☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

559 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9115
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

יין שרף » מאנטאג יוני 18, 2018 1:53 pm

· #406345
סמבטיון
How can i download a clip from my twitter page? i

<a class="postlink" href="http://twittervideodownloader.com/">http://twittervideodownloader.com/</a>

פאליטיקאנט » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 9:07 pm

· #417607
berlbalaguleh
Or forward to another platform like what's app. , etc. ...!

נוץ די באט אויף טעלעגראם @getmediabot
ס'ארבעט אויך פאר יוטוב, אינסטעגרעם, און

אור נוגה » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 10:30 am

· #419487
דער דאקטאר האט מיר געהייסן נעמען א סאנאגראם טעסט. ריף איך אן דעם לאקאלער צענטער, און נאכן מאכן אן אפוינטמענט זאגט זי מיר אז זיי האבן נאר פרויען טעכניקער וואס נעמען די טעסט.
איז דאס נאראמאלע פראקטיק אז א מאן גייט צו א פרוי? איז דאס אויסגעהאלטן בהלכה?
ווי גייען מענער ווען מען דארף א סאנאגראם?

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 10:58 am

· #419491
אור נוגה: איך בין נישט קין פוסק נאר א פשוט'ער בעל עגלה. אבער לפענ"ד איז עס אויסגעהאלטן עפ"י הלכה. אויך ווענדט זיך אויף וועלכן חלק פון דיין גוף דו דארפסט נעמען א סאנאגראם. למשל איך האב שוין געהאט סאנאגראמס אויף מיין הארץ. אן עקא קארדיא-גראם. אויך אויף מיינע פוס האביך לעצטנס געהאט א סאנאגראם. אלעס דורך פרויען טעכניקערס...! אויך ווענדט זיך עס וויאזוי דו פיהלסט פערזענליך איבער דעם ענין...!
אמאל איז האבן א מאן פאר א סאנאגראם טעקנישן ערגער ווי א פרוי. ואכמ"ל. והמבין יבין.

איך וועלל ברענגען א משל פון א מעשה שהיה. איך בין אמאל געווען ביי א (מאדערנע) חתונה. און ס'זענען געווען פרויען וועיטרעססעס. אלטע פוילישע גוי'טעס. אבער דער היימישער עולם האט פראטעסטירט. היתכן גוי'טעס זאללן סערווירן. האט דער קעיטערער אריינגעשיקט ..."מענער"... וועיטערס. אלע מיט אויעררינגלעך אין לינקן אויער. אדער גאר מיט אויעררינגלעך אין ביידע אויערן. אן א טייל מיט פאני טעילס... און א יעדער איינער ווייסט וואספארא מין זיי זענען...יא. שבת אחים עט אל. איך בין א פארצייטישער בעל עגלה וועלכער האט פארבלאנדזעט מיט זיין פערד און וואגן ערגעץ אין וואלד פאר הונדערט יאר צוריק. און א ראסיסט. און נישט קיין ליבעראל. און איך טאלעריר נישט די לגב"ט קיו. ברואים...!

מיימון » מיטוואך אפריל 17, 2019 9:34 pm

· #428736
עמיצער ווייסט וואו מען קען באקומען די יום טוב צייטונגען אין עברית אין אפסטעיט געגנט?

וואלווי » מאנטאג יוני 29, 2020 1:17 am

· #453250
אויב איינער ווייסט, אז מארגען גייט זיין א דורכפאל פון א טאג, זאל ער היינט נאכט חאטש פארברענגען?

יודישע שרייבער » מאנטאג יוני 29, 2020 2:12 am

· #453255
וואלווי
אויב איינער ווייסט, אז מארגען גייט זיין א דורכפאל פון א טאג, זאל ער היינט נאכט חאטש פארברענגען?

אפשר גאר ווייל דו (איך...) פארברענגסט דא אזוי שפעט ביי נאכט גייט מארגן דיין (מיין...) טאג זיין א דורכפאל?
אפשר איז דיין מארגן א תוצאה פון היינט??? #נקודה למחשבה


(נ.ב. כאטש שרייבט מען מיט א כ, נישט ח)

טאמבל סאס » מיטוואך יולי 15, 2020 5:23 pm

· #454621
וואס איז פשט אין די מימרא: ער האט פארכאפט די פיש פאר די נעץ?

