☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מזל טוב! 4000 לייק'ס!

מזל טוב! 4000 לייק'ס!

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4484
בלאט: 1 2

זר זהב » זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:32 am

· #140386
מזל טוב! 4000 לייק'ס!
מזל טוב פאר שמעקעדיג פאר די 4000 לייקס. (דזשעלעס)

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:35 am

· #140390
ביסטו זשעלעס אויף שעפעלעך'ס לייקס?

מזל טוב שמעקעדיג

טעפל » זונטאג אוגוסט 11, 2013 3:40 am

· #140407
מזל טוב ר' שמעקעדיג, איך ווייס נישט וואיזוי דיך צו באטיטלען, צו די רבי פונעם שטיבל צו די בעה"ב פון שטיבל, אבער איין זאך זיכער, דו העלפסט ארויס יעדען איינעם דא, איך בין בכלל נישט דזעלעס ווייל ס'קומט זיך דיר אזויפיל און נאך מער..

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 11, 2013 12:46 pm

· #140455
יישר כח וברוכים תהיו יעדער איינער ובראשם זר זהב.
זר זהב ולב זהב, מיט דיין גאלדן הארץ האסטו שוין געשאנקען מער לייקס ווי מיר, און דאס איז וואס קאונט.
באקמענע לייקס קען איך נישט איינקעשן, געגעבענע לייקס פארדינט מען גן עדן. (דזשעלעס)

I'm back » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 7:39 am

· #140933
שמעקעדיג
יישר כח וברוכים תהיו יעדער איינער ובראשם זר זהב.
זר זהב ולב זהב, מיט דיין גאלדן הארץ האסטו שוין געשאנקען מער לייקס ווי מיר, און דאס איז וואס קאונט.
באקמענע לייקס קען איך נישט איינקעשן, געגעבענע לייקס פארדינט מען גן עדן. (דזשעלעס)


@שמעקעדיג, געב מיר דיין פעסווארד און איך וועל לייקן תגובות פאר דיר. טאמער ווילסטו נישט, מיינסטו נישט ערענסט אז ביסט דזשעלעס.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:18 am

· #140965
פארשטייסט נישט,
יעדער לייקט דארט וואו ער פארשטייט אדער ער האלט עס פאסט,
ווי מער גאלדן די הארץ איז, אלץ מער לייקט מען. סתם איך זאל לייקן האט דאך נישט קיין פשט.
(בפרט אז איך לייק נישט ע"פ רוב אין צימעס, משא"כ אנדערע לייקערס).

סאשי פיש » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 6:25 pm

· #162350
איך וויל אנוואונטשען א מזל טוב פאר מיין ברודער @געפילטע פיש לכבוד 4000!! לייקס!! וואס ער האט באקומען!!

ער האט עס ערליך פארדינט מיט זיין גרייטקייט צו העלפען איעדעם איינעם מיט טעכלנאגישע פראגעס און הילף און זיין חוש צו הומאר איז לאכעדיגע נייעס!!

אין איין ווארט @געפילטע פיש איז פון די עמודים פונעם שטיבעל!!
גיי אן ווייטער אונז צו באריייכערען מיט נאך ידיעות וכו׳

החותם סאשי פיש

smart » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 6:30 pm

· #162352
מזך טוב געפילטע! השית יעזור שיצליח וירבו עוד ועוד לייקס!

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 11:41 am

· #162470
שקויך סושי, טאקע א פאסיגע וואך צו באקומען דעם פיר טויזענסטן, די ארבע מאות איש עמו, פיר הונדער יוד'ן איז דאך פיר טויזענט, זאל דער פון אויבן טאקע העלפן, ס'זאל טאקע זיין למצא חן בעיני אדני.

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 11:58 am

· #162472
מזל טוב מיין פעיוואריט געפילטע פיש!! געווענליך ביי שלש סעודות האט שוין די געפילטע פיש א שטיקל נאכ'טעם און ווערט שוין אביסל 'שמעקעדיג'... אבער ביי אונזער באליבטע געפילטע פיש - אינאיינעם מיט א גוטן קאווע פון שטיבל - איז גאר פארקערט, כל זמן שמזקינים ווערט עס בעסער און בא'טעמ'טער, ממש ווי דער יין המשומר, און עס איז צו ערווארטן אז דו וועסט שטייגן און אונז מהנה זיין נאך מער מעתה ועד עולם!

