בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
293 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9433
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
ווען האט דען די קאפ אויפן פלאץ צו טוישן די זאכן.
מאיז צובראכן אויף שברי שברים
די וואך שבת ביים רבי'ס עליה (לוי) וועט מען אויסלאזן "למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל".
📎 IMG_20150818_232932.jpg
📎 IMG_20150818_232938.jpg
📎 IMG_20150818_232953.jpg
די טיטלען זענען גאנץ פיין איבער געטריבן
פעלט נישט אויס אזא מגילה
גרעסערע צדיקים פין איהם האבן נישט זוכה געוועהן צו אזא לאנגע מגילה
אלעס גייט אויפן מצבה?
שמעקעדיגאלעס גייט אויפן מצבה?
איין מציבה? אזא צדיק מעג האבן אפאר מציבות.
מ'קען עס מאכן דידשיטעל עס זאל כסדר ארויף קומען נאך א שורה און נאך א שורה. (קען מען שוין צולייגן פיקטשערס....אאפס, ס'איז נאך 2015, געב עס אפאר יאר וועט מען שוין מאכן אזוי).
זייער א שיינע נוסח!
📎 טאהש מציבה.jpg
@שש גיי רוה דיך אויס.....
קודם פארצייל אונז וויפיל מאל די ביסט געוועהן אין טאהש דיין גאנץ לעבען?
#2) האסט בכלל געקענט דעם איד?
#3) טעם וריח אין להתווכח...
ניין נישט יעדער זעהט דעם פאצעריש ארבייט דא!
ווער עס האט גיט געקאנט דעם הייליגען טאהשער רבי זצוק"ל איז זייער ציפרידען מיט אט דעם נוסח - סארי טו דיסעפוינט יא....
#2) די הייליגע בעש"ט האט אויך נישט זוכה געוועהן צי די נוסח וואס מ'האט געשריבען אויף דיין באבע! ווארום עס שטייט גארנישט אויפ'ן מציבה בלויז זיין נאמען....
@אנאנים זיי נישט קיין נער, שטעל אהער שנעל א שיין לשון, שיק עס אריין צו זיי, און די קרעדיט וועט זיין דיינס!!!
שלמה האקט עפעס
ס'איז שוין זייער שפעט ב'דארף באלד אויפשטיין און כ'האב נישט קיין כח און געדילד מיט צייט צי גיין איינס אויף איינס
אבער עוד חזון למוער וועלמער שטייטעלעך איבער גיין יעדעס רויטע באלי וואס די האסט געמאלען און זעהן וואס הייסט יא אדער נישט איבערגעטריבען
אבער איין פראגע וועסטו מוזען ענטפערן קודם:
וויפיל שייכות האסטי געהאט מיט אט דעם איד? תלמיד? חסיד? ידיד? קרוב? תושב? נאר געזעהן אמאל? נאר געהערט?
יאך האב געהאט די זכיה צי זיין גאר קרוב אל הקודש פנימה אויב די אויך קען מען עס איבער שמועס'ן אויב נישט איז אשאט די צייט...
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
[ציטאט אראפגענומען]
דו האסט עפעס קעגן יאקיש פייבוש? [emoji57]
ווער רעדט פון א דזשאב, מ'רעדט דא פון נארמאלקייט
נאך א מזל ער האט נישט געהייסן משה, ווייל דעמאלטס וואלט זעכער געשטאנען ממשה עד משה וכו'...
סארי שלמה, אבער די קינדערישקייטן האט שוין יעדער מער ווייניגער אויסגעוואקסן, כמשה מפי הגבורה שרייבט מען נישט! ער איז נישט געווען דער חנינה בן דוסא! איך קען גראדע גזירותיו וואס זענען נישט מקיום געווארן... און איך וואלט אים נאך אלס נישט באטיטעלט פארן יחיד בדורו וואס ממש כמוהו לא נראה.
אבער וועמען פונקטליך גייט אן וואס אפאר צודריקטע צוקוועטשטע מענטשן רעדן זיך איין אז דאס וועט העלפן אויף ווייטער...
