☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

559 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9115
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

ביליג » דינסטאג יולי 5, 2016 2:08 pm

· #340369
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
סערוויס ?
נאך א נקודה אויב עס איז דא אפאר ארבייטער מיט אנדערע אמעיל אדדרעסעס -באקומט נאר די ערשטע פריים בענעפיטס

שלום על ישראל » דינסטאג יולי 5, 2016 2:10 pm

· #340370
שמעקעדיג
דאן פארוואס שטופט מיר עמעזאן דערצו? זיי פארדינען עפעס אז מיינע טעקסעס זענען מסודר?

יעדער שטופט צו נעמען זייערע פיטשערס, אפילו די אומזינסטיגע, פאר די זעלבע סיבה פארוואס זיי מאכן עס בכלל, נעמליך ווייל עס ברענגט א בעסערע קאסטומער צופרידענהייט, וואס ברענגט צו קויפן מער.

גראף » דינסטאג יולי 5, 2016 2:56 pm

· #340383
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
פריים דעי פאר יאר האט פיין געזייגט. איך האב נישט געטראפן קיין איין דיעל וואס איז צום זאך. דענס דיעלס און סליקדיעלס מיט אנדערע פארוםס זענען געווען פול מיט נעגעטיוו קאמענטארען.

גראף » דינסטאג יולי 5, 2016 5:11 pm

· #340413
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
<a class="postlink" href="http://www.cnet.com/news/amazon-teases-out-a-handful-of-prime-day-sales/">http://www.cnet.com/news/amazon-teases- ... day-sales/</a>

ליפא » מיטוואך יולי 6, 2016 9:16 pm

· #340699
א ביליגע גראסערי אין די מאונטענס?? לעצטע וואך האב איך געשאפט ערגעץ און כ'בין שיעור אומגעפאלן וואס עס האט מיר אפגעקאסט, געוויסע זאכן האבן געקאסט באלד דאפעלט ווי אין סיטי. נישט זאגן נעמען נאר פון א ביליגע גראסערי. א דאנק

ראש חודש » פרייטאג יולי 8, 2016 6:28 pm

· #341129
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
ווי לוינט זיך ענדערשט צו האבן א מעמבערשיפ, אין costco אדער אין Amazon?

Sent from my SM-N920V using Tapatalk

נולד מאוחר » מוצ"ש יולי 9, 2016 11:31 pm

· #341151
ליפא
א ביליגע גראסערי אין די מאונטענס?? לעצטע וואך האב איך געשאפט ערגעץ און כ'בין שיעור אומגעפאלן וואס עס האט מיר אפגעקאסט, געוויסע זאכן האבן געקאסט באלד דאפעלט ווי אין סיטי. נישט זאגן נעמען נאר פון א ביליגע גראסערי. א דאנק

כמיין סעוורייט האט א גראסערי אין די מאונטענס

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש יולי 9, 2016 11:49 pm

· #341153
ליפא
א ביליגע גראסערי אין די מאונטענס?? לעצטע וואך האב איך געשאפט ערגעץ און כ'בין שיעור אומגעפאלן וואס עס האט מיר אפגעקאסט, געוויסע זאכן האבן געקאסט באלד דאפעלט ווי אין סיטי. נישט זאגן נעמען נאר פון א ביליגע גראסערי. א דאנק

מקען נישט גיין אוףך Beverly Hills זוכן א ביליגע גראסערי, קאנטרי איז א לוקסעס, דארט צאלט מען טייער

קאמענטירער » דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:23 am

· #342063
פאר די יושבי אינטערנעיט איז מנהסתם באקאנט אז ווען מען וויל ריפרעישן די וועב פעיזש דרוקט מען די קנעפל F5,
מיר קומט אסאך אויס צו זיין אין בעיסמעינט, איז דא אן אפשען פאר א פליפ פאון צו רעפרעישן אין זוכען פאר סערוויס? איין מהלך וואס איך נוץ אנשטאטס צו דארפען ארויסגיין אינגאנעצן פונעם בנין, רוף איך קול מבשר און אזוי זוכט עס פאר סערוויס און אלע טעקסט מעסעזשעס קומען אן, איז דא א שנעלערע וועג?

קאמענטירער » דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:51 pm

· #342083
קען איינער זאגען מבינות צו סלוינט זיך די כלי
81.JPG
און מיט וואס סאיז בעסער מער ווי גארמין?

