מזל טוב! 2000 לייקס
135 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3070
מזל טוב! 2000 לייקס
קאווע שטיבל ווינטשט א הערצליכן מזל טוב פאר ידידינו היקר מראשי השטיבל
מוה"ר שמעקעדיג שליט"א
לרגל הגיעו ל"אלפיים לייקס" בלי עין הרע
יה"ר שקרן הלייקים שלך יתרבו ויתרוממו למעלה למעלה עד אין מספר וירוו ממך חבריך רוב נחת דקדושה וירבו לייקיותיך כרימון ויתרוממו למעלה למעלה עד אין מספר!
ידידינו ר' שמעקעדיג
ביסט א פראכט און שטאלץ פאר אונזער שטיבל!
פאר די רעקארד
📎 שמעקעדיג.png
שמעקעדיג איך בין זיכער אז דו וועסט סאך שנעלער אנקומען צו דיין דריי טויזנטען לייק, דו עולם אפרישיעט דיך!
מזלא טבא וגדיא יאה להאי חברא יקירא איש האשכולות תגובותיו נוטפות מור ריח
בני כריח שדה תפוחים על הגעתו לשיא הלייקים קי"ב פעמים ח"י הלא הוא
מוהר"ר שמעקעדיג שליט"א
וכי אלפיים מילתא זוטרתא היא? הרי היא חתיכה הראויה להתכבד בקלון חברו
ומתלמידיו יותר מכולם יחד הודו לה' כי טוב כי לעולם בהם תעבודו.
יה"ר שתזכה לעלות מעלה מעלה על בומתי הלייקים וירוו ממך חבריך וחברותיך רוב נחת בבגצבב"א.
קאנגרעדזולאציעס להני שני כרובים, עמודי הק"ש, כל רז (אותיות זר) לא אניס להם, כתובי חולין שלהם צריכין לימוד, ה"ה אנשים חשובים ידענים מפורסמים, יאנקל און יידל צום דעררייכונג פון 2000 ליבעס פון אנדערע קאווע ניקים, כן יעזור ה' להלאה לעלות על במתי ה'סייענס ו'ויקיפידיע, להחיות בהם נפשי הקאווע שטיבל.
מזל טוב יאנקל און יידל, מ'זעהט אז ס'איז מן השמים עטס זאלטס דערגרייכען צוזאמען צו דעם סכום, וויפיל אידען האט עטס שוין בארייכערט דא מיט ענקערע ידיעות!! (איך גלייב אז ס'גיט אוריס מער פון די ראמען פון אונזער שטיבל) אונז ווער מער קלוגער פון טאג צו טאג.
אן עקסטערע שכוח זר פארן באמערקן!
מזלא טבא וגדיא יאה. יה"ר שתרוו רוב נחת מלייקיותיכם.
מזל טוב מעמקי לבבי! פאר ביידע פון אייך, סיי יאנקל, און סיי יידל!
You are well worth it
מיר באלעקן זיך כסדר מיט אייערע הערליכע, קלוגע תגובות!
לאורך ימים ושנים טובים.
מזלא טבא וגדיא יאה לידידי הוירטאלי הרה"ג המכונה יאנקל לרגל הגעתו לאלפיים לייקים! יה"ר שתרוה רוב נחת מהלייקים שלך, ותזכה לגדלם במספר ובמנין!
און א גרויסן ייש"כ פאר די אלע וואונטשער! אי"ה ביי ענק בקרוב ממש! און שמעקעדיג, ביי די 3000 ביי דיר אי"ה!
😂
איך בין מוחה אויף "קנצי"! איך וועל איך שטיל מאכן, דו קענסט ווייטער ממשיך זיין... נא...
און איך פיל מיך גוט אז איך האב א חלק אין די 2000 לייקס.
שרייבטס נאך. איך וויל לייקען גוטע זאכען.
שמעקעדיג האסט פארגעסען צו לייקען לעמיל. ער האט געמאכט אזא שיינע אשכול פאר דיר.