YOU ROCK

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 6, 2013 2:38 pm

· #166740
מזל טוב מורינו @קאווע טרינקער לרגל דיין 4000 לייקס!!!!!
דיין שרייבערישע טאלאנטן שיינען, סיי ווען די ניצט דיין פעדער צו שרייבן, און סיי ווען דו ניצט איר שפיץ צו שטעכן! 😃

קאווע טרינקער » פרייטאג דעצעמבער 6, 2013 3:58 pm

· #166744
אי"ה ביי דיר אויף שמחות בקרוב.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 2, 2014 11:32 am

· #209176
@יאיר האט געמאכט א שמחה א וויילע צוריק, ער האט געבוירן 4000 לייקס, אבער קיינער פון אונז האט זיך נישט משתתף געווען...
קיין טענות קען ער נישט האבן, ווייל ער האט אונז נישט געלאדענט; אבער מריחוק מקום ומקירוב הלב, שרייעט זיך ארויס פון הארצן, אשרי עין ראתה, וואויל איז די אויגן וואס האבן געזעהן די אויגן וואס ליינען יאיר'ס שיינע טיפזיניגע שכל הישר'דיגע תגובות, און כאטש איך בין נישט איינשטימיג מיט אלע זיינע שיטות און השקפות וועלכע איז צומאל אקעגן מיין חינוך, פארט איז א געשמאק צו ליינען זיינע מיינונגען וועלכע קומט ארויס מיט געמיטליכקייט און א שפריץ מיט הומאר, ודברי חכמים בנחת ישמעון.

מזל טוב מזל טוב, כן ירבו.......

יאיר » מיטוואך יולי 2, 2014 11:46 am

· #209182
א שיינעם דאנק, שמעקעדיג, און ש'כח פאר'ן קומען. קיין קוגל איז שוין נישט איבערגעבליבן, און די זשינזער עיל איז שוין אויסגעוועפט, אבער קאווע איז נאך דא אין גרויסן, לכל מאן דבעי, און איך נעם נאך אן מזל טוב'ס בחפץ לב.

אפטעמיסט » מיטוואך יולי 2, 2014 11:48 am

· #209184
אינטערעסאנט אז די אויבער חכמים וואס זענען העווי אויף ב"ק, ווען ס'קומט אבער צו לייקס מאכן זיי יעדע פאר חדשים נאך א שמחה.

סאשי פיש » מיטוואך יולי 2, 2014 11:51 am

· #209185
מזל טוב @יאיר!
איך גלייך דיך זייער.
אפשר לכבוד די שמחה שרייבסטו עפעס אן גוטע אשכול, די יאר האט זיך אינגאנצען אנדערש פארברענט די לולב ערב פסח, אפגערעט אז איך בין געבליבען מיט אזא איינדרוק פון פסח.
החותם בשמחה סאשי פיש

ישמעאל הכהן » מיטוואך יולי 2, 2014 12:04 pm

· #209190
מזל טוב יאיר.
שמעקעדיג
@יאיר האט געמאכט א שמחה א וויילע צוריק, ער האט געבוירן 4000 לייקס, אבער קיינער פון אונז האט זיך נישט משתתף געווען...
קיין טענות קען ער נישט האבן, ווייל ער האט אונז נישט געלאדענט; אבער מריחוק מקום ומקירוב הלב, שרייעט זיך ארויס פון הארצן, אשרי עין ראתה, וואויל איז די אויגן וואס האבן געזעהן די אויגן וואס ליינען יאיר'ס שיינע טיפזיניגע שכל הישר'דיגע תגובות, און כאטש איך בין נישט איינשטימיג מיט אלע זיינע שיטות און השקפות וועלכע איז צומאל אקעגן מיין חינוך, און אויך קעגן זיין חינוך... פארט איז א געשמאק צו ליינען זיינע מיינונגען וועלכע קומט ארויס מיט געמיטליכקייט און א שפריץ מיט הומאר, ודברי חכמים בנחת ישמעון.

מזל טוב מזל טוב, כן ירבו.......

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 2, 2014 12:23 pm

· #209195
מזל טוב יאיר. איך וועל קומען צו די קידוש אויב ס'איז דא א פילע מחיצה. לאל.

