☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

293 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9433
בלאט: 1 2 3 4 5 6

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 2:50 pm

· #295182
בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
אין די מינוטן קומט אריין די בשורה לא טוב, אז כ"ק אדמו"ר מרן משולם פייש סג"ל לאווי זצ"ל, אדמו"ר מ'טאהש איז נפטר געווארן.

פרטים יבואו

ציבעלע-קיגל » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 2:52 pm

· #295183
ברוך דיין האמת

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 2:57 pm

· #295186
נצחו אראלים את המצוקים

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 2:59 pm

· #295188
ונשבה ארון הקודש.

שמעון וואלף » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:04 pm

· #295194
ברוך דיין האמת

אנאנים, צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל באוויין איך די גרויסע אבידה. אבער זאג מיר די אמת, האסט ממש נישט געגלייבט אז דאס קען פאסירן? כ'האב נישט געוויסט אז ס'זענען פארהאן טאשע משיח'סטן

דריידל » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:07 pm

· #295196
ברוך דיין האמת. יעצט האמיר שוין נאך א יארצייט אין די איינע וואך ווען ס'געפאלט די יארצייט פון עטליכע גדולים פון פאריגע דור.

כ"ו - סאטמאר
כ"ז - ספינקא, טאהש
כ"ח - רב פאם
כ"ט - סקולען

א איד » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:09 pm

· #295198
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'

מאטל שניידער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:09 pm

· #295199
דריידל
ברוך דיין האמת. יעצט האמיר שוין נאך א יארצייט אין די איינע וואך ווען ס'געפאלט די יארצייט פון עטליכע גדולים פון פאריגע דור.

כ"ו - סאטמאר
כ"ז - ספינקא, טאהש
כ"ח - רב פאם
כ"ט - סקולען

י"ג אב פאפא

Kool man » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:12 pm

· #295201
ברוך דיין האמת!

גר ותושב » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:19 pm

· #295202
@AllToshNews: Levaya will probably be before the Shkia Tonight

מאטל שניידער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:21 pm

· #295204
Kevura before the Shkiya

גר ותושב » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:22 pm

· #295205
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
📎 uploadfromtaptalk1439407360993.JPG

HotCoffee » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:23 pm

· #295206
מאטל שניידער
דריידל
ברוך דיין האמת. יעצט האמיר שוין נאך א יארצייט אין די איינע וואך ווען ס'געפאלט די יארצייט פון עטליכע גדולים פון פאריגע דור.

כ"ו - סאטמאר
כ"ז - ספינקא, טאהש
כ"ח - רב פאם
כ"ט - סקולען

י"ג אב פאפא

כ"א אב - מהר"א מבעלזא

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:24 pm

· #295207
וועט נאך זיין פלאץ אויף די פליגער'ס צו כאפן די לוי'?
וואו וועט ער קומען למנוחת קדשו?

אינאיינעם מיט אלעמען בין איך זיך משתתף מיט די צער פון כלל ישראל, חבל על דאבדין ולא משתכחין,
למעשה די לעצטערע יארן - כאטש כ'גלייב אז אומדירעקט האט כלל ישראל געהאט השפעות בזכותו - האט ער אבער נישט געקענט פאר אונז אויפטון און טיילן ברכות וישועות,
אבער גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם, מיר גלייבן אז מה כאן עומד ומשמש אף שם,
איז האפענטליך וועט ער זיין א מליץ יושר פאר אלעמען און אונז באגיסן מיט ברכות וישועות והשפעות טובות און אויספועל'ן די גאולה שלימה בקרוב ממש.

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:29 pm

· #295208
ס'אוועק א איד וואס האט מתפלל געווען פאר אנדערע אידן מתוך אהבת ישראל (ישראל, נישט נאר אנ"ש) בכל לב ונפש. ותפילתיו עשו רושם.

קרעקער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:34 pm

· #295210
https://twitter.com/YiddishTribune/stat ... 60/photo/1

shem-tov » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:40 pm

· #295211
בד"ה

דער צדיק יסוד עולם גייט פון דער וועלט אוי נא לנו.

