארדרייען די זמנים (@אנאנים פליז קאנפערם),
האט רש"ז געזאגט אז חז"ל זאגן אונז אז עבירה גוררת עבירה, א יוד וואס טוט דעם עבירה בשאט נפש וואלט שוין געדארפט פאלן נאך און נאך,
"איך זעה נישט די גוררת" ווייזט זיך אויס אז ס'איז נישט קיין עבירה

אויב אלע לשון הרע'ס זענען ריכטיג:
עבירה להתפלל לאחר זמן תפילה גוררת עבירה של מוציא שם שמים לבטלה ועבירת מוציא שם שמים לבטלה גוררת עבירת אוכל בלי ברכה, איך קען ממשיך זיין, אבער מיינט פוינט איז נישט ח"ו רעדען וועגען א יחיד, נאר באופן כללי, מען זאל נישט פארענטפערען עפעס וואס האט נישט קיין ענטפער.
דרך אגב: עס שטייט נישט אין ערגעץ "הוי זהיר בגחלתן של אדמורי"ם"

ירא שמים » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 12:00 am

· #295427
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
אויבערלענדער חכם
חקרן

די וידיאו איז צובראכען, אדער דער מענטש האט מוציא געווען שם שמים לבטלה און געגעסען אן קיין ברכה?!!!! מען דארף צו לייגען א הסבר פאר מען לייגט ארויף אזא וידיאו!
ש״ש לבטלה קען איך הערן , אבער איבערזאגן צוויי מאל א ווארט הייסט א הפסק ?

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 12:00 am

· #295428
דאס איז נישט קיין ברכה.

ירא שמים » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 12:01 am

· #295429
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
מקור ?

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 12:03 am

· #295434
א"ח אז דו וועסט דיך אוועקגעבן פארן אייבערשטען דיין גאנטצע לעיבן דיין עסן שלאף און אלעס וועסטו קענען דן זיין טאשער רבי זי"ע 'עבירות'

# שעיםאןיו

ירח בן יומו » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 12:04 am

· #295435
אויבערלענדער חכם
מען זאל נישט פארענטפערען עפעס וואס האט נישט קיין ענטפער.
דרך אגב: עס שטייט נישט אין ערגעץ "הוי זהיר בגחלתן של אדמורי"ם"

איך זעה אז די שרייבסט אז ס'האט נישט קיין עטנפער, איך גלייב אז ס'איז דא א ענטפער אפילו איך ווייס עס נישט. איך האלט זיך אביסל קלוג אבער נישט קיין אויבערלענדער חכם.

ירא שמים » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 12:07 am

· #295438
בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
דוכט זיך אז אמשינאווער רבי ביים מאכן א ברכה קען ער איבערזאגן עטליכע מאל א אות אבער נישט א ווארט ,
די ווידעא אליינס קוקט מיר אויס אדער פאלש אדער קאלעכט ער .

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 12:09 am

· #295441
ירא שמים
דוכט זיך אז אמשינאווער רבי ביים מאכן א ברכה קען ער איבערזאגן עטליכע מאל א אות אבער נישט א ווארט ,
די ווידעא אליינס קוקט מיר אויס אדער פאלש אדער קאלעכט ער .

צדיק רעדט נישט קיין שטותים , ס'נישט פאלטש!! איך בין דארט געווען און עס געזעהן (געהערט) און ער האט נישט געקאלעכט דעמאלטס ער טוט דעיס שוין יארן!

ירא שמים » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 12:16 am

· #295446
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
כהאב נאר געזאגט וואס ס׳קוקט מיר אויס , ס׳מאכט זיך טאקע ווייניג אבער צומאל קען אפילו איך א טעות האבן .

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 12:54 am

· #295452
קורצע קליפ פון די לויה.
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/boruch.lowy.1238/videos/546115568874431/?pnref=story">https://www.facebook.com/boruch.lowy.12 ... nref=story</a>

דורכגעטראכטער » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 1:42 am

· #295461
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
איך געדענק שוין פון בערך 15 יאר צירוק ווען איך בין געווען א א קליינע בחור פלעגט ער אויך אזוי זאגן. ער האט דעמאלץ נאכנישט געקאלעכט.

Sent from my SAMSUNG-SM-G900A using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 7:46 am

· #295476
דער סברא פון עבירה גוררת עבירה איז לכאורה א נעריש'ע, א מליצה וואס איינער האט א מאל געזאגט. מ'קען גארנישט אויסשפארען דערפון. און ווער ווייסט וואס טוט זיך אונטער'ן פארהאנג. ס'איז אוממעגליך צו וויסען. און ס'פעלט דען שייגעץ שטיק ע"ש טאהש? מ'קען זאגען אז ס'איז די גבאים, אבער דאס איז נאר נאך דעם וואס מ'איז איבערצייגט אז דער רבי איז געווען א צדיק, וואס ע"ז גופא אנו דנים.
אבער לגופו של ענין ווייס איך נישט צו איבערחזר'ן א ווארט לעורר את הכוונה איז אזא פראבלעם אין הלכה. דוכט זיך ר' משה פיינשטיין האט א תשובה אז ס'איז יא, און ער פיהרט אויס 'ואין לחוש על אותו צדיק באנגליה' וואס ער האט עס יא געטוהן. איך געדענק טאקע בימי ילדותי פלעגען קינדער זיצען אונטער דער מאנטשעסטער ראש ישיבה ביים דאווענען צו הערען ווי ער האט אריינגעזאגט טייטשען אין דאווענען. דער קלויזענבורגער רבי ז"ל פלעגט עס אויך טוהן. און אפילו ר' משה האלט נישט דערפון, מ"מ צדיק בלייבט ער ביי איהם. און ס'דוכט זיך (אין הספר לפני כעת) אז ער מאכט נישט קיין חילוק צווישען שם ה' צו אנדערע ווערטער. אז ס'שטימט מעג מען איבערחזר'ן און אויב נישט מעג מען נישט, און ס'מאכט נישט אויס צו ס'איז שם ה' צו אנדערע ווערטער.
און דיין ראיה אז ער איז נישט קיין ת"ח ווייל דו האסט קיינמאל נישט געהערט אז יא איז אויך גאנץ שוואך אויף אויסצושפארען א הלכה דערפון. יא, לגבי איהם זעלבסט האסטו דער סברא פונ'ם חזו"א אז ס'איז דא א רוב און א חזקה אויף יעדער מענטש אז ער איז אן עמהארץ, אבער פון דעם אויף ווייטער אז ממילא יעדער זאך וואס ער טוט קען נישט אויסגעהאלטען איז א שטיקל א מהלך.

