☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א פעטיציע

א פעטיציע

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7032

כוכב » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:34 pm

· #218853
א פעטיציע
סאשי סאשי סאשי סאשי, יא, סאשי סאשי, יא, די רינדעכיגע זאך מיט די עלעקטריק טעיפ, ווי אזוי האסטו געוואוסט?

איינער האט אמאל געזען די קאמעדי פון אונטערן שריפט? ווייסט איינער וואס איך רעד?
אוי איז ער גוט דער משגיח דארט, כבין נייגעריג ווי אזוי דער אקטיאר הייסט.

הכלל, איך וויל עפענען א פעטיציע. יא א פעטיציע. צו וועמען? נישט צום ווייסן הויז ווייל סאיז א וועיסט אוו טיים.
א פעטיציע אשכול כשמו כן הוא, זאמלען פעטיציעס פון גרויס ביז קליין. קען מיר איינער מסביר זיין למשל פאר וואס הוגה פאנפעט, אדער קאווע טרינקער איז אויף אפרו.

דא זאל דער עולם אויסגיסן זייער גרימצארן, לאזן הערן דעם דעת הקהל, דעם ציבור'ס אנטריסונג און צומאל שטיצע, אויף עניינים שונים ומשונים.

איך מאך א פעטיציע צו
@סאשי פיש

הייליגער קו, קאטשא פייע נעקי וואלט יאסי פאלאק געזאגט, וואו זענען סאשי'ס בילדער, די אינטערעסאנטע, די שמייכלדיגע, די לאכעדיגע און די וויינעלע, איפאו פייבוש, וואס איז געשען.

ס'מיר גוט געווארן, סאשי וועקט אלטע אשכולות... דאס זאלסטו לאזן פאר'ן אשכולות אויפוועקער, אבער נישט פאר סאשי.
דערמיט שרייב איך יעצט אונטער דער פעטיציע אז אויב סאשי קערט זיך נישט צוריק ווי אין פרידנס צייטן וועל איך אויסטרינקען אן אייזערנע שיסל קאוק אין איין אטעם און אויב וועל איך דערנאך זינגען בהסתרה וועל איך גיסן אן אייזערנע שיסל מיט חי פרוטות פאר דער שמחינו כימות ענתנו ארגאניזאציע.
מנשה ביזט אין?

סאשעלע טייערע, כווייס נישט וועלכע שווארצע קאץ איז דורכגעלאפן אבער מיר בענקען נאך דיינע בילדער. קאווע שטיבל אן דיין פיינע פרישע סאשי איז נישט די זעלבע.
האסט נאך וועקאדא ראל?
ווער ס'וויל אונטערשרייבן דער פעטיציע זאל געבן א לייק (סהאט זיך אים פארגלוסט לייקס... )

רויטע וואנצעס » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:45 pm

· #218859
....און נאכן לייקן כוכב'ס געוואלדיגע פעטיציע זאל מען גיין לייקן די אלטע ווערק פון סאשי. אסאך מאל זעה איך ספעציעל אויף בילדער, אז מ'לייקט נישט נארמאל. קען זיין ווייל די בילדער זענען אזוי גוט און פאני, אז מ'פאלט פשוט אריין אין חלשות פון לאכן.

יין שרף » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:45 pm

· #218860
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/551">viewtopic.php?f=4&t=551</a><!-- l -->

לאליפאפ » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:20 pm

· #218903
סאשי פיש
@לאליפאפ מען בענקט זיך נאך דיך, מען שפירט אין די לופט אז די פעלסט!!


@סאשי פיש

😢 😢 😢

איכה????

