☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מזל טוב! 5000 לייקס!!!

מזל טוב! 5000 לייקס!!!

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5037

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 4:56 pm

· #158435
מזל טוב! 5000 לייקס!!!
מזל טוב!!!!!!!!!!!!!!


חברינו @שמעקעדיג


לרגל דיין ערליך פארדינטע....

5000 לייקס!!!!!


ס'איז זייער פארשטענדליך פארוואס די ביסט דער ערשטער צו דעגרייכן דעם מספר. דיין מידות, שכל און הומאר איז כתלת רעין דלא מתפרשין!

פרישער » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 5:12 pm

· #158444
וגם לרבות זיין גיט הארציקייט, צו לייקן א צווייטן,

ברסלבער » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 6:00 pm

· #158456
שווער ארויסצוברענגן די געפילן ביי אזא געהויבענע געשעהניש
מען האלט שוין אז שמעקעדיג איז אנגעקומען צו אזא גרויסע סכומ
עס איז בכלל נישט קיין וואונדער אז ער איז דער ערשטער אין די רייע
קודם זיין איבערגעגעבנקייט ארויסצוהעלפן יעדן איינציגן ניק
ער קען זיך נישט אויפרעגן פאר קיין געלט, מיט די גוטע מדות זיינע
דאן זיין געשמאקע הומאר, צו מאכן שמייכלען יעדן מיט פרייד
יעדע תגובה זיינע שיינט ארויס זיין שכל הישר מיט געשמאק דערצי
גיי ווייטער אן לתפארת השטיבל ולהנאת כל הניקים מיטן פולן שוואונג

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 8:13 pm

· #158478
שמעקי שמעקי במה אברכך?

זאל_זיין » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 9:17 pm

· #158494
ממש שקר איך זע 5006 לייקס

(:

סאשי פיש » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 8:49 am

· #158562
פרישער
וגם לרבות זיין גיט הארציקייט, צו לייקן א צווייטן,

@פרישער ווען גייסטו אים נאכמאכען?!

פרישער » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 10:12 am

· #158574
סאשי פיש
פרישער
וגם לרבות זיין גיט הארציקייט, צו לייקן א צווייטן,

@פרישער ווען גייסטו אים נאכמאכען?!

ביזט גערעכט, איך בין גילטי, איך פראביר שטארק זיך מחזק זעין און דעים ענין, אבער אלע מאל איז דו הכנסה מער ווי דו הוצאה

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 25, 2014 8:12 pm

· #192725
מזל טוב מזל טוב, ברוכים תהיו....

שטילע אינגערמאן » דינסטאג מערץ 25, 2014 8:22 pm

· #192728
שמעקעדיג
מזל טוב מזל טוב, ברוכים תהיו....

האהא אוי ביזטו זיס.

כ'האב כסדר א צודרייטע קראש אויף דיר, אבער ליידער קען איך דיך נאר אלץ גימפל פימיפל אדער שמעקי,
מער ווי אין מאל כ'האב דיך געוואלט געבן א קלאפ אויפן פלייצה אדער א קניפ אין בעקעלע (ששש נחום איז דא).

כ'האב מיך גענומען א ספר אין יעדער מאל איך וויל דיך קושן, קוש איך די בני יששכר אנשטאט, די דעקל שומלט שוין אזוי נאס איז עס.

האלט אן דיין פעסטע ארבייט, זיבן טויזענט לייקס איז פיינע נייעס. אי"ה ביי צען אלפים.

ברסלבער » דינסטאג מערץ 25, 2014 8:24 pm

· #192729
מזל טוב הרב @שמעקעדיג. צו דיינע 7000 טויזנט לייקס כן ירבו.
מען זאגט אז כלל ישראל האט א גוטע נאז. אז דער עולם האט דיר צוגעטיילט אזויפיל לייקס איז א סימן אז זיי האבן דערשמעקט דעם גוטן שמעק פון שמעקעדיג. זאל דער אייבערשטער ווייטער העלפן דו זאלסט אונז ווייטער מהנה זיין מאוצרותיך הטובים.

-----
און אינאיינוועגס א מזל טוב פאר מיר צום דערגרייכן 2000 לייקס.

אפטעמיסט » דינסטאג מערץ 25, 2014 8:26 pm

· #192730
וואו איז @מאראנצןזאפט ווען מ׳דארף אים?