אוי קופערניקעס... נאך אפאר אזעלכע רייכע תגובות האלסטו שוין אויך ביי צוויי טויזענט לייקס! גיב זיך א שאקל, שרייב נאך...
ידעןשמעקעדיג האסט פארגעסען צו לייקען לעמיל. ער האט געמאכט אזא שיינע אשכול פאר דיר.
וואו? און פארוואס שרייבסטו עס דא?
א כבוד פאר דאס חרידישע אידענטום אז זי פארמאגט אזאלכע צוויי געלערענטע, טאלאנטפולע, הויכגעשעצטע, וויסנטשאפלער, שרייבער!
הרב י.מ. סופר, דייטש, און טעללער, נעמט אייך אייער אויסגעדראשענע ווערק און ווארפט עס צו די דערנער!
שמעקעדיגידעןשמעקעדיג האסט פארגעסען צו לייקען לעמיל. ער האט געמאכט אזא שיינע אשכול פאר דיר.
וואו? און פארוואס שרייבסטו עס דא?
דו גייסט אלע מאל אן גלעזער אדער נאר ווען דו לייענסט מיינע זאכן?..
ווער האט געמאכט די אשכול?
געלייקט!
שקויעך פארן מעורר זיין!
משה געצילא כבוד פאר דאס חרידישע אידענטום אז זי פארמאגט אזאלכע צוויי געלערענטע, טאלאנטפולע, הויכגעשעצטע, וויסנטשאפלער, שרייבער! הרב י.מ. סופר, דייטש, און טעללער, נעמט אייך אייער אויסגעדראשענע ווערק און ווארפט עס צו די דערנער!
מיט דייטש מוז איך דיסאגריען, ער איז א שרייבער פון הויעכן קאליבער במלוא מובן המילה, א מייסטער וואונדער.
דאס איז דאך א קונץ! שטעל דיר פאר א גוטער גראסערי מיט ליידיגע פאליצעס, דאס קענישט יעדער באווייזן...
למעשה פארקויפט ער יא, ער איז אייביג עפעס מחדש. וויאזוי ער שטעלט צאם אן ארטיקל איז אסאך מאל זיך צום באלעקן.
זר זהבדאס איז דאך א קונץ! שטעל דיר פאר א גוטער גראסערי מיט ליידיגע פאליצעס, דאס קענישט יעדער באווייזן...
למעשה פארקויפט ער יא, ער איז אייביג עפעס מחדש. וויאזוי ער שטעלט צאם אן ארטיקל איז אסאך מאל זיך צום באלעקן.
אבער ער קען זיך באגראבען פאר אונזער יאנקל און יידל, נישט אזוי?
ווי אזוי האט מען דאס געקענט פארפאסן?
קאווע שטיבל ווינטשט א הערצליכן מזל טוב פאר ידידינו היקר המתוק מדבש
מוה"ר געפילטע פיש שליט"א
לרגל הגיעו ל"אלפיים לייקס" בלי עין הרע!!
ויה"ר שקרן הלייקים שלך יתרבו ויתרוממו למעלה למעלה עד אין מספר וירוו ממך חבריך רוב נחת דקדושה וירבו לייקיותיך כרימון ויתרוממו למעלה למעלה עד אין מספר!
געפילטע, דו ביסט אונז מחיה יעדן טאג פון יאר מיט דיינע געשמאקע תגובות, אפילו אן כריין איז דיין פיש מתוק לחיך! מיט דיין סארקאזם, הומאר, און ברייטע ידיעות בתורה ומילי דעלמא איז א נחת דיר צו האבן דא אנבאורד!!
מזל טוב געפילטע
דא זעה איך אז יידל און יאנקל האבן שוין ביידע אויך איבער 2,000 לייקס, זעהט אויס אז אונזער עולם נארט זיך נישט, מ'געבט פארוועם עס קומט זיך, און ענק פארדינען עס מיט רעכט!
מען האט זיי שוין אויבן געגעבן אנערקענונג דערפאר:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/95532">viewtopic.php?p=95532#p95532</a><!-- l -->
מ'פינקלט זיך די אויגן, ציפט זיך די לעפצן, זענען מיר אויף? איז דאס וואר? אדער חלום'ן מיר א בייזן חלום.
