☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שלינגען אדער רעדן?

שלינגען אדער רעדן?

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5666

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 12, 2014 4:23 pm

· #175805
שלינגען אדער רעדן?
דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים.
דאס איז א גוטע עצה ווען מ'האט א דאגה,
וואס איז אבער ווען מ'האט הארץ פארקלעמענישן, מ'עסט זיך דאס געזונט איבער א געוויסע מצב
אין אזוינע פעלער איז כדאי צו רעדן? וואס איז מיט לשון הרע?
זיך אויסרעדן (נישט אויף צו הערן עצות) האט א תועלת?
אדער איז בעסער צו האלטן די ווייטאג ביי זיך?

למשל יעצט האב איך א "דאגה", און איך פרעג אן ביי די חברים דא, אויב ס'איז ראוי צו קרכעצען הויך ווען ס'איז נישט קיין דאגה, נאר סתם יסורים.
איר פארשטייט די חילוק?

איש עברי » זונטאג יאנואר 12, 2014 4:56 pm

· #175809
רעד דיך אויס קאווע טרינקער טייערע, לאמיר זיך זעצן אויף א גלעזל קאווע און איבערשמועסן דיינע יסורים, איך זאג דיר צו אז סוועט דיר לייכטער ווערן.
פתח פיך....

ברסלבער » זונטאג יאנואר 12, 2014 5:01 pm

· #175813
דאגה - נעמט אריין אויך הארץ-עסענישן, ישיחנה לאחרים - איז לאו דוקא ווייל יענער וועט געבן אן עצה.
אז מען רעדט ארויס די הארץ-עסענישן פאר א צווייטן ווערט שוין בעסער אויף די געוויסן.

פארשטייט זיך נאר אן נעמען, אזוי איז נישט קיין פראבלעם וועגן לשון הרע.

און ווי האט יענער געזאגט? ער עסט נאר געזונטע זאכן. זיין געזונט, זיין ווייבס געזונט, זיינע קינדערס געזונט...

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 12, 2014 5:14 pm

· #175814
ברסלבער, מקורות ביטע.

מצטמק ויפה » זונטאג יאנואר 12, 2014 5:22 pm

· #175817
זיך ארום דרייען מיט א דאגה ביי זיך אין בויך איז זייער נישט קיין געזונטע זאך, ווייל ווילאנג עס איז נאכנישט ארויס פון דיין מויל, איז דער מענטש געווענדליך זייער אנגעגעסן, און דעמאלטס קען מען נישט טראכט'ן קלאר, משא"כ נאכ'ן זיך אויסרעדן, אפילו יענער האט דיר נישט געהאלפן, אבער די וועסט זיך שפירן אסאך מער רואיג און טראכט'ן פאסעטיוו וועג'ן די נושא.

בנוגע לשון הרע אן א נאמען, איך מיין אז עס איז א טעות וואס דער עולם האט, אויב געדענק איך גוט האלט דער חפץ חיים אז אפילו אן א נאמען איז אסור .

פיטומי מילי » זונטאג יאנואר 12, 2014 6:27 pm

· #175836
קאווע,
זאג יא מיט נעמען !

פיטומי מילי » זונטאג יאנואר 12, 2014 6:34 pm

· #175839
איך בין זיכער ווער זיי האבן דיך מצער געווען זענען נישט קיין חידוש בעולם הרשעים, קענסט רואיג זאגן נעמען

shem-tov » זונטאג יאנואר 12, 2014 7:46 pm

· #175852
אוי איז דאס א פארווייטאגטער פרשה. די משנה זאגט ולא מצאתי לגוף טוב יותר משתיקה זעהט מען אז סוכ"ס איז יא אסאך מאל גוט צו זיין שטיל אבער געדענקן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט. וידום אהרן. פון די אנדערע זייט איז דאך שעדליך זיך צו עסען. אפשר פארדעם האט דער אייבערשטער באשאפן דעם שטיבל אז מען זאל זיך קענען גיט אויסשמועסן אונזערע פראבלעמן אן דערציילן אלע פרטים. גלייבט מיר איך טו עס אסאך מאל און א דאנק אייערע תשובות, אפי די קריטיק, ,ווערט מיר פארלייכטערט די הארץ. רעדט קאווע רעדט
מיר וועלן דיר פרובירן צו פארשטיין

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 12, 2014 7:49 pm

· #175853
וידום אהרן איז כלפי שמיא.
לא מצאתי לגוף וכו' איז יא א גוטע מקור צו זיין שטיל.

