☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!

ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!

384 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7133
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

נטורי קרתא עסקן » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 6:38 pm

· #222243
ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!
מ'הערט כסדר פון די מה יפיתניקעס פון די היינטיגע סאטמארע פירמעס אז ציונות איז שוין נישט קיין פראבלעם היינטיגע צייטן עפ"ל. למעשה וואס רביה"ק האט אונז געלערנעט איז קאי וקיים!! מ'קען נישט זיין קיין עהרליכע יוד אויב מ'איז אנגעפיקעוועט מיט פארשאלטענע דעות כוזבות!!

אויב האט עמיצער געהאט א ספק, דא האט איר!!!
📎 שמד בויליאמסבורג!.jpg

געשוויסטער » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 7:04 pm

· #222249
די מצב הרוחני ווערט ערגער און ערגער.

עס איז כדי צוצוהערן צו איטליכע דרשות פון הרה'צ ר' ישראל יצחק דומב זי'ע.
מען קען דאס טרעפן אויף קרעטשמע, דורך אונזער ידיד רבי נאר..פרייליך.
איך קען נישט לינקען, וויבאלד איטליכע האבן מיר געסטראשעט מיט אויסשפארן פון דא.

בשבילי! » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 7:10 pm

· #222253
געשוויסטער דו קענסט לייגן די לינקס דא, נישט דער לינק צו קרעטשמע

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 7:33 pm

· #222259
ווי פלעגט קוני ע''ה זאגן: ימ''ש די ציונים!!

הוגה » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 7:39 pm

· #222264
אוי וויי!!! די רבי אידאך געווען אזוי גערעכט!!!

לאמיר צוזאמען מטכס עצה זיין ווי אזוי מען קען אויסרייסן די קוצים המכלים את הכרם און ווילן מטמא זיין די רבי'נס הייליגע שטאט מיט די פינסטערע צוזאמקומענישן!!!!!! ווער האט עפעס אן עצה???

כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 7:42 pm

· #222265
יואלי w גייט רעדן.
מי הוא זה ואיזה הוא, דער וואס מאכט די טשיקאווע קליפס. יענער איז דאך צום רייסן פאר געלעכטער.

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 7:50 pm

· #222272
ישראל כשהן יורדין, מעלין. רח"ל.

היימישער ליטוואק » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 7:51 pm

· #222273
ביטע ווייזן וואו אין די הודעה איז דא "פארשאלטענע דעות כוזבות". ווי איך זע איז יעדע ווארט אויסגהאלטן על פי תורה.
אדרבה, ערקלער.

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 7:52 pm

· #222276
הוגה
אוי וויי!!! די רבי אידאך געווען אזוי גערעכט!!!

לאמיר צוזאמען מטכס עצה זיין ווי אזוי מען קען אויסרייסן די קוצים המכלים את הכרם און ווילן מטמא זיין די רבי'נס הייליגע שטאט מיט די פינסטערע צוזאמקומענישן!!!!!! ווער האט עפעס אן עצה???

פאר א סטארט האב איך געטראכט א פלאן מ'זאל זיך ארויסלאזן אויף א געיעג אנצופירקלען ווי מער בית הכסא ווענט מיט אויפשריפטן "ציונים פוי!!!! כפירה..."
לעסט טיים איי טשעקט זענען געוויסע בית הכסא'ס געווארן איבערגעפעינט, ווער ווייסט אפשר דא ליגט דער בראך.

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 7:54 pm

· #222277
נטורי קרתא עסקן
מ'הערט כסדר פון די מה יפיתניקעס פון די היינטיגע סאטמארע פירמעס אז ציונות איז שוין נישט קיין פראבלעם היינטיגע צייטן עפ"ל.
למעשה וואס רביה"ק האט אונז געלערנעט איז קאי וקיים!! מ'קען נישט זיין קיין עהרליכע יוד אויב מ'איז אנגעפיקעוועט מיט פארשאלטענע דעות כוזבות!!

אויב האט עמיצער געהאט א ספק, דא האט איר!!!

א גרויסן יישר כח @נטורי קרתא עסקן פארן ברענגען די אדווערטייזמענט, גיימיר אהין גיין זעהן, אפשר וועלן מיר אויך מאכן אן עליה.
שוין לאנג געזוכט אזא היימישע ארגענזאציע להחזיר עטרה ליושנה, צו מקיים זיין די עקספייערד מצוה פון ישוב ארץ ישראל.
און נאכאמאל א גרויסן ש'כח, באמת!

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 7:59 pm

· #222278
קאווע טרינקער
ישראל כשהן יורדין, מעלין. רח"ל.