א גרויסן יישר כח מיינע פריינד, און אי"ה ביי אייך אויף שמחות (שמעקעדיג קען איך שוין נישט וואונטשן אלפיים לייקס, ער איז דאך אונזער עלעקטירטע פרעזידענט הלייקים, אי"ה ביי דיר ביי אכט טויזענט בקרוב), אבער גלייבט מיר איך האב גארנישט געהאט מיט דעם, קיין איין לייק האב איך מיר נישט געגעבן, אויב ווילט איר איינעם דאנקען קענט איר דאנקען די וואס האבן מיר געלייקט.
מזל טוב געפילטע! איך האב זייער הנאה פון דיינע תגובות, סיי פון די תוכן און סיי פון די וועג געשריבן, כה לחי!
פאר די רעקארד
📎 לייקס ראנגען.png
מזל טוב געפילטע!
א כבוד און פראכט פאר'ן שטיבל צו האבן געפילטע דא!
ברסלבערמזל טוב געפילטע! איך האב זייער הנאה פון דיינע תגובות, סיי פון די תוכן און סיי פון די וועג געשריבן, כה לחי!
און סיי פון זיין הארץ וואס העלפט ווען ער קען.
משה געצילמזל טוב געפילטע!
א כבוד און פראכט פאר'ן שטיבל צו האבן געפילטע דא!
מזל טוב זר זהב!
דיינע זיסע תגובות - די מערסטע אין צאל - איז מחיה נפשות (צימעס עקסקלאדעט), און דו פארדינסט ערליך דיינע צוויי טויזענט לייקס!
יעצט לאמיר זעהן א בילד פון דיינע זיסע קינדערלעך ווי זיי וואונטשען מזל טוב...!
זר 👍 👍 👍 👍
מזל טוב זר ביי 3000 בקרוב 👍 👍 האלט אן די גיטע ארבעט
we love you
אלץ א סאטמאר'ער וואס מ'האט געלערענט נישט צו נעמען די גאולה פאר די צייט, פארשטיי איך נישט לשמחה מה זו עושה? א שטייטער סוירטש האט מיר געוויזן אז איך האב נאך צו גיין 2 לייקס ביז 2000.
ציוניסטן אגודיסטן, המה כרעו ונפלו
מזל טוב געפילטע מזל טוב זר זהב הני צנתרא דדהבא ביידע זענען ווערט קעש!!!
נאך נישט אזוי זיכער. ס'קען זיין אז פון 1999 ביז 2000 וועט נעמען אפאר זומער חדשים און אינצווישן וועט מען ווישן שווייס.
ונזכה ונחיה.
עשיתי כדת.
וואוה! מזל טוב קופער! אזא שמחה, זאל דער אייבישטער העלפן, זאלסט שעפן נחת פון דיינע לייקס, און זיי פון זייערע קינדער און קינד'ס קינדער, עמו"ש.
קוקטס נאר קוקטס, דער זר זהב רוקט אריין לייקס מיט אן אימפעט, פאר גאנצע צוויי וואכן צוריק האט ער באקומען זיין צוויי טויזענסטער לייק, און יעצט האלט ער שוין קרוב צו 2300! חזק ואמץ!
האסט מיר אויסגעכאפט! כ'האב געוואלט לייקן דעם 2000'טן לייק, און געשריבן דעם תגובה הנ"ל נאר כדי לערבב את השטן עס זאל נישט שאטן קיין עין הרע ח"ו.
אבער עכשיו שזכינו, והשתא דאתית להכי, מזל טוב קופערניקוס אהובי וידידי, וידיד כל נפש השטיבל, דער מחותן הלייקס, אונזער ליבלינג, וואס האט דעם כח פון משמח זיין אידן בכל עת ועונה פון יעדן מצב!
דו דעזערווסט א עקסטערע מזל טוב, דו - און טאקע נאר דו - האסט באקומען אזויפיל לייקס אויף א איינצעלנע תגובה... מיר טוען זיך פאסמאקעווען מיט יעדע תגובה דיינע!
