☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

559 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9115
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

ביליג » מיטוואך יוני 17, 2015 12:39 pm

· #283270
זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
Listia אפשר דא איינער מיט אינפראמאציע וועגן די וועבסייט ?
<a class="postlink" href="https://www.listia.com">https://www.listia.com</a>
קען מען מאכן געלט ?
עס ארבייט דורך פוינטס. מען קויפט/פארקויפט דורך פוינטס אפשר קען מען מאכן עפעס קליינגעלט אויף שיפינג

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 1:52 pm

· #295541
ווייסט איינער וויאזוי ממאכט א קרעדיט ליין? איך וויל ארויסנעמען א קרעדיט ליין אויף מיין הויז. סדא אפאר הינדערט טויזענט ארויסצונעמען. וועלעכע באנק איז די בעסטע? דארף מען ווייזען אינקאם?

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 3:39 pm

· #295562
זיכער דארפסטי ווייזן אינקאם. די באנק וויל דאך זעהן אז די וועסט האבן פון וואנעט צו באצאלט.

רעדט צו א מארגעזש בראוקער

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 5:53 pm

· #295585
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
מוז נישט זיין מדארף ווייזען אינקאם, פארשטייט זיך אז מקען נישט מאכן א כלל פון יעדער הויז די זעלבע, ווענט זיך וויפיהל פלאץ סאיז דא אבער שטארקע ביכולת אז מדארף בכלל נישט ווייזען.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 6:15 pm

· #295591
איך האב אמאל געטון אין מארגעזשעס און קיינמאל געהערט אזא זאך אז די באנק זאל בארגן אן זעהן אינקאם. אפשר קענסטי מסביר זיין וואס די באנק'ס חשבון איז צו בארגן פאר איינער וואס האט נישט קיין אינקאם. פון ווי זאלן זיי צוריק זעהן די געלט?

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 6:43 pm

· #295603
זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
היינט צוטאגס טיילט די באנק לינקס אין רעכטס, אים געוויסע בענק זענען גענוג צופרידען מיט לייגן א ליען אויפן הויז אין דיר געבן א ליין פון קרעדיט, פארשטייט זיך ספארלאנגט זיך געוויסע זאכן וואס מוז נישט זיין יעדער הויז וועט זיין approved, אבער מיינס א באקאנטע ווייס איך וואס האט ארויס גענומען אזא ליין פון קרעדיט

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 6:54 pm

· #295607
wow, איך וויל הערן מער וועגן דעם.

אחד העם » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 7:46 pm

· #295646
רויטע וואנצעס
wow, איך וויל הערן מער וועגן דעם.

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 5:48 am

· #295744
שטילע אינגערמאן
היינט צוטאגס טיילט די באנק לינקס אין רעכטס, אים געוויסע בענק זענען גענוג צופרידען מיט לייגן א ליען אויפן הויז אין דיר געבן א ליין פון קרעדיט, פארשטייט זיך ספארלאנגט זיך געוויסע זאכן וואס מוז נישט זיין יעדער הויז וועט זיין approved, אבער מיינס א באקאנטע ווייס איך וואס האט ארויס גענומען אזא ליין פון קרעדיט

וועלעכע באנק איז דאס געווען?

כפתור » זונטאג אוגוסט 23, 2015 7:58 pm

· #297376
איך דריי מיך שוין א שטיק צייט און ק"ש און נאכנישט דערגאנגען געהעריג וויאזוי ק"ש ארבייט. וויאזוי ווייסיך וואס און ווי כ'האב שוין געליינט, און נאך אנדערע שארט-קאטס. קען מיר איינער אנווייזן ווי צו זוכען?

כפתור » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 12:00 am

· #297463
איך שרייב מער-ווייניגער אויף מיין קאמפיוטער.