נו. דערמאן נישט דאס שמוציגע ווארט "ישראל". איך האב אויף דעים תילי תילים של דרשות. חוץ דעים, האסטו שוין (אזוי שנעל) פארגעסן די שרעקליכע התגרות באומות וואס זיי האבן אנגעמאכט. און נעבעך אויסגעהרג'עט אזויפיל אומשולדיגע "סיוויליענס" אין גאזא סטריפ. אויב גלייבסטו מיר נישט. קענסטו נאכקוקן אין "בלאט". די רבי שליט"א האט אליינס געזאגט. אויך דער חשוב'ער א"י (נישט מדינת ישראל) קארעספאנדענט פונ'ם בלאט, יוסף לייב יאקאב האט געברענגט א רעפארט אז די פארשאלטענע ציונים, ימ"ש שיסן אויס ערליכע אידן (חוץ אומשולדיגע אראבישע און פאלעסטינער "סיוויליענס") אין די גאסן פון מייעה שארעם... 😕 😎 😂 🙄 😂 😈 😈 😂 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

לאליפאפ » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 9:03 pm

· #222301
זייער א פיינע זאך זורח! זיי העלפן אידן עולה זיין און מקיים זיין מצוות ישוב וכיבוש הארץ, און שרייבן מיט רויטע אותיות וועט נישט אפשטעלן אידישע קינדערס ליבשאפט צו זייער טאטן און צו זייער לאנד.

און בכלל וואס איז דעי אנאלפאבעטישן צוזאמשטעל "ציונות ימ"ש"?

ציבעלע-קיגל » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 9:41 pm

· #222316
איך מיין אז דער סאקמערער רבי האט נישט אזוי געוויינט וועגען ציונות. ער האט געוויינט ווייל ער האט געזעהן און געוויסט אז עס וועלען קומען אזעלעכע רשעים ווי די ניטורי חיזבללה וואס וועלען פארדרייען זיינע ווערטער און גיין מחלל שם שמים זיין און מחלל שבת זיין בפרהסי'. און אלס מיט די פאלשע שיטה וואס זיי האבען קיינמאהל נישט פארשטאנען. און גיין צוזאמען און שטיצען אונזערע גרעסטע שונאים.

ער האט געוויינט ווייל ער האט ארויסגעזאגט עפעס און עס נישט געקענט צוריק ציען

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:23 pm

· #222329
[ציטאט אראפגענומען]

!!!WOW WOW WOW @אנאנים,
אייך שפיר מיט דיין ווייטאג,

אבער דיס איז געטינג רעדיקיולעס! אנאנים טענהט דאך אז ער האט גארנישט מיט ציוניזם, אדרבה ציוניזם איז טויט שוין יארן,
אים באדערט נאר די סכנה וואס ניטורי קרתא לייגט פשוט אריין כלל ישראל, גענוג מיט די קאפ פארדרייענישן, וועלכע אידן ווערן איצט געשטעלט אין א סכנה פון די קליינטשיגע נארישע ארטיקל????

לעטס בי קענדיד, אידן, סאיז א אמגלייכע געשלעג, אויב א סאטמארער שרייבט אן ארטיקל קעגן עליה, ווערט ער באצייכנט, א שונא ישראל, אנטיסעמיט, חוטא ומחטא, אן אראבער, א מוסלעמענער, א טעראריסט, א כאמאסניק,
וואס שעמסטו זיך אזוי די קאואערד וואס דו ביסט? ער שעמט זיך נישט מיט זיין אנטי ציוניזם! זיי שטאלץ! אנערקען אפן דיין ציוניזם, טענה זיך ווי א מענטש, א דשענטלמאן,

דו אומפארשעמטע שוואכלינג, וואו נעמסטו די חוצפה צו באטיטלן א איד וואס דרוקט אויס זיין קעגנערשאפט צו ציוניזם, אלס א טעראריסט? א כאמאסניק? ווען דו וואס דיין ציוניסטישע אמונה פלאקערט אין דיר, האט נישט די קוראזש צו אנערקענען דיין ציוניזם?

הלמאי, האסטו דו רעכט, צו באטיטלן דיינע קעגנער אויף קאווע שטיבל מיט די ערגסטע לשונות של גנאי? און דיר מעג מען נישט אנרופן על שם דיין אידעאלאגיע? האט ער דיך אנגערופן אפילו איינמאל א חילוני, א כופר, א חוטא, איינער וואס שמדט ספרדישע קינדער???
וויאזוי וואלסטו געגליכן ווען ביי יעדע שמועס וואלט איך דיר באטיטלט 'ציוניסטישע קינדער כאפער' 'פרייע יש עתידניק' 'עוואנגעליסטישע מיסיאנער' 'יאשקעניק' 'יעזוז אפאקאליפס ווארטער'???
מיט וואס איז איינער מיט די סאטמארע שיטה מער כאמאסניק ווי דו אן אווענגעליסט?

