ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!
384 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7133
קדש הילוליםאון די גאולה נישט?!
אלעס איז בעת שיעלה הרצון. אבער תחיה"מ האט נישט מיט די גאולה. עליית עזרא איז אויך גווען א גאולה אין נישט גווען תחיה"מ.
https://www.youtube.com/watch?v=4WUF8JBSS8k#t=1856חיים ווייצמאן פאר די UN 1947
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=4WUF8JBSS8k#t=2121">https://www.youtube.com/watch?v=4WUF8JBSS8k#t=2121</a>
UN VOTE
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=4WUF8JBSS8k#t=2426">https://www.youtube.com/watch?v=4WUF8JBSS8k#t=2426</a>
U.S. Presidents Harry Truman
היימישער ליטוואקקדש הילוליםאון די גאולה נישט?!
קיין שייכות!
(זענט איר חוזר?)
כפירה(אז די גאולה וועט נישט זיין בעת שיעלה רצון מאת הבורא)
אנטשולדיגט, איך האב נישט פארשטאנן אז איר מיינט צו פרעגן "ווען וועט די גאולה זיין", איך האב גמיינט איר מיינט "וועט נישט זיין תחיה"מ בשעת די גאולה". ביטער פארמעקן, איך פארמעק אויך מיין תגובה.
איך וועל ענטפערן אויף דיין -איצט פארשטענדליכע - שאלה אין א בזונדרע תגובה.
היימישער ליטוואקקדש הילוליםאון די גאולה נישט?!
אלעס איז בעת שיעלה הרצון. אבער תחיה"מ האט נישט מיט די גאולה. עליית עזרא איז אויך גווען א גאולה אין נישט גווען תחיה"מ.
ביי גאולת עזרא איז נישט געווען די אלע נבואות וואס ס׳זענען דא אויף אונזער גאולה. וואס מיר האפן און ווארטן אז ס׳זאל שוין מקוים
ווערן במהרה בימינו.
אגב, ווער איז דער ״משיח״ פון דער יעצטיגער גאולה?! ביבי?!....
Can't Bibi change his name to teitelbaum
ז״ל הרדב״ז בתשובה (ח״ב סי׳ תתל״ט):
כי אני קבלתי מהחכמים הראשונים נ״נ דתרי תחיות נינהו חדא סמוך לביאת המשיח לצדיקים אשר מתו בגלות וסבלו הצרות ולא ראו בטובתן של ישראל כדי שיראו בטובה ההיא ויזכו לראות בית המקדש בתיקונו ומקריבין עליו עולות. והתחייה השנית לסוף ימות המשיח סמוך לאלף השביעי ועליהם כתיב ורבים מישני עפר יקיצו וגו׳ וכן כתב הריטב״א ז״ל בשם רבתיו וכן העליתי בתשובה אחרת
ועי׳ בויוא״מ סי׳ נ
You want us to study a book that discusses religion. First we must make sure its of Jewish religion before we start. You know that there are many other books on this topic that are truly in accordance with Jewish religion.
קדש הילוליםז״ל הרדב״ז בתשובה (ח״ב סי׳ תתל״ט):
כי אני קבלתי מהחכמים הראשונים נ״נ דתרי תחיות נינהו חדא סמוך לביאת המשיח לצדיקים אשר מתו בגלות וסבלו הצרות ולא ראו בטובתן של ישראל כדי שיראו בטובה ההיא ויזכו לראות בית המקדש בתיקונו ומקריבין עליו עולות. והתחייה השנית לסוף ימות המשיח סמוך לאלף השביעי ועליהם כתיב ורבים מישני עפר יקיצו וגו׳ וכן כתב הריטב״א ז״ל בשם רבתיו וכן העליתי בתשובה אחרת
ועי׳ בויוא״מ סי׳ נ
קדש הילוליםהיימישער ליטוואקקדש הילוליםאון די גאולה נישט?!
אלעס איז בעת שיעלה הרצון. אבער תחיה"מ האט נישט מיט די גאולה. עליית עזרא איז אויך גווען א גאולה אין נישט גווען תחיה"מ.
ביי גאולת עזרא איז נישט געווען די אלע נבואות וואס ס׳זענען דא אויף אונזער גאולה. וואס מיר האפן און ווארטן אז ס׳זאל שוין מקוים
ווערן במהרה בימינו.
אגב, ווער איז דער ״משיח״ פון דער יעצטיגער גאולה?! ביבי?!....
בכל אופן זעט מען אז גאולה מוז נישט זיין מיט תחיה"מ.
מען דארף אפילו נישט קיין משיח פאר גאולה. אוודאי גייט זיין א משיח, אבער גאולה קען זיין אן משיח. די אידן בתקופת התנאים, זענען אין גלות נישט גווען אע"פ וואס זיי האבן נישט גהאט קיין משיח.
ווען איך זע נישט אז דו ברענגסט דעם רדב"ז וואלט מיר גדוכט אז איך האב דאס צוגברענגט. יישר כח 😉
עפעס לעבעדיגע באריכטן פונעם נעכטיקן מעמד?
ווען קען איך אוועקווארפן מיינע שיך אין גיין בלויז מיט קראקס?