איך בין נישט געווארען קיין חסיד, און זיכער נישט קיין טאשער, אבער דער ווידיאו ווייזט גאנץ ווייניג, און זיכער נישט טמא טמא יקרא.

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 8:10 am

· #295481
הבהרה
איך וויל מער נישט ענטפערען ווייל עס רעגט מענטשען אויף ( יא, איך האב טאקע נישט וואס צו ענטפערען אויף די שטארקע טענות און תירוצים) אבער איך וויל קלאר מאכען אז איך האב נישט געזאגט ״טמא טמא יקרא״ אויף דער מענטש, איך האב געזאגט אז כלפי וואס יענער שרייבט ״הייליגע הנהגה״ זאג איך אז די סארט הנהגה איז טמא. סארי שנתגדלתי על ברכי ההלכה אשר ממנה אין לזוז כלל וכלל.
לגבי וואס איינער שרייבט מיר פריוואט אז אויב ער איז גארנישט ״האבען מיר גארנישט, ווייל די היינטיגע...״ זאג איך אדרבה, קיינער טאר נישט זיין above the law, נישט דער תהלים וויינער און נישט דער Cadillac רבי. מיר זענען נישט בהמות! התורה מונחת בקרן זווית, אויף דער וואס מען קען זאגען אויף עם ״קיים זה מה שכתוב בזה״ איז קדוש יאמר לו, ותו לא מידי.
דער מהלך אז ״מיר פארשטייען נישט״ איז א slippery slope. מיר פארשטייען יא! לאזט זיך נישט אנרעדען ביי קיין איינעם אנדרעש.

ליפא » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 10:27 am

· #295497
📎 rps20150813_102547.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 10:54 am

· #295501
דער ענין וואס מ'רעדט דא איז ווידער די זעלבע זאך איבערגעחזר'ט, נאר יעצט זיך פארלייגט אויפ'ן ווידיאו. דער תורה הקדושה זאגט אונז
(יג) תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱ-לֹהֶיךָ:
(יד) כִּי הַגּוֹיִם הָאֵלֶּה אֲשֶׁר אַתָּה יוֹרֵשׁ אוֹתָם אֶל מְעֹנֲנִים וְאֶל קֹסְמִים יִשְׁמָעוּ וְאַתָּה לֹא כֵן נָתַן לְךָ ה' אֱ-לֹהֶיךָ:
(טו) נָבִיא מִקִּרְבְּךָ מֵאַחֶיךָ כָּמֹנִי יָקִים לְךָ ה' אֱ-לֹהֶיךָ אֵלָיו תִּשְׁמָעוּן:
(טז) כְּכֹל אֲשֶׁר שָׁאַלְתָּ מֵעִם ה' אֱ-לֹהֶיךָ בְּחֹרֵב בְּיוֹם הַקָּהָל לֵאמֹר לֹא אֹסֵף לִשְׁמֹעַ אֶת קוֹל ה' אֱ-לֹהָי וְאֶת הָאֵשׁ הַגְּדֹלָה הַזֹּאת לֹא אֶרְאֶה עוֹד וְלֹא אָמוּת:
(יז) וַיֹּאמֶר ה' אֵלָי הֵיטִיבוּ אֲשֶׁר דִּבֵּרוּ:
(יח) נָבִיא אָקִים לָהֶם מִקֶּרֶב אֲחֵיהֶם כָּמוֹךָ וְנָתַתִּי דְבָרַי בְּפִיו וְדִבֶּר אֲלֵיהֶם אֵת כָּל אֲשֶׁר אֲצַוֶּנּוּ:

ווען אונז זענען באנקראט, ערום ועריה, דארף מען אפיר זוכען קאלירטע בעקעשע'ס מיט מופתים, קונץ ארבעט און שוי-שפילער'ס. אבער דער אייבישטער האט אונז דערבארעמט מיט א תורה וואס איז מחכימת פתי, עס לאזט נישט דער מענטש זיך פארנער'ן אין די סארט מינדערוויכטיג'ס. דער וואס זוכט קען זוכען אין תורה און דארט ווערען נאנט צום באשעפער, דארט וויסען ווער איז דאס א צדיק און ווער איז א דערהויבענער מענטש.

נאר דער יצר הרע וויל דאס נישט, רעדט ער איין א מענטש אז ער טוט גאר א מצוה ווען ער רעדט גרויס אויף א מענטש, הגם אז קיין שום גדלות וואס דער תורה פאררעכנ'ט פאר א גדלות האט ער נישט דארט געזען. נישט געזען קיין תורה, נישט קיין מדות טובות (ער רעדט זיך איין אז אויפנעמען מענטשען פון א באקוועמער בענקעל מיינט עפעס מדות טובות. ער האט אמאל געשלעפט א תומכי שבת פעקעל? געבארג'ט פון די אייגענע פארדינטע געלט פאר אן ארימאן? געהאלפען א קינד אריבער גייען די גאס? אליינס גענומען א באס צו באזוכען אן אלטע פארגעסענער איד?), נישט קיין דקדוק המצוות און נישט קיין העכערע השגות. נאר וואס יא? מופתים. אויף דעם זאגט די תורה הקדושה; שרעק זיך נישט פון גארנישט, מיין תורה און מיין נביאים זענען וואס רעדט צו דיר, נישט שטערענ'ס און קונצען.

מ'זאגט אז ער עסט נישט און שלאפט נישט פאר עבודת ה'. אנטשולדיגט אבער איידער דו ווייזט מיר די עבודת ה' איז דער נישט שלאפען און נישט עסען סתם זיך געפייניג'ט. יעצט פרעג איך נאכאמאל; וואס איז די עבודת ה'? שטאמערען איבער א ברכה? קוק אריין אין דער עבודת עבודה זיינער, זעט מען וואס ער האט געקענט אין עבודת ה'. א בעל עגלה א תהלים איד במלא מובן המלה. א פליינער מענטש, וואס פאר עפעס א סבה טוהן מענטשען אויף איהם ארויפלייגען זייער דמיונות.