ביליג » דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:48 pm

· #342099
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
פארוואס נישט waze ?

קאמענטירער » דאנערשטאג יולי 14, 2016 7:15 pm

· #342158
ביליג
פארוואס נישט waze ?

ווייל וועיז דארפסטו זיך פארזיכערן מיט אפאר תנאים
1. א באוועמע סמארט פאון אדער טעבלעיט
2. מוז האבען סערוויס
3. און נוצט זייער אסאך פון די טייערע בעטערי
און בכלל סאיז מיר נישט באקוועם אן ערבוביא פון זאכען די טעלעפאון איז א טעלעפאון אין די קאמפיוטער איז א קאמפיוטער וכדו',

און איך גלייב איך בין נישט די אייציגסטע מיט די מיינונג ממילא זאל זיך די עולם באנוצערס מיט GPS זיך לאזען הערן וואסערע קאמפעני זיי נוצען און זייערע עקספיריענס א דאנק פאר די גומלי חסד

דולה ומשקה » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 1:14 pm

· #348065
וואס טוה איך מיט מיין אלטע שטריימעל?
כ'פארמאג צוויי שטריימלעך וואס איך נוץ שוין נישט איבער א יאר צייט, איז דא ביי וועם איך קען זיי אנטוישען פאר א נייע שטריימעל? אדער בצירוף די צוויי צו באקומען א נייע פאר ביליגער?

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 8:28 pm

· #348118
דולה ומשקה
כ'פארמאג צוויי שטריימלעך וואס איך נוץ שוין נישט איבער א יאר צייט, איז דא ביי וועם איך קען זיי אנטוישען פאר א נייע שטריימעל? אדער בצירוף די צוויי צו באקומען א נייע פאר ביליגער?

דולה ומשקה: אויף די מינוט ביניך נישט זיכער אויב ס'דא אזא מין דיעל. אבער ס'וועט זיכער קומען א צייט ווען מ'וועט מוזן נוצן ריסייקל'ד שווענץ פאר די שטריימלעך...!

מתושלח » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 2:00 am

· #348155
berlbalaguleh
דולה ומשקה
כ'פארמאג צוויי שטריימלעך וואס איך נוץ שוין נישט איבער א יאר צייט, איז דא ביי וועם איך קען זיי אנטוישען פאר א נייע שטריימעל? אדער בצירוף די צוויי צו באקומען א נייע פאר ביליגער?

דולה ומשקה: אויף די מינוט ביניך נישט זיכער אויב ס'דא אזא מין דיעל. אבער ס'וועט זיכער קומען א צייט ווען מ'וועט מוזן נוצן ריסייקל'ד שווענץ פאר די שטריימלעך...!


נישט לאנג צירוק האט מען אין וויזניץ ב"ב ריסייקעלד די שווענץ...

ביליג » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 2:52 am

· #348160
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
עס ווענט זיך ווען די שטריימל איז געמאכט געווארן.
אויב עס איז געמאכט געווארן פאר 12-15 יאר צוריק, און די האר איז אין א גיטע קוואלעטי קענען זיי מאכן א נייע שטריימל פון דעם.

איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 10:59 am

· #348290
אבער איבערמאכן קאסט לכה''פ דאפלט ווי א היינטיגע נייע שטריימל ביי די סעילס. כמובן אז די קוואליטי פון די האר איז היבש שוואכער ביי די נייע ביליגערע אבער ווען מען ווערט יענע עידש הו קעירס.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 2:17 pm

· #348300
איך אויך
אבער איבערמאכן קאסט לכה''פ דאפלט ווי א היינטיגע נייע שטריימל ביי די סעילס. כמובן אז די קוואליטי פון די האר איז היבש שוואכער ביי די נייע ביליגערע אבער ווען מען ווערט יענע עידש הו קעירס.

לפענ"ד. אן עלטערער מענטש וועלכער טוט אן א 3 שטאקעדיגן שטריימל אזוי ווי די היינטיגע יונגעלייט וועלכע האבן נאר וואס חתונה געהאט, זעהט אויס זייער נאריש...!
איך האב א ניי שטריימל וואס כ'האב געקויפט צו מיין אייניקל'ס חתונה בערך מיט א יאר און א האלב צוריק. ערשטנס האביך באשטעלט א שטריימל וואס איז נישט זייער הויעך. אויך. איך טוה עס אן נאר ביי שמחות אין די משפחה. אדער ווען איך פאר צו מיינע קינדער אויף א יום טוב. אין ביהמ"ד גיי איך מיט מיין ..."אלט"... שטריימל

איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 4:56 pm

· #348316
פיין פיין אבער פארוואס זענט איר מצטט לבטלה?