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 25, 2014 8:27 pm

· #192731
וואו שמעקעדיג! מזל טוב! כ'האב עס דא אלץ פרוף!
📎 Likes.png

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 25, 2014 8:38 pm

· #192732
מזל טוב ברסלבר!
מיר קענען געבן אינאיינעם לחיים...

רויטע וואנצעס » דינסטאג מערץ 25, 2014 8:40 pm

· #192733
טשאדאש נעמביראם נעמטאדעם איגען טשענקיהאזאֱֱֱ באבעלגאם קעניינע הרעע!

די נומער 7000 איז צו הויעך צו פארשטיין אבער זיי זאגן ס'איז מערע פון 5000. זאל זיין מיט מזל טשאווערגא!

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 26, 2014 2:11 pm

· #192872
האסט פארגעסן אריינצוסיינען מיט דיין נאם-טו-דעם ניק......

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 28, 2014 3:03 pm

· #193296
וואס איז בקרוב? טרם יקראו ואני אענה!!

מזל טוב @געפילטע פיש, פאר דיינע פינף אלפים!!
גיב אהער דיין הענט, ביי אונז פירט מען א קוש טאן אין האנט ביי אזעלכע פרייליכע עמאציענאלע געשעענישן.

געפילטע, געפילטע, במה אברכך? כאטש נישט יעדער אגריעט אלץ מיט דיר 100% - עולם כמנהגו נוהג - האסטו נאך נישט באוויזן איינעם דא אויפצורעגן אדער ארויסנעמען פון די כלים! מיט דיין געלאסענעם שמייכל און אייזן-שטארקע סארקאזם באטעריס, און מיט די גרעסטע רוהיגקייט האסטו א ענטפער פאר כמעט יעדע סארט נושא, און מיט הלל'ס געדולד ביסטו מסביר יעדע פראגע און ניטעמאל פארלאנגסטו א דאנק, עס וואלט כאטש געפאסט זאלסט האבן א שטיקל שמינית-שבשמינית, אבער ניין, דאס אויך נישט, דו גיבסט און דו טיילסט פאר אנדערע מיט א ברייט הארץ און גוטמוטיגקייט, און פארלאנגסט גארנישט צוריק. כמעט יעדער ניק האט שוין נהנה געווען פון דיר, פון דיין חכמה, הומאר, טרעפליכע ענטפערס צום פינטל... דער גרעסטע בעל גמילות חסד דא אין שטעטעלע!!

מיר וועלן אלע מודה זיין אז ווען נישט געפילטע פיש וואלט קאווע שטיבל קיינמאל נישט געווען דאס זעלבע! ער פארדינט אונזער אלעמענ'ס אגודל אויף ארויף, פיל מער ווי אויף 5,000!!!!

מזל טוב, מזל טוב!!!

.
📎 Gefilta-5000.jpg

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 28, 2014 3:04 pm

· #193297
אפשר מיינט אנאנים אונזער ניק "קאווע טרינקער"? אה יא, טאקע מעדזשאר. איך האלט שוין מיין אטעם!

פליקער » מוצ"ש מערץ 29, 2014 10:50 pm

· #193326
נישט צי גלייבן הרב שמעקעדיק, איך שפיר זיך ווי א נאנטער ידיד, ווער ווייסט אפשר איז ער גאר א נאנטער ידיד, ברידער, קאזן, אדער קען זיין מיין אנדערע ניק. אבער איך מיז זיך פערזעינלעך באדאנקען פאר זיין ווארעמקייט, ציגעלאזן קייט, ער פארפאסט נישט צי ציווארפן א גיט ווארט פאר יעדען וואס שרייבט,
#לאוואטאקע

דריידל » מוצ"ש מערץ 29, 2014 11:35 pm

· #193344
מזל טוב חברינו הותיק @קאווע טרינקער פאר די פינף טויזענסטע לייק!!!
כמוך ירבו בקאווע שטיבל. טוי טוי טוי קניינעהארע

געפילטע פיש » מוצ"ש מערץ 29, 2014 11:39 pm

· #193345
שמעקעדיג
וואס איז בקרוב? טרם יקראו ואני אענה!!