איך אויך » דאנערשטאג יולי 16, 2020 11:03 pm

· #454668
א שטייגער ווי איינער זאגט ''קענסט נישט דרייבן א באס בעפאר דו לערנסט צו דרייבן א מאטארביציקל''

אדער א אונגארישער וואס פלאנט אויס דעם נאמען פונעם ספר, ר''ת, גימטריה, הקדמה, מעות קדימה בעפאר ער האט בכלל א ספר.

real fake news » דאנערשטאג יולי 16, 2020 11:35 pm

· #454670
אדער ווי די רבי פלעגט זאגן, גענומען די גאולה פאר די צייט....

טאמבל סאס » פרייטאג יולי 17, 2020 2:35 am

· #454673
יא, אבער וואס מיינט דאס מען פארכאפט די פיש פאר די נעץ? וויאזוי קען מען?

איך אויך » פרייטאג יולי 17, 2020 8:33 am

· #454676
''Don't run before you can walk'', קען מען דען?

טאמבל סאס » פרייטאג יולי 17, 2020 10:58 am

· #454681
אה, כ'האב געמיינט דאס איז עפעס אזא מין פאקט וואס האט צוטוהן מיט די ארט פון פישכאפן. הייסט, ס'מיינט פשוט פרובירן צו כאפן פיש אהן א נעצכאפער?!

איך אויך » פרייטאג יולי 17, 2020 11:33 am

· #454684
איינער איז אין א 'ויש להקשות בדוחק' מוד..

ישן מלא חדש » מוצ"ש יולי 18, 2020 11:12 pm

· #454689
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
ווי אזוי קען מען מברר זיין אויף א בילד ווען עס איז די ערשטע מאל געפאוסט געווארן אויף סאושעל מידיע?

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

וואלווי » פרייטאג אוגוסט 7, 2020 6:57 am

· #456044
ווי באהלטן זיך די פייגלעך ווען ס'מבול'ט ?

חתן בחור » פרייטאג אוגוסט 7, 2020 9:26 am

· #456051
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
וואלווי
ווי באהלטן זיך די פייגלעך ווען ס'מבול'ט ?
וואס איז שלעכט פאר א פייגל טאמער ער ווערט נאַס?

וואלווי » פרייטאג אוגוסט 7, 2020 10:47 am

· #456056
חתן בחור
וואלווי
ווי באהלטן זיך די פייגלעך ווען ס'מבול'ט ?
וואס איז שלעכט פאר א פייגל טאמער ער ווערט נאַס?


אין די אפען זענען זיי נישט. אפי' אויב זענען אין די ביימער ווערען זיי אויך נאס...

גאלד » פרייטאג אוגוסט 7, 2020 11:19 am

· #456061
ווי שטארבן אלע פייגלעך, אדער מאקאשלעך, און ענליכס, נאטוריליך מחליו ווען זיי ווערן אלט, די איינציגע מאל וואס איך זעה זיי טויט, איז ווען א קאר פארט זיי אריבער

מנחם ציון » פרייטאג אוגוסט 7, 2020 11:21 am

· #456062
פשוט צו ממחיש זיין די שאלה.
@וואלווי שטייט אויף פרייטאג אוגוסט דעם זיבעטן, עס איז 6:57, מיט געפערליכע קאפוויי.
ער פרובירט זיך צו דערגרינטעווען וואס קומט דא אפיר, וואס איז די מאדנע קאפוויי, וואס?
אה.... איך כאפ שוין.... די שאלה...!
יא יא.. די שאלה וואס האט מיר געעגבערט א גאנצע נאכט...
ווי באהאלטן זיך אלע פייגלעך ווען ס'מבול'ט?!?

גראף » פרייטאג אוגוסט 7, 2020 11:26 am

· #456065
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
גאלד
ווי שטארבן אלע פייגלעך, אדער מאקאשלעך, און ענליכס, נאטוריליך מחליו ווען זיי ווערן אלט, די איינציגע מאל וואס איך זעה זיי טויט, איז ווען א קאר פארט זיי אריבער
https://www.bloomberg.com/news/articles/2012-05-17/why-aren-t-cities-littered-with-dead-pigeons

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

וואלווי » פרייטאג אוגוסט 7, 2020 3:24 pm

· #456088
מנחם ציון
פשוט צו ממחיש זיין די שאלה.
@וואלווי שטייט אויף פרייטאג אוגוסט דעם זיבעטן, עס איז 6:57, מיט געפערליכע קאפוויי.
ער פרובירט זיך צו דערגרינטעווען וואס קומט דא אפיר, וואס איז די מאדנע קאפוויי, וואס?
אה.... איך כאפ שוין.... די שאלה...!
יא יא.. די שאלה וואס האט מיר געעגבערט א גאנצע נאכט...
ווי באהאלטן זיך אלע פייגלעך ווען ס'מבול'ט?!?


