☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?

נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?

120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8640
בלאט: 1 2 3

סאשי פיש » מאנטאג אפריל 13, 2015 9:04 pm

· #265761
נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?
א נייע פאטענט וואס על פי הלכה קען מען צינדען און לעשן לייטס אום שבת קודש.
די היימישע רבנים גייען עס מתיר זיין?
פאר מעות קדימה דריקט דא

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 13, 2015 9:17 pm

· #265768
סאשי פיש: ייש"כ פאר ברענגען אונז די גוטע בשורה אז ס'איז שוין פארהאן א "כשר סוויטש" וואס ערלויבט אונז צו אקטיוויזירן אדער דע-אקטיוויזירן א לייט אדער אן עיר קאנדישאנער אום שב"ק ויו"ט.
איך פארשטיי א ביסל אין עלעקטראניקס טעכנאלאגיע. און א קליין פיצינקע ביסל אין הלכה. נאר דער חשוב'ער אינווענטאר האט מיך נאכנישט קאנווינס'ד (איבערצייגט)
אז די אקציעס פון דעם סוויטש זענען נישט בגדר "גרמא".
דער חזון אי"ש זצ"ל האלט אז ביי פארגענצן אן עלעקטרישן קרייז...Closing an electric circuit...אפילו איך בין נישט מפעיל קיין עלעקטרישן שטראם, איז אויך אסור אום שבת. משום "בונה"...ווייל מ'טוט דערגענצן א גאנצע מערכת...!

נופת צופים » מאנטאג אפריל 13, 2015 9:28 pm

· #265775
Re: אנצינדען א לייט אין שבת
מען דערגענצט( אויב ס'איז א ווארט) גארנישט. ער ווייזט דארט אז דער שטראם גייט פון זיך אליין, אמאל יא און אמאל נישט( ספק א') און דו נעמסט אוועק א בלאקעדש אז ס'זאל קענען ווייטער גיין און נתקבל ווערן אויף די צווייטע צד, וואס איז אויך א ספק אויב ס'וועט נתקבל ווערן( ספק ב')

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 13, 2015 9:44 pm

· #265782
נופת צופים
מען דערגענצט( אויב ס'איז א ווארט) גארנישט. ער ווייזט דארט אז דער שטראם גייט פון זיך אליין, אמאל יא און אמאל נישט( ספק א') און דו נעמסט אוועק א בלאקעדש אז ס'זאל קענען ווייטער גיין און נתקבל ווערן אויף די צווייטע צד, וואס איז אויך א ספק אויב ס'וועט נתקבל ווערן( ספק ב')

נופת צופים: על ראשון ראשון. יא. ס'איז דא אזא ווארט. משלים זיין הייסט אין אידיש "דערגענצט" עפשער האסטו נישט געהערט פון דעם ווארט...?!
די צווייטע קשיא איז געווען. (מיט'ן ניגון פון מה נשתנה)...אז ער טוט דא גארנישט קיין פעולה. ער נעמט נאר אוועק דעם בלאקידזש אז די ליכטיגקייט פולסעס (פולסין דנהורא) זאללן קענען אריבערגיין און זיי זאללן גורם זיין אז די עלעקטריציטעט זאל צוקומען צו די לייט.
אזוי ווי כ'האב פריער געזאגט אז דער חזון אי"ש האלט אז אפילו אין א פאלל וואו די עלעקטריק ארבעט נישט אויף די מאמענט. טאר מען אויך נישט אנצינדן אן עלעקטריק סוויטש אום שבת (אפילו איך בין נישט מפעיל דעם עלעקטרישן שטראם) ווייל דאס הייסט בונה. ער בויעט אויף די מערכת אז ווען די עלעקטריציטיעט וועט צוריקקומען וועט זיך די לייט קענען אנצונדן...! אנדערע פוסקים, ווי ר' שלמה זלמן אויערבאך האלטן נישט אזוי. איז עס אפשר יא מותר...אבער איך וויל עס נאכאלץ נישט נוצן אום שב"ק ויו"ט...!
נ.ב.: איך האב געשריבן "פולסין דנהורא"... וועט זיך אפשר טרעפן א "תלמיד חכם" וואס וועט וועלן אויפווייזן אז דער בעל עגלה איז אן עם הארץ. אפשר טאקע יא. אבער דער בעל עגלה ווייסט א חילוק פון "נורא" ביז "נהורא". די ערשטע איז טייטש פייער. און די צווייטע איז טייטש ליכטיגקייט...!

נופת צופים » מאנטאג אפריל 13, 2015 9:51 pm

· #265783
Re: אנצינדען א לייט אין שבת
אלץ פיין און וואויל. אבער זיין חידוש איז אז ס'איז א ספק ספיקא. נאכאמאל, ספק אז ס'וועט ארויסקומען א פולס און ספק אויב ס'וועט נתקבל ווערן.

כפתור » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm

· #265787
כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי קומט אריין בונה און א עלעקטריק סירקוט. ווען מ'צינדט און א לייט אדער מ'שטעקט אריין און א פלאג, די איינציגסטע זאך וואס מ'טוט איז אז מ'מאכט די עלעקראנס זאלן דורך פארן די לאמפ, אדער מאשין, און פון די כח פון אזויפיל עלעקראנס (אדער עלעקטריק פיעלד און א מאטאר) מאכט עס די ארבעט (פארשטייצעך דאס איז בקיצור). פארוואס ווען מ'מאכט אויף די קראן איז עס נישט בונה? אולי פארשטיי איך נישט וואס מיינט בונה

נופת צופים » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:23 pm

· #265789
Re: אנצינדען א לייט אין שבת
ווען מ'צונדט אן די לייט אדער מ'שטעקט אריין א פלאג, מאכסטו קאמפלעט (אדער ווי בערעלע זאגט "ערגענצט דו" ) א צערקוט. אין אנדערע ווערטער דו האסט "געבויט" א צערקוט.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:34 pm

· #265793
כפתור
כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי קומט אריין בונה און א עלעקטריק סירקוט. ווען מ'צינדט און א לייט אדער מ'שטעקט אריין און א פלאג, די איינציגסטע זאך וואס מ'טוט איז אז מ'מאכט די עלעקראנס זאלן דורך פארן די לאמפ, אדער מאשין, און פון די כח פון אזויפיל עלעקראנס (אדער עלעקטריק פיעלד און א מאטאר) מאכט עס די ארבעט (פארשטייצעך דאס איז בקיצור). פארוואס ווען מ'מאכט אויף די קראן איז עס נישט בונה? אולי פארשטיי איך נישט וואס מיינט בונה