קאפקעיק » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:29 pm

· #222333
יין שרף
נטורי קרתא עסקן
מ'הערט כסדר פון די מה יפיתניקעס פון די היינטיגע סאטמארע פירמעס אז ציונות איז שוין נישט קיין פראבלעם היינטיגע צייטן עפ"ל.
למעשה וואס רביה"ק האט אונז געלערנעט איז קאי וקיים!! מ'קען נישט זיין קיין עהרליכע יוד אויב מ'איז אנגעפיקעוועט מיט פארשאלטענע דעות כוזבות!!

אויב האט עמיצער געהאט א ספק, דא האט איר!!!

א גרויסן יישר כח @נטורי קרתא עסקן פארן ברענגען די אדווערטייזמענט, גיימיר אהין גיין זעהן, אפשר וועלן מיר אויך מאכן אן עליה.
שוין לאנג געזוכט אזא היימישע ארגענזאציע להחזיר עטרה ליושנה, צו מקיים זיין די עקספייערד מצוה פון ישוב ארץ ישראל.
און נאכאמאל א גרויסן ש'כח, באמת!

חזק וא-פריקען-מץ!
קרעדיט: יולי W.

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:43 pm

· #222339
קאפקע איך בין מסכים אז אנאנים האט געשריבן א וואנזיניגע תגובה וואס מעג פארשריגן ווערן.

אבער במחילת כבודך, דער פותח האשכול האט נישט געשריבן אן "אומשולדיגע ארטיקל קעגן עלייה" ער האט דאס באשפריצט מיט געווירצן ווי "ימ"ש" און "פארשאלטענע דיעות כוזבות". ער האט די רעכט אזוי צו האלטן ביי זיך אין דיינונג-רום, אבער ק" ש איז א נוטראלער פלאץ פאר א ברייטערע געמיינדע פרומע אידן ווי דאס וואס דער פותח האשכול איז וויליג צו גיין, און ס'איז א פארברעך אנצופירקלען אן אשכול מיט זיינע ספעציפישע בויך ווייטוג כאילו דאס איז דאס קאנצענסוס פון אלע חברים דא.

דאס איז חוץ די פאקט אז זיין קלאגע האט נישט קיין הענט און פוס, ס'איז נישט פארהאן קיין שום ציוניזם אינעם צעטיל וואס ער ברענגט אראפ, בלויז א רוף זיך ארויסצוציען קיין ארץ ישראל דאס וואוין ארט פון צענדליגער נטורי קרתא'ניקעס.

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:09 pm

· #222350
מאטי

עליה איז ציוניזם! דאס איז די דעפיניציע פון ציוניזם,
און זייט ווען קען מען נישט אויסדרוקן די אייגענער מיינונג אויף קאווע שטיבל, נאר אויב סאיז דא א קאנצענסוס?
דארוויניזם איז די קאנצענסוס דא? ציוניזם איז? לאנגע שקלא וטריא'ס איבער די צווייטע זייט פון סאטמאר רב איז? וכו' וכו', סאו קאט דהע קרעפ!
ער שרייבט וואס ער האלט, און די וואס האלטן אנדערש זענען מער ווי ווילקאמען צו זיין אומאיינשטימיג מיטן שרייבער,

יא, ער איז א סאטמארער/אנטי ציוניסט, און זיין אידעאלאגיע זאגט עם אז ציוניזם איז 'ימ''ש' און 'דיעות כוזבות', וואס איז גראדע נישט 'זיינע בויכווייטאגן' ציוניזם איז טריף ביי א גרויסע חלק חרידים, און ביי רוב רובו אידיש רעדנדע, האט די ארטיקל דען אטאקירט די אגודה? דף היומי? גור אדער רב שטיינמאן?

איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 6:26 am

· #222385
ישראל קאפקע

עליה איז ציוניזם! דאס איז די דעפיניציע פון ציוניזם,

יראו עיניך מה שמקלדתך כותב הבלים וטיפשות במידה גדושה מאוד.

דער טאלטשווער רב איז געוון א ציוני ימ''ש? תלמידי הגר''א? דער לשם?

ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 9:25 am

· #222397
איך אויך
ישראל קאפקע

עליה איז ציוניזם! דאס איז די דעפיניציע פון ציוניזם,

יראו עיניך מה שמקלדתך כותב הבלים וטיפשות במידה גדושה מאוד.

דער טאלטשווער רב איז געוון א ציוני ימ''ש? תלמידי הגר''א? דער לשם?