פון ווי נעמסטו אז ס׳קען זיין א גאולה אן משיח?! פון רמב״ם?!
אין רמב״ם שטייט יא קלאר אז ס׳גייט זיין א משיח. כמדומה אז אין דעם איז נישטא קיין פלוגתא(אויסער מזרחי).
״זיין אין ארץ ישראל״ מיינט נישט ״גאולה״. לכו״ע.
דער רדב״ז שרייבט קלאר אז תחיית המתים וועט זיין סמוך לגאולה....
אונז ווארט מיר נאך אויף עפעס א משיח...
אונז ווארט מיר נאך אויף עפעס א תחיית המתים...
די ירושלמי אין מ"ש שטייט אז בנין ביה"מ גייט זיין פאר משיח אין אזוי שטייט אין די גמ' מגילה יח. קיבוץ גליות אין נאך דעם ולירושלים עירך(בנין ביה"מ) אין נאך דעם את צמח דוד (עיי"ש ברש"י)
מגילה י״ז ע״ב:
״וכיון שנתקבצו גליות נעשה דין ברשעים שנאמר (ישעיהו א, כה) ואשיבה ידי עליך ואצרוף כבור סיגיך וכתיב (ישעיהו א, כו) ואשיבה שופטיך כבראשונה וכיון שנעשה דין מן הרשעים כלו הפושעים וכולל זדים עמהם שנאמר (ישעיהו א, כח) ושבר פושעים וחטאים יחדיו (יכלו) וכיון שכלו הפושעים מתרוממת קרן צדיקים דכתיב (תהלים עה, יא) וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק״
פירוש רש״י: וכיון שנתקבצו גליות נעשה דין ברשעים - קודם שנתיישבו בירושלים שנאמר ואסירה כל בדיליך ועל ידי כך ואשיבה שופטיך כבראשונה ויועציך כבתחלה כמו לשעבר ציון במשפט תפדה ושביה בצדקה לכן סמכם לקבוץ גליות והשיבה שפטינו וצדקינו במשפט:
כלו הפושעים - שאינם מאמינין בדת משה שהיתה מן השמים לכך סמכו לה ברכת הפושעים שנאמר עוזבי ה' אלו הפושעים ושבר פושעים היינו זדים כדאמר פשעים אלו המרדין (יומא דף לו:):
אנו מעמינים שכן יהיה,אבל עדיין אנו בשלב של קיבוץ גליות(שיש עקשנים כמוך שלא רוצים לעלות עי' סידור יעב"ץ בהקדמה חווק ג' אות ו')
ס׳הייסט, בן גריון ימ״ש האט געגרינדעט א מדינה על פי נביאתו פונעם טמא פה הערצל שר״י, און ס׳זענען נאך דא יודן וואס בלייבן אין חוץ לארץ????
דאס איז א פירצה וואס איז נאך נישט געהערט געווארן!!!!!!
ווי אזוי פינקליך סגייט זיין ווייסט קיינער נישט.
איך האב דיך נאר געברענגט חולקים אויפן רמב"ם
די פירצה איז אז די מסבב כל הסיבת האט געמאכט אז מאיז דיך גרייט צו באצאלן עולה צו זיין אין ....
ווער ס׳זאגט אז די גאולה גייט זיין אנדערש ווי ס׳שטייט אין חז״ל, איז א כופר.
ווער איז חולק אויף דעם אז ס׳איז נישטא קיין גאולה אן משיח? די גמרא רעדט פון קיבוץ גליות(אגב, ס׳מיינט נישט קיין ארץ ישראל-עי׳ רש״י-קודם שנתיישבו בירושלים. ס׳איז דא אסאך וואס האלטן אז קודם וועט זיין קיבוץ גליות צו א מדבר ווי מ׳וועט תשובה טון, און נאכדעם וועט מען גיין קיין ארץ ישראל.).
די מסבב כל הסיבות האט געפירט אז כופרים זאלן מורד זיין אין אים, און זאלן אויפשטעלן א מדינה וואס איז אסור, און מיר זאלן זיי ״דארפן״ פאלגן און גיין אהין....
איך הער...
איך פארשטיי וואס געפעלט דיך נישט פין דער גאולה,א נאר ווייזט מען נישט א האלבע ארבעט, ווארט צו ביזן סוף וועסטו פארשטיין פארוואס סהאט געדארפט אזוי זיין(או עי' בספרי רב קוק להבין עכשיו)
די חז״ל זענען אויך לויט דיר נערנים?!(עפ״ל) ווייל זיי האבן נישט געהאלטן ווי דער הר׳קוק?!...
אחר ישובו בני ישראל. אחר ישובו לבית המקדש ובקשו הקב״ה ואת דוד מלכם: רש"י מגילה יח.
פירוש רש״י: וכיון שנתקבצו גליות נעשה דין ברשעים - קודם שנתיישבו בירושלים
סוף הגאולה בוודאי יהיה ע"י משיח אבל קיבץ גליות ובנין הבית לאו דווקא(יש מחלוקת בענינים אלו)
קדש הילוליםפירוש רש״י: וכיון שנתקבצו גליות נעשה דין ברשעים - קודם שנתיישבו בירושלים
צריכים ליישב דברי רש"י לפי המציאות היום שכבר נתיישבה. יש לך תירוץ?