דער חילוק פון עלעקטריק מיט וואסער איז זייער פשוט. די עלעקטראנס זענען א כח האש. כאטש א טייל פוסקים, ווי דער מהרש"ג (ר' שמעון גרינפעלד מ'סעמיהאי, אונגארן) האלט אז עלעקטריציטעט איז נישט קיין פייער ממש און ס'איז בכלל נישט דא קיין איסור דאורייתא צו אנצינדן אדער אויסלעשן א לייט אום שבת. פארשטייטזיך אז ער איז עס נישט מתיר. אבער ער האלט אז קיין איסור הבערה האט מען נישט עובר געווען...! ע"כ. אין פלעצער, אזוי ווי אין אפארטמענט בילדינגס אויף הויכע שטאקן וואו די וואסער פרעשור ארבעט מיט א פאמפ טאר מען עס טאקע נישט נוצן אום שבת. חוץ אויב ס'גייט צוערשט אריין אין א טענק פאר ס'קומט אן אין שטוב...!

ביבער » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:47 pm

· #265798
קיין גאנצע ישועה איז עס נאכנישט ווייל מדארף נאכאלס געדענקן אנצוצינדן דעם שבת מאוד פאר שבת.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:53 pm

· #265800
ביבער
קיין גאנצע ישועה איז עס נאכנישט ווייל מדארף נאכאלס געדענקן אנצוצינדן דעם שבת מאוד פאר שבת.

ביבער: אויף דעם איז אויך דא אן עצה. מ'וועט אינווענטן אן אויטאמאטישן סוויטש (עלעקטרא-מעקניקל) וואס וועט "וויסן" אז ס'קומט שבת. און ס'וועט אריינלייגן דעם סוויטש אין די "שבת-מאוד"...!

שושן פורים » מאנטאג אפריל 13, 2015 11:53 pm

· #265818
כפתור
כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי קומט אריין בונה און א עלעקטריק סירקוט. ווען מ'צינדט און א לייט אדער מ'שטעקט אריין און א פלאג, די איינציגסטע זאך וואס מ'טוט איז אז מ'מאכט די עלעקראנס זאלן דורך פארן די לאמפ, אדער מאשין, און פון די כח פון אזויפיל עלעקראנס (אדער עלעקטריק פיעלד און א מאטאר) מאכט עס די ארבעט (פארשטייצעך דאס איז בקיצור). פארוואס ווען מ'מאכט אויף די קראן איז עס נישט בונה? אולי פארשטיי איך נישט וואס מיינט בונה

ווען פלארעסענט באלבס איז ארויסגעקומען איז בעצם נישט געוועהן קיין שום צד איסור, נאר די רבנימ'ס פילינגס האט עפעס נישט געוואלט מתיר זיין , ס'טייטשט אנצונדען א לייט שבת??!!, האבן זיי ערפינדן א פראבלעם פון בונה וואס בעצם לייגט זיך נישט אויפן שכל אבער דאך כדי נישט צו האבן גילטי קאנטשעס פארן אסרן אין די וועלט אריין האט מען זיך ארויפגעכאפט אויף בונה און יאללה! ! שישו מעי! !!

וויזויגייטעס?! אנצונדען א פלארעסענט לייט דארף מען זוכן אן איסור, גיין אין א הייסע מקווה בצפרא דשבתא דארף מען זוכן א היתר, וראו מי נדחה בפני מי.

עד כאן דברי התלמיד הפחות שבפחותים, והוא רחום יכפר עוון.

כפתור » דינסטאג אפריל 14, 2015 12:51 am

· #265831
נופת צופים
ווען מ'צונדט אן די לייט אדער מ'שטעקט אריין א פלאג, מאכסטו קאמפלעט (אדער ווי בערעלע זאגט "ערגענצט דו" ) א צערקוט. אין אנדערע ווערטער דו האסט "געבויט" א צערקוט.


איך מאך גארנישט. די עלקראנס קומען און גייען שוין פון און צו די עלעקטריק קאמפאני ( AC) די איינציגסטע זאך וואס איך טו ווען איך פלאג אריין, איז אז איך מאך די עלעקראנס זאלן מאכן א אומוועג און דורכגיין מיין מאשין "אויך". מיין שאלה איז פארוואס מ'רופט עס בונה. רוף עס עני אנדערע פון די ל"ט מלכות

כפתור » דינסטאג אפריל 14, 2015 12:57 am

· #265834
"ווען פלארעסענט באלבס איז ארויסגעקומען איז בעצם נישט געוועהן קיין שום צד איסור"

פלארעסענט לייטס איז יא דא א "ספארק" ווען ס'צונדט זיך אן. ס'צונדט אן די כאמיקאלן. לכאורה דארף עס יא זיין אסור... אבער נישט אלטס בונה

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 14, 2015 1:03 am

· #265836
Re: אנצינדען א לייט אין שבת
אןיב רעט מען פון א ספק ספיקא , ווער דארף דען א סוויטש וואס איז נישט זוכער אז סגייט אנצינדען די לייט. פארשטייטזוך אז סגייט בודאי אנצינדען די לייט. סאו די גאנצע ספק איז וויפיל סקונדעס סגייט געדויערן, צי ביים ערשטען שפריץ צי ביים צווייטען, איז דאך נאר א ספק פון צייט. נו וועלכע הלכה זאגט אז אויב סאיז נישט קלאר וועלכע רגע סגייט געשען הייסט עס א ספק?

