☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

139 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8512
בלאט: 1 2 3

משבק » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:29 am

· #261141
איך וועל נישט זיין שאקירט צו הערן אז דאס האט גנדי אליין אונטערגעשטעלט מיטן דירעקטן ציל צו ציען מער אויפמערקזאמקייט צו די נושא #טיפיקעל

מאטי » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:39 am

· #261154
איך וויל גראטולירן @איך אויך פארן זיך האלטן צום פראטאקאל פין דעם שפיל ביז צום לעצטן מינוט.

איך אויך » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:43 am

· #261159
העי די לעצטע מינוט איז נאך ווייט אוועק.

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:07 am

· #261174
איך אויך
העי די לעצטע מינוט איז נאך ווייט אוועק.


איך האף עכט אז נישט נאר מען וועט שנעל עכט קלארשטעלן וואס דא גייט פאר

איך אויך » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:14 am

· #261178
מיינסט טאקע אז ביי נאו ווייסט נאך איינער וואט די העל איז גאוינג אן? זעהסט נישט ווי אלע גארדס זענען אנטלאפן פונעם וואכטורעם? עולם זייטס אייך מחזק די בריטישע קומען שוין אט אן.

petergrifin » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:16 am

· #261179
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
The Wall Street Journal reports there are talks of a merger between Ivelt.com and Kaveshtiebel.com.
חחח איך נעם מיר א גרינע

יואליש » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:33 am

· #261185
זייער גיט האט דער מזכיר געטוהן, ווי דער ייטב פנים טייטשט הוא אשר דיבר, דער קען זיין א מנהיג, שמר לקדשו מבואו ועד צאתו אז מ'מאכט וויצן צו פירן דעם עולם קטן'ען. שרייבט ער אויף א פלאץ היום יצאתי והיום באתי, אז א מנהיג איז דער וואס איז מכניס ואינו מוציא, תנא הוצאה נמי הכנסה קרי ליה, און ווי ס'שטייט קלאר אין רב טוב אילו הוציאנו און אילו הכניסנו, מ'דארף וויסן ווען צו מאכן א וויץ און ווען צו אפשטעלן.

פלאוויוס » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:36 am

· #261186
איך בין מסכים מיט יאיר. ס'שמעקט פון א ליצנות-געשעפט.

שלמה המלך » דינסטאג מערץ 24, 2015 3:09 am

· #261188
פלאוויוס האט געשריבן:
איך בין מסכים מיט יאיר. ס'שמעקט פון א ליצנות-געשעפט.


דער גבאי זאגט נישט עס שמעקט! דאס איז פאר די עמך אידען, די גבאי זאל זאגען קראנט וואס דאס גייט פאר דא אזאנס!

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:40 am

· #261190
ווער רעדט פון שמעק דא. כ'קעניש שלאפן.

פלעין יודיש » דינסטאג מערץ 24, 2015 8:11 am

· #261198
איינער איז הינגעריג?

פלעין יודיש » דינסטאג מערץ 24, 2015 9:35 am

· #261221
wow קאווע שטיבעל ימח שמו. א מין אויסדריק
📎 Capture.PNG

פלאוויוס » דינסטאג מערץ 24, 2015 9:46 am

· #261228
@שלמה המלך, די מנהלים שמועסן נישט דורך זייערע פונקציעס מיט די גבאים. אויסער דער מעגליכקייט פון רעדאגירן האב איך גארנישט... (כ'רעד מיך חלילה נישט אפ. רעדאגירן איז גאנץ א שיינער כיבוד, אבער ווייסט דאך, ווען איך קען אליין פארשליסן אשכולות אז ס'זאל דונערן וואלט זיכער געווען מער קנאק.)

ביבער » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:19 am

· #261254
יאיר
.און דא קומען מיר צוריק צו די ווייען פון ווירטואלע רעאליטעט, וואו יעדער קען פירן יעדן ביי די נאז.