כוכב » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 6:12 am

· #219433
אויפגעוועקט

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 3:07 pm

· #219543
א גרינע דינסטאג נאכמיטאג הייב איך אן צו שליקצען און היק-אָפּן איך כאפ די ערשטע מנין מנחה אין איך וויין מיך אויס ביי רפאנו פאר א גאנצע רפואה, און איך זע אבער אז די מצב ווערט נישט בעסער טראכט איך אז איינער מוז זיכער רעדן פון מיך אדער האבען א אויג אויף מיך, איך פויל זיך נישט און איך רוף גלייך קיין ארץ ישראל צו די ישיבת המבקובלים אז זיי זאלען גיסען בליי פאר מיך, זאגען זיי מיך אז זיי זען איעדע פאר מינוט שווימט ארויף נאך א שטערן מיט נאך א שטערן און אויף דעם איז דא זייער א ברויזע פנים אויף אן אנדערע זעט מען גאר א הארץ אלס א צייכען פון ליבשאפט איך טראכט צו מיך וועמען קען איך מיטען נאמען שטערן און ער האט מיך ליב אבער ער ברויזט אויף מיך? אבער ווי דער בעש"ט ביי די רויבער קען איך מיך נישט דערמאנען פלוצים רופט זיך א מקובל אז א שטערן אויף לש"ה הייסט א כוכב א קאלטקייט האט מיך באנומען אזש איך האב געפילט ביי מיך ווי איך בין נארוואס דורעכגאנגען די אייז באקעט טשללענטש, איך האב געכאפט די רמז איך לויף אהער אויף אלע פיר וואס טוט מען נישט צו ווערן אויסגעהיילט און איך זע א גאנצע הספד פון @כוכב אויף מיך באגלייט מיט א פעטיציע איז מיך שוין אלעס געווארן פארשטענדליך.


@רויטע וואנצעס זאגט גוט. א לייק שאד קיינמאל נישט!

כוכב » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:11 pm

· #219959
מיין צווייטע פעטיציע וואס איך וויל עפענען, איז אז מזאל אויפנעמען @לאליפאפ פאר גבאי אויפן מוזיק פארום.
איך האלט ער איז דער פאסיגסטער קאנדידאט, פארשטייט גוט צו מוזיק, האט קראנטע אינפורמציה, כבין זיכער ער וועט אויפלעבן דעם פארום.
ווער איז אין זאל געבן א לייק.
@אנאנים

לאליפאפ » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:27 pm

· #219963
איך בין אין...

כוכב » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 11:38 pm

· #235417
צאמיר געהאט אן אנשיקעניש אשר בשם אשכולות אויפוועקער יכונה וואס מהאמיר סוקסעספול אונטערגעברענגט. פראבלעם איז א צרות אחרונות משכחות ראשונות, אויפוועקער איז גאלד קעגן דעם פרישן פריקן קרענק ווארום ער פלעגט וועקן ענינא דיומא'ס און יארצייטן ווידעראום דער נייער צדיק וועקט אשכולות אן א פארוואס און אן א פארווען די גאנצע אקטיווע אשכולות זייטל האט פארלוירן משמעות, זוכט זיך אפיר אלטע שמועסן לייגט צו עפעס א ווארט און יאלא.
דעריבער טו איך דא עפענען א פעטיציע, טייערער רבי
@berlbalaguala
ווי לאוו יו דעירלי, יעדעס מאל איך טרעפ דריי לייקס נאכן נישט שרייבן א וואך ווייס איך סקומט פון דיר, אבער פליז, דיין געוועקאכטס טרעט מיר צו צו די נערוון, סקריכט געפערליך סאו פליז סטאפ דע מעדנעס נאו!!!!

רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 12:47 am

· #235425
וועסט דארפן וואקן קיין שמעקעדיגסוויל, ווייל אויף זיין באס וועסטו מער נישט קענען ארויפגיין. סארא חוצפה די יונגווארג!

בד"וו מ'לאזט בערעלע מער נישט לייגן סמייליס, ערגעץ דארף די עקסטערע ערנגיע גיין.

מנחם » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 12:58 am

· #235428
אלטס א גאסט איז מיר דייקא יא אינטערעסאנט די אלטע אשכולות מלא וגדש.
איך בין זיך מחיה מיט די אלטע סחורה, קען זיין פאר אן אלטגעזעסענער איז דאס נישט אינטערעסאנט, אבער איך זעה נישט וואס עס איז אזוי אויפברויזנד.

פישלע העררינג » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 1:00 am

· #235429
מנחם
אלטס א גאסט איז מיר דייקא יא אינטערעסאנט די אלטע אשכולות מלא וגדש.
איך בין זיך מחיה מיט די אלטע סחורה, קען זיין פאר אן אלטגעזעסענער איז דאס נישט אינטערעסאנט, אבער איך זעה נישט וואס עס איז אזוי אויפברויזנד.

אלטע סחורה מונחת בקרן זוית וכל הרוצה ליטול יבוא ויטול. מען ברויך נישט אן ארויפברענגער.