דאן האט נישט עקזיסטירט קיין מדינה, און לויט ווי איך פארשטיי איז דאן נישט געווען קיין פראפאגאנדע ארויפצוגיין, נישט געווען קיין הסברה מיטינג איבערצורעדן אנדערע צו מאכן עליה,

diff » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 9:47 am

· #222400
Jews always teach to bless Jews and keep on adding prayers like yekum purkan etc. But their schools teach to curse, like Hamas they teach their kids . Worst is that these idiots never grow up out of it

ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 9:54 am

· #222404
different kafka
Jews always teach about galus and geula and keep their emunah in the coming of the messiah etc. But their schools teach to believe in Zionism, like evangelical Christians they teach their kids about the Zionist redemption and the ultimate return of their yoshke . Worst is that these idiots won't rest as long as some Jews don't believe as They do
couldn't agree more! 🙂

איחוד פעלד » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 9:54 am

· #222405
ישראל קאפקע
איך אויך
ישראל קאפקע

עליה איז ציוניזם! דאס איז די דעפיניציע פון ציוניזם,

יראו עיניך מה שמקלדתך כותב הבלים וטיפשות במידה גדושה מאוד.

דער טאלטשווער רב איז געוון א ציוני ימ''ש? תלמידי הגר''א? דער לשם?

דאן האט נישט עקזיסטירט קיין מדינה, און לויט ווי איך פארשטיי איז דאן נישט געווען קיין פראפאגאנדע ארויפצוגיין, נישט געווען קיין הסברה מיטינג איבערצורעדן אנדערע צו מאכן עליה,

און ווען דער רבי זי"ע האט עולה געוועהן קיין ישראל, איז ער אויך געוועהן א ציוניסט, וואס קען מען טוהן, סוכ"ס האט אים קאסטנער געראטעוועט, און עפעס הכרת הטוב האט ער דאך אויך געהאט.

diff » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 10:39 am

· #222421
this is what I wrote
Jews always teach to bless Jews and keep on adding prayers like yekum purkan etc. But their schools teach to curse, like Hamas they teach their kids . Worst is that these idiots never grow up out of it

מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 11:27 am

· #222433
בקיצור, מ'מעג דארטן וואוינען אויב מ'האט זיך אהינגעצויגן בעפאר די צייט וואס סאטמאר רב האט זיך אהינגעצויגן, אבער נאך די צייט איז אסור צו מופן אויף א"י אלץ די עבירה פון ציונות און ס'קומט זיך דערפאר אזעלכע לשונות ווי "ימ"ש, פארשאלטענע דיעות כוזבות."
מקור ביטע...

לאליפאפ » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 11:45 am

· #222436
ישראל קאפקע
איך אויך
ישראל קאפקע

עליה איז ציוניזם! דאס איז די דעפיניציע פון ציוניזם,

יראו עיניך מה שמקלדתך כותב הבלים וטיפשות במידה גדושה מאוד.

דער טאלטשווער רב איז געוון א ציוני ימ''ש? תלמידי הגר''א? דער לשם?

דאן האט נישט עקזיסטירט קיין מדינה, און לויט ווי איך פארשטיי איז דאן נישט געווען קיין פראפאגאנדע ארויפצוגיין, נישט געווען קיין הסברה מיטינג איבערצורעדן אנדערע צו מאכן עליה,

איז די מצוות ישוב ארץ ישראל אריבער א Downgrade זייט די ציונים זענען געווארן בעלי בתים?

ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 11:52 am

· #222438
יעפ, ביליעוו איט אר נאט,
ספעציעל מאסנווייז,
און ספעציעל דורך ציוניסטישע פראפאגאנדע,

ספעציעל ביי די וואס האבן נישט געמאכט א גענצליכע 'UNINSTALL' אויף עליה בחומה!

לאליפאפ » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 11:57 am

· #222439
אקעי! אבי איך ווייס מיט וואספארא רעפ פון די אנטי ציוניזם באהערדע מ'האנדלט דא... בד"וו ליין איבער די ערשטע האלב פון איך אויך'ס תגובה, ס'איז זייער רעלעוואנט.

ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 12:14 pm

· #222444
שכוח פארן קאמפלימענט, יור וועלקאם, 😈

עפל סיידער » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 1:00 pm

· #222473
געשוויסטער
די מצב הרוחני ווערט ערגער און ערגער.

עס איז כדי צוצוהערן צו איטליכע דרשות פון הרה'צ ר' ישראל יצחק דומב זי'ע.
מען קען דאס טרעפן אויף קרעטשמע, דורך אונזער ידיד רבי נאר..פרייליך.
איך קען נישט לינקען, וויבאלד איטליכע האבן מיר געסטראשעט מיט אויסשפארן פון דא.

הרב דאמב איז טאקע פיין, ער זאגט גוטע פוינטס
איז דא א תקנה דא נישט אהינצולינקען? איך זעה @ מנשה ליסטיג האט זיך אפגערעדט דארט אז פאר אזא סארט חטא האט מען אים געווארפען

געשוויסטער » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 2:02 pm

· #222509
נישט קיין אפיציעלע תקנה, אבער מען סטראשעט אין אישי.
די ציונית דא איז שוין ערגער ווי אין די כנסת המינים

עפל סיידער » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 2:20 pm

· #222520
וואס האט אהינלינקען מיט ציוניזעם?

