☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מזל טוב 3000 לייקס

מזל טוב 3000 לייקס

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4196
בלאט: 1 2

לעמיל » מאנטאג יולי 1, 2013 2:02 pm

· #129731
מזל טוב 3000 לייקס
קאווע שטיבל ליינער שרייבער און הנהלה ווינטשט א הערצליכן מזל טוב פאר ידידינו היקר מראשי השטיבל די שרייבער מיט די ה' הידוע

ה"ה

מוה"ר רבי זר זהב שליט"א

לרגל הגיעו ל"שלוש אלפים לייקס" כן ירבו בלי עין הרע!!

ויה"ר שקרן הלייקים שלך יתרבו ויתרוממו למעלה למעלה עד אין מספר וירוו ממך חבריך רוב נחת דקדושה וירבו לייקיותיך כרימון ויתרוממו למעלה למעלה עד אין מספר!

ידידינו ר' זר
ביסט א פראכט און שטאלץ פאר אונזער שטיבל! דיינע זיסע אשכולת חדשים לבקרים - די מערסטע אין צאל - מיט דיין סארקאזם, הומאר, און ברייטע ידיעות בתורה ומילי דעלמא איז א נחת דיר צו האבן דא אנבאורד!! און דו פארדינסט ערליך דיינע דריי טויזענט לייקס!

לעמיל » מאנטאג יולי 1, 2013 2:36 pm

· #129742
פאר די רעקארד
📎 זז.png

לעמיל » מאנטאג יולי 1, 2013 3:31 pm

· #129772
זר זהב
כ'וועל עס לייקן ווען ס'וועט האבן 20 לייקס. אויב קומט עס נישט אן צו מינומים 20 לייקס איז א באווייז אז דער אינהאלט דארט איז פעלערהאפטיג

חברה! הכרת הטוב פאר זר ווייזט אים ווי שטארק מיר האבען אים ליב

טעפל » מאנטאג יולי 1, 2013 4:41 pm

· #129823
זר איך בין שוין לאנג געענדיגט מיט ווערטער שכוח ר' לעמיל פאר עפענען דעם אשכול, און זאלן טאקע אלע קומען באדאנקען ר' זר פארן אויפלעבען דאס פלאץ!!!

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 4:42 pm

· #129825
טעפל
זר איך בין שוין לאנג געענדיגט מיט ווערטער שכוח ר' לעמיל פאר עפענען דעם אשכול, און זאלן טאקע אלע קוען באדאנקען ר' זר פארן אויפלעבען דאס פלאץ!!!

נו נו

טעפל » מאנטאג יולי 1, 2013 4:50 pm

· #129829
זר זהב
טעפל
זר איך בין שוין לאנג געענדיגט מיט ווערטער שכוח ר' לעמיל פאר עפענען דעם אשכול, און זאלן טאקע אלע קוען באדאנקען ר' זר פארן אויפלעבען דאס פלאץ!!!

נו נו


גלייב מיר אז אפילו קוען באדאנקען דיך שוין!

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 4:51 pm

· #129831
יעדער וואס באדאנקט מיר איז א קוה. קוה אל ה'

טעפל » דינסטאג יולי 2, 2013 2:39 am

· #130002
יוי ביסטו אן עניו..

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 31, 2013 1:22 pm

· #137475
מזל טוב!!
לידידינו היקר, אילו פינו מלא שירה כים וכו', אין אנו מספיקים לשבח ולפאר וכו', שכבר פקיע שמיה ברוחב בינתו,

געפילטע פיש
לרגל שמחתו והכתרתו מיט איבער
3,000 לייקס
ערליך פארדינט יעדע איינציגע!
ויהא רעוא מן קדם אבוהון דבשמיא, מיר זאלן נאך ווייטער אויך האבן די זכי' ליהנות מאורך וזיו כבודך

ברסלבער » מיטוואך יולי 31, 2013 2:14 pm

· #137494
מזל טוב געפילטע! שוין אסאך הנאה געהאט פון דיינע רייכע ידיעות און פון דיין הומאר, זאל דער אייבערשטער העלפן ווייטער.

