זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
559 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9115
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
א סייט וואס האלט חשבון אויף די ip אדרעס (למשל א קליסיפייד סייט וואס לאזט נאר לייגן א באשטימטע צאל קלאסיפיידס). טאמער מען ניצט א vpn, קענען זיי נישט האלטן חשבון?
און אויב מען ניצט א פילטער אזוי ווי משומר, מיינט אז האט vpn?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
איז נישט פשט אז די סייט כאפט אויף די איי פי פון די vpn? איז דאך ווייטער די זעלבע פראבלעם
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
טמיראיז נישט פשט אז די סייט כאפט אויף די איי פי פון די vpn? איז דאך ווייטער די זעלבע פראבלעם
אמת, אויב ניצט מען די זעלבע VPN, און די VPN איז סטעטיק, טוסטו טאקע גארנישט אויף.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
פאליטיקאנטטמיראיז נישט פשט אז די סייט כאפט אויף די איי פי פון די vpn? איז דאך ווייטער די זעלבע פראבלעם
אמת, אויב ניצט מען די זעלבע VPN, און די VPN איז סטעטיק, טוסטו טאקע גארנישט אויף.
א דאנק.
וואס ניצט משומר/ליוויג'ענט, סטעטיק אדער דינאמיק?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
טמירפאליטיקאנטטמיראיז נישט פשט אז די סייט כאפט אויף די איי פי פון די vpn? איז דאך ווייטער די זעלבע פראבלעם
אמת, אויב ניצט מען די זעלבע VPN, און די VPN איז סטעטיק, טוסטו טאקע גארנישט אויף.
א דאנק.
וואס ניצט משומר/ליוויג'ענט, סטעטיק אדער דינאמיק?
כ'מיין זיי נוצן אפי' נישט קיין VPN. נאר זיי פילטערן אלעס [בעיקר] אויפ'ן דעווייס אליין (MDM) שלא כדרך אנדערע פילטער'ס ווי נעטספארק וכדו' (עס נוצט די VPN טעכנאלאגיע פון די דעווייס, אבער עס טוישט נישט די איי פי).
קענסט עס בודק זיין:
-זוך אויף גוגל My Ip address אדער גיי צו דעם וועבזייטל <a class="postlink" href="https://whatismyipaddress.com">https://whatismyipaddress.com</a>.
-נעם א סקרינשאט אדער שרייב אראפ די איי פי.
-צינד אן פליגער מאוד אדער ריסטארט די פאון.
-זוך נאכאמאל דיין איי פי, זע אויב עס האט זיך געטוישט.
.
.
.
.
וואס האט ליובאוויטשער רבי געהאט אין די גרויסע פעיפער בעג ווען ער פלעגט ארויסגיין פון 770?
וואלוויוואס האט ליובאוויטשער רבי געהאט אין די גרויסע פעיפער בעג ווען ער פלעגט ארויסגיין פון 770?
בריוון און קוויטלעך. ע"פ רוב זענען די בילדער אויפן וועג צום אוהל פון דער שווער.
ווי שטייט אין דגל אז חייב לטהר עצמו ברגל גייט ארויף אויף ריקודים לקראת כלה?
Chasidishmashpiaווי שטייט אין דגל אז חייב לטהר עצמו ברגל גייט ארויף אויף ריקודים לקראת כלה?
📎 דגל מחנה אפרים.jpgיישר כח
זאלסט זיין געבענטש.
(איך האב עס געזוכט אין פרשת בא ולא מצאתיו.)
מען זאגט נאך פון בית אהרן א רקידה איז גרעסער ווי תפילה ווייל רקידה איז מיט די גאנצע גוף משא"כ תפילה. איז טאקע דא אזא בית אהרן? און אויב יא ווי?