כוכב » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 2:24 pm

· #222523
עפל סיידער
געשוויסטער
די מצב הרוחני ווערט ערגער און ערגער.

עס איז כדי צוצוהערן צו איטליכע דרשות פון הרה'צ ר' ישראל יצחק דומב זי'ע.
מען קען דאס טרעפן אויף קרעטשמע, דורך אונזער ידיד רבי נאר..פרייליך.
איך קען נישט לינקען, וויבאלד איטליכע האבן מיר געסטראשעט מיט אויסשפארן פון דא.

הרב דאמב איז טאקע פיין, ער זאגט גוטע פוינטס
איז דא א תקנה דא נישט אהינצולינקען? איך זעה @ מנשה ליסטיג האט זיך אפגערעדט דארט אז פאר אזא סארט חטא האט מען אים געווארפען

מנשה לוסטיג איז געפלויגן נאך פופצן (!) ווארענונגען אויף פארלעצונגען אויף די קאווע שטיבל רעגולאציעס.
די לעצטע שטרוי אויפן אייזל איז געווען ווען ער האט געעפענט א נאקעטע אשכול מיט א בלויזן לינק צו קרעטשמע צוליב אן אנגייענדיגע קאמפיין דארט צו פראמאטון קרעטשמע . ער האט דערמיט עובר געווען דריי פעלאניס : א פארפירישע לינק, אן אשכול אן קיין חידוש מיט בלויז א לינק , און אן אשכול וואס עקזיסטירט שוין צוויי אקוראט די זעלבע אשכולות.
מנשה איז א טייערע יונגערמאן, א משמח אלוקים ואנשים, אבער עפעס פעלט אים די מעגליכקייט זיך צו צושטעלן צו די פשוטע פארשריפטן פון דעם פלאץ און וועלט ליבערשט אויס צו וויינען קאזאק הנגזל אין קרעטשמע אז ער איז דער אמת לאמיתו.

יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 2:32 pm

· #222526
איך ווייס נישט צו איינער דא ווייסט, אבער סאטמארער רב נעמט אן אין ויואל משה אז מצות ישוב ארץ ישראל איז קבוע וקיים היינטיגע צייטן. פארשטייט זיך טאמער איינעמ'ס ציל איז ארויפצוגיין אויף די מויערן און אייננעמען ארץ ישראל מיט שפיזן און שופרות (פון וועמען? פון די ציונים?) איז עס א מצוה הבא בעבירה, לשיטתו פון דעם סאטמארן רבי'ן.
סארי פאר אריינהאקן, מ'קען צוריקגיין צו די רויטע אותיות און עקסלעמעישאן מארקס.

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 2:45 pm

· #222534
איך קען נישט ליינען דעם אשכול, איך בין נאך סטאק ביים אשכול נאמען, ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!! איינער קען מיר פאר א פריקן יאר זאגן וואס מיינט ציונות ימ"ש. ציונות איז א מענטש?

געשוויסטער » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 3:00 pm

· #222540
עטס שעלטס יעדער ערליכע מקום, און קרעטשמע איז בלויז איינער פון סיי.

ווען איך וואלט געווען א עסקן, וואלט איך געארבעט בטל צו מאכן די נאמען פון 'קאווע שטיבל' אין בתי מדרשים.

ברסלבער » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 3:02 pm

· #222541
געשוויסטער
עטס שעלטס יעדער ערליכע מקום, און קרעטשמע איז בלויז איינער פון סיי.

ווען איך וואלט געווען א עסקן, וואלט איך געארבעט בטל צו מאכן די נאמען פון 'קאווע שטיבל' אין בתי מדרשים.

האסט פארגעסן צוצולייגן ימ"ש.

כוכב » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 3:03 pm

· #222542
# בלא בלא בלא.
סאיז בכלל נישט קיין מקום, אן אפגעפליקטע פוסטע מדבר.

פלעין יודיש » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 3:14 pm

· #222544
געשוויסטער
עטס שעלטס יעדער ערליכע מקום, און קרעטשמע איז בלויז איינער פון סיי.

ווען איך וואלט געווען א עסקן, וואלט איך געארבעט בטל צו מאכן די נאמען פון 'קאווע שטיבל' אין בתי מדרשים.

די בעסטע וואלט געווען טאקע, אז די זאלסט דעם סייט אריינלייגען אין חרם, און פארלאזען דעם מקום ווי אומשנעלסטן,
ווי שוין ערוועינט עטלעכע מאל טרייען מיר נישט צי זיין ענקער מעכטיגע קרעטשמע קאנקערענס , און לאז אינז במנוחה
קרעטשמע ארויף און קרעטשמע אראפ, האו קעירס!!!!!!!!!!!!!

