☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

559 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9115
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

רביה''ק זי''ע » פרייטאג פעברואר 12, 2021 11:34 am

· #466912
באמת מוז מען נישט זיין אזוי אפאלאגעטיש און זאגן אז גן עדן מיינט נישט גן עדן, מ׳קען זאגן פשוט אז גן עדן מיינט יא גן עדן נאר די מעסעדש מיינט אונז אויך, כ׳מיין פארוואס דען האט די מדרש געפונען פאר וויכטיג אונז מיטצוטיילן דעם אנעקדאט?

מנחם ציון » פרייטאג פעברואר 12, 2021 12:24 pm

· #466919
רביה''ק זי''ע
באמת מוז מען נישט זיין אזוי אפאלאגעטיש און זאגן אז גן עדן מיינט נישט גן עדן, מ׳קען זאגן פשוט אז גן עדן מיינט יא גן עדן נאר די מעסעדש מיינט אונז אויך, כ׳מיין פארוואס דען האט די מדרש געפונען פאר וויכטיג אונז מיטצוטיילן דעם אנעקדאט?

פון מדרש ווייזט זיך גאנץ קלאר אויס אז ס'איז געווען אויף רוחניות, מיט א משל פון גשמיות
תן דעתך שלא תחריב עולמי, היינו פאלג דעם רצון ה' פונקט ווי די פארשטייסט אז א גארטן קען חרוב גיין ווען מען היט נישט דערויף

רביה''ק זי''ע » פרייטאג פעברואר 12, 2021 12:27 pm

· #466921
קען זיין, מ׳דארף נאר מעיין זיין וואסערע חורבן ס׳געשעהט ווען מ׳גייט פיר אמות אן א קאפל (אויפ׳ן וועלט, נישט אויפ׳ן מענטש, שלא תחריב עולמי). קען זיין אז ס׳ווענדט זיך מיט וואסערע גלעזער מ׳לערנט מדרש אבער איך זעה נישט פארוואס איין וועג איז מער מוכרח ווי דעם אנדערן.

מנחם ציון » פרייטאג פעברואר 12, 2021 12:32 pm

· #466923
רביה''ק זי''ע
קען זיין, מ׳דארף נאר מעיין זיין וואסערע חורבן ס׳געשעהט ווען מ׳גייט פיר אמות אן א קאפל (אויפ׳ן וועלט, נישט אויפ׳ן מענטש, שלא תחריב עולמי). קען זיין אז ס׳ווענדט זיך מיט וואסערע גלעזער מ׳לערנט מדרש אבער איך זעה נישט פארוואס איין וועג איז מער מוכרח ווי דעם אנדערן.

גא עקסטריעם.
וואסערע חרבן ס'געשעט ווען איינער דרייט זיך ארום אומגע'מל'ט זעסטו יא?
אדער ווען איינער ברענגט נישט א שעפסל פון אונטער א יאר אלט, אויף דער פערצענטער טאג פון ניסן מאנאט ווען די זוהן נויגט צו מערב צו, און שפריצט נישט זיין בלוט אויף דער וואנט פון דער שעכט טיש?

פארוואס כאפסטו זיך ארויף אויף א -און בעסטן פאל- מנהג טוב?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג פעברואר 12, 2021 12:37 pm

· #466924
נו, מיין הערה גייט ארויף אויף דעם אויך, הגם איך גלייב אז מ׳קען עס פארענטפערן וועט אבער די שאלה זיין פארוואס זאל גאט מער אנגיין חורבנות וואס קומען פון שפריצן בלוט אויפ׳ן אומריכטיגן פלאץ מער ווי חורבנות וואס קענען קומען פון לייגן פלאסטיק פלעשער אויפ׳ן אומריכטיגן פלאץ? מילא ווען מ׳גייט מיט׳ן חרדיש׳ן(?) אמונה אז די תכלית פון די מצוות איז פאר עולם הבא פארשטיי איך, אבער אז מ׳גייט שוין יא מיט׳ן רעפארם אמונה פון ״תיקון עולם״ פארוואס עס נישט נעמען ווייטער?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:22 pm

· #466929
איך פרוביר מיר נאר פארצושטעלן וויאזוי ס׳וואלט אויסגעקוקט ווען איך פרעג די קשיא פאר יהודה בן תימא אליינס, וואס וואלט ער געענטפערט? ער וואלט מיר מן הסתם אריינגעשטעלט אין משוגעים הויז...

קוויטעל » זונטאג פעברואר 14, 2021 2:01 pm

· #466981
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב געקלערט צו ענטפערן א תירוץ וואס כ'האב פונקט געטראכט. אבער קודם א שטיקל הקדמה.
איך בין נישט דא אויסן צו אפענטפערן פאר די וואס גלייבן נישט, אז חז''ל מיינט שלמה המלך אוודאי - וואס פון עהם און ארויף קומט אלעס. און אנשטאט צו קוועטשן די כלומרשטע מציאות פון איינגערעדטע סייענטיסטן, וואס קיינער קען זיי ממילא נישט כאפן ביים טעות, ווייל מ'גלייבט זיי אן קיין פיפס, אנע פראוו, קוועטשן זיי די חז''ל אין א ווינקל מיט נארישע ספיקות אן קיין האפט.