נאך עפעס: אסאך אידען זיצען און ווייטאגען. זיי קוקען אן זייערע רעבע'ס און פארטייען און באקלאגען זיך אויף פרעסער'ס און רויבער'ס וואס זיצען אויפ'ן ציבור און באראבעווען זיי, נאר זיי האבען א ווארט אין הלכה אין חינוך אין פירערשאפט און אין פאליטיק. און מ'שפירט אומבאקוועם. מיט אט דער אומבאקוועמליכקייט קען מען בויען גדולות ונצורות. מענטשען קענען אנערקענען די פראבלעמען און דאס לעזען, אויפבויען א נייעם ווערטשאפט מיט א בעסערע לעבען. אבער וואס טוט מען? מ'פארט קיין טאש און סקולען, מ'אנטלויפט פון זיך אין די פלעצער. מ'פארט פופצען שעה אויך א באס צו זען גארנישט, נאר זיך איינצורעדען אז 'ס'איז נאך דא עפעס אין דער וועלט'. דעריבער רעדט מען זיך איין און מ'לייגט אלע דמיונות אוף דער רעבע און יענעם, וואס קיינער קען זיי נישט מכחיש זיין, און אזוי בארו'איגען זיי זיך אז ס'איז נאך דא אויף וואס צו לעבען. ווען מ'וואלט נישט גענוצט די אלע placebos וואלט מען גוט איינגעזעהן ווי אונז זע'מיר, וואלט מען געקענט עפעס אויפטוהן.

טאמער 'ווען נישט איהם איז גארנישט דא', גיי מאך עפעס. ארבעט אויף זיך און זיי מחנך דיין קינדער צו עבודת ה' באמת ובתמימות, לערן דיר אפ אין ספרים וואס צו טוהן און ווי אזוי צו טוהן. מאך נישט קיין גולם פון ערד ווייל 'ס'מוז זיין עפעס'. און נאך א סוד; שכינה במערב מיינט אז ביי די מזרח אידען טרעפט מען עס נישט. זוכט ארום שטילעהייט, ביי 'פלעינע אידען' קען מען טרעפען דיאמאנטען, תלמידי חכמים און עובדים, וואוילע אידען און אויסגעהאלטענע אידען, מענטשען וואס רירען נישט צו קיין דאללאר ווילאנג זיי ווייסען נישט זיכער אז ס'קומט זיך זיי, מענטשען וואס האבען חומרות אין בין אדם לחבירו נישט אין עסען, מענטשען וואס שעצען זיך נישט און פאדערען נישט. דער מזרח איז נישט דער פלאץ פאר אנשים גדולים וועגן דער סבה און דער מסובב. ערשטנ'ס ווייל דער דזשוליק איז דער וואס לויפט אלס צום מזרח און ער לאזט נישט קיין פלאץ פאר'ן ערליכע איד. אבער צווייטענ'ס ווייל אפילו ווען אן ערליכע איד קומט אן אין מזרח, ווערט ער קאלייע. ער ווייסט אז ער איז נישט דער גרעסטע חכם און נישט דער גרעסטע מבין, נאר מ'רעדט איהם איין אז ער ווייסט אלס, הייבט ער אן פסקנ'ען און פלוידערען, דערנאך מוז ער זיך פאר'ענטפערען און ס'פארט א גאנג פון שטותים. און נישט נאר דעם, נאר ברגע ער איז אין מזרח איז דער ערשטע זאך מקומך אל תנח, און יעדער החלטה זיינער איז געמאכט דורכ'ן פערספעקטיוו פון דער פחד פון פארלירען זיין פלאץ. פוק חזי וועסטו זען. אין דער ליטווישע וועלט איז עס אזוי, און ביי די חסידים (ווי מ'איז נישט צוגעאוואוינט צו ביקורת) איז געוויס אזוי. ווען ער איז א נארמאלע איד אין ביהמ"ד וואס לערנט און דאווענ ערליך, איז ער אסאך מער אויסגעהאלטען ווי ווען ער קומט אן אין מזרח.

און יעצט, א פעטיציע פון שמעקעדיג.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 11:38 am

· #295512
יא אזוי? ווי אין דער גמרא? וואס זאגען די ראשונים? פארוואס דארף מען עס צושטעלען צו א מענטש מיט א קאלירטע רעקעל? ווען ער שערט זיך די בארד איז ער עפעס ווייניגער צדיק?

ירא שמים » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 11:40 am

· #295513
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
קאווע טרינקער
אויבערלענדער חכם

מגלה פנים בתורה!!! עס איז נישט אויסגעהאלטען על פי הלכה.

ער איז געווען ווייניגער הייליג ווי די גר"א אדער די קאמארנע, וואס האבן געטוישט די הלכה לפי דעתם?
עפ״ל.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 11:43 am

· #295515
ירא שמים
קאווע טרינקער
אויבערלענדער חכם

מגלה פנים בתורה!!! עס איז נישט אויסגעהאלטען על פי הלכה.

ער איז געווען ווייניגער הייליג ווי די גר"א אדער די קאמארנע, וואס האבן געטוישט די הלכה לפי דעתם?
עפ״ל.


דער עפ"ל מהלך איז דיר נישט געלונגען די לעצטע זיבעציג יאר, אבער האלט נאך אן פעסט און קלאר, ריר זיך נישט קיין זיז כלשהוא, צאי לך בעקבי הצאן, זיי א נער און גלייב, איך וויל ענדעריש זיין מיט מיין טאטע און זיידע אין ג..... ווי מיט זיי אין גן עדן וכו' וכו' וכו'.

ירא שמים » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 11:45 am

· #295516
בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
איינער ווייסט וואס באדערט פארן ליטוואק ?

פרייוויליג » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 11:49 am

· #295518
ירא שמים
איינער ווייסט וואס באדערט פארן ליטוואק ?

שונא ישראל. נעבעך א תימענע יונגעל וואס לעבט איזאלירט אין זיין וועלט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 11:59 am

· #295519
[ציטאט אראפגענומען]


אפילו ווען יא, דער וואס פארט אהין זעט עס נישט. ט'וואס פארט ער?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 1:14 pm

· #295536
צו זיין אויפריכטיג (איבער מיין פעטיציע) לאמיך עקספלעינען,
איך בין גראדע א גרויסער חסיד פון אונזער בודאפעסטער ליטוואק, ער איז מלא תוכן בתורה וידיעות און שרייבט דא זייער שיינע תגובות בטוב טעם ודעת וועלכע איך שלינג מיט דורשט, והא ראי' איך האב אים שוין אסאך געלייקט...
איך האלט נישט ער איז א שלעכטער מענטש, נאר אזויפיל אז ער איז נישט אויפגעוואקסן אין די חסידישע וועלט און קיינמאל וועט ער נישט קענען פארשטיין דעם מענטאליטעט פון א חסיד.
ער וואלט דאס געדארפט אליינס פארשטיין, און נישט זוכן אריינצורעדן אין דעם ענין. אבער ער רעדט דייקא יא, און טאקע וואו אימער מעגליך, און שטעכט אריין א מעסער פאר חסידישע אידן.. יא, עס טוט וויי ווען מען טרעט מיט א זלזול אויף אונזער חינוך.