פון די אנדערע זייט האב איך געטראכט אזוי: דא האמיר געהאט ווי די הנהלה האט אוועקגענומען בלויז איין ליצנות אשכול און קוק וואס ס'איז געשעהן, א האלבער עולם האט נישט געגלייבט און די אנדערע האלב האבן פראטעסטירט און רעוואלטירט, פון קיינעם האט מען נישט געהערט קיין נעשה ונשמע'ס. יעצט שטעל דיר פאר וואס איז געווען ביים מעמד הר סיני ווען משה האט אונז אנגעזאלצן מיט א תרי"ג מצוות.. , האמיר דא יסודות אין אמונה 3: גנדי

יואב » דינסטאג מערץ 24, 2015 11:22 am

· #261278
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
פלאוויוס
איך בין מסכים מיט יאיר. ס'שמעקט פון א ליצנות-געשעפט.

שמעקן שמעקט דאס טאקע אזוי. מיר, די פשוטי עם, מוזן אבער אויסדרוקן פראטעסט אפגעזען די ריכטיגע מאטיוון. שטעלט ענק פאר די רעגירונג שטעלט איין אפערהייד – פאר א וויץ, פאר עטליכע שעה/טעג. מ'מוז תמיד זיין אויף דעם אלערט צו קעמפן פאר פולשטענדיגער דעמאקראטיע, סאציאלער גלייכהייט און יוסטיץ. אויב זאל מען שווייגן וועט מען זאגן מדשתקו רבנן, און קומענדיג מאל אויב ס'וועט זיך מאכן א שטיקל שאלה צווישן דער הנהלה איבער א געוויסער טעמע איז מסתבר צו זאגן אז ס'וועט אנקומען פיל גרינגער פאר זיי נוטה צו זיין לחומרא מיט דעם חשבון אז דער עולם איז סיי ווי באקוועם מיט סיי וועלכן באשלוס ס'ווערט געפאסט דורך דער הנהלה. אין יעדן פאל טארן מיר נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט ווען א בא'חנ'ט אשכול'ע שלא טעם טעם חטא ווערט אזוי טראגיש פארשניטן אין א יונג עלטער, און מצד דער הנהלה קומט אן אנטווארט אז דאס איז א בייזוויליגע טעראר אטאקע, און אז די אכשר-דרא טעראר גרופע נעמט פאראנטווארטליכקייט. די וועלט מוז וויסן אז יא, ס'איז נאך פארבליבן א קליין הייפעלע מיט אידן אשר לא כרעו לבעל, אידן וועלכע דערשרעקן זיך נישט פון די אלע הסתרות שבתוך הסתרות. מיר וועלן קעמפן פאר א ספק קבר ספק איד; ספק צענזור ספק ערענסט. מיר ווייסן טאקע נישט די חשבונות פון אויבן, באריסטא ומשרתיו ויוצר משרתיו, און ווער ווייסט גאר צי דער שר "אסף" איז נישט באשאפן געווארן פון אונזערע עבירות ר"ל. תשובה טאן ברויך מען זיכער.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 11:32 am

· #261280
יואב דיין פעדער איז בריליאנט!!!
א מין שפראך דאס.

גאנצל » דינסטאג מערץ 24, 2015 12:08 pm

· #261295
בקיצור יעדער איז מסכים אז אייוועלט עליך

@המלובה יו גאט איט 👍 👍

צדיק נסתר » דינסטאג מערץ 24, 2015 12:41 pm

· #261304
איך האב הנאה צו זעהן אז די הנהלה האט ענדליך איינגעזען אז מען איז געגאנגען אין די ראנג ליניע ביז היצטערט, אבער די דעמידש איז דאן, קאווע שטיבל איז שוין סיי ווי אפגעסטעמפלט אלס א .................. סייט, סא איך זע נישט וויאזוי ארויפברענגען אויף א העכערע ניווא וועט דא אסאך העלפן.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 12:44 pm

· #261307
מען וועט פארשפרייטן אז דא דרייעט זיך א צדיק נסתר, אזוי וועט דער סטעמפל זיך אוועקגליטשן.

