מזל טוב! 6000 לייקס!!
29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7520
מזל טוב! 6000 לייקס!!
עס האט זיך אנגעהויבן מיט
א דאנק פאר 1,000 לייקס, כל אחת כדאי לעצמו.
מיט די צייט איז עס געוואקסן
צו 2,000 לייקס, בשעת די הארץ וואקסט פון פרייד און נחת פון די שיינע ארטיקלען און לאצעס,
ווי אויף הייוון איז עס גאנץ שנעל
געשטיגן צו 3,000 לשמחת לב הקוראים, וועלכע האבן אים הערצליך געווינטשן צו גיין מעלה מעלה,
אז מען לעבט דערלעבט מען, זאגט די וועלט, און שנעלער ווי א פייל-פון-בויגן (אקעי, כמעט) האבן מיר זיך געטראפן ביים הערצליך
באגריסן די 4,000 לייקס.
נו, כל שבנו ובן בנו וכו' שוב אינו פוסק וכו', פון דא און ווייטער איז עס שוין געפארן כמעט ווי אויטאמאטיש, און עס האט
אפגעקלינגען די בשורה פון 5,000 לייקס.
און אצינד, וועט מען אויסרופן דעם חתן אליינס זאל קומען זיך אויפשטעלן אויפן בימת הכבוד, און אפנעמען זיין 'פלעג' וואס איז איינגעפרעמט אין א הערליכן פרעים, כי לו נאה כי לו יאה, ידידינו הנכבד החשוב המתוק מדבש, וואס מיר אלע זענען כסדר נהנה מאוצרו הבלום פון זיינע מבהיל'דיגע ידיעות מפי ספרים וסופרים
כמר קאווע טרינקער שליט"א
לרגל די ששת אלפים 6,000 לייקס וואס ער האט שוין ערהאלטן
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו!!
וברכתינו צרופה, כשם שנכנס לששת אלפים כן יכנס לשמונה ולתשעה ולעשרים אלפים בקרוב ממש וכו'.
די שאלה איז נאר וויפיל פון די לייקס האבן זיך אים באמת געקומען זייענדיג אז ער איז, ווי זיינע אוועטארס געבן אן, א פארשוין פון די אנדערע גענדער און סאיז נאטירליך אז דער עולם צייגט ארויס אהבה.
וואו קען מען דאס איינטוישען פאר קעש?
שמעקעדיג, ייש"כ פאר דיין ווארימע חו"נ.
וואס הייסט? עני טשעק קעשינג, ווילאנג די לאסט איבער א נומבער...
איימיצער וויל מאכן א שיינע פאעזיע פאר געפילטע פיש לכבוד זיין באקומען 6,000 לייקס? איך בין פשוט אויסגעלאפן פון ווערטער.
ביי שלש סעודות
געפילטע איז עס
ביים וואכנאכט פריש
א סלייס געפילטע פיש
ביי די יאר צייט פון רבין
געפילטע געבן
געפילטע כהאב ליב זייער
געפילטע מיט א מייער
געפילטע העל איך נעמען
געפילטע מיט סעלמאן
געפילטע ווי לאוו יו
געפילטע מיט קאטשעניו
געפילטע געבליבן א סלייס
פאר מלוה מלכה, נייס
געפילטע פיש
שטים ווי א פיש
פון שטיבל אנטלאפן
א בראך באטראפן
עפנט זעלטן אן אשכולות
דגים מחרוזות
סאמטינג פישי
שיק מיר אן אישי
זיי נישט קיין בי'טש
כאפ א היטש
אין שטיבל א גליטש
ארויס כאב עס
גענוג מיט די באמעס
ווי וואנט געפילטע אויף שאבעס
מזל טוב
@קאווע טרינקער! און מזל טוב
@געפילטע פיש! פון ביידע האב איך שוין גאר אסאך הנאה געהאט, כה יתן ה' וכה יוסיף.
קאווע טרינקערוואו קען מען דאס איינטוישען פאר קעש?