דוד המלך האט געבעטן דעם רבש"ע אז תהלים זאל זיין גערעכנט ווי לערנען נגעים ואהלות, אלמלי דוד המלך זאל עס זאגן היינטיגע צייטן וואלט אונזער ליטוואק געמאכט דערפון א חוכא וטלולא און ליצי ליצנות.
איך האב שוין אסאך מאריך געווען אין מערערע אשכולות דערוועגן, ולא אמרינן רבנן בכפילא, איך וויל נאר קלאר מאכן מיין נקודה.
איך האף אז איך קען מפייס זיין אונזער ליטוואק, כ'מיין גארנישט פערזענליך אקעגן אים, איך וויל נאר ער זאל פארשטיין אז מען קען נישט לערנען מיט א גוי ברטנורא, וזהו.

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:12 pm

· #295550
כנגעים ואהלות ועוד
שמעקעדיג
צו זיין אויפריכטיג (איבער מיין פעטיציע) לאמיך עקספלעינען,
איך בין גראדע א גרויסער חסיד פון אונזער בודאפעסטער ליטוואק, ער איז מלא תוכן בתורה וידיעות און שרייבט דא זייער שיינע תגובות בטוב טעם ודעת וועלכע איך שלינג מיט דורשט, והא ראי' איך האב אים שוין אסאך געלייקט...
איך האלט נישט ער איז א שלעכטער מענטש, נאר אזויפיל אז ער איז נישט אויפגעוואקסן אין די חסידישע וועלט און קיינמאל וועט ער נישט קענען פארשטיין דעם מענטאליטעט פון א חסיד.
ער וואלט דאס געדארפט אליינס פארשטיין, און נישט זוכן אריינצורעדן אין דעם ענין. אבער ער רעדט דייקא יא, און טאקע וואו אימער מעגליך, און שטעכט אריין א מעסער פאר חסידישע אידן.. יא, עס טוט וויי ווען מען טרעט מיט א זלזול אויף אונזער חינוך.

דוד המלך האט געבעטן דעם רבש"ע אז תהלים זאל זיין גערעכנט ווי לערנען נגעים ואהלות, אלמלי דוד המלך זאל עס זאגן היינטיגע צייטן וואלט אונזער ליטוואק געמאכט דערפון א חוכא וטלולא און ליצי ליצנות.
איך האב שוין אסאך מאריך געווען אין מערערע אשכולות דערוועגן, ולא אמרינן רבנן בכפילא, איך וויל נאר קלאר מאכן מיין נקודה.
איך האף אז איך קען מפייס זיין אונזער ליטוואק, כ'מיין גארנישט פערזענליך אקעגן אים, איך וויל נאר ער זאל פארשטיין אז מען קען נישט לערנען מיט א גוי ברטנורא, וזהו.


עמדתו של בעל נפש החיים
קודם כל, אינעם ספר נפש החיים (שער ד פרק ב) שרייבט ער בזה"ל: ענין עסק התורה לשמה, האמת הברור, כי "לשמה" אין פירושו דבקות" כמו שסוברים עתה רוב העולם, שהרי אמרו רבותינו ז"ל במדרש (שוחר טוב תהלים א, א) שביקש דוד המלך ע"ה מלפניו יתברך, שהעוסק בתהילים יחשב אצלו יתברך כאילו עוסק בנגעים ואהלות, הרי שהעסק בהלכות הש"ס בעיון ויגיעה, הוא ענין יותר נעלה ואהוב לפניו יתברך מאמירת תהילים. ואם נאמר ש"לשמה" פירושו דביקות דווקא, ורק בזה תלוי כל עיקר ענין עסק התורה, הלא אין דבקות יותר נפלא מאמירת תהילים כראוי כל היום. וגם מי יודע אם הסכים הקדוש ברוך על ידו בזה, כי לא מצינו בדברהים ז"ל מה תשובה השיבו הוא יתברך על שאלתו [כמו שמצינו בבא בתרא יז, א, ואידך, ההוא רחמי הוא דקא בעי], עכלה"ק.

עמדתו של "חסידים"
עס איז ריכטיג אז חסידים טעהנ'ן אז צדיק גוזר והקב"ה מקיים, דאס מיינט אז אויב דוד המלך האט אזוי געבעטן איז ער זיכער גע'ענטפערט געווארען. למעשה דארף מען נאך אלץ פארענטפערען די ראיה פון בבא בתרא וואו דער גמרא זאגט קלאר [לויט איין מאן דאמר] אז דוד האט געבעטען אז קיין רימה ותולעה זאל נישט שולט זיין אין עם און זיין תפילה איז נישט נתקבל געווארען.

מהלך חדש
אין הערות "ובחרת בחיים" אויף נפש החיים זאגט דער מחבר שליט"א א ריכטיגע פשט, אז די מדרש מיינט נישט צו זאגען אז זאגען תהילים איז דער זעלבע פון מייגע זיין אין תורה אויף שווערע סוגיות פון נגעים ואהלות, נאר דוד האט געבעטן "יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, יעשו לדורות ויכתבו לדורות אמרי פי ויחקקו לדורותת, ולא יהיו קורין בהם כקורין בספרים אלא יהיו קורין בהן והוגין בהם ונוטלין שכר עליהם כנגעים ואהלות" דאס מיינט אז עס זאל הייסען "תורה" אזוי ווי אנדערע כתבי הקודש, און נישט זיין סתם א שיינע ספר פון songs. והדברים מסתברים וצ"ע דברי הנפש החיים.

העולה מהנ"ל
יהיה איך שיהיה איין זאך איז קלאר, אז אפילו אויב מען וועט אנעמען אז תהילים איז אזוי ווי נגעים און אהלות, וכמו שנראה קצת מדברי רבינו יהודה בן יקר [רבו של הרמב"ן] שכתב בפירושו על סדר התפילות וז"ל, ואף כל המזמורים חשובים כדברי תורה כדאמרינן במדרש תהילים "אל יאמר אדם שאין המזמורים תורה, וכן במקום אחר וקורין בהן בתהילים והוגין ונוטלין שכר עליהם כנגעים ואהלות, עכ"ל. [והובאו הדברים ב"ובחרת החיים" הנ"ל] אעפ"כ איז קיין ספק נישט אז לערנען תורה איז נישט ווייניגער. סך הכל האט דוד המלך לויט איין מדרש אפשר אויסגעפועלט אז עס "כאילו", אבער דער זאך אליין איז עס נישט.