מזל טוב @געפילטע פיש, פאר דיינע פינף אלפים!!
גיב אהער דיין הענט, ביי אונז פירט מען א קוש טאן אין האנט ביי אזעלכע פרייליכע עמאציענאלע געשעענישן.

געפילטע, געפילטע, במה אברכך? כאטש נישט יעדער אגריעט אלץ מיט דיר 100% - עולם כמנהגו נוהג - האסטו נאך נישט באוויזן איינעם דא אויפצורעגן אדער ארויסנעמען פון די כלים! מיט דיין געלאסענעם שמייכל און אייזן-שטארקע סארקאזם באטעריס, און מיט די גרעסטע רוהיגקייט האסטו א ענטפער פאר כמעט יעדע סארט נושא, און מיט הלל'ס געדולד ביסטו מסביר יעדע פראגע און ניטעמאל פארלאנגסטו א דאנק, עס וואלט כאטש געפאסט זאלסט האבן א שטיקל שמינית-שבשמינית, אבער ניין, דאס אויך נישט, דו גיבסט און דו טיילסט פאר אנדערע מיט א ברייט הארץ און גוטמוטיגקייט, און פארלאנגסט גארנישט צוריק. כמעט יעדער ניק האט שוין נהנה געווען פון דיר, פון דיין חכמה, הומאר, טרעפליכע ענטפערס צום פינטל... דער גרעסטע בעל גמילות חסד דא אין שטעטעלע!!

מיר וועלן אלע מודה זיין אז ווען נישט געפילטע פיש וואלט קאווע שטיבל קיינמאל נישט געווען דאס זעלבע! ער פארדינט אונזער אלעמענ'ס אגודל אויף ארויף, פיל מער ווי אויף 5,000!!!!

מזל טוב, מזל טוב!!!

.

בריכעם תיעה בריכעם תיעה. שקויעך שמעקל, החייתני! איך זיץ און ווארט שוין זייט איך האב באקומען מיין פינף טויזענסטע לייק און איך ווארט צו זען ווי לאנג ס'וועט נעמען ביז איינער מאכט זיך וויסענדיג. און גארנישט! אין קול ואין עונה, ניטאמאל א עונה בינונית, אור זרוע, גארנישט! די מצב איז געווארן ערגער פון טאג צו טאג, די ווייב און קינדער קומען פרעגן וואס איז, נישט ער עסט, נישט ער שלאפט, נאר ליגט אין בעט דיפרעסט א גאנצע טאג. ווען די באלעבוס רופט זאגט די ווייב אז ער האט עפעס א נייע מינע טשיקען פאקס, פארן שווער זאגט מען ביזנעס טריפ אין די בהמות, און זיי זיצט ביים דורכגעוויקטן תהילמ'ל די פנים איינגעטוהן אין די הענט.

"טאטי שוין באלד שבת" קומט די קליינע חנה'לה זאגן, כ'הער ווי אונטער די טיר שעפשעט א בת קול עפעס וועגן מקוה... "טאטי דארף שוין גיין מקוה!" זאגט זי קווענקעלדיג, קוקענדיג צום טיר פאר ווייטערדיגע אינסטרוקציעס, "אממ שטיי אויף פליז" זאגט זי מיט האלב וויינעדיגע אויגן, און גייט צוריק צוגרייטן קיילי (איר דאלי) צום לעכט בענטשען, צום קול פון די איינגעהאלטענע געוויין אונטערן טיר.

"געפילטי שוין באלד די זמן! אפשר טשעקסטו נאכאמאל אויב איינער וואונשט דיר מזל טוב אויף יענע וועבסייט?" נע, כ'האב שוין אויפגעגבן, יעצט טראכט איך נארפון מיינע אפציעס, טאנצן פונעם פארטש? אדער גאר א באטל טיילענאל? אבער ליבא לפומיה לא גליא, נאר זי זאל דאס הערן, נאר דאס פעלט מיר אויס! זי וועט מיר נאך מאכן דאס טויט...

