☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בחירות אין מדינת ישראל 2015

בחירות אין מדינת ישראל 2015

247 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7668
בלאט: 1 2 3 4 5

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 17, 2015 4:47 pm

· #259309
מסתם פראבירט ער יעצט נקמה נעמען אין ביבי
לא יקום ולא יהיה

פישלע העררינג » דינסטאג מערץ 17, 2015 5:02 pm

· #259314
[ציטאט אראפגענומען]

ווער באקומט זיינע שטימען אויב ער ציהט נישט אהן?

ראש הישיבה » דינסטאג מערץ 17, 2015 5:11 pm

· #259318
יעדער פרטיי האט אן אפמאך מיט אן אנדערע פארטיי וואס באקומט זיין איבעריגע קולות

פארוואס? » דינסטאג מערץ 17, 2015 5:33 pm

· #259321
ראש הישיבה
יעדער פרטיי האט אן אפמאך מיט אן אנדערע פארטיי וואס באקומט זיין איבעריגע קולות

אלי ישי האט נישט געמאכט קיין הסכם עודפים, זעה דא.

פארוואס? » דינסטאג מערץ 17, 2015 5:37 pm

· #259324
אריה דרעי: אני מודה לבורא עולם, על שעשה לנו בירור, ועכשיו אנחנו יש לנו סולת נקיה.
אנחנו לא ניכנס לשום ממשלה שלא תיכנע לתנאים שלנו.

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 17, 2015 5:40 pm

· #259326
אריה דרעי: לא נכנס למשלה שלא תקבל את דרישותינו

ישראל קאפקע » דינסטאג מערץ 17, 2015 5:44 pm

· #259327
/
📎 IMG_20150317_174343.jpg

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 17, 2015 5:50 pm

· #259329
שוין זיכער אז אלי ישי מאכט דאס נישט?

פרייוויליג » דינסטאג מערץ 17, 2015 6:18 pm

· #259336
היינט איז דער גרעסטע לאזער באראק אבאמא!!!
📎 image.jpg

chusid » דינסטאג מערץ 17, 2015 7:04 pm

· #259342
א רעכטע רעגירונג וועט האבן גרויסע פראבלעמן ווייל ביבי האט צוגעזאגט אז ער וועט נישט צולאזן א פאלעסטינע שטאט און אז ער גייט בויען אין גרויסן בנינים אין די אקופירטע שטחים..... ער קען מער נישט טייטלען אז אבאס איז שולדיג.. די וועלט וועט דאס נישט טאלערירן..

ישראל קאפקע » דינסטאג מערץ 17, 2015 8:16 pm

· #259360
וואס איז זיכער איז, אז די בי.די.עס. שטיצער זענען צופרידן מיט א נתניהו זיג.
א מעסיגע קאאליציע אנגעפירט דורך די צענטריש-לינקע עבודה פארטיי וואלט אפגעקילט די באוועגונג.

גיבור » דינסטאג מערץ 17, 2015 9:53 pm

· #259387
ברעקינג: 90% געציילט, ליכוד-30 המחנה הציוני-24, אראבער-12, יש עתיד-11, כולנו-10, הבית היהודי-8, ש"ס-7, יהדות התורה-7, ישראל ביתנו-6, מרץ-5 יחד-0
אויב עס בלייבט אזוי איז ביבי נתניהו די קומענדיגע פרעמיער!

גיבור » דינסטאג מערץ 17, 2015 9:59 pm

· #259389
פאר אלע וואס פרעגן וויל איך קלאר מאכן : הסכם עודפים קען מען נאר מאכן נאך וואס מען גייט אריבער די אחוז החסימה דאס הייסט די מינימום אריינצוגיין אין כנסת אז דעמאלטס וועט מען צאמשטעלן נאך א בענקל פון די איבעריגע, אבער אויב באקומט מען ניטאמאל די מינימום וואס איז 3.25% ווערט מען אויסגעמעקט און די קולות גייט אין גארבידזש.

גיבור » דינסטאג מערץ 17, 2015 10:04 pm

· #259390
פאר אלי ישי וואס האט יעצט 114,355 קולות וואס איז כרגע 3% פעלט בערך 7000 וואוטס וואס כמעט אוממעגליך אז ער זאל דאס באקומען.

חסיד » דינסטאג מערץ 17, 2015 10:05 pm

· #259391
אפדעיט
ליכוד 31
עבודה 24
לאפיד 11
אראבער 11
כולנו 10
בנט 8
שס 8
ליבערמאן 6
אגודה 6
מרץ 5
ישי 0

אויסלייזער » דינסטאג מערץ 17, 2015 10:12 pm

· #259394
הרב נחמן קאללער איז אין די מינוטין אין טעלעפאנישע טרייסט געשפרעך מיט הרב אלי ישי.

