☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל

איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8770
בלאט: 1 2

יידל » מיטוואך אפריל 29, 2015 3:11 pm

· #270944
איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל
פון די יסודות פון א ציוויליזירטער געזעלשאפט איז דורכזיכטיגקייט פון די פירער הנקרא בלע"ז "טרענספערנסי". צו וויסן וואס גייט פאר מאחורי הפרגוד ביי די "העכערע פענסטערס" איז דער ערשטער טריט אין ריכטונג פון א מער יושר'דיגער און מענטשליכער רעגירונג. א נאענטער קוזין מיט דורכזיכטיגקייט מצד די הנהגה איז אויך די פרייהייט צו קענען אויסדרוקן קריטיק אנטקעגן די פירערשאפט אזוי אז דער המון עם זאל האבן די מעגליכקייט צו אויפמערקזאם מאכן די פירערשאפט ווען עפעס גייט נישט ווי דער המון עם וויל.

איינס פון די וויכטיגסטע חללים וועלכע קאווע שטיבל האט ערפילט פארן היימישן געמיינדע איז די יכולת פון קענען האלטן אונזערע מנהיגים און 'עסקנים' צו א העכערע דעגרי פון פאראנטווארטליכקייט, דורכן פארלאנגן פון זיי טרענספערנסי און ערלויבן קריטיק. אין די זעלבע צייט, האט קאווע שטיבל אויך פארשטאנען די וויכטיגקייט פון טרענספערנסי ביי זיך זעלבסט, און דעריבער זענען די תקנות אריגינעל געשריבן געווארן צו אויסמיידן די פראבלעמען וועלכע פלאגן אנדערע ענליכע פארומס. צום ביישפיל, אויף די נושא פון קריטיק, שטייט געשריבן אין די תקנות ווי פאלגנד:

קריטיק אויף דער הנהלה איז ערלויבט בלויז דורך ניקים ותיקים. א נייער ניק קען נאר קריטיקירן אין אישית צו די מנהלים. א שרייבער וועלכער האט שוין ביישטייערט כאטש 150 זאכליכע הודעות קען זיך ערלויבן צו קריטיקירן ברבים, אבער אויך, זעלבסטפארשטענליך, מיט כבוד האדם. די סיבה איז וויבאלד מיר קענען זיך נישט ערלויבן אז שרייבער וועלכע זענען דא בלויז אויף סאבאטאזש זאלן שטערן אנדערע שרייבער און לייענער. אז א נייער ניק וועט זיך אפגעבן בלויז מיט מחאות און קריטיק וועלן מיר זיין געצווינגען אים אויסצושפארן.


דער שליסלפראזע זענען די ערשטע פיר ווערטער. קריטיק אויף דער הנהלה איז ערלויבט. יא, עס איז דא פארשידענע מאסנאמען אין פלאץ צו מאכן זיכער אז די קריטיק קומט נישט פון טראלס אדער סאבאטאזשירער, אבער דער עיקר איז אז קריטיק איז ערלויבט.

דאס זעלבע איז מיט טרענספערנסי. אין די תקנות ווערט פארשפראכן:
קיין שום הודעה וועט נישט פארשוואונדן ווערן אָן דעם וואס א קלארע סיבה זאל אנגעגעבן ווערן.


פארוואס ברענג איך דאס אויף? ווייל די פאלגנדע האט לעיקוואד, א ניק וותיק לכל הדעות, געפאוסט נעכטן:

לעיקוואד
סדרן אין אישי
טעמע: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
לעיקוואד
און אונז האבען בתמימות געגלייבט אז דאס איז א וויץ. ווייזט אויס די צעקות פון המלוכה וחבריו דאס איז גאר געווען דער וויץ, דאס אז עפעס מנהלים האבען מחליט געווען איינפירען אן אייוועלט סטייל ווערטשאפט אין קאווע שטיבל איז גארנישט קיין וויץ.

קריטיק קעגן דער הנהלה געהערט אין אישי.



איך וויל נישט רעדן צו די ספעציפישע תגובות פון לעיקוואד וועלכע זענען געקומען אונטער אטאקע. דאס איז ביסיידס די פוינט. די ווייטאג איז דא אז זינט די פרישע כוחות האבן זיך מצטרף געווען צו די הנהלה האבן זיך זאכן אנגעהויבן טוישן. איך באשולדיג נישט חלילה די פרישע מנהלים וועלכע זענען זיכער געטריי פונקט ווי די ערשטע און כ'גלייב אז זיי טיילן די וויזיע פון די ערשטע מנהלים. אבער אפילו צו טוישן אזא קלייניגקייט ווי "קריטיק בלויז אין אישי" איז א פגיעה אין די סאמע יסודות אויף וועלכע קאווע שטיבל שטייט, און איז סימפטאמאטיש פון די זעלבע קרענק פון וועלכע די חסידישע/חרדישע געמיינדע ליידט.

ניין, קריטיק קעגן די הנהלה באלאנגט דירעקט נישט אין אישי.

טייערע מנהלים, גבאים, אחראים, און מיטגלידער: ביטע טוישט נישט די פנים פון קאווע שטיבל! אנשטאט דערשטיקן קריטיק, אפילו בייסנדע און ווייטאגליכע, לאמיר ערמוטיגן קריטיק! נאר מיט קריטיק וועלן מיר קענען האלטן דאס פלאץ אלס א מקום ווי פרייהייט פון ווארט קען געוועלטיגן, און דער פלאץ וועט ווייטער געהערן צום המון עם, און נישט צו געציילטע עליטע ניקים מקורבים למלכות.

דער בעסטער פלאץ פאר קריטיק איז אפן, פאר א יעדן צו זען. דעלעגירן קריטיק צו אישי איז דער ערשטער טריט און ריכטונג פון א מנהלים קולטור. וואס איז דאס א מנהלים קולטור? אזוי איז דאס דעפענירט געווארן אין די תקנות:

מנהלים קולטור – אין "קאווע שטיבל" זענען די מיטגלידער זייערע אייגענע בעלי-בתים און עס עקזיסטירט נישט קיין "מנהלים קולטור". עס זענען נישט פאראן קיין "עליטע שרייבער" מיט ספעציעלע רעכטן. אין "קאווע שטיבל" איז יעדער שרייבער און לייענער פונקט אזוי וויכטיג. קיינער דארף זיך נישט חנפ'ענען צו קיינעם. עווענטועל האט יעדער שרייבער די פאטענציאל צו ווערן א מנהל לויט דעם ווילן פון דעם ציבור.


זעלבסטפארשטענדליך אז די פוינט פון קריטיק ברבים איז אז די מנהלים/גבאים זאלן זיך קענען פארענפטערן ברבים, אזוי אז די מער דקות'דיגערע דעטאלן פון די תקנות זאלן קענען ביינאזאם אויסגעארבעט ווערן. עס האט נישט קיין פשט צו האבן אן אשכול "איבער וואס מ'מעג יא אדער נישט שרייבן" אויב די מנהלים - וועלכע טוען ענדגילטיג באשליסן איבער וואס מ'מעג יא אדער נישט שרייבן -טוען זיך נישט זעלבסט באטייליגן אין דעם שמועס. צו ענטפערן אויף קריטיק בלויז אין אישי ווייזט אויף א שוואכקייט מיט די אייגענע פאזיציע, אן אומזיכערקייט מיט די ריכטיגקייט פונעם אייגענעם מיינונג.

דער עתיד פון קאווע שטיבל ליגט אין ענקערע הענט.

סאשי פיש » מיטוואך אפריל 29, 2015 3:32 pm

· #270952
Re: איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל
יודל גוט ארויסגעברענגט א נקודה וואס איך האב מיך שוין אויך ג׳אישי׳ט מיט די מנהלים נאכדעם וואס מען האט ביי מיך אויסגעמעקט א בילד פון א פרוי און קיינער האט נישט צוגעשריבען אז זיי האבען עס געטוישט.
איך האב געפענט די אשכול איבער די קאשער סוויטש און געלייגט פאר די טעמע ״אנצינדען א לייט אום שבת״ איז איינער געקומען און עס געטוישט אן מיך פרעגען און ווייטער האט קיינער נישט גענומען קרעדיט פאר די אטאקע איך מיין אז עס איז נישט שיין צו טוישען די קעפל פון א אשכול אן פרעגן דער וואס האט עס געפענט

יידל » מיטוואך אפריל 29, 2015 3:39 pm

· #270954
פערזענליך שטערט מיך נישט אז מ'טוישט א קעפל, נאר עס איז מן הנימוס צו לאזן וויסן דעם באטראפענעם און אים געבן א הסבר. אז דער באטראפענער נעמט דאס נאכדעם צו די פובליק איז נישט קיין חסרון.