זיין פארגלייבט

איך בין שאקירט ווי אלע אויבערחכמים אין שטיבל זענען מיטאמאל די גרעסטע גלייבער'ס. איך וויל נישט דן זיין אויף קיין שום יחיד, נאר אויף דער מהלך המחשבה. איך געדענק מיט עטליכע יארען צוריק ביי די פולמוס פון דער בארא פארקער עירוב האב איך גערעדט מיט א "קלויזענבארגער חסיד" און איך האב עם געפרעגט ווי אזוי קענסטו טראגען אין דער עירוב ווען דיין רבי [דברי יציב] האט געשריבען א תשובה להלכה אז עס איז אסור. האט ער מיר גע'ענטפערט וז"ל, "מען פארשטייט נישט דער תשובה", עכ"ל. איך קען דער מענטש און ער האט די כשרונות צו פארשטיין א סאך שווערערע זאכען וואו יענע גאר פשוט'ע תשובה, וואס אויב איינער האט גוט געלערענט אלץ בחור זאל קענען עס דורך ליינען מיט אהן קיין שום עמל ויגיעה. נאר וואס? מען האט אויסגעלערענט מענטשען אז "מען פארשטייט נישט". דא ליגט דער הונט באגראבען. מיט אזא מענטאליטעיט (mentality) קען מען שלאגען כפרות מיט מענטשען. ווייל everything goes "מען פארשטייט נישט".

נאך א נקודה איז דער "איינגערעדטקייט", דער "חסידישע ציבור" [בפרט שוכני וויליאמסבורג ומאנרא] קען מען איינרעדען וואס מען וויל. איינער ערקלערט זיך אן expert אין דוקטורים, און רעדט איין צו גיין צו יענער אדער יענער דאקטאר, און עולם גולם גייט עם נאך כצאן לטבח, אפילו אויב יענער לייגט אוועק צעהן מענטשען פאר יעדער איין וואס קומט ארויס לעבעדיג. פארוואס? ווייל דער יחיד אליין האט נישט שכל. "מען" זאגט עם וואס איז גוט און ער גייט נאך.

די זענען מיטלין מיט וואס מענטשען זענען זיך משתלט אויפ'ן ציבור. מען דארף זיך אויפוועקען און טראכטען פאר זיך. ווען איינער טוט עפעס וואס אויב מיין אינגעל אדער בחור וואלט דאס געטוהן, וואלט איך עם מעניש געווען, דארף מען אוועק גיין פון אזא מענטש.

ליפא » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:41 pm

· #295553
אויס וועלט
📎 IMG_20150813_143315.jpg

lazar » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:46 pm

· #295555
דאס איז היינט צופרי מסתמא, ווען דען?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 3:07 pm

· #295556
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
יא, יעדער וואס האלט אנדעריש 'פארשטייט נישט'. דער תורה איז אנדעריש פאר מענטשען מיט אן אנדערע מענטאליטעט, און דער וואס האלט זיך צו וואס ס'שטייט דארט איז גאר דער גוי, וואס קען נאר לערנען משניות מיט'ן ר''ש און רמב''ם, אדער קהתי רח''ל.
דער סבה פארוואס ס'טוט ענק וויי איז ווייל אינעווענדיג ווייסט מען אז עפעס סרח'ט, עפעס טויג נישט. און אנשטאט'ס צו טראכטען און פארשטייען, זוכט מען צו פארשווייגען די קשיא'ס מיט'ן אנרופען נעמען, מיט זינלאזע לאזונגען און מעשה'לעך.
אינטרעסאנט ס'איז געווען א ליטוואק וואס האט געזאגט און געברענגט א ראיה פון יענער גמרא מיט דוד המלך פונקט פארקערט, וואס ווען איך זאג עס, וואלט מען געשריגען ליצנות! נאר דער ליטוואק איז נישט פון בודאפעסט נאר פון ליטא (היינט בעלארוס) , א שטאט וואס הייסט וואלאזהין. עי' נפש החיים ותמצא נחת.
און דיין לייק'ס זענען אלע נאכדעם ווי דו האסט געזען אז איך רעג מיר אזוי אויף דיין פראבירען מיר צו פארשווייגען, האסטו געוואלט מפייס זיין. גארנישט מער.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 3:22 pm

· #295558
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
ערשט באמערקט די תגובה פון אויבערלענדער חכם וואס האט פיין צוגעשטעלט, און שוין אויסגעשריבען דער נפש החיים. ער באציט זיך אויף אן אנדערע אויך ריכטיגע נקודה ומיני ומיניה יתקלסון לך.
אינטרעסאנט איז, וכמו''ש כבר במקו''א, אז מ'קוקט אן דער לעבען וואס מיר קענען פונ'ם חת''ס צו דער ווילנא גאון צו סיי ווער פון חכמי הדורות, איז דא גאנץ ווייניג חלקים פון זייער לעבען וואס מ'דארף זאגען 'וואס פארשטייען מיר אונז?'. אוודאי קען עס זיך אזוי מאכען, אבער דער בנין פון אונזער בליק אויף די צדיקים איז פון זאכען וואס מיר פארשטייען פון לערנען תורה. אבער ביי די אנדערע חברה זעט מען א גאנץ לעבען פון א צדיק וואס קיין שום זאך נישט כמעט זאל קלאפען. יעצט טאמער איינער אן אפיקורס א גוי וועט זאגען ער גלויבט נאר אין וואס ס'שטימט, וועט נאך אלס היטען תורה בשלימותה. ער וועט זיך אפלערנען פונ'ם חת''ס און דער חפץ חיים, דער טשעבינער רב מיט'ן בריסקער רב. זיין א איד פאדערט בכלל נישט די ווערטער 'וואס פארשטייען מיר?' יעצט פון וואנעט האסטו מכריח געווען אז די ווערטער, דער לאזונג, דער גלויבונג איז בכלל א חלק פונ'ם אידישקייט? פון אחיה השילוני?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 3:24 pm

· #295559
ביסט שוין א יודע מחשבות אויכעט?.. ס'איז מיר גוט!
איך לייק נישט קיינעם אויף דער וועלט פאר פיוס אדער חנופה. איך לייק נישט לויטן מענטש/ניק, נאר אויסדרוקליך לויטן תוכן פון דער תגובה.
ביי מיר איז נישט שווארץ/ווייס. איך אנערקען אז דו ביסט מלא וגדוש מיט ידיעות בתורה ובעניני דעלמא, און ווען איך האב הנאה לייען איך און לייק איך כיד ה' הטובה עלי, און ווען עס טוט מיר וויי שריי איך! ופשוט.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 3:28 pm

· #295560
אויבערלענדער חכם
מגלה פנים בתורה!!! עס איז נישט אויסגעהאלטן על פי הלכה. איך פארשטיי נישט פארוואס מען מוז פארענטפערען א מענטש וואס איז עובר הלכה בשאט נפש. איך גלייב נישט אז עס איז אן אמת'ע וידיאו, אבער אויב עס איז יא, און ער איז געווען ביים דעת, איז ער א פשוט'ע עבריין געווען.