סאו וואט » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:24 pm

· #261464
לכאורה האט דו הנהלה געזעהן ווי דו היימישע מידיע האט מורא געהאט צו געבן קרעדיט פאר קאווע שטיבעל ווען דו ווידיאו פונעם חפץ חיים איז ארויסגעקומען, און יעדער האט פרובירט עס אויס צו קראסען, און געגעבן שכויח'ס נאר פאר א ניק ונבנתה. האט דו הנהלה געזעהן העי, דער עולם קויפט נישט אפ קאווע שטיבל? האט מען דערפאר געהייערט אסף.

איך קלער נאר אזוי צו מיך הויך?

מנחם » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:45 pm

· #261475
סאו וואט?

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:54 pm

· #261479
לאז, ער האלט נאך אינמיטן טראכטן הויך.

פלאוויוס » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:56 pm

· #261480
@יואב, נאר פאר דיין זאפטיגע רעאקציע אינעם לעצטן בלעטל האט זיך געלוינט די גאנצע איבערקערעניש. יעדעס ווארט וואס דו שרייבסט איז מלא חן!

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 7:57 pm

· #261494
העי מעגסט נאר שרייבן אראביש

פרייוויליג » דינסטאג מערץ 24, 2015 8:29 pm

· #261507
דער אשכול ברענגט מיך צוריק צו די שטורעמישע מאמענטען איבער די אויפשטאנד אין די ווארשעווער געטא!!!

יואב » דינסטאג מערץ 24, 2015 8:34 pm

· #261510
פרייוויליג
דער אשכול ברענגט מיך צוריק צו די שטורעמישע מאמענטען איבער די אויפשטאנד אין די ווארשעווער געטא!!!

יא יא. כ'האב געמיינט אז איך בין דער איינציגסטער דא אין שטיבל וואס האט דאס איבערגעלעבט. יעצט מיין איך אז איך ווייס שוין אפילו ווער דו ביזט.

ביבער » דינסטאג מערץ 24, 2015 9:13 pm

· #261526
קוקט נישט אויס מ'פלאנט צו ענדיגן די דזשאוק פאר אפריל 1, ס'ווערט נאר מער געריבן ווי א מינוט, שוין וואס פארשטיי מיר אונז.

איש את רעהו » מיטוואך מערץ 25, 2015 11:37 am

· #261644
ברעיקינג !!

עס ווערט באריכטעט אז צוויי פון די וואס זענען אינוואלווד אין די סומאטוכע זענען מיט אייניגע מינוטן צוריק דערשאסן געווארן דורך א אומבאקאנטער פארשוין, עני אפדעיט''ס ? ?

איש את רעהו » מיטוואך מערץ 25, 2015 11:40 am

· #261646
די עף.בי.איי. אין די ערשטע באריכטן דייטן אן אז דער באריסטא/געלעגער אחראי שטייט אינטער די שוידערליכע אטאקע

zurich » מיטוואך מערץ 25, 2015 11:50 am

· #261651
איש את רעהו
ברעיקינג !!

עס ווערט באריכטעט אז צוויי פון די וואס זענען אינוואלווד אין די סומאטוכע זענען מיט אייניגע מינוטן צוריק דערשאסן געווארן דורך א אומבאקאנטער פארשוין, עני אפדעיט''ס ? ?

קול מבשר זאגט יעצט אז די נייעס איז אינטער אויספארשונג

פרייוויליג » מיטוואך מערץ 25, 2015 1:57 pm

· #261690
חברה!! איך גיי מיך גיין פאראכענען א לילקע:



ביטע מיך מעלדן ווען די אפגעריסענע סומאטאכע איז פארביי, דאן וועל איך צוריקקומען אויפן ריאיאן.