הוגה » מיטוואך יולי 2, 2014 1:04 pm

· #209206
אפטעמיסט
אינטערעסאנט אז די אויבער חכמים וואס זענען העווי אויף ב"ק, ווען ס'קומט אבער צו לייקס מאכן זיי יעדע פאר חדשים נאך א שמחה.


@אפטעמיסט, איינער פון מיינע קינדער האט מיר תמימות'דיגערהייט אויפמערקזאם געמאכט וואס גייט פאר מיט מיינע חברים, איך בין שוין לאנג נישט געגאנגן צו א קידוש אדער זכר פון א חבר. True story.

קאנגראטולאציעס, @יאיר. ס'מיין ארבייט, כאטש האלב פון די לייקס.


.

כוכב » מיטוואך יולי 2, 2014 1:22 pm

· #209211
א מזל טוב פאר @יאיר
הויפט משכיל דא ס'קלאר
לינק שבלינק
מיט א שארפן צינג
סאיז אבער אלעס א שפיל
פרום איז זיין ציל
א גרויסע וואלענע ציצית
ערב פסח מצות האבן ער מוז עס
א קאפל א ברייטער
שבת, שבח שרייט ער
זוכט די שניט פוןן די חלה
שאקלט זיך יעדע וויילע
קיינמאל קיין בלוטס טראפ ער עסט נישט
די נעגל וואסער חלילה טרינקען, ער פארגעסט נישט
גוד הנשה נישט צו זיין אפעטיט
און געוויס נישט מקדאנלדס חלב אדער בלוט
בלויז פון קריוס זשארזש איז ער זשעלעס
וויל אויך באנאנאס
אויף די דראנטן טאנצן
מיר פארגינען אים אינגאנצן
שאפטס אים א זיץ באקוועם אין די זא
מאנקי סי מאנקי דא

פליקער » מיטוואך יולי 2, 2014 1:31 pm

· #209213
מזל טוב @שמעקעדיג
אזוי אימבאמערקטערהייט אריבער געהיפט אכט טויזענט לייקס
איך וויל דיר וואונטשען אז ס'זאל זיך לייקן א לייקאכץ ביז איבער הינדערט צוואנציג טויזענט לייקס, מיר ווייסן אלע דיין קאכעדיג הארץ פאר א איד, הלוואי ווען מיר קענען זיך וועין, הלוואי ווען מיר וואלטן געוויסט ווער דיין כבוד איז און מיין טעיגלעך לעיבן, מיר וואלטן זיכער געוועין גאר גיטע חברים, איך קען קוים ווארטן ווען משיח וועט דיך ארויף ריפן אויבן אן, ער וועט אויס שרייען יעאהההההההההמויד, מורררההררה"ר רעב שמעקעדיג לחתן ה'עפעס מעיבי חתן השטיבל, איך וועל שטיין דארט ערגעץ אינטען אן, מיין הארץ וועט פלאצן ווען איך ווען פינדע ווייטענס בארגען א שפאקיוו פון א שכן, ווייל איך וועל זייער וועלן וויסן ווער דאס איז, איך וועל שיעור נישט אויסגיין ווען איך וועל געוואויר ווערן ווער איז געוועין, די אלע גלות יארן אזעלעכס פארפאסט.

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:03 pm

· #235164
טייערע חברים, יישר כח!

לית דין בר נש » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:07 pm

· #235168
אוי רויטע איך קען נישט קיין פאזיע וועל איך מיזן שרייבן פשוטע אידיש
יישר כח פאר דיין ארבעט דא אין שטיבל און פאר יעדע תגובה באזונדער
יעדע לייק איז זיך דיר געקומען און נאך מיט פראצענטן
כה לחי מיר וועלן זיך ווידער זעהן בקרוב ביי 5000

לית דין בר נש » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:10 pm

· #235169
@כוכב @אפטעמיסט ווי זענט עטץ ווען מען דארף ענק?