יאיר » זונטאג יאנואר 12, 2014 8:01 pm

· #175858
קאוועלע, איך האב אן עצה. דו רעד נאר וויפיל לשון הרע עס גייט, דערנאך וועל איך רעדן איין לשון הרע אויף קאוועלע, אזוי וועלן אלע דיינע עבירות - אריינגערעכנט די לשון הרע'ס - אריבערגיין אויף מיין פלייצע, און דו קענסט זיין רואיג. ואני כאשר שכלתי שכלתי, וואס טוט מען נישט אז א אידיש קינד זאל ווערן לייכטער אויפ'ן הארצן.

הילל » זונטאג יאנואר 12, 2014 8:17 pm

· #175864
קאווע טרינקער
זיך אויסרעדן (נישט אויף צו הערן עצות) האט א תועלת? אדער איז בעסער צו האלטן די ווייטאג ביי זיך?

פון דיינע ווערטער איז משמע ווי גלייך דאס זיך אויסרעדן צו אנדערע איז כדי צו באקומען עצוות, אבער דאס איז א טעות. זיך אויסרעדן העלפט אין יעדע סיטואציע. דער פאקט אליין אז יענער הערט דיך אויס און געט דיר דעם געפיל אז ער פארשטייט דיך, דאס איז א גוטע פילינג פאר יעדן מענטש אין יעדע סיטואציע און דאס איז די וויכטיגסע.
דעם יסוד דערפון דארף באמת א לאנגע אפהאנדלונג צו אויפקלערן דעם טעות וואס זייער אסאך מענער מאכן. זיי מיינען אז ווען א צווייטער (די ווייב) רעדט זיך אויס, מיינט עס אז זי דארף יעצט עצות. זיי פארגעסן אז די ערשטע און וויכטיגסטע זאך איז סתם צו ווייזן מיטגעפיל, זאגן "יוי, עס האט דיר באמת געמוזט זיין אזוי שווער", אדער "נעבעך, איך פיל עכט שלעכט פאר דיר" און אזוי ווייטער. די מיטגעפיל, דיין פולע אטענשאן צו איר יעצטיגע נארישע פראבלעם, דאס דארף זי ווי לופט צום אטעמען. נאר נאכדעם קענסטו אנהייבן געבן דיינע גוטע עצות , און אסאך מאל דארפן זיי דאס בכלל נישט. אויב זי וויל ענדיגן זיך אויסרעדן און דערציילן ווי שווער עס איז איר געווען, און דער מאן האקט איבער מיט "אקעי, אקעי, בקיצור, ס'האט דיר גענומען א האלבע שעה און האסט זיך נישט געקענט אן עצה געבן, אקעי, הער מיך גוט אויס, נעקסט טיים זאלסטו נישט זיין קיין נאר און זאלסט .... וכו' וכו'" די קלוגע עצה איז איר די גרעסטע פראסק אין פנים און זי האט באקומען זירא וואס זי האט געוואלט פון דיר האבן מיט דעם גאנצן שמועס: דיין מיטגעפיל. לאז איר אויסרעדן, ווייז דיין אינטרעסע און ווי שטארק דו שוינסט איר, ווייז ווי דו באגרייפסט ווי שווער עס האט איר געמוזט זיין, און דאס וועט איר אויפלעבן, דאס וועט איר העלפן מיט איר שווער פעקל און געבן דעם גוטן געפיל אנצוגיין ווייטער.
דאס איז אלץ זיך אויסרעדן, אבער די חלק פון לשון הרע ווייס איך נישט. מ'קען געווענליך רעדן אן ספעסיפיקס. און קיין ראיה פון לא מצאתי לגוף טוב יותר משתיקה, מוז נישט זיין קיין ראיה, וווייל אויב דיין גוף פילט אין דעם פאל אז דו ווילסט זיך יא אויסרעדן און שפירט בעסער אזוי, איז דאס רעדן אפשר יעצט בעסער.
דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים מיינט אויך מסתמא נישט אז מען זאל זיך אויסרעדן צו אנדערע כדי מען זאל פון זיי באקומען עצות, ווייל אויב יא וואלט דאך ענדערש געדארפט שטיין "דאגה בלב איש ילך אצל חכם העיר וישאל עצה". אבער ניין, עס שטייט סתם ישיחנה לאחרים, סתם זיך אויסרעדן צו אנדערע, סיי וועם, איז משמע דערפון טאקע ממש ווי איך האב געזאגט אז דאס אליין זיך צו אויסרעדן צו אנדערע דאס איז די סאלושען, דאס מאכט פילן בעסער. די עצות, דאס איז שוין א באזונדערע מסכתא וואס מ'קען גיין צו איינעם וואס קען געבן גוטע עצות, נישט סתם לאחרים.

