ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!
384 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7133
קודש, משיח מיט גאולה זענען צוויי באזונדערע מושגים, געדענק דאס גוט און חזר עס איבער
גאולה איז די פאקט פון כלל ישראל צוריקקומען קיין ארץ ישראל און צוריקבאקומען די שלטון, פטור צו ווערן פון שעבוד מלכיות, דאס געשעהט נישט אין איין מינוט אדער דורך איין מענטש
ס'איז א פראצעס פון שלבים צוביסלעך קמעא קמעא
די אתחלתא דגאולה האט זיך אנגעהויבן תיכף נאכן חורבן בית שני מיט כרם ביבנה, מיט די עליה פון די בעלי תוספות, ראשונים, מקובלים, תלמידי אור החיים, תלמידי רמח"ל, תלמידי בעש"ט, תלמידי הגר"א, ועוד ועוד און שפעטערדיגע מאסן עלייות פון פשוטע אידן וכו' וכו' עד לימינו אלה
משיח, מלחמת גוג ומגוג, בנין בית המקדש, תחיית המתים, אחרית הימים די אלע זענען שלבים וואס דארפן געשעהן ביי די ענדע פון די גמר הגאולה
גאולה איז א נושא וואס מען קען נישט כאפן א בליק אין עפעס א ספר'ל און פאנטאזירן א אייגענע מהלך וואס איז באזירט אויף לופט, מען דארף דאס דורכלערנען מיט די הבנת הראשונים (וואס האבן פארשידענע אנדערע מהלכים)
כגון רב סעדיה גאון, רמב"ם, רמב"ן, אבן עזרא, ספר העקרים, אברבנאל, וכו' וכו' וואס א טייל האבן געשריבן ספעציעלע עקסטערע ספרים וואס געבן זיך אפ מיט די נושא
וכולם פה אחד (פארשטייט זיך דערווייל לויט וויפיל איך האב געזעהן עד מקום שידי מגעת) זענען מודה אז עס קמעא קמעא ווי די ירושלמי, און אז אלע חלקים פון די גאולה זענען באזונדערע זאכן פאר זיך
איך וועל דיר אנצייכענען צוויי אינטערעסאנטע דוגמאות
דער אברבנאל זאגט אז ר' עקיבא האט געזאגט אז בר כוכבא איז משיח נישט ווייל ער האט באמת געהאלטן אזוי נאר ווייל ער האט געוואלט מחזק זיין דאס פאלק אז מ'זאל זיך נישט מייאש זיין פון די ישועה
דער חתם סופר זאגט ענדליך אז דער רמב"ם האט גערעכנט ביאת המשיח פון די עקרי אמונה נישט ווייל עס איז א עיקר נאר ווייל ער האט געוואלט מחזק זיין דאס פאלק אז מ'זאל זיך נישט מייאש זיין פון די ישועה
וועגן דיין "ראיה מפורשת" פון ופתאום יבוא אל היכלו, זאלסטו מיר קודם מסביר זיין די סתירה פון ופנה דרך לפני ופתאום יבוא ד.ה. אז ער וועט אנגרייטן א וועג און קומען פלוצלינג, איז עס אנגעגרייט אדער פלוצלינג??? און אויך וואס מיינט בפתע פתאום וואס מ'טרעפט אסאך מאל אין פסוק?
<a class="postlink" href="http://www.tora.us.fm/tnk1/messages/prqim_t25b29_0.html">http://www.tora.us.fm/tnk1/messages/prqim_t25b29_0.html</a>
אויכעט ווי אזוי שטימט דאס מיטן פסוק: כִּי לֹא בְחִפָּזוֹן תֵּצֵאוּ וּבִמְנוּסָה לֹא תֵלֵכוּן כִּי-הֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם ה' וּמְאַסִּפְכֶם אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל (ישעי נ"ב י"ב)
יא פלוצלינג? נישט פלוצלינג? שטאט אדער שנעל?
ווען האסט דאס פארענטפערט וועלן מיר מיט געדולד ווארטן צו הערן א תירוץ מספיק אויף מיינע אנדערע פראגעס
אייניקעלגאולה איז א נושא וואס מען קען נישט כאפן א בליק אין עפעס א ספר'ל און פאנטאזירן א אייגענע מהלך וואס איז באזירט אויף לופט,
ועאכו"כ קען מען נישט זאגן אויף דער וואס זאגט א משהו אנדער ווי דיין הבנה אז יענר איז א כופר, און נאך א כופר גמור
אייניקעלקודש, משיח מיט גאולה זענען צוויי באזונדערע מושגים, געדענק דאס גוט און חזר עס איבער
איך חזר זייער אסאך מאל... גאולה: אויסלייזינג. משיח: געזאלבטער... אבער איך גלייב באמונה שלימה אז די צוויי מושגים וועלן זיין אויף איינמאל.
אוי... בן דוד עבדיך יבא ויגאלינו... אוי... אוח אפינו משיח השם...
גאולה איז די פאקט פון כלל ישראל צוריקקומען קיין ארץ ישראל און צוריקבאקומען די שלטון, פטור צו ווערן פון שעבוד מלכיות, דאס געשעהט נישט אין איין מינוט אדער דורך איין מענטש
ס'איז א פראצעס פון שלבים צוביסלעך קמעא קמעא
די אתחלתא דגאולה האט זיך אנגעהויבן תיכף נאכן חורבן בית שני מיט כרם ביבנה, מיט די עליה פון די בעלי תוספות, ראשונים, מקובלים, תלמידי אור החיים, תלמידי רמח"ל, תלמידי בעש"ט, תלמידי הגר"א, ועוד ועוד
איך זיך א מקור אז די כרם ביבנה, עליה פון בעלי התוספות וכו׳ איז א אתחלתא דגאולה... אויך דארף מען פארשטיין די הפסק פון הונדערטער יארן וואס א״י האט געפיסטעוועט פון יודן. איז דאס אויך א חלק פונעם אתחלתא דגאולה?!...
