☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

559 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9115
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

טמיר » דינסטאג פעברואר 14, 2017 8:17 am

· #362780
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
קורקלענד
כ'זעה נישט קיין סיבה יא צו 'קויפן'...........

זיי מסביר ביטע פאר די שוואכע קעפ

החוקר » דינסטאג פעברואר 14, 2017 8:49 am

· #362782
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
ער מיינט צו זאגן אז מען קען האבן א גע'גנב'טע קאפי.

טמיר » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 12:56 am

· #365041
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
איך האב געהאט אפאר טשארדזערס וואס האבן מיט די צייט פארלוירן די קראפט, און טשארזשען שוין פיל פאמעליכער ווי אמאל. איינער האט שוין אויך געהאט אזאנס?

יעלה ויבא » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 6:10 am

· #365046
גם אני בחלומי

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 11:45 am

· #365068
איך האב עס מיט מיין קאר טשארדשער. אבער נישט אז ס'ווערט שטייטער, נאר נאך א חודש צוויי הערט עס אויף אינגאנצען ארבעטען. איך האב אייביג א ספער טשארדשער אינען גלאוו קאמפארטמענט.

החוקר » זונטאג מאי 7, 2017 9:36 am

· #370119
[ציטאט אראפגענומען]

פראביר דא אפשר וועסטו טרעפן וואס דו זיכסט.
<a class="postlink" href="http://www.nyc.gov/html/dot/html/motorist/wkndtraf.shtml">http://www.nyc.gov/html/dot/html/motori ... traf.shtml</a>
דא קענסטו טרעפן א מאפע פון די פארמאכטע גאסן.
<a class="postlink" href="http://maps.nyc.gov/streetclosure/">http://maps.nyc.gov/streetclosure/</a>

טרויבן88 » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 9:50 am

· #384610
ווייסט אפשר איינער ווי די אשכול צי לייגן נייעס פון גיוס, נישט די אנגעלייגטע אשכולות, סתם נייעס???

טרויבן88 » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 9:58 am

· #384613
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
געטראפן מיט גוגל...

יתרו » מיטוואך אקטאבער 11, 2017 12:28 am

· #386407
ווי קען מען טרעפן אן הכנסת אורחים פלאטץ צו עסן פאר אן עלענדע איד אין יו"ט אין בארא פארק ?
ולמצוה גדולה יחשב

חמלה גדולה » מיטוואך אקטאבער 11, 2017 12:30 am

· #386408
משביע

יתרו » מיטוואך אקטאבער 11, 2017 12:36 am

· #386409
א ריזיגע שכח
האסט אן אדדרעסס?

חמלה גדולה » מיטוואך אקטאבער 11, 2017 1:03 am

· #386410
נוי יטרעעקט 54

ביליג » מיטוואך אקטאבער 11, 2017 1:19 am

· #386411
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
<a class="postlink" href="http://www.masbia.org">http://www.masbia.org</a>

יתרו » מיטוואך אקטאבער 11, 2017 4:13 am

· #386412
ביסט זיכער זיי זענען אפען אין יו"ט?, ווייל אויפן WEBSITE זעה איך גארנישט וועגען יו"ט.

BAL TSHIVA » מיטוואך אקטאבער 11, 2017 5:17 am

· #386414
יתרו
ביסט זיכער זיי זענען אפען אין יו"ט?, ווייל אויפן WEBSITE זעה איך גארנישט וועגען יו"ט.