יעצט האב איך ערשט באמערקט אז פאר זר'ן קומט אויך א מזל טוב, זאל זיין מיט גרויס מזל וברכה, און די שמחה זאל נמשך ווערן.

אביגדור » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:51 pm

· #142109
מזל טוב קאווע טרינקער, וכה לחי.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:53 pm

· #142111
און דאס אז ער האט זיך אויסגעלערנט קאלערען איז עפעס א קליינקייט?! א מחיה!

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 8:02 pm

· #142211
ס'איז אריינגעקומען א רעקוועסט פאר א ספר יוסף...
כ'האפ אז מר אדמזאהן וועט נישט ווערן ווילד.

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:18 pm

· #145887
ווער פון זיי גייט שנעלער אנקומען?

Captureee.JPG

גיבור » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:57 pm

· #146035
דערווייל שטייט יאנקל בעסער !
אבער מען קען נישט וויסן .

טעפל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:27 pm

· #146170
די מתח איז גרויס..

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 8:38 pm

· #146214
לייקס מיינט דען עפעס?
איין עכטע קוש....

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 8:39 pm

· #146215
אקעי איך ווייס שוין ווער ס'גייט אנקומען ערשט 🙂

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:52 pm

· #146245
???...Ooops what the hack

Capture099.JPG

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:59 pm

· #146250
מן הסתם איז קופערניקוס, ברוב ענותנתונינתונונו, ארומגעלאפען לייקן יאנקלען דא און דארט, כדי נישט צו זיין חלילה קופץ בראש.

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:24 am

· #146256
ברוך השם אז איך האב געהאט די זכיה צו געבן אין די יעצטיגן מינוט די דריי טויזענסטע לייק פאר קופערניקס!
אריין געכאפט נאך א זכות פארן יום הדין..

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:26 am

· #146259
און נאדיר א לייק פאר דיין אוועטער. צאדאש

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:29 am

· #146264
😮

טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:46 am

· #146304
ב"ה ס'איז געלונגען פאר קופערניקוס און ר' יענקל האט באקומען פאר דעם, "מזל טוב מזל טוב" (בניגון המקובל בהלוויות אדמורי"ם ז"ל כשמכתירים אדמו"ר חדש)..

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 7:06 pm

· #155049
מזל טוב יידל פאר איבער 3,000 לייקס.
כאטש יידל און יאנקל דרייען זיך נישט דא אפט לעיטלי, וואקסן אבער די צאל לייקס...

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 1, 2014 6:11 pm

· #198492
יאיר? הא??

אפטעמיסט » זונטאג מאי 4, 2014 5:27 pm

· #198871
איך קלער אזוי צי איך זאל יא שרייבן צי נישט. כ'מיין, ווער בין איך? איך פיל מיר ווי א מורה הלכה בפני רבו אביסל.
איז אזוי, אנאנים האט שוין אנגעגרייט דעם עולם צום בעפארשטיינדע שמחה און איצט קען מען אפיציעל וואונטשן החכם הכולל, מרן @לעיקוואד שליט"א לכבוד זיין עררייכן 3000 לייקס קעניינעהרע. איך וואונדער מיר צו דער רמב"ם בימינו וועט זיך בכלל וויסענדיג מאכן פון די שמחה.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 1, 2014 2:47 pm

· #209023
זאג מיר וועלכע גוטע זאך האסטו היינט געטון אז דו האסט זוכה געווען?

הוגה » דינסטאג יולי 1, 2014 2:56 pm

· #209026
[ציטאט אראפגענומען]


זייער א שיינע טשעפע, @אנאנים. מיינסט טאקע אז איך ווער אונטער געקויפט מיט נארישע לייקס? 😃


.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 2, 2014 11:36 am

· #209178
מזל טוב הוגה פאר די שלשת אלפים!