קיבוץ גליות האט נישט צוטון מיט וואוינען אין ארץ ישראל, כנ״ל.
רש״י מדבר מהתיישבות של הגאולה.
כהיום עדיין ליכא גאולה.
כהיום עדיין ליכא סוף הגאולה(ועדיין צ"ב מה זה התיישבות של הגאולה)
וגם תחילתו עדיין ליכא בעוה״ר.
התיישבות של הגאולה הוא, לאחר שיהיה קיבוץ גליות, ויתבררו ויתלבנו מי ומי ההולכים, מי הוא ראוי לגאולה ומי צריך עוד לעשות תשובה. ומי נדחה לגמרי רח״ל. אז יהיה ההתיישבות בירושלים. מקור: רש״י.
(כמדומה שיאיר לפיד וחביריו המסיתים ומדיחים לא ישארו אז בירושלים. ורוב כלל ישראל הדר בחו״ל יתישבו אז בירושלים. זה נקרא ״התיישבות ירושלים״)
לעטס פוט איט דיס וועי,
ס'איז דא רש"יס אהער און תוספות אהין, רמב"ם'ס אהער און אהין, דעריבער בין איך נישט ראוי אריינצורעדן,
אבער לאמיר זען וואס די פאקטן זענען, וואס מיר ווייסן יא,
-אלע ציוניסטישע גרינדער זענען געווען כופרים, וואס האבן נישט געגלייבט אין באשעפער,
-פינף אין ניינציג פראצענט חרדישע רבנים זענען געווען קעגן ציוניזם פארן גרינדונג פון מדינת ישראל,
-אכציג פראצענט חרדישע רבנים אין ארץ ישראל האבן נאכן גרינדונג פון מדינת ישראל -אלס פראגמאטיזם- שלום געמאכט מיטן מצב און געהאלטן אז מען דארף ארבייטן וויפיל מען קען צו פארסבעסערן דעם מצב פון חרידישע אידן וואס וואוינען דארט,
-נישט קיין איין פראצענט פון די אכציג פראצענט האבן געהאלטן אז מדינת ישראל איז אן אתחלתא דגאולא,
-פון די קרוב צו א מיליאן אראבישע אידן וואס האבן אימיגרירט קיין מדינת ישראל זענען פילייכט אכציג-ניינציג פראצענט געווען שומרי תורה, און נאך א גרעסערע פראצענט מאמינים בה',
-די ערציאונג פון די 'מדינה' האט דעם מיליאן אראבישע אידן מער ווייניגער אוועקגעפירט פון זייער גלויבן,
-די אנטי אמונה פראצעס האט זיך פארשטייט זיך נישט פולקאם איינגעגעבן,
-די אשכזישן אנטי רעליגיעזע לאגער, אין א.י. ווי אין די גאנצע וועלט, האט אין די זעכציג יאר זינט דאן געהאט א דעמאגראפישן איינשרינקונג,
-די חדרישע וועלט אין א.י. ווי אין אויסלאנד האט געזען אן אומגלויבליכן וואוקס,
-די סאטמאר רב איז געווען אן אנטי ציוניסט,
-די סאטמאר רב האט געהאלטן אז די אכציג פראצענט רבנים מאכן א טעות מיטן אננעמען און שלום מאכן מיטן מדינה,
דעריבער: אזויווי איך בין אן אנהענגער פון די אכציג פראצענט רבנים, און א קעגנער פון די סאטמאר רב מוז זיין אז
-גאולה, ביאת המשיח, בנין בית המקדש, גייט זיין בדרך הטבע,
-מדינת ישראל איז יא אן אתחלתא דגאולה,
-די האולסעיל מערווייניגער סוקסעספולע אנטי רעליגיע קאוערזשן אין די יונגע מדינת ישראל איז א חלק פון די דרך הטבעדיגע גאולה
-זעכציג יאר פון מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל איז א סיקרעט גאולה, וואס נאר 'ניטורי חרטא' ווייסט נישט,
ווהער דדי איי גאו ראנג?
Oh! 80% means something to you, and you are against Extremism and Radicalism. Were getting somewhere
ר' ישראל, דער שאלה איז צו דער גלויבונג פון הרב קוק ותלמידיו איז כפירה גמורה, וואס מ'קען נישט פאר'עטפערען, אדער פון די זאכען וואס מ'קען איינשלינגען אן אפפצופרעגען א מענטש. וויבאלד ס'איז דא גענוג און נאך שאלות אויף דער ענין פון משיח, און ס'איז נישט געהעריג אויסגע'ארבעט וואס חז"ל האבען געמיינט מיט זייערע נבואות וכדו', און די מקורות האבען קושיא'ס און סתירות וכו', און למעשה בלייבט דער רמב"ם אז מ'ווייסט נישט וואס וועט זיין, ממילא איז דער וואס בויט אויף א גלויבונג אז משיח וועט זיין אזוי צו אזוי, דער גאולה וועט קומען אזוי צו אזוי, איז נישט קיין כופר. טאמער דו האסט טענות אויף זיין ראיות, נו נו, ס'איז נאך דא וואס צו רעדען.
