☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » ראמאנטישע פילמען

ראמאנטישע פילמען

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8696

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 21, 2015 12:23 pm

· #268159
ראמאנטישע פילמען
שוין פארהאן א שיינע פאר אשכולות אין ק"ש וועגן פילמס און מאוויס. @יאיר'ס אשכול "ביאגראפישע פילמען" איז א הערליכער און אינהאלטסרייכער אשכול און כ'האב אסאך נהנה געווען דערפון, אזוי אויך דער אשכול וועגן פילמען מיט אידישע געשיכטעס פון @מאראנצןזאפט.
דאכצעך, אבער, אז ס'איז נאכנישט דא קיין געהעריגער אשכול, מלפנים, וועגן פילמס איבער ראמאנס און ליבע וואס מ'קען קוקן מיט די ווייב. כ'האב כסדר דעם פראבלעם, מיין ווייב אינטערעסירט נישט קיין ביאגראפישע און אידישליכע פילמס, נישט קיין דאקיומענטריס און זי פארשטייט נישט קיין העברעאיש אז כ'זאל קענען זען מיט איר אזא סארט סעריע ווי "שטיסל". מוצאי שבתים אדער אנדערע לאנגווייליגע נעכט ווען זי וויל עפעס קוקן צוזאמען האב איך אייביג די זעלבע פראבלעם, וואס קען מען קוקן צוזאמען?

"טיטאניק", די וועלט בארימטע פילם, איז מיין ווייב'ס בעסטע מאווי, און אויך איך האלט דערפון שטארק. ס'איז בעיסד אן ע טרו סטארי, הערליכע סצענעס, א גאר-ווארעמע ליבע-געשיכטע וואס ברענגט ארויס און שפילט אפ דעם "מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה" אין פולן זין פון ווארט, און צו דעם אלעם איז עס ריין אן קיין שמוץ.



אפילו די אלטע קינדערישע ראמאנס מאווי My girl איז געווען זיס און אינטערעסאנט צו זען צוזאמען.



@פידלער, האט מיר דעם מוצש"ק רעקאמענדירט Notting hill, און You've got mail, וואס כ'האב אדערווייל נאכנישט געזען.

דער עולם ווערט געבעטן צו רעקאמענדירן מאן-און-ווייב פילמען, געאייגענט פאר חסיד'ישע פארפעלקער, כי עת לאהוב ועת לחבוק הגיע. ביטע, אויב מעגליך, שרייבן אביסעלע וועגן דעם פילם און איר תוכן.

יואב » דינסטאג אפריל 21, 2015 12:37 pm

· #268163
שכח אפטע, איך ווארט שוין לאנג אויף אזא אשכול.

לול פאר דער מים-רבים ליניע.

שמערל » דינסטאג אפריל 21, 2015 12:48 pm

· #268166

לית דין בר נש » דינסטאג אפריל 21, 2015 12:51 pm

· #268167
לכבוד די חודש גבאי
אפטעמיסט
אבער, אז ס'איז נאכנישט דא קיין געהעריגער אשכול, מלפנים, וועגן פילמס איבער ראמאנס און ליבע וואס מ'קען קוקן מיט די ווייב..

כוכב » דינסטאג אפריל 21, 2015 12:58 pm

· #268169
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/The_Notebook_%282004_film%29">http://en.wikipedia.org/wiki/The_Notebo ... 04_film%29</a>

קאווע קריטיק » דינסטאג אפריל 21, 2015 1:59 pm

· #268182
ס'איז בעיסד אן ע טרו סטארי

באזירט אויף היסטארישע פאקטן אבער נישט אויף א ווירקליכער געשיכטע.

נאך א ראמאנטישע פילם פון דער זעלבער אקטעריסקע פון נאטטינג היל
פרעטי וואמען

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 21, 2015 2:04 pm

· #268184
א דאנק, @קאווע קריטיק.

קענסט ביטע עלעברירן איבער די פילם, און אויך, איז דא ענליכע פילמס צו טיטאניק?

קאווע קריטיק » דינסטאג אפריל 21, 2015 2:34 pm

· #268196
טיטאניק האט יא איין שמוציגע סצענע, די מאלן סצענע.
פרעטי וואמען איז א פיקציע איבער א מאן וואס פארליבט זיך אין א פראסטיטוט, קלאסיש געשפילט דורך דער מייסטערין זשוליע ראבערטס. דער מאן כאראקטער איז, דאכט מיר, געשפילט דורך ריטשארד גור.
אן ענליכע פילם צו טיטאניק איז לכאורה פערל הארבער, ענליך דערמיט אז ס'איז אויך א ראמאנטישער פילם באזירט אויף א באקאנט היסטארישן עפיזאד.
די נאוט בוק איז א פאפולערע ראמאנטישער פילם, מיט א רירנדע ענדע. דער פילם האט מיר געפאנגען ס'הארץ און פארשפרעכט אייך צו געבן א פארגעניגן.