אמאל ביי "אומגעליינטע הודעות" איז רויט, אמאל שווארץ, אמאל לויפט עס, און אמאל נישט.
וויאזוי ווייס איך ווען איינער ענטפערט אדער לייגט א תגובה אויף וואס איך האב געשריבן?
ס'דא נאך זאכן אבער איך קען מיך נישט דערמאנען אויפן מאמענט.

איינס פון די שוועריקייטן און ק"ש איז וואס הגם אידיש איז מיין מאמע לשון, דאך בין איך מער צוגעוואינט צו שרייבן און מיך אויסדריקן אויף ענגליש. ס'נעמט צייט זיך צו איבער טרענירן

samiam » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 12:10 pm

· #299515
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
איך דארף א recipe פאר גאלע .

אפשר איז דא מער א פאסיגע אשכול פאר קאכען?

הוגה » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 7:52 am

· #301676
ווייסט איינער די טעלעפאן נומער פון די 'סוכה שדכן' וואס איז אינטערוויוד אויף קול מבשר?

געוואלדיג » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 11:47 am

· #301688
718-998-6596
דאס איז די נאמבער פון איהם ואס איך האב.

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:15 pm

· #301695
איך זוך א נייע אינטערענעט פראוויידער פאר'ן אפיס. ס'איז דא א ים מיט סערוויסעס און ספידס. איינער קען מציע זיין א געוויסע קאמפאני וואס איז נישט צודרייט טייער און די ספיד איז כמעשה? יישר כח!

שלום על ישראל » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:37 pm

· #301708
רויטע וואנצעס
איך זוך א נייע אינטערענעט פראוויידער פאר'ן אפיס. ס'איז דא א ים מיט סערוויסעס און ספידס. איינער קען מציע זיין א געוויסע קאמפאני וואס איז נישט צודרייט טייער און די ספיד איז כמעשה? יישר כח!

Optimum

לית דין בר נש » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 2:17 pm

· #303409
ווייסט איינער צו עס איז דא א גמ"ח ווי איך קען באקומען סידורים פאר א שבתון? בערך 150
איך זיך נישט א חומש וואס האט אין בעק די סידור מיט פיצקלע אותיות און אויך נישט סידור אורה ושמחה פון 1974
איך זיך א שיינע נארמאלע סידור פאר איין שבת.
(איך ווייס קיינער דארף נישט צושטעלן וואס איך וויל, איך פרעג נאר אויב איינער ווייסט פון אזא זאך)
תודה

קפה נמס » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 3:48 pm

· #303427
די היימישע טשעיר רענטעל קאמפעני'ס פארדינגען סידורים פאר שבתים.

ביליג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 8:20 pm

· #304335
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
samiam
איך דארף א recipe פאר גאלע .

אפשר איז דא מער א פאסיגע אשכול פאר קאכען?

📎 uploadfromtaptalk1444781938569.jpg📎 uploadfromtaptalk1444781908033.jpgקרעדיט בנות ציון באבוב

אהרן » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 7:48 pm

· #304523
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
קען מען האלטן קליידער אין א שעד (Shed) אין בעקיארד אדער די קליידער וועלן חרוב גיין פון די וועטער?

שלום על ישראל » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 3:14 pm

· #304630
אהרן
קען מען האלטן קליידער אין א שעד (Shed) אין בעקיארד אדער די קליידער וועלן חרוב גיין פון די וועטער?

אויב עס איז נישט 100% וואסער-פרוף (נישט נאר א גוטע דאך; פייכקייט גייט אין אלע דירעקציעס), קענען די קליידער באקומען א גרוך.

אהרן » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 3:28 pm

· #304633
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
שכוח שלום על ישראל.

קעלט/היץ איז נישט קיין פראבלעם?
איז דא א עצה פאר פאכקייט?

שלום על ישראל » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 3:33 pm

· #304634
אהרן
שכוח שלום על ישראל.

קעלט/היץ איז נישט קיין פראבלעם?
איז דא א עצה פאר פאכקייט?