איך אויך » מיטוואך אפריל 29, 2015 3:46 pm

· #270957
גראדע געפעלט מיר די הנהלה'ס התנהגות בעסער זייט די נייע כוחות האבען זיך מצטרף געווען. איך רעד כלל נישט פון לעקוואדס קעיס ,נאר באופן כללי האט געהערשט א פארשטינקענע אטמאספיר ביי געוויסע האטהעדס פון די עלטערע חברי ההנהלה און מיר פערזענליך זעהט עס אויס ווי די נייערע זענען בעסער.

איינע פון די סאמע וויכטיגסטע פונקטען אויף וואס דער עולם שרייבערס האבען געווארט בפאר ק''ש עקזיסטענץ אז געווען אט טאקע דאס ,עס זאל נישט עקזיסטירן קיין דיסקרימינאציע און איפה ואיפה אזוי ווי אנדערע פלעצער זענען טרויעריג בארימט מיט דעם אז ווער עס איז הוקט אופ מיט די רייסערס קען מער ווייניגער שרייבן וואס ער וויל און די פשוטי הניקס רודפט מען ווען זיי גייען נישט אין שפאן.

די איידיע דא (אורגינאל) איז געווען אז מען גייט דן זיין און מגיב זיין לגופן של דברים ולא לגופו של ניקס אדער ווי גוט איינער איז מקושר. סאו איך בין היילי סורפרייזד אז די נוצט לעיקוואדס וותיקות אלס א טענה בעוד דאס דארף כלל נישט זיין קיין פאקטאר ווייל אויב עפעס איז צום דבר זאל עס זיין פון א שפאגל נייע ניק דארף עס האבען א קיום און אויב נישט טאר נישט העלפן די אלטקייט/קשרים.

וכאמור ,מיר קוקט אויס ווי די פרישע כוחות זענען בעסער אין דעם נקודה און אין עטליכע אנדערע.

יידל » מיטוואך אפריל 29, 2015 5:17 pm

· #270993
איך אויך, האסט מיר נישט גוט פארשטאנען, כ'באשולדיג בכלל נישט די נייע הנהלה. אדרבה, כ'האב קלאר געשריבן אז:
יידל
איך באשולדיג נישט חלילה די פרישע מנהלים וועלכע זענען זיכער געטריי פונקט ווי די ערשטע און כ'גלייב אז זיי טיילן די וויזיע פון די ערשטע מנהלים.

כ'וואלט נישט געזאגט אז זיי זענען "בעסער" ווי די פריערדיגע, זיי זענען אבער זיכער פונקט אזוי גוט און כ'האב נישט פאר קיין רגע א ספק אז זיי ארבעטן שווער צו אנהאלטן דעם קאווע שטיבל שטייגער ווי עס דארף צו זיין.

נאר וואס דען? ווען די אריגינעלע מנהלים האבן געגרינדעט די פלאץ האבן זיי געהאט א וויזיע. וואס די וויזיע איז, דערקענט זיך שטארק פון די ווערטער אינעם תקנות בריוול. די מנהלים הבאים אחריהם זענען שוין יורשים. זיי זענען נישט די וויזיאנערן זעלבסט, נאר מענטשן וועלכע טרעפן אין קאווע שטיבל'ס וויזיע אן ענליכקייט צו זייער אייגענעם וויזיע און זענען אפילו גרייט צו ווערן מנהלים און ארבעטן געטריי פאר קאווע שטיבל'ס וויזיע. נאר מטבע הדברים קען איין מנהל פארזען איין געוויסער נקודה וועלכע איז פערצופאל נישט א חלק פון זיין מיינונג. צב"ש, קריטיק. די אריגינעלע גרינדער האבן ווייזט אויס געוואלט פארמיידן א מנהלים קולטור און זיי האבן דעריבער ערלויבט קריטיק. ברבים. מיין בקשה צו די נייע מנהלים איז: ביטע, אפילו אויב איר זענט נישט אינגאנצן מסכים צו דעם פרט, לאזט עס אין פלאץ. עס איז פון די וויכטיגע יסודות. ולא באתי לקטרג חלילה, רק להעיר.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 29, 2015 5:20 pm

· #270995
ייש"כ יידל פאר דיין באלערנדע תגובה.

איך בין טאקע נאר אן אחראי, אבער אסאך מאל אינוואלווד מיט די דין ודברים פון יא-אדער-נישט פארמעקן, גענוי ווי די גבאי חודש שיחיו, און אלע וועלכע האבן שוין געדינט אויף די פאזיציע ווייסן וויפיל כוחות עס ווערט אריינגעלייגט אז מען זאל נישט דארפן מעקן, חוץ פון די תגובות וועלכע זענען קלאר אקעגן די תקנות.

כדי צו ערגענצן דעם בילד, וואלסטו געדארפט ציטירן נאך אפאר שטיקלעך פון די שטאטוטן. נישט נאר די עטליכע שורות וואס גיט נאר א חלק פונעם בילד.
לאמיר דא אראפברענגען:

ה) צענזור

ווען מיר האבן לכתחילה געשריבן איבער א גאר לייכטן צענזור איז דאס געווען געבויט אויף דער הנחה אז "די הנהלה נעמט אן מיט א פשטות אז די שרייבער זענען גענוג ערוואקסן און אינטעליגענט זיך צו באגרעניצן איבער וואס און וויאזוי צו שרייבן. מיר פארשטייען אז די חברי הקהל וועלן זיך זעלבסט-צענזורירן און שרייבן אויף אזא אופן ס'זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים, בסבר פנים יפות, בנחת, מיט רעספעקט פאר זיך און פאר'ן גאנצן ציבור, און אידישליך אויסגעהאלטן." געוויסע האבן נישט פארשטאנען אונזער כוונה, און האבן געמיינט אז דא איז א מקום הפקר, און מ'קען דא שרייבן וואס אימער. מיר ווילן דעריבער נאכאמאל אונטערשטרייכן אז מיר קענען אנהאלטן א מינימאלן צענזור בלויז אויב עס שטעלט זיך ארויס אז די שרייבער זענען גענוג ערוואקסן און אינטעליגענט זיך צו באגרעניצן איבער וואס און וויאזוי צו שרייבן. אויב שטעלט זיך ארויס אנדערש, וועלן שטרענגערע מאסנאמען גענומען ווערן אין באטראכט פאר דעם באטרעפנדן ניק.


טז) צענזור

ווי מיר האבן שוין זייער א סך מאל ארויסגעברענגט איז אונזער ציל אז מ'זאל נישט דארפן מעקן און צענזורירן די רייד פון די חשוב'ע חברים. אבער מען דארף אין אכט נעמען אז "קאווע שטיבל" איז אן ערליך אידישן ארט, און הודעות (אדער ווערטער) וועלכע זענען נישט אידישליך ווערן נישט טאלערירט. דערפאר ווערט ניבול פה און כפירה תיכף פארמעקט, און א חבר וואס וועט באקומען מער ווי פינף ווארענונגען בנוגע אזעלכע שרייבערייען וועט קענען פארלירן רשות כתיבה פאר א שטיק צייט אדער אפילו גענצליך.


און די פאלגענדע איז נאך שטארקער, קען אפשפיגלען די נעכטיגע לעיקוואד סומאטוכע:

כו) איבער פראוואצירנדע הודעות

אין דער צייט וואס יעדער איז בארעכטיגט אויסצודרוקן זיין מיינונג ווילאנג עס איז געשריבן אויף א אידישליכן אופן, קען אבער א מיינונג נישט געשריבן ווערן אויף אן אופן וואס ס'זאל פראוואצירן און אויפרייצן אנדערע. אויב איינער איז עובר אויף דעם, איז די עצה צו דרוקן דעם באריכט קנעפל, און מען קען עס נישט נוצן ווי אן אויסרייד צו רעאגירן מיט אויפרייצענדע און פראוואצירנדע אנטווארטן.