לעצטנס פאנפעסטו אונטער, דו דרייסט זיך ארויס פון דיין גאט-געשאנקענעם טאלאנט צו שרייבן אינהאלטסרייכע ארטיקלען, מיר האפן אז די 3,000 לייקס וועט דיר געבן א געוואונטשענעם שטופ (כאטש דו טענה'סט אז מען קען דיר נישט אונטערקויפן, אבער פארפאלן, א קאמפלימענט האט יעדער ליב, פרוביר נישט צו לייקענען!), און בקרוב ווען מען קענען וואונטשן אויף 4,000.

אפטעמיסט » מיטוואך יולי 2, 2014 11:46 am

· #209183
איך בין מיך מצרף צו די וואונטשן פאר גדל מרבן שמו ר' הוגה.

סתם, דרך אגב: פרייטאג צונאכטס פארדריי איך אביסל די ניסוח און כ'בענטש מיינע קליינע, ישמך אלקים כהוגה וכמנשה. בך יתברכו ישראל!

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 7:46 pm

· #219657
איך וויל באדאנקן חברינו היקר @אנאנים, פאר'ן מיר געבן נעכטן נאכט די 3000'סטע לייק. א ייש"כ אויך פאר אלע לייקערס ביז אהין. ייש"כ פאר די חיזוק.

כוכב » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 7:45 pm

· #233569

מומע יענטל גרייט שוין די גרויסע טעפ, ר' מאטל האט שוין אוועקגעלייגט א פיינע קרים מאלאגא, ר' משה יענקל האט שוין געלייגט אן אויג אויפ'ן אויבן אן, א בענקל נעבן די קרעימעש קעיק, אלעס גרייט זיך צום גרויסן שמחה ביים בדחנא דמלכא, חכימא דיהודאי, אב בחכמה ורך בשנים, משמח אלוקים ואנשים, עט סופר מהיר במלאכתו, מרן
@יואב
צום דערגרייכונג פון 3000 לייקס (בערךנאך א תגובה א האלב) כן ירבו.
יואב איז די קעניג פון לייקס, קעווין אלערי וואלט זיך מחי' געווען מיט אזעלכע מארזשינס, שטייענדיג אונטער 1000 תגובות, נומערן וואס מ'האט שוין נישט געזען זינט די קופערניקעס עפאכע.
יואב פארפאסט נישט א געלעגנהייט פון ארויפברענגען אויף אונזערע לעפצן א שמייכל, אבער בד בבד זענען זיינע תגובות מלא מדע וחכמה ושכל הישר פון וואס אלע זענען אזויפיל נהנה.
גלייכצייטיג בעטן מיר דעם שר צבא ה', פליז גיי נישט או. טי. די., די ראדני שאלעשסידעס בילקע איז טאקע נישט אזוי צום הארצן, אבער מיר פארגינען דיר נישט פאר יאשקע.

יואב » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 7:56 pm

· #233918
שכח כוכב פאר די באגריסונגען! איך ווייס נאר נישט וואס צוריק צו שרייבן. ווי שוין געשריבן אינעם "קאווע שטעטל" אשכול, איז מיר שווער צו טיילן ברכות און קאמפלימענטן. די זעלבע איז בנוגע נעמען, איך גלייך דאס, דאוינט געט מי ראנג, אבער איך ווייס נישט וויאזוי דאס צו עסן. קודם איז אבער זיכער אז מיט דער איצטיגער תגובה - - וואס איך שרייב יא צו נישט - - האב איך מיך געריקט מיט נאך א תגובה נענטער צו טויזנט.