נאך שש'ס הערה האב איך איבער געליינט די לשון, אויב וואלט דאס געווען א אלטע תחינה וואלט איך פראבירט פארשטיין די משקל השיר, אבער וויבאלד עס איז נישט, וועל איך צושטימען (טיילווייז) צו ר' זעקס, אז די חרוזים שטימען נישט, די תוארים זענען צו דער זאך, אבער די חרוזים זעהן אויס ווי א מחרוזת של דגים, נאר הנח להם לישראל אז מען האט געשטעלט אויף די חזקה אז קיינער וועט נישט אפליינען די גאנצע מגילה ווען מען קומט זיך אויסבעהטן ביים ציון המצוינת,
גראדע האב איך הנאה פון די געדאנק צו מפרסם זיין די נוסח פון פריער צו קענען מתקן זיין און פארבעסערן.
קען אפשר איינער צוברענגען די נוסח המציבה פון רבינו יואל זצ"ל און פונעם ברך משה זצ"ל, אז מען זאל קענען פארגלייכן די טיטלען?
נו לאמיר מאכן אין א עקסטערע אשכול א מציבה קאנטעסט.
די מציבה איז נישט די לעצטע דרעפט. בינגא!!!
כדברי לעיל
געוואלדיג
גראדע האב איך הנאה פון די געדאנק צו מפרסם זיין די נוסח פון פריער צו קענען מתקן זיין און פארבעסערן.
אנגעהויבן האט זיך עס מיטן לייגן א שטיין כדי מ'זאל וויסן אז דא ליגט א מת, און אוכלי טהרות, כוהנים, זאלן וויסן צו שטיין ווייט.
פון דארט האט זיך איינגעפירט צו שרייבן די נאמען פונעם מת, פארוואס ס'איז אזוי געווארן? ווייס איך נישט, מן הסתם האט מען אזוי געטוהן ביי די גדולים, די אבות ואמהות וכדומה. און פון דארט האט זיך עס אריבערגעכאפט צו אלע טויטע.
פון איינקריצען די נאמען איז שוין צוגעקומען די טיטלען, jod description, בהמשך איז צוגעקומען אביסל יחוס...
נאכן הסתלקות פון רבינו הקדוש זי"ע ועל כל סאטמאר, איז נתחדש געווארן צו צולייגן אויפן מצבה אלע סארט וועלט-אינטערגאנג לשונות, און ווי שטארק די וועלט וויינט...
פון דארט איז זיך עס צווואקסען מחיל אל חיל ביז די נייע טאהשע מצבה וואס איז א קאפליט פראפיל א בלאט/איד ארטיקל איבערגעטייטשט אין לשון קודש, לשון נופל על לשון, דאפלט און טריפלט אין א פשוטע טאהשע לשון קודש.
וואס איז נאך געבליבן מקום להתגדר צו איינקריצען אויך ווער ס'האט מספיד געווען און ווער די מ"מ איז, אין א Paypal וואו צו שיקן נדבות.
טעות. יעצט זעה איך אז ס'שטייט שוין טאקע בעד בנו מ"מ...
נישט נאר איז דאס איבערגעטריבן נאר גאר צענטראלע און וויכטיגע שטריכן פון זיין לעבן ווערן בכלל נישט דערמאנט, למשל זיין מדת החסד ווערט דערמאנט קוים בהבלעה, וואס דאס וואלט געדארפט פארנעמען די עיקר פון די נוסח, און ווי אנאנים זאגט איז די סגנון און נוסח שרעקליך א בושה און א חרפה צו לייגן אזא קינדערישע מצבה אויף א גדול בישראל.
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
ס'איז א גרויסע ווייטאג ווי מ'זעט אויף די סארט מצבות אז מ'גלייבט נישט אין השארת הנפש. דו ווייסט אז ס'שאט פאר'ן נפטר ווען מ'זאגט אויף איהם ליגענט? דו ווייסט אז דאס ברענגט שווערקייט אין זיין דין. איך ווייס אז אין דער פאל איז זיכער דא אזעלכע וואס גלויבען אין יעדער ווארט, אבער ביי אנדערע מענטשען וואס שטארבען ווען דער שרייבער טוט עס במזיד, אדער דער מספיד. ס'גייט איהם נישט אן דער אמת, איז עס א הימל געשריי, וואס איז אדער שלעכט'ס צו דער נפטר, אדער כפירה אין השארת הנפש.
אגב ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקען. אין דינ''ס ביה''ח איז דער פפאנ'ער חלקה גלייך לעבען דער סטאלינער חלקה. מ'קען זען די צוויי סארטען מצבות, ווי די רוסישער האבען קורצער טיטל'ן ווי 'איש תם וישר' ותו לא, און די אונגארישער האבען מגלות נאך לענגער ווי די חמש מגילות און מגילת אנטיוכוס צוזאמען.