וויבאלד אונזער פלאטפארמע איז געווידמעט פאר יעדן איד וואס וויל שמועסן בדיבוק חברים אן ווערן דיקטירט און צענזורירט, ערלויבן מיר אויך קאנטראווערסיאלע דעות ווילאנג זיי זענען אידישליך אויסגעהאלטן. זייט מדייק: קאנטראווערסיאלע דעות, אבער נישט קיין קאנטראווערסיאלע סטעיטמענטס. א דעה וואס רוב פון אונזערע חברים וועלן פארשטיין די נימוקים פאר דער דעה, דארף נישט אויסגעשמועסט ווערן. צום ביישפיל, א סטעיטמענט "אסאמא בין לאדען איז פון די גרעסטע רשעים אין לעצטן יאר הונדערט" איז א סטעיטמענט וואס יעדער קען פארשטיין, און איז נישט פראוואקאטיוו. עס איז טאקע נישט קיין חיוב פאר אן ארטאדאקסישן איד צו גלייבן אז בין לאדען איז געווען א רשע, אבער מיר קענען נישט ערלויבן א סטעיטמענט "בין לאדען איז געווען גאנץ א לייטישער מענטש, פארשטייט זיך חוץ אויב איר זענט אנגעלייענט מיט אמעריקאנער פראפאגאנדע." אזא דעה, כאטש איר זענט בארעכטיגט אזוי צו האלטן, קען נישט געזאגט ווערן אין א סטעיטמענט פון איין שורה - דאס דארף ערקלערט ווערן בטוב טעם ודעת פארוואס איר האלט אזוי.

אין קורצן: א דעה קען געשריבן ווערן נאר מיט'ן חשבון אז יעדער וועט כאטש אביסל פארשטיין פארוואס דער שרייבער האלט אזוי. פאפולערע דעות קענען אננעמען פאר פשוט אז יעדער פארשטייט שוין אליין, אבער קאנטראווערסיאלע דעות קענען נישט געשריבן ווערן ווי קורצע סטעיטמענטס, נאר דארפן א הסבר.


איך בין נעכטן צופרי אויפגעשטאנען מיט 5 הודעות, טייל אין אישי, טייל אויף ג'טאלק, וואס מען האט זיך אפגערעדט אויף לעיקוואד'ס אשכול. דאס א חוץ די מחאות און שאלות אינעם אשכול זעלבסט.
און אזוי האב איך נאכגעהערט, האבן אנדערע מנהלים אויך ערהאלטן (טייל ניקס האבן גע'אישי'ט אלע מנהלים...).
אנשטאט פארמעקן, האט עס איינער פון די מנהלים בלויז אריינגעשטעלט אין שבת אחים, עס זאל נישט אוועילעבל פאר די גאנצע וועלט ביז די לופט קלארט זיך אויס. לדעתי זייער יושר'דיג.
די מינוט וואס לעיקוואד האט געענטפערט און מסביר געווען, איז עס געווארן צוריקגעשטעלט על מכונו אין העמק דבר!

אינמיטן דעם דין ודברים האט לעיקוואד באקומען א אישי פון א גבאי חודש, וואס איז געשריבן געווארן אלס "אישי", פריוואט. איז געגאנגען לעיקוואד און עס ארויסגעשטעלן אויפן גאס למען ידעו דור אחרון.
נו, איך מיין אז א מענטש האט אלע רעכטן צו פארלאנגען אז זיינע פריוואטע דיבורים זאל נישט ווערן פובליק, האט דער גבאי פשוט פארמעקט די תגובה. לעיקוואד האט עס פארדראסן און האט עס איבערגעלייגט א צווייטן מאל.
זאגט מיר דער גבאי חודש שפעטער, אז די מנהלים האבן גאר פארלאנגט פון אים אז ער זאל זיך אנטשולדיגן פאר לעיקוואד...! איר הערט? לפנים משורת הדין לענ"ד.

חברינו לעיקוואד איז א וואוילער אינגערמאן, אבער איז ברייט-באקאנט אין שטיבל פאר געוויסע תגובות וואס פאר רוב כיתה ג' אינגלעך קען עס ווערן אנגערופן פראוואקאטיוו, און איז צומאל צו טיף פאר די וועלכע האבן נישט אזא גאונ'ישן קאפ ווי אים. די ניק'ס וועלכע פארשטייען יא די כוונה, זאלן דאנקען השי"ת פאר זייער טיפע הבנה. אבער בעיסד אויף לעיקוואד'ס היסטאריע דא אין שטיבל - ווענדט זיך אין זיין גוסטע 😛 - האט ער גענוג מאל געשריבן הודעות וועלכע קענען פארטייטשט ווערן אלס נישט פאסיג. איך מיין אז די מנהלים האבן געהאט אלע רעכטן עס צו רוקן צייטווייליג און פארלאנגען א שטיקל קלארקייט אינעם חשכות ענן וערפל. בפרט אז נאכדעם האט מען עס צוריקגעשטעלט און א מנהל איז ארויסגעקומען מסביר זיין וואס איז פארגעגאנגען ביהיינד די סיענס, ווי יידל רופט עס, צו זיין "דורכזיכטיג".

דאס איז לגבי די ספעציפישע אינצידענט.

בכלליות, אודאי דארף ווערן ערלויבט קריטיק אקעגן די הנהלה, אבער עס דארף מאכן סענס. די טענה אז א אשכול נעמט אסאך ארבעט און מען אפרישיעט נישט איז נישט פאסיג ווייל אויב עס איז אקעגן די תקנות איז עס נישט רעלעוואנט. סתם באשמוצן די הנהלה מיט כעס איז אויך נישט אין פלאץ. דברי חכמים בנחת ישמעון. אבער קריטיק אויף אן איידעלן מענטשליכן אופן איז אלץ אקעי און אפילו רעקאמענדירט, וכלשון יידל: "דער המון עם זאל האבן די מעגליכקייט צו אויפמערקזאם מאכן די פירערשאפט ווען עפעס גייט נישט ווי דער המון עם וויל".

אגב, איך וואלט נישט צוגעגליכן די הנהלה פון ק"ש וועלכע ארבעט געטריי ארום דעם זייגער שלא על מנת לקבל פרס - צו א רבי וואס איז כסדר נהנה פון די חסידים. די הנהלה האט נישט קיין שום טובת הנאה פון קיינעם. און מען הערט ווייניג אפרישיעשן פאר די טאג-טעגליכע ווירטשאפט. די איינציגע וועלכע טוען עס יא שעצן און באדאנקען זענען די גבאי חודש סוף חודש בשעת זיי פארלאזן דעם זאל...

דאס איז מיין מיינונג, און אויב וויל א מנהל זאגן אנדערש (אדער געבן חיזוק לדברי), איז אדרבה ואדרבה.

יידל » מיטוואך אפריל 29, 2015 5:25 pm

· #270998
שמעקעדיג כ'האב קלאר געשריבן אז לעיקוואד'ס ספעציפישע מעשה איז ביסייד די פוינט. ס'קען זיין אז ער 100% ראנג און זיין אשכול קומט זיך ארבע מיתות בת דין.

דו זאגסט אויך אז קריטיק איז רעקאמענדירט, כה לחי. און ביטע, נישט אריינמישן דא די הכרת הטוב וואס מיר דארפן האבן פאר די מנהלים - ליבערשט לאמיר עפענען א באזונדערע הכרת הטוב פאר די מנהלים אשכול. די נקודה דא איז איין זאך: ביטע נישט פארשיקן קריטיק אונטערן קארפעט כ'מיין אין אישי. קריטיק איז א וויכטיגער באשטאנדטייל פון די הצלחה פונעם שטיבל.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 29, 2015 5:34 pm

· #271001
סאשי פיש
איך האב געפענט די אשכול איבער די קאשער סוויטש און געלייגט פאר די טעמע "אנצינדען א לייט אום שבת" איז איינער געקומען און עס געטוישט אן מיך פרעגען און ווייטער האט קיינער נישט גענומען קרעדיט פאר די אטאקע איך מיין אז עס איז נישט שיין צו טוישען די קעפל פון א אשכול אן פרעגן דער וואס האט עס געפענט


סאשי זיסער, אודה ולא אבוש, איך בין דער יעניגער ואס האט געהאט די חוצפה צו טוישן דעם קעפל. (זעהסטו, כ'בין טרענספערענט...)
איך בין אסאך מאל מגיה אן מודיע זיין פארן שרייבער, אויב עס איז א מינדערוויכטיגע (אדער גראבע) טעות, וואס איך נעם אן אז דער תיקון אדער הגה איז זעלבסטפארשטענדליך פאר יעדן נארמאלן מענטש.
אמאל א ספעלינג מיסטעיק, אמאל א בעסער אדער מער פאסיג לשון, אמאל אוועקנעמען א ריזיגן איבריגן ציטוט, אמאל פארמעקן א שמוציג ווארט אויף א צווייטן ניק (להבהרה בעלמא, אויב עס איז א שלעכטן אויסדרוק אקעגן מיר וועל איך נישט צורירן דערצו, נאר ענדערש באריכטן, כדי נישט צו ארבעטן מיט נגיעות).
איך האב שוין אויך געטראפן מיינע תגובות געטוישט און כ'האב רוב מאל שטארק הנאה געהאט.