וואלווי » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 8:42 pm

· #348343
וראית את אחורי:

אונזער ר' בערעלע מיט זיין אייגענארטיגען שטריימעלע אין א פשוט'ן שבת, נישט אויף א שמחה און נישט ביי די קינדער...
📎 images (2).jpg

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 11:44 pm

· #348380
איך אויך
פיין פיין אבער פארוואס זענט איר מצטט לבטלה?

איך אויך: כ'האב דיך שוין געפרעגט אין אנדער'ן אשכול אויך וואסי פשט אין דיינע הייליגע ווערטער. איך ווייס פון א ברכה לבטלה און ---- --- לבטלה.מצטט לבטלה...האביך נאך ניקס געהערט...מה הפשט...?

קלוגע יודל » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 12:47 am

· #348387
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
מתושלח
berlbalaguleh
דולה ומשקה
כ'פארמאג צוויי שטריימלעך וואס איך נוץ שוין נישט איבער א יאר צייט, איז דא ביי וועם איך קען זיי אנטוישען פאר א נייע שטריימעל? אדער בצירוף די צוויי צו באקומען א נייע פאר ביליגער?

דולה ומשקה: אויף די מינוט ביניך נישט זיכער אויב ס'דא אזא מין דיעל. אבער ס'וועט זיכער קומען א צייט ווען מ'וועט מוזן נוצן ריסייקל'ד שווענץ פאר די שטריימלעך...!


נישט לאנג צירוק האט מען אין וויזניץ ב"ב ריסייקעלד די שווענץ...

זיי דיך מסביר ביטע

Sent from my XT1528 using Tapatalk

געוואלדיג » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 1:04 pm

· #348423
ר' בערל עס מיינט ציטירן לבטלה.

געוואלדיג » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 1:05 pm

· #348424
.

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 1:32 pm

· #348433
געוואלדיג
ר' בערל עס מיינט ציטירן לבטלה.

געוואלדיג: דו דערמאנסט מיך די מעשה וואס מיין רבי אין חדר האט דערציילט. מיט דעם יונגל וואס האט געפרעגט פון זיין רבי וואס איז די טייטש פון צפיחית בדבש. האט איהם די רבי מסביר געווען אז די אידן זענען געגאנגען אין מדבר און די אייבישטער האט זיי געשיקט מן. און די מן האט געהאט א טעם פון צפיחית בדבש. פרעגט די יונגל זיין רבי. אבער וואס איז טייטש צפיחית בדבש. האט איהם די רבי ווייטער געזאגט אז די אידן האבן געארבעט שווער אין מצרים און די אייבישטער האט זיי ארויסגעצויגן פון דארט און זיי זענען געגאנגען אין מדבר און דארט האט זיי די אייבישטער געשיקט מן צו עסן. און די מן האט געהאט א טעם פון צפיחית בדבש. זאגט די יונגל. אבער, רבי וואס איז טייטש צפיחית בדבש. האטציך שוין די רבי כמעט אויפגערעגט, און ר'האט אנגעהויבן מסביר צו זיין פאר'ן יונגל אז די אייבישטער האט באשאפן די וועלט, וכו' וכו' און די מן האט געהאט א טעם פון צפיחית בדבש. ווען די יונגל האט נאכאמאל געפרעגט פון די רבי וואס ס'מיינט די טייטש פון צפיחית בדבש, האטציך די רבי אופגערעגט אויף איהם און ר'האט געזאגט אז די גלייבסט נישט אז די אייבישטער האט באשאפן די וועלט ביסטו דאך אן אפיקורס. און מיט אן אפיקורס וויל איך נישט רעדן. נמשל כ---נדמו. א יעדער פרובירט מסביר צו זיין וואס מצטט מיינט. שכוח. דאס ווייס איך. און וואס לבטלה מיינט, ווייס איך אויך. אבער צוזאמען..."מצטט לבטלה"...וואס מיינט דאס. אט דאס פארשטיי איך נישט. ביטע געב מיר א משל וואס ס'הייסט ..."מצטט לבטלה"...!