פארוואס עבריין? איך וואלט ענדערש געזאגט אז ער האט בכלל נישט געוויסט אז מ'טאר נישט מוציא זיין ש"ש לבטלה, און אז מ'טאר נישט עסן אן א ברכה.

מיין שיטה לגבי אזעלכע געפיראכץ איז אז מ'דארף קוקן אויף די ארום און ארום. טאמער איז דער מענטש איינער וואס טיט אנדערע זאכן פאר אטענטשן אדער כבוד קען מען טראכטן אז די תאווה האט גובר געווען און ער איז דורך געפאלן. אבער טאמער איז ער אין אנדערע זאכן אן עובד השם באמת, בין איך דן לכף זכות אז מסתמה האט ער עפעס א סיבה וואס איך פארשטיי נישט.

רימון » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 4:33 pm

· #295569
עס איז דא גענוג צייט נאך דן צו זיין די אלטע איבערגעקייעטע טעמע פון רבי'ס וואס זענען מפורסם בצדקתם, פרישתם ויראת שמים, און טון מאדנע זאכן שלא אליבא דהלכתא. עס איז ווייט נישט קיין נייע טעמע וכבר דשו בה רבים וטובים (לדוגמה יעוי' שו''ת ארץ צבי לגאון מקוזיקלוב בענין תפלה לאחר חצות היום שיש בזה ג''כ משום ש''ש לבטלה). ווידעראום ווען עס איז מתו מוטל לפניו פון א רבי'ן, א טאטן, א זיידן, זענען פארהאן גענוג שיינע שטריכן צו רעדן פון זיין פערזענליכקייט אויף וועלכן אומצאליגע זענען עדות אויף א העכערן לעבן פון צדקה און תפלה.
עס וואלט זיך געמעגט אזויפיל פארלאנגען עטוואס א סענסיוויטעט אין דער צייט ווען דער מת ליגט פארנט פון די אויגן זיך צו קאנצענטרירן אויף יענעמס גוטס.

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 4:40 pm

· #295570
רימון
עס איז דא גענוג צייט נאך דן צו זיין די אלטע איבערגעקייעטע טעמע פון רבי'ס וואס זענען מפורסם בצדקתם, פרישתם ויראת שמים, און טון מאדנע זאכן שלא אליבא דהלכתא. עס איז ווייט נישט קיין נייע טעמע וכבר דשו בה רבים וטובים (לדוגמה יעוי' שו''ת ארץ צבי לגאון מקוזיקלוב בענין תפלה לאחר חצות היום שיש בזה ג''כ משום ש''ש לבטלה). ווידעראום ווען עס איז מתו מוטל לפניו פון א רבי'ן, א טאטן, א זיידן, זענען פארהאן גענוג שיינע שטריכן צו רעדן פון זיין פערזענליכקייט אויף וועלכן אומצאליגע זענען עדות אויף א העכערן לעבן פון צדקה און תפלה.
עס וואלט זיך געמעגט אזויפיל פארלאנגען עטוואס א סענסיוויטעט אין דער צייט ווען דער מת ליגט פארנט פון די אויגן זיך צו קאנצענטרירן אויף יענעמס גוטס.

איר זענט גערעכט אז מען דארף זיין מער סענסעטיוו אין אזא צייט. לגבי קאנצענטרירן אויף יענעמס גוטס, אדרבה, דערצייל!

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 4:58 pm

· #295572
שיינע מעשה
דער מינוט דערציילט מיר א מאנטריאלער איד, אז זיין זיידע און באבע זענען געקומען פון אונגארען בעירום ובחוסר כל, און דער טאהשער רבי האט זיי אריין געברענגט אין שטוב פאר זעקס וואכען און זיי געשטעלט אויפ'ן פיס. זי"ע. (דער ערשטער שיינע מעשה וואס איך האב געהערט -דערצייל נאך)

mevakesh » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 5:04 pm

· #295574
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
אויבערלענדער חכם
דער מינוט דערציילט מיר א מאנטריאלער איד, אז זיין זיידע און באבע זענען געקומען פון אונגארען בעירום ובחוסר כל, און דער טאהשער רבי האט זיי אריין געברענגט אין שטוב פאר זעקס וואכען און זיי געשטעלט אויפ'ן פיס. זי"ע. (דער ערשטער שיינע מעשה וואס איך האב געהערט -דערצייל נאך)

זיין צדקות קען מען מן הסתם נאכמאכען אבער זיין חסד איז געווען געוואלדיג

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 5:08 pm

· #295575
אויבערלענדער חכם
רימון
עס איז דא גענוג צייט נאך דן צו זיין די אלטע איבערגעקייעטע טעמע פון רבי'ס וואס זענען מפורסם בצדקתם, פרישתם ויראת שמים, און טון מאדנע זאכן שלא אליבא דהלכתא. עס איז ווייט נישט קיין נייע טעמע וכבר דשו בה רבים וטובים (לדוגמה יעוי' שו''ת ארץ צבי לגאון מקוזיקלוב בענין תפלה לאחר חצות היום שיש בזה ג''כ משום ש''ש לבטלה). ווידעראום ווען עס איז מתו מוטל לפניו פון א רבי'ן, א טאטן, א זיידן, זענען פארהאן גענוג שיינע שטריכן צו רעדן פון זיין פערזענליכקייט אויף וועלכן אומצאליגע זענען עדות אויף א העכערן לעבן פון צדקה און תפלה.
עס וואלט זיך געמעגט אזויפיל פארלאנגען עטוואס א סענסיוויטעט אין דער צייט ווען דער מת ליגט פארנט פון די אויגן זיך צו קאנצענטרירן אויף יענעמס גוטס.

דערצייל!