100%

ביליג » מיטוואך אקטאבער 11, 2017 10:18 am

· #386422
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
(718) 289-0635

ביליג » מיטוואך אקטאבער 11, 2017 10:19 am

· #386423
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
54 corner new utrecht ave

ביליג » מיטוואך אקטאבער 11, 2017 11:00 am

· #386427
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
See image

געוואלדיג » זונטאג יאנואר 7, 2018 2:38 pm

· #392932
איז דא עפעס וואס איך קען טוהן, איך באקום כסדר restricted פאון קאלס און קיינער רעדט נישט?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 7, 2018 3:42 pm

· #392939
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
געוואלדיג
איז דא עפעס וואס איך קען טוהן, איך באקום כסדר restricted פאון קאלס און קיינער רעדט נישט?
ביסט א חסידישער רבי, און דיין ברודער׳ס חסידים רודפ׳ן?
ביסט א טענאנט, און דיין לענדלארד וויל דיר זע׳ען אינדערויסען?
ביסט א מנהל\מלמד, און די קינדער ווילען טשעפען?
ביסט אן עסקן, און מ׳וויל דיר שרעקען?
ביסט שולדיג געלט פאר די מאפיא, און זיי ווילען שיקען א מעסעדזש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

תנחום » זונטאג יאנואר 7, 2018 7:14 pm

· #392943
אויב באקומסטו עס אופן סעל. איז דא פיינע עפפס וואס וועלן עס ערלעידיגן פאר דיר. אויב באקומסטו עס אינדערהיים איז קענסטו דריקן 77* דאס וועט בלאקן אנאנימעס רופערס. (87* וועט אויסלעשן די פיטשער)

געוואלדיג » זונטאג יאנואר 7, 2018 8:28 pm

· #392952
אויפן סעל, איך פארמאג א בעיסיק פליפ פאון.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יאנואר 23, 2018 11:55 am

· #394080
איך זוך א געלערנטער וואס פארשטייט גוט צו מאגנעטן. איז דא מאגנאטיק אינזשעניראן אדער סייענטיסטן וואס געבן אפוינטמענס פאר מענטשן?

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 23, 2018 12:57 pm

· #394090
רויטע וואנצעס: איינס פון די הויפט יסודות פון מאגנעטיזם איז עלעקטרא-מאגנעטיזם. אויף וואס די גאנצע עלעקטרישע (נישט אזוי ווי דער בלאט, וואס האט ליעב אנצורופן א יעדע עלעקטרישע פארט ..."עלעקטראניש) טעכנאלאגיע איז געבויעט. אזוי ווי טראנספארמערס, מאטאר'ן און נאך פארשידע אנדערע טיילן פון די מאדערנע עלעקטרישע סיסטעמס...!"...

איך האב א גוטן פריינט א בעל עגלה וואס ער קען זיך א ביסל אויס אין די קליינע אותיות פון די טעכנאלאגיע (רח"ל)...!

ונבנתה העיר » דינסטאג יאנואר 23, 2018 2:57 pm

· #394103
רויטע, כ'האף אז דו קריכסט נישט אין דעם לאך.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יאנואר 23, 2018 3:58 pm

· #394107
😂

ברוך שפינוזה » מיטוואך יאנואר 31, 2018 10:10 am

· #394564
איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך ווער משוגע פאר די באקסער. ודא קאקא, אז אין די היימישע געשעפטן פארקויפט מען עס נאר חמשה עשר בשבט, און אויף די אינטערנעט קאסט עס זייער טייער. ווייסט אפשר איינער וואו מ'קען עס קויפן אגאנץ יאר פאר ארום צוויי דאללער א פונט?

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 31, 2018 10:18 am

· #394570
ברוך שפינוזה: דו ביסט אין גוטע קאמפאני. ר' שמעון בר יוחאי און זיין זוהן ר' אלעזר האבן דאס געגעסן פאר דרייצן יאר וואס זיי זענען געווען אין די מערה און געלערנט תורה. אבער איך מיין אז ער וועט זיך שעהמען מיט א נאמען פון אזא אפיקורס און יאשקע ליעבהאבער ווי דער נאך וועם דו הייסט...!

נאר איך בין נישט זיכער אז דו גלייבסט בכלל אין די ..."לעגענדעס"... פון די אגדות חז"ל. מיט אזא פילאזאף ווי דו קענמען קיינמאל נישט וויסן...!