און שפעטערדיגע מאסן עלייות פון פשוטע אידן וכו' וכו' עד לימינו אלה
משיח, מלחמת גוג ומגוג, בנין בית המקדש, תחיית המתים, אחרית הימים די אלע זענען שלבים וואס דארפן געשעהן ביי די ענדע פון די גמר הגאולה
עי׳ בתשובות הרדב״ז ח״ב סי׳ תתקל״ט (אראפגעברענגט אויבן) אז ס׳וועט יא זיין תחיית המתים אנהויב פונעם גאולה.
גאולה איז א נושא וואס מען קען נישט כאפן א בליק אין עפעס א ספר'ל און פאנטאזירן א אייגענע מהלך וואס איז באזירט אויף לופט, מען דארף דאס דורכלערנען מיט די הבנת הראשונים (וואס האבן פארשידענע אנדערע מהלכים)
כגון רב סעדיה גאון, רמב"ם, רמב"ן, אבן עזרא, ספר העקרים, אברבנאל, וכו' וכו' וואס א טייל האבן געשריבן ספעציעלע עקסטערע ספרים וואס געבן זיך אפ מיט די נושא
דער רמב״ם שרייבט אין הל׳ מלאכים פי״ב אז מ׳זאל *נישט* עוסק זיין אין די אלע מדרשים, ווייל מען ווייסט סייווי נישט וויאזוי ס׳וועט זיין, און ס׳ברענגט נישט גארנשט.
א גוטע ראי׳ אז דיר רמב״ם איז געווען גערעכט(מ׳דארף נישט קיין ראי׳), ביסטו...
וכולם פה אחד (פארשטייט זיך דערווייל לויט וויפיל איך האב געזעהן עד מקום שידי מגעת) זענען מודה אז עס קמעא קמעא ווי די ירושלמי, און אז אלע חלקים פון די גאולה זענען באזונדערע זאכן פאר זיך
די פסוק פון ופתאום יבא האסטו נאך נישט געזען?!..,
איך וועל דיר אנצייכענען צוויי אינטערעסאנטע דוגמאות
דער אברבנאל זאגט אז ר' עקיבא האט געזאגט אז בר כוכבא איז משיח נישט ווייל ער האט באמת געהאלטן אזוי נאר ווייל ער האט געוואלט מחזק זיין דאס פאלק אז מ'זאל זיך נישט מייאש זיין פון די ישועה
דער חתם סופר זאגט ענדליך אז דער רמב"ם האט גערעכנט ביאת המשיח פון די עקרי אמונה נישט ווייל עס איז א עיקר נאר ווייל ער האט געוואלט מחזק זיין דאס פאלק אז מ'זאל זיך נישט מייאש זיין פון די ישועה
וועגן דיין "ראיה מפורשת" פון ופתאום יבוא אל היכלו, זאלסטו מיר קודם מסביר זיין די סתירה פון ופנה דרך לפני ופתאום יבוא ד.ה. אז ער וועט אנגרייטן א וועג און קומען פלוצלינג, איז עס אנגעגרייט אדער פלוצלינג??? און אויך וואס מיינט בפתע פתאום וואס מ'טרעפט אסאך מאל אין פסוק?
<a class="postlink" href="http://www.tora.us.fm/tnk1/messages/prqim_t25b29_0.html">http://www.tora.us.fm/tnk1/messages/prqim_t25b29_0.html</a>
אויכעט ווי אזוי שטימט דאס מיטן פסוק: כִּי לֹא בְחִפָּזוֹן תֵּצֵאוּ וּבִמְנוּסָה לֹא תֵלֵכוּן כִּי-הֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם ה' וּמְאַסִּפְכֶם אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל (ישעי נ"ב י"ב)
יא פלוצלינג? נישט פלוצלינג? שטאט אדער שנעל?
דיינע קשיות ווערן פארענטפערט מיטן רמב״ם הנ״ל, אז מיר ווייסן סייווי נישט וויאזוי ס׳וועט אויסזען דעמעלטס, און ס׳איז א שאד צי פארברענגען צייט צי זיך איינרעדן אז מ׳פארשטייט, און נאכזאגן ווערטער וואס מ׳האט נישט קיין מושג דערון.
ווען האסט דאס פארענטפערט וועלן מיר מיט געדולד ווארטן צו הערן א תירוץ מספיק אויף מיינע אנדערע פראגעס
@אייניקל,@אתא, עפעס א עם הארץ׳ישע ניגון...
אין א שיינעם העלען טאג
דער סוחר ביי דעם וואג
און דער שניידער אין מיטן נייען,
דער טרעגער מיט דעם פאק
דער לויפער מיט דעם זאק
און דער גערטנער אין מיטן זייען.
פלוצלינג וועט מען הערן א געשריי
אז די צייט איז שוין געקומען,
אז מיר וועלן שוין ווערן פריי
פון גלות ארויס גענומען.
על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.
די זיצערן אין די גאס
דער שענקער ביי דער פאס
און דער שמיד ביי דעם האמער,
דער מילנער אין מיטן מאלן
דער בארבער אין מיטן גאלן
און דער קוילן סוחר אין דעם קאמער.
פלוצלינג וועט מען הערן א געוואלד
אליהו הנביא איז מבשר א בשורה,
אז משיח קומט שוין באלד
ער פירט אונז אין די אלטע דירה.
על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.
דער מלמד מיט'ן טייטש
דער בעל עגלה מיט'ן בייטש
און דער בלעכער אויפן דאך,
דער שלייפער ביי דעם ראד
דער בעדער אין באד
און אזוי יעדער נעבעך ביי זיין שווערן פאך.