וואס כ'האב געקלערט צו ענטפערן, פארוואס די חז''ל האבן געשריבן הוי רץ כצבי ולא כ'טשיטא'. ווייל קען זיין אז א טשיטא איז בכלל נאכנישט געווען דעמאלטס. וואס ווי באקאנט פאר די יודעי משנה, איז א נמר אליינס א צוזאמגעשטעלטע חיה פון א חזיר און א לייב. קען זיין אז א טשיטא אויך. און ס'נאכנישט געווען דאן. אולי

מנחם ציון » זונטאג פעברואר 14, 2021 2:53 pm

· #466982
[ציטאט אראפגענומען]

העי... מיר איז גוט אזוי
איך שוין נאר דעם גלויבער, די האר פאלן אים ארויס פון דרוק אויפצוקומען מיט א שיפע תירוץ. בעת וואס ווען וועלט איז וועלט ענפערט ער אז חז"ל האבן "פלעין נישט געוואוסט"

מנחם ציון » זונטאג פעברואר 14, 2021 2:57 pm

· #466983
קוויטעל

וואס כ'האב געקלערט צו ענטפערן, פארוואס די חז''ל האבן געשריבן הוי רץ כצבי ולא כ'טשיטא'. ווייל קען זיין אז א טשיטא איז בכלל נאכנישט געווען דעמאלטס. וואס ווי באקאנט פאר די יודעי משנה, איז א נמר אליינס א צוזאמגעשטעלטע חיה פון א חזיר און א לייב. קען זיין אז א טשיטא אויך. און ס'נאכנישט געווען דאן. אולי

😂 😂
פארוואס זעסטו דאס אלס מער בכבוד'יג פאר חז"ל?

ועוד, וואס טוט זיך מיט'ן אין כל חדש וכו'?

קוויטעל » זונטאג פעברואר 14, 2021 6:18 pm

· #467009
מנחם ציון
קוויטעל

וואס כ'האב געקלערט צו ענטפערן, פארוואס די חז''ל האבן געשריבן הוי רץ כצבי ולא כ'טשיטא'. ווייל קען זיין אז א טשיטא איז בכלל נאכנישט געווען דעמאלטס. וואס ווי באקאנט פאר די יודעי משנה, איז א נמר אליינס א צוזאמגעשטעלטע חיה פון א חזיר און א לייב. קען זיין אז א טשיטא אויך. און ס'נאכנישט געווען דאן. אולי

😂 😂
פארוואס זעסטו דאס אלס מער בכבוד'יג פאר חז"ל?

ועוד, וואס טוט זיך מיט'ן אין כל חדש וכו'?

בכבוד הראוי הרב מ נ שי'
איר האט אמאל אויסגעלערנט א באנד מדרש? אויסגעלערנט א מסכתא אין ש''ס? אויב יא איז א דאפעלטע חידוש אויף אייערע פראגעס.
אנשטאט מאריך צוזיין בכדי, אפשר קוקט נאך בראשית רבה אויפ'ן פסוק 'אשר מצא את הַיֵּמִם במדבר' [וועל איך אייך שוין מזכה זיין מיט'ן לערנען תורת אמת...]

מנחם ציון » דינסטאג פעברואר 16, 2021 4:02 pm

· #467111
איז דא אן אפיציעלער וועג וויאזוי צו אפראוטשן א פובליק פיגור צב"ש א פראדוסער, אקטיאר, רעפארטער וכדו'?
איז דא ערגעץ ווי מען קען אויפקוקן זייער קאנטאקט אינפארמאציע? (טעגן אויף סאציאלע מידיע איז אן אויסוואל?)

מנחם ציון » דינסטאג פעברואר 16, 2021 4:03 pm

· #467112
קוויטעל

בכבוד הראוי הרב מ נ שי'
איר האט אמאל אויסגעלערנט א באנד מדרש? אויסגעלערנט א מסכתא אין ש''ס? אויב יא איז א דאפעלטע חידוש אויף אייערע פראגעס.
אנשטאט מאריך צוזיין בכדי, אפשר קוקט נאך בראשית רבה אויפ'ן פסוק 'אשר מצא את הַיֵּמִם במדבר' [וועל איך אייך שוין מזכה זיין מיט'ן לערנען תורת אמת...]

אביסל תוספת ביאור ביטע?

קוויטעל » דינסטאג פעברואר 16, 2021 4:27 pm

· #467114
מיסטעך זעצן לערן...

מנחם ציון » דינסטאג פעברואר 16, 2021 4:31 pm

· #467115
נו נו
איך ווארט אויף תוספת ביאור

וואלווי » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 12:20 am

· #484362
וואס טעיסט בעסער? קישקע מיט טחינה אדער פאטעטא קיגל מיט חריין ?

קהל'ס נער » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 12:45 am

· #484363
וואלווי
וואס טעיסט בעסער? קישקע מיט טחינה אדער פאטעטא קיגל מיט חריין ?


ניתי ספר וניחזי, גיי לייוו אויף אינסטעגרעם און פרוביר עס אויס, געדעינק צי געיבן א ווארענונג אז עס קען זיין דערשטערנד פאר א חלק מהקהל, דערנאך מאך א וואוט, והנה חלום.