אבער אפשר דאך, אקעי לאמיך צוליב טוהן און געבן נאך איין טשעק, און פלוצלינג...! די גאנצע משפחה שטייט און שטוינט, האלטן זיך איין פון פאטשן מיט די הענט, ס'זאל נישט שאדטן קיין עין הרע, אבער זייער אויסגעצויגענע שמייכליך אויף די פנימער קען מען נישט באהאלטן, שטמער און שטווייניגער, טאטי נעמט א זאק, גאטשע, און די נייע טלית קטן פון די קלינערס בעג, און לויפט ארויס פונדערהיים! "טאטי לויפט מקוה!" שרייט חני מיט עקסטאז, איר גרויסע שוועסטער נעמט איר אריין אין אן אנדערע צימער זי זאל נישט צושטערן די שמחה מיט א פריצייטיגע אנאנס. "הערסט מאמי? @שמעקעדיג האט זיך וויסענדיג געמאכט, כ'לויף אין מקוה, שוין באלד די זמן. נאך געבליבן פאטעטע קוגל?"

שמעקעדיג » מוצ"ש מערץ 29, 2014 11:57 pm

· #193350
דריידל
מזל טוב חברינו הותיק @קאווע טרינקער פאר די פינף טויזענסטע לייק!!!
כמוך ירבו בקאווע שטיבל. טוי טוי טוי קניינעהארע

מזל מזל מזל טוב. קאווע מי אנכי דיר צו ווינטשן, אזעלכע טאלאנטפולע שרייבערס ווי דו ווערן נישט באשאפן אזוי אפט.... א ברכה צו מאכן אויף יעדן תגובה.
הלואי קען איך טרינקען די זעלבע קאווע ווי דיר!,.

סאשי פיש » זונטאג מערץ 30, 2014 1:23 am

· #193366
מזל טוב!!
צו מיין ברודער כמר @געפילטע פיש די טעקנישען פון קאווע שטיבעל!!
סיי וועלכע פראפלעם עס זאל זיך נאר נישט מאכען איז געפילטע גרייט צו העלפען מיט זיין פארשטאנד, כמותך ירבו בקאווע שטיבעל.
ווי עס וואונשט דיין ברודער סאשי

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 30, 2014 1:28 am

· #193367
ייש"כ @דריידל פאר מעורר זיין, און @שמעקעדיג פאר די ווארימע דיבורים... יא יא, אפילו און די יארן, יעדע לייק איז חשוב... זאלן די אלע לייקס מיר אנקעגען קומען אין עולם האמת און האלטן די אגודל אויף ארויף און מיך אריינפירען אין גן עדן צוזאמען מיט אלע וכו'

מזל טוב @געפילטע פיש די לויתין פון אלע פישעלעך דא..

ברסלבער » זונטאג מערץ 30, 2014 10:21 am

· #193390
מזל טוב @געפילטע פיש! און מזל טוב @קאווע טרינקער!
כאטש איך האב אויך א גרויסע חלק אין די לייקס וואס איר האט באקומען, זיך באדאנקענדיג יעדעס מאל פון פריש פאר אייערע געשמאקע אינהאלטסרייכע תגובות איינס בעסער פונעם צווייטן. וועל איך אבער יעצט - לכבוד די גרויסע געלענגהייט - זיך עקסטער באדאנקן פאר די הנאה וואס איר שאפט מיר מיט יעדע צוגעקומענע תגובה. זאל דער אייבערשטער ווייטער העלפן עס זאל זיין נאר מוסיף והולך.
און צו קאווע טרינקער האב איך אביסל קריטיק אויך. לעצטנס זעהט מען דיר זייער ווייניג, און ווען יא איז דאס אויך נאר מיט גאר קורצע שורות. עס וואלט געמעגט זיין חדש ימינו כקדם, זאלסטיך מער לאזן הערן, און אין דעם זכות וועלן דיינע לייקס סטאקס בקרוב ארויפגיין מיט נאך א טויזנטער.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 30, 2014 7:30 pm

· #193611
Emotional

כוכב » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 11:53 pm

· #232368
אלע מאלפעס פון די בראנקס זו ווערן געבעטן צו וואונטשן א הערצליכן מזל טוב פאר מאנקי אין דע מידל
@יאיר
לרגל הגיע לחמשה אלפים לייקס.
יאיר איז פון די פאעטישסטע טיפסטע שרייבער אין קאווע שטיבל און האט א הויפט ראלע אין דעם הויכן ניווא ק'ש שטייט. זיינע מאמרים זענען עמוק עמוק און דערצו איז ער אויך די גרעסטע בי*ש וואס פארפעלט נישט ארויפצוברענגען מיין גרימצארן יעדן שני וחמישי מיט זיינע טראציגע תגובות.
לאנג לעבן זאל דאס פרייהייט פון ווארט.