ווער ס'איז געווען אויף היינט פארטאגס ווען ס'האט געגאסן און ס'נישט געווען צו טרעפען קיין זינגעדיגע פייגעל פאר א רפואה, האט זיכער גע'דאגה'עט דערוועגען.

די אמת איז ווי איר זאגט, אז כ'באקומען שווערע קאפ וויי פון די דאגה. א גאנץ יאהר איז א מענטש צוגעוואוינט זיך צו היטן פון פייגלעך מיט בויך וויי, יעצט שטעלט זיך פאר ווען ס'גייט א גאס, אדער נאך מער, ווען ס'דונערט און ס'בליצט, און ס'שאפט א פחד אויף די בריאה, דארף מען געוויס פארזיכטיג זיין נישט זיך צו געפונען אונטער די פייגלעך ווען זיי געבן אזא טרייסעל אזאנס...

מנחם ציון » זונטאג אוגוסט 9, 2020 6:48 pm

· #456133
פארוואס איז דא צוויי אשכולות מיט דעם זעלבן קעפל "זאכן וואס איך וויל וויסן?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/9115">viewtopic.php?f=25&t=9115</a><!-- l -->

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/191">viewtopic.php?f=4&t=191</a><!-- l -->

מנחם ציון » זונטאג אוגוסט 23, 2020 6:28 pm

· #457391
וויאזוי שטעל איך אן אז דער טעמע קעסטל, העכער די תגובות עדיטער, זאל אויטאמאטיש האבן די טייטל פון דער אשכול אין וועלכע איך שרייב יעצט?

בעסער געזאגט, וויאזוי שאף איך א לינק פון יעדע תגובה מיינער באזונדער, אזוי אז איך זאל קענען לינקן מיינע תגובות ערגעץ ענדערש?

ווי איך פארשטיי זענען די צוויי זאכן געבונדן

קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 23, 2020 10:26 pm

· #457418
מנחם ציון
וויאזוי שטעל איך אן אז דער טעמע קעסטל, העכער די תגובות עדיטער, זאל אויטאמאטיש האבן די טייטל פון דער אשכול אין וועלכע איך שרייב יעצט?

בעסער געזאגט, וויאזוי שאף איך א לינק פון יעדע תגובה מיינער באזונדער, אזוי אז איך זאל קענען לינקן מיינע תגובות ערגעץ ענדערש?

ווי איך פארשטיי זענען די צוויי זאכן געבונדן


איך מיין מיט די בעסער געזאגט קען איך דיר העלפן . לעבן יעדע תגובה איז דא אזא קליינע קעסטל דריק אויף דעם נאכדעם מאך קאפי פעיסט

מנחם ציון » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 1:08 pm

· #457461
איך וואלט דיר געגעבן נאך צען לייקס ווען איך קען ווען......
האסט נישט קיין אנונג ווי לאנג איך האב מיר געמיטשעט דערמיט

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 9:13 pm

· #460338
איך בין נייגעריג צו איינער האט שוין אפגעציילט וויפיל פעלער ס׳האט די סאטמארע נענועים ניגון, כ׳האב פרובירט צו ציילן אבער וויבאלד די פעלער זענען זייער ענליך איינס צום צום צווייטן איז שווער צו כאפן וועלכע פאל איז א נייע און וועלכע איז נאר איבערגע׳חזר׳ט א פריערדיגע פאל.

קוויטעל » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:16 pm

· #460365
איינער ווייסט צו ס'דא א בילד פון הגאון ר' דוד אורטינבערג זצ''ל - בעל תהילה לדוד ?