טמיר » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 10:57 pm

· #484720
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
פארוואס ווידיאוס גענומען דורך מיין קעמערע אדער פאון נעמען אויף אסאך מער פלאץ ווי פראפעסיניאלע מאוויס וואס זענען פונקט אזוי קלאר (אדער נאך קלארער)?
לדוגמא, א ווידיא געכאפט פון מיין פאון אויף fhd 1080, נעמט 1 מינוט אויף איבער 100 מב! דערנאך האב איך א פראפעסיניאלע ווידאו מיט די זעלבע רעזעלאשען פון א גאצע שעה 1.7 גב, ווען ע"פ חשבון וואלט עס געדארפט אויפנעמען איבער 6 גב??

וואס מאכט די חילוק?
און וואס קען מען טון צי רעדיצירן די סייז? אנדערע סעטינג? אנדערע סארט כלי?

די זעלבע פראבלעם איז מיט א געהעריגע 400 דאלירדיגע קעמערע

טמיר » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 1:31 pm

· #485031
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
טמיר
פארוואס ווידיאוס גענומען דורך מיין קעמערע אדער פאון נעמען אויף אסאך מער פלאץ ווי פראפעסיניאלע מאוויס וואס זענען פונקט אזוי קלאר (אדער נאך קלארער)?
לדוגמא, א ווידיא געכאפט פון מיין פאון אויף fhd 1080, נעמט 1 מינוט אויף איבער 100 מב! דערנאך האב איך א פראפעסיניאלע ווידאו מיט די זעלבע רעזעלאשען פון א גאצע שעה 1.7 גב, ווען ע"פ חשבון וואלט עס געדארפט אויפנעמען איבער 6 גב??

וואס מאכט די חילוק?
און וואס קען מען טון צי רעדיצירן די סייז? אנדערע סעטינג? אנדערע סארט כלי?

די זעלבע פראבלעם איז מיט א געהעריגע 400 דאלירדיגע קעמערע

קיינער האט נישט וואס צי זאגן איבער דעם, אדער קיינער קוקט נישט אין דעם פארום? [emoji15]

תרמב » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 2:13 pm

· #485035
אנטשולדיגט, איך וואלט אייך געענטפערט אבער איך ווייס נישט וואס די תירוץ איז, סארי, אפשר וועט גוגל וויסן.

החוקר » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 2:30 pm

· #485036
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
אן דורכטון די נושא, קלער איך אז קען זיין איינס פון די סיבות (עס איז לכאורה דא עטליכע זאכן וואס נוצט אויף מער פלאץ) איז וויפיל פרעימס פער סעקונדע. לכאורה איז דיין פריוואטע ווידיאו אויף א העכערע סעטינג.

שארפןקאפ » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 2:57 pm

· #485040
אויבן אויפיג, איז די חילוק אז ווען דיין פאון נעמט א ווידעא נעמט עס מיט אסאך דעטאלן פון די ענווייראמענט, מש"כ ביי א מאווי אדער עני פראפעסיאנעלע ווידיאו איז געווענליך קאמפרעסד אין די איבעריגע דעטא ווערן ארויסגענומען.

געדאנקן » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 6:36 pm

· #485049
מקען שיקן בילדער אין אישי? וויאזוי?

טראכטכמוני » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 7:18 pm

· #485051
טמיר
פארוואס ווידיאוס גענומען דורך מיין קעמערע אדער פאון נעמען אויף אסאך מער פלאץ ווי פראפעסיניאלע מאוויס וואס זענען פונקט אזוי קלאר (אדער נאך קלארער)?
לדוגמא, א ווידיא געכאפט פון מיין פאון אויף fhd 1080, נעמט 1 מינוט אויף איבער 100 מב! דערנאך האב איך א פראפעסיניאלע ווידאו מיט די זעלבע רעזעלאשען פון א גאצע שעה 1.7 גב, ווען ע"פ חשבון וואלט עס געדארפט אויפנעמען איבער 6 גב??

וואס מאכט די חילוק?
און וואס קען מען טון צי רעדוצירן די סייז? אנדערע סעטינג? אנדערע סארט כלי?

די זעלבע פראבלעם איז מיט א געהעריגע 400 דאלארדיגע קעמערע

ס'קען זיין ס'האט אן אנדערע פרעים רעיט (fps) אפי' די רעזאלוציע איז די זעלבע.

ווי אויך מאכט א גרויסע חילוק די ענקאדינג/קאמפרעשאן (לדוגמא צו ס'איז mp4 אדער avi איז דאס א 'קאנטעינער'ס וואס אנטהאלטן די ענקאודעד אודיאו/ווידעא אינפארמאציע) וואס דיין פאון קען זיין סעיווט עס גאר אויף RAW דהיינו אן קיין קאמפרעשאן בכלל.

די ענקאודינג פון די אודיאו וועט אויך אויסמאכן. אמאל כאפט מען נישט אז די אודיאו קוואליטעט איז שוואכער.