אגב שיינט ער צו זיין א סעוואנט וואס אלעס דארף שטימען לויט די נומערן און חלילה געבן איין לייק מער ווי געקריגן, ודא הוא רזא דונתנו ואין מגלין אלא לצנועין וסוד ה' ליראיו.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 1:42 pm

· #232805
ייש כח פאר די ווארעמע מזל טוב. אריגינעל צי איך מיין יחוס פון שטערן שטויב, ממילא ביסטו מיר אויך א שטיקל קרוב. לכבוד די מאורע וועל איך טאקע מאכן א נייע חתימה, באזירט אויף דעם הייליגן מאמר פון מורינו ומאורינו קארל סעגען:


משום והייתם נקיים עלי לבא בכתובים ולגלות האמת על אודות סימני ה"אהבה" שקורין לייק"ס בלע"ז, בסוד אגודל מוגבה, שהעם מרננים אחרי שאינם מתחלקים על פי הדין. על כן הנני לגלות דעתי בזה שאין בהם שום זיק או קשר מאומה בין מה שאני מקבל למה שאני מחלק, ובאם ימצא שהם פוגשים זה בזה אין זה אלא אקראי, כי כך מנהגו של עולם לילך עמנו בקרי. חלילה לי שאחסוך למישהוא סימן האהבה במקום שמגיע לו על פי דין ועל פי יושר. הלא כולנו ממקום אחד באנו, מטיפות סרוחות מאוד שוים, הביטו על צור חוצבנו ואל מקבת בור נוקרנו, מזקינינו וזקינתנו שיחדו היו מטפסים על האילנות שבאפריקה, וסימני האהבה שלכם הן הן סימני האהבה שלי. וכל שמועות שאומרים בחוצות בשמי אין בהם כלום.
ולהוציא מלבן של צדוקי הרבים ככוכבים הלכתי למקום ההיטש פלאץ והשתדלתי לחלק עוד סימני האהבה לכל עובר ושב, לכל מי שזכה לעמוד שם בעת ההוא.
החותם בצער ובשברון לב
הק'[וף] יאיר בן אחר בן למרן הגה"ק הקוף משימפנזה, מחבר ספה"ק אדן השדה זצוקללה"ה

ברסלבער » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 1:55 pm

· #232810
מזל טוב @יאיר! יעדע לייק ערליך פארדינט, כה לחי! דו זאלסט אונז ווייטער מהנה זיין.
(מיין חבר זאגט מיר אז) איינס פון די הויפט סיבות פארוואס איך פארברענגט די צייט דא אין שטיבל איז זיך קונה צו זיין חכמה פון יאיר, איך האב שוין גאר אסאך קונה געווען, און לאמיר האפן אויך אויף ווייטער.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 8:23 pm

· #232899
רויטע וואנצעס
טשאדאש נעמביראם נעמטאדעם איגען טשענקיהאזאֱֱֱ באבעלגאם קעניינע הרעע!

די נומער 7000 איז צו הויעך צו פארשטיין אבער זיי זאגן ס'איז מערע פון 5000. זאל זיין מיט מזל טשאווערגא!

רויטע וואנצעס: אין איין ווארט. "איגען". איך מיין אז דו קענסט שוין גיין קאמפעטישן מיט פעסטער רב, הרב יואלי לעבאוויטש שליט"א... 😂

רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 29, 2015 2:15 pm

· #270904
יישר כוח!

לית דין בר נש » מיטוואך אפריל 29, 2015 2:29 pm

· #270912
ערליך פארדינט יעדע איינס

כוכב » מיטוואך אפריל 29, 2015 2:51 pm

· #270922
מזל טוב רויטע.

ברסלבער » מיטוואך אפריל 29, 2015 2:58 pm

· #270929
מזל טוב, מזל טוב. שוין אסאך הנאה געהאט פון דיר, עס קומט זיך דיר יעדע לייק, און נאך מער.