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:40 pm

· #235177
ביטע, הלעיטני נא מן האדום האדום הזה, כי טובים דודיך מיין, על כן קרא שמו אדום, ווי איינער האט שוין געשריבן, רויטע איז געווארן די נייע בלאנד, דער רויטע איז דאך עפעס א אומנאטורליכע אססעט פארן שטיבל שלא נראה כבושם הזה, די איינציגסטע פראגע איז פארוואס ער האלט נאך ביי 4000 לייקס, ווען ער וואלט שוין געדארפט האלטן איבער 20 טויזענט, מיט הומאר, און פאעזיע, און גלייכווערטלעך, און עצות ישרות ונכונות, וואס יעדע איינע כדאי לעצמו צו צוקושן,

רויטע זאלסט וויסן WE LOVE YOU, כאטש איך ווייס אז דיין פנים ווערט אויך רויט אינאיינעם מיט די וואנצעס ווען מען טיילט דיר אזא כבוד, איז אבער ההכרח לא יגונה, מיר מוזן ארויסלאדענען די געפילן פון טיפן הארץ, ביסט באמת א איש האשכולות אין אזויפיל הינזיכטן, מיר זענען זיך מחיה מיט דיר, און דעריבער וואונטשן מיר דיר א הארציגן מז"ט פאר די 4000 וועל-דעזערווד לייקס, און מיר האפן בקרוב צו וואונטשן ביי נאך אפאר אלפים, און הפאענטליך וועלן מיר פראווען א ווארימע מסיבת לחיים, אפשר גאר ביי מיר אין בעיסמענט...

ווי אזוי פלעגט ר' שמואל ענדיגן? כה לחי!!

אפטעמיסט » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:59 pm

· #235186
עצות, טיפס און הדרכה פאר די 4000 לייקס מסיבה
1) קומען אין צייט. דרך ארץ קדמה לתורה.

2) רעדן אפן צו די קינדער דערוועגן. נישט פרובירן צו באהאלטן.

3) מקרב זיין די ביישנים

4) ארויסווייזן לאוו פאר גאט און די מענטשהייט

5) נישט פארקן ביי קיין פאמפס אפילו איר האט טשערי לייטס. דינא דמלכותא דינא.

ברסלבער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 5:18 pm

· #235303
א פערזענליכע מזל טוב פאר רויטע. יעדע לייק ערליך פארדינט. אי"ה בקרוב ביי 5000.

לית דין בר נש » זונטאג יאנואר 4, 2015 2:22 pm

· #245693
מזל טוב @לעיקוואד צו דיין 4000סטע לייק
כה לחי

כוכב » פרייטאג מערץ 27, 2015 12:20 pm

· #262303
האלב פון מיינע לייקס זענען שלא ביושר, שיריים פון דער שושנים סומאטוכע, אבער שוין.
די שמחה וועט געפראוועט ווערן נאך וואס "פה-סח" ערשיינט צום דרוק.
(דיין ארטיקל איז גרייט?)

לית דין בר נש » פרייטאג מערץ 27, 2015 12:23 pm

· #262305
עס איז ביושר
פאר די ארבעט וואס די לייגסט אריין קומט זיך אז אלע לייקס זאל בלייבן ביי דיר

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 19, 2015 10:35 pm

· #277101
הער נאר, סטאפ פארפירן,
ווייסטו וואס, לאמיר זעהן, געמיר די ברילן דארט.

איך זעה גוט?
לאמיר עס אריינקוועטשן ביי די נאז, מיטן מיטלסטן פינגער, און פארקנייטשן דעם שטערן.

יאפס, דאס איז עס. כ'האב גוט געזען.
זעהסטו, שרה, כ'דארף נישט קיין ברילן, כ'זעה גוט אזוי אויך. הער אויף פייניגן.

קוק אהער, איך האב באמערקט אז @אנאנים האלט שוין ביי 4,000, הערסטו שרה? דאס איז א 4 מיט דריי באליס דערנעבן. יאפ, גאנצע 4 טויזענט.
ניין, נישט דאלער, זיסקייט! נישט די סטאקס קוק איך יעצט. איך רעד פון לייקס. אותות של אהבה.
4,000 מאל האט ער דערפרייט און מחי' געווען אידישע נפשות!
דו ווייסט וואספארא גאניידן דער באקומט? הא שרה? האלסטו מיר האבן נאך א טשענס צו זיין א שכן דארט מיטן אנאנים?