הייב פיס און אנטלויף פון דעם טריפענעם מקום......
ס'איז א בחינה פון איכא דרכא אחרינא
אבער שוין

אייניקעל » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 6:36 pm

· #222628
צוויי פראגערס צום טייערן "נטורי קרתא עסקן" אדער בדומה לו עסקנים וואס היטן די שטאט און ראטעווען יודן פון כפירה

א) מיט וואס איז די מצוה פון ישוב ארץ ישראל אנדערש פון די מצוה פון הנחת תפילין אדער ציצית?
לויט מיין ארעמע ידיעות שטעלט זיך ארויס פון חז"ל פארקערט אז דאס איז די איינציגסטע מצות פון אלע דרייצן מצות וואס זענען שוקל כנגד כל המצוות וואס מען מעג עובר זיין א שבות אום שבת, לכאורה איז עס די שטערקסטע מצוה גאר פון אלע מצות אינאיינעם, א מצוה וואס כמה ראשונים ואחרונים האבן זיך אריינגעלייגט אין א זיכערע סכנה בכדי עס מקיים צו זיין
ביטע זיי מסביר פאר די איגנארענד יודן עמי הארצים פארוואס די מצוה האט פלוצים עקספייערט, אדרבה לאמיר הערן און זיך לערנען

ב) וואס האט דע פלייער, זורח אדער בכלל מצות ישוב ארץ ישראל איינגעלייגט מיט ציונות? אזוי ווייט אז מען זאל דארפן יענעם באטיטלען מיט עמלק'ס טיטל פון ימ"ש אדער יענעם אנרופן כופר אפיקורוס וכדומה
נישט קיין עמאציאנאלע תירוצים, נאר קלאר לאגיק און הלכה וואס זאל באלייכטן די אויגן פאר די וואס גייען אויפן קרומען וועג (וואס דערווייל שטימט עס בדרך כלל מיט אלע פסוקים, חז"ל'ן, פוסקים און מפרשים)

החותם בברכת ציונות של ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים

ודי למבין » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 9:54 pm

· #222666
יעצט אראפ געלייגט דעם טעלעפאון מיט מיין גוטע חבר ערעב יואל דאבל-וואו און באשטעלט א פלאץ ביים מעמד.

פלאוויוס » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:25 am

· #222725
באזונדערס זענען אינטערעסאנט די מראי מקומות וואס דער וועבזייטל פון "זורח" ברענגט צו, אז איידער משיח וועט קומען וועלן אידן זיך משתדל זיין צוריקצוגיין קיין ארץ-ישראל, און דאס וועט ברענגען די התעוררות צו דער בעפארשטייענדער גאולה

<a class="postlink" href="http://zoreiach.wordpress.com/yishuv/">http://zoreiach.wordpress.com/yishuv/</a>

כלל ישראל דארף נאך אפאר אזעלכע געטרייע קינדער ווי ער! אם אשכחך ירושלים תשכח ימיני.

פאלשע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:50 am

· #222738
אויב איז עס טאקע די מצוה וואס איז שוקל כנגד כל המצות, דאן זאל דער יואל הכהן מיט יואלי w אויפהייבן זיך מיט די ווייב און קינדער (אויב זיי גייען מיט..) און עולה זיין אויף א״י. וואס איז פשט פון דע אויפקלערינג פאר אידן וואס זענען אייביג אויפגעוואקסען מיט אן אנדערע שיטה.?!

איז יואלי w דער וואס גייט אינז מעורר זיין אז מ׳טרעט אויף די גרעסטע מצוה אין די תורה...? שיין זע מיר אויס...

איך מיין אז עפעס טיפערס ליגט אינטער דעם, און דאס גייט זיך נישט ענדיגען מיטן גיין וואוינען אויף א״י

טעפל » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:38 am

· #222748
פאלשע פיש
אויב איז עס טאקע די מצוה וואס איז שוקל כנגד כל המצות, דאן זאל דער יואל הכהן מיט יואלי w אויפהייבן זיך מיט די ווייב און קינדער (אויב זיי גייען מיט..) און עולה זיין אויף א״י. וואס איז פשט פון דע אויפקלערינג פאר אידן וואס זענען אייביג אויפגעוואקסען מיט אן אנדערע שיטה.?!

איז יואלי w דער וואס גייט אינז מעורר זיין אז מ׳טרעט אויף די גרעסטע מצוה אין די תורה...? שיין זע מיר אויס...

איך מיין אז עפעס טיפערס ליגט אינטער דעם, און דאס גייט זיך נישט ענדיגען מיטן גיין וואוינען אויף א״י

גערעכט! לכאורה גייען זיי אלע גיין וואוינען אין כנסת המינים ממש 🙄 😕 😞 😞 😞 😞 (אנטשולדיגס ר' בערל כ'האב גענומען אביסל)..