ברוך שפינוזה » מיטוואך יאנואר 31, 2018 10:27 am

· #394572
berlbalaguleh
ברוך שפינוזה: דו ביסט אין גוטע קאמפאני. ר' שמעון בר יוחאי און זיין זוהן ר' אלעזר האבן דאס געגעסן פאר דרייצן יאר וואס זיי זענען געווען אין די מערה און געלערנט תורה. אבער איך מיין אז ער וועט זיך שעהמען מיט א נאמען פון אזא אפיקורס און יאשקע ליעבהאבער ווי דער נאך וועם דו הייסט...!

נאר איך בין נישט זיכער אז דו גלייבסט בכלל אין די ..."לעגענדעס"... פון די אגדות חז"ל. מיט אזא פילאזאף ווי דו קענמען קיינמאל נישט וויסן...!

אמר רבה בר בר חנה אמר רבי יוחנן מאי דכתיב (הושע יד, י) כי ישרים דרכי ה' וצדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם משל לשני בני אדם שצלו פסחיהם אחד אכלו לשום מצוה ואחד אכלו לשום אכילה גסה זה שאכלו לשום מצוה צדיקים ילכו בם זה שאכלו לשום אכילה גסה ופושעים יכשלו בם. (הוריות י:)

לגבי די לעגענדעס, ווענדט זיך וואס דו רופסט אן גלייבן, וואס איז זיכער איז זיכער, איך גלייב אז ס'וואלט געקענט געשען.

cictim » דאנערשטאג פעברואר 1, 2018 2:26 am

· #394607
בערעלע טייערער: אז מ'גלייבט נישט אין צדיקים רח"ל, דערקייקעלט זיך עס צו כפירה בעיקר, ויאמינו בה' ובמשה עבדו, ביי דיר איז עס די צדיק, אין ביי עם איז עס שוין ח"ו ח"ו...

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 1, 2018 11:49 am

· #394623
סיקטים: איך וויל ח"ו קיינעם נישט בארעדן. אבער פונקט האטציך אויפגעמאכט א שכינות'דיגער אשכול וואו מ'באהאנדלט דעם מהות פונ'ם שרייבער דורך זיינע תגובות. וואס זאלל איך דיר זאגן. אבער דער נאכפאלגער פון דעם יעזוס פארעהרער פונ'ם אמסטערדאם'ער געטא האט אין זיינע תגובות אויסגעדרוקט ווייניגער ווי 100%'טיגע קאנפידענץ אין די אמת'דיגקייט און גערעכטיגקייט פון די מאמרי חז"ל. האמיר עס אנגערופן ..."לעגענדעס"... מיט גענזענע פיסלעך, ווי מ'רופט עס אין אידיש. אבער ביי מיר איז עס בכלל נישט קלאסיפיצירט אלס ..."לעגענדע"...נאר איך גלייב באמונה שלימה אין א יעדן ווארט פון חז"ל אז וואס זיי האבן געזאגט איז 100% אמת...!

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג פעברואר 1, 2018 8:39 pm

· #394641
בעל-עגלה: איך גלייב דיך נישט אז דו גלייבסט טאקע.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 1, 2018 9:35 pm

· #394643
ברוך שפינוזה: איך בין ב"ה א מאמין באמונה שלימה אין די דברי חז"ל. איך בין נישט פון די אויפגעקלערטע פילאזאפן. וואס זייער ערשטע זאך איז, מסופק צו זיין, אדער זיך אינגאנצן אויסלאכן פון דברי חז"ל. מיט וואס זענען זיי בעסער ווי די רעפארמער וועלכע טענה'ן אז די גאנצע תורה איז נישט געגעבן געווארן דורך משה רבינו מסיני. זיי וויללן זיין ..."טשעריטעבל"...זאגן זיי אז די תורה איז געשריבן געווארן דורך מענטשן. נאר ס'איז אינספירירט געווארן דורך גאט...! עפ"ל...!