ועגען דעם איז נוגע אפילו פאר די אכציג פערצענט (דער נומער זעט מיר אויס א גוזמא למטה, ס'איז געווען אלע אחוץ איינס) צו דער מיינונג פונ'ם מזרחי איז בכלל מעגליך, צו כפירה גמורה. ביזדערווייל האב איך נישט געזען פארוואס ס'איז כפירה, און כנראה דער התנגדות פון די גדולים פאר'ן קריג האט מער מיט א פראקטישער טון ווי מיט א טע'אלאגישע זאך.
יביע אומר כתב: "רבים ועצומים מגדולי ישראל רואים בהקמת המדינה אתחלתא דגאולה" (חלק ו', סימן מ"א).
ליטוואק פון בודאפעסטר' ישראל, דער שאלה איז צו דער גלויבונג פון הרב קוק ותלמידיו איז כפירה גמורה, וואס מ'קען נישט פאר'עטפערען, אדער פון די זאכען וואס מ'קען איינשלינגען אן אפפצופרעגען א מענטש. וויבאלד ס'איז דא גענוג און נאך שאלות אויף דער ענין פון משיח, און ס'איז נישט געהעריג אויסגע'ארבעט וואס חז"ל האבען געמיינט מיט זייערע נבואות וכדו', און די מקורות האבען קושיא'ס און סתירות וכו', און למעשה בלייבט דער רמב"ם אז מ'ווייסט נישט וואס וועט זיין, ממילא איז דער וואס בויט אויף א גלויבונג אז משיח וועט זיין אזוי צו אזוי, דער גאולה וועט קומען אזוי צו אזוי, איז נישט קיין כופר. טאמער דו האסט טענות אויף זיין ראיות, נו נו, ס'איז נאך דא וואס צו רעדען.
ועגען דעם איז נוגע אפילו פאר די אכציג פערצענט (דער נומער זעט מיר אויס א גוזמא למטה, ס'איז געווען אלע אחוץ איינס) צו דער מיינונג פונ'ם מזרחי איז בכלל מעגליך, צו כפירה גמורה. ביזדערווייל האב איך נישט געזען פארוואס ס'איז כפירה, און כנראה דער התנגדות פון די גדולים פאר'ן קריג האט מער מיט א פראקטישער טון ווי מיט א טע'אלאגישע זאך.
ס׳איז נישטא קיין איין מהלך בדברי חז״ל אז די מדינה זאל קענען אנגערופן ווערן גאולה, ווי שוין אויבן דערמאנט, ביאת המשיח, ביטול שעובד מלביות, דין ברשעים, דאס אלעס איז ממש א טיפה מן הים וואס ס׳שטייט אלס אין גמרא, מדרש, ספה״ק.
ווער ס׳זאגט אז ס׳קען זיין א גאולה אנדערש ווי ס׳שטייט בדברי חז״ל, ספה״ק, איז א כופר.
דער וואס זאגט אז ווייל ס׳זענען דא סתירות בדברי חז״ל בענינים אלו קען מען שוין אויפבויען א אייגענע שיטה וויאזוי ס׳דארף זיין די גאולה, דער איז א כופר. און טאקע וועגן דעם שרייבט שוין דער רמב״ם אז מ׳זאל נישט צופיל עוסק זיין דערין. ווייל מיר פארשטייען סייווי נישט און מ׳וועט נאך קומען צי פאלשע מסקנות וואס גרענעצן זיך מיט כפירה.
דער נומער אכציג פראצענט וואס ישראל קאפקע האט געשריבן, קוקט מיר אויס א קליינע טעות. ווייל לפי ידיעתינו האט קיין איין גדול פארן קריג נישט געהאלטן אז מ׳מעג אויפשטעלן א מדינה.
איטערעסאנט אז זיי זענען געווען קעגן די ״גאולה״.
באשטעטיגטיביע אומר כתב: "רבים ועצומים מגדולי ישראל רואים בהקמת המדינה אתחלתא דגאולה" (חלק ו', סימן מ"א).
ביי מיר ווערט ער נישט פארעכנט פון די ״גדולי ישראל״, נאר ענדערש א גייסטליכע פארטיי פירער.
קדש הילוליםליטוואק פון בודאפעסטר' ישראל, דער שאלה איז צו דער גלויבונג פון הרב קוק ותלמידיו איז כפירה גמורה, וואס מ'קען נישט פאר'עטפערען, אדער פון די זאכען וואס מ'קען איינשלינגען אן אפפצופרעגען א מענטש. וויבאלד ס'איז דא גענוג און נאך שאלות אויף דער ענין פון משיח, און ס'איז נישט געהעריג אויסגע'ארבעט וואס חז"ל האבען געמיינט מיט זייערע נבואות וכדו', און די מקורות האבען קושיא'ס און סתירות וכו', און למעשה בלייבט דער רמב"ם אז מ'ווייסט נישט וואס וועט זיין, ממילא איז דער וואס בויט אויף א גלויבונג אז משיח וועט זיין אזוי צו אזוי, דער גאולה וועט קומען אזוי צו אזוי, איז נישט קיין כופר. טאמער דו האסט טענות אויף זיין ראיות, נו נו, ס'איז נאך דא וואס צו רעדען.