פלוצלינגוועט מען הערן א קלאנג
אז די צייט איז שוין געקומען
עטס מעגט שוין זינגען א נייעם געזאנג
עטס ווערט פון גלות ארויס גענומען.
על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.
דער פויער מאנט פאר אייער
דער סעקוועסטער מאנט פאר שטייער
און דער סעליסיטער ברענגט א קלאגע,
די קעשענע איז לעהר
דאס געמיד איז נעבעך שווער
און עס פרעגט זיך אזוי א פראגע.
פלוצלינג וועט מען הערן א קול
פון דעם שופר דעם גרויסן הארן,
דו ווערסט שוין פטור פון דעם עול
דו ביסט שוין געהאלפן געווארן.
על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.
[quote="קדש הילולים"]@אייניקל,@אתא, עפעס א עם הארץ׳ישע ניגון...
א בפירושע ניגון, נא!
האלטסט טאקע אז ס׳איז עם הארץ׳עס???!!!....
איר כאפט וואס דא גייט פאהר ? קדש הילולים שרייבט גאנצעטע בלעטער מפי ספרים וסופרים פונקטליך ווי אזוי די גאולה גייט אויסקוקן.תחיית המתים, בנוי ומשוכלל, משיח אותות ומופתים. קומט צוגיין ר' אייניקל און ווייזט אים אנדערע חז"ל'ן און ראשונים וואס זאגן אנדערש. אויף דעם ברענגט ער ארויס דעם רמב"ם פון קלאזעט אז מ'קען זיך נישט צו טון מאכן פון חז"ל ומדרשים וואס שרייבן אין די ענינים ווייל ס'איז נישט קלאר וואס ס'גייט באמת געשען. איר כאפט??
וואו קומט בעסער אריין דעם באקאנטן שפריכווארט:
"שנייד נישט דיין נאז צו באשטראפן דיין געזיכט....''
@קדש הילולים מילא וואס מיר האבן מדרשים לכאן לכאן, אויף דעם זאגט דאך דער רמב"ם אז מ'זאל ווארטן צו זען וויאזוי ס'שפילט זיך אויס למעשה. קעגן דעם ניגון אבער איז טאקע שווער צו ענטפערן... מה נענה אנן זבובים קצוצי כנפיים?
קדש הילוליםהאלטסט טאקע אז ס׳איז עם הארץ׳עס???!!!....
---------------------------------------------!!
מאטיאיר כאפט וואס דא גייט פאהר ? קדש הילולים שרייבט גאנצעטע בלעטער מפי ספרים וסופרים פונקטליך ווי אזוי די גאולה גייט אויסקוקן.תחיית המתים, בנוי ומשוכלל, משיח אותות ומופתים. קומט צוגיין ר' אייניקל און ווייזט אים אנדערע חז"ל'ן און ראשונים וואס זאגן אנדערש. אויף דעם ברענגט ער ארויס דעם רמב"ם פון קלאזעט אז מ'קען זיך נישט צו טון מאכן פון חז"ל ומדרשים וואס שרייבן אין די ענינים ווייל ס'איז נישט קלאר וואס ס'גייט באמת געשען. איר כאפט??
וואו קומט בעסער אריין דעם באקאנטן שפריכווארט:
"שנייד נישט דיין נאז צו באשטראפן דיין געזיכט....''
מאטי: וואס איז מיט דיר? דו ווייסט נישט אז פון רמב"ם קענמען נישט ברענגען קיין ראיה. ער איז דאך א חב"ד'סקער. פון 770. און פאררשטייצעך אויכעט א ציוני, וועלכער גלייבט אין שלימות הארץ. נישט ווי די נטורי חרתא. די פריינט פון די פאלעסטינער און איראנער... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮
אבער ווען דער רמב"ם קומט אים אויס גוט דאן נוצט ער אים יא! דאס איז מיין וואונדער.
מאטיאבער ווען דער רמב"ם קומט אים אויס גוט דאן נוצט ער אים יא! דאס איז מיין וואונדער.
מאטי: מיין וואונדער איז, אז ער ווייסט בכלל צו זאגן פון רמב"ם. אינז ערליכע אידן לערנען נישט א סאך זאכן. כדאמרן. למשל משנה ברורה איז מען אויכעט מבזה אין אונזערע קרייזן מכמה טעמים. אויך ווייל ער איז געוועין אין אגודה... 😕 😎 😂 😈 😈 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮
כ'האב זיך דערמאנט פון אפאר פסוקים אין אונזער הייליגע תורה
מלכים ב' כג בשנת חמש-עשרה שנה, לאמציהו בן-יואש מלך יהודה--מלך ירבעם בן-יואש מלך-ישראל, בשמרון, ארבעים ואחת, שנה. כד ויעש הרע, בעיני ה': לא סר, מכל-חטאות ירבעם בן-נבט, אשר החטיא, את-ישראל. כה הוא, השיב את-גבול ישראל, מלבוא חמת, עד-ים הערבה--כדבר ה' אלהי ישראל, אשר דבר ביד-עבדו יונה בן-אמתי הנביא, אשר מגת החפר. כו כי-ראה ה' את-עני ישראל, מרה מאד; ואפס עצור ואפס עזוב, ואין עזר לישראל. כז ולא-דבר ה'--למחות את-שם ישראל, מתחת השמים; ויושיעם, ביד ירבעם בן-יואש. כח ויתר דברי ירבעם וכל-אשר עשה, וגבורתו אשר-נלחם, ואשר השיב את-דמשק ואת-חמת ליהודה, בישראל: הלא-הם כתובים, על-ספר דברי הימים--למלכי ישראל. כט וישכב ירבעם עם-אבתיו, עם מלכי ישראל; וימלך זכריה בנו, תחתיו. {פ}
פלאוויוס@קדש הילולים מילא וואס מיר האבן מדרשים לכאן לכאן, אויף דעם זאגט דאך דער רמב"ם אז מ'זאל ווארטן צו זען וויאזוי ס'שפילט זיך אויס למעשה. קעגן דעם ניגון אבער איז טאקע שווער צו ענטפערן... מה נענה אנן זבובים קצוצי כנפיים?