איך האב אים נישט געקענט, נאר געזעהן 3 מאל ווען איך בין יארן צוריק געוועהן אין טאהש אויף א שבת, אבער איך האב געהערט א מעשה פון א איד פון ברוקלין וואס איז בכלל נישט געוועהן א טאהשער חסיד אבער ער האט געהאלטן אז ער איז א ערליכע איד און א עובד ה׳ באמת, דער איד האט געהאט א אלטע 26 יעריגער בחור וואס איז נישט געגאנגען קיין שידוכים און אפאר קינדער נאך אים אין ליין פאר שידוכים, ביי א גלעגענהייט ווען ער איז געוועהן אין מאנטריאל אויף א שמחה האט ער מחליט געוועהן אריינצוסטאפן זיך קוויטלען ביים טאהשער רבי זצ״ל און אים בעטן א ברכה אז ער זאל אויפגעראכטן ווערן, ווען ער איז אנגעקומען אהין און די גבאים האבן געהערט זיין בקשה האבן זיי פארלאנגט נישט מעהר נישט ווייניגער ווי אכצן טויזענט דאללער (מיט א שיינע פאר יאר צוריק)צו באקומען זיין ברכות קודש, דער איד האט געאפפערט $5000(ער איז א פארמעגליכער איד אבער ווייט פון א מיליאנער)זיי האבן בשום אופן נישט געוואלט פארהאנדלן ווייניגער ווי ח״י אלפים!!!
קען זיין אז די רבי האט נישט געוואוסט וואסערע סקעים ס׳גייט פאר אינטער זיין נאז, אבער ס׳איז אזוי אנגעגאנגען פאר יארן לאנג ווייל ער איז נישט דער איינציגסטער וואס פארציילט אזא מעשה ליידער, מ׳האט אים פארוואנדלעט אין א ״מאני מאשין״ פונקט אזויווי שרגא פרידמאן און אנדערע טוען נאך היינט צו טאגס מיטן סקלענער רבי וואס מיינט עס נעבעך אמת׳דיג,
אמאל האט א רבי געגעבן א ברכה פאר א יעדע איד צוגלייך ארים צו רייך פרום אדער פריי זיי האבן ליב געהאט יעדע איד, דער אהבת ישראל האט אפילו געקישט אידן וואס האבן געהאט טיפוס רח״ל פאר ס׳איז געוועהן אנטיביואטיקס, היינט ווענט זיך די ברכה פונעם צדיק אין וויפל געלט מגייט דיך אויסזויגן! ס׳איז א ביזנעס! און א סקעים!!!
That's all

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 5:32 pm

· #295580
די יודעי דבר ווייסן צו זאגן אז אלע געלטער האט ער צוטיילט אונטער די נאז פון די גבאים, כ'האב געהערט ממקור ראשון פון מענטשן וואס ער האט זיי אריינגעריקט ריזיגע סכומים און געווארענט נישט אויסצוזאגן פאר די גבאים....
זיין חסד און לב טוב איז געווען א זעלטנהייט. אין די גוטע צייטן איז דארטן ארויס אן א שיעור געלטער פאר אידן נצרכים.

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 5:45 pm

· #295581
שמעקעדיג
די יודעי דבר ווייסן צו זאגן אז אלע געלטער האט ער צוטיילט אונטער די נאז פון די גבאים, כ'האב געהערט ממקור ראשון פון מענטשן וואס ער האט זיי אריינגעריקט ריזיגע סכומים און געווארענט נישט אויסצוזאגן פאר די גבאים....
זיין חסד און לב טוב איז געווען א זעלטנהייט. אין די גוטע צייטן איז דארטן ארויס אן א שיעור געלטער פאר אידן נצרכים.


ס׳קען זיין אז ער איז געוועהן א לב טוב און א ערליכע איד, נאך אלץ איז ער געוועהן part פון א סקעים ליידער!!! כמעט ביי קיין איין חסידות בעט מען נישט אפען א נומבער צו באקומען א ברכה, אוואדי די וואס געבן גרעסערע געלטער שניידן אריין אין ליין און דארפן נישט ווארטן קיין זעקס שעה אבער יעדער געווענטליך קען אריינגיין אויב איז ער וויליג צו ווארטן,

רימון » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 5:46 pm

· #295582
שבת אחים, איך האב ענדליך ארויסגעשלעפט דע שמועס, צו די ריכטיגע רעלסן, איך בעט אייך, לאזט מנוחה. מיר וועלן בארעדן די שטוב מענטשן צו דער ערשטער געלעגנהייט.

shem-tov » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 5:54 pm

· #295587
זיין אהבת ישראל. זיין פאטערליכער שמייכעל צו מיר אלץ 14 יעריג בחורל. זיין דביקות הבורא. זיין גרויסע כח אויפצובויען א שיינע יודישע שטאט לה' ולתורתו. זיין געטליכקייט דאס אהערצושטעלן. א דאנק דעם יוד האב איך באקומען אמונת צדיקים טאקע אין אלע פריערדיגע צדיקים. זי"ע

shem-tov » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 5:58 pm

· #295588
סקוקט אויס אז המשב"ק משה ראטמאן ברויך תיכף עפעס מעדיקעל עטענשאן. איך מאך נישט קיין וויץ דער איז שוין מקושר מיטן רבין פון אלץ קליין קינד און א גבאי שוין פון די 16. פלוצלינג איז ער אויפן וואסער בעירום ובחוסר כל דאס דארף מען קענען דערהייבן. די טראנזישאן איז נישט קיין לייכטע די בילד איז זייער טרויעריג

shem-tov » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 5:59 pm

· #295589
וואס איז פשט פון די ברייטע מציבות דארט אין טאשער ביה"ח

קאך_לעפל » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 6:25 pm

· #295594
דער נביא ירמיהו וויינט און קלאגט אויפן חורבן בית המקדש, מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה ואבכה יומם ולילה...די הייליגע חכמים זאגן אונז גדולה מיתה של צדיקים יותר משריפת בית אלוקינו. דאס הסתלקות פון צדיקי הדור, איז נאך פול הארבער ווי דעם חורבן בית המקדש.