דיין אשכול האט געהייסן "אנצינדן שבת א לייט". איך גלייב אז יעדער זעהט דא אן אומפאסיגן אויסדרוק וואס הערט זיך פראסט אקעגן דעם שב"ק, א פרעמדער ווייסט דאך נישט אז דו ווילסט רעדן פונעם נייעם כשר'ן שבת פאטענט, עס קוקט אויס אויבערפלעכליך ווי א חילול שבת אשכול, און איך בין זיכער אז דו האסט נישט דאס געמיינט. האב איך עס געטוישט צו א פאסיגערן קעפל: "נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?".

איך האב זיך געוויס נישט פארגעשטעלט אז עס גייט דיר פארדריסן און עס אנרופן אלס אן "אטאקע"... כ'בין געווען זיכער אז הארצן ביסטו דאנקבאר דערויף. פונקט ווי יעדער שרייבער וועט מכיר טובה זיין פארן מגיה פארן פאררעכטן א שלעכט-אויסזעענדיגן ווארט.
געווענליך ווען איך בין בספק פארן טוישן א אשכול קעפל, וועל איך פרעגן בעפאר. א שטייגער ווי דא: (גראדע האב איך נישט געטוישט דארט).

עכ"פ כ'בין זיכער אז נישט דאס האט יידל געמיינט, יעדער פארשטייט אז קלייניגקייטן ווי דעם איז נישט געפערליך, אבער טאמער באדערט דיר אזעלכע זאכן וועל איך (און מסתמא אלע מנהלים און אחראים) זיך זיכער רעכענען דערמיט און נישט טוישן דיינע קעפלעך, נאר מיט רשות.
ואתך הסליחה.

סאשי פיש » מיטוואך אפריל 29, 2015 5:44 pm

· #271008
שמעקעדיג האסט א פוינט.
איך האב געלייגט די קעפל אז מענטשען זאלען עס וועלן ליינען, נישט חס ושלום צו מזלזל זיין אינעם שבת.
יא איך האב ליב אז מען זאל שרייבען אויב איינער רירט צו מיין אשכול/הודעה.
שטעל דיך פאר אז מען זאל ווען טוישען אלע פליקער׳ס ארטיקלען...

אפטעמיסט » מיטוואך אפריל 29, 2015 9:03 pm

· #271075
כ'האב מיך נישט געפלאנט אפצורעדן, אבער אז מ'רעדט שוין וועל איך יא זאגן.

אפאר טעג צוריק האב איך האב געעפענט אן אשכול וועגן ראמאנטישע פילמען און כ'האב צוגעטשעפעט בילדער פון צוויי מאוויס. די בילדער האבן געהאט צורות פון פרויען וואס איז אפיציעל פארבאטן, אבער, כ'האב מיך מורה היתר געווען ווייל אנדערע האבן שוין אזוי געטון אין ענליכע אשכולות אין די קונסט פארום. למעשה, אפאר טאג שפעטער, באמערקט איך אז די בילדער זענען פארשוואונדען געווארן. יעצט, בעצם איז די הנהלה הייליג גערעכט, און כ'ווייס אז געוויסע האבן געהאט טענות אויף דעם אשכול און אפאר ניקס האבן מיר פארגעהאלטן אין אישי דעוועגן. איך האב געהאלטן אז דער אשכול איז וויכטיג, און וויכטיג אז ס'זאל ליגן אין די אפענע פארומ'ס אבער כ'וואלט מיר נישט געדינגן אויב די מנהלים נעמען עס אוועק. וואס שטערט מיר אבער יא איז די פאקט אז דער וואס האט געמעקט האט זיך נישט געבאדערט צו שרייבן א ווארט אז מען האט פארמעקט עפעס בילדער דא — א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען אין ק"ש.

יעצט, ס'איז נישט די ערשטע אזא זאך וואס איך זע, אבער כ'האב מיך קיינמאל נישט אפגערעדט. קריטיק איז טאקע א וויכטיגע זאך, נאכדערצו ווען מ'מיינט די טובה פונעם שטיבל אבער די נאכנאנדע אראפרייסן די הנהלה, די נארישע ארגומענטן וואס מען הערט פון ניקס וואס זענען באקאנט פאר זייער שכל הישר, איז גארנישט אויסער כפיית טובה און אוממענטשליכע שפייען אין פנים.
מילא ווען די פארדאמונגען קומט פון די מאנכע בני בליעל ידועים וואס אויסער שמוץ און טיפשות געבן זיי גארנישט צו דא, ממילא. אבער אז די זינלאזע איבערגעטריבענע רדיפות קומען פון אזעלכע וואס פארשטייען יא די נחיצות פון ק"ש און ווייסן יא אז די הנהלה איז נישט דא פאר עפעס אנדערש אויסער אונז צושטעלן א בית וועד לחכמים, חנם אין כסף — דאס הייבט שוין יא אויף אויגן ברעמען.

ס'איז טאקע נישט פארהאן דא קיין "מנהלים קולטור", אבער ק"ש געהערט נאך אלס פאר די וואס האבן עס געבויעט און בויען ווייטער, און טרעטן בשאט נפש איז, אנטשולדיגט מיר, חוצפה.

וואס איך טראכט יא איז, קען זיין אז די אומערפארענע גבאי חודש מעקן אדער רעדאגירן אמאל אן צוגעבן א סיבה, וואס אויב יא זאל מען לייגן מער דגוש אויף דעם.

הוגה » מיטוואך אפריל 29, 2015 10:03 pm

· #271101
מען איז זיך מפלפל און מדייק אין לשון התקנות כאילו מ'רעדט דא פון די רבי ז"ל'ס שטאטוטן, אויף וואס מיר זענען מצווה געווארן דערויף בחרם נישט צו מוסיף אדער מגרע זיין. רבותי, אויב עפעס אין די תקנות איז נישט ריכטיג מעג מען עס טוישן. עס איז א שאד צו מצטט זיין מיט באלד אותיות.

עס וועלן אלעמאל זיין די וואס וועלן נישט זיין צופרידן. גייט מען רעכטס וועלן די לינקע נישט זיין צופרידן, גייט מען לינקס וועלן די רעכטע נישט זיין צופרידן. אלטעמיטלי זענען די מנהלים די בעלי בתים מחליט צו זיין וועלכע סארט זיי ווילן ענדערש דא האבן.

איך האלט אז זיי ווילן טאנצן צווישן די טראפן; זיי ווילן איין וועג אבער אין דער זעלבע צייט קענען זיי באשטיין צו פלעיקעיטען די אנדערע צד גענוג אז זיי זאלן נישט אנטלויפן. אזוי זעהט מיר אויס. איך פארשטיי דער געדאנקנגאנג, אבער עס וועט נישט ארבייטען. די שרייבער האבן נישט קיין שום מטרות אויסער זיך ענדזשויען און פארברענגן. ממילא אז עס איז נישט געשמאק האבן זיי נישט קיין סיבה צו זיין דא.

איך פערזענליך וואלט גענומען די צד פון די טאלערנט איבער די נאנ-טאלערענט. באט העי, איים נאט דע באסס. (יעצט קום נישט מיט די נארישע דזשאוק אז מען דארף טאלערירן די וואס האבן נישט טאלערענס.)


.

הוגה » מיטוואך אפריל 29, 2015 10:09 pm

· #271105
אפטעמיסט, הוא אשר דיבר יידל. קריטיק איז גוט נישט שלעכט. די בעלי שכל הישר פארשטייען דאס. עס איז אנדערש ווי סתם סיקירן, עס האט א פוינט, מען צונעמט א נושא.

ביבער » מיטוואך אפריל 29, 2015 10:35 pm

· #271115
שמעקעדיג

סאשי זיסער, אודה ולא אבוש, איך בין דער יעניגער ואס האט געהאט די חוצפה צו טוישן דעם קעפל. (זעהסטו, כ'בין טרענספערענט...)