קדש הילוליםהאלטסט טאקע אז ס׳איז עם הארץ׳עס???!!!....
---------------------------------------------!!
אויף די אלע פינטעלעך האב איך שוין טאקע נישט וואס צי ענטפערן...
קודש וואס למעשה איז דיין אפשאצונג אויף הרב טייכטל איז ער געווען א גדול בישראל?
קודש, איינער וואס גלויבט נישט אין דעם ניגן איז א כופר אדער א כופר גמור?
וואס וויל מען פון מיר? איך האב געזאגט אז קיין איין גדול בישראל האט נישט מסכים געווען מיט די סאטמארער מהלך פון איגנארירען דער מדינה אין גאנצען. אלע האבען געהאלטען מ'דארף זיך שלאגען מיט זיי דורך אריינגייען אין זייערע פלעצער וכו', ווי מ'האט שוין גערעדט.
@ישראל קאפקע האט טענות אז דער קהלה פונ'ם עדה חרדית האבען אויך אזוי געהאלטען. טענו בחיטין והודה לו בזכר קדשו. איך זאג גדולים, דו זאגסט קהלות.
אחוץ טאמער יעדער רב וואס האלט ווי סאטמאר איז שוין פאר דעם א גדול בישראל. דעמאלס ביסטו גערעכט.
און פאר דער וואס האט געפרעגט וויאזוי מעסט מען א גדול בישראל, לכאורה דער ענטפער איז א מענטש (פארשטייט זיך קודם כל אי ער א תלמיד חכם מופלג) וואס ווערט אנגעפרעגט די גרויסע שאלות פונ'ם דור, וואס תלמידי חכמים און אנשי מעשה רעכענען זיך מיט זיין דעה, א מענטש וואס אפילו נאכ'ן פטירה ווערט דערמאנט זיין פסקים, הנהגות און דעות, ער איז אריינגערעכענט. דאס וואס טייל מענטשען ווילען מכתיר זיין יעדער איינער וואס האלט ווי זיי אלס א גדול בישראל, א שטייגער ווי די מזרחניק'עס וועגען הרב טייכטאל, און די סאטמארער אויף די קנאיש'ע רבנים, דארף בכלל נישט אויסמאכען פאר א בר דעת.
און למעשה, האט מען נאך נישט קיין שום מקור אז משיח גייט זיכער נישט קומען צו א פארטיגע זאך. שטייט נישט אין חז"ל אז משיח מוז קומען צו א גשמיותדיג'ע וויסטעניש, און אוודאי גייט משיח טוהן זיינ'ס, און כפי הנראה פעלט נישט וואס צו טוהן פאר איהם.
אייניקעלצוויי פראגערס צום טייערן "נטורי קרתא עסקן" אדער בדומה לו עסקנים וואס היטן די שטאט און ראטעווען יודן פון כפירה
א)לויט מיין ארעמע ידיעות שטעלט זיך ארויס פון חז"ל פארקערט אז דאס איז די איינציגסטע מצות פון אלע דרייצן מצות וואס זענען שוקל כנגד כל המצוות וואס מען מעג עובר זיין א שבות אום שבת, לכאורה איז עס די שטערקסטע מצוה גאר פון אלע מצות אינאיינעם, א מצוה וואס כמה ראשונים ואחרונים האבן זיך אריינגעלייגט אין א זיכערע סכנה בכדי עס מקיים צו זיין
ב) וואס האט דע פלייער, זורח אדער בכלל מצות ישוב ארץ ישראל איינגעלייגט מיט ציונות? אזוי ווייט אז מען זאל דארפן יענעם באטיטלען מיט עמלק'ס טיטל פון ימ"ש אדער יענעם אנרופן כופר אפיקורוס וכדומה
א) ישוב א"י איז שוקל קעגען אלע מצות? WOW די רעדסט שוין עקסטרעם אויף די אנדערע זייט. לויט געוויסע ראשונים איז עס א דאורייתא לויט אסאך ראשונים דרבנן, אין לויט געוויסע ראשונים גייט עס נישט אן היינט.
דאס אז א שבות איז מותר אין שבת איז נישט קיין ראיה אז עס איז א גרויסע מצוה, ממעג מחלל שבת זיין א שבות פאר א גוי אין שבת וועגן דרכי שלום, אבער דרכי שלום וועגט נישט איבער אלע מצות. (אגב דארף מען דן זיין אויב ישוב א"י איז דוחה דרכי שלום מיט די אראבער, ביידע זענען אייניג שטארק לכאורה).
ב) ישוב א"י האט נישט מיט ציונות, אבער אין אינזערע צייטען איינער וואס איז ביזי מיט ישוב א"י (אין איז א פלענער מענטש וואס איז נישט ספעציעל מדקדק זיין אויף אנדערע הלכות במסירות נפש) קימט עס פין ציונות. זיי מודה....
ג) די צדיקים וואס האבען מקיים געוען ישוב א"י מיט מסנ"פ האבען אויך אזוי געטיען מיט אנדערע מצות דרבנן קלים.
@ליטוואק פון בודאפעסט,
וועלכע ווארט פון "אכציג פראצענט 'חרידישע רבנים' אין ארץ ישראל" איז דיר נישט קלאר?
די אישו מיט ציונות איז אפאר נקודות:
א) שלש שבועות וואס ווערט אראפגעברענגט אלס א פשטות אין ראשנים ואחרונים ובכללם החת"ס. די אברבנאל שרייבט אז רבי עקיבא "טעות" אין בר כוכבא האט גורם געווען אז ער איז נהרג געווארען דורך רוים אויף שרעקליכען אופן רח"ל.