אייניקעל » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:48 pm

· #222788
פאלשע פיש
אויב איז עס טאקע די מצוה וואס איז שוקל כנגד כל המצות, דאן זאל דער יואל הכהן מיט יואלי w אויפהייבן זיך מיט די ווייב און קינדער (אויב זיי גייען מיט..) און עולה זיין אויף א״י. וואס איז פשט פון דע אויפקלערינג פאר אידן וואס זענען אייביג אויפגעוואקסען מיט אן אנדערע שיטה.?!

איז יואלי w דער וואס גייט אינז מעורר זיין אז מ׳טרעט אויף די גרעסטע מצוה אין די תורה...? שיין זע מיר אויס...

איך מיין אז עפעס טיפערס ליגט אינטער דעם, און דאס גייט זיך נישט ענדיגען מיטן גיין וואוינען אויף א״י

פאלשע, לויט ווי איך פארשטיי, ליגט דא גארנישט דא באגראבן, בלויז פלעין ענד סימפעל, ג-אט ברוך הוא האט געהייסן גיין וואוינען אין ארץ ישראל, און מען נעמט זיך צוזאם צו שמועסן דערפון, מה כל הרעש הזאת???

רוב אידען דאהי זענען אויפגעוואקסן מיט קיין שום שיטה! דערפאר ווייסן טאקע נישט 99% סאטמארע יודן וואס דער רבי זצ"ל האלט וועגן ישוב ארץ ישראל, מ'האט דאס קיינמאל אין סאטמאר נישט געלערנט, דערפאר איז די גאנצע שיטה וואס דער עולם-גולם ווייסט מער אזא קולטורישע געשעהניש

האט איינער געזעהן די פלייער געהאנגען אין די גאסן? האט איינער געזעהן די פלייער אדווערטייזט אין א צייטונג? אדער אנדערע אויסגאבע? איך גלייב אז נישט

אלא מאי, קומען זיך צוזאמען אפאר יודען פריוואט וואס ווילן דוקא יא מקיים זיין די מצוה וואס ווי שוין ערווענט האבן רבים וטובים אנגעהויבן פון בעלי התוספות, ראשונים, מקובלים, אחרונים, תלמידי בעש"ט, תלמידי הגר"א, תלמידי החת"ס געמאכט ענדליכע חבורות (פארשטייט זיך אויף אסאך העכערן פארנעם, אבער מיט די זעלבע בעסיק קדושה און מצוה פון ישוב אר"י וואס האט קיינמאל נישט עקספייערט).

יעצט אז די פלייער האט ארויסגעליקט דורך פארשידענע וועגן, פרעגט ערעב פאלשע פיש א פראגע הלמאי זיי גייען מיר איינטיילן וואס צו טוען? ניין! מ'האט בכלל נישט גערעדט צו דיר, עפעס טוט דיר וויי דא אז די נעמסט דיר אזוי צום הארצI?
ס'איז ממש א בחינה ווי דער נער זאל ארויסגיין פון מקוה, אפשר וואוינט שוין דער יואל הכהן אין ארץ ישראל און איז נאר אהערגעקומען רעדן צו א קליינע גרופע פאראינטערעסירטע חברים? אפשר מאכט ער טאקע עליה יעצט בשעת מיר רעדן מהיכא תיתי אז נישט?

וואס טראכסטו טאקע ליגט אונטער דעם באגראבן? עפעס א חאמאס טונעל? צו שמד'ן יודן? טו נאר בארייכערן אונזערע פאנטאזיעס מיט עפעס געשמאק, לאמיר הערן

קדש הילולים » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 2:32 pm

· #222820
[ציטאט אראפגענומען]

כאפסט אז די ביסט די סותר מרישא לסיפא?...

קאך_לעפל » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:41 pm

· #222869
מצות ישוב ארץ ישראל:
דאס צו ישוב ארץ ישראל איז א מצוה בזמן הזה, איז א גרויסע מחלוקת הראשונים, אין עס נישט פארהאן קיין ענגילטיגע פסק הלכה, צו עס איז יא א מצוה צו נישט.

אבער די מציאות ווייזט ווי פאלגענד.

ווען די אידן זענען געווען אין גלות בבל, איז ניטאמאל פאר קיין איין איד נישט איינגעפאלן מקיים צו זיין מצות ישוב ארץ ישראל, אזוי ווי עס שטייט קלאר אין די פסוקים, אז אין די 70 יאר פון גלות בבל האט אפי' א פויגל זיך נישט באוויזען אין די הימלען פון ארץ ישראל, ביז ווי לאנג כורש מלך פרס האט געגבן רשות פאר עזרא און זרובבל ציריק ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל.