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 14, 2015 1:37 am

· #265840
הרי זה יסוד ההיתר של רוב פטנטי צומת שטוענים שהסכים להם הרשזא זל, להיות גרמא על ידי מניעת המניעה, ורבים סטמכים עליהן עכפ לחולים ושעת הדחק, ויש בזה אריכות שדנו בזה פוסקי זמננו, עכפ אין זה חידוש חדש.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 14, 2015 2:07 am

· #265849
שושן פורים
כפתור
כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי קומט אריין בונה און א עלעקטריק סירקוט. ווען מ'צינדט און א לייט אדער מ'שטעקט אריין און א פלאג, די איינציגסטע זאך וואס מ'טוט איז אז מ'מאכט די עלעקראנס זאלן דורך פארן די לאמפ, אדער מאשין, און פון די כח פון אזויפיל עלעקראנס (אדער עלעקטריק פיעלד און א מאטאר) מאכט עס די ארבעט (פארשטייצעך דאס איז בקיצור). פארוואס ווען מ'מאכט אויף די קראן איז עס נישט בונה? אולי פארשטיי איך נישט וואס מיינט בונה

ווען פלארעסענט באלבס איז ארויסגעקומען איז בעצם נישט געוועהן קיין שום צד איסור, נאר די רבנימ'ס פילינגס האט עפעס נישט געוואלט מתיר זיין , ס'טייטשט אנצונדען א לייט שבת??!!, האבן זיי ערפינדן א פראבלעם פון בונה וואס בעצם לייגט זיך נישט אויפן שכל אבער דאך כדי נישט צו האבן גילטי קאנטשעס פארן אסרן אין די וועלט אריין האט מען זיך ארויפגעכאפט אויף בונה און יאללה! ! שישו מעי! !!

וויזויגייטעס?! אנצונדען א פלארעסענט לייט דארף מען זוכן אן איסור, גיין אין א הייסע מקווה בצפרא דשבתא דארף מען זוכן א היתר, וראו מי נדחה בפני מי.

עד כאן דברי התלמיד הפחות שבפחותים, והוא רחום יכפר עוון.

שושן פורים: איך מיין אז דו מישט אויס דא צוויי באזונדערע עניינים. ווער ס'האט ערפינדן דעם איסור פון בונה ביי אן עלעקטריק סירקויט איז געווען דער חזון אי"ש. און ער איז נישט געווען עפעס א רב'ל אין די שטאט הוידו נאנאש אדער שאראש פאטאק. ווייל א חוץ פון זיין א גאון בתורה איז ער אויך געווען א סייענטיסט. נאר אין דעם ענין האבן די אלע אנדערע פוסקים פון זיין צייט , ווי ר' שלמה זלמן אויערבאך, נישט מסכים געווען מיט זיין צד האיסור.
הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך ז"ל איז אויך געווען א שטארקער בקי אין די עלעקטריקל דיסטריביושן סיסטעם. (וויאזוי עלעקטריק ווערט פראדוצירט. און וויאזוי ס'קומט אן צו די היימען און פאבריקן.). ער האט געשריבן אין זיין תשובה ספר א פונקטליכע הסבר וויאזוי דאס ארבעט.
אן אנדערער רב וועלכער האט געלעבט מיט בערך הונדערט יאר צוריק. ר' שמעון גרינפעלד האט אויך געשריבן זייער א סאך תשובות איבער עלעקטריק און די געציילטע עלעקטרישע אפלייענסעס וואס זענען דאמאלס געווען. אין זיין ספר שו"ת מהרש"ג רעדט ער אויך איבער דעם באנוץ פון שבת זייגערס, וועלכע זענען נישט געווען אזוי סאפיסטיקירט ווי היינט. ער איז פונקטליך מסביר וויאזוי ס'ארבעט. און ער פסק'נט אז מ'מעג זיך באנוצן מיט דעם ...!

נופת צופים » דינסטאג אפריל 14, 2015 6:27 am

· #265868
Re: אנצינדען א לייט אין שבת
כפתור
נופת צופים
ווען מ'צונדט אן די לייט אדער מ'שטעקט אריין א פלאג, מאכסטו קאמפלעט (אדער ווי בערעלע זאגט "ערגענצט דו" ) א צערקוט. אין אנדערע ווערטער דו האסט "געבויט" א צערקוט.


איך מאך גארנישט. די עלקראנס קומען און גייען שוין פון און צו די עלעקטריק קאמפאני ( AC) די איינציגסטע זאך וואס איך טו ווען איך פלאג אריין, איז אז איך מאך די עלעקראנס זאלן מאכן א אומוועג און דורכגיין מיין מאשין "אויך". מיין שאלה איז פארוואס מ'רופט עס בונה. רוף עס עני אנדערע פון די ל"ט מלכות

@כפתור סלאו דאון א סעקונדע. איך רעד נישט קיין איין ווארט וועגן די עלעקטראנס וכו'. ווען דו שטעקסט אריין די פלאג "בויסטו" א פיזישע צערקוט פון אייזן, פון ווייערס, נישט עלעקטראנס.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 14, 2015 6:43 pm

· #266022
א פלא. דער זעלבער קאמפאני האט האט שוין פראבירט צו מארקעטן דער פאטענט פאר דריי פיר יאר צוריק און מפרסם געוון אז פארשידענע גדולי הרבנים והפוסקים זענען מתיר. עס איז דעמאלטס געווען א גרויס טומל דערוועגן און גדולי הפוסקים זענען ארויסגעקומען דערגעגן און געשריגען שמעולם לא התירו און אז די סארט היתרי גרמא זענען נאר גוט פאר שעת הדחק אדער חולים נישט פאר יעדער.

אז מען איז מעיין אין די הסכמות וואס זיי שטעלן דארט זעהט מען טאקע ווי עס איז כמעט נישטא איינער וואס איז טאקע דאס מתיר לכתחילה. למשל דער בריעף פון הרב שיינבערג זעהט מען קלאר איז נישט מער ווי א ברכה נישט קיין פסק. הגם עס איז טאקע מאדנע פארוואס ער האט געגעבן אזא צעטל. די שורות פון הרב נויבירט זענען אויך אומקלאר פון וואס זיי רעדן זיך און ער האט שפעטער קלאר געשריבען א צעטל אז ער איז עס נישט מתיר לכתחילה. מצד שני איז טאקע גאר מאדנע. למשל דער צעטל פון הרב נבנצאל זעהט אויס גאנץ גלייך אז ער איז מסכים דערצו, שפעטער ווען הרב רוזן האט עם געפרעגט האט ער געזאגט ער געדענקט גארנישט חתמ'נען אזא צעטל און אוודאי איז עס אסור. רוזן איז משער אז מען האט געזאגט פאר די רבנים עס איז נאר לשעת הדחק אדער פאר חולים און זיי האבען דאס פארגעסן צו שרייבען אין א צעטל. גאר מאדנע. הרב נח אייזיק אלבום, כאטש נישט אליינס געשריבן, זאגט גאנץ קלאר ער האלט עס איז מותר נאר למעשה זאל מען פרעגן א רב.. אויך איז מאדנע ווען רבנים ווי הרב שלום ארוש, וואס האבן גארנישט מיט פסק הלכה קיינמאל, שרייבען הסכמות אויף אזא זאך. אפשר איז די גאנצע זאך געפעלטשט?