אינטערעסנט די "קאאינסידענס" אז פינקט אין די זעלבע צייט (במשך 3000 יאר) איז געקימען א חרבן ממש אזוי עס שטייט אין גמרא. עס שטייט נישט אין גמרא נאך אזוי גרויסע עונש אויף אנדערע זאכען. "כצבאות ואילות השדה" יודען זענען אינטער מענטשען - היטלער ימ"ש.
ב) די מיינוג פין כלל ישראל (יונג אין אלט) אלע דורות איז געוען אז משיח גייט מאכען די גאולה.
ג) רוב גדולי ישראל פארען קריג האבען געהאלטען עס איז אסור. ("גדול בישראל" מיינט אז רוב שומרי תומ"צ האלטען דעם מענטש פאר א גדול בישראל)
ד) מרשעים יצא רשע, קען זיין אז די טובה פאר כלל ישראל קימט פין מינים גמורים, אין שונאי הדת גמורים (הערצעל וכו')?.
איך בין אויך א שטיקל ציוני אין הארץ, פארפאלען עס איז א גרויסע תאוה, אין איך בין א פשוטער יוד. אבער איך וואטש אז מיינע געפיעלן זאלען נישט איבער דרייען די פאקטען. אז איך וויל עפעס, עס מאכט מיך פילען גיט, מיינט נישט אז דאס איז דער אמת.
דו קומסט מיר פאר וואו א מים שלנו שעפער אחרון של פסח, כאילו דיינע פונקטן זענען נאכנישט אויסגעשמועסט געווארן אין די פריערדיגע בלעטער.
פאר א סטארט:
איינער וואס האט ליב ארץ ישראל און מאכט עלייה, וואו פונקטליך בעגעגנט ער זיך מיט די שלש שבועות? זאגסטו אז אזא איינער איז נעמליך געשלאגן מיט ציונות.
הייסט עס "שלש שבועות" איז מען עובר במחשבה?
איך האב נאר געוואלט "סאמערייזען" אלע פינטקען.
איינער וואס האט ליב א"י (אזוי ווי געוויסע מענשטען האבען ליב למשל מאנסי מער ווי בארא פארק וכו') אין מאכט עליה מיז נישט זיין ציונות. איינער וואס איז ביזי מיט מצות ישוב א"י אין איז א פשוטער מענטש ווי איך אין די וואס איז נישט ספציעל מדקדק אויף מצות, קימט פין ציונות.
האסט אבער צוזאמגעקליבן 50% איינזייטיג צו דיין אידעלאגיע.
אויף דיין צווייטן פאראגראף האב איך דיר נאכגעגעבן, כ'האב נאר געפרעגט; את"ל ס'איז אמת, ווי אזוי שפינסטו דערמיט א העברה אויף ג שבועות.
מאטיהאסט אבער צוזאמגעקליבן 50% איינזייטיג צו דיין אידעלאגיע.
אדרבה ברענג מיר 1 ראשון אדער גדול שבאחרונים וואס זאגעט אז ש"ש איז נישט אקוטעל. דאס וואס עס שטייט אין געוויסע פלעצער "קמעא קמעא" איז נישט קיין סתירה צי שלש שבועות פארשטייט זיך
איך האב שוין אייינמאהל אראפגעברענגט דעם לינק, אבער משום כבודו של הרב מאיר, וועל איך דאס נאכאמאל ברענגען. נישט קיין גרויסע זאכן, פשוט'ע וויקיפידיע.
<a class="postlink" href="http://he.m.wikipedia.org/wiki/">http://he.m.wikipedia.org/wiki/</a>שלוש_השבועות
קוק דורך דעת החולקים.
מאך זיכער די לשון הקודש'ע ווערטער גייען אריין אינעם לינק
מאירדי אישו מיט ציונות איז אפאר נקודות:
ד) מרשעים יצא רשע, קען זיין אז די טובה פאר כלל ישראל קימט פין מינים גמורים, אין שונאי הדת גמורים (הערצעל וכו')?.
מאיר טאקע אזויווי מאטי האט שוין ערווענט, די אלע פונקטן זענען שוין פריער אויסגעשמועסט געווארן וזיל קרי ביה
ווי א קלאסישער "כ'האב שוין אבגעמאכט מיין מיינט, פארדריי מיר נישט מיט די פאקטן" געבסטו א שיס ארויס פאקטן פון אונטער די ארבעל אן אנצוצייכענען א מקור ווי דער ליינער זאל קענען נאכקוקען
אלע פוסקים זאגן אזוי צו אזוי, רוב גדולי ישראל זאגן אזוי צו אזוי, אבער מקורות זענען נישט פארהאן
איך וויל מיר נאר באציען צו דיין לעצטע פונקט, ווי זעהן מיר אז אז די טובה פאר כלל ישראל קומט פין מינים גמורים, אין שונאי הדת גמורים? אויף דעם עיין בספר מלכים ב' י"ד פסוקים כ"ג עד הסוף (צוגעברענגט פריער)
ווי הקב"ה האט געראטעוועט גאנץ כלל ישראל נאר אין די זכות פון אן אדם רשע א שונא הדת ומחטיא את הרבים ושמו ירבעם בן יואש, וואס זיין איינציגסטע מצוה איז געווען "השיב את גבול ישראל מלבוא חמת עד ים הערבה"
אייניקעלכ'האב זיך דערמאנט פון אפאר פסוקים אין אונזער הייליגע תורה
מלכים ב' כג בשנת חמש-עשרה שנה, לאמציהו בן-יואש מלך יהודה--מלך ירבעם בן-יואש מלך-ישראל, בשמרון, ארבעים ואחת, שנה. כד ויעש הרע, בעיני ה': לא סר, מכל-חטאות ירבעם בן-נבט, אשר החטיא, את-ישראל. כה הוא, השיב את-גבול ישראל, מלבוא חמת, עד-ים הערבה--כדבר ה' אלהי ישראל, אשר דבר ביד-עבדו יונה בן-אמתי הנביא, אשר מגת החפר. כו כי-ראה ה' את-עני ישראל, מרה מאד; ואפס עצור ואפס עזוב, ואין עזר לישראל. כז ולא-דבר ה'--למחות את-שם ישראל, מתחת השמים; ויושיעם, ביד ירבעם בן-יואש. כח ויתר דברי ירבעם וכל-אשר עשה, וגבורתו אשר-נלחם, ואשר השיב את-דמשק ואת-חמת ליהודה, בישראל: הלא-הם כתובים, על-ספר דברי הימים--למלכי ישראל. כט וישכב ירבעם עם-אבתיו, עם מלכי ישראל; וימלך זכריה בנו, תחתיו. {פ}
גאר שטארק! אן אינטערעסאנטע נקודה צו באטראכטן. איך האב קיינמאל נישט געקלערט אין דער ריכטונג אז דער אויבערשטער זאל קענען אויספירן זיינע הבטחות דורך שלעכטע מלכים (הגם הערצל איז זיכער נישט ריכטיג גערופן צו ווערן שלעכט. בסך הכל א תינוק שנשבה וואס האט זיך דערוועקט צו העלפן זיין פאלק). א דאנק פאר'ן צואווייזן.