דיין אשכול האט געהייסן "אנצינדן שבת א לייט". איך גלייב אז יעדער זעהט דא אן אומפאסיגן אויסדרוק וואס הערט זיך פראסט אקעגן דעם שב"ק, א פרעמדער ווייסט דאך נישט אז דו ווילסט רעדן פונעם נייעם כשר'ן שבת פאטענט, עס קוקט אויס אויבערפלעכליך ווי א חילול שבת אשכול, און איך בין זיכער אז דו האסט נישט דאס געמיינט. האב איך עס געטוישט צו א פאסיגערן קעפל: "נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?".

עכ"פ כ'בין זיכער אז נישט דאס האט יידל געמיינט, יעדער פארשטייט אז קלייניגקייטן ווי דעם איז נישט געפערליך, אבער טאמער באדערט דיר אזעלכע זאכן וועל איך (און מסתמא אלע מנהלים און אחראים) זיך זיכער רעכענען דערמיט און נישט טוישן דיינע קעפלעך, נאר מיט רשות.
ואתך הסליחה.

במחילת כבודך הרמה, דו האסט צוגערירט צו א צווייטענס ווערטער ווייל דו האסט עס געהאלטן פאר אומפאסיג, דאס איז פראסט און פשוט צענזור, דו האסט געזאלט בעטן דעם שרייבער צו טוישן (טאמער וויל ער). איך האב דיר זייער ליב און וועגן דעם ערלויב איך מיר צו זאגן.

ישמעאל הכהן » מיטוואך אפריל 29, 2015 10:37 pm

· #271117
דאס (טוישן אביסל א קעפל) איז נישט צענזור, סארי

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 29, 2015 11:32 pm

· #271128
ייש"כ ביבער פאר דיין הערה.
אבער לענ"ד איז עס נישט אנדערש ווי טוישן פון מוהרא"ש לרפו"ש צו זצ"ל לאחר פטירתו. עס איז א דבר מובן מאליו.

ביבער » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:04 am

· #271142
שוין איך וועל מיר נישט שפארן מיט דיר, נאר אויב דו זעהסט נישט קיין חילוק דעמאלט איז טאקע נישט אויסגעהאלטן אז זאלסט טוישן פון לרפו"ש צו זצ"ל אויך נישט.

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:20 am

· #271166
עס איז דא אסאך צו שרייבען, אבער נאר איין הערה וואס איז וויכטיג צו דער עיקר שמועס, און איז נישט ארויסגעשמועסט געווארען דא. פארשידענע ניקים, מנהלים מיט זייער ציווילע ניק און מנהלים מיט זייער גרינע ניק, קומען מיט אזוינע הסברים אז יא אוודאי קריטיק, אבער די קריטיק זאל מען שרייבען שיינערהייט, מיט דרך ארץ, איידל איידל כמעט זאל זיך עס נישט דערקענען ווי עס איז קריטיק. חלילה נישט פוגע זיין אין די עמפינדליכע הרגשים פון די מנהלים וואס ארבעטן אזוי שווער נעבאך. און יעדער קריטיק וואס עס געפעלט זיי נישט רופען זיי פשוט נישט סתם קריטיק נאר א מלחמה, נישט איידל, צו שארף, עס איז פוגע, וכו'. לכאורה איז דאס א שטיקל טענה.

וויל איך זאגען וואס איך האב גענטפערט נעכטן פאר איינער וואס האט מיר געטענה'ט אז מיין קריטיק קען ווי טוהן פאר איינער. האב איך עם צוריקגעשריבען אז יא, דאס איז טאקע די מטרה עס זאל וויי טוהן. עס הערט זיך אפשר אכזריות'דיג, אבער דאס איז דער פאקט פון דער וועלט. איידעלע שיינע קריטיק גיטס פאר אייערע קינדער אין חדר. אין דער ריעל וועלט, אז קריטיק טוהט נישט וויי איז עס גארנישט. אז איינער מאכט א טעות אדער אן עוולה, און איז פוגע אין דער ווארהייט אדער אין א צווייטער מענטש, איז טאקע דער איינציגסטער וועג טאקע קריטיקירען אין דער עפנטליכקייט, זאל ער זיך שעמען, זאל דער ווייטאג עם מחייב זיין זיך צו בארעכענען.

די עיקר פוינט פון די טראנספאראנסי וואס יידל האט ארויסגעברענגט איז נאר דאס, אז מען זאל טאקע קענען פארשעמען די בעלי הכוח ברבים עס זאל זיי וויי טוהן און זיי זאלן זיך מוזען בארעכנען. עס איז נישט עפעס אן אביעקטיווער קאלטער וועג פון האבען א שמועס ווייל א בעל כח וועט דאס קיינמאל נישט רירען בכלל. די סיבה פארוואס די מנהלים בעטן גיין אין אישי אדער שיינערהייט איז נישט ווייל זיי זארגען זיך פשוט פאר די מענטשלכקייט פון די פארום נאר ווייל אזוי האבען זיי נישט קיין שום סיבה זיך צו בארעכענען בכלל. נאר קריטיק וואס טוהט וויי, וואס פארשעמט, האט א צד אז עס קען אויפטוהן. אז עס טוהט נישט וויי ענטפערט ער שיין דיפלאמאטיש און פארט זיך ווייטער זיין טאג. עס איז נישט קיין חכמה צו לאזן קריטיק וואס שטערט נישט, וואס איז חוקר אין פרטים וואס זענען סייווי נישט נוגע, וואס מען גייט סייווי נישט טוישען. די חכמה איז טאקע ווען עס שטערט, ווען עס קען באמת מאכן א טויש, ווען עס איז נוגע די סאמע יסוד היסודות. און יא, עס טוהט וויי, עס פארשעמט.

יעצט איז אזוי,

[ציטאט אראפגענומען]


קעלנער טייערע, עס איז דא אסאך וואס צו ענטפערן אויף אלע פרטים פון אייער תגובה, א חלק דערפון וואס איז פשוט גראבע שקרים במילתא דעבידי לאגלויי און אומגעהערטע בייעס קעגן אנדערע וואס האבען אנדערע מיינונגען פאר אייך, וואס פאסט בכלל נישט ווען איר שפילט דער גרינער מנהל וואס איז העכער פון דעם. אבער דער שורה וועגט אלעס איבער. אז דו ווילסט קענסטו מעקן מיין תגובה וועגן דעם ווי דו סטראשעסט, עלמיר זעהן ווער עס פירט אויס. איך בל"נ וועל נישט ווייטער שרייבען קיין ווארט אין שטיבל ביז עס איז נישט פארהאן קיין נארמאלע אפענע מענטשליכע דיסקוסיע איבער דער פאליסי.

וואסארא מין פאליסי אדער תירוץ איז דאס דאס די מנהלים זענען שטאלץ מיט נישט נעמען אחריות אויף זייער אייגענע באשלוסען און וועלן זיך באהאלטען אונטער אלטערנעטיווע ניקים. מיר אלע ווייסען אז איר האט נאך אנדערע ניקים, און אפשר נאך אסאך אנדערע, ניקים מיט וואס איר שרייבט "ציוויל". ניקים מיט וואס, אפילו אז מיר קענען זיך נישט פערזענליך, קענען מיר זיך כאטש ווירטואליש, מיר פארשטייין מער ווייניגער וואס זייער שיטה און צוגאנג איז, מיר ווייסען וואס זייערע באציונגען צו אנדערע ניקים זענען, וכו'. אז איר ווילט שרייבען למשל אז לויט אייך איז לעיקוואד "ארויס אין א קאמפף", און נישט סתם געשריבען קריטיק, במחילת כבודכם הרמה שרייבט דאס מיט אייער חאצקל שניידער ניק (ע"ד משל) זאל יעדער איינער זעהן אז דאס איז נישט קיין אבייעקטיווער דעה פון א דרויסענדיגער נאר טאקע דער זעלבער וואס שפארט זיך הענדט און פיס מיט לעיקוואד אין דער אשכול. צו מעקן כאילו דאס איז א דריטער אביעקטיו און אנטלויפען צו די גרינע ניק וואס מאכט א רושם כאילו דאס איז ערנסטער און מער אבעיקטיוו, איז פשוט שקר און יא, פחדניש אנטלאפען פון נעמע אחריות.