וואטער-פרופינג, ווי אויבנדערמאנט.

געוויסע זעלטענע קליידער האבן א ווארנונג אויפן לעיבל איז ס'טאר נישט זיין העכער א געוויסע היץ טעמפעראטור. דארפסטו פארשטיין אז די גאס ווערט גוט הייס במשך די זימער, ספעציעל אויב ס'איז דירעקט אונטער דעם זון.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 6:25 pm

· #305619
איז דא א וועג וויאזוי כ'קען ארויספרינטן דעם בוך?

ירא שמים » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 7:28 pm

· #305628
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
שוין גרינגער צו ליינען דעם בוך … אפשר איז דא עפעס א עפפ וואס מאכט עס.
וואסערע בוך איז דאס? כקען עס נישט זעען.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 7:49 pm

· #305638
ירא שמים

וואסערע בוך איז דאס? כקען עס נישט זעען.

עס איז ח"נ ביאליק'ס איבערזעצונג פון דעם וועלט בארימטן דאן קעהאטע.

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 2:00 pm

· #306209
וואו איז א גוטע פלאץ פאר א יונגערמאן זיך צו לערנען IT והמסתעף?

געוואלדיג » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 2:49 pm

· #306220
דא
אדער דא
אדער אפשר דא
😂 😂 😂

בן אדם » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 3:49 pm

· #306227
שמעקעדיג
וואו איז א גוטע פלאץ פאר א יונגערמאן זיך צו לערנען IT והמסתעף?

J tech Center אין וויליאמסבורג, נאך עפעס א פלאץ אין מאנהעטן וואס יונגעלייט גייען כ'האב פארגעסן די נאמען. און אויב ווילסט אויך א דעגרי (מ'דארף האבן מינימום 40 שעה אלע קורסעס צוזאמען)מכון לפרנסה, בדרך אדער עני אנדערע קאלעדזש.
עלה והצלח. אמן

בן אדם » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 3:59 pm

· #306230
דער נומבער האט מען אמאל האב איך געטראפן בנוגע דעם מאנהעטן סענטער, ער'ז א היימישער יונגערמאן. אויב ער נעמט שוין נישט קעיר עט ער לכה"פ קענען דיירעקטן צו די ריכטיגע.
347-762-9755

טמיר » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:21 am

· #306797
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
איך האב א צובראכענע stereo system וואס די ספיקערס זענען עקסטער און גוט. קען מען קויפן אן אנדערע סיסטעם אהן ספיקערס און קאנעקטן צו מיין עקזעסטירנדע? ואת"ל יא, וואס מאכט א stereo system קלאר און גוט, די עצם player or the speakers? אויב די ספיקערס, דאן קען איך קויפן א ביליגערע סארט. ייש"כ פאר עני סאג'עסשן

ישראלי » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 10:22 pm

· #307424
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
וויאזוי קען מען שיקן txt msgs צו א ישראל'דיגע סעלפאון דורך email? (אזוי ווי איך שיק צו א אמעריקאנע סעלפאון <!-- e --><a href="mailto:845xxxxxxx@vtext.com">845xxxxxxx@vtext.com</a><!-- e --> וכדומה)

BAL TSHIVA » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 10:41 pm

· #307425
דער בעל ה'סעלפאן זאל שיקן א text צי דעם E-mail וועסטי קענען זען וואס די אדרעס איז.

ישראלי » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 10:54 pm

· #307429
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
כשר'ע סעלפאון'ס האבן נאר incoming)(אדרבה אויב ווייסטו איינער וואס האט א נישט כשר'ע ביטע פראביר עס אויס)

טמיר » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 12:27 am

· #307435
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
וואס איז די חילוק צווישן א טייערע usb flash drive און א ביליגע? די ביליגע האבן א ריסק פון פארלירן די דעטע?

petergrifin » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 12:31 am

· #307436
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
טמיר
וואס איז די חילוק צווישן א טייערע usb flash drive און א ביליגע? די ביליגע האבן א ריסק פון פארלירן די דעטע?