ישמעאל הכהן » דינסטאג מערץ 17, 2015 10:18 pm

· #259398
ווי

outspoken » דינסטאג מערץ 17, 2015 10:40 pm

· #259406
חסיד
ליכוד 31
עבודה 24
לאפיד 11
אראבער 11
כולנו 10
בנט 8
שס 8
ליבערמאן 6
אגודה 6
מרץ 5
ישי 0

סאטמאר א נצחון שמייכל

שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 17, 2015 10:58 pm

· #259412
באמת דארף מען קוקן אויף די צאל שטימען וואס יהדות התורה האט באקומען היינט קאמפערד צו די נאמבער פון 2013. די צאל שטימען פון היינט (ווי ס'האלט יעצט) איז 202,705 אין פארגלייך צו 2013 ווען ס'איז געווען 195,892.

איש את רעהו » מיטוואך מערץ 18, 2015 2:48 pm

· #259583
שמעון וואלף
באמת דארף מען קוקן אויף די צאל שטימען וואס יהדות התורה האט באקומען היינט קאמפערד צו די נאמבער פון 2013. די צאל שטימען פון היינט (ווי ס'האלט יעצט) איז 202,705 אין פארגלייך צו 2013 ווען ס'איז געווען 195,892.

ממש בושות
אין די צייט וואס יעדע איינציגע שבת קומט פאר שווערע צענדליגע שלום זכר'ס און קידושים
האט מען נאר 7 טויזענט שטימעס צובאקומען?
נאכדערצו אז די חרדים זענען אריבער אזעלכע ביטערע שווערע יארן, וואס גייט דא פאר?

ישמעאל הכהן » מיטוואך מערץ 18, 2015 6:10 pm

· #259610
ס'איז א פארגעניגן צו זען ווי קאווע שטיבל ציהט צו זיך בלויז די סמייטע פון כלל ישראל, אזעלכע אידן וואס לא כרעו לבעל הציוני און ווייניג אינטערעסירט דא די וואלן אין מדנ''י, אונטער צען טויזענט צפיות אין דעם אשכול. בשעת וואס אויף די אנדערע זייט אויף היי מעלט ווערן צוגעצויגן אלע ציונים וואס קאכן אריין אינעם שמעלציגן ישראלישן טאפ. א חרפה.
ברוך וכול' שהבדילנו מן התועים

פרייוויליג » מיטוואך מערץ 18, 2015 6:17 pm

· #259613
ישמעאל הכהן
ס'איז א פארגעניגן צו זען ווי קאווע שטיבל ציהט צו זיך בלויז די סמייטע פון כלל ישראל, אזעלכע אידן וואס לא כרעו לבעל הציוני און ווייניג אינטערעסירט דא די וואלן אין מדנ''י, אונטער צען טויזענט צפיות אין דעם אשכול. בשעת וואס אויף די אנדערע זייט אויף היי מעלט ווערן צוגעצויגן אלע ציונים וואס קאכן אריין אינעם שמעלציגן ישראלישן טאפ. א חרפה.
ברוך וכול' שהבדילנו מן התועים

שוין לאנג נישט געהערט אזא גוט ווארט. די היפקאריטיע דארט איז איום ונורא!! און פאר א נויט לייגט מען צו

פרייוויליג » מיטוואך מערץ 18, 2015 6:20 pm

· #259614
בוזשי און ציפי אויפן וואסער היינט, א טאג נאך די שטורמישע וואלן.
📎 IMG_8581.JPG

פרייוויליג » מיטוואך מערץ 18, 2015 6:20 pm

· #259615
ניו יארק פאוסט.
📎 IMG_8580.JPG

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 18, 2015 9:36 pm

· #259648
רבותי איך וויל דא מגלה דעת זיין אז מען קען ציילן אויף איין האנט וויפיל מאל איך בין געווען אויף איי וועלט, איך מיין אז דא איז ב"ה פיל רייכער די תוכן און די ניקים, דא קומט דער גרויסער אבער, עס זענען דא זייער אסאך נושאים וואס ווערן דא נישט צוגערירט כמעט נאר די מינימאל ווי למשל די וואלן, איך זיך נישט צו גיין אויף אלע סייטס צו וויסן פונקטליך וואו די וואלן האלטן און איך קום דאס זוכן דא אבער איך טרעף קוים אפאר אויסגעדראשענע הערות און נישט גענוג אפדעיטעט,

סא וויל איך בעטן א הארציגע בקשה פון אונזערע טייערע חברים, ווען דו שטויסט זיך אן אין עפעס א אינטרעסאנטע נייעס לאז עס נישט במנוחה נכונה נאר נעם די פאר מינוט און טייטש דאס איבער אויף פלעין אידיש און ברענג דאס אהער, לתועלת הענין וואלט איך מציע געווען מען זאל מאכן א ספעציעלע אשכול פאר טעגליכע נייעס און יעדער זאל ברוב טובו צולייגן צום אשכול וברוב עם הדרת מלך.