זאת ועוד, דער טענה אז די מנהלים זענען אינדרויסען פון דער ציווילע דעבאטע און ניצען נישט זייער נארמאלע ניק אויף עניני הנהלה איז פשוט שקר. נעם למשל שמעקעדיג, איך ווייס נישט וואס זיין גרינע ניק איז, אבער עס איז נישט קיין סוד אז ער איז א מנהל/אחראי, און אסאך באשליסען זיינע באשיצט ער טאקע אינטער זיין נארמאלע ניק רעדט מיט אנדערע כשוה בין שווים און איז זיך מסביר. די זעלבע מיט די גבאי חודש, וואס ווי עס זעהט אויס טוהן זיי די עיקר טאג טעגליכע ארבעט פון הנהלה, שרייבען און פירען די גבאות'שאפט מיט זייער נארמאלע ניק. די זעלבע מיט כבודכם הרמה. מען קען טאקע נישט וויסען אויף זיכער, אבער עס איז נישט שווער משער צו זיין וואס אייערע ציווילע ניק(ים) זענען. יא איך ווייס דאס גייט מען אויך אויסמעקן מיט דער אויסרייד אז איינער האט אמאל געשריבען א תקנה "עס איז אסור צו שפעקולירען איבער דאפעלטע ניקס", קאט די קרעפ פליז. מיר זענען נישט קיין קליינע קינדער און מיר גיין זיך נישט שפילען תעמיש כאילו מיר זענען, אוודאי נישט ווען די געים איז קעגן אונז.

אייער טענה אז דאס מאכט עס זאל נישט זיין קיין מנהלים קולטור אינערהאלב די נארמאלע דעבאטעס איז אזוי מאדנע עס קומט צו לאכען. איר מיינט דאס ערנסט? עס איז דאך פונקט פארקערט. דאס גיט פאר די מנהלים דער אויסרייד צו טוהן אין דער פורום כבשלהם אן זיך בכלל דארפן רעכענען מיט די נארמאלע שמועס, כמובן וכמו שהסברתי.

עס איז נישט קיין סוד, און ווי יאיר האט ארויסגעברענגט פון זיין גבאות ערפארונג, אז רוב זאכען פון מעקן אדער צענזורירען איז דא אין דעם אן איפה ואיפה, לויט וועלכער גבאי וועלכער ניק און וואספארא מאד ער איז אין. אין אנדערע מער שענערע ווערטער, די רוב שאלות זענען זייער סוביעקטיוו און זענען תלוי אין שיקול הדעת. די ווייניגסטע וואס מיר קענען בעטן, אויב קיינער האלט זיך בכלל נישט ביים מתייחס זיין צו זיין טענה אז מען דארף מער קלארע געזעצן אדער אביעקטיווער שופטים, אז מען זאל וויסען ווער עס נעמט אחריות אויף דעם און צו וועם צו האבען טענות.

צן זאגען אז קריטיק איז ערלויבט בשעת וואס מען ווייסט גארנישט דער אדרעס צו ווי שיקען די קריטיק איז די גרעסטע בלוף אין די וועלט. (פונקט ווי די דורכזעהעידיגע תירוצים פון קעלנער און סדרן צו פארשווייגען קריטיק בכוח מיט דער אויסרייד "עס איז נישט די ריכטיגע אשכול", אדער ענליכס) עס איז נישטא קיין בעסערע וועג פון מונע זיין קריטיק ווי דעם. און עס מאכט אז סיי וואספארא קריטיק זאל זיך אנשטויסען אין א פארמאכטע טיר כאילו לא היה. אז איך ווייס גארנישט ווער עס בא'עוול'ט מיר קען איך דאך גארנישט קריטיקירן. פאר די מנהלים זיך צו באהאלטען אינטער א גרינע ניק איז פונקט ווי זיי זאגען עס איז בשום אופן נישט ערלויבט קיין שום קריטיק אויף די מנהלים. עס איז מאדנע אז מען דארף דאס בכלל מסביר זיין אין א פלאץ וואס פירט זיך לכתחילה אנאנים כדי צו קענען קריטיקירען אנדערע. (אגב, איז די זעלבע זאך די הכרת הטוב וואס דרוקט עפעס די מנהלים דא, הכרת הטוב קען מען האבען פאר א מענטש נישט פאר עפעס א ניק בתוך ניק וואס מ'ווייסט גארנישט ווער דאס איז).

מיט די מיסטעריעזע "נאך סיבות", וואס איר האלט ווייזט אויס מיר זענען נישט גענוג קלוג אדער צוטרויערליך צו קענען מסברי זיין פאר אונז קען איך זיך נישט דינגען, ווי איך פארשטיי איז די עיקר סיבה דאס היטען אויף די מנהלים'ס אנאנימיטי. הגם גיי פארשטיי וויפיל גדרים לגדרים מען דארף מאכען אויף דעם, עכ"פ ווער נישט נפגע אז איך זאג אז די מנהלים זענען פחדנים ווייל דאס זענען זיי. און דער זיך היטען אויף די אייגענע פאראנויע גיט נישט קיין תירוץ זיך צו פירען אומאחריותד'יג און אוממענטשליך צו אנדערע.

זייטס מיר געזונט, איך וועל דא זיין ווען עס וועט זיין אן אפענער שמועס איבער דער נושא, אז איר האלט אז די גרינגסטע וועג זיך צו ספראווען מיט גוטע קשיות איז צו מעקן, צייל מיר ארויס פון דער קאנספיראציע בבקשה. בהצלחה.

chusid » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:32 am

· #271168
סטאפ סטאפ! לויף נישט אוועק... ! וואס בין איך שולדיג?

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:07 am

· #271172
chusid
סטאפ סטאפ! לויף נישט אוועק... ! וואס בין איך שולדיג?

דאנט ווארי חסיד ער גייט ניצן זיין אנדערע ניק...

נופת צופים » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:30 am

· #271174
Re: איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל
לעיקוואד


זייטס מיר געזונט, איך וועל דא זיין ווען עס וועט זיין אן אפענער שמועס איבער דער נושא, אז איר האלט אז די גרינגסטע וועג זיך צו ספראווען מיט גוטע קשיות איז צו מעקן, צייל מיר ארויס פון דער קאנספיראציע בבקשה. בהצלחה.


לעיקוואד טייערע, גייסט קיין קרעטשמע? אדער מאכסטו אויף אן אייגענע פארום "מגלה עמוקות" אדער "הסתרה שבתוך ההסתרה"?

petergrifin » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:46 am

· #271189
Re: איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל
וואס איז טאקע פשט אז א ניק וואס דער עולם גייט גאגא אויף איהם/איר איז נישט די זעלבע מיט זיין אנדערע ניק?

טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:51 am

· #271190
גאש, דער לעיקוואד מיט זיינע אויסברוכן, דער שניידט דאך שטיקער.

נאכ'ן לייענען דאס (וכדומה לזה דורכאויס פריעדיגע פרשיות דא אין שטיבל) וואונדער איך מיר שטענדיג אויב לעיקוואד האט דאס (שיטתו והסבריו) אלץ שוין געהאט אויסגעבויעט אין זיין קאפ נאך בעפארן קריטיקירן די גבאים.

כוכב » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:53 am

· #271191
וואס דא טוט זיך נאר נישט. א שטיקל סך הכל:
כעלעמער גייט שלובות זרוע יד מיט איך אויך נישט מער געדאכט, איבער א קאנספיראטערישע טעאריע כאילו דא איז דא א סעגעראציע, ווייל מ'האט געמעקט א בילד פון א פרוי, א זינלאזע באשולדיגונג.
ביבער באשולדיגט שמעקעדיג אין צענזור ווייל מ'האט מ'שטיינס געזאגט אויסגעקלארט א קעפל (סאשי איז נישט די בעסטע קעפל מאכער, זיין קעפל האט נישט געגעבן אנצודייטן דעם תוכן פון דעם אשכול).
לעיקוואד קען נישט נעמען קיין קריטיק און שפרינגט ווי א קטן, (דאס ציטירן אישי'ס איז אן עוולה נוראה, אנטשולדיגט מיר, יענער רעדט דאך צו דיר פריוואט?!) לאזט ער זיך ארויס אין א קאמף קעגן צוויי אור-אלטע איינגעגעסענע תקנות מימים ימימה, נעמליך איבער רעספעקטפול קריטיק קעגן דער הנהלה, און די אנאנימיטעט פון דער הנהלה (ר' איד, דאס איז די רול אוו דע געים, ס'געפעלט דיר נישט, שפיל נישט, קענסט טאקע גיין לחיים ולשלום).
פון כיתה ג' האבן מיר זיך אראפגעריקט צו קינדערגארטן, רבי, כ'האב איינגעמאכט, רוף מיין מאמע אונטערווישן.
איך וויל אויך סטראשן, איך שעם מיך דא צו זיין. ניקים וואס כ'האב אלעמאל רעספעקטירט פירן זיך אויף ווי קטני הדעת פול מיט עגאאיזם און ביליגע סוביעקטיווקייט. איך וויל מיך גיין פון דא.
לעיקוואד ווען פארט די נעקסטע באס? לייג אוועק א זיץ פאר מיר.

טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 10:11 am

· #271196
נופת צופים
לעיקוואד


זייטס מיר געזונט, איך וועל דא זיין ווען עס וועט זיין אן אפענער שמועס איבער דער נושא, אז איר האלט אז די גרינגסטע וועג זיך צו ספראווען מיט גוטע קשיות איז צו מעקן, צייל מיר ארויס פון דער קאנספיראציע בבקשה. בהצלחה.


לעיקוואד טייערע, גייסט קיין קרעטשמע? אדער מאכסטו אויף אן אייגענע פארום "מגלה עמוקות" אדער "הסתרה שבתוך ההסתרה"?

לעיקוואד, פאליש האט א opening פאר דיר.

petergrifin » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 10:46 am

· #271200
Re: איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל
@כוכב דו קענסט איהם אריין פליקען ער האט שוין געזאגט ער שרייבט נישט ווייטער ביז..

petergrifin » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 10:47 am

· #271201
Re: איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל
טאמבל סאס

לעיקוואד, פאליש האט א opening פאר דיר.


זייט ווען ביזטו דער גרויסע מאמין?

איך אויך » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 11:36 am

· #271210
פארוואס זיין א רואה שחורות? ק''ש לעבט און לאכט.

הוגה » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 11:39 am

· #271212
עס איז געווען אמאל אן אסיפה פון אלע גדולי הרבנים והאדמורים אין אמעריקא בנוגע חינוך עצמאי. ווי געווענטליך איז די דעבאטע אנגעגאנגן צווישן די צוויי לייבן האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל און רבי אהרן קאטלר ז"ל, בשעת וואס די אנדערע גדולים זענען געזעצן שטיל איינגעמאכט אויף זייערע פלעצער. אינמיטן האט זיך די סאטמארער רב אויסגעדרוקט עפעס שארף בנוגע די מיינונג פון רבי איסר זלמן ז"ל. רבי אהרן האט זיך אויפגעשטעלט און האט שארף מוחה געווען אויף די כבוד פון זיין שווער. די סאטמארער רב האט געהאלטן אז מען קען אזוי נישט פירן קיין דעבאטע מיט מחאות און כבוד אינטערעסן, האט ער זיך אויפגעהויבן און איז ארויסגעגאנגן. ווי נאר די סאטמארער רב איז ארויס, האט זיך די קלויזענבורגער רב ז"ל אויפגעזעצט אין זיין בענקל און האט זיך אנגערופן "שוין, יעצט קען מען רעדן". האט רבי אהרן צוריק געשריגן "אבער יעצט איז ניט דא מיט וועם צו רעדן!"

והנמשל מובן מאליו...


.

איך אויך » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 11:55 am

· #271220
גערעכט ,אבער דער בורסקי פעלט זיך אויך אויס אויף דער וועלט. געב א קוק וויפיל מיליאנען בלעטער און דאקומענטען/קליפס/קאורט קעיסעס עס טוהט זיך אפ אין אמעריקע אליינס איבער יעדע קלייניקייט צו עס איז קאנסטיטוציענאל און לעגאל.

פליקער » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:10 pm

· #271225
א גיטן חשובה חברים

איך זעי אז איך מיז נעמען דאס ווארט דא איידער עס וועט שוין נישט זיין צו וועימען צו רעדן, עס זעיט מיר אויס אז אפילו איך פארשטיי נישט גענוי וואס מיין זינד איז געוועין, פארוואס @לעיקוואד האט זיך אזוי אויפגעריסן ווי אן אטאם באמבע, ער שרייט, ער פייט, ער זיכט נאך דעם שונא, ער קען אים נאך נישט געהעריג אינדענטיפיצירן, אבער דאס איז זיכער אז איך האב למעשה געהאט עפעס א יד, מיט מיין מעקן דעם חשובן וויכטיגע אינפארמירנדע תגובה ווי לעיקוואד מאכט פורים פונעם גבאי חודש סיסטעים און הנהלה, לקיים מה שנאמר פרידאם אוו ספיטטש, וויל איך דא פאלגענד זאגן וואס עס האט פאסירט מאחורי הפרגוד.

די מנהלים האבן מיר געבעיטן אז איך זאל מפייס זיין הניק החשוב לעיקוואד, איך האב זיך ג'עקשן'ט, איך האב ג'טענה'ט אז ער דארף מיך איבערבעיטן, הגם איך זעלבסט מיש שנעל אריבער א דף, איך וועל נישט שטיין און ווארטן אויף מחילה, אבער פארוואס זאל איך אים מפייס זיין ווער ער איז מיך מבזה ברבים איז געוועין מיין טענה, איך בין דאך נישטא על מנת לקבל פראסק.

אבער למעשה זעי איך איין אינעם ווייטן בליק פון די מנהלים החשיבים @אנאנים @סדרן שליט"א, אז זיי זענען געוועין גערעכט מיט זייער פארלאנג אפילו ווען איך האב עס בשעתו נישט פארשטאנען, איך וואלט וועין נישט געברויכט זיך עקשן'ן און מפייס זיין מיין ידיד לעיקוואד פארן זיך פארטשעפענען מיטנעם בעידן ריתחה, דעריבער וויט אwט פערדער עדא בעיט איך אים איבער ברבים, איך האפ אז דערמיט וועט זיין צארן זיך איינשטילן, און מיר קענען ציריק גיין צי ביזנעס עז יזיאל, וסימן לזה וועט זיין אויב לעיקוואד זאל זיך איבער קומען זיין צארן און לייקן די תגובה, דאן וועלן מיר אלע וויסן אז דאס גייט אריין בגדר את והב בסופה און מען קען יעדער ציריק גיין צי וועלכע חקירה אדער וויץ ער איז עוסק.

און ווען לעיקוואד וועט לייקן זאל אויך כוכב זיך ברעכן און לייקן כדי צי ווייזן אז אלעס איז בשלום און מיר קענען ווייטער זיין פארנימען פארוואס ער טוישט נישט זיין חתימה צי פה-סח סאגא.

און פארשטייצעך אז מי שראו אלו לקי ולא לק,

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:11 pm

· #271226
[ציטאט אראפגענומען]


ס'פילט זיך ווי ווען די נייעס ווערט אליינס די נייעס. ס'איז אזוי ווי NBC דארף אליין באריכטן איבער די ברייען ווילאמס סקאנדל.

איש את רעהו » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:18 pm

· #271229
נישט ווארפן קיין טעפ ביטע

פליקער » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:36 pm

· #271239
ברוך השם זאכן ווערן פאזעטיוו

לעיקוואד האט געלייקט דאס ווערט אויסגעטייטש דורך מיר אז קיין טעפ גייען שוין נישט פליען

כוכב האט נאך דערווייל נישט געלייגט אבער א פינגער אפדריק האט ער געלאזט מיטן טוישן זיין חתימה אן עי ראש

יאיר » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:59 pm

· #271246
איך בין זיך מצרף צום בקשת מחילה פון לעיקוואוד אויף דעם וואס איך בין געשטאנען אין א זייט און נישט מוחה געווען אויף דעם שרעקליכן בזיון תלמיד חכם. מען בעט דער עולם זאל זיך משתתף זיין און אונטערשרייבן די פעטיציע.

יאיר » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:13 pm

· #271254
[ציטאט אראפגענומען]

אדרבה, דאס איז א סימן אז מען רעכנט זיך מיט דעם מיינונג פון דעם ציבור און אז מען דערשטיקט נישט קיין פראטעסטן. מען לאזט אפילו פראטעסטירן ברבים פארוואס מען טאר נישט פראטעסטירן ברבים 😂

יאיר » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:20 pm

· #271256
דאס איז דאך די גאנצע מטרה פון קאווע שטיבל: קריטיק און פראטעסט. אמאל קעגן זיך אמאל קעגן א צווייטער. אדרבה, ס'איז סאך א שענערע זאך צו זיין פארנומען מיט קריטיק אויף די אייגענע ד' אמות ווי צו קריטיקירן אנדערע.