געווענליך האט עס צוטוהן מיט ווי שנעל עס קען ליינען און שרייבן. ליין דורך די רעוויוס אויף עמאזאן וועסטו שוין פארשטיין.

טמיר » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 7:36 am

· #307445
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
א דאנק. בעיקר וויל איך וויסן צו עס איז דא א חשש עס זאל אויסמעקן דעטע, וואס דעמאלטס איז נישט ווערט די געלט וואס מען שפארט זיך

סאשי פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 8:56 am

· #307811
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
Dropbox, ect.

געוואלדיג » דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 11:27 am

· #308315
איך דארף אינפארמעישן אויף די נאווהארדאקער ישיבה אין פראנקרייך, אויב איינער ווייסט וועל איך זייער דאנקבאר זיין,

ירא שמים » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 11:27 pm

· #309023
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
וואו קען מען קויפן אין א געשעפט אדער אנליין אלגעמיינע העברעאישע ביכער דאהי אין ניו יארק?

געוואלדיג » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 11:45 am

· #309079
וועלכע סארט ביכער, סתם אלגעמיינע? איז דא צו באקומען אין יעדע, קאנטערווערסואלע, קענסטו טרעפן מסתם ביי טובי'ס אין מאנסי.

ירא שמים » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 11:50 am

· #309080
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
אנליין ווייסטו?

חכם עתיק » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:23 pm

· #309122
ירא שמים
וואו קען מען קויפן אין א געשעפט אדער אנליין אלגעמיינע העברעאישע ביכער דאהי אין ניו יארק?


אויף AVE P איז דא א געשעפט ספרותק

לית דין בר נש » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 2:57 pm

· #309530
א פלעינע עם הארצישע שאלה איך האב נאך קיינמאל אין מיין לעבן נישט געטייפט קיין נקודות איך דארף יעצט לייגן אביסל נקודות אין א Word document קען איינער פליז זאגן וואס איך ברויך טוהן

זאפארטע הילף איז עפרישיעטיד

בתודה מראש
עם הארץ

געוואלדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:05 pm

· #309534
שטעל אן caps lock און דאן דרוק אויף shift צוזאמען מיט די נאמבערס באטענס יעדע נאמבער איז א אנדערע אות.

לית דין בר נש » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:08 pm

· #309536
עס גייט נישט ביי מיר, למשל איך וויל פינטלען די ווארט ויאמר שרייב איך קודם די ווארט נאכדעם כאפ איך אהן די ו און מאך קעפסלאק און שיפט נאמבער? לא עובד

געוואלדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:10 pm

· #309537
לית דין בר נש
עס גייט נישט ביי מיר, למשל איך וויל פינטלען די ווארט ויאמר שרייב איך קודם די ווארט נאכדעם כאפ איך אהן די ו און מאך קעפסלאק און שיפט נאמבער? לא עובד

ניין כאפ נישט אן די וא"ו, שטעל זיך גלייך נאך די ו' און דארט לייג די נקודה, אויב גייט נאכאלס נישט איז מעגליך אז עס איז אזא פאנט וואס פארנעמט נישט קיין נקודות.

לית דין בר נש » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:23 pm

· #309540
וועלכע פאנט פארנעמט יא נקודות? איך האב יעצט פראבירט פיר קיין איין האט נישט געארבעט אפשר זאגסטו אויף וועלכע פאנט איך זאל פראבירן?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:26 pm

· #309541
<a class="postlink" href="http://www.zooloo.co.il/calc/zooloo_nakdan.asp">http://www.zooloo.co.il/calc/zooloo_nakdan.asp</a>

געוואלדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:26 pm

· #309542
עס איז זייער פאני, ווייל רוב פלינע פאנטס ארבעטן, וועלכע פאנטס האסטו פראבירט?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12