ה' יאריך ימיך ושנותיך, למען ייטב לנו ולבנינו עד עולם (כ'סאונד סעלפיש?) מיר זאלן האבן די זכי' דיר צו לייקן אונטער פרייליכע אומשטענדן מעתה ועד עולם!
שמעקעדיגדו דעזערווסט א עקסטערע מזל טוב, דו - און טאקע נאר דו - האסט באקומען אזויפיל לייקס אויף א איינצעלנע תגובה דיינע...
און דער בחור האלט נאך פאר 900 תגיוועס! ער איז א מועט המחזיק את המרובה.
וואו! קופערניקוס! דו ביזט דער מאדאל דא אין שטיבל! איך ווייס נישט וויפיל שווייס דו ווישט, אבער א שמייכל אויף מיינע לעפצן א יעדן טאג!
איך בין זיכער אז עס איז א גרויסע שמחה אין די עולמות העליונות ווי די גרויסע זיידעס -בראש וראשון נאך וועם דו הייסט- זענען פארזאמעלט אין די געהויבענע מינוטין און פרייען זיך מיט בעת חדותך!
קופערניקוס פאר דיר
[ציטאט אראפגענומען]
בנוסף צו אלע מעלות האבן מיר דא א גוטהארציגן געטרייען חבר, וואס וועט זיך אויסטון ס'העמד פאר יענעם!
שמעקעדיג איז אנגעקומען צו 3000 לייקס.
און אנדערע נייעס, G&G האט א בר מצוה ספעשל, גייקאו סעיווד אייך 15%, סליפפיס האט טייערע מאדראצן
און היינט איז די לעצטע טאג פונעם סעיל, יוסף א באנק גיט אייך טאקסידאוס 3 פאר די פרייז פון איינס אין אהאלב..
די טענדער לאוו ענד קעיר וואס שמעקעדיג גיט דא פאר אנ"ש איז אומגלויבליך, איך בין מקנא דיין ווייב.
את חטאי אני מזכיר, איך בין דא אנגעקומען אינמיטן די דיסקוסיא פון ערוך השלחן ווערסוס משנה ברורה. לעיקוואד (און איחוד) האבן מיר מכבד געווען מיט קאלטס און ווארעמס אזש כ'האב מיך געשפירט אויף א שלאכט זאנע.
כ'האב מיך געוואונדערט אויפ'ן סלאגאן "א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען", הזאת נעמי?
ווען נישט שמעקעדיג וואלט איך נישטא געווען היינט.
WOW! זה חלקי מכל עמלי.
מזל טוב שמעקעדיג, ווייניגער ווי 3 חדשים צוריק האבן מיר דיר געווינשען פאר די אלפיים, איך ווייס נישט אויב די טעג לויפן, אדער אויב דיינע לייקס וואקסן ווי אויף הייוון. עכ"פ וועל איך דיר וואונטשען וואס איך האב דיר דאמאלס געוואונטשען.
יה"ר שתזכה לעלות מעלה מעלה על בומתי הלייקים וירוו ממך חבריך וחברותיך רוב נחת בבגצבב"א.
שמעקעדיגקאווע שטיבל ווינטשט א הערצליכן מזל טוב פאר ידידינו היקר המתוק מדבש
מוה"ר קאווע טרינקער שליט"א
לרגל הגיעו ל"אלפיים לייקס" בלי עין הרע!!
ויה"ר שקרן הלייקים שלך יתרבו ויתרוממו למעלה למעלה עד אין מספר וירוו ממך חבריך רוב נחת דקדושה וירבו לייקיותיך כרימון ויתרוממו למעלה למעלה עד אין מספר!
קאווע, דו ביסט אונז מחיה יעדן טאג פון יאר מיט דיינע געשמאקע תגובות, אפילו אן צוקער איז דיין קאווע מתוק לחיך! מיט דיין סארקאזם, הומאר, און ברייטע ידיעות בתורה ומילי דעלמא איז א נחת דיר צו האבן דא אנבאורד!!
פוי, כבוד.