געוואלדיג » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 2:16 pm

· #348440
כגון דא, דו באציהסט זיך צו מיין הודעה איינס פאר דיינע, יעדער פארשטייט אז דו רעדסט צו מיר, פארוואס פעלט אויס צו ציטירן?

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 4:01 pm

· #348447
געוואלדיג
כגון דא, דו באציהסט זיך צו מיין הודעה איינס פאר דיינע, יעדער פארשטייט אז דו רעדסט צו מיר, פארוואס פעלט אויס צו ציטירן?

כדי צו מאכן א חילוק פון די מעשה וואס איך פארצייל און די קוואוט אדער להב' א פסוק וואס איך ברענג. ווייל איך ווייס פון מיר אליינס (אפשר ביניך אנדערש... 😂 ) אז ווען איך האלט מיט א סיפור המעשה און אינמיטן ברענגט מען א קוואוט פון איינעם, אדער א דיאלאג צווישן 2 מענטשן, ברענגט מען אייביג קוואוטעישן מארקס. נאר אויב ס'מאכט נערוועז א טייל מענטשן (וואס אדער האבן זיי היינט נישט גענימען די פיללן, אדער העלפט עס שוין נישט, ל"ע) וועל איך עס אויפהערן צו נוצן. ושלום על ישראל...!

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 5:21 pm

· #348456
נישט געזארגט ר' בערעלינו געב עס א חודש צוויי און איר וועט עס אי''ה כאפן.

לית דין בר נש » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 1:30 pm

· #350403
איז דא אזא זאך אז נאך א געוויסע תקופה פארליר איך מיינע אימעילס עס בלייבט נישט געסעיווט?
איך זיך א אימעיל פון פיר יאר צריק והילד איננו און איך זעה אלע אימעילס פון פאר November 2012 איז נישט צום געפונען

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 2:13 pm

· #350412
אויב ביסטו אריבערגעגאנגען די לימיט פון דיינע צאל דאטא וואס דיין אימעיל פראוויידער ערלויבט פאר אומזיסט, איז שטארק מעגליך אז האימעילס האחרונות משכחות את הראשונות.

קאמענטירער » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 3:30 pm

· #350425
לית דין בר נש
איז דא אזא זאך אז נאך א געוויסע תקופה פארליר איך מיינע אימעילס עס בלייבט נישט געסעיווט?
איך זיך א אימעיל פון פיר יאר צריק והילד איננו און איך זעה אלע אימעילס פון פאר November 2012 איז נישט צום געפונען

@לית דין בר נש
ווי שמעקעדיג, ופשוט הוא אז מיט אימעיל קומט נאך נישט דעטא\מעמערי אין די וועלט אריין (פאר א סיבה האוסטען ביזנעסער אייגענע אימעיל סערווערס), וויפיל ג''ב באשטייט דיין פאסט?

אייז קריעם » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 9:41 pm

· #350484
די שיך פוץ ווערט פארהארטעוועט מיט צייט.
איז דא עפעס אן עצה דאס צוריק ווייעך צו מאכן?
אדער נאך בעסער, וואס טיט מען דאס זאל נישט געשען?
(איך האלט דעם שאכטל פארמאכט)

נולד מאוחר » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 9:46 pm

· #350486
אויב צינדסט עס אן ברענט עס און ווערט צילאזט ווען סקולט זוך אפ איז עס ווי ניי

ביליג » מיטוואך אקטאבער 12, 2016 9:01 pm

· #352278
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
וועלעכע סוכה איז בעסער
לייטערס אדער סוכה-דיפאו ?

קל וחומר » מיטוואך אקטאבער 12, 2016 9:02 pm

· #352279
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
לייטערס

ביליג » מיטוואך אקטאבער 12, 2016 9:06 pm

· #352281
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
וואס איז די חילוק?
און פארוואס זאגסטו אז עס איז בעסער?
וועלעכע איז @ביליג-ער?

קל וחומר » מיטוואך אקטאבער 12, 2016 9:48 pm

· #352283
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
כ'האב געהערט פון א ידיד וואס האט 'געהאט' סוכה דיפאו. (היינט האט ער לייטערס).
אבער טאמער גייסטו מער פאר ביליג און ברויכסט נישט די שטערקסטע גיי מיט סוכה דיפאו.

