☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ניק פונעם יאר

ניק פונעם יאר

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9567

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 2:20 pm

· #300070
ניק פונעם יאר
אין א אויסערארדענטליכע שריט גייט דער שטילער גאנצל זיך אליין קרוינען צו נעמען דאס ווארט און אפגעבן די טיטל מאן פונעם יאר ביי אונז אין שטיבל

און איך מיין אז כולם פה אחד וועלן מודה זיין אז די ניק פונעם יאר תשע"ה קומט זיך פאר אונזער הויכגעשעצטער געטרייער ניק וואס האט הויך געברענגט אונזער שטיבל עכ"פ געהיטן אז ס'זאל נישט קליין (מל' קטני הדעת) ווערן.........


הרב @אנאנים מעיר אמשינובאתא

שיינע שרייבונגען מיט שיינע זמירות ריכטיגעשכלמאן (שכל הישר)

שש לאז מיר דיך עפעס זאגן אין אוער שטילערההיט קיינער זאל נישט הערן מיר האבן געפילט צווישן דיינע שורות אז ס'האט זיך אמאל אמאל אריינגעכאפט א מחשבה אויפצוגעבן דיין שווערע ארבעט(מיר האבן געפילט ווי דו פלאצט אמאל איך מיין נישט דו איך מיין דיין געדולד) אבער האסטוך געשטארקט מיר שעצן דאס

ראוונע » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 2:29 pm

· #300074
רב שש איז אויסדריקליך ווערט דעם טיטל ניק פונעם יאר
מיר באלעקן זיך מיט זיינע באשרייבונגען

ציבעלע-קיגל » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 3:36 pm

· #300088
יעצט לאמיר זיך משמח זיין מיט א גוט הייס שטיקיל ציבעלע-קיגל

געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 5:46 pm

· #300119
כיהודה ועוד לקרא גם אני מצטרף לכל הני גדולי ומאורי הדור שיחיו שכבר פרסמו דעתם דעת תורה ואין לערער עליה, שמורה מורינו הרב @אנאנים הוא הגבר של בית טרינקתינו,
ויה"ר מאת ה' שתשרה שכינה במעשה ידיו ויוכל להמשיך במפעלו הטוב ולהרבות חילים למען כבוד שמו ית' אמן,

ממני הקטן דל ונבזה השפל באמת
געוואלדיג

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 7:31 pm

· #300153
גם אני הק' מצטרף בדברי ברכה, קע"ה דער שש שרייבט אזויפיל קוים וואס איך קום אן צו ליינען, יעדע תגובה באזונדער איז א פלעזשור, אפילו צומאל קען ער דיסעגריען אדער געבן אזא פסק וואס איז נאמנים פצעי אוהב, עכ"ז באלעקט מען זיך מיט יעדע שורה. כה יתן ה' וכה יוסיף אויף ווייטער.

פליקער » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 11:31 pm

· #300220
גם אני מצרף לכל האמור לעיל ע"י אנאנים ושמעקעדיג, וכל חברי שטיבלינו, זאלן מיר אלע זוכה זיין אז אלע אנדערע ניק'ס זאלן זיך אויפוועקן, און אז שש זאל נישט אייינשלאפן ווי כוכב וחביריו.

אהרן » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 12:54 am

· #300437
👍 @אנאנים
אייערע מאמרים זענען מתוק מדבש ונופת צופים

א איד » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 1:16 am

· #300439
Re: ניק פונעם יאר
כהאב עס שוין כמה פעמים געשריבן, אז דער שש האט מיר געמאכט פאר א אמשינאווער חסיד, און איך רעאגיר שפעטליך.
ששי כה לחי, יאריך ימיך על ממלכתיך צו מחיה זיין די אלע ניקים וניקים שונים ומשונים, בכלל ובפרט.
א גוטע נאכט

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 10:23 pm

· #301831
שש האט אריינגעבלאזן א אומבאשרייבליכע חיות אין שטיבל. כ'ווייס נישט ווער דער זכר איז, אבער ער איז א רוח שאינה מצויה. ווילסט תורה? אנאנים. ווילסט מדע? אנאנים. ווילסט הומאר? אנאנים. ווילסט ידענות און היסטאריע? אנאנים. ווילסט השקפה? אנאנים. ידו בכל. ער דערמאנט מיר פון די הויפט בלאט אויף קאווע שטיבל, א מפתח צו יעדע נושא. שש, אונזער אדמאראציע צו דיר איז שפראכלאז. יישר כח פאר די צענדליגע מאמרים דו האסט אונז מחיה געווען מיט ברוחניות ובגשמיות.

קאסטנער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 11:09 pm

· #301854
Re: ניק פונעם יאר
די אהבה צווישן שש אין רויטע ווערט שטערקער אין שטערקער,

איך הייב אן מורא האבן...

קאצקע ציקער » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 3:02 am

· #301887
opposites attract....

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 8:23 am

· #351309
[ציטאט אראפגענומען]

און אלץ בלייבט ביים אלטן. שש. זהו.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 12:30 am

· #385116
ריכטיג: אז דו קענסט ארויסזאגן אדער שרייבן אנאנים מיט איש את רעהו און דיףף בנשימה אחת פארדינסטו א פוליטצער. (נישט אז איך ווייס אדער קעיר וואס דאס איז.) ס'איז פונקט אזוי ווי מ'זאלל לייגן מהרז"ל מיט בנימן נתניהו ביי איין טיש...!

כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:44 am

· #385266
הערט וואס א קלוגער איד זאגט:
אנאנים איז דער ניק פון יאר הונדערט!
פיל חכמים ונבונים האבן מיר שוין געזען צווישן די קאווע שטיבל ווענט, פילע אישי המעש, אבער ואת אנאנים עלית על כולנה.

קאצקע ציקער » מיטוואך אקטאבער 26, 2022 2:44 pm

· #510682
איך מיין אז דער ניק פונעם יאר איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי אונזער אלעמען באליבטען עצי שטים וואס האט אויפגעלעבט דעם שטיבל

שמן למאור » מיטוואך אקטאבער 26, 2022 3:08 pm

· #510683
קאצקע ציקער
איך מיין אז דער ניק פונעם יאר איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי אונזער אלעמען באליבטען עצי שטים וואס האט אויפגעלעבט דעם שטיבל
אויש... בישות... איך בלאש..!
שכח פאר די קאמפלעמענט, אבער באמת, וויאזוי קען מען מיר בכלל אריינלייגן אין איין קאטעגאריע מיט שש און אנאנים...!? האיך אכנס את ראשי בין ההרים הגדולים!?!?

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 26, 2022 8:58 pm

· #510693
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים, שש, און רויטע וואנצעס: וכל שום וחניכא דאית לכון. איך זעה אז צו אלע דיינע מעלות ומידות טובות ביסטו נאך א סייענטיסט אויך. דו געסט א ..."סייענטיפישן"... הסבר. אז לעקטער ברענט נאר ווען מ'לייגט צוזאמען א פאזיטיוו און א נעגאטיוו ווייער. ביטע לייג צוזאמען א פאזיטיוו און א נעגאטיוו ווייער און לאז מיך וויסן וואס איז געשעהן...למ"ד אל"ף למ"ד...!

קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:26 pm

· #510752
קאצקע ציקער
איך מיין אז דער ניק פונעם יאר איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי אונזער אלעמען באליבטען עצי שטים וואס האט אויפגעלעבט דעם שטיבל
@אנאנים
ברוך מחיה מתים
הייסט בעצם ביסטו דא on a daily basis.

קענסט ציריק קימען אפענערהייט, מען וועט דיך שיין עקסעפטן (עי' ערך @רביה"ק).

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 5:40 pm

· #510767
עצי איט איז!

---------

אנהייב פונעם אשכול לויבט דער עולם אויס שש... נאך מער מאדנע איז די נוטריקון וואס גאנצל ברענגט אויף אנאנים 😂 😂
גאנצל
הרב @אנאנים
שיינע שרייבונגען מיט שיינע זמירות ריכטיגעשכלמאן (שכל הישר)

חדשים » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 10:22 pm

· #510781
קאווע שטיבל בגי’ העצי שטים מיט די ה’ הידוע. תרי רעין דלא מתפרשין. יעקב אבינו האט דאך דאס באהאלטן און אנגעזאגט אז מען זאל עס מיטנעמען ווען מ’גייט אין מדבר. אין אונזער מדבר שממה דערהאלט מען זיך מיט עצי שטים. כה לחי. עס זאל זיין עצי שטים עומדים לעולמי עולמים.

היסטאריע » פרייטאג אקטאבער 28, 2022 7:33 am

· #510789
מיט זיין וואקאציע ניק

שמן למאור » זונטאג אקטאבער 30, 2022 11:53 am

· #510922
קאצקע ציקער
איך מיין אז דער ניק פונעם יאר איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי אונזער אלעמען באליבטען עצי שטים וואס האט אויפגעלעבט דעם שטיבל
איך וויל פערזענליך באדאנקן אלע מיינע פענס וואס האבן געשריבן דברי הערכה און האבן געלייקט דעם תגובה וואס באקרוינט מיר אלטס די "ניק פונעם יאר". ס'איז מיר א גרויסע חשובות צו זען אז די עולם האט הנאה פון מיין ווערק, און עס לייגט אויך ארויף אויף מיר א חוב ווייטער ציצושטעלן פארן עולם פיינע געשמאקע סחורה.

און אן עקסטערע דאנק פאר @אנאנים וואס איז ספעציעל אראפגעקומען פונעם עולם העליון צו געבן א לייק.

תרמב » מאנטאג אקטאבער 31, 2022 10:51 pm

· #511007
יו דעזערוו די טיטל, האסט אסאך אריינגעארבעט אינעם זייטל, אפילו איך בין נישט מסכים מיט אסאך פון דיינע מיינונגען אבער דאך האב איך שטארק הנאה צו לייענען דיינע תגובות.

שמן למאור » מאנטאג אקטאבער 31, 2022 11:39 pm

· #511010
תרמב
יו דעזערוו די טיטל, האסט אסאך אריינגעארבעט אינעם זייטל, אפילו איך בין נישט מסכים מיט אסאך פון דיינע מיינונגען אבער דאך האב איך שטארק הנאה צו לייענען דיינע תגובות.
ייש"כ.
דאס איז דאך די מעלה פון אונזער שטיבל, מען קען הערן א צווייטע מיינונג און דאך האלטן אנדערש. זיך ארומצונעמען בלויז מיט מענטשן וואס האלטן און טראכטן ווי דיר איז דאך נישט אינטערסאנט און קען מאכן דער מענטש פאר א מאנקי. אונז האבן דא די מעגליכקייט צו הערן א צווייטע מהלך המחשבה און קענען ניצן די אייגענע שכל מבחין צו זיין ווען יענער רעדט יא צו דער זאך און ווען נישט. דאס איז אונזער מעלה...