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך מאי 20, 2015 12:19 am

· #277143
Re: מזל טוב! 4000 לייק'ס!
מזל טוב

רויטע וואנצעס » מיטוואך מאי 20, 2015 12:35 am

· #277152
@אנאנים שנעלער ווי די ניוז
איבעראל קומט אן זיין נאז
דערשמעקט די הייסע ווארע ווען פריש
דעקט אויף סחורה פון אונטערן טיש
לינקס און קליפס אויף טעפטאלק
נייעס און בילדער אין באלק
געטריי צו זיין קהלה מיט אן בייעס
רעפארטעט די הייסטע נייעס
אויך מיט ישרות צום זאך
מיט מדות ישרות אסאך
מיט 4000 לייק סאלדאטן שטאלצירן
צו אבותות אהבה טו טראנסלירן.

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מאי 20, 2015 12:39 am

· #277154
Re: מזל טוב! 4000 לייק'ס!
[ציטאט אראפגענומען]

גם אני מצטרף לדברי אנאנים

ווי אויך מיין ערשטע לייק איז געוועהן פאר אנאנים

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מאי 20, 2015 12:41 am

· #277157
Re: מזל טוב! 4000 לייק'ס!
בשעת שרייבן טראכט איך צו מיר אז די גאנצע לייק מעשה דא דערמאנט מיך ווי לייפס ביי קענדי קראש.

באט דוינט געט מי ראנג יעס א קלאפ אין פלייצע/ לייק איז א לייף

כה לחי ברודערליך

טשולענט » זונטאג מאי 31, 2015 12:34 pm

· #279271
מזל טוב ידידינו ר' יואב לרגל דעם 4000'סטע לייק

ערליך פארדינט!! איין תגובה שטערקער פון דאס ענדערע! איך גלייב אז רוב רובם פון די לייקס זענען געקומען נאך א ווילדע געלעכטער אויסברוך פון די חברי השטיבעל.

דו האסט געברענגט 'הומאר' צו א דרגא ווי קיינמאל בעפאר, מייסטער ווערק.

קיפ איט אפ! מזל טוב!

שמעקעדיג » זונטאג מאי 31, 2015 1:03 pm

· #279280
מזל טוב יואב!!!

ברסלבער » זונטאג מאי 31, 2015 1:29 pm

· #279289
מזל טוב @יואב, זאל דער אייבערשטער דיר באגליקן כפל כפלים פון די פילע שמייכלען און הנאה וואס דו האסט אונז געגעבן.

געוואלדיג » זונטאג מאי 31, 2015 2:04 pm

· #279297
ר' יואב, מיט נחת און פרייד געזונטערהייט צום 5000.

כוכב » זונטאג מאי 31, 2015 3:04 pm

· #279317
ר' יואב ר' יואב, א שמחה אין שטעטל, יואב איז פון די רעספעקטירסטע און באליבסטע ניקים, מיט זיין גאלדענעם פעדער, מיט זיין היסטארישע הומאר קראפט, מיט זיין בריליאנטענע מדות, מיט זיין זיסן קלארן שפראך און ציכטיג ריינעם גראמאטיק.
ועל כולם שטייט יואב ארויס מיט זיין ברייטן פארשטאנד און זעלטענע טאלעראנץ צו אלעמען אלעמאל.
איך קען נישט מער ווי איבערחזר'ן צו דער יעצטיגער געלעגנהייט וואס איך האב שוין געשריבן דורכאויס אלע צייטן ווען אימער עס כאפט מיר א התפעלות פון יואב וואס איז יעצט אקטועל פונטק ווי אלעמאל און נאכמער:
כוכב
אלא פריקן יואב אכבאר!

כוכב
ליינט די וואונדערליכע פאעזיע פון @יואב

כוכב
יעדער איז מסכים אז ממעג און מ'זאל אמאל ארויפברענגען אן אלטע שמייכל אשכול פון יואב.

כוכב
דעם בארימטן פאעט @יואב, פארפאסער פון אומצאליגע פאעזיעס.