נאך מער מאדנע איז ווי יעצט איז זיי איינגעפאלן צו מאכן תחיית המתים פאר דער געדאנק אויף אינדיגיגו און זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די גאנצע היסטאריע.

הרב ישראל רוזן ראש צומת אסר'ט

דער בריעף פון הרב נויבירט מח"ס שש"כ


הרב גיל סטודנט האט א שיינע שמועס
נאך איבער דער שערוריה

ישמעאל הכהן » דינסטאג אפריל 14, 2015 7:09 pm

· #266031
📎 IMG-20150414-WA0038.jpg

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 14, 2015 7:18 pm

· #266037
איך פארשטיי אבער נישט פונקט די פסק אז חולה שאיב"ס איז עס מותר און נישט פאר יעדער. הייסט עס דאס איז אן איסור דרבנן בשינוי? און וואס פעלט אויס דער גרמא אויב אזוי? אויב לעקטער איז בכלל א דרבנן כהסכמת רוב הפוסקים דארף מען דאך נישט דער גאנצער פאטענט.

יאיר » דינסטאג אפריל 14, 2015 10:00 pm

· #266080
כפתור
כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי קומט אריין בונה און א עלעקטריק סירקוט. ווען מ'צינדט און א לייט אדער מ'שטעקט אריין און א פלאג, די איינציגסטע זאך וואס מ'טוט איז אז מ'מאכט די עלעקראנס זאלן דורך פארן די לאמפ, אדער מאשין, און פון די כח פון אזויפיל עלעקראנס (אדער עלעקטריק פיעלד און א מאטאר) מאכט עס די ארבעט (פארשטייצעך דאס איז בקיצור). פארוואס ווען מ'מאכט אויף די קראן איז עס נישט בונה? אולי פארשטיי איך נישט וואס מיינט בונה

דאכט זיך מיר אז ר' שלמה זלמן דערמאנט די טענה אויפ'ן חזון איש.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 14, 2015 11:38 pm

· #266114
לעיקוואד
איך פארשטיי אבער נישט פונקט די פסק אז חולה שאיב"ס איז עס מותר און נישט פאר יעדער. הייסט עס דאס איז אן איסור דרבנן בשינוי? און וואס פעלט אויס דער גרמא אויב אזוי? אויב לעקטער איז בכלל א דרבנן כהסכמת רוב הפוסקים דארף מען דאך נישט דער גאנצער פאטענט.

לעיקוואוד: דו ביסט 100% גערעכט. די גדולי הפוסקים האבן טאקע אזוי געפסק'נט נאך א סאך יארן פאר דער "קאושער סוויטש" איז ארויסגעקומען אז פאר א חולה שאין בו סכנה, אויב האט ער שוועריגקייטן צו איינשלאפן, מעג מען אויסלעשן די לייטס. אבער דער אינווענטאר האט דאך אן אייטעם צו פארקויפן...אבער למעשה איז נישט דא קיין איין פוסק הלכה סיי אין אמעריקע און אין ארץ ישראל וואס איז מתיר לכתחילה צו באנוצן מיט דעם קאושער סוויטש צו קאנטראלירן די לייטס אום שבת...!
אפילו הרב רוזן און רש"ז אויערבאך האבן נאר מתיר געווען פאר חולים אדער פאר ענייני ביטחון...!

כפתור » דינסטאג אפריל 14, 2015 11:53 pm

· #266121
נופת צופים
כפתור
נופת צופים
ווען מ'צונדט אן די לייט אדער מ'שטעקט אריין א פלאג, מאכסטו קאמפלעט (אדער ווי בערעלע זאגט "ערגענצט דו" ) א צערקוט. אין אנדערע ווערטער דו האסט "געבויט" א צערקוט.


איך מאך גארנישט. די עלקראנס קומען און גייען שוין פון און צו די עלעקטריק קאמפאני ( AC) די איינציגסטע זאך וואס איך טו ווען איך פלאג אריין, איז אז איך מאך די עלעקראנס זאלן מאכן א אומוועג און דורכגיין מיין מאשין "אויך". מיין שאלה איז פארוואס מ'רופט עס בונה. רוף עס עני אנדערע פון די ל"ט מלכות

@כפתור סלאו דאון א סעקונדע. איך רעד נישט קיין איין ווארט וועגן די עלעקטראנס וכו'. ווען דו שטעקסט אריין די פלאג "בויסטו" א פיזישע צערקוט פון אייזן, פון ווייערס, נישט עלעקטראנס.


דאס האב איך קיינמאל נישט געהערט. לויט דעם טאר מען נישט צומאכן א "ברעיסלעט", ער בויעט א צערקוט

קאצקע ציקער » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:02 am

· #266127
אויב עטץ מיינטס אז מיט דעם שטעלט זיך עס אפ האט עטץ א ביטערע טעות, ס' האט זיך אנגעהויבן מיט א שבת עפפ נאכדעם גייט עס צו א שבת סוויטש, נעקסט איז א שבת קאר 🙂

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:06 am

· #266128
כפתור: דו האסט פארפאסט איין קליינע נקודה. ווען דו מאכסט אן עלעקטריק סוויטש אין די "אן" פאזיש'ן ביסטו (לויט'ן חזון אי"ש) עובר אויף "בונה" ווייל דו גרייטסט עס אן צו קענען מקבל זיין אן אסור'דיגע זאך אום שבת. משא"כ צו מאכן די שלאס פון א ברעיסלעט איז נישט קיין הכנה פאר א דבר אסור... 😂 🙄

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:09 am

· #266130
קאצקע ציקער
אויב עטץ מיינטס אז מיט דעם שטעלט זיך עס אפ האט עטץ א ביטערע טעות, ס' האט זיך אנגעהויבן מיט א שבת עפפ נאכדעם גייט עס צו א שבת סוויטש, נעקסט איז א שבת קאר 🙂