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 6:00 am

· #259735
ישמעאל הכהן
ס'איז א פארגעניגן צו זען ווי קאווע שטיבל ציהט צו זיך בלויז די סמייטע פון כלל ישראל, אזעלכע אידן וואס לא כרעו לבעל הציוני און ווייניג אינטערעסירט דא די וואלן אין מדנ''י, אונטער צען טויזענט צפיות אין דעם אשכול. בשעת וואס אויף די אנדערע זייט אויף היי מעלט ווערן צוגעצויגן אלע ציונים וואס קאכן אריין אינעם שמעלציגן ישראלישן טאפ. א חרפה.
ברוך וכול' שהבדילנו מן התועים

מען האט שוין אסאך מאל געשמיעסט אז די סאטמארע זענען בעצם די גרעסטע ציונים ,ואידך זיל גמור.

chusid » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:18 pm

· #259809

גאנצל » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:27 pm

· #259815
ער טוט וואס יעדע פאליטישען טוט ער איז נאר א גרעסערע מחוצף לאכט ער אין פנים אפען

אוי וויי איך נעם מיך שוין צופיל אן פאר דעם עפרא לפימי'ניק וואס האט מחלל שם שמים געווען מסוף העולם עד סופו

אבער וואס זאל איך טון איך גלייך שטארקע לידערס

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 4:14 pm

· #259906
נישט פאני, איך האב היינט געשמועסט מיט אן איי וועלט איד, און איך פרעג איהם היתכן אז דארט איז דא הונדערטער זייטן מיט פונקטליכע דיטעילד אינפאמעישן וועגן די בחירות הטמאות מיט פונקטליך וואס יעדער פאליטישן האט געזאגט, און אין די טרפה'נע קאווע שטיבל איז דא ווייניגער פון צוואנציג זייטן דערוועגן, ענטפערט ער מיר מיט א סטרעיט פעיס נו וואס ווילסטו, קאווע שטיבל איז דאך אן אונטערגאנג און טויט... נישטא ווער עס זאל לאכן

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:05 pm

· #259970
דאכט זיך אז צומאל

לית דין בר נש » זונטאג מערץ 22, 2015 2:49 pm

· #260476
@גיבור ווי ביסטו? ווי האלט יעצט די מצב עס פארמירט זיך שוין א רעגירונג? ווער גייט יא אריין און ווער נישט ווער באקומט א שיינע פאסטן?
אונז ווארטן אויף אפדעיטס זאג דיין בעל הבית אז עס איז שוין בין הזמנים

smart » זונטאג מערץ 22, 2015 5:08 pm

· #260511
וואזוי ווערט מען די פרעזידענט אין מדינת ישראל? ווער וועלט אים אריין?

געוואלדיג » זונטאג מערץ 22, 2015 7:46 pm

· #260542
די חברי כנסת

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:45 pm

· #262035
זייטיגע שאלה: זאל מען טוישן נאמען פונעם אשכול?

גיבור » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 2:00 pm

· #262041
אלס פותח האשכול גיב איך א הסכמה און איך האלט אויך אז מען דארף עס טוישן צו "בחירות אין מדינת ישראל 2015 " .

פלעין יודיש » דינסטאג מערץ 31, 2015 3:20 pm

· #263221
120 חברי כנסת אריינגערעכנט 13 חרידישע חכי"ם האבן היינט געשוווירען "מתחייב אני" אז חוקי הכנסת והמדינה שטייט ביפאר חוקי התורה 😞 😞 😞

יואב » דינסטאג מערץ 31, 2015 3:37 pm

· #263223
פלעין יודיש
120 חברי כנסת אריינגערעכנט 13 חרידישע חכי"ם האבן היינט געשוווירען "מתחייב אני" אז חוקי הכנסת והמדינה שטייט ביפאר חוקי התורה 😞 😞 😞

שוין, ערב ראש השנה וועלן זיי מאכן התרת נדרים, וליתר עז האבן זיי שוין מיט בכיות נוראות געזאגט דעם כל נדרי פארלאפענעם יום הקדוש.