אייניקעלמאירדי אישו מיט ציונות איז אפאר נקודות:
ד) מרשעים יצא רשע, קען זיין אז די טובה פאר כלל ישראל קימט פין מינים גמורים, אין שונאי הדת גמורים (הערצעל וכו')?.
מאיר טאקע אזויווי מאטי האט שוין ערווענט, די אלע פונקטן זענען שוין פריער אויסגעשמועסט געווארן וזיל קרי ביה
ווי א קלאסישער "כ'האב שוין אבגעמאכט מיין מיינט, פארדריי מיר נישט מיט די פאקטן" געבסטו א שיס ארויס פאקטן פון אונטער די ארבעל אן אנצוצייכענען א מקור ווי דער ליינער זאל קענען נאכקוקען
אלע פוסקים זאגן אזוי צו אזוי, רוב גדולי ישראל זאגן אזוי צו אזוי, אבער מקורות זענען נישט פארהאן
איך וויל מיר נאר באציען צו דיין לעצטע פונקט, ווי זעהן מיר אז אז די טובה פאר כלל ישראל קומט פין מינים גמורים, אין שונאי הדת גמורים? אויף דעם עיין בספר מלכים ב' י"ד פסוקים כ"ג עד הסוף (צוגעברענגט פריער)
ווי הקב"ה האט געראטעוועט גאנץ כלל ישראל נאר אין די זכות פון אן אדם רשע א שונא הדת ומחטיא את הרבים ושמו ירבעם בן יואש, וואס זיין איינציגסטע מצוה איז געווען "השיב את גבול ישראל מלבוא חמת עד ים הערבה"
א) אויף דיין ראיה מיט ירבעם, אף שיש לחלק בין מין לעובד ע"ז, וכן יש לומר שזה היה עפ"י הנביא כמבואר בפירוש בקרא והוא כמו אליהו בהר הכרמל שעשה עבירה לפי שעה, אבער מ"מ ס'איז א ראיה.
ב) מקור לשלש שבועות בפוסקים: רמב"ם באגרת תימן, רבנו בחיי בראשית לד פסוק ח, מהר"ל בנצח ישראל פ' כד (שהוא ביהרג ואל יעבור), רבי יהונתן אייבשיץ מפראג ב'אהבת יונתן' הפטרת פ' ואתחנן, הגר"א שיר השירים פרק ב פסוק ז, אור החיים הקדוש ויקרא פרק כו פסוק לג', ח"ס יו"ד ס' רכ.
לעומת זה אין די ווקפדיה פעטש האב איך נאר געזען איין מקור וואס זאגט בפירוש אז עס נישא אקטועל: ר' שלמה קליגער בספר מעשה יוצר וואס זאגט בדרך דרוש, אז וויבאלד די אוה"ע האבען משתעבד געווען יותר מדאי איז שוין נישט דא קייין שבועות. (וחולק בזה על המהר"ל וואס זאגט אנדערש אז אפילו מוועט הארגענען אין פייניגען "בעניום קשים" אסור לעבור על השבועות ולצאת מגלות).
(די אנדערע מקורות וואס וויקפידה צייכענט צי דארט, שטייט נישט אז עס איז נישט אקוטעל).
עכ"פ ביז דערווייל האב איך איין גדול שבאחרונים וואס זאגט (בדרך דרוש) אז עס איז נישט דא קיין שבועות. איך הער...
אויב די ווייסט פין נאך וואס זאגן "בפירוש" אז עס נישט דא פליז לעט מי נא.
פלאוויוס
הערצל איז זיכער נישט ריכטיג גערופן צו ווערן שלעכט. בסך הכל א תינוק שנשבה וואס האט זיך דערוועקט צו העלפן זיין פאלק
בלייבט נאר איבער צי פארשטיין אויב יאיר לפיד איז אויך נישט שייך צי רופן ״שלעכט״, ער איז דאך א תינוק שנשבה, ער זאגט דאך אז ער מיינט די טובה פונעם פאלק...
ליטוואק פון בודאפעסט
למעשה, האט מען נאך נישט קיין שום מקור אז משיח גייט זיכער נישט קומען צו א פארטיגע זאך. שטייט נישט אין חז"ל אז משיח מוז קומען צו א גשמיותדיג'ע וויסטעניש, און אוודאי גייט משיח טוהן זיינ'ס, און כפי הנראה פעלט נישט וואס צו טוהן פאר איהם.