נו, א שבת קאר שטייט דאך בפירוש אין פסוק..."תפארת עטה ליום המנוחה"... 😂

כפתור » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:19 am

· #266136
קאצקע ציקער
אויב עטץ מיינטס אז מיט דעם שטעלט זיך עס אפ האט עטץ א ביטערע טעות, ס' האט זיך אנגעהויבן מיט א שבת עפפ נאכדעם גייט עס צו א שבת סוויטש, נעקסט איז א שבת קאר 🙂


אז דער תורה האט אריינגעלייגט די "לופהאל" און די הלכה, וואס די פראבלעם? מיר איז גוט שבת אזוי ווי ס'איז יעצט. אבער אויב ס'מאכט זיך א מעשה אזוי ווי די פרוי און די קליפ, אדער איך זע אז איך גיי בלייבן מיט א קאלטע טשולענט, וואלט איך געוואלט האבן די אפשען

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:23 am

· #266139
כפתור
קאצקע ציקער
אויב עטץ מיינטס אז מיט דעם שטעלט זיך עס אפ האט עטץ א ביטערע טעות, ס' האט זיך אנגעהויבן מיט א שבת עפפ נאכדעם גייט עס צו א שבת סוויטש, נעקסט איז א שבת קאר 🙂


אז דער תורה האט אריינגעלייגט די "לופהאל" און די הלכה, וואס די פראבלעם? מיר איז גוט שבת אזוי ווי ס'איז יעצט. אבער אויב ס'מאכט זיך א מעשה אזוי ווי די פרוי און די קליפ, אדער איך זע אז איך גיי בלייבן מיט א קאלטע טשולענט, וואלט איך געוואלט האבן די אפשען

כפתור: איך זוך יעצט א (רעפארם) ראביי וואס זאלל מיר טרעפן עפעס א לופהאול אין הילכות נבילה און הילכות בשר בחלב, ווייל איך וויל זייער שטארק עסן א טשיעזבורגער פון מעקדאנאלד'ס...!

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:34 am

· #266143
כפתור
כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי קומט אריין בונה און א עלעקטריק סירקוט. ווען מ'צינדט און א לייט אדער מ'שטעקט אריין און א פלאג, די איינציגסטע זאך וואס מ'טוט איז אז מ'מאכט די עלעקראנס זאלן דורך פארן די לאמפ, אדער מאשין, און פון די כח פון אזויפיל עלעקראנס (אדער עלעקטריק פיעלד און א מאטאר) מאכט עס די ארבעט (פארשטייצעך דאס איז בקיצור). פארוואס ווען מ'מאכט אויף די קראן איז עס נישט בונה? אולי פארשטיי איך נישט וואס מיינט בונה

וועט מען מוזן זאגן אז אדער פארשטייסטו נישט וואס בונה טייטשט, אדער האט דער חזו"א זצ"ל נישט פארשטאנען וואס עלעקטריציטעט מיינט, איינער פון די צוויי.

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:35 am

· #266144
נופת צופים
כפתור
נופת צופים
ווען מ'צונדט אן די לייט אדער מ'שטעקט אריין א פלאג, מאכסטו קאמפלעט (אדער ווי בערעלע זאגט "ערגענצט דו" ) א צערקוט. אין אנדערע ווערטער דו האסט "געבויט" א צערקוט.


איך מאך גארנישט. די עלקראנס קומען און גייען שוין פון און צו די עלעקטריק קאמפאני ( AC) די איינציגסטע זאך וואס איך טו ווען איך פלאג אריין, איז אז איך מאך די עלעקראנס זאלן מאכן א אומוועג און דורכגיין מיין מאשין "אויך". מיין שאלה איז פארוואס מ'רופט עס בונה. רוף עס עני אנדערע פון די ל"ט מלכות

@כפתור סלאו דאון א סעקונדע. איך רעד נישט קיין איין ווארט וועגן די עלעקטראנס וכו'. ווען דו שטעקסט אריין די פלאג "בויסטו" א פיזישע צערקוט פון אייזן, פון ווייערס, נישט עלעקטראנס.

דו בויעסט? סך הכל מאכסטו צו\אויף א טירעלע דארט אינעם סוויטש, נישט קיין גרעסערע בונה ווי צומאכן א טיר אדער עפענען דעם קראן.

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:36 am

· #266145
berlbalaguleh
כפתור: דו האסט פארפאסט איין קליינע נקודה. ווען דו מאכסט אן עלעקטריק סוויטש אין די "אן" פאזיש'ן ביסטו (לויט'ן חזון אי"ש) עובר אויף "בונה" ווייל דו גרייטסט עס אן צו קענען מקבל זיין אן אסור'דיגע זאך אום שבת. משא"כ צו מאכן די שלאס פון א ברעיסלעט איז נישט קיין הכנה פאר א דבר אסור... 😂 🙄

הייסט אז עלעקטריק איז אסור אלס בונה, און עלעקטריק הייסט בונה וויבאלד ס'איז אסור. איך פארשטיי גוט?

חאצקעל שניידער » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:39 am

· #266148
Re: אנצינדען א לייט אין שבת
וואו אזוי הייסט די ספר פון רש״ז אויף לעקטער?

כפתור » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:47 am

· #266151
berlbalaguleh
כפתור
קאצקע ציקער
אויב עטץ מיינטס אז מיט דעם שטעלט זיך עס אפ האט עטץ א ביטערע טעות, ס' האט זיך אנגעהויבן מיט א שבת עפפ נאכדעם גייט עס צו א שבת סוויטש, נעקסט איז א שבת קאר 🙂


אז דער תורה האט אריינגעלייגט די "לופהאל" און די הלכה, וואס די פראבלעם? מיר איז גוט שבת אזוי ווי ס'איז יעצט. אבער אויב ס'מאכט זיך א מעשה אזוי ווי די פרוי און די קליפ, אדער איך זע אז איך גיי בלייבן מיט א קאלטע טשולענט, וואלט איך געוואלט האבן די אפשען

כפתור: איך זוך יעצט א (רעפארם) ראביי וואס זאלל מיר טרעפן עפעס א לופהאול אין הילכות נבילה און הילכות בשר בחלב, ווייל איך וויל זייער שטארק עסן א טשיעזבורגער פון מעקדאנאלד'ס...!