וואס דארף איך נאכקומען צו קענען אנקומען צו די פארמאכטע אפטיילונג אין קאווע שטיבל
מאנרא יונגערמאןוואס דארף איך נאכקומען צו קענען אנקומען צו די פארמאכטע אפטיילונג אין קאווע שטיבל
וואס איז די פארמאכטע אפטיילונג? VIP?
ס'איז נישט אזא מציאה ווי דו מיינסט. ס'האט זיך אריגינאל אנגעהויבן אלס א הילף פאר מענטשן וועלכע האבן געוויסע פראבלעמען. נאר ס'איז דא איינער (אדער מער) וועלכער רופט זיך אנאנים. און ער געט ארויס אלע זיינע פערווערסיעס אין דעם אשכול.
ווייסט איינער וואס געוויסע טוען מיט א פארגרעסערונג-גלאז בשעת’ן קויפן א אתרוג??..
איז עס א מנהג חסידים? האבן עס שוין די ראשונים געטון?
בין איך יוצא אויב מיינע אויגן האבן נישט געקוקט אויפן אתרוג דורך אזא גלאז?...
מתבודד: פאר'ן באשעפער ביסטו זיכער יוצא. נאר פאר די אויפטוערס אין ביהמ"ד וועלכע גייען ארום באקוקן א יעדנ'ס אתרוג. און זיך בארימען ווי שיין און ריין זייער'ס איז. לעומת די אלע אנדערע. נו, פאר עפעס האט ער דאך אויסגעגעבן א טויזנטער (וואס ער האט נישט.).
berlbalagulehמתבודד: פאר'ן באשעפער ביסטו זיכער יוצא. נאר פאר די אויפטוערס אין ביהמ"ד וועלכע גייען ארום באקוקן א יעדנ'ס אתרוג. און זיך בארימען ווי שיין און ריין זיער'ס איז. לעומת די אלע אנדערע. נו, פאר עפעס האט ער דאך אויסגעגעבן א טויזנטער (וואס ער האט נישט.).
דערמאנסט מיר פון שולי ראנד’ס
אושפיזיןבראשית ברא אלוקים את "השמים"!!!
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דאס שמים? רקיע?
רש"י ברענגט שוין צו אויפן פלאץ, פון די גמרא אין חגיגה, אז די הימל איז א רעסעפי פון וואסער און פייער אויסגעמישט און די הימל טיילט אפ צעווישן די מים התחתונים (די ימים און לעיקס פון די וועלט) און די מים העליונים (איינער ווייסט וואו דאס איז?)
למעשה ווייסט מען היינט אז די ערד איז א גרויסע באלי און הענגט אינמיטן א גרויסע קאסמיק יוניווארס, לפי דעם דארף די הימל זיין עפעס א געוויסע שיכט וואס נעמט ארום די וועלט פון אלע זייטן, אויך אין די פארעם פון א גרויסע באלי, איינער קען מיר מסבר'ן וואו דאס געפינט זיך? און אז מען רעדט שוין, וואו איז די מים העליונים? און אז די זיכסט שוין יא... אוואו געפינט זיך די סמבטיון?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
אז דו הייבסט אהן מיט קשיות אויף מעשה בראשית וועסטו קיינמאל נישט ענדיגען. מען מוז זאגן אז דאס זענען העכערע זאכן (תרתי משמע)
כ'פארשטיי נישט דיין קשיא אויף מים עליונים. מיר קענען דען אלעס זעהן ביז אין סוף? אפשר איז עס העכער פון וואס מיר קענען זעהן
ס'דא א וועג וויאזוי כ'קען ארויספרינטן אויפאיינמאל א גאנצע אשכול?
אדער מ'דארף יעדע בלאט עקסטער פרינטן.
פארוואס, און די גאנצע וועלט אז מען ברעכט די געזעץ שפארט מען איין, אבער דא אין ק"ש אז איינער ברעכט די געזעצן שפארט מען אויס...?
ווי אויך, איז דא דא אזא זאך ווי time served אדער eligibility for parole?