כוכב » דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:29 pm

· #285246
קליינער פימפענאטער
אין לייקס זיך באדט ער
7000 לייקס א געשאנק ס'איז
העלפט ווי טויטע באנקעס
ברענגטס אים דא דעריבער
אויפ'ן טיש לייגטס אים איבער
אריינשמייסן געבראטענע
מכות געראטענע
בייסטס אראפ דעם פיטום
רייס אן גוט אים
געצעם כבוד, געצעם לעבער
בוקן זאל זיך יעדער
לאמיר זינגען א טאן
א פארטי א בעלאן
איין זאך ס'קלאר
ואס גייט דא פאר
דאס אמאל וואר
א קעניג דא ער
דער וואן ענד אנלי @יאיר

יאיר » מאנטאג יוני 29, 2015 6:09 pm

· #286042
😂 😂 😂
שיינע גראמען... להוציא מלבן של צדוקים וויל איך מגלה זיין בפני כל העם ועדה אז איך בין נישט אין די Sadomasochism קאטעגאריע. ובזה יצאתי ידי חובתי.

יאיר » מאנטאג יוני 29, 2015 6:18 pm

· #286048
@רויטע וואנצעס, אנטשולדיגט פאר'ן שפעטיגן מיט'ן באגריסן. דיינע טיפזיניגע פאעזיעס און רייכע שריפט איז מיר א כמים קרים על נפש עייפה יעדן מאל איך ליין עס.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 29, 2015 8:02 pm

· #286066
יאיר
@רויטע וואנצעס, אנטשולדיגט פאר'ן שפעטיגן מיט'ן באגריסן.

א נקמה פאר דעם?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/285200">viewtopic.php?p=285200#p285200</a><!-- l -->

רויטע וואנצעס » מאנטאג יוני 29, 2015 8:10 pm

· #286073
@שמעקעדיג! <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/285327">viewtopic.php?p=285327#p285327</a><!-- l -->

בן אדם » דינסטאג יאנואר 19, 2016 12:51 am

· #318030
שישו ושמחו בשמחת רבינו
📎 2016-jpg.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2016 2:09 pm

· #353506
מזל טוב לזקן החבורה

ר' בערל בעל-עגלה

פארן זוכה זיין צו 5,000 לייקס!


אויב איר כאפט נישט, יא, דאס איז דער זעלבער ר' בערל וואס האט ליב זיך כסדר אפצורעדן אז קיינער לייקט אים נישט, און ער דארף אויפהערן צו שרייבן דא...

ר' בערל טייערער, אייער טעם ישן בקנקן חדש איז א זעלטנהייט, די אלע לייקס זענען עדות אויף די הנאה וואס מיר האבן פון אייער זיסע מעשה'לעך מיט א סענס אויף הומאר וואס איז מעורר א שמייכל אויפן געזיכט 🙂

זענען מיר מתפלל פון טיפן הארצן, עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים, איר זאלט ווייטער קענען פירן דעם באס און תולה זיין אלע אייערע פראבלעמען אין די פשוט'ע באלעגאלע פאך, דער עיקר איר זאלט שרייבן פיינע זאכן און אונז מהנה זיין מיט אייערע ידיעות!

גדול העונה יותר מן המברך. מיר זענען זיכער אז ר' סענדער דער דויטש פרייעט זיך מיט פון הימל, און די אנדערע פליפ-פלאפערס און טעלערס, מיט עפ"ל און אראנד"זש, אלע זענען בשמחה מיט אונז, ברצות ה' דרכי איש גם אויביו ישלים אתו, אויביו זה דויטש וכל קדושיו עמו.

סאשי פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2016 2:12 pm

· #353508
Re: מזל טוב! 5000 לייקס!!!
מזל טוב ר' בערל!

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2016 8:06 pm

· #353532
ר שמעקי מען האט ביי אונז אייביג געוויסט אז ביי שמחות (און רח''ל פארקערט) פירט מען נישט קיין פאליטיק.

אה און מזל טוב ר' בערעלינו עד מאה ועשרים אלף לייקס.