קענסט שוין אנהייבן אהין צוגיין. יתכן אז דער ראביי ארבייט ביי די קאונטער און מקדאנאלד

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:47 am

· #266152
געפילטע פיש
berlbalaguleh
כפתור: דו האסט פארפאסט איין קליינע נקודה. ווען דו מאכסט אן עלעקטריק סוויטש אין די "אן" פאזיש'ן ביסטו (לויט'ן חזון אי"ש) עובר אויף "בונה" ווייל דו גרייטסט עס אן צו קענען מקבל זיין אן אסור'דיגע זאך אום שבת. משא"כ צו מאכן די שלאס פון א ברעיסלעט איז נישט קיין הכנה פאר א דבר אסור... 😂 🙄

הייסט אז עלעקטריק איז אסור אלס בונה, און עלעקטריק הייסט בונה וויבאלד ס'איז אסור. איך פארשטיי גוט?

סטאפ דע סארקאזם...ווייל מיינע סארקאזם דיטעקטארס האבן זיך זייער שטארק צופיפן...!
די אמת'ע נקודה פון דעם חזון אי"ש'ס איסור איז, ווייל מיט טון די קליינע פעולה פון לייגן דעם סוויטש אין די "אן" פאזיש'ן איז ער משלים א גאנצע מערכת. וואס דורכדעם וועט די עלעקטריק שטראם קענען אדורכגיין. משא"כ ביי די ברעיסלעט בויט ער גארנישט.
נ.ב.:אויב דו ווילסט פארשטיין וויאזוי עלעקטריק'ל דיסטריביושן ארבעט, דארפסטו אדורכלערנען דעם שו"ת ספר פון הגרש"ז אויערבאך זצ"ל ביי הילכות שבת. אויב דו אדער איך וועל נישט ווערן א תלמיד חכם. אבער מ'וועט פארשטיין וויאזוי אן עלעקטריק דזשענערעיטינג פלענט און א דיסטריביושן סיסטעם ארבעט. ער איז אלעס מסביר זייער פונקטליך...!

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:59 am

· #266156
גארנישט קיין סארקאזם, דאס הייסט סירקולאר ריזאנינג. האסט געזאגט אז דוקא א סוויטש הייסט בונה און נישט צומאכן א ארעם באנד, וויבאלד די סוויטש טוט א פעולה וואס מאכט אז ס'זאל "קענען מקבל זיין אן אסור'דיגע זאך", אבער עלעקטריק איז לעולם נאר א "איסור'דיגע זאך" וויבאלד ס'איז בונה. וויאזוי ארבעט דאס?

לעולם זאלסטו וויסן אז יעדע מאל דו רירסט אן סיי וואסערע זאך אום שבת שאפסטו אן עלעקטריקעל סירקוט (סיידן דו טראגסט שיך מיט ראבערנע זוילן), וואס ערמעגליכט עלעקטראנס אריבערצולויפן פון דיין האנט צום אביעקט וואס דו רירסט אן און פארקערט, און די זעלבע מיטן ברעיסלעט אויך. די נ"מ איז נאר וויפיל, ווי שטארק, און וויפיל פרעשור ס'איז דא אין די לויפענדע עלעקטראנס.

berlbalaguleh

נ.ב.:אויב דו ווילסט פארשטיין וויאזוי עלעקטריק'ל דיסטריביושן ארבעט, דארפסטו אדורכלערנען דעם שו"ת ספר פון הגרש"ז אויערבאך זצ"ל ביי הילכות שבת.

🙄 😂 סארקאזם?

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 15, 2015 1:05 am

· #266158
געפילטע פיש: אויך ביי סטאטיק עלעקטריסיטי איז עס א דבר שלא מתכוון.
נ.ב.: איך מיין אז איך גיי שוין נעמען א שטיקל ברעיק פון דעם סאבדזשעקט. ווייל איך שפיר אז איך דארף אייננעמען א פאר טאמס...

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 15, 2015 1:09 am

· #266159
געפילטע: איך זעה אז במחילת כבודך הרמה האסטו נישט געכאפט די נקודה. אז דו ברענגסט אריין דעם ווארט "סירקיולער ריזענינג". וואס דו זאגסט איז טאקע סירקיולער ריזענינג. אבער איך האב דאס בכלל נישט געזאגט. און אויך דער חזו"א האט דאס נישט געזאגט...!

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 15, 2015 1:12 am

· #266160
berlbalaguleh
געפילטע פיש: אויך ביי סטאטיק עלעקטריסיטי איז עס א דבר שלא מתכוון.
נ.ב.: איך מיין אז איך גיי שוין נעמען א שטיקל ברעיק פון דעם סאבדזשעקט. ווייל איך שפיר אז איך דארף אייננעמען א פאר טאמס...


פארוואס שלא במתכוון? ווען נישט עלעקטראמאגניטיזם וואלסטו נישט געקענט טוהן גארנישט, ווען דו רוקסט עפעס איז עס נאר ווייל די עלעקטראמאגנעטיק פיעלד פון דיין האנט שטופט אוועק די עלעקטראמאגנעטיק פיעלד פון יענע אביעקט. איי וועסטו זאגן אז דו מיינסט נישט די אמצעי, נאר די מטרה פון רוקן יענע זאך, איז דאך די זעלבע ביים עפענען א לייט. דו מיינסט דעם די עלעקטראנס וואס לויפן אין די ווייערס? דו ווילסט נאר די מטרה אז די לייט זאל זיך עפענען.

berlbalaguleh
געפילטע: איך זעה אז במחילת כבודך הרמה האסטו נישט געכאפט די נקודה. אז דו ברענגסט אריין דעם ווארט "סירקיולער ריזענינג". וואס דו זאגסט איז טאקע סירקיולער ריזענינג. אבער איך האב דאס בכלל נישט געזאגט. און אויך דער חזו"א האט דאס נישט געזאגט...!