ווייל די נקודה פון איינשפארן איז אוועקצונעמען זיין פרייהייט, אין פיזישן זין ווערט עס געטון דורכ'ן אריינלייגן אין א ד' על ד'. אין אידילאגישן זין איז עס דורכ'ן איינשפארן זיין מח - דורכ'ן פארבאטן פון אים אינפארמאציע. אויסשפארן פון ק"ש איז אויסשפארן פון וויכטיגע, אמת'ע, אקוראטע אינפארמאציע.
אוועקגענומען זיין פרייהייט.
דיין צווייטע שאלה דארפסטו פרעגן די וואס פראקטיצירן געזעץ. (@שופטת?)
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
וואס האט יענער געשריבן? וואס האב איך פארפאסט?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
שמן למאורבראשית ברא אלוקים את "השמים"!!!
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דאס שמים? רקיע?
רש"י ברענגט שוין צו אויפן פלאץ, פון די גמרא אין חגיגה, אז די הימל איז א רעסעפי פון וואסער און פייער אויסגעמישט און די הימל טיילט אפ צעווישן די מים התחתונים (די ימים און לעיקס פון די וועלט) און די מים העליונים (איינער ווייסט וואו דאס איז?)
למעשה ווייסט מען היינט אז די ערד איז א גרויסע באלי און הענגט אינמיטן א גרויסע קאסמיק יוניווארס, לפי דעם דארף די הימל זיין עפעס א געוויסע שיכט וואס נעמט ארום די וועלט פון אלע זייטן, אויך אין די פארעם פון א גרויסע באלי, איינער קען מיר מסבר'ן וואו דאס געפינט זיך? און אז מען רעדט שוין, וואו איז די מים העליונים? און אז די זיכסט שוין יא... אוואו געפינט זיך די סמבטיון?
The ozone layer? Anything beyond our atmosphere?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
berlbalagulehמתבודד: פאר'ן באשעפער ביסטו זיכער יוצא. נאר פאר די אויפטוערס אין ביהמ"ד וועלכע גייען ארום באקוקן א יעדנ'ס אתרוג. און זיך בארימען ווי שיין און ריין זייער'ס איז. לעומת די אלע אנדערע. נו, פאר עפעס האט ער דאך אויסגעגעבן א טויזנטער (וואס ער האט נישט.).
הרב מבריסק האט געהאלטן אז מברויך קוקן מיט א גלאז ווייל אפשר איז אונזער אויגן שוואך ובאמת איז עס יא נראה לעין אבל זה בריסקע חידוש אין רעק"א שטייט אז חסר וכדומה איז פסול אפילו אינו נראה לעין עס איז נישט קלאר אויב דאס מיינט א גלאז
Sent from my SM-S908U1 using Tapatalk
בשלמא די בריסקע פארשטיי איך, אבער פארוואס איז עס געווארן א נחלת הכלל?
לויט רעק"א איז דען אייביג דא דא א ספק אז אפשר איז עס חסר? אננלעס ער מיינט טאקע מ'זאל בודק זיין דורך א גלאז דווקא.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז טאקע געשען דא, די FDIC האט געמאכט א חשבון אז מער מצה קויפערס האבן געלט אין Signutere ווי מצה בעקעריס, סא סאיז געווארן א ריזיגע unrealized loss
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
מתבודדבשלמא די בריסקע פארשטיי איך, אבער פארוואס איז עס געווארן א נחלת הכלל?
לויט רעק"א איז דען אייביג דא דא א ספק אז אפשר איז עס חסר? אננלעס ער מיינט טאקע מ'זאל בודק זיין דורך א גלאז דווקא.
בד"כ איז מען בודק ווען מזעט עפעס און מווייסט נישט פונקטליך וואס
Sent from my SM-S908U1 using Tapatalk
ליימדארפערס'דא א וועג וויאזוי כ'קען ארויספרינטן אויפאיינמאל א גאנצע אשכול?