טמיר » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 7:18 pm

· #485052
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
החוקר
אן דורכטון די נושא, קלער איך אז קען זיין איינס פון די סיבות (עס איז לכאורה דא עטליכע זאכן וואס נוצט אויף מער פלאץ) איז וויפיל פרעימס פער סעקונדע. לכאורה איז דיין פריוואטע ווידיאו אויף א העכערע סעטינג.

איך האב געטראכט פון די נקודה, אבער איך מיין אז נישט דאס איז די גורם. מיין פאון כאפט 30 fps און איך מיין אז דאס איז די מינומום סטאנדארט. עכ"פ נישט אונטער 24 fps, וואס איז נאר 20% ווייניגער

חתן בחור » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 7:42 pm

· #485053
טמיר
פארוואס ווידיאוס גענומען דורך מיין קעמערע אדער פאון נעמען אויף אסאך מער פלאץ ווי פראפעסיניאלע מאוויס וואס זענען פונקט אזוי קלאר (אדער נאך קלארער)?

די חילוק איז אז די פראפעסיאנאלע מאוויס פון וואס דו רעדסט, זענען זייער קאמפרעסט. קאמפרעשאן נעמט א לאנגע צייט, און קען נישט געמאכט ווערן "אן-דע-פליי" דורך דיין פאון. מ'דארף אויך מעניולי אנשטעלן אסאך סעטינגס צו מאכן די ריכטיגע קאמפרעשאן. אחוץ א מעשה, 1.7 גיגאבייט פאר א מאווי, איז זייער ווייניג. ס'קוקט לכאורה נישט אויס צו גוט.

טמיר » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 8:03 pm

· #485056
אפילו ביידע זענען געסעיווד אין די זעלבע פארמאט (mp4) איז אויך שייך אז איינס איז מער קאמפרעסט ווי די צווייטע?

סאררי, די 1.7 גב דוגמא איז נישט א מאווי, ס'איז פילמירט א מענטש בשעת ער רעדט (פראפעסיאנאל), כ'ווייס נישט אויב עס איז א חילוק.

טראכטכמוני » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 8:36 pm

· #485059
יא. ס'פאדערט זיך באמת א לענגערע טעכנישע אפהאנדלונג, אבער די mp4 איז א 'קאנטיענער פארמאט' וואס קען אנטהאלן פארשידענע סארט ענקאודעד/קאמפרעסטע אינפארמאציע, וואס טייל קאמפרעשאן אופנים מאכן עס קלענער ווי די אנדערערס.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 7:53 am

· #485110
געדאנקן
מקען שיקן בילדער אין אישי? וויאזוי?

ניין.
די שאלות באלאנגען אין די "קאמענטארן" אשכול.

חתן בחור » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 8:59 pm

· #485167
דאס איז א משל פון א חלק פון די סעטינגס וואס מ׳ברויך אנשטעלן.
און די פראגראם איז געמאכט פאר פשוטע עמך מענטשן, נישט פאר פראפעסיאנאלע מאוויס.

געדאנקן » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 10:13 pm

· #485176
וואו איז דא פרי וויי פיי אין וומסב"ג?

מונטסורי » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 10:56 pm

· #485181
סטארבאקס ביי בראדוועי און פלאשינג? לייברערי מארסי און דעוויזשאן?

געדאנקן » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 10:57 pm

· #485182
מונטסורי
סטארבאקס ביי בראדוועי און פלאשינג? לייברערי מארסי און דעוויזשאן?

וואו נאך?

מצפצף » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 1:43 am

· #485202
געדאנקן
מונטסורי
סטארבאקס ביי בראדוועי און פלאשינג? לייברערי מארסי און דעוויזשאן?

וואו נאך?

אלע link NYC אויף בראדוועי.

ערבי נחל » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 5:23 pm

· #485236
געדאנקן
וואו איז דא פרי וויי פיי אין וומסב"ג?

אין ווי איז דא אין מאנסי?

נפה » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 7:36 pm

· #485246
פינקעלסטין לייבערי און ביי טשעיס

אייער שפייז » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:05 pm

· #485755
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
How can I have my favorite forms in subscribed. (in discussions tab on Tapatalk) but not receiving emails whenever there’s a new post?

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:14 pm

· #485772
נאכ'ן ענטפערן פאר אייער שפייז, וויל איך פרעגן א (שטיקל) טעכנישע שאלה...וויאזוי ארבעט א טראנספארמער (נישט א רעפארמער). וויאזוי טושט עס די כח פון עלעקטריק. פון שטארק צו שוואך. און פון שוואך צו שטארק...! ווער ס'ווייסט ווערט געבעטן זיך אן צו רופן . יישר כח.

נפה » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 1:21 am

· #485829
@Berlbalaguleh
אין קורצן איז די תירוץ אז עס די שטארקייט און שוואכקייט פון די אלעקטעריק שטראם ווענדט זיך וויפיל מאל עס דרייט זיך ארום.
דאס הייסט אויב די שטראם דרייט זיך מער מאל איז די וואלט שוואכער. עד כאן דרך קצרה שהיא ארוכה
די דרך ארוכה שהיא קצרה דארף א גאנצע באשרייבונג מיסודו

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 8:28 am

· #485844
נפה: ייש"כ פאר אנרופן זיך. נאר די שאלה וואס איך האב געפרעגט איז מתחילה געווען בבחינת רעטאריש. ווייל איך האב געוואוסט דעם ענטפער פון פריער. איך האב עס נאר געשריבן כדי להגדיל תורה ולהאדירה.