ווער עס האט באמערקט, קלעטערט קאווע טרינקער ארום די לעצטע שטיק צייט פון איין טשעק קעשינג צו די אנדערע צו זעהן ווער עס קען אים איינטוישן די לייקס פאר קעש, ער האט נאכנישט געטראפן, אבער דערווייל האט ער נישט געהאט קיין צייט צו אפשטאטן א באזוך אין שטיבל.
#מיר בענקן זיך
כוכב פאעזירט מיט דא אויס און קיינער איז מיר נישט מודיע? צען טעג? קיינער? קיינער! נישט קיין גוט מארגן, נישט קיין גוט יאר, ניטאמאל קיין גוטע מועד!
א גרויסע שקויעך פאר אלע וואונטשערס, אי"ה ביי אייך אויף בעסערע שמחות, ממשותדיגע שמחות.
לגבי מיין אפוועזענדהייט בין איך זייער ביזי לעצטענס מיט מיין נייע ניק זיך צו טענה'ן מיט די פיקחים דארוויניסטן דא, די קלאמפישע מאנקי אייניקלעך, וועט איר מיר מוזן מוחל זיין, מיין גאנצע קאפ, מח, און צייט אינוועסטיר איך דורכצולערנען און גוגל'ן ענסערינג דזשעניסיס וועבזייטל, שטייט דאך דע מה שתשיב, ניין?
יישר כח. דאס איז א שטיקל צייכן אויף וויפיל צייט איך פארשווענד דא.
יאיריישר כח. דאס איז א שטיקל צייכן אויף וויפיל צייט איך פארשווענד דא.
אויב וועסטו זיין דא ווייניגער, ביסטו דאך סתם א
כובש נבואתו ח"ו.
Wow! נישט אזוי לאנג צוריק
דאpetergrifinרויטע וואנצעסזיי זענען מתנגדים פונעם מילקשעיקער, צוליב וואס ער האט אמאל געזאגט ביי שלש סעודות, אז אז אין מילקשעיק עסט מען נישט קיין צימעס, ווייל "צימעס" איז בגמטריא "רע".
טאקע א גוט װארט אבער בעיקר האב איך דיך געװאלט געבן דײן # 1100 לײק. מזל טוב
@אנאנים wow, א גרויסן יישר כח פאר די טאלאנטפולע נשמה ווארימע רייד און קאמפלימענטן. ס'מיינט אסאך ספעציעל קומענדיג פון דיר.
@אנאנים, תיתי לי אז איך האב זוכה געווען דיר צו געבן דיין 6000 לייק.
מז"ט, באזונגען וועלן דיר אנדערע, ווער ווייסט אפשר לכבוד דעם, וועט אויפשטיין אונזער
@נופת צופים פון זיין זומער שלאף?
אנטשולדיגט, אבער געוואגטער איז נישט מיין צווייטע ניק.
און שש כ׳האב דיר געגעבן דער לײק #6001 בחינת װי דער רבי אין חדר פלעגט זאגן, מען דארף חזר׳ן הונדרעט און אײן מאל..
Re: מזל טוב! 6000 לייקס!!
שש דו האסט געווינען דעם פארמעסט פון די שנעלסטע שטייגענדע ניק, איך מיז זאגן אז פיל מאל איז פארהאן אזא קנאה סופרים, ווען דו גיבסט אזא זאג עפעס א תגובה, סיי וואס עס זאל נאר זיין, ווערט עס ווי א מאגאנאט צי לייקס, אפילו ווען דו ציטיילסט יעדע פאראגראף אויף באזינדערע תגובות, דאך לייקט דער עולם מיט אימפעט יעדעס ווארט, יעדע פאראגראף, און מיט יעדע ניק, איך קען דרשנען איך באקים עס ציריק פון צעין אנדערע מקורות, אבער סך הכל איין לייק.
באט דו דיזערווסט עס ערליך.
@פליקער, ווייסט דאך ישראל נתבעים ונותנים, אז מען איז תובע בפה איז אלעס אנדערש, פראביר נאר.