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 21, 2015 2:44 pm

· #268198
א ריזן דאנק.

קאווע קריטיק » דינסטאג אפריל 21, 2015 3:03 pm

· #268204
ווי קען מען רעדן פון ראמאנטישע פילמס און נישט צוצייכענען פארעסט גאמפ?!
<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/Forrest_Gump">http://en.m.wikipedia.org/wiki/Forrest_Gump</a>

דאס איז א פילם וואס מ'דארף זען.

קאווע קריטיק » דינסטאג אפריל 21, 2015 3:18 pm

· #268209
אז מרעדט שוין פון פארעסט גאמפ געשפילט דורך טאם הענקס איז כדאי צו צוצייכענען נאך א ראמאנטישער פילם פון זעלבן אקטיאר, די טערמינאל

<a class="postlink" href="http://m.imdb.com/title/tt0362227/">http://m.imdb.com/title/tt0362227/</a>

א צוקער זיסע פילם איבער א מענטש וואס האט געוואוינט אין א טערמינאל פאר יארן. לייכט באזירט אויף א ווירקליכע געשיכטע וואס איז אמאל געווען געדעקט אין דער שטערן...

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 21, 2015 3:39 pm

· #268214
אנטשולדיגט פארן זיין אן אויבער-חכם, אבער די אלע אויבנדערמאנטע זענען שוין דערמאנט געווארן און אפילו אויסגעשמועסט געווארן אין שטיבל.

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 21, 2015 3:46 pm

· #268220
נו, כל הלומד ואינו חוזר כזרוע ואינו קוצר

הוגה » דינסטאג אפריל 21, 2015 3:59 pm

· #268236
פארעסט גאמפ און טערמינאל האבן גארנישט מיט רומנטיקה, זיי זענען פון די דראמא זשאנרע.

קינד_אן_קייט » דינסטאג אפריל 21, 2015 4:52 pm

· #268260
הוגה
פארעסט גאמפ און טערמינאל האבן גארנישט מיט רומנטיקה, זיי זענען פון די דראמא זשאנרע.

ריכטיג, און טערמינאל איז קומדיה נישט אזוי ווייט דראמא.

ביידע זענען געלונגענע פילמ׳ס, שטארק רעקאמאנדירט.

קאווע קריטיק » מיטוואך אפריל 22, 2015 6:34 am

· #268460
הוגה
פארעסט גאמפ און טערמינאל האבן גארנישט מיט רומנטיקה, זיי זענען פון די דראמא זשאנרע.

פון וויקי:
Forrest Gump is a 1994 American epic romantic-comedy-drama film
The Terminal is a 2004 American romantic comedy film directed by Steven Spielberg

ישראל קאפקע » מיטוואך אפריל 22, 2015 7:46 am

· #268465
Edge of madness.
2002.
ענני מיט איר ברוטאלן מאן און זיין ברודער ציען זיך ארויס צו די פראנטיר, וואו זיי בויען א האומסטעד אין די וועסט אין די 1850גער.

<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Edge_of_Madness">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Edge_of_Madness</a>

שצם_חנכל » זונטאג אפריל 26, 2015 9:01 pm

· #269865
איצט מסיים געווען טיטאניק צום ערשטען מאל, וואו זאל איך vent׳ן?

???IS THERE ANYONE ALIVE OUT THERE??? CAN ANYONE HEAR ME
?Jack! There is a ship, Jack, there is a ship, jack? Jack?

.and now I don't even have a picture of him... He exists only in my memory...

מ׳סארי פארן דרייען די אשכול, איך ברויך פשוט בלאזן ערגעץ, שוין לאנג נישט אזוי געוויינט!!

אפטעמיסט » זונטאג אפריל 26, 2015 9:29 pm

· #269874
איך האב נעכטן געזען מיט די רעביצין די Notebook און גאר גאר שטארק הנאה געהאט. ס'איז שטארק ענליך צו Titanic מיט' דעם אז ס'שפילט אפ דעם אמאל; א געשיכטע פון א רייכע מיידל וואס פארליבט זיך אין אן ארעמער בחור, און זי איז נישט מסכים צו הייראטן דעם רייכן בחור טראץ די לחץ פון די עלטערן. די ארגענעלקייט פון נח (Ryan Gosling) איז א מייסטערווערק.

א דאנק @כוכב

הוגה » זונטאג אפריל 26, 2015 10:50 pm

· #269896
P. S. I love you איז געוואלדיג!

פידלער » זונטאג אפריל 26, 2015 11:04 pm

· #269900
אן עלטערע ראמאנטישע פילם וואס איז געבליבן א קלאסיק (און גענוג זויבער/כשר צו זען מיט די ווייב) איז Sleepless in Seattle.