איז אזוי. מיט דעם ערשטן חלק פון דיין תשובה ביסטו גערעכט. אז די שטארקייט פון עלעקטרישן שטראם אויף די צווייטע זייט (סעקאנדערי) ווענדט זיך אין די צאל פון דרייען פון די (גאר דינע) עלעקטרישע דראטן. נאר דער צווייטער חלק פון דיין תשובה איז נישט אינגאנצן מדוייק. דער מציאות איז אז אויב די צאל פון דרייען (טוירנס) אויף די סעקאנדערי איז גרעסער, דאמאלס איז דער כח שטערקער. און, פארשטענדליך. אויב די צאל פון טוירנס אויף די סעקאנדערי איז ווייניגער ווי די פון די ערשטע, דאמאלס איז די וואלטידזש ביים צווייטן עק שוואכער. טעכנישט ווערט דאס אנגערופן...די ערשטע א ..."סטעפ-אפ"...טראנספארמער. און די צווייטע. א ..."סטעפ-דאון"...טראנספארמער...!

נפה » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 11:15 am

· #485861
גערעכט איך שטעל אן אמורא אויף מיר און איך זאג דברים שאמרתי לפניכם טעות הן

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 2:39 pm

· #485892
נפה: חס ושלום. דו זאגסט אייביג גוט (אויסער ווען נישט, פארשטייצעך...לאל). נאר ס'איז פשוט מסתבר (אזוי וי איך האב געזאגט). אויב דו וועסט זעהן א פיקטשער אדער א דראואינג פון א טראנספארמער מיט אלע זיינע/איהרע חלקים, וועסטו עס פארשטיין מיט א געוואלדיגע קלארקייט...!

ועוד...מדי דברי...! עמיר שוין אינאיינוועגס מסביר זיין בכלל די פרינסיפל וויאזוי א טראנסאפרמער (נישט א רעפארמער, ווי ראביי אבי ווייס) ארבעט. והנה: נאר מ'דארף מאכן א שטיקל הקדמה. ס'איז פארהאן 2 ערליי אופנים וויאזוי די עלעקטרישע שטראם לויפט...איינס: דיירעקט קארענט. (די.סי.). די צווייטע. אלטערנעיטינג קארענט. (עי.סי.). ביי די.סי. בלייבט די פאזיטיוו אייביג פאזיטיוו. לעומת ביי עי.סי. טוישט זיך עס 120 מאל אין א סעקונדע אין אמעריקע און קענעדע.(60 סייקלס). לעומת אין ארץ ישראל און ענגלאנד. און נאך א פאר מדינות איז עס איינגעשטעלט אויף 100 מאל א סעקונדע (50 סייקלס). דאס איז דאך ידוע אז עלעקטריק מאכט מאגנעט. (און פארקערט אויך. מאגנעט מאכט עלעקטריק. זיי זענען זייער נאנטע קרובים.). והנה. ווען מ'לייגט צו איין קויל (נישט א קנויל. נאר אפשר יא.) נעבן די צווייטע. און מ'לאזט אריין אן עלקטרישן שטראם. באשאפט דאס א מאגנעטישן כח. ווען דער מאגנעטישער כח פאלט צוזאם. (אין די מייקרא-סעקונדע וואס די סייקל טוישט זיך) געבט דאס אריין אן עלעקטרישן שטראם אין דעם דערנעבנדיגן קויל. וחוזר חלילה...! נפלאות הבורא... דו מוזסט מיר נישט גלייבן. און טאמער וועט זיך טרעפן איינער אן (אויבער, אדער אונטער) חכם וואס מכח קוצר שכלו והבנתו וועט ער נישט פארשטיין וואס אונז האמיר דא אויסגעשמועסט. און ער 'עט זאגן אז דער בעל עגלה רעדט נארישקייטן. להוי ידוע לו ולהם. אז דער בעל עגלה האט שוין שטודירט די טעאריע (און פראקטיק) פון דעם וואנדערבארן פענאמען עלעקטריק נאך פאר זיי זענען געבוירן געווארן...לאל

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 10:43 pm

· #486077
ס'זענען דא נאך א סאך אינטרעסאנטע זאכן וואס מ'קען אויסשמועסן. למשל וויאזוי א דזשענערעיטאר (ואס מאכט דעם עלעקטרישן שטראם) ארבעט. און וויאזוי אן עלעקטרישער מאטאר ארבעט. דאס עמיר לאזן פאר א צווייטע (אדער דריטע) געלעגנהייט.
היינט עמיר רעדן איבער וויאזוי די עלעקטריק כח קומט אן צו אונז אין שטוב. פאר די לייטס און פלאגס. אויך פאר די רעפרידזשערעיטארס און עירקאנדישאנערס.