קוויטעל » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 7:14 am

· #460391
[ציטאט אראפגענומען]

כ'קען עס עפעס נישט עפענען, איז די פראבלעם מיינע?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 9:32 am

· #460397
[ציטאט אראפגענומען]

זעסטו, אפילו דו ווייסט נישט פונקטליך צו ס'איז 6 צו 7. 😃

קוויטעל » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 9:58 pm

· #460906
[ציטאט אראפגענומען]

ביטע איבערשיקן, ווייל מ'קען עס נישט עפענען

אינטערסאנט » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:23 pm

· #460979
רביה''ק זי''ע
איך בין נייגעריג צו איינער האט שוין אפגעציילט וויפיל פעלער ס׳האט די סאטמארע נענועים ניגון, כ׳האב פרובירט צו ציילן אבער וויבאלד די פעלער זענען זייער ענליך איינס צום צום צווייטן איז שווער צו כאפן וועלכע פאל איז א נייע און וועלכע איז נאר איבערגע׳חזר׳ט א פריערדיגע פאל.


דא איז עס אפגעשריבן אויף 9 פעלער (נאך H גייט מען צוריק צו D)
📎 Nanyim.pdf

ונבנתה העיר » פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:22 pm

· #461757
ווען און וואו איז די לוי' פון אלעזר דוד ווייזער?

קוויטעל » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 9:34 am

· #466815
וואס איז פשט אז ס'דא וואס זאגן 'אסתר תענית'? איז דא אין דעם עפעס א טעם, אדער סתם ונהפוך הוא

קוויטעל » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 9:35 am

· #466816
די טעמע פון קלימאט טויש - קליימעט דזשעינדז, איז דערמאנט אין פריערדיגע דורות, הייליגע צו נישט הייליגע?

מנחם ציון » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 1:07 pm

· #466829
.

מנחם ציון » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 1:08 pm

· #466830
קוויטעל
די טעמע פון קלימאט טויש - קליימעט דזשעינדז, איז דערמאנט אין פריערדיגע דורות, הייליגע צו נישט הייליגע?

די "היימישע" בויען אסאך אויף דעם מדרש

בשעה שברא הקדוש ברוך הוא את אדם הראשון, נטלו והחזירו על כל אילני גן עדן ואמר לו, ראה מעשי כמה נאים ומשובחים הן, וכל מה שבראתי בשבילך בראתי, תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי".


ויבאו החכמים מיט הסבר, צו "גן עדן" איז עפעס אויף דער וועלט, און אז "עולמי" וואס ה' האט זיך באצויגן איז טאקע אונזער פלאנעט ערד

קוויטעל » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 3:16 pm

· #466839
מנחם ציון
קוויטעל
די טעמע פון קלימאט טויש - קליימעט דזשעינדז, איז דערמאנט אין פריערדיגע דורות, הייליגע צו נישט הייליגע?

די "היימישע" בויען אסאך אויף דעם מדרש

בשעה שברא הקדוש ברוך הוא את אדם הראשון, נטלו והחזירו על כל אילני גן עדן ואמר לו, ראה מעשי כמה נאים ומשובחים הן, וכל מה שבראתי בשבילך בראתי, תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי".


ויבאו החכמים מיט הסבר, צו "גן עדן" איז עפעס אויף דער וועלט, און אז "עולמי" וואס ה' האט זיך באצויגן איז טאקע אונזער פלאנעט ערד

די באגריף אז אונזער רויעך טוישט די סדרי קיץ וחורף וכדומה, האט ווארשיינליך - לפי ידיעתי - נישט קיין באזיץ אין די ריכטיגע גלויב

מנחם ציון » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 3:22 pm

· #466840
אבער פון די אנדערע זייט, ווער דארף א גלויבן ווען דאס מציאות ווייזט אנדערש?
און בכלל, ווער פון חז"ל האט געטריבן אן אויטא? ס'איז דאך א נייע זאך

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 3:22 pm

· #466842
מנחם ציון
ווער דארף א גלויבן ווען דאס מציאות ווייזט אנדערש?
😮 😈

מנחם ציון » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 3:26 pm

· #466843
ס'איז לשיטתם פון די וואס האלטן אזוי 😉

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 3:44 pm

· #466849
די אמת איז אבער פונקט קאפויער, דווקא ווייל די מציאות איז אנדערש פון וואס מ׳וואלט באמת געוואלט דארף מען לויפן צו פאנטאזיעס.

מנחם ציון » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 4:03 pm

· #466853
פינחס גלויבער האט אויף קול מבשר אן אפטיילונג "גוט געפרעגט".
האט אים איינער אנגעפרעגט, פארוואס חז"ל זאגן הוי רץ כצבי, פארוואס נישט ווי א טשיטא וועלכע לויפט סאך שנעלער ווי א הערש?