ועגען דעם איז נוגע אפילו פאר די אכציג פערצענט (דער נומער זעט מיר אויס א גוזמא למטה, ס'איז געווען אלע אחוץ איינס) צו דער מיינונג פונ'ם מזרחי איז בכלל מעגליך, צו כפירה גמורה. ביזדערווייל האב איך נישט געזען פארוואס ס'איז כפירה, און כנראה דער התנגדות פון די גדולים פאר'ן קריג האט מער מיט א פראקטישער טון ווי מיט א טע'אלאגישע זאך.
ס׳איז נישטא קיין איין מהלך בדברי חז״ל אז די מדינה זאל קענען אנגערופן ווערן גאולה, ווי שוין אויבן דערמאנט, ביאת המשיח, ביטול שעובד מלביות, דין ברשעים, דאס אלעס איז ממש א טיפה מן הים וואס ס׳שטייט אלס אין גמרא, מדרש, ספה״ק.
ווער ס׳זאגט אז ס׳קען זיין א גאולה אנדערש ווי ס׳שטייט בדברי חז״ל, ספה״ק, איז א כופר.
דער וואס זאגט אז ווייל ס׳זענען דא סתירות בדברי חז״ל בענינים אלו קען מען שוין אויפבויען א אייגענע שיטה וויאזוי ס׳דארף זיין די גאולה, דער איז א כופר. און טאקע וועגן דעם שרייבט שוין דער רמב״ם אז מ׳זאל נישט צופיל עוסק זיין דערין. ווייל מיר פארשטייען סייווי נישט און מ׳וועט נאך קומען צי פאלשע מסקנות וואס גרענעצן זיך מיט כפירה.
דער נומער אכציג פראצענט וואס ישראל קאפקע האט געשריבן, קוקט מיר אויס א קליינע טעות. ווייל לפי ידיעתינו האט קיין איין גדול פארן קריג נישט געהאלטן אז מ׳מעג אויפשטעלן א מדינה.
איטערעסאנט אז זיי זענען געווען קעגן די ״גאולה״.
מיין ציפער אכציג פראצענט איז געווען די וואס האבן שלום געמאכט מיטן מדינה 'נאכן' גרינדונג פון די מדינה אלס פראגמאטיזם, פארן גרינדונג האב איך געשריבן פינף אין ניינציג פראצענט,
@ליטוואק פון בודאפעסט, אינטערעסאנט אז דו דענקסט אז ס'איז נאר געווען איין קעגנער (סאטמאר רב) נאכן גרינדונג, פארוואס איגנארירן די עדה החרדית, סוף כל סוף זענען זיי די נעיטיוו אידישע געמיינדע פון פאלעסטינע, איך מיין אז גענצליך איגנארירן די אלטגעזעצענע איז מער ווי אביסל אראגאנט.
קדש הילולים
דער נומער אכציג פראצענט וואס ישראל קאפקע האט געשריבן, קוקט מיר אויס א קליינע טעות. ווייל לפי ידיעתינו האט קיין איין גדול פארן קריג נישט געהאלטן אז מ׳מעג אויפשטעלן א מדינה.
איטערעסאנט אז זיי זענען געווען קעגן די ״גאולה״.
פשוט .שלדעתך מי שסובר כן הוא כופר ואינו גדול בישראל !
ואני מעריך אותך, שאתה מתלמדי הגה"ק מסאטמר והולך בדיעותיו בתמימות, וזה דבר נכון.
ישראל קאפקעמיין ציפער אכציג פראצענט איז געווען די וואס האבן שלום געמאכט מיטן מדינה 'נאכן' גרינדונג פון די מדינה אלס פראגמאטיזם, פארן גרינדונג האב איך געשריבן פינף אין ניינציג פראצענט,
ישראל טייערער, גיב ארויס די סטאטיסטיקס... 🙂
אגב, דער גרעסטער טייל בכלל פון דער אידישער וועלט - אפילו צווישן די פרייע - איז געווען קעגן ציוניזם אין די ערשטע יארן, נאר מיט א וואס יאר שפעטער איז די געגנערשאפט געווארן שוואכער. דער האלאקאוסט האט אודאי מכריע געווען דעם אידישן דעת הקהל לטובת א מדינה. און נישט אומזיסט. דער האלאקאסט האט אפנים דערוועקט דעם פראגמאטישן איד צו דער גרויזאמער ווירקליכקייט פון די אלטערנאטיוון פונעם ציוניזם.
אונזער תורה טוישט זיך נישט מיט א האליקאויסט.
און אויך נישט מיט דער צושטומונג פון (כאילו) רוב כלל ישראל.
אני מאמין באמונה שלימה שזאת התורה לא תהא מוחלפת.