כוכב » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:28 pm

· #271261
פליקער האט טאקע נישט געהאט קיין רעכט צו מעקן. איך בין איך זיך מצרף צום בקשת מחילה, כלשון יאיר:
יאיר
איך בין זיך מצרף צום בקשת מחילה פון לעיקוואוד אויף דעם וואס איך בין געשטאנען אין א זייט און נישט מוחה געווען אויף דעם שרעקליכן בזיון תלמיד חכם. מען בעט דער עולם זאל זיך משתתף זיין און אונטערשרייבן די פעטיציע.

קינות גירושין » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:39 pm

· #271266
Re: איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל
אין פאל מר. לעקוואד גייט, נעמט ער מיט זיך אלע זיינע מאמרים דא פארשריבן, אדער דאס בלייבט מיט אונז?

קינות גירושין » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:40 pm

· #271269
איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל
מיין הרגש איז: אז די גאנצע אנדרייענש דא איז עפעס א אמגעלאנגענע אפריל פול (מאוחר) וואס לעקוואד אין די סטעף ווילען דא אנדרייען
למעשה נעמט דאס דער עולם אן ערענסט, נישט ווי א חודש צירוק ווען יעדער איז געווען סקעפטיקעל...

איש את רעהו » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:22 pm

· #271295
כוכב
פליקער האט טאקע נישט געהאט קיין רעכט צו מעקן. איך בין איך זיך מצרף צום בקשת מחילה, כלשון יאיר:
יאיר
איך בין זיך מצרף צום בקשת מחילה פון לעיקוואוד אויף דעם וואס איך בין געשטאנען אין א זייט און נישט מוחה געווען אויף דעם שרעקליכן בזיון תלמיד חכם. מען בעט דער עולם זאל זיך משתתף זיין און אונטערשרייבן די פעטיציע.


א קול קורא פון קרוב צו 30 רבני ה'שטעטל איז אויפן וועג.

בר דעת » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:56 pm

· #271310

חאצקעל שניידער » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 7:23 pm

· #271474
Re: איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל
הוגה
עס איז געווען אמאל אן אסיפה פון אלע גדולי הרבנים והאדמורים אין אמעריקא בנוגע חינוך עצמאי. ווי געווענטליך איז די דעבאטע אנגעגאנגן צווישן די צוויי לייבן האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל און רבי אהרן קאטלר ז"ל, בשעת וואס די אנדערע גדולים זענען געזעצן שטיל איינגעמאכט אויף זייערע פלעצער. אינמיטן האט זיך די סאטמארער רב אויסגעדרוקט עפעס שארף בנוגע די מיינונג פון רבי איסר זלמן ז"ל. רבי אהרן האט זיך אויפגעשטעלט און האט שארף מוחה געווען אויף די כבוד פון זיין שווער. די סאטמארער רב האט געהאלטן אז מען קען אזוי נישט פירן קיין דעבאטע מיט מחאות און כבוד אינטערעסן, האט ער זיך אויפגעהויבן און איז ארויסגעגאנגן. ווי נאר די סאטמארער רב איז ארויס, האט זיך די קלויזענבורגער רב ז"ל אויפגעזעצט אין זיין בענקל און האט זיך אנגערופן "שוין, יעצט קען מען רעדן". האט רבי אהרן צוריק געשריגן "אבער יעצט איז ניט דא מיט וועם צו רעדן!"

והנמשל מובן מאליו...


.

די מעשה איז געשריבען ערגעץ ?
זעט אויס וואו בעלויני[emoji39]

חאצקעל שניידער » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 7:26 pm

· #271477
Re: איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל
כציטער וואס העט געשען נאך וואו ער קומט צוריק וואסערע הבטחות מוועט אים דארפן געבן , און דעמאלט וועט ער טאקע טון ככל הישר בעיניו, ער שפילט די געים גוט[emoji5]️און די עולם פאלט אריין אין זאק[emoji19]

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 7:27 pm

· #271478
איין קליינע הערה'לע @לעיקוואד, דאס ווארט "תעמיש" לייגט זיך בעסער אויס "תמ'איש". - אפשר נישט? וצ"ע.
אנדערע חלק פון דיין תגובה לאז איך איבער פאר די עסקנים. איך בין דא קאווע שטיבל צו הערן, לאכען, וויינען, און באקומען attention, אינערליכע פאליטיק לאז איך איבער פאר 7-ווערטער-א-תגובה ניקס.

דעת תורה » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 7:36 pm

· #271479
Re: איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל
לעיקוואוד האט דעם זעלבן - נאטורליך פארשטענדליכן - צורך פאר אטענשאן. אויב דו ווילסט עס באקומען דארפסטו אויך געבן. מאי דעלך סני וכו'.

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:03 pm

· #271487
וועטערבאריכט האט געשריבן

וועטער לעיקוואוד-

דאנערשטאג נאכט- פארוואלקענט אין קיל, ארום 42.

נופת צופים » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:15 pm

· #271490
Re: איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל
קאווע טרינקער
איין קליינע הערה'לע @לעיקוואד, דאס ווארט "תעמיש" לייגט זיך בעסער אויס "תמ'איש". - אפשר נישט? וצ"ע.
אנדערע חלק פון דיין תגובה לאז איך איבער פאר די עסקנים. איך בין דא קאווע שטיבל צו הערן, לאכען, וויינען, און באקומען attention, אינערליכע פאליטיק לאז איך איבער פאר 7-ווערטער-א-תגובה ניקס.

זיבן ווערטער תגובה ניקס. בין איך איינס?

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:51 pm

· #271541
איך פארשטיי נישט די גאנצע רעש דא. איך האב עפעס געשריגען אז איך לויף אוועק אין דער וועלט אריין? בסך הכל האב איך געפרעגט אפאר קשיות און געבעטן עס זאל זיין א דיון איבער זיי. לענ"ד זענען זיי גוטע קשיות וואס פאדערן א טויש, במקצת אדער במרובה. טאמער זענען זיי נישט גוטע קשיות וואס איז אזוי שווער אז דער עולם מיט די מנהלים זאלן מסביר זיין פארוואס נישט. דעטס אל. נאר אוודאי איז אסאך גרינגער דאס צו מאכן א שמועס איבער לעיקוואד'ס כבוד (טאקע שכויעח פאר אלע חברים וואס נעמען זיך אן פאר מיר, און א פייג פאר די וואס נישט..) און אזוינע נארישקייטן ווי פשוט דן זיין איבער דער נושא אדער איינזעהן אז אפשר איז דא א פראבלעם וואס מען דארף מתקן זיין.

איש את רעהו » פרייטאג מאי 1, 2015 1:07 pm

· #271677
לעיקוואד
איך פארשטיי נישט די גאנצע רעש דא. איך האב עפעס געשריגען אז איך לויף אוועק אין דער וועלט אריין? בסך הכל האב איך געפרעגט אפאר קשיות און געבעטן עס זאל זיין א דיון איבער זיי. לענ"ד זענען זיי גוטע קשיות וואס פאדערן א טויש, במקצת אדער במרובה. טאמער זענען זיי נישט גוטע קשיות וואס איז אזוי שווער אז דער עולם מיט די מנהלים זאלן מסביר זיין פארוואס נישט. דעטס אל. נאר אוודאי איז אסאך גרינגער דאס צו מאכן א שמועס איבער לעיקוואד'ס כבוד (טאקע שכויעח פאר אלע חברים וואס נעמען זיך אן פאר מיר, און א פייג פאר די וואס נישט..) און אזוינע נארישקייטן ווי פשוט דן זיין איבער דער נושא אדער איינזעהן אז אפשר איז דא א פראבלעם וואס מען דארף מתקן זיין.


יאפ לעיקוואד האט אוועקגעשטעלט א שטארקע ארגומענט פאר זיינע הערות אויף די שטיבל
אויב די קאונטער אטאקע קומט מיט נעמען פערסענעל זיין מהות און פערסענאלעטי גיט דאס צו שטארקערע עווידענטס פאר זיין ארגומענט

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 1, 2015 1:10 pm

· #271678
לעיקוואד
(טאקע שכויעח פאר אלע חברים וואס נעמען זיך אן פאר מיר, און א פייג פאר די וואס נישט..)

נוצר 'תאנה' יאכל פריה..
בלאט: 1 2