דאס איז די ערשטע סטעפ. נאכדעים ראציאנאליזירט מען די מצוות פון די תורה. למשל, נישט טון קיין מלאכה אום שבת, איז געזאגט געווארן נאר אין די צייטן ווען די אידן זענען געגאנגען אין מדבר. (אויב זיי גלייבן בכלל אין דעם היסטארישן פאקט.). וויל דאמאלס איז געווען א שווערע זאך צו מאכן א פייער.. אבער היינטיגע צייטן ווען ס'איז דא מעטשעס. אדער ספער פלאגס דארף מען שוין קיין שבת נישט היטן. וואספארא שווערע מלאכה איז דען צו דריקן דעם רעמאוט פון טי.ווי. אדער אויפמאכן דעם סמארטפאון און וואטס'עפפ'ן אום שבת קודש. אדער צו עסן א טשיעז בורגער אדער העם סענדוויטש. אין די מדבר, אין די גרויסע היצן האט מען נישט געהאט קיין גוטע קאכן מעטאדן אדער האלטן זאכן פריש, האט די..."טאוראה"...פארבאטן צו עסן חזיר פלייש. ווייל די טריקינאסיס ווארם עקזיסטירט אין די חזירים. און אויב מ'קאכט עס נישט גוט אויס ,קענמען קראנק ווערן דערפון. אבער היינטיגע צייטן ווען ס'עקזיסטירן גוטע, היגיענישע קאכן מעטאדן און ס'איז דא גוטע רעפרידזשערעישן צו האלטן די חזיר סענדוויטשעס פריש. קען מען שוין עסן אלעס. אפילו פירות ים...!

ס'הייסט. מ'קען גיין מיט א שטריימל און בעקישע און ווייסע זאגן און זיין אן אפיקורס און א כופר גמור...!

או אינו » דינסטאג מערץ 6, 2018 5:24 pm

· #396924
ODA
ווי באקאנט טוט oda געניסען פין א יחידות'דיגע קוואל פאר ר'אימבערסמענט פאר זייער מעדיקעל סערוויסעס. FQHC איז די אפציעלע סיסטעם וואס די פעדעראלע גאווערמעט טוט פראוויידען קעיר אין זיי אפערירען אינטער דעם. ווייסט איינער אויב א פיזישאן אסיסטענט (pa) מעג אפיציעל מאכען דעם פאציענט אינטערזוך? ספעציעל ווען זיי קריגען 300 $ פאר יעדען וואס וואקט אריבער די טיר.

גראף » מאנטאג מערץ 19, 2018 1:56 pm

· #397788
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
וואו אין דער בראנקס קען מען קויפען עפעס כשר'ס אויסער ווייז פאטעיטא טשיפס?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

וואלווי » מאנטאג מערץ 19, 2018 2:37 pm

· #397792
ריווערדעיל האט געהעריג כשר'ס. אבער ס'איז שפיץ בראנקס ממש.

גראף » מאנטאג מערץ 19, 2018 2:45 pm

· #397795
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
אפשר קען איך גיין דארט פאר לאנטש אין די ישיבה... מיינסט זיי האבן היינט פיש סטיקס פאר לאנטש?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

וואלווי » מאנטאג מערץ 19, 2018 3:48 pm

· #397803
גראף
אפשר קען איך גיין דארט פאר לאנטש אין די ישיבה... מיינסט זיי האבן היינט פיש סטיקס פאר לאנטש?

Sent from my XT1096 using Tapatalk


פיש סטיקס און מעש פאטעטאס...

ס'באמת דא דארט כשר'ע געשעפטען. אבער כ'האף אבער אז ביני לביני האסטו זיך שוין געכאפט די אטעם.

אז די גייסט שוין פאר ווייז פראדאקטס קויף שוין ענדערש דיפסי דודעלס, ס'איז דיקער און מער פילינג בשעת'ן קייען...

