חאצקעל שניידערהוגהעס איז געווען אמאל אן אסיפה פון אלע גדולי הרבנים והאדמורים אין אמעריקא בנוגע חינוך עצמאי. ווי געווענטליך איז די דעבאטע אנגעגאנגן צווישן די צוויי לייבן האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל און רבי אהרן קאטלר ז"ל, בשעת וואס די אנדערע גדולים זענען געזעצן שטיל איינגעמאכט אויף זייערע פלעצער. אינמיטן האט זיך די סאטמארער רב אויסגעדרוקט עפעס שארף בנוגע די מיינונג פון רבי איסר זלמן ז"ל. רבי אהרן האט זיך אויפגעשטעלט און האט שארף מוחה געווען אויף די כבוד פון זיין שווער. די סאטמארער רב האט געהאלטן אז מען קען אזוי נישט פירן קיין דעבאטע מיט מחאות און כבוד אינטערעסן, האט ער זיך אויפגעהויבן און איז ארויסגעגאנגן. ווי נאר די סאטמארער רב איז ארויס, האט זיך די קלויזענבורגער רב ז"ל אויפגעזעצט אין זיין בענקל און האט זיך אנגערופן "שוין, יעצט קען מען רעדן". האט רבי אהרן צוריק געשריגן "אבער יעצט איז ניט דא מיט וועם צו רעדן!"
והנמשל מובן מאליו...
.
די מעשה איז געשריבען ערגעץ ?
זעט אויס וואו בעלויני[emoji39]
געשריבן ווייסעך נישט אבער א ליטוואק וואס איז דערביי געווען האט עס מיר אמאל דערציילט אין פלעטבוש בערך אין די אנהייב נו''ן יארן
עס איז גאר א גוטע און אמת'ע עובדא
עס ברעגט ארויס אביסל די צוגאנג אז טראץ הגאון ר''א ז''ל מיט סאטמאר רב זענען געווען געשפאנט און פארשידענע זאכן, איז אבער די הערכה פון איינער צום צווייטן געווען גאר שטארק, ווי ס'באקאנט די דברי הספד פון סאטמאר רב אויף אים
און דא האטיר ווי ר' אהרן האט געזאגט אז מען דארף האבן מיט וועמען זיך צו קריגן און דורכשמועסן, די קשר צווישען די צוויי קרייזן איז נאך היינט אויכעט גאר שטארק