אדער מ'דארף יעדע בלאט עקסטער פרינטן.
ס'דארף צו זיין עפעס א וועג, איך געדענק זען אויף אייוועלט, כ'וועל עס אויפזיכן פאר אייך
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
ווער איז דער קליינער באונסער וואס באגלייט אייביג דזשארדזש סענטאס?
אנגעטוהן ספיפי וו ווי אל שארפטאן, שמייכלט אונטער כאילו ער ענדזשאוט די אסיסטענט/באדי גארד/טשיף אוו סטעף גיג ווי אין א זומער קעמפ קאלאר-וואר.
אפשר איז ער גאר סאנטאס'ס עקרת הבית, זיין לעבענס באגלייטער(ין). בכל אופן, ער איז געווארן א פאפולאר טיווי פעיס וואס האט ניטאמאל א נאמען...
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
ס'דא א גראסערי ערגעץ אין וויליאמסבורג מיט אן ארענדשע סיין וואס שטייט דערויף KLEIN'S FOOD MARKET, ווייסט אפשר איינער אויף וועלכע סטריט דאס געפינט זיך?
א דאנק
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
Marcy/ penn
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
איך האב (אמאל) באמערקט א הארדוועיר סטאר, אין די פראספעקט פארק געגנט פון ברוקלין וואו א חסיד'ישער איד איז דער בעה"ב. און ס'איז געווען א רעינבאו פלעג (דער דגל פון די געיס) אינדרויסן פון געשעפט.
מיין שאלה איז אויב ער האט געוויסט די מיינונג פון דעם פלעג? מסתמא יא. ער האט עס אזוי איבערגענימען. (נישט בכוונה ארויפגעלייגט). אויך. ס'העלפט צו אריינברענגען קאסטומערס פון די אריענטאציע וועלכע זענען שטארק פארשפרייט אין די געגנט.
נאר במושכל ראשון האביך געלאכט פון די תמימות פון דעם איד. אז ער ווייסט (נעבעך) נישט וואס דער פאן רעפרעזענטירט. נאר ס'זעהט אויס ווען ס'קומט צו ביזנעס טוט מען וואס מ'דארף אריינברענגן קאסטומערס...!
ביז פאר אפאר יאר צוריק פלעג איך קיינמאל נישט ווערן קראנק, נישט קיין פלו, נישט קיין קאממאן קאלד, אבער זייט די קאוויד האט זיך אנגערוקט גייט נישט דורך קיין האלבע יאר וואס איך פאל נישט אריין אין בעט פאר אפאר טאג, צומאל נאר צוויי טעג און צומאל גאנצע צעהן טעג! דעם מאל האט עס מיר אנגעכאפט אזוי מיטוואך לעצטע וואך און איך האלט יעצט ביים peak ווי מ'זאגט. איז דא נאך איינער וואס האט דעם אישו לעצטנס אדער איך ווער פשוט אלט?
Re:
הכנה דרבה #

זיץ נאך אפאר שעה הכנה דרבה, וועסט קלארער ווערן, ווייל כל זמן שמזקינין דעתם "מתיישבת" אליהן...
Re:
הכנה דרבה #
ביז פאר אפאר יאר צוריק פלעג איך קיינמאל נישט ווערן קראנק, נישט קיין פלו, נישט קיין קאממאן קאלד, אבער זייט די קאוויד האט זיך אנגערוקט גייט נישט דורך קיין האלבע יאר וואס איך פאל נישט אריין אין בעט פאר אפאר טאג, צומאל נאר צוויי טעג און צומאל גאנצע צעהן טעג! דעם מאל האט עס מיר אנגעכאפט אזוי מיטוואך לעצטע וואך און איך האלט יעצט ביים peak ווי מ'זאגט. איז דא נאך איינער וואס האט דעם אישו לעצטנס אדער איך ווער פשוט אלט?