מ'דארף מאכן א שטיקל הקדמה: ווען טאמאס עדיסאן האט אויפגטראפן די דינאמא. דעם עלעקטרישן דזשענערעיטאר איז דאס געווען א געוואלדיגער חידוש. צוזאמען מיט זיין עלעקטרישן לייט באלב. ס'האט אבער געהאט א גרויסן חיסרון. דער כח פון עלעקטריק האט נישט געקענט גיין זייער ווייט. נישט מער ווי (בערך) 200 פוס. איין בלאק. זיין פלאן איז טאקע געווען אז א יעדע הויז זאלל האבן א דזשענערעיטאר. אזוי ווי ס'איז דא א בוילער אין א יעדן הויז פאר הייצונג. דער פלאן האטציך אבער נישט אויסגעארבעט אין די גרויסע, קאמערציעלע בילדינגס פון וואל סטריט. איז געווען א צווייטער סייענטיסט מיט'ן נאמען טעסלא. (נישט א איד. א זון פון א גלח.) ער האט אויסגעטראפן, און עקספערימענטירט מיט אן אנדער פארם פון עלעקטריק. אנדערש ווי די פארמאט וואס עדיסאן האט ערצייגט. זיין אויפטרעף האט געהייסן..."אלטערנעיטינג קאררענט"...ס'הייסט אזוי ווייל די דירעקציע פון דעם עלעקטרישן שטראם טוישט זיך אייביג (120 מאל אין א סעקונדע). נאך א סאך מוטשענישן און די הילף פון אנדערע ענדזשינירן זענען זיי אויפגעקומען מיט א סיסטעם וואס קען אהערשטעללן דעם עלעקטרישן שטראם אין א געוויסן פלאטץ. און ס'קען ווערן געשיקט צו גאר ווייטע שטרעקעס. נאך וואס די עלעקטריק קומט ארויס פונ'ם דזשענערעיטאר גייט עס אריין אין א טראנספארמער. וואס שיסט ארויף דעם כח צו זייער שטארק. (בערך 250,000 וואלטס און העכער.) דאס ערמעגליכט עס צו פארן צו זייער ווייטע שטרעקעס. אין פארשידענע שטעט הונדערטער מיילן אוועק. ווען ס'קומט אן צו א שטאט וואו מ'וויל זיך באנוצן מיט דעם. גייט עס אדורך א טראנספארמער וואס שוואכט א ביסל אפ דעם כח.צו פארשידענע שטארקייטן...7.5 טויזנט וואלט. אויך 12 טויזנט וואלט. אין א יעדע גאס וואו ס'דא הייזער זענען דא נאך טראנספארמערס וואס ברענגען אראפ די שטארקייט צו 120/208 וואס מ'נוצט אין הייזער. היימיש גערעדט הייסט עס טו טוועני. ס'איז אבער נישט קיין 220 וואלט. מכח כמה טעמים. שאי אפשר לפורטם כאן ועכשיו.

הני מילי. דאס איז געזאגט געווארן אין אמעריקע און קענעדע. אין א סאך אנדערע מדינות ווי ענגלאנד און ארץ ישראל איז דא אן אנדער חשבון וואו די שטארקייט פון עלעקטרישן שטראם איז יא 220 וואלטס. ווייל ס'איז דער קלענערער חלק פון דעם 380 וואלט סיסטעם. וואס מ' נוצט אין אינדוסטרי. דאהי אין אמעריקע איז אויך דא (אין די גרויסע, פעקטארי בילדינגס) א שטארקייט פון עלעקטריק וואס איז צוטיילט אזוי..277/480...די קלענערע חלק נוצט מען אמאל פאר (ספעציעלע) לייטס. נאר ווען מ'כאפט א שאק, אפילו פון די שוואכערע חלק (די שטערקערע איז גאר מסוכן) ווערט די פינגערס אדער די הענט בלו. די בלוט צירקולאציע שטעלט זיך אפ פאר א פאר סעקונדעס.

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 12:19 pm

· #486204
וויאזוי ארבעט אן עלעקטרישער מאטאר?
דאס איז דאך ידוע אז עלעקטריק מאכט מאגנעט . און מאגנעט מאכט עלעקטריק. אויך. ביי מאגנעט איז דא 2 זייטן/עקן. (אזוי ווי ביי עלעקטריק, פאזיטיוו און נעגאטיוו.) נארטה און סאוטה.ווען מ'נעמט איין עק פון א מאגנעט וואס האט דעם כח פון סאוטה (דרום) און מ'לייגט עס נאנט צו א מאגנעט וואס האט דעם כח פון נארטה (צפון) וועט עס אים צו ציען.אבער ווען מ'לייגט צו 2' מאגנעטן וואס האבן דעם זעלבן כח . א סאוטה מאגנעט צו א סאוטה מאגנעט. אדער א נארטה מאגנעט צו א נארטה מאגנעט וועט עס איהם אוועקשטופן.

א יעדער מאטאר האט עטליכע קוילס (א קנויל פון גאר דינע עלעקטרישע ווייערס אנגעשמירט מיט אן אינסולעיטאר, אזוי ווי פעינט, וואס לאזט נישט אדורך דעם עלעקטרישן שטראם) ביי די זייטן (4 אדער 6). דער חלק הייסט דער סטאטאר (פון לשון בלייבן שטיין).נאכדעם איז דא דער חלק אינמיטן, וואס דרייט זיך. דאס הייסט דער ראטאר (פון לשון ראטעישן, דרייען). ווען דער מאטאר באקומט אן עלעקטרישן שטראם ווערט דער חלק פונ'ם ראטאר וואס איז נאנט צום סטאטאר א פארקערטע כח פון מאגנעט. ממילא שלעפט איהם דער סטאטאר צו זיך. איינמאל ער קומט אן צו דעם עק פון סטאטאר (וואס איז שוין די זעלבע מאגנעטישער כח, באקומט ער א שטופ. ביז ער קומט אן צו די '2טע סטאנציע. וחוזר חלילה...! נפלאות הבורא.