לאמיר טרייען צו מאכן גראמען פאר שש
אנאנים מיינט מען דאך זעקס
אזויפיל טויזענט לייקס פלאס טעקס
אנגעקומען אומנאטורליך אזוי שנעל אזוי ווייט
גאנצע זעקס טויזענט אין אזא קורצע צייט
איך ציטער טיף אין הארץ, אוי מיי גאש
נאך אביסל פאקט ער מיר איין אין זיין לינקע טאש
אבער אז עס קומט אים, זענען מיר מקיים "ויתן לך"
ויתן ויחזור ויתן, וועיר קרעדיט איז דאא
מיר ווינטשן אים כפל כפליים
שרייטס אלע לחיים לחיים
(איך האב נאך א טשאנס צו ווערן אמאל א בדחן?)
אויך האסטו דוכצעך געווינען די פארמעסט פון לייקס פער תגובה, שלכל תגובה ותגובה יותר משלושה לייקים וזה חידוש גדול בעלמא דקאווע.
שש, האט געוואונען דעם פארמעסט
שמעקעדיג דעריבער פעין אין טשעסט
מען איז נאך דן וויאזוי דאס מען עסט,
שנעל געפעסט די טעסט
זאגט געוואגטער יו אר דע בעסט
ריכטיגער מאדעל פאר די רעסט.
שש איז דער בעסט
אין שטיבל אריינגעברענגט נאך פיינע געסט
אלע זיינע אשכולות, באמבעדיג און פעסט
ממש כ'באקים שיעור נישט די וסת
פאר א טובה וועט ער אייביג זאגן יא איך הער
וואס איז דיין בקשה, וואס איז דיין באגער
אבער קיין נשיאות פנים פאר די ראסיסטן האט ער
נאר זיי אנצושמירען מיט פינאט באטער
אן אמשינובער אשכול שיין ביז גאר
אין א"י געהאט אזא גוד טיים מיט זיין פאר
די תורה'דיגע אשכולות אזוי קליפ און קלאר
וואס דארף מען מער, דאך געווען די ניק פון יאר
Re: מזל טוב! 6000 לייקס!!
[ציטאט אראפגענומען]
ניוואדע יעדער 30 טאג נאך 1000 לייקס.
קיפ אפ שש
[ציטאט אראפגענומען]
And counting
כ'האב לעצטנס (אפשר נישט לעצטנס, נאר היינט פערצופאל באמערקט) איבערגעשפרייזט דעם 6000 טויזנט ציפער, דער אמת איז אז איך בין אן אלטטיימער דא און איך געדענק נאך ווען לייקס איז געווען א מיאוסע ווארט, אבער היות דער מנהג המקום איז געווארן צו ליארמען, פארפירן, בונטעווען און שפרינגען איבער לייקס, וואונטש איך מיר א הארציגן מזל טוב, עוד ינוב בשיבה ולייקי יליצו בעדינו חיות אש אם ללייקים הוא יליק ולפתח חטאת רובץ.
פעטער כוכב, מאזעל טאב.
די זיסע דזשוס פון דיין פעדער האט נישט פארטריקענט, אבער אלט איז עס יא געווארן, שרייבט שוין זייער שווער.
כוכב עוד ינוב בשיבה ולייקי יליצו בעדינו חיות אש אם ללייקים הוא יליק ולפתח חטאת רובץ.
מזל טוב מזל טוב אסאך נחת, ביי די אשכול און ביי די אשכול לייקס, אגב איך האב מורא אז ביי די קומענדיג פרייטאג צונאכטס וועל איך זאגען דאס בטועת אנשטאטס די וועלטס נוסח..
Wow שש׳ס לייקס האבן שוין טויזנט מאל בר מצוה געהאט!!
Re: מזל טוב! 6000 לייקס!!
דעס גייט צוזאמען מיט די סאטמארער הקפה ניגון?
Sent from my C6743 using Tapatalk
אין די מעמד וויל איך וואונטשן א הארציגן מזל טוב צו מיין
6,000 לייקס
וואס איך האב שוין געגעבן פאר אנדערע.