איך וויל נישט אריינגיין צו טיף בין ההרים הגדולים דא אבער נישט מער ווי ארויפברענגען אפאר נקודות אויפן טיש
אז מ'לערנט אביסל תנ"ך מיט עברי טייטש זעהט מען אז די ווארט "גלות" מיינט ווערן אוועקגעטריבן פון לאנד און "גאולה" מיינט צוריקקומען צום לאנד (אדער צוריקקערן א שטיקל לאנד צום בעל הבית) מען קען אליינס נאכקוקן דא: <a class="postlink" href="http://www.snopi.com/ToraSearch/torasearch.asp">http://www.snopi.com/ToraSearch/torasearch.asp</a>
גארנישט מיט משיח, תחית המתים אדער סיי וואס אנדערש
קומט אויס אויב אזוי אז דאס וואס די אידן קערן זיך צוריק צום לאנד איז "גאולה" אינעם פולען זין פונעם ווארט, נישט אזוי?
וויאזוי פארשטייט מען די פאלגענדע צוויי גמרא'ס און מלבי"ם'ס דורך אנטי-ציוני ברילן?
אז די בערג אין אר"י געבן פרוכט ווייזט דאס אויף די קץ
ואמר רבי אבא אין לך קץ מגולה מזה שנאמר (יחזקאל לו) וְאַתֶּם הָרֵי יִשְׂרָאֵל עַנְפְּכֶם תִּתֵּנוּ וּפֶרְיְכֶם תִּשְׂאוּ לְעַמִּי יִשְׂרָאֵל כִּי קֵרְבוּ לָבוֹא (בבלי סנהדרין דף צח, א)
ר' לוי בשם ר' אחא בר חנינא מה ראו לסמוך מברך השנים למקבץ נדחי ישראל על שם (יחזקאל לו) ואתם הרי ישראל ענפכם תתנו ופריכם תשאו לעמי ישראל למה כי קרבו לבוא נתקבצו הגליות והדין נעשה הזידים נכנעין והצדיקים שמחים. ותני עלה כולל של מינים ושל רשעים במכניע זידים. ושל גרים ושל זקנים במבטח לצדיקים. ושל דוד בבונה ירושלים (הושע ג) אחר ישובו בני ישראל ובקשו את ה' אלהיהם ואת דוד מלכם. (ירושלמי דף יז, א פרק ב הלכה ד) (ענדליך צו בבלי מגילה דף יז, ב)
די גאולה איז א זאך וואס געשעהט צוביסלעך קמעא קמעא אזוי ווי דער פרימארגן ווען עס ווערט ליכטיג נישט פלוצים
דלמא רבי חייא רבא ורבי שמעון בן חלפתא הוו מהלכין בהדא בקעת ארבל בקריצתה וראו איילת השחר שבקע אורה. אמר רבי חייא רבה לר' שמעון בן חלפתא בי רבי כך היא גאולתן של ישראל בתחילה קימאה קימאה כל מה שהיא הולכת היא רבה והולכת. מאי טעמא (מיכה ז) כי אשב בחושך ה' אור לי. (ירושלמי דף ד, ב פרק א הלכה א)
מלבי"ם אויף מיכה ד' ח':
"ואתה מגדל עדר", מסב פניו אל הר ציון הנזכר, אומר אליו, אתה הר ציון, שאתה מגדל של העדר הלז שהוא עדר הצאן הצולעה והנדחה, תחלה תהיה כמגדל של צאן, ואח"כ תהיה "עופל", שהוא מבצר חזק, ומפרש שזה יהיה בשלש מדרגות, תחלה "בת ציון עדיך תאתה" שהגליות יתחילו להתקבץ וגלות יהודה ובנימין שהם בת ציון שגלו מציון בחורבן בית שני יתקבצו אליך, "ואח"כ ובאה הממשלה הראשונה", תבוא ממשלה קטנה, שיהיה להם קצת ממשלה והנהגה כמו שהיו לישראל בימים הראשונים לפני מלך מלך לבני ישראל שהיה להם שופטים מנהיגים אותם, ואח"כ תבא "ממלכת לבת ירושלים" יהיה להם מלכות קבוע שהוא מלכות ב"ד, שאח"כ ימלוך המלך המשיח בממלכה קבועה, (וכן התבאר ביחזקאל סי' ל"ד כ"ג כ"ד, וסי' ל"ו כ"ד כ"ה, ועמוס ט' י"א), שמלכות ב"ד תתגלה בהדרגה, ותחלה לא יהיה רק במדרגת שופט ויתעלה לאט לאט עד שיהיה לה' המלוכה, עיי"ש:
מלבי"ם אויף ישעי' ס"ו ז':
"בטרם", (מפרש מ"ש קול שאון מעיר) "בטרם", נבא כי זמן רב לפני ביאת הגואל יתקבצו אנשים מועטים מבני הגולה ויקבעו דירתם בירושלים, ואחר שנים רבות שישבו שמה יבואו להם החבלי יולדה שהיא מלחמות גוג ומגוג ואז יתחיל הקיבוץ הגדול הכללי, אומר "בטרם תחיל ילדה" כבר יהיה לעיר ירושלים לידה קטנה בטרם תחיל, ולא לבד בטרם תחיל כי גם "בטרם יבא חבל לה", שלא תהיה עוד העת כלל שיבא חבל לה שהם חבלי יולדה שהוא שנים רבות לפני זמן הגאולה, "כבר המליטה זכר", כי עדן לא ילדה רבתי עם רק מתי מספר שיקבעו דירה שמה, לכן מצייר שילדה רק זכר אחד, ר"ל אנשים מתי מספר:
נאך איין וויכטיגע נקודה
קדש הילוליםלפי ידיעתינו האט קיין איין גדול פארן קריג נישט געהאלטן אז מ׳מעג אויפשטעלן א מדינה.