מי האמין.... השמש בצהריים.....
שבר כל אבריו....
יושב בישיבה...
שמעון וואלףדי וואך שבת ביים רבי'ס עליה (לוי) וועט מען אויסלאזן "למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל".
ער האט שוין עפעס געזעהן אויף ק"ש
📎 QuickMemo+_2015-08-19-08-17-04~2.jpg
א נייע משיח?
נישט דא וואס צו לאכן
מיט דער גרעסטן דרך ארץ וואס כ'האב פאר די עהרליכע יוד דער טאהשער רבי ז''ל וואס איז באמת געוועהן א גרויסן עובד השם א זעלטענהייט אין די האנטיגע דור אין איך האב זוכה געוועהן צו זיין ביי איהם..
אבער משם ועד עתה דאס איז שוין גאנג פליז...
אזוי צו איבער טרייבן מיט גוזמאות לשונות טיטלען וכדו' וואס איז זיינט גלייכן נישט דא אין די כדור הארץ וכו' דאס שוין נישט.. נישט נארמאל נאר משוגע..
דאס נעמט אראפ דער גאנצע ערך אין די חשיבות פין טאהש ביי אסאך מענשטן אין מאכט ביליג זייערע ווערט.
איך רעד נישט פין דער תוכן הלשון וואס איז געפערליך לכל מומחה ומבין בלשון.....
אוקעי שוין דער עיקר דער רבי זצ''ל זאל זיין א גוטע בעטער פאר אונז אלע בעולם העליון אמן
די מציבה עפעס דערמאנט מיך פון מרדכי אהרן חיים מענצער'ס מציבה.... אדער פון די באשרייבונג וואס אברהם פנחס בערקאוויטש לייגט אריין אין די בעק פון אלע ספרים ווי ער באשרייבט זיין מאמע...
ס'וויל זיך נישט גלייבן אז דאס איז טאקע די עכטע נוסח פון די מצבה. טאמער איז עס יא אמת קען זיך יעצט אנפאנגן א נייע עפאכע ווי די חסידים למיניהם וועלן קאמפיטן ווער ס'קען שרייבן לענגער און מער אויפרייסערישע טיטלען. נישט אז ביז יעצט איז געווען אן עולם התיקון, אבער ס'האט דאך געהאט א גבול.
ליטוואק פון בודאפעסטאבער ביי אנדערע מענטשען וואס שטארבען ווען דער שרייבער טוט עס במזיד, אדער דער מספיד. ס'גייט איהם נישט אן דער אמת, איז עס א הימל געשריי, וואס איז אדער שלעכט'ס צו דער נפטר, אדער כפירה אין השארת הנפש.
הונדערט % אמת, אינטרעסאנט צו אנמערקן אז ווען הרה"ק ר' אייזיק'ל זידיטשובער איז אוועק האט זיין זוהן ר' אליהו מספיד געווען האט ער געטייטשט אויף זיין טאטען וואס איז בימיו געווען א וועלטס רבי, "קשה רימה למת" רימה מלשון הרמה דערהייבן, אז עס איז שווער פאר א מת ווען מיען איז איז משבח ומרומם, "כמחט בשר החי", ומה נענה אנן אבתריה אז אויף פשוטע קטלא קניא'ס מאכט מען שוין היינט א גאנצע סליחות לערב ר"ה פלוס טעקס און אינטרעסט.
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
א. אפשר וועגען דעם האבען אנדערע א מנהג צו ווארטען צוועלף מאנאטען ביז מ'לייגט א מצבה. ווייל דעמאלס האט מען זיך שוין אביסל בארואיגט.
ב. איך האב שוין לאנג געקלערט, נאך א מזל די הלכה איז נישט געבליבען קלאר אז קברי צדיקים אינן מטמאין. שטעל זיך פאר ווען יא. יעדער קרייז/קולט וואלט געזאגט אויף זייער'ס אז ס'איז נישט מטמא, און דער וואס האלט נישט אזוי וואלט געדארפט ברענגען א ראיה אז ער איז נישט קיין צדיק!
ווער ס'וועט געווינען, וועט נאך בחייו באקומען א גלעט מיט א קניפ אין בעקל.