אוי לי כי חטאתי, ר' בערל איך האב אייך חושד געווען אינעם הארבן עבירה פון קיילעכדיגע ריזאנינג. ביטע זייט מיר מוחל, און מסביר'ט מיר נאכאמאל וואס איר האט געמיינט מיט די פאלגענדע תגובה:
berlbalaguleh
כפתור: דו האסט פארפאסט איין קליינע נקודה. ווען דו מאכסט אן עלעקטריק סוויטש אין די "אן" פאזיש'ן ביסטו (לויט'ן חזון אי"ש) עובר אויף "בונה" ווייל דו גרייטסט עס אן צו קענען מקבל זיין אן אסור'דיגע זאך אום שבת. משא"כ צו מאכן די שלאס פון א ברעיסלעט איז נישט קיין הכנה פאר א דבר אסור... 😂 🙄

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 15, 2015 1:29 am

· #266165
געפילטע פיש: איך בין טאקע א בעל עגלה אבער איך האב א ביסל געלערנט דעם סאבדזשעקט פון פיזיקס און עלעקטריסיטי מהו: ס''איז פארהאן צוויי ערליי עלעקטריסיטי. סטעטיק און מאגנעטיק. סטעטיק עלעקטריסיטי קומט פון אן עלעקטריקל דיסטשארדזש פון נעגאטיוו צו פאזיטיוו. דאס איז אויך וואס א בליץ איז. און ווען א מענטש גייט אין זיין שטוב, ספעציעל ווען די לופט איז טרוקן, שאפט זיך אין זיין גוף אן עלעקטריק טשארדזש. און ווען ער רירט אן געוויסע מעטאלענע אביעקטן ווערט דאס דיס-טשארדזשט און ס'מאכט א ספארק און מ'כאפט אמאל א ציפ אויך. אבער דאס איז שלא במתכוון. משא"כ די עלעקטריציטעט וואס אונז נוצן ווערט געשאפן דורך אינדאקשן (נישט לאקשן) ווען אן אינסולירטער ווייער האקט איבער א מאגנעטישן פעלד שאפט זיך א שטראם אין דעם ווייער. דאס איז א דזשענערעיטער...!

מור וקציעה » מיטוואך אפריל 15, 2015 1:57 am

· #266173
לעיקוואד

אז מען איז מעיין אין די הסכמות וואס זיי שטעלן דארט זעהט מען טאקע ווי עס איז כמעט נישטא איינער וואס איז טאקע דאס מתיר לכתחילה. [/



נישט ממש , איך האב געציילט אמווייניגסטענס 10 רבנים [רובם מעדת המזרח] וואס זענען מתיר לכתחילה פאר יעדעם

ביניהם
1)הג''ר אלי' בן-חיים [שכתב בין השאר וז''ל השימוש במתג זה רצוי מאוד מכיוון שיביא לכל בית עונג שבת כך שכל אחד יוכל לכוון במדויק את שעת הדלקה וכבוי האור וגם יביא לחסכון גדול של צריכות חשמל בשבת וכפי הידוע: התורה חסה על ממונם של ישראל ]

2)הג''ר פנחס זביחי [ וז''ל יש בו גם משום עונג שבת כדי שיוכלו כל אחינו בית ישראל די וכל אתר ואתר להשתמש בחשמל על צד הטוב ביותר ללא שום חשש כלל ועיקר ]

3)הג''ר שמעון חי אלוף [שמצטרף ומוסף להנ''ל]

4)הרב אליהו קצביאן [כנ''ל]

5)הרב יוסף ביטון

6)הרב שלמה שוב

7)הרב פרץ שטיינברג

8)הרב אברהם ניסאיון

9)הרב מאניש פרידמן

10)הרב יגאל חימוב

11)הרב ניסים בסליון

ועוד

לפי ידיעתי זענען זענען רבנים אזוי ווי הרב זביחי און הרב בןחיים שטארק אנגענומענע רבנים אין די ספרדישע גאס

מנחם » מיטוואך אפריל 15, 2015 2:04 am

· #266175
וואס האלט שמעלקא טויב?

מור וקציעה » מיטוואך אפריל 15, 2015 2:45 am

· #266182
חאצקעל שניידער
וואו אזוי הייסט די ספר פון רש״ז אויף לעקטער?


מאורי אש

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 15, 2015 2:17 pm

· #266285
מור וקציעה

1)הג''ר אלי' בן-חיים [שכתב בין השאר וז''ל השימוש במתג זה רצוי מאוד מכיוון שיביא לכל בית עונג שבת כך שכל אחד יוכל לכוון במדויק את שעת הדלקה וכבוי האור וגם יביא לחסכון גדול של צריכות חשמל בשבת וכפי הידוע: התורה חסה על ממונם של ישראל ]

2)הג''ר פנחס זביחי [ וז''ל יש בו גם משום עונג שבת כדי שיוכלו כל אחינו בית ישראל די וכל אתר ואתר להשתמש בחשמל על צד הטוב ביותר ללא שום חשש כלל ועיקר ]

3)הג''ר שמעון חי אלוף [שמצטרף ומוסף להנ''ל]

4)הרב אליהו קצביאן [כנ''ל]

5)הרב יוסף ביטון

6)הרב שלמה שוב

7)הרב פרץ שטיינברג

8)הרב אברהם ניסאיון

9)הרב מאניש פרידמן

10)הרב יגאל חימוב

11)הרב ניסים בסליון

ועוד

לפי ידיעתי זענען זענען רבנים אזוי ווי הרב זביחי און הרב בןחיים שטארק אנגענומענע רבנים אין די ספרדישע גאס


איך האב מיך אסאך געדרייט אין א"י און איך בין באקאנט מיט זייערע ספרדישע פוסקים, און איך האב נאך קיין איינמאל געהערט פון איינע פון די אלע רבנים,
וואו זענען זיי רבנים וכו'?

שלמה המלך » מיטוואך אפריל 15, 2015 2:21 pm

· #266287
WOW מ'קען עסען ראגעלעך פסח, מ'קען אנצידען/אויסלעשען לייטס אום שבת!
איך קען קוים ווארטען אויף די פעטענט וואס מ'גייט מעגען עפעס גאר געוואגט!! אשאד איך בין געבוירען אזוי פרי 😞

קינד_אן_קייט » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:16 pm

· #266299
זייער אינטערעסאנט צו זעהן דער חילוק פון הרגשים צווישן אונז און אונזערע ספרד׳ישע ברודער:

[list]ביי אונז היימישע אידן איז דער הרגש: אוי! ס׳שפירט זיך ווי חילול שבת!
ביי אחב״י מעדות המזרח איז דער הרגש: אה! מ׳גייט יעצט האבן א גרעסערער עונג שבת![/list:u]
ולמזהיר ולנזהר, שלומים תן כמי נהר.