מאטי » דינסטאג מערץ 31, 2015 6:20 pm

· #263283
אזוי ווי דוד גרינפעלד וחבריו טון כסדר.

ישראל קאפקע » זונטאג אפריל 19, 2015 9:20 pm

· #267589
ביבי האט נאכאלץ נישט באוויזן צו צוזאמשטעלן א קאאליציע, און גייט בעטן א פארלענגערונג. קענען די וואס זענען באקאנט מיט די פארהאנדלונגען געבן א באריכט?

בארא פארק עסקן » זונטאג אפריל 19, 2015 11:10 pm

· #267632
אזוי גייט עס. מ׳מאכט זיכער אלע דעטאלן און דערנאך ממש פאר די לעצטע מינוט מעלדט מען די קאאליציע...!

chusid » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:06 pm

· #270750
נעכטן איז געחתמ'ט געווארען די ערשטע קאעליציע דיעל און דאס איז מיט די חרדים- יהדות התורה ( אשכנז )
📎 11208635_1066940020000834_8537485780686375471_n.png

חאצקעל שניידער » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:21 pm

· #270752
בחירות אין מדינת ישראל 2015
און וואס איז מיט די ספרדים ? זיי נישט? וואס איז געווען די הסכם?

גיבור » מאנטאג מאי 4, 2015 10:51 am

· #272318
ליבערמאן האט היינט געווארפן א באמבע מעלדנדיג אז ער וועט נישט זיין א חלק פון די קומענדיגע קאאליציע, און ער זאגט זיך יעצט אפ פון זיין שר החוץ, עס איז ערווארטעט אז ביבי וועט אויפשטעלן א זייער שמאלע קאאליציע פון 61, און נאר נאך אפאר וואכן פראבירן צו פארברייטערן די קאאליציע, אדער דורך משכנע זיין ליבערמאן אריינצוקומען אדער אפשר גאר א צווייטע וואס איז שווער יעצט צו וויסען ווער, עניוועי מיטוואך מוז ער פארשטעלן זיין נייע קאאליציע פאר'ן פרעזידענט ריבלין.

גיבור » מאנטאג מאי 4, 2015 2:46 pm

· #272412
אריה דרעי האט יעצט געחתמעט מיט ביבי אז ער גייט אריין אין די קאאליציע, אריה באקומט פאר זיך שר הכלכלה און פיתוח הנגב און נאך א שר פאר יצחק כהן, אזוי אויך האט ער אויסגעפירט און צוריק באקומען משרד הדתות נאכ'ן זיין צוויי יאר ביי הבית היהודי.

גיבור » מיטוואך מאי 6, 2015 3:37 pm

· #272949
ממש יעצט אריינגעקומען! יא עס איז דא א קאאליציע טאקע זייער שמאל דערווייל אבער פארט א קאאליציע, ביבי מיט בענעט האבן יעצט געחתמעט.
ב"ה חרדים אינעווייניג לפיד אינדערויסן!

גיבור » מיטוואך מאי 6, 2015 3:39 pm

· #272950
איך דערמאן זיך צוריק יענע טאג ווען איך האב געשריבן די ערשטע הודעה פון די אשכול, יא יש מנהיג לבירה!
גיבור
יעצט קאנפירמעד ביבי האט אפגעזאגט זיין שר האוצר יאיר לפיד און שרת המשפטים ציפי לבני.
בחירות בקרוב!
ביבי גייט רעדן 8 אזייגער א"י צייט
א אומערווארטע נצחון פאר די חרדים - די העצע פון לפיד אויף חרדים איז און פולן שוואונג פארשטייט זיך זיי זענען שילדיג אין זייער מיאוס'ן דורכפאל

גיבור » פרייטאג מאי 15, 2015 1:28 pm

· #275414
נעכטן האט מען איינגעשווירען די נייע ממשלה, צו א גוטע שטימונג האט נישט געהערשט דארטן נאך די אלע פייטס אינעווייניג אין ליכוד ווער באקומט ועלכע דשאב, גלעד ארדן איז למעשה נישט צופרידן און ער איז געבליבן אינדערויסן פון די ממשלה, אבער דאך האט ער געוואוט בעד, די ממשלה איז אריבער מיט 61 קעגן 59.
מיט א לינקע פיס אנגעהויבן בלייבט נאר צו זעהן די המשך.............
בלאט: 1 2 3 4 5