להתראות.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 25, 2015 2:00 pm

· #261691
אדרבה, ממך ילמדו.
כ'ביניש מקנא די ביזי חברה, ווי פישעלע הערינג מיט איחוד פעלד און נאך אנדערע ניקס וועלכע וועלן אנקומען נאכן סומאטוכע 2.0 ווי א שירעם נאכן רעגן

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:18 am

· #270479
און אונז האבען בתמימות געגלייבט אז דאס איז א וויץ. ווייזט אויס די צעקות פון המלוכה וחבריו דאס איז גאר געווען דער וויץ, דאס אז עפעס מנהלים האבען מחליט געווען איינפירען אן אייוועלט סטייל ווערטשאפט אין קאווע שטיבל איז גארנישט קיין וויץ.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:23 am

· #270485
סדרן אין אישי
טעמע: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

לעיקוואד
און אונז האבען בתמימות געגלייבט אז דאס איז א וויץ. ווייזט אויס די צעקות פון המלוכה וחבריו דאס איז גאר געווען דער וויץ, דאס אז עפעס מנהלים האבען מחליט געווען איינפירען אן אייוועלט סטייל ווערטשאפט אין קאווע שטיבל איז גארנישט קיין וויץ.

קריטיק קעגן דער הנהלה געהערט אין אישי.

זאגטס נאר איר זענט ערנסט?

הוגה » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:25 am

· #270486
איך האלט אז מ'דארף אויסשפארן לעיקוואד לכה"פ פאר איין וואך!

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:08 pm

· #270507
לעיקוואוד זיי אונז מגלה וואס האט דיר געמאכט שרייבן די הודעה וואס לכבוד דעם האסטו באקומען די אישי, א דאנק.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:10 pm

· #270508
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
ס'האט נישט גענומען קיין פינעף מינוט און מ'האט שוין אנגעיאגט צו ווארענען לעיקוואוד און ער האט עס געקענט ארויפלייגען. וואו.
לגבי דער עצם מעשה, דער אריגינעלעם מאמר פון גנדי איז געווען גאנץ פיין, אבער נישט אזוי פיל אראפגעריסען די מוסדות ווי מ'וואלט געמיינט. א קליינעם ציפ געטוהן סך הכל. די מנהלים פון מוסדות דארפען זיך לאזען וואקסען נאך א הויט.

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:14 pm

· #270511
ח) קריטיק – אויב איינער האט א פראבלעם מיט א הודעה, איז נישט ערלויבט צו שרייבן פרישע הודעות מיט מחאות אויף דעם אינהאלט. עס איז דא פאר דעם א ספעציעלן קנעפל ("!"), וואס נאכ'ן דרוקן קען מען אריינשרייבן דעם פראבלעם. די מנהלים זעען דאס, און וועלן דאס באטראכטן די שנעלסטע וואס מעגליך. מען קען אויך איבער סיי-וועלכן פראבלעם שיקן א הודעה אישית פאר איינער פון די מנהלים.

ט) קריטיק אויף דער הנהלה איז ערלויבט בלויז דורך ניקים ותיקים. א נייער ניק קען נאר קריטיקירן אין אישית צו די מנהלים. א שרייבער וועלכער האט שוין ביישטייערט כאטש 150 זאכליכע הודעות קען זיך ערלויבן צו קריטיקירן ברבים, אבער אויך, זעלבסטפארשטענליך, מיט כבוד האדם. די סיבה איז וויבאלד מיר קענען זיך נישט ערלויבן אז שרייבער וועלכע זענען דא בלויז אויף סאבאטאזש זאלן שטערן אנדערע שרייבער און לייענער. אז א נייער ניק וועט זיך אפגעבן בלויז מיט מחאות און קריטיק וועלן מיר זיין געצווינגען אים אויסצושפארן.


פון די תקנות הפארום

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:17 pm

· #270518
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
אז לעיקוואוד איז נישט אין דער גדר, ווער יא? אם בארזים נפלה שלהבת, מה יענו אזובי קיר?
בלאט: 1 2 3