קודש הילולים, איז הרב ישכר שלמה טייכטאל הי"ד דער מחבר פון אם הבנים שמחה געווען א גדול בישראל?
<a class="postlink" href="http://www.tsel.org/torah/emhabanim/contents.html">http://www.tsel.org/torah/emhabanim/contents.html</a>
(ועוד ספרים שו"ת משנה שכיר, טוב יגאל, אמונה צרופה, משנה שכיר)
סיי אויב דיין ענטפער איז יא אדער נישט, ביטע געב צו פארשטיין וויאזוי מעסט מען א "גדול בישראל" און ווער איז דער וואס מעסט עס?
וויפיל תורה דארף ער קענען? איז דא א פונקטליכער נומבער פון ספרים אדער דפים? מעסט זיך עס דורך חסידים? אדער דורך וויפיל הסכמות זיינס א ספר האט געקריגן? אין טאמער האט ער נישט ארויסגעגעבן קיין ספר?
די זעלבע פראגעס איז לכאורה שייך פארן מעסטער (דער וואס באשטימט "לעניות דעתו") ווער עס פאלט אריין אין די עליטע קאטעגאריע פון "גדולי ישראל"
און פארשטייט זיך ווען איז פארגעקומען אזא מין מועצת פארזאמלונג פון "גדולי ישראל" וואס האבן אראפגעשטעלט די דאזיגע גדרים וסייגים ווען עס קומט צו באטיטלען א תלמיד חכם מיטן טיטל פון "גדולי ישראל"
איך מיין דא ח"ו נישט חוזק צו מאכן, נאר איך וויל באמת פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט???? נאך אזויפיל קול קורא'ס פון גדולי ישראל און די לעצטע 20-30 יאר וואס אסר'ן כל דבר אסור ומותר ליידט איך פון גד"ס (גדולי ישראל סינדראם) מיין קאפ דרייט זיך און איך וואונדער מיך צו איינער קען אפשר געבן א קלארע הדרכה ווער איז יא א גדול בישראל און ווער נישט? אנדערש איז דאך פשוט זייער שווער צו וויסן וועם אויסצוהערן און וועם נישט
לענינינו, ווער איז דער משיח פון די יעצטיגע ״גאולה״?...
די מלבי״ם האט נישט געמיינט אז זיין אין ירושלים הייסט שון די גאולה (אזויווי מע״כ מיינט) ער שרייבט: "בטרם", (מפרש מ"ש קול שאון מעיר) "בטרם", נבא כי זמן רב לפני ביאת הגואל יתקבצו אנשים מועטים מבני הגולה ויקבעו דירתם בירושלים.
בלייבט נאר איבער צי פארשטיין וואס ער טוט מיט די געוואלדיגע ראיות פון מע״כ(אפשר אויך א גדול בישראל...) אז גאולה מיינט זיין אין א״י.
פלאוויוסישראל קאפקעמיין ציפער אכציג פראצענט איז געווען די וואס האבן שלום געמאכט מיטן מדינה 'נאכן' גרינדונג פון די מדינה אלס פראגמאטיזם, פארן גרינדונג האב איך געשריבן פינף אין ניינציג פראצענט,
ישראל טייערער, גיב ארויס די סטאטיסטיקס... 🙂
אגב, דער גרעסטער טייל בכלל פון דער אידישער וועלט - אפילו צווישן די פרייע - איז געווען קעגן ציוניזם אין די ערשטע יארן, נאר מיט א וואס יאר שפעטער איז די געגנערשאפט געווארן שוואכער. דער האלאקאוסט האט אודאי מכריע געווען דעם אידישן דעת הקהל לטובת א מדינה. און נישט אומזיסט. דער האלאקאסט האט אפנים דערוועקט דעם פראגמאטישן איד צו דער גרויזאמער ווירקליכקייט פון די אלטערנאטיוון פונעם ציוניזם.
איך האב נישט קיין סטאטיסטיקס, איך שרייב נאר ווי ווייט איך ווייס, ווי ווייט איך האב פארשטאנען נאכן ליינען היבש איבער ציוניזם/אנטי-ציוניזם,
אויב האלסטו אנדערש קענסטו חולק זיין אויף מיר,
וואס האט מיר געשטערט איז געווען ווען @ליטוואק פון בודאפעסט האט געמאכט א סטעיטמענט אז סאטמאר רב איז געווען די איינציגסטער וואס האט ממשיך געווען מיטן קעגנערשאפט צו ציוניזם נאכן ענטשיידונג פונעם מדינה, כאילו די נעיטיוו ירושלמי קהילה עקזיסטירט נישט,
ווער איז 'דער פראגמאטישן איד' וואס די האלאקאוסט האט אים דערוועקט צו די נויטוועדיגקייט פון מדינת ישראל,
און פארוואס איז די האלאקאוסט דער אלטערנאטיוו צו מדינת ישראל, אפשר איז אמעריקע די אלטערנאטיוו צו מדינת ישראל?