למעשה קען מען נאך יעצט ארויספארן פון בארא פארק צו נישט

יואליש » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:43 pm

· #295212
shem-tov

למעשה קען מען נאך יעצט ארויספארן פון בארא פארק צו נישט

כ'גלייב נישט אז די שקיעה לגבי קבורה וועלן זיי האלטן שטרענגער ווי חצות לגבי תפילה. גדולים צדיקים במיתתן.

שושן פורים » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:50 pm

· #295216
לויה 6:00

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:03 pm

· #295222
[ציטאט אראפגענומען]

תולדות אהרן, ראצפערט, חב"ד, הוצאות בית רחל ועוד

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:07 pm

· #295223
[ציטאט אראפגענומען]

גארנישט געשריבן.. נישט געגלייבט אז די טאג וועט אנקומען...

מאטל שניידער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:10 pm

· #295225
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
כגלייב אז מקען ארויספארן מאסן טאהש׳ער אידן האבן זיך יעצט ארויסגעלאזט

רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:13 pm

· #295229
מ'וועט לכאורה אנהייבן שפעט, און די לויה אליינס וועט נעמען א שטיק צייט. די חברה האפן זיי וועלן כאטש אנקומען צו די קבורה. #סיטבעלטס

מאטל שניידער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:16 pm

· #295230
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
מען האט אוודאי ארלעדיגט ביי די גרעניץ באמטע שנעלער אריבערצולאזן מיט בלויז א סווייפ טאן דעם פאספארט

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:32 pm

· #295238
שעפטל
אין די מינוטן קומט אריין די בשורה לא טוב, אז כ"ק אדמו"ר מרן משולם פייש סג"ל לאווי זצ"ל, אדמו"ר מ'טאהש איז נפטר געווארן.

פרטים יבואו

מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תקופה'לע פון א צדיק, א "קאנסוס" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכאיינס... ובא השמש וזרח השמש.

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:36 pm

· #295241
זארג נישט, מלכות בית טאהש וועט גיין פאר בנו (יחידו) ומ"מ, די אנהענגער וועלן זיך צוטיילן צווישן חתניו אויך...

די טיטלן ווערט יעצט -עס ווי ספיעק- פארכאפט ביי אנדערע זקני צדיקי דורינו, איין הרה"ק אראפ, פינף ארויף...

צוריק צו טאהש, ס'דא א געוואלדיגע אינטערוויו אויף קול מבשר ביי די אידישע ווינקל מיט ר' טובי' מאיר ניימאן, "יעדער" זאל שנעל אריינרופן!!!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:49 pm

· #295252
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
שמעקעדיג
וועט נאך זיין פלאץ אויף די פליגער'ס צו כאפן די לוי'?
וואו וועט ער קומען למנוחת קדשו?

אינאיינעם מיט אלעמען בין איך זיך משתתף מיט די צער פון כלל ישראל, חבל על דאבדין ולא משתכחין,
למעשה די לעצטערע יארן - כאטש כ'גלייב אז אומדירעקט האט כלל ישראל געהאט השפעות בזכותו - האט ער אבער נישט געקענט פאר אונז אויפטון און טיילן ברכות וישועות,
אבער גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם, מיר גלייבן אז מה כאן עומד ומשמש אף שם,
איז האפענטליך וועט ער זיין א מליץ יושר פאר אלעמען און אונז באגיסן מיט ברכות וישועות והשפעות טובות און אויספועל'ן די גאולה שלימה בקרוב ממש.

איך בין אויך משתתף בצערתן של ישראל מיט די אלע חברה וואס האבען פארלוירען זייער גייסטישע פיהרער. אבער לויט דיר איז עס גאר א פאזיטיווע ערשיינונג. יעצט קען ער אויפטוהן

ליפא » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:51 pm

· #295257
📎 tosh.jpg

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:53 pm

· #295260
ליטוואק פון בודאפעסט
אבער לויט דיר איז עס גאר א פאזיטיווע ערשיינונג

נישט ממש אזוי, איך פרוביר נאר ארויסצונעמען דעם שטיקל פאזיטיווע חלק כדי זיך צו טרייסטן דערמיט.

חקרן » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:57 pm

· #295263
קען איינער דיסקרייוון וואס ער זינגט דארט אויפן ווידאו?
עס איז כדאי צו הערן ביזן סוף...