און ער מוטשעט זיך צו פארענטפערן, אז חז"ל רעדן צום המון עם. און דער המון האט נישט געוואוסט פון קיין טשיטא צו זאגן, ווייל זיי דרייען זיך נישט אין די געגנטער וואו אידן זענען דעמאלטס געווען קאנצענטרירט. אבער איך פרעג הא גופא קשיא, פארוואס זאלן חז"ל נישט אויפקלערן דער המון עם אז ס'איז דא אזא בעל חי ווי א טשיטא? ונראה לישב אז אז חז"ל האבן אויך נישט געוואוסט פון אזא בעל חי......

שטיינער און אייער זענען וועלקאם..... 😂 😂

הוגה » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 4:37 pm

· #466857
קוויטעל
די טעמע פון קלימאט טויש - קליימעט דזשעינדז, איז דערמאנט אין פריערדיגע דורות, הייליגע צו נישט הייליגע?


נישט ממש וואס דו פרעגסט, אבער מעגליך אז דא קענסטו טרעפן אן ענטפער.

מנחם ציון » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 6:40 pm

· #466874
זייער א שטארקע אפהאנדלונג @הוגה, מיר האבן דאס געליינט בשעתו אינעם "וועקער"

איר ברענגט ראיות פון פארשידענע מקורות. איך וויל אייך פרעגן וועגן דאס וואס איך האב צוגעברענגט אויבן פון מדרש קהלת, (איר ברענגט דאס פון מדרש אויפ'ן פסוק ויניחהו בגן עדן לעבדה ולשמרה. איך האב עס נישט געטראפן אין מדרש אויף יענער פסוק, נאר אין קהלת, אויפ'ן פסוק ראה את מעשה אלהי-ם כי מי יוכל לתקן את אשר עותו, און דער גאנצער דרש פון מדרש איז אזוי אריינגעטייטש און פסוק, ודו"ק.)
בשעה שברא הקב"ה את אדם הראשון נטלו והחזירו על כל אילני גן עדן ואמר לו ראה מעשי כמה נאים ומשובחין הן וכל מה שבראתי בשבילך בראתי, תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי, שאם קלקלת אין מי שיתקן אחריך

די אויבן דערמאנטע קשיות וואס איך האב אויף דער ספעציפישער מקור. ה' האט אים ארומגעפירט אין "גן עדן", נישט אויף דער וועלט.

מיט די אנדערע ראיות זענט איר קען זיין גערעכט, איך האב נישט נאכגעקוקט. אבער פון דעם מדרש איז נישט קיין ראי' (איך זאג נאר אויף דעם, ווייל דאס איז וואס איך הער פון אסאך אנדערע, אז דאס דארף כלומר'שט צו זיין א ראי' פון חז"ל אז מען ברויך היטן אויף "דער" וועלט)


(איך האף אז דאס הייסט נישט פארדרייט דער אשכול, ווי נישט ווי איז דאס אויך "זאכן וואס איך וויל וויסן".....)

קוויטעל » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 8:32 pm

· #466886
איך גלייב וואס כ'האב געלערנט, אז די חז''ל האבן אלעס געוואוסט, און נאכמער וואס די סייענטיסטן ווייסן היינט.
שלמה המלך האט געהאט חכמה וואס איז איבערגעשטיגן יעדע גרעניץ. אלא מאי, מוז מען זאגן, אז א זאך וואס שטייט נישט אין חז''ל איז זיכער אפגעפרעגט, און טאמער האבן עס די היינטיגע גדולים מקבל געווען, האבן זיי די סייעתא דשמיא צו זאגן וואס איז ריכטיג.

כ'בין געווען נייגעריג צו ס'ווערט דערמאנט אין גמרא וכדו' עפעס וועגן דעם חשש.
[יו''ט עהרליך זאגט שוין אויפ'ן קאסעטע, אז ווען זיי האבן שוין אפגעזייעט א חורבן בעולם הזה, האבן זיי געזוכט צו ליפערן זייערע שגעונות ביז'ן לבנה אויך.]

חתן בחור » פרייטאג פעברואר 12, 2021 6:48 am

· #466901
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
מנחם ציון
קוויטעל
די טעמע פון קלימאט טויש - קליימעט דזשעינדז, איז דערמאנט אין פריערדיגע דורות, הייליגע צו נישט הייליגע?