https://achitv.com/en/product/%d7%9c%d7%99%d7%a7%d7%95%d7%9c%d7%99%d7%99%d7%a3-%d7%9e%d7%92%d7%94-100-%d7%9e%d7%b4%d7%92/
Try this product
Re:
הכנה דרבה #
ביז פאר אפאר יאר צוריק פלעג איך קיינמאל נישט ווערן קראנק, נישט קיין פלו, נישט קיין קאממאן קאלד, אבער זייט די קאוויד האט זיך אנגערוקט גייט נישט דורך קיין האלבע יאר וואס איך פאל נישט אריין אין בעט פאר אפאר טאג, צומאל נאר צוויי טעג און צומאל גאנצע צעהן טעג! דעם מאל האט עס מיר אנגעכאפט אזוי מיטוואך לעצטע וואך און איך האלט יעצט ביים peak ווי מ'זאגט. איז דא נאך איינער וואס האט דעם אישו לעצטנס אדער איך ווער פשוט אלט?
האסט שוין פרובירט אפשפרעכן עין הרע?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
איך האב שוין פרובירט צו האנדלען. כ'האב (נאך דערווייל) נישט מצליח געווען. האביך פרובירט צו רופן די באבע וואס שפרעכט אפ עין הרע'ס. האט די משין געענטפערט אז זי איז געפארן קיין פלארידע אויף וואקאציע.
דער צווייטער עיין הרע אפשפרעכער אין ווויליאמסבורג. זיין טעלעפאן ארבעט אינגאנצן נישט. ער האט נישט באצאלט דעם בילל. אפשר זאל איך רופן כולל חצות?
ווער ס'האט עפעס אן עצה ווערט געבעטן זיך אן צו רופן. ייש"כ.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
berlbalaguleh #

אפשר טריי אברהם לעבל פון א"י.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
כולל חצות איז דאך אויך אין ארץ ישראל. זיי ווילן איך זאל זיי אריינפעקסן א קוויטל. צוגעלייגט מיט א מאה'לע (אין פעקס). נאר נישט הונדערט שקל חדש (רח"ל) נאר 100 ענגלישע פונט.
איינער ווייסט פארוואס אברהם מרדכי שווארץ גייט אייביג מיט א ווייסע שאל?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
ער איז דאך שטענדיג ביזי מיט קבלה וחסידות...
פילייכט וויל ער סימבאליזירן די ז' נקיים פון די כרובים העליונים...
כ'ווייס? כ'זאג נאר...
כ׳׳האב געוואוסט אז ס׳דא א קבלה ענין אינעם ווייסן שאל, כ׳האב נאר נישט געוואוסט אז ער איז עוסק אין קבלה, אויב אזוי פארשטיי איך שוין.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
און וואס דארף צו מיינען עפ"י קבלה די רעבעס וואס גייען א שאל וואס איז אמאל געווען ווייס. נאר היינט איז ער געל אדער גרעי.
אז די רבי איז א שמוציאן. און זיין רביצין איז א שלאך. א פוילע שטריק. זי קען נישט אויסוואשן דעם שאל.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
שטעל זיך פאר ער גייט ווען נישט קיין ווייסע שאל
זינגען זינגט ער דאך נישט גוט
קול האט ער קיין שיינע
זיין פערזענליכקייט מאכט גאנץ נערוועז
די איינציגסטע וועג פאר אזאנע איז צו טון עפעס מאדנע און דאדורך ווערן א סעלעבריטעט, דאן דארף מען גארנישט מער קענען. קומט אויס אז די שאל איז ממש זיין עקזיסטענץ
איז לויט טעמי וריחי שטימט עס גאר גוט
די וואס גלייכן אים יא און האלטן ער זינגט יא גוט וועלן זיך ווייטער דארפן מוטשען מיט די שאלה, אדער שטעלן אויף תיקו