איין זאך נאר: גלייב מיר יאשקע וועט פונקט אזוי קלאגן אויב זאל איך גיין OTD, ער וועט נאר דערלייגן. ודו"ק.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:03 am

· #234570

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 10:13 pm

· #242556
מזל טוב צו אונזער אלעמען באליבטן @אנאנים. אנאנים אז אונז מהנה אויף אזוי פיל אופנים. עקסקלוסיוו בילדער, וודיאוס און נייעס. אונזער אנאנים איז יוניק מיט דעם אז ער איז בכלל נישט א גבר אלים נאר א גאר געשמאקער און צוגעלאזענער. אנאנים ווי לאוו יו!! (באמת קומט זיך א פאעזיע פאר אזא איש חשוב, אבער די פארמעסט האט געדרענט מיין פאעזיע בעטערי. ועוד חזון)

שמעון וואלף » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 10:29 pm

· #242560
אזויווי ס'איז ערווארטעט א ריזן עולם וואס וועט אנטיילנעמען בשמחת ראש קהילתנו און אפגעבן מזל טוב, בעט מען זייער מ'זאל זיך נישט שטיפן נאר גיין פון דרום צו צפון. א ספעציעלע דורכגאנג וועט ווערן צוגעשטעלט פאר זקני אנ"ש.

מזל טוב, מזל טוב!

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 12:59 am

· #242605
מזל טוב אנאנים! שמחתך הוא שמחתינו!! מזל טוב פאר אלע פון אונז!!! לאורך ימים ושנים טובות..

לית דין בר נש » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 10:56 am

· #242641
@אנאנים איך וואלט גיבעטן אז לכבוד די שמחה בבית ראש קהלינו זאלסטו זיך לאזן אינטערוויוע"ן דא אויפן פארום און ארויסגעבן אביסל סודות פון חדר ווי האסטו צוטריט צו יעדע בילד, בלעטל וואס דרייט זיך בעלמא הדין און צו יעדע אויסגאבע נאך איידער עס קומט ארויס?
@כוכב איך וואלט דיר געוואלט נאמינירן (מחוצף ווער האט דיר גיפרעגט) אז די זאלסט זיין די אינטערוויער.
יישר כח למפרע

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 12:49 pm

· #242661
כ'על גיין גלייך צום פאנטשליין.

וואספארא מעסעזדש האט איר איבערצוגעבן פאר די ק"ש ליינער?

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 13, 2015 1:24 pm

· #247716
מזל טוב מאטי!!

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 4, 2015 1:20 am

· #251696
ראובן!!!!!!!

יודישע שרייבער » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 11:00 am

· #303727
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

חברים, @שעפטל רוקט זיך מער און מער פראנויס! יאפ, ער האלט שוין ביי 3,000 לייקס!

געוואלדיג » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 3:38 pm

· #310856
ברוך ה' איך האב היינט זוכה געווען צו געבן מיין 3000 כ"י,
און כאן המקום להודות פאר אלע חשוב'ע חברים וואס שרייבן אזעלע דברי טעם כסדר און זיי זענען מהנה יעדן איינעם ואני בתוכם.

געוואלדיג » זונטאג מאי 1, 2016 3:49 pm

· #331159
5 חדשים צוריק האב איך זוכה געווען צו געבן מיין 3000 לייק, און יעצט 5 חדשים שפעטער זכיתי צו באקומען מיין 3000 לאות פון מהנה זיין דעם קהל לכה"פ 3000, ויה"ר שכה יתן ה' להלאה.

קל וחומר » מאנטאג מאי 2, 2016 3:31 pm

· #331346
Re: מזל טוב 3000 לייקס
ונתנו גייט אהין און צוריק...

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 20, 2016 11:30 pm

· #338493
@וועטער באריכט!!
כה יתן וכה יוסיף.

שמן למאור » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 12:55 pm

· #511323
אז קיינער האט נישט באמערקט אז איך בין אריבער דעם 3,000'סטע לייק, מוז איך זיך בלית ברירה אליין קלאפן אין ריקן...

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 1:13 pm

· #511329
כ'נעם דיך ארויס פאר א אייזקריעם אדער א סטארבאקס..

צוזאמגעדרייט » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 1:14 pm

· #511330
Re: מזל טוב 3000 לייקס
כ'קום מיט, ערנסט.
כ'העמיר משתתף זיין מיט די הוצאות.
בלאט: 1 2