מנחם » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 1:05 am

· #235430
האסט א נקודה, הגם געווענליך קומען נאר לתחיה די סמעטענע, ווערסעס זיך פארשטויבן דעם קאפטן זיכענדיג אין קעללער.
אבער די זאגסט אז אלעס איז דא מען דארף נאר אביסל זיכן, מסכים, אבער וואס רעגט עס אזוי אויף?

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 6, 2015 8:48 pm

· #273044
לאמיך ענק עפעס פארציילן פון די סייענטיפישע פארטיקלס פון מזל מאדים. די אסטראנאלאגן שמויטע פאנעם זאגן אז 560 דעגרי מיט 150,000 ליכט יארן קומט אויס רעלאטיוו צו א ביליאנסטל פון אן אטאם צו שפירן די שנעלקייט וואס די גראוויטי שלעפט צו זיך.

איר פארשטייט? ווייל איך נישט.

איר זעהט. איך ווייס דאך אז איך בין א מן הארעץ אין די ענינים, איז במופלא ממך אל תדרוש, איך לאז עס פאר די קלוגערע חכמים דא אין שטיבל, זאלן יידל און ונבנתה זיך אויסשמועסן, איך פארשטיי נישט דערצו און איך שרייב קיינמאל נישט דערוועגן. און איך וואלט פארשטאנען אז יעדער מענטש זאל שרייבן נאר אין דעם תחום ווי ער האט כאטש די מינימום ידיעה, א שטיקל געפיל, א מושג וואס ער שרייבט. ווייל אניש, האט עס א פנים ווי דער פאראגראף הנ"ל. און ווי חז"ל לערנען אונז שוין, כל שאינו יודע בטיב גיטין וקידושין, לא יהא לו עסק עמהם.

ומכאן הפעטיציע יוצא. איך וויל בעטן אונזער חשוב'ער ניק, @ליטוואק פון בודאפעסט, וועלכער האט מיט חסידות איינגעשטויסן ווי א יוון אין דער סוכה, אז ער זאל אויפהערן שרייבן איבער חסידות. ער פארשטייט נישט דעם עסק, ער טוט עס גרינגשעצן, די לערנען און יר"ש פון א חסיד איז ביי אים ווייניגער חשוב מקליפת השום, כל זמן מען איז נישט הגר"מ פיינשטיין נומ. #1 איז מען הבל וריק, ער איז סטאק איז זיין תורה באבל, קיין שום אנדערע זאך אויסער טעירע האט נישט ביי אים די מינדעסטע וועליו, אשר ע"כ, כלך לך מדרך זו, זוך אנדערע נושאים, דו שרייבסט פיין, אבער הער אויף אפלאכן און אפשפעטן און צו גיסן צואה רותחת אויף יעדע חסיד'ישע זאך וואס מען דערמאנט דא, ושלום על ישראל.

ווער איז מסכים?

סאשי פיש » פרייטאג יולי 3, 2015 11:09 am

· #286942
Re: א פעטיציע
איך

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 3, 2015 1:37 pm

· #286994
דער שטינקער וויל אוועקרייסען דער שמועס פונ'ם דאזיגען אשכול, אריין אין דער פארריקטע אשכול ווי קיינער קוקט נשיט אריין. אלזא, שטעל איך דא דער ציון לנפש חיה, ווי די לעבעדיגע אשכול אויף וואס ער האט זיך אזוי גערעגט זיצט, און דער וואס וויל מיטהאלטען דער שמועס, זאל מוחל זיין @שמעקעדיג'ס מחילה, און אריבער גייען דארט מיטהאלטען דער ענין.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 3, 2015 3:14 pm

· #287017
Re: א פעטיציע
ענק ליידען אלע פון די זעלבע מחלה/מחילה. קענסט נישט משיג זיין אז ס'איז דא אזעלכע וואס קענען טאקע פארשטייען און דערהערען א געזעלשאפט וואס איז נישט זייער'ס. אדער 'פארשטיי איך נישט', אדער בין איך בעצם א חסיד וואס זוכט זיך אויסצוקריכען דערפון. ס'קען נישט זיין אז איך קען רעדען דיין שפראך אן צו זיין איינער פון ענק.
און טאקע דער שמעקעדיג האט מיר אויפגערעגט. ער הייבט אן מיט רעדען פאר מיר און אוועקשטעלען מיין דעה, דערנאך האלט ער ביים צונעמען מיין רעכט צו רעדען. אנטשולדיגט מיר, אבער טאמער ס'שמעקט דיר נישט, כאפ אן דיין נאז אביסל שטערקער.