ווען איך וועלל קענען וועלל איך (בלי"נ) ארויפלייגן א דראואינג פון אן עלעקטרישן מאטאר.

ס'זענען פארהאן (לכה"פ) 20 ערליי מאטארן. אבער דאס איז די בעיסיק פרינסיפל פון אן עלעקטרישן מאטאר...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 8:54 pm

· #486396
וואס איז דאס אהמ'ס לאו...(געזעץ/כלל)
ס'איז געווען איינער פון די חכמי אוה"ע (זיין נאמען איז געווען אהם) וועלכער האט אויסגעפארשט די אייגנשאפטן. די נאטור פון דעם עלעקטרישן שטראם. צי זאלל דאס קומען פון באטעריעס. אדער פון די עלעקטריק קאמפעני. אדער פון א דזשענערעיטאר וואס מ'האט ביי זיך אין אייגענעם הויף.

נאך א סאך ארומארבעטן מיט עלעקטריק האט ער באמערקט אז א יעדער שטראם פון עלעקטריק בויעט אויך אויף א כח פון ווידערשטאנד/רעזיסטענס. כדי בייצוקומען דעם כח התנגדות דארף מען האבן א קעגן כח. דאס איז די וואלטידזש. דער כח וואס שטופט דעם עלעקטרישן שטראם. איז ער געקומען צו אזא מסקנא. ער האט געזאגט אז אויב מ'ווייסט 2 געגנשטאנדן (חלקים) וויפיהל אדער ווי שטארק זיי זענען קענמען שוין אויסרעכענען די דריטע. ער האט עס פארמולירט מאטעמאטיש אויף אזא וועג...E=IR (IxR)...also...I=E/R; R=E/I;
אי. איז וואלטידזש. דער כח. די שטארקייט פון עלעקטרישן שטראם. איי. איז די מאס פון עלעקטריק וואס לויפט אדורך (אזוי ווי גאלאנס וואסער) געמאסטן אין אמפערס. אר. איז די ווידערשטאנד. די כח התנגדות. אויב מ'וויל וויסן וואספארא שטארקן כח מ'דארף האבן. (וואלטידזש) קענמען דאס וויסן דורך אויסרעכענען וויפיהל אמפערס (כמו גאלאנס) מ'ווילל אדורכפיהרן. און וואס דער כח פון רעזיסטענס איז...למשל. אויב איך האב א שטראם פון 10 אמפערס. און איך וויל עס אדורכשטופן דורך א רעזיסטענס פון 12 אהמס. (די מאס פון רעזיסטענס). וואספארא וואלטידזש דארף איך האבן? דער ענטפער איז...120 וואלטס... 12X10=120...! בקיצור. אלע 3 כוחות זענען פארבונדן איינס מיט'ן צווייטן. אויב מ'ווילל אויסרעכענען איינס פון זיי דארף מען צוזאמרעכענען די איבריגע 2...! וקל להבין. (איך מיין א תוספות איז שווערער.)

ס'זענען דא נאך אנדערע פארמולאס און חשבונות. נאר לאמיר קודם פארדייען די יעצטיגע לעסאן/לעקציע.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 9:47 pm

· #486569
ס'איז דא נאך א חשבון: ווען מ'וויל וויסן וויפיהל וואטס אן אפלייענס אדער מאשין פארנוצט קענמען דאס אויסרעכענען. די פארמולא איז ווי פאלגענד...P (watts) = E (volts) X I (amps.)...P =EI. Conversely. E=P/I; I=P/E...!

מ'קען אויך אויסרעכענען די וואלטידזש וואס פארלאנגט זיך פאר דעם אפלייענס. אויך וויפיהל עלעקטרישער שטראם דער אפליינעס אדער מאשין פארנוצט...! דאס מיינט אז אן אפלייענס, לאמיר זאן אן עירקאנדישאנער וועט פארנוצן א העלפט פון די מאס פון עעלעקטריק אויף א העכערן וואלטידזש. וועגן דעם טעם זענען די גרעסערע עירקאנדישאנערס געבויעט צו ארבעטן אויף 220 וואלטס.(208 די מערסטע עיקאנדישאנערס זענען געבויט צו קענען פארנעמען דעם דיפערענץ צווישן 220 און 208 וואלטס. אבער געוויסע אפלייענסעס, אוי ווי עלעקטריק היטערס וועללן נישט ארויסגעבן די פולע מאס היץ אויף א קלענערן וואלטידזש. איז דא אן עצה פאר דעם. ס'איז דא א מין טראנספארמער וואס הייסט א..."באק-ענד-בוסט"...דאס קען א ביסל הייבן די שטארקייט פון שטראם. אדער א ביסל אראפנידערן. לפי הצורך.