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=88250

חקרן » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 6:24 pm

· #295296
https://www.dropbox.com/s/7agrp2mjhs0c8 ... 0.mp4?dl=0

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 6:32 pm

· #295298
עני לייוו רעפארטס פון די לוי'? מען האט שוין אנגעהויבן?

רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 6:38 pm

· #295300
טוויטער אפדעיטס: https://twitter.com/KolTosh?lang=en

אלע טאשע טוויטער אקואנטס.
https://twitter.com/KolTosh/following?lang=en

ירא שמים » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 6:39 pm

· #295301
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
וואו לייגט מען אים ?

ליפא » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 6:40 pm

· #295302
אין סקווירא

מאטל שניידער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 6:44 pm

· #295306
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
ירא שמים
וואו לייגט מען אים ?

פאללאקס לאט
עםםם סאררי לאווענס

רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:03 pm

· #295315
הייבט זיך אן אין אפאר מינוט.

Levaya Live Hook-Up Call: 718-298-2077

גר ותושב » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:36 pm

· #295355
מען זאגט נאך תהלים יעצט, קוקט אויס די לויה איז פאררופען געווארן לויטן טאהש'ע זייגער

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:41 pm

· #295359
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: דער לייק איז נאר בתנאי אז דו מיינסט עס ערנסט. און דו פרובירסט נישט צו מאכן קיין ליצנות...!

מאטל שניידער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:34 pm

· #295377
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
יחי אדונינו מורינו ורבינו מזל טוב

מאטל שניידער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:41 pm

· #295382
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:48 pm

· #295384
איך שטיק זיך פון התרגשות.

חקרן » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:55 pm

· #295387
הערט אויף, די טאהשער הכתרה איז גארנישט. איך האב אים די ערשטע מכתיר געווען דא אין קאווע שטיבל (ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז ער האט דא א ניק...)

רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:32 pm

· #295405
https://www.facebook.com/boruch.lowy.12 ... 905531564/

אויבערלענדער חכם » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:35 pm

· #295409
חקרן

די וידיאו איז צובראכען, אדער דער מענטש האט מוציא געווען שם שמים לבטלה און געגעסען אן קיין ברכה?!!!! מען דארף צו לייגען א הסבר פאר מען לייגט ארויף אזא וידיאו!

אויבערלענדער חכם » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:39 pm

· #295413
וואס הייליג ווען הייליג??? מוציא זיין שם שמים לבטלה אזוי פיל מאל איז טמא טמא יקרא, און עסן אן קיין ברכה איז גוזל מהקב"ה וכנסת ישראל. זאת התורה לא תהא מוחפלת ולא תהא תורה אחרת תחתיה!!!

ליפא » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:41 pm

· #295414
אויב האט ביי אים געדארפט זיין מכוון זיין כוונות ביים זאגן השם נאמען איז ווילאנג עס איז אים נישט געלונגען האט ער עס נישט אנגעקוקט ווי ארויסגעזאגט דעם נאמען. אולי.

אויבערלענדער חכם » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:43 pm

· #295415
מגלה פנים בתורה!!! עס איז נישט אויסגעהאלטן על פי הלכה. איך פארשטיי נישט פארוואס מען מוז פארענטפערען א מענטש וואס איז עובר הלכה בשאט נפש. איך גלייב נישט אז עס איז אן אמת'ע וידיאו, אבער אויב עס איז יא, און ער איז געווען ביים דעת, איז ער א פשוט'ע עבריין געווען.

ליפא » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:46 pm

· #295417
אז דו שרייסט נאך אביסל העכער קום איך אריבער צו דיין זייט. געב עס א שאט...

אויבערלענדער חכם » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:49 pm

· #295418
ליפא
אז דו שרייסט נאך אביסל העכער קום איך אריבער צו דיין זייט. געב עס א שאט...

אויב איר האט נישט גוט מכוון געווען מיט דער הודעה [וואס איך פארשטיי נישט פירוש המילות] זאג עס איבער עטליכע מאל, ווייל עס איז כאילו איר האט עס נאך נישט געזאגט:)
ביטע זייט מיר מוחל אז איך פארשטיי נישט ווי אזוי מענטשן וואס זענען בדרך כלל לאגישע מענטשען קענען פארענטפערען הנהגות מיט אזעלכע מינע excuses וואס האבען נישט קיין שום פשט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6