רויטע וואנצעס » פרייטאג נאוועמבער 4, 2016 12:55 am

· #353550

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 4, 2016 1:31 am

· #353558
לכבוד חברי השטיבל שיחיו...!
א גרויסן ייישר כח פאר די ווארעמע ברכות און גוטע וואונטשן וואס עטץ האטץ אויסגעדרוקט בפירוש וברמז, אויף מיין חשבון. ואני עונה כנגד המברכים...!
איך ווילל דא אויסקלארן עטליכע טעותים וואס א טייל פון די חכמי השטיבל ה' עליהם יחיו מאכן.
ערשטנס. הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו איז ח"ו נישט מיין שונא. קיינמאל נישט געווען.ער איז געווען זייער שטארק אן אינטעליגענטער, געלערנטער מענטש און אן אויסערגעוויינליכער שרייבער, וועלכער האט געקענט ארויס ברענגען זיינע געדאנקען אויף פאפיר. און אלעס מיט די גרעסטע קפידא אויף די כללי הדיקדוק וה'גראמאטיק. סיי אין אידיש און סיי אין לשה"ק. איך האב זייער א סאך מקבל געווען פון איהם ברייטע ידיעות בהוויות העולם. פון היסטאריע און פאליטיק, וכו'. איך האב מעודי, כמעט נישט פארפעלט אדורכצוליינען דעם ..."דער איד"...מ'דאשקא ל'דאשקא א יעדע איינציגע וואך. אבער אין די זעלבע צייט האט ער מיר ארויפגעטריבן מיין בלוט-פרעשור, ליינענדיג א סאך מאל זיינע באהויפטונגען וועלכע זענען געווען אזוי שטארק נגד השכל. למשל ביי די עראפלאן היידזשעקינג אין ענטעבע, וואו די אידן זענען געווען אין א שרעקליכע סכנה פאר זייער לעבן. און די אנפיהרערס זענען געווען א דייטשע שגץ און א שיקסע. און די העלדישע צה"ל סאלדאטן האבן זיי דערשאסן די ערשטע. האט הרב ר' סענדער באוויינט די אקציע. און ר'האט אנגערופן די סאלדאטן אלס רוצחים. און אויסגעלויבט דעם דייטשן שייגעץ, ימ"ש. זאגנדיג אז זיי האבן איהם אומשולדיגערהייט אומגעברענגט. ווייל ער האט נישט געוואלט ח"ו שלעכטס טון פאר די אידן. ווען איך וואלט געווען צוגעטשעפעט צו א בלוט-פרעשור מאשין, וואלט די מאשין זיכער געפלאצט...!
די זעלבע איז מיין אפשאצונג איבער הרב מנשה פיליפ. וועלכער איז א גרויסער ת"ח און ידען במילי דעלמא. אבער ער זאגט א סאך מאל ארויס דיעות וועלכע זענען אזוי שטארק נגד השכל, אז איך האלט אז ער אליינס גלייבט נישט אין די זאכן וואס ער זאגט צו מאל. אבער איך האב אייביג שטארק אפגעשאצט זיינע ארטיקלען אין ..."די צייטונג"...! מיין פראבלעם איז געווען אז אידן ת"ח און געלונגענע מענטשן זאללן אויסדרוקן אבסורדע מיינונגען. און דאס נאך אנרופן בשם קנאות...!
ווידער. דער ..."הרב" ש.ב. מרגליות/שמואל שלמה טעללער, וועלכער האלט זיך פאר א גאנצן ידען. ער קומט נישט צו צו די קרסולים פון די 2 אויבנדערמאנטע שרייבער. קודם, האט ער נישט קיין אמת'ע, גרונטליכע ידיעות אין אידישע היסטאריע/שיטה/פאליטיק. און זיין סטיל פון שרייבן אין ..."דער בלאט"... איז זייער פלאטאניש (באורינג, בלע"ז). ער שרייבט ווי גלייך א מלמד לערנט מיט א כיתה פון 5 יעריגע יונגעלעך. איך האב שוין כמה פעמים פרובירט צו ליינען זיינע שרייבעכץ אין דער בלאט. אבער, גלייך, אין דעם ערשטן פאראגראף ווייס איך שוין ווי אהין דער קאלום ציעלט. און. ועל כולם. ער זאגט נישט קיין ממשות'דיגע זאכן. הן לטוב ולמוטב...! די אונטערשטע שורה איז. אז איך האב גרויס רעספעקט פאר ר' סענדר דייטש ז"ל און להבחל"ח פאר ר' מנשה פיליפ...!