פיטומי מילי » זונטאג יאנואר 12, 2014 8:34 pm

· #175869
נאך די אלע מעשיות ליגט דיין פעקל נאך אלץ אויף דיר, געב שוין אלעס ארויס אין לאז גארנישט איבער פאר דיר

מאטי » זונטאג יאנואר 12, 2014 8:35 pm

· #175870
יאיר
קאוועלע, איך האב אן עצה. דו רעד נאר וויפיל לשון הרע עס גייט, דערנאך וועל איך רעדן איין לשון הרע אויף קאוועלע, אזוי וועלן אלע דיינע עבירות - אריינגערעכנט די לשון הרע'ס - אריבערגיין אויף מיין פלייצע, און דו קענסט זיין רואיג. ואני כאשר שכלתי שכלתי, וואס טוט מען נישט אז א אידיש קינד זאל ווערן לייכטער אויפ'ן הארצן.

איך ווייס נישט אויב דאס ארבייט אויף באשטעלונג. כ׳מיין ס׳ארבייט נאר ספאנטעניוסלי

הילל » זונטאג יאנואר 12, 2014 8:37 pm

· #175872
ברסלבער, יעצט זע איך אז איך האב געזאגט ממש ווי דו האסט שוין פריער געזאגט. שוין, אויסמעקן וועל איך נישט...

diff » זונטאג יאנואר 12, 2014 8:43 pm

· #175873
אזוי וועלן אלע דיינע עבירות - אריינגערעכנט די לשון הרע'ס - אריבערגיין אויף מיין פלייצע,
Why?. Are aviros like a ball game!1

מאטי » זונטאג יאנואר 12, 2014 8:45 pm

· #175875
ומשמע ודומה ומשא... ביסט געשלאפן ווען דער מגיד שיעור האט דאס געזאגט?

diff » זונטאג יאנואר 12, 2014 9:23 pm

· #175892
No! he slept, What sense does this make

מצטמק ויפה » זונטאג יאנואר 12, 2014 10:38 pm

· #175927
quote="מצטמק ויפה"
בנוגע לשון הרע אן א נאמען, איך מיין אז עס איז א טעות וואס דער עולם האט, אויב געדענק איך גוט האלט דער חפץ חיים אז אפילו אן א נאמען איז אסור .[/quote]

טעות לעולם חוזר.
איך האב נאכגעקוקט אין חפץ חיים ער שרייבט אז אן א נאמען איז אסור נאר ווען מען גייט פארשטיין פון די מעשה, פון וועם מען רעדט, אבער אויב נישט, איז לכאורה משמע אז עס איז איז נישט קיין איסור.

דא האט איר זיין לשון: כלל ג הלכה ד': " איסור סיפור לשון הרע הוא אפילו אם אינו מבאר בעת הסיפור את האיש שהוא מדבר עליו, רק הוא מספר סתם, ומתוך ענין הסיפור נשמע להשומע על איזה איש כיון המספר הזה, בכלל לשון הרע הוא.

וחלופיהן » מאנטאג יאנואר 13, 2014 2:08 am

· #175960
קאווע, פון איין דאגה האסט דו שוין געמאכט א צווייטער דאגה. דו זאג און דערצייל און רעד און דו וועסט זען ווי עס וועט דיר לייכטער ווערן. אפשר נאך עס אפשרייבן וועסט דו שוין מיט דעם אליין זיך בעסער שפירן. און אז נישט לייג עס דא ארויף און איבער דעם לשון הרע וועסט דו קלאפן על חטא ענאדער טיים. חייך קודמין.

טעפל » מאנטאג יאנואר 13, 2014 9:56 am

· #175967
קאווע איך האב אן עצה, קאנטעקט מיך פרייואט און גיס אויס אלעס..ס'וועט דיר שוין בעסער מאכען אויפן הארץ..

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 25, 2017 12:13 am

· #372306
אלץ בלייבט ביים אלטן

בן אדם » דאנערשטאג מאי 25, 2017 9:14 am

· #372329
אז ס'בלייבט ביים אלטן איז נאך גוט, ווייל ביי מיר בלייבט עס בכלל נישט ביים אלטן, ס'איז נאר מוסף והולך און ס'וואקסט אן אויפהער..