טמיר » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 1:55 pm

· #352369
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
איז דא איינער וואס קען זיך אויס מיט website marketing / seo/ rankings וכל שום וחניכא דאית לה, און איז גרייט צו רעדן אביסל? ער קען אפשר האבן דערפון א טובה צום סוף

טרויבן88 » זונטאג אקטאבער 16, 2016 3:05 am

· #352569
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
ביליג
וועלעכע סוכה איז בעסער
לייטערס אדער סוכה-דיפאו ?

איך האב די לייטערס וואס ביי מיין עקספיריענס איז עס נישט גוט געווען, עס האט זיך א טראפ געבויגן אין נאכדעם איז זייער שווער ציזאמצישטעלן די פענעלס, מיט אפאר פענעלס האב איך די פראבלעם, איך בין אפען צי פראבירן סוכה דיפאו, מען זאגט מיט אז סגרינגער צי ציזאמענשטעלן

טרויבן88 » זונטאג אקטאבער 16, 2016 3:06 am

· #352570
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
📎 IMG_20161016_030832.jpg

וואס איז פשט און די ווערטער?

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 16, 2016 5:35 am

· #352575
אז קאווע שטיבל האט א וועבסייט
Kaveshtiebel.com

החוקר » זונטאג אקטאבער 23, 2016 12:48 am

· #352824
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
טרויבן88
📎 IMG_20161016_030832.jpg

וואס איז פשט און די ווערטער?

וואס פארשטייסטו נישט? ער האט לכאורה נישט געהאלטן אז עס איז אסור, נאר זאגן אז עס איז מותר קען ער אויך נישט וועגן מה יאמרו הבריות.
דער שו"ת יד חנוך פון ר' חנוך העניך ז"ל אין סימן ג' איז מאריך אין א תשובה אז "קול של אשה בראדיאו" איז מותר, עיי"ש.

טרויבן88 » זונטאג אקטאבער 23, 2016 12:51 am

· #352826
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
החוקר
טרויבן88
📎 IMG_20161016_030832.jpg

וואס איז פשט און די ווערטער?

וואס פארשטייסטו נישט? ער האט לכאורה נישט געהאלטן אז עס איז אסור, נאר זאגן אז עס איז מותר קען ער אויך נישט וועגן מה יאמרו הבריות.
דער שו"ת יד חנוך פון ר' חנוך העניך ז"ל אין סימן ג' איז מאריך אין א תשובה אז "קול של אשה בראדיאו" איז מותר, עיי"ש.


סא מעג הערן פרויען אויף ראדיא? און אפשר קענסטו ברענגן א פיקטשער פון די ספר פון וואס די רעדסט?

החוקר » זונטאג אקטאבער 23, 2016 1:13 am

· #352828
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
עס איז א לענגערע תשובה סא א בילד וועט נישט העלפן. די קענסט אבער גיין צו <a class="postlink" href="http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?145207">http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?145207</a> און מיש אראפ ביז דף 30 (דף לב אינעם ספר) און די קענסט דארט זען די תשובה, איך האב עס נישט געקענט טרעפן אויף היברו בוקס.

ברוך שאמר » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 7:23 am

· #352900
ווי אזוי קאן מען הערן די סאטמערע נעניעום אויף קול סאטמער

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 4:46 pm

· #352926
מיט די אויערן

הוגה » מיטוואך נאוועמבער 2, 2016 8:48 pm

· #353448
וויאזוי טרעפט מען אלטע גליונות אויף לדעת? איך דארף די גליונות נר ההפטרה אויף פרשת פרה.

געוואלדיג » מיטוואך נאוועמבער 2, 2016 8:54 pm

· #353452
קענסט זוכן דורך אריין ליגן א דאטום פון א פרשה, אבער מעגליך אז נאר ביז איין יאר צוריק.

הוגה » מיטוואך נאוועמבער 2, 2016 8:55 pm

· #353456
געוואלדיג
קענסט זוכן דורך אריין ליגן א דאטום פון א פרשה, אבער מעגליך אז נאר ביז איין יאר צוריק.


איך האב יעצט פרובירט אויף מיין סעל און איך האב נאר געקענט צוריקגיין אפאר וואכן.

טמיר » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2016 9:00 am

· #353490
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
היינט אין דבר יום איז דא אן עד וועגן קורסעס אין פראגרעמינג java מיט נאך זאכן. איינער ווייסט אפשר וואס / ווער דאס איז? (די פרייז פון $10 א קורס סאונד עפעס צי גוט)
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12