איך זעה טאהש שרייבט שוין 'הקוה"ט' אויפן מציבה, ס'דא עפעס העכערס פון "טהור" פארן מרכז'ער?
איך בין געווען אין טאהש צענדליגער (אויב נישט הונדערטער) מאל און זייער אסאך געזעהן און און געקענט דעם טאהש'ער רבי'ן און אסאך געהאלטן פון אים, אבער איך בין אויך היפש שאקירט פון דעם מצבה. עס איז זייער איבערגעטריבן.
און נאך א געדאנק איז מיר אריבער געלאפן. איך קען פארשטיין אז מען מאכט זיין זון פאר ממלא מקום, און איך קען אפילו פארשטיין אז די חסידים (אפילו די פון אמאל) שפילן דעם געים, יא, איך דערהער דעם געדאנק אז די קאמפאני מוז ווייטער אנגיין. אבער וואס וועט זיין ווען עס וועט קומען צו די מצבה?
מען קען דאך נישט מאכן פארן טאטן אזא מין מצבה און דערנאך פארן זון מאכן א פלעינע, וועט מען דאך בלית ברירה מאכן פארן זון עפעס ענליכ'ס...
ביז דער זון וועט ווערן 120, וועט שוין די וועלט זיין פיל נידריגער ווי יעצט, און לויט יענעם מצב וועט ער טאקע זיין ממש א מלאך א קדוש אלקי...
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
מסתמא האט דער רבי ר' מיילעך געזען אויף ק''ש אז ס'טויג נישט
שעפטלווער ס'וועט געווינען, וועט נאך בחייו באקומען א גלעט מיט א קניפ אין בעקל.
איך זעה טאהש שרייבט שוין 'הקוה"ט' אויפן מציבה, ס'דא עפעס העכערס פון "טהור" פארן מרכז'ער?
טאהש האט אויך געשריבן קודש הקדשים. אפשר קען די ויזניצער שרייבן טהור הטהורים.
אאפס, איך לייג שוין א טרעידמארק
הדד בן בדדאיך בין געווען אין טאהש צענדליגער (אויב נישט הונדערטער) מאל און זייער אסאך געזעהן און און געקענט דעם טאהש'ער רבי'ן און אסאך געהאלטן פון אים, אבער איך בין אויך היפש שאקירט פון דעם מצבה. עס איז זייער איבערגעטריבן.
און נאך א געדאנק איז מיר אריבער געלאפן. איך קען פארשטיין אז מען מאכט זיין זון פאר ממלא מקום, און איך קען אפילו פארשטיין אז די חסידים (אפילו די פון אמאל) שפילן דעם געים, יא, איך דערהער דעם געדאנק אז די קאמפאני מוז ווייטער אנגיין. אבער וואס וועט זיין ווען עס וועט קומען צו די מצבה?
מען קען דאך נישט מאכן פארן טאטן אזא מין מצבה און דערנאך פארן זון מאכן א פלעינע, וועט מען דאך בלית ברירה מאכן פארן זון עפעס ענליכ'ס...
די ברך משה האט דען די זעלבע טיטלן ווי די ויואל משה/דברי יואל?
איימיצער האט א רעפארט פון די הקמת המצבה היינט? ווי אזוי איז געווען דער מעמד?
איינער זאגט מיר אז עס איז גאר הייס דארטן.
דא האט עטס דעם דברי יואל'ס
שטייט גראדע אויך יחיד בדורו... אבער ניטאמאל די ווארט "הקדוש"
📎 דברי יואל.jpg
און נאדער דעם ברך משה'ס
(צום באמערקן, אז ס'שטייט נישט "טייטלבוים")
📎 ברך משה.jpg
בכלל אונטערסאנט צו זעהן אז עס איז היפש היפש איינגעהאלטן די טיטלען!
ווען די מציבה וועט טראסקענען (צוליב די וואג..) וועלן נאך די חסידים האבן א מופת אז די רבי איז גאר אזא עניו געווען, וצדיקים במיתתם וכו'... און האט פשוט אראפגעפושט די מציבה
צוואת כ"ק אדמו"ר מ'טאהש זצ"ל
היינט איז ארויסגעקומען (אפשר נאר א חלק פון) די צוואה פון כ"ק אדמו"ר מ'טאהש זצ"ל
ער איז מכתיר בנו יחידו (הנשאר בחיים) הרה"צ רבי אלימלך שליט"א אלס ממלא מקום במלואו, הכל בכל מכל..