(נ.ב. #בלויזאבזערוואציע #כ׳אטאקירנישטדעםסיסטעםח״ו)

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:23 pm

· #266301
שלמה המלך
WOW מ'קען עסען ראגעלעך פסח, מ'קען אנצידען/אויסלעשען לייטס אום שבת!
איך קען קוים ווארטען אויף די פעטענט וואס מ'גייט מעגען עפעס גאר געוואגט!! אשאד איך בין געבוירען אזוי פרי 😞

שלמה המלך: איך קען דיר אויסרעכענען נאך עטליכע אינטרעסאנטע זאכן וואס וועלן מותר ווערן דורך נייע אינווענשאנס אדער "לופהאולס" אין הלכה. נאר דאס באלאנגט אין מאחורי הפרגוד... 😂 🙄

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 15, 2015 4:02 pm

· #266332
@מור וקציעה
גערעכט, איך האב געשריבען אז אנדערע ווי הרב אלבום לויט דער ווידיאו פון עם וואס זיי האבען האלטן אז עכ"פ להלכה איז עס מותר, רעכענדינג זיך מיט די אופן ווי זיי ברענגען הסכמות פון אנדערע מאכט א פקפוק אויך אין די וואס זאגן קלאר לכאורה להיתרא, ווילאנג איינער שרייבט נישט קלאר א תשובה להלכה וואלט איך נישט געטראסט די סארט צעטלעך וואס זיי האבן. די ליסטע וואס איר מאכט האב איך נישט אזוי דורכגעקוקט ווייל איך האב נישט געהערט פון די אלע רבנים, קען זיין זי זענען גרויסע פוסקים אבער מיר זענען זיי בכלל נישט באקאנט.

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 15, 2015 4:05 pm

· #266335
געפילטע פיש
גארנישט קיין סארקאזם, דאס הייסט סירקולאר ריזאנינג. האסט געזאגט אז דוקא א סוויטש הייסט בונה און נישט צומאכן א ארעם באנד, וויבאלד די סוויטש טוט א פעולה וואס מאכט אז ס'זאל "קענען מקבל זיין אן אסור'דיגע זאך", אבער עלעקטריק איז לעולם נאר א "איסור'דיגע זאך" וויבאלד ס'איז בונה. וויאזוי ארבעט דאס?

לעולם זאלסטו וויסן אז יעדע מאל דו רירסט אן סיי וואסערע זאך אום שבת שאפסטו אן עלעקטריקעל סירקוט (סיידן דו טראגסט שיך מיט ראבערנע זוילן), וואס ערמעגליכט עלעקטראנס אריבערצולויפן פון דיין האנט צום אביעקט וואס דו רירסט אן און פארקערט, און די זעלבע מיטן ברעיסלעט אויך. די נ"מ איז נאר וויפיל, ווי שטארק, און וויפיל פרעשור ס'איז דא אין די לויפענדע עלעקטראנס.

berlbalaguleh

נ.ב.:אויב דו ווילסט פארשטיין וויאזוי עלעקטריק'ל דיסטריביושן ארבעט, דארפסטו אדורכלערנען דעם שו"ת ספר פון הגרש"ז אויערבאך זצ"ל ביי הילכות שבת.

🙄 😂 סארקאזם?

לכאורה אין הגדרתו בונה ווייל עס מאכט א דבר אסור נאר ווייל עס מאכט א זאך בכלל, דער חילוק פון א ארעם באנד מיט א סירקאט איז אז מיט א סירקוט געשעהט עפעס, דאס מאכט א לייט זאל ארבעטן וכדומה, ממילא האט דער בנין פון דער סירקוט א שם מלאכה, משא"כ סתם צומאכן א באנד, אדער אפילו סתם מאכן א לעקטרישע סירקוט לשם הסירקוט עצמו אין זה מלאכת בונה.

מור וקציעה » מיטוואך אפריל 15, 2015 4:22 pm

· #266353
געוואלדיג
מור וקציעה

1)הג''ר אלי' בן-חיים [שכתב בין השאר וז''ל השימוש במתג זה רצוי מאוד מכיוון שיביא לכל בית עונג שבת כך שכל אחד יוכל לכוון במדויק את שעת הדלקה וכבוי האור וגם יביא לחסכון גדול של צריכות חשמל בשבת וכפי הידוע: התורה חסה על ממונם של ישראל ]

2)הג''ר פנחס זביחי [ וז''ל יש בו גם משום עונג שבת כדי שיוכלו כל אחינו בית ישראל די וכל אתר ואתר להשתמש בחשמל על צד הטוב ביותר ללא שום חשש כלל ועיקר ]

3)הג''ר שמעון חי אלוף [שמצטרף ומוסף להנ''ל]

4)הרב אליהו קצביאן [כנ''ל]

5)הרב יוסף ביטון

6)הרב שלמה שוב

7)הרב פרץ שטיינברג

8)הרב אברהם ניסאיון

9)הרב מאניש פרידמן

10)הרב יגאל חימוב

11)הרב ניסים בסליון

ועוד

לפי ידיעתי זענען זענען רבנים אזוי ווי הרב זביחי און הרב בןחיים שטארק אנגענומענע רבנים אין די ספרדישע גאס


איך האב מיך אסאך געדרייט אין א"י און איך בין באקאנט מיט זייערע ספרדישע פוסקים, און איך האב נאך קיין איינמאל געהערט פון איינע פון די אלע רבנים,
וואו זענען זיי רבנים וכו'?


רובם ככולם מכהנים ברבנות בארה''ב ניו ז'ורסי וניו יורק חוץ מהג''ר פנחס זביחי בעל עטרת פז מגדולי התלמידים של מרן רבי עובדיה [שמביאו בספרו הגדול יביע אומר בהערצה וחיבה יתירה] ומבכירי רבני תנועת שס שמתגורר סמוך לבית מדרשו בירושלים

כוכב » מיטוואך אפריל 15, 2015 4:28 pm

· #266355
דער עפיזאד ווי ער פרובירט אריינצושלעפן א שבת גויטע אין זיין בעדרום איז איינס און א גוטס... איך האב אויך געהאט אזא געשיכטע אלס בחור. עס האט מיר גענומען א פאר מינוט צו כאפן ווי awkward איך בין געווען, צו פרובירן אריינרופן א מיידל צו מיר אין שטוב...
בלאט: 1 2 3