ועל כולם וואס איך האב געשריבן לרגל די שמחה הגדולה ביים ערהאלטן 3000 לייקס:
כוכב

מומע יענטל גרייט שוין די גרויסע טעפ, ר' מאטל האט שוין אוועקגעלייגט א פיינע קרים מאלאגא, ר' משה יענקל האט שוין געלייגט אן אויג אויפ'ן אויבן אן, א בענקל נעבן די קרעימעש קעיק, אלעס גרייט זיך צום גרויסן שמחה ביים בדחנא דמלכא, חכימא דיהודאי, אב בחכמה ורך בשנים, משמח אלוקים ואנשים, עט סופר מהיר במלאכתו, מרן
@יואב
צום דערגרייכונג פון 3000 לייקס (בערךנאך א תגובה א האלב) כן ירבו.
יואב איז די קעניג פון לייקס, קעווין אלערי וואלט זיך מחי' געווען מיט אזעלכע מארזשינס, שטייענדיג אונטער 1000 תגובות, נומערן וואס מ'האט שוין נישט געזען זינט די קופערניקעס עפאכע.
יואב פארפאסט נישט א געלעגנהייט פון ארויפברענגען אויף אונזערע לעפצן א שמייכל, אבער בד בבד זענען זיינע תגובות מלא מדע וחכמה ושכל הישר פון וואס אלע זענען אזויפיל נהנה.
גלייכצייטיג בעטן מיר דעם שר צבא ה', פליז גיי נישט או. טי. די., די ראדני שאלעשסידעס בילקע איז טאקע נישט אזוי צום הארצן, אבער מיר פארגינען דיר נישט פאר יאשקע.

יואב
א שטיק לאוו
אין די *** קיין כואב
חלילה נישט קיין נ***
שרייבן דו וועסט מער איך האף
אזוי אמת אן קיין בלאף
ווייך ווי פוטער נישט טאף
און די וואלף האט געמאכט פאף
וויפיל דו שרייבסט, איז נעווער ענאף

א פעטיציע ווערט יעצט געגרינדעט אויף וויייסע הויז פינטל קאם אז דער פפרעזידענט זאל פערזענליך אינטערווענירן ביי יואב ער זאל צוריק נעמען דעם פעדער אין דער האנט ארייןץ
אן אינטערוויו מיט די הויפט עסקנים שפילמאן, פאלאטשעק, ווידער און געשטעטנער ווערט ערווארטעט ביז געציילטע מינוטן אויף קול מבשר.
די עסקנים וועלן עפענען אימעילס אדרעסן מיט די דאמעין פון @חברים פאר אלע וואס האבן נישט קיין אימעיל אדרעס.
(אויב ווילט איר אייער אידענטיטעט זאל בלייבן אין געהיים קענט איר זיך רופן קניידל-זופ וד"ל).

יואב » זונטאג מאי 31, 2015 3:54 pm

· #279328
אה! יאאאמממיי. מאמי, דאף נאך!

שכח אלע פאר די ווארימע ווינטשן.

סאשי פיש » זונטאג מאי 31, 2015 4:21 pm

· #279340
Re: מזל טוב! 4000 לייק'ס!
מזל טוב יואב
נישטא קיין קנאה ווייל דו האסט עס ערליך פארדינט

רויטע וואנצעס » זונטאג מאי 31, 2015 10:56 pm

· #279459
שש, wow, שיינע קונסטווערק.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 31, 2015 11:50 pm

· #279468
ש'יין ש'טיקל משזר

רויטע וואנצעס » מאנטאג יוני 1, 2015 7:26 pm

· #279643
מזל טוב לידידינו @יואב הצחות הישר וההפוך האהוב וחביב הנחמד והנעים הליצן הנורא והאדיר המתוק ומקובל וטוב ויפה. הדבר הזה, די גאלדענע דיבורים, עלינו לעולם ועד.

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 10:28 am

· #299501
פשיהא דו פרעסט לייקס ווי א איד ביים אויספאסטן..... כן ירבו..!!

רוסישער » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 10:41 am

· #299502
שבע חכמות לפניו נהירין
ששה סדרים לפניו סדורין

מחקרים וספרים בולע בשקיקה
שגשוג אתרנו באוצרותיו תלויה
זכרונו כבור סיד שאינו מאבד טיפה
רב תודות להאי ספרא וסייפא, ד' אלפי לייקס לו יאה

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 12:23 pm

· #299517
וואס דארף מען אזעלכע קאמפליצירטע זאצן ראשי תיבות,
איך קען עס מאכן זייער פשוט, קורץ און שארף:

שיינער שרייבער,
מייסטער שריפטשטעלער זייער רייך

קאווע טרינקער » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 1:50 pm

· #299535
זאל רעגענען שכועך'ס שכועך'ס מיסטער שש

בעל מדות » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 2:34 pm

· #299545
אנאנים מזל טוב! ביזט איין שטיק קאווע שטיבל!
בלאט: 1 2