די "היימישע" בויען אסאך אויף דעם מדרש

בשעה שברא הקדוש ברוך הוא את אדם הראשון, נטלו והחזירו על כל אילני גן עדן ואמר לו, ראה מעשי כמה נאים ומשובחים הן, וכל מה שבראתי בשבילך בראתי, תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי".


ויבאו החכמים מיט הסבר, צו "גן עדן" איז עפעס אויף דער וועלט, און אז "עולמי" וואס ה' האט זיך באצויגן איז טאקע אונזער פלאנעט ערד
מאידך גיסא איז דא וואס האלטן פארקערט, ממש ווי עס שטייט אין פסוק זעלבסט: עוד כל ימי הארץ זרע וקציר וקור וחום וקיץ וחרף ויום ולילה לא ישבותו!

הוגה » פרייטאג פעברואר 12, 2021 9:26 am

· #466905
מנחם ציון
די אויבן דערמאנטע קשיות וואס איך האב אויף דער ספעציפישער מקור. ה' האט אים ארומגעפירט אין "גן עדן", נישט אויף דער וועלט.


פרעגסט א גוטע קשיא. מען דארף אבער געדענקן אז עס איז א 'מדרש'. איך מיין אז ווען די מדרש רעדט פון גן עדן איז עס נישט עפעס א ספעציפישע גיאגראפיקאלע פלאץ וואו אוטופיע עקזיסטירט, נאר ענדערש א מציאות/קאנצעפט. נאך בריאת העולם איז די וועלט געווען א גן עדן.


.

הוגה » פרייטאג פעברואר 12, 2021 9:33 am

· #466906
קוויטעל
איך גלייב וואס כ'האב געלערנט, אז די חז''ל האבן אלעס געוואוסט, און נאכמער וואס די סייענטיסטן ווייסן היינט.
שלמה המלך האט געהאט חכמה וואס איז איבערגעשטיגן יעדע גרעניץ. אלא מאי, מוז מען זאגן, אז א זאך וואס שטייט נישט אין חז''ל איז זיכער אפגעפרעגט, און טאמער האבן עס די היינטיגע גדולים מקבל געווען, האבן זיי די סייעתא דשמיא צו זאגן וואס איז ריכטיג.

כ'בין געווען נייגעריג צו ס'ווערט דערמאנט אין גמרא וכדו' עפעס וועגן דעם חשש.


אז דו גלייבסט אזוי, וואס איז שייך זיך צו קריגן דערויף? 😕 והשנית, אויב שלמה המלך איז געווען די חכם מכל האדם קען מען שוין גארנישט מחדש זיין נאך אים? איז דאס אן אייגנע חידוש אדער האסטו עס ערגעץ געזעהן געשריבן, למשל פון שלמה המלך? און אפילו לאמיר זאגן אז שלמה האט יא געמוזט וויסן דערפון, ווער זאגט אז ער האט עס געמוזט פארציילן אדער אראפשרייבן? אפשר האט ער געוואוסט אבער קיינעם נישט פארציילט? והשלישית, ווי קומסטו פון שלמה המלך ביז חז"ל? דאס איז שוין א מדרש פליאה.


.

מנחם ציון » פרייטאג פעברואר 12, 2021 11:23 am

· #466910
הוגה
מנחם ציון
די אויבן דערמאנטע קשיות וואס איך האב אויף דער ספעציפישער מקור. ה' האט אים ארומגעפירט אין "גן עדן", נישט אויף דער וועלט.


פרעגסט א גוטע קשיא. מען דארף אבער געדענקן אז עס איז א 'מדרש'. איך מיין אז ווען די מדרש רעדט פון גן עדן איז עס נישט עפעס א ספעציפישע גיאגראפיקאלע פלאץ וואו אוטופיע עקזיסטירט, נאר ענדערש א מציאות/קאנצעפט. נאך בריאת העולם איז די וועלט געווען א גן עדן.


.

דאס איז מער ווייניגער וואס איך האב געשריבן אויבן
ויבאו החכמים מיט הסבר, צו "גן עדן" איז עפעס אויף דער וועלט, און אז "עולמי" וואס ה' האט זיך באצויגן איז טאקע אונזער פלאנעט ערד
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12