קדש הילוליםלענינינו, ווער איז דער משיח פון די יעצטיגע ״גאולה״?...
אייניקל האט דיר שיין גענטפערט.
ווי?
ווער איז 'דער פראגמאטישן איד' וואס די האלאקאוסט האט אים דערוועקט צו די נויטוועדיגקייט פון מדינת ישראל, לויט מיין נאלעדזש איז דער אמעריקאנער איד געווען גענוג משוגענער ציוניסט אז אין תש''ח איז פון אמעריקע ארויסגעפארן ' הונדערט פיפציג מיליאן' דאלאר (not adjusted for inflation) און תש''ט צוויי הונדערט פיפציג מיליאן דאלער צו מדינת ישראל, צו העלפן די נארוואס געשאפנעם לאנד זיך בויען, געלטער וואס איז געווארן אויפגעטריבן אין שולן און טעמפלען, אונטער די פראפאגאנדע פון די ארטיגע געטריי-ציוניסטישע ראבייס און רעוורענדס, קענסט זיך פארשטעלן וואס צוויי הונדערט מיליאן דאלער וואלט געקענט טון אין אייראפע מיט זיבן-אכט יאר פריער צו ראטעווען דעם אייראפעאישן אידנטום? אנשטאט איז די ציוניסטישע היערארכיע געווען פארנומען צו דערגיין די יארן פון די ארטאדאקסישע עסקנים און הצלה אפעראטיוון פון אגודת ישראל וואס האבן ממש געדארפט קריכן אויף גראדע ווענט צו קענען שיקן עפעס עסן און אנדערע לעבנסנויטן צו די אידן אין די לאגערס וואו די רויטע קרייץ האט געקענט צוקומען, און נאך פעולות מיט אנדערע 'אומכשרע' וועגן, אום 1940 איז שוין די אמעריקאנער אידישע געמיינדע געווען פולקאם געהיידזשעקט פון די ציוניסטישע אקטיוויסטן, וואס האבן מיט זייערע מאניפולאציעס אריינגעשטעלט 'סינגל אישו ציוניסטן' אין די פירערשאפט פון יעדע וויכטיגע אמעריקאנער אידישע ארגאניזאציע!
ישראל קאפקעווער איז 'דער פראגמאטישן איד' וואס די האלאקאוסט האט אים דערוועקט צו די נויטוועדיגקייט פון מדינת ישראל,
און פארוואס איז די האלאקאוסט דער אלטערנאטיוו צו מדינת ישראל, אפשר איז אמעריקע די אלטערנאטיוו צו מדינת ישראל?
איך האב נישט געזאגט אז דער האלאקאוסט איז דער אלטערנאטיוו צו מדינת ישראל. איך האב געשריבן אז "ביים האלאקאוסט האט מען געזען צו וואס עס דערפירן די אלטערנאטיוון פון ציוניזם". דערמיט מיין איך די אלטערנאטיווע אידעאלאגיעס וואס האבן געהערשט בשעתו ווי אנגעבליכע פארמולעס פאר'ן אידישן לעבן, בונדיזם, קאמוניזם, אסימילאציע, א.א.וו. און האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין נוצלאז אין צייט פון נויט.
אמעריקע וואלט געווען א גוטער אלטערנאטיוו? איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט. האבן דען נישט די אידישע מאסן געוואלט אנטלויפן קיין אמעריקע? אלע טויערן איבער דער גאנצער וועלט זענען פארשלאסן געווען! וואלט כאטש די מדינה ענטשטאנען געווארן צען יאר פריער... מיר קענען נאר פרובירן צו חלומ'ען ווי אנדערש די אידישע היסטאריע וואלט דאן געווען.
אייניקעל האט געשריבען: ״די גאולה איז א זאך וואס געשעהט צוביסלעך קמעא קמעא אזוי ווי דער פרימארגן ווען עס ווערט ליכטיג נישט פלוצים״
מלאכי ג א: הִנְנִי שֹׁלֵחַ מַלְאָכִי וּפִנָּה-דֶרֶךְ לְפָנָי וּפִתְאֹם יָבוֹא אֶל-הֵיכָלוֹ הָאָדוֹן אֲשֶׁר-אַתֶּם מְבַקְשִׁים וּמַלְאַךְ הַבְּרִית אֲשֶׁר-אַתֶּם חֲפֵצִים הִנֵּה-בָא אָמַר יְהוָה צְבָאוֹת.
מצידת דוד: האדון. זהו מלך המשיח אשר עין כל אדם מצפה ומייחל לו ומבקש ביאתו.
היימישער ליטוואק
דא ווערט ״שיין גענטפערט״ ווער ס׳איז די משיח פון די יעצטיגע (א״ג) גאולה?!
איך זעה נישט...