בעהט די אנ"ש צו שטיצן און העלפן זיינע קינדער, ובפרט זיין שנור הרבנית אלמנת הרה"צ ר' מרדכי ז"ל
אינטערסאנט צו זעהן ווי ער בעהט ר' אלימלך עס אנצונעמען, און בעהט אים צווישן אנדערע זאכן, זיך צן פירן ווי די טאטע ביים פירן טיש, טיילן שריים, נעמען קוויטלעף. זאל זיין ש"צ שבת, ימים טובים און ימים נוראים, זאל זאגן תהילים מיטן ציבור יעדן שב"ק. און ער זאל גיין בבגדי לבינים שבתים וימים טובים.
די צוואה האבן באקומען הגה"צ ר' יעקב אלי' אונדסדארפער שליט"א, אב"ד ראשית חכמה ב'מאנטריאל און הרה"ג ר' ישראל צבי שלום גליק שליט"א, דומ"ץ טאהש בוומסב"ג.
און האט מקבל קנין געווען אגב סודר בפני הגה"צ ר' מנחם זכרי' זילבער שליט"א, אב"ד פריימאן, וראב"ד התאחדות הרבנים
📎 צוואת טאהש.1.jpg
📎 צוואת טאהש.2.jpg
און איך ווייס נישט וואס ס'איז געווארן מיטן גאנצן נוסח... דאס וואס עס איז יעצט דא....
זאגטס מיר נישט מ'גייט עס איבערמאכן מיט אלע טיטלן וכו' און צולייגן שפעטער!!!!!!!!!!!!
📎 מציבת טאהש.jpg
עפעס זעהט מיר דאס נישט אויס עכט.
ס'קוקט טאקע אויס אז זיי פלאנען צוצולייגן די איבריגע נוסח שפעטער ווייל זיי האבן געלאזט פלאץ אינמיטן. איך זעה אבער נישט וואס איז שלעכט צו לאזן אזוי.
אפשר וועלן זיי זיך נאך איבערטראכטן
.
📎 Aq_iUaIYrpb89oMIF9yWBtY8FSLtZ7HZ_bdH1hfoMOG2.jpg 📎 AtA_U4BYRQwfbLkx6JKeR_hW1YF9peFQeockn_dbRA47.jpg
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
און ער איז ווייטער משפיע פרנסה פאר זיין שעפעלעך
[ציטאט אראפגענומען]
Sorry to break it to.you guys, but...
אין וויזניץ לייגט מען נישט קיין געהעריגע מצבות.
אין אייראפע אין וויזניצא און אין קאסוב (חוץ ביים אהבת שלום), האט מען גארנישט געלייגט, ענדליך צו טשערנאביל. היינט אין בני ברק, מחמת ריבוי הקברים אינעם זעלבען אוהל, לייגט מען א קליינעם דינעם שטיין (מער א טאוועל ווי א מצבה) ווי עס שטייט "כ"ק אדמו"ר הרה"צ....... ........ בן כ"ק אדמו"ר הרה"צ...... ....... זצ"ל מוויזניצא, בעמח"ס........." אין די יום פטירה. ניטאמאל 'פה נטמן' אין 'תנצב"ה' וואס מען שרייבט געווענליך אויף מצבות.
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
לייוו הוק-אפ פין די מעמד הקמת מציבה, 718-704-0049
וואס איך נעם ארויס פון די נוסח הצוואה איז אזוי. דאס איז אמת אז ער האט געוואלט אז מיילעך זאל איבער נעמען, און די עיקר איז ווייל ער האט נישט געוואלט די זאך זאל צושפליטערט ווערן (פארוואס עס גייט אים אן אז יעדע ביהמ"ד האט זיך זיין איגגענע דעת תורה פון דיין, ווייס איך נישט, אבער אזוי האט ער געוואלט) אבער דער נוסח הצוואה מיט אלע פרטים און פרטי פרטים וואס מ'שמועסט טויס בתנאי כפול ומכופל אז קיינער האט נישט קיין דעה אויסער מיילעך, און אלעס אלעס אלעס און מ'רעכנט אויס פונקטליך כדי מ'זאל נישט האבן א טעות, דאס איז נישט זיין דעת, דאס האט א צווייטער געשריבן און ער האט זיך נישט מתנגד געווען צו די ווערטער.