גראף » מאנטאג מערץ 19, 2018 3:51 pm

· #397804
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
איך הונגער אוועק. עפעס לאזט מיך נישט עסן ou-d

Sent from my XT1096 using Tapatalk

וואלווי » מאנטאג מערץ 19, 2018 4:05 pm

· #397805
פעלט דען געהעריגע או יו, כ-K, אדער OK פראדאקטס?

חוץ אז די ווילסט מזנות דעמאלטס זענען רוב ou-d. אבער טשיפס, ניס, קרעקערס און אנדערע טריקענע זאכען זענען דא גענוג און נאך געהעריג או יו און אלע קאנווינענס סטארס.

די סקופס טארטיע טשיפס זענען או יו אן די D און ס'איז דעלישעס מיט סאלאסא דיפ.

📎 thumbs_0002_scoops-400x600.jpg

אדער גאלד ראש פרעטזעלס מיט wasabi sauce פון גאלד'ס.

📎 57a5ba96-52d0-4bfd-b717-8fa820b84a91_1.2804bfebd4ef440c345dbab0e17250c6.jpeg

hearty appetite

גראף » מאנטאג מערץ 19, 2018 9:54 pm

· #397823
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
דו מאכסט מיך הונגעריג.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

געוואלדיג » דינסטאג מאי 8, 2018 8:03 pm

· #401972
איינער האט א עצה, ווען איך דאונלאוד א ווארד פעיל און איך עפן עס צו קענען עדיטן קראכט מייקראסאפט ווארד ביי מיר, האט איינער אזא עקספיריענס, א עצה?

שלום על ישראל » מיטוואך מאי 9, 2018 12:52 pm

· #402066
געוואלדיג
איינער האט א עצה, ווען איך דאונלאוד א ווארד פעיל און איך עפן עס צו קענען עדיטן קראכט מייקראסאפט ווארד ביי מיר, האט איינער אזא עקספיריענס, א עצה?

עס קען זיין עטליכע מעגליכקייטן. הייב אן מיטן עפענען די פייל אויף א אנדערע קאמפיוטער, און עפענען א אנדערע פייל אויף די קאמפיוטער. אזוי קענסטו באשליסן צו די פראבלעם הייבט זיך אן מיט די פייל אדער קאמפיוטער (אדער ווארד אינסטאל).

געוואלדיג » מיטוואך מאי 9, 2018 12:54 pm

· #402067
ייש''כ, שוין באקומען א עצה צו אנלאקן די פראפעטיס בעפאר עפענען ונושעתי.

אור נוגה » מוצ"ש יוני 16, 2018 5:15 pm

· #406166
איינער האט עקספיריענס איבער נוצן לייברערי'ס אין די קעטסקילס זוממער?
לגבי בארגן מאטעריאל און זיצן דארט צו לייענען אדער ארבעטן.

תנחום » זונטאג יוני 17, 2018 2:20 am

· #406187
יא קאסט א פינעווער פאר א קארטל

אור נוגה » זונטאג יוני 17, 2018 11:18 am

· #406198
תנחום
יא קאסט א פינעווער פאר א קארטל

אין וועלכע לייברערי? און וויאזוי איז געווען דיין עקספיריענס מיט פארברענגען אין די לייברערי?

תנחום » מאנטאג יוני 18, 2018 12:37 am

· #406274
די לייבערי אין ליבערטי. נישט דארט געוועהן צו לאנג. גענוצט א קאמפיוטער פרייטאג ווען כ׳בין דארט געוועהן איבערן וויקענד. רואיגע אטמעספערע.

סמבטיון » מאנטאג יוני 18, 2018 11:29 am

· #406314
How can i download a clip from my twitter page? i

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 18, 2018 11:50 am

· #406319
Or forward to another platform like what's app. , etc. ...!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12