בן דוד עבדיך יבא ויגאלינו.
רבי מאיר שמחה הכהן מדווינסק בעל ה"אור שמח" וה"משך חכמה" זי"ע(הועתק בספר אוצר ישראל בשנת תרפ"ו (עמודים פ"ב פ"ד)
...הנה מאז הכיר האחד אברהם אבינו את בוראו היה קושר כל תקותו והבטחתו בהנחילו את הארץ הקדושה לבניו להלך בה לאורכה ולרחבה ונטע אשל (בראשית כא לג) ואחריו יצחק זרע בה וחפר בבארות מים (שם כו) וכן יעקב בנה בית (שם לד) ולכן פסגת תקותם היתה כי בניהם ישבו בארץ המוריה, ומיום מתן תורתינו הקדושה לא פסקה הנבואה מלצוות על ישוב הארץ, ואין לך פרשה שבתורה שלא נזכרת בה ארץ ישראל.
והקפיד ה' יתברך על כבוד הארץ יותר מעל כבודו כביכול עד שבעשית העגל אחרי שובם מחל להם השי"ת, וינחם על הרעה אשר דבר לעשות (שמות לב יד) ועל הוצאם דבת הארץ וימאסו בארץ חמדה (תהילים כו כד) נשבע ה' ולא ינחם כמו שנא' אל תעלו כי אין ה' בקרבכם, (במדבר יד מב).
ומיום שנבחר ציון וירושלים - דוד בתהילותיו ישעיה בחזיונותיו ירמיה בתוכחותיו, ויחזקאל במשליו, לא פסקו מלהפליג במצוות ישוב הארץ, ולהשתפך נפשם בחרדת הקודש, אשר בתוככי ירושלים, אולם זה במאה הזאת זרחו קוי אור ע"י גדולי המעש, כמו מונטיפיורי וכיו"ב בהתעוררות רבה ומהרבנים ר' צבי הירש מטאהרן ור' אליה מגריידיץ, לבנות ולשכלל ירושלים, להסיר שוממות כמעט עד כי נתרחב הדבר ע"י הנלהבים. ורבנים הרבה עמדו מנגד ואף אותם שהיה בלבבם לקרב את הדבר שמו יד לפה, כי חרדו מהנלהבים שלא יגדישו את הסאה ומהג' שבועות שהשביע לבנות ירושלים (כתובות קי"א ושיה"ש רבה פסוק השבעתי אתכם בנות ירושלים).
אומנם כעת הסבה ההשגחה אשר באסיפת הממלכות הנאורות בסן רעמא, (ניסן תר"פ) ניתן צו אשר ארץ ישראל תהיה לעם ישראל וכיון שסר פחד השבועות וברשיון המלכים קמה מצות ישוב בארץ ישראל ששקולה כנגד כל מצות שבתורה (ספרי פרשת ראה) למקומה ומצוה על כל איש לסייע בכל יכולתו לקיים מצוה זו, ואולי על זה נאמר עד מתי תתחמקין (ירמיה לא כא) ואם יתן השי"ת ויתרחב הדבר ויגאל ויפרח כשושנה כמו שנתגדלו בימי ארתחשסתא אשר היה נתונים תחת פרס (ע' ריש ספר עזרא) דובא ניידא (קידושין ע"ב ע"א) אף כי תחת ממשלת ארץ האי - עם בריטניא המתונה - אז בטח הוא ענין העומד ברומו של עולם, אבל יהיה איך שיהיה מצות ישוב א"י לא נפטר מזה כי מי שבכוחו יעשה, וזכות מצוה הזאת תגן על עמו ישראל בכל מקומות מושבותיהם להצילם מכל רעה ועיניהם ועינינו תחזנה בשובו לציון ולשמוע כעת אמר לציון מלך א-לקיך בב"א
דברי המצפה לראות בתשועת ישראל
מאיר שמחה הכהן חותם פה דווינסקי
יא, קוק אין נודע ביהודה, אין תשובות רבי עקיבא איגר, אין שאגת אריה, אין אחיעזר און אין חזון איש ווען עס מאכן זיך שאלות אין הלכה צייכנט מען צו די פאלגענדע "פוסקים" : רמב"ם באגרת תימן, רבנו בחיי , מהר"ל בנצח ישראל, רבי יהונתן אייבשיץ מפראג ב'אהבת יונתן' הפטרה , הגר"א, אור החיים הקדוש
ויואל משה..
ניין, געווענלעך צייכענט מען טאקע צי א תשו׳ פון הר׳קוק, אדער א הר׳ טייכטיין וכו׳ וכו׳...
א זייטיגע נקודה חוץ די אלע ראשונים ואחרונים וואס זענען מתיר, רמב"ן, רמב"ם, בית יוסף, אבני נזר, אור שמח ועוד. וואס מאיר האט פארזען אינעם לינק אויבן, איז געווארן אזא מין תורה חדשה אז די שלש שבועות זענען טאקסיק צו א יעדע זאך וואס האט צו טון מיט אר"י.
אפילו לויט די שיטת האוסרים האבן שוין בן גוריון וחבריו עובר געווען דערויף זעכציג יאהר צוריק און פערטיג, וואו שטייט אז די גאנצע אויר אר"י באקומט בליעות פון דעם איסור און ווערט קיינמאהל נישט בטל אפילו במשהו..
וואו שטייט דאס אפילו לשיטת האוסרים אז יעדער וואס האלט אז פאליטיש איז דאס געווען א גוטע זאך און שטיצט דאס היינט צוטאגס, איז עובר במחשבה אויף הירהור איסור שלש שבועות וואס די אויר אר"י האט קולט געווען.