ביים זמן בית שני האט רוב יודן נישט געוואוינט אין ארץ ישראל, נאר אין די שטעט אין בבל, סורא, פאמפאדיתא, נרדעה, מחוזא, נציבין, און נאך. אפי אין מערב אייראפא האבן שוין אידן דאן געוואוינט, ווי למשל אין רוים, שפאניע, און נאך...און זיי האבן נישט חייש געווען אויף מצות ישוב ארץ ישראל (אפי בזמן שבית המקדש היה קיים.)

בערך א 200 - 300 יאר נאכן חורבן בית שני, האבן שוין כמעט נישט געוואוינט קיין אידן אין ארץ ישראל, רוב רובא פון כלל ישאל האט שוין געוואוינט אין בבל, און קיינער האט נישט חייש געווען מקיים צו זיין די מצוה פון ישוב ארץ ישראל, נאר ווי די תורה איז געווען דארט איז מען געגאנגען.

אזוי אויך אין די צייטן פון די גאונים, און די ראשונים, קייינער איז נישט ארויף קיין ארץ ישראל, נישט רבינו גרשום מאוה''ג, נישט רש''י, נישט דער ריף, נישט דער רמביים, נישט דער ראש, נישט דער ר''ת, נישט דער ריטב''א, נישט דער רשב''א, נישט רבינו יחיאל, נישט רבינו שמשון, נישט רבינו משה מקיצי, נישט רבינו חננאל, נישט דער מהר''ם ראטונבערג זי''ע, קיינער האט נישט חייש געווען אויף די מצוה פון ישוב ארץ ישראל.

ערשט אין די צייטן פון די גולי ספרד, און א ביסל נאך דעם אין די צייטן פון די תלמידי בעל שם טוב, מיט די תלמידי הגר''א, דאן האבן זיך אידן ציריק אנגעהויבן צו באזעצן אין הייליג לאנד, אבער ביז דאן געפינען מיר נישט קיין שום גדול בישראל וואס זאל חייש זיין אויף מצות ישוב ארץ ישראל, און אפי' די תלמידים פון דער בעל שם טוב מיטן גר''א, ווואו ר' אברהמלע קאליסקער מיט ר' מענדלע וויטעפסקער זי''ע, און ווי אויך ר' ישראל שקלאוו זי''ע זענען אויך נישט ארויף אויף ארץ ישראל, אלס ישוב ארץ ישראל, נאר אלס זיי האבן געוואלט דינען דעם אייבישטען מיט א העכערע בחינה, און אויף קדישת ארץ ישראל איז נישטא קיין שום חולק.

דער גאנצער מצוה פון ישוב ארץ ישראל איז נאר געווארן א טעמע, נאך דעם וואס דער אידאלאגיע פון הערצל מיט נארדו ימ''ש האט זיך אנגעהויבן צו פארשפרייטען אין אייראפא, און זיי מיט זייערע נאכפאלגער זענען אלע געווען פאלנע עטאאיסטען און כופרים בה' ובתרתו הק', און עס האט זיי זיכער נישט געברענט דער מצוה פון ישוב ארץ ישראל, און די אלע וואס זענען היינט פארנימען מיט די מצוה ישוב ארץ ישראל, איז נישט בלויז צו פשוט מקיים צו זיין דער הייליגער מצוה פון ישוב ארץ ישראל, נאר אויך צילוב נאציאנאלע געפילן, און די תאווה צו האבן א לאנד פינקט ווי אלע פעלקער..... וואס איז אויסדריקליך אין קאנסטראסט מיט דעם גזירות הגלות.......

היימישער ליטוואק » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 6:11 pm

· #222874
I GUESS אז נארדו האט אריינגשמוגלט די ווערט ישוב ארץ ישראל אין ספרי חז"ל.
ימ"ש.

קאך_לעפל » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 6:19 pm

· #222875
היימישער ליטוואק
I GUESS אז נארדו האט אריינגשמוגלט די ווערט ישוב ארץ ישראל אין ספרי חז"ל.
ימ"ש.

וואס איז דאס? א קישא? א תירץ? א ריאה? א סטעיטמענט? א לייצנות?

קדש הילולים » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 6:28 pm

· #222877
א ליצנות

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 6:45 pm

· #222884
אלזא מצוות יישוב ארץ ישראל האט זיך אנגעהויבן גענוי זעלבע צייט ווען די עבירה פון ציונות האט זיך אנגעהויבן. זעט אויס מ'דארף לעוולען די מצוות עשה'ס קעגן די לא תעשה'ס.

מיר לאזן אייך מאכן נייע עבירות, און לאזט אונז מאכן נייע מצוות והכול על מקומו יבוא בשלום.

אגב, איך וואלט זייער שטארק געוואלט וויסן דעם חילוק פון די "יו-ען" ביז "מלכות כורש".
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8