ומעשה שהיה. איך בין אמאל געווען אין א ת"ת אין בארא פארק וואו אן עלעקטריקל קאנטראקטאר האט אינסטאלירט עלעקטרישע היטערס אין א קלאס. און ס'איז גארנישט ווערד געווען . ס'האט נישט ארויסגעגעבן קיין היץ. וועגן דעם טעם. ווייל די עלעקטריק איז נישט געווען געניג שטארק. האביך געפרעגט דעם מנהל פארוואס מ'רופט נישט צוריק דעם קאנטראקטאר ער זאלל עס קומען פאררעכטן. האט דער מנהל געזאגט אז ער האט עס געטון בהתנדבות...האביך ערשט פארשטאנען דעם מאמר חז"ל.."אסיא דמגנא במגן שויא"...אן אומזינסטער דאקטער איז גארנישט ווערד...!























x

נפה » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 10:03 pm

· #486574
זייער שיין ר׳ בערל יישר כח

ואגב צ״ל: אסיא דמגן במגן מגן שוה בבא קמא פה עמוד ב

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 10:28 pm

· #486579
ערעב בערל: כ'פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס דו שרייבסט דא, אבער כ'זעה אז חוץ פון א באס דרייווער ביסטו אויך א עלעקטרישען, א נייעס קאמענטעיטאר, א אדמו"ר וואס ווייסט (וועיסט), א מהר"א נאכפאלגער (ווער ס'פארשטייט פארשטייט), קוואנטאם פיזיקס (ווהאטעווער דהעט מיענס) מסתם קענסטו אויך, אזוי זעט אויס פון די מאטעמאטישע אשכולות, און נאך א בעל תוקע צו די זייט נאך אויך (לאל...לאל...שברים...תרועה...), א אשכולות פארדרייער (קרעדיט: דער פאריקטע ל'), און צי דעם אלעם ביסטו א זיידע אויכעט....

ווען יאשקע/יוזל/יעזוז/ישו/ג'יזס/פנדירא/פונדריק/אותו האיש/קרייסט וואלט געוויסט וואס דו קענסט אלץ וואלט ער זיך פארשטעקט פאר בושה מיט זיין הייליגע בעכער.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 12:17 pm

· #486602
קהל'ס נער: ייש"כ. נאר דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. נעה. איך האב מיך אזוי שטארק געווארפן און געלאכט אויך, אז מיין שכן איז געקומען טשעקן אויב אלעס איז אין ארדענונג...שברים, תרועה. לאל. לאל, לאל...!

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 6:04 pm

· #486625
נפה
זייער שיין ר׳ בערל יישר כח

ואגב צ״ל: אסיא דמגן במגן מגן שוה בבא קמא פה עמוד ב

נפה: ייש"כ. איך זעה טאקע אז דו ביסט א נפה. דו זיפסט אדורך א יעדעס ווארט מיט י"ג נפה. (י"ג אורות איז שוין דא). אויך קענמען דיך רופן הגהות הב"ח (השני)...!

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 8:59 am

· #486768
אין ענגלאנד איז די עלעקטריק דיסטריביושן סיסטעם א ביסל אנדערש ווי אין אמעריקע און קענעדע. אויסער דעם פאקט אז זייער סיסטעם לויפט אויף (עכט) 220 וואלטס. האבן זיי נאך א פאר משוגע'נע זאכן אין דעם סיסטעם (שאי אפשר להסביר על רגל אחת.). איינס פון די זאכן איז אז די גאנצע עלעקטריק ווייערינג פן א הויז לויפט (עפ"י רוב) אויף 2 ברעיקערס. און כדי צו פראטעקטן די אפלייענסעס וואס מ'פלאגט איין האט א יעדע אפלייענס אן עקסטער פיוז. אריינגעבויעט אין דעם פלאג. הקטן לפי קטנו. והגדול לפי גדלו. די קלענערע אפלייענסעס האבן א פיוז פון 3 אמפערס. וואס פראטעקט דעם אפלייענס. און די גרעסערע, אזוי ווי א רעפרידזשערעיטאר אדער פריזער האבן איינס פון 13 עמפס. ווייל מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף דעם ברעיקער. וואס האט די שטארקייט פון 34 עמפס. (פרעג מיך פארוואס.). ווייל ביז ער וועט שפירן אז ס'איז דא א פראבלעים אויף די ליין , וועט שוין די אפלייענס לאנג זיין פארברענט אדער געדעמעדזשט. זיי האבן נאך א משוגעת. זיי האבן אזוי ווי א דזשי. עף.איי. פראטעקטאר. נאר ס'גייט אויף דעם גאנצן. אדער דעם האלבן הויז. (נישט אזוי ווי אין אמעריקע אז מ'לייגט א דזשי.עף.איי. פלאג דארט וואו מ'דארף פראטעקשן). די פראבלעם מיט דעם איז אז אויב מאכט זיך א קאנדישן וואו ס'איז דא ערגעץ וואו א ליעקידזש (א סכנה) דארף מען אדורך זוכן צענדליגער פלאגס און לייטס. ביז מ'טרעפט דעם פעלער...!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12