מיר שטייען אצינד נאך אין די שבע שבועות דנחמתא, כלל ישראל האלט זיך נאך אין מיטן טרייסטען אויפן חורבן בית אלוקינו..און דא מיטאמאל אזא בראך...אוי ואבו... מי יתן ראשי מים.. דער בורא כל העולמים האט פון אונז אוועק גענומען ממש איינע פון די סאמע לעצטע צדיקי הדור, אשר בית ישראל נשען עליו. אוי.. ווי פאסיג איז אצינד נאכצוזאגן די ווייטאגליכע קלאג ווערטער פינעם געטליכען נביא השם ירמיהו, וואס ער האט געזאגט אויפן מלך צדיק יהושיהו מלך יהודה: רוח אפינו משיח השם, נלכד בשחיתותם...אשר אמרנו בצילו נחיה בגוים.. מיר האבן אלע געמיינט אז דער רבי זי''ע וועט שוין מיט אונז גיין קעגן מלך המשיח... און דא מיטאמאל אזא בראך, הצדיק אבד ואין איש שם לב..

ווער זענען מיר בכלל אפילו צוקלאגן אויף אזא הייליגער צדיק? וואס פארשטייען מיר דען פשוטע מענטשען וואס פאר א נחת רוח די שכינה הק' האט פארלוירן מיטן פארלוסט פון אזא צדיק? ווער וועט ווייטער מתקן זיין די הייליגע שכינה מיט אזא סארט עבודה וואס דער צדיק האט אראפגעלייגט כל ימי חיו? ווער ווייסט דען צו דער וועלט איז נישט געשטאנען נאר בזכות עבודות של אותו צדיק? אוי גדול כים שברינו אוי.. מי ירפא לנו...

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 6:37 pm

· #295599
פארוואס דארף אזא קלאג מיט קומען מיט דער "וואס פארשטייען מיר דען פשוטע מענטשען"? עס זעהט אויס כמעט א תנאי קודם למעשה אז דער ענין קען נאר צוגיין מיט דער "וואס פארשטייען מיר".

קאך_לעפל » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 6:40 pm

· #295602
טוה א קוק, מיסטער אובערלאנדער.. לאמיר דיר זאגן דעם אמת, איך בין געבוירן פלאטשיק, דערנאך בין איך געווארן אויפגעקלערט און כ'האב געהאלטן מיט אלעם פונקט ווי דיר, מיט די צייט בין איך געווארן נאך מער אויפגעקלערט, און כ'האלט אצינד אז דאס איז תנאי קודם למעשה... ווען דו וועסט ווערן נאך אביסל קליגער וועסטו אויך אזוי האלטען....

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 6:46 pm

· #295604
@שם טוב
וואס האסטו געזעהן ביי אים וואס האט דיך געמאכט גלייבן אין אמונת צדיקים אז ער האט געקעקעצט ביי א יעדע ברכה און געדאווענט פיר אזייגער נאכמיטאג???
זיינע ברכות און רוח הקודש ??? איז טאקע געוועהן פונקט ווי ביי די פריערדיגע צדיקים???
ער האט געזאגט אז פינקאס פון די זייגערס גייט ״קיינמאל״ נישט גיין זיצן, למעשה איז ער פיין געזיצן!

@רימון טייערער
קאווע שטיבל last time I checked there is still freedom of speech in
ווען איך שרייב ווען דא וועגן פרעזידענט בוש קענסטו זאגן אז איך פארדריי דעם אשכול, אבער איך רעדט דא פונעם טאהשער רבין זצ״ל און ס׳איז נישט קיין כפירה אז מ׳האלט נישט אז ער איז געוועהן עפעס א ציס״ע אדער א מלאך, יא ער איז געוועהן א וואוילע איד נישט קיין גרויסער חכם בכלל זיינע אייגענע גבאים האבן אים געפירט אין באד אריין, ער האט ליב געהאט צו טיילן טשולענט און קיגעל פאר אידן בעצם א וויואלע איד מיט אנ-הדרת פנים וואס מענטשען/אומ-מענטשען האבן אויסגעניצט זיין תמימיות פאר זייערע אייגענע אינטערסען ליידער ליידער! אבער צו זאגן אז ער איז געוועהן א מלאך אלקים אין ווער סגלייבט נישט אין אים איז וואס ???

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 7:01 pm

· #295609
אז איינער וויל פארשטיין די חילוק פון קאווע שטיבל אין איי וועלט זאל אריינקומען אין דעם אשכול וועט איר אלעס! פארשטיין

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 7:02 pm

· #295611
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
shem-tov
סקוקט אויס אז המשב"ק משה ראטמאן ברויך תיכף עפעס מעדיקעל עטענשאן. איך מאך נישט קיין וויץ דער איז שוין מקושר מיטן רבין פון אלץ קליין קינד און א גבאי שוין פון די 16. פלוצלינג איז ער אויפן וואסער בעירום ובחוסר כל דאס דארף מען קענען דערהייבן. די טראנזישאן איז נישט קיין לייכטע די בילד איז זייער טרויעריג

יא סאיז נאך מער ווי פארלוירן א טאטע.
אין פאקט האט ער זיך צוריסען פאר דעם מענטש מיט א געפערליכע מסירת נפש.

אין די לעצטע צענדליגע יארן האט שטארק פרובירט אז סזאל נישט זיין קיין סקעם רבי ווי @שבת אחים האט דערמאנט געטריט יעדעם איינעם עכ"פ פרובירט אויפן שענסטע אויפן.

ניין ער זיצט נישט דארטן 24 שעה אבער ער קומט אין גייט. אין דארטן טרייסט ער זיך
ווי פארשטענדליך איז די ערשטע פאר טאג געפערליך שווער יעדער מאל ווען סקומט עפעס א דזאב וואס נעכטען האט ער נאך געדארפט טועהן וועקט זיך פין פריש אויף דער ווייטאג.

שמעתי אז די גבאים פרובירן זיך צוזאם צוזעצן זעהן וואס מטוט דא ווייטער אבער דערווייל ענדיגט זיך עס מיט א געוויין.

שוין זאל דער אייבישטער זיי טרייסטן מיט א נחמה גמורה.

ליפא » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 7:05 pm

· #295614
קאצקע ציקער
אז איינער וויל פארשטיין די חילוק פון קאווע שטיבל אין איי וועלט זאל אריינקומען אין דעם אשכול וועט איר אלעס! פארשטיין

ביידע איז נישט גוט. דארט וויינט יעדער מיט טרערן אז מ'קען נישט סטאפן. זיי שרייבן דאך עס בפירוש... און יעדער וויל איבערשטייגן דעם חבר מיט ווי אמת ער האלט אז וואס וועט מען ווייזן פארן קומענדיגן דור?

און דא לאזט מען צו מאכן חוזק און רעדן אויף א הייליגער איד וואס נאך נישט דא א מעת לעת פון פטירה.
בלאט: 1 2 3 4 5 6