ואפילו את"ל אז די אלע זאכן זענען יא אסור איז דער פאקט אז היינט צוטאגס איז דער מצב אז די אראבער ווילן שעדיגן דאס לאנד און אלס פיקוח נפש איז דא א חיוב צו באשיצן די אידן על כל צרה שלא תבוא און שלש שבועות מוז נישט מחייב זיין אז די מדינה דארף בטל ווערן (פארשטייט זיך אנע שלעכטס פאר קיין שום איד בדרך הטבע בלא בלא בלא) וואס איז דאס עפעס א אזא מין ריבאאט קנעפל וואס רייניגט אויס די בליעות איסור שלש שבועות. דער אייבישטער קען עפעס נישט ברענגען משיח און א שלש שבועות פאר'סמ'טע לאנד?
יעדער וואס האט א חלק אין אנהאלטן די לאנד, למשל, גיין צי די בחורות, האט א חלק אין עובר זיין אויף די שבועות.
אויף דיין 2׳טע טענה פיל איך נישט וויכטיג צי ענטפערן.
אגב, די בריוו פון אור שמח וויל איך וויסן ווי קראנט עס איז.
האסט נישט געמוזט ענטפערן (הגם גארנישט געענטפערט) אויף די ערשטע אויך נישט.
בד"וו די קאמפאני (גראדע א אידישע) וואס האט צוגעשטעלט דעם עס יו ווי פאר בלומבערג בעת ער איז געפארן אונטערשרייבן קעגן מציצה בפה האט געהאט א חלק אין די השחתה.
און אויך איז אייכמאן נישט געווען שילדיג אין די הריגות ביים צווייטן וועלט קריג, ווי ער האט געטענה׳ט ביים משפט, אז ער איז נאר געווען א קליין שרייפולע אינעם גרויסן מאשין.
קדש הילוליםיעדער וואס האט א חלק אין אנהאלטן די לאנד, למשל, גיין צי די בחורות, האט א חלק אין עובר זיין אויף די שבועות.
אויף דיין 2׳טע טענה פיל איך נישט וויכטיג צי ענטפערן.
אגב, די בריוו פון אור שמח וויל איך וויסן ווי קראנט עס איז.
איך קען גאר וואוילע אידן אין עיר הקודש וויליאמסבורג וואס גייען אויך צו בחורות!... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😮
נו?...
די תכלית פון מלך המשיח, לויטן רמב"ם:
ּלְהַחְזִיר מַלכוּת דָּוִד לְיָשְׁנָהּ לַמֶּמְשָׁלָה הָרִאשׁוֹנָה.
ּבוֹנֶה הַמִּקְדָּשׁ
מְקַבֵּץ נִדְחֵי יִשְׂרָאֵל.
וְחוֹזְרִין כָּל הַמִּשְׁפָּטִים בְּיָמָיו כְּשֶׁהָיוּ מִקֹּדֶם.
מַקְרִיבִין קָרְבָּנוֹת.
וְעוֹשִׂין שְׁמִטִּין וְיוֹבְלוֹת כְּכָל מִצְוָתָן הָאֲמוּרָה בַּתּוֹרָה.
קיין איינע פון די זאכן זענן נאכנישט צושטאנד גקומען. אפילו קיבוץ נדחי ישראל, איז אויך נאך ווייט פון שלימות, 50% פון יידן. און ווער רעדט נאך פון די אנדרע שבטים. ממילא, איז נאך דא א גרויסע ארבעט וואס ווארט אויף משיח'ן, און מיר ווארטן אויף אים דערפאר.
אבער קיין איינער זאגט נישט אז מקען נישט זיי צוריק ווי דער מצב איז גווען בפאר דער חורבן בית המקדש השני אפילו מיט אן א משיח!
פאר דעם חורבן, איז גווען גלות אדער גאולה?
פאר דעם חורבן, האבן יידן גמעגט האבן אן אייגן לאנד?
פאר דעם חורבן, האןב יידן גמעגט מלחמה האלטן? (איך זאג נישט אז דאס איז אלעמאל גווען דער ריכטיגער באשלוס, טייל מאל האבן טייל חכמים גהאלטן אז מלחמה איז א ברכה לבטלה, אבער א איסור? מאן דכר שמיה! ודוק)
קדש הילוליםנו?...
די פראבלעים איז נישט אנהאלטן די אמעריקאנער רעגירונג. דאס גיין צו די בחורות איז א פראבלעים.
נ.ב.: אנטשולדיגט. איהר זענט עפשער אן אינגערישער, פון דערהיים. פון פישפיק-לאדאני?.. 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😠 😳 😉 😮
berlbalagulehקדש הילוליםיעדער וואס האט א חלק אין אנהאלטן די לאנד, למשל, גיין צי די בחורות, האט א חלק אין עובר זיין אויף די שבועות.
אויף דיין 2׳טע טענה פיל איך נישט וויכטיג צי ענטפערן.
אגב, די בריוו פון אור שמח וויל איך וויסן ווי קראנט עס איז.
איך קען גאר וואוילע אידן אין עיר הקודש וויליאמסבורג וואס גייען אויך צו בחורות!... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😮
בחורות. . . מערנצאל?
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2826875&forum_id=20354">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... m_id=20354</a>
פעלט גדולי ישראל ?!
באשטעטיגטhttp://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2826875&forum_id=20354
הגאון ר' אהרן ישעיה פיש מהאדאס זצוק"ל (נפטר בתרפ"ח), מגדולי תלמידיו וחסידיו של הגאון ר' אלעזר צבי ספרין מקומארנו זצוק"ל, ובעצמו ומגדולי הדור בנגלה ובנסתר (בן הגאון ר' יצחק אייזיק יהודה יחיאל ספרין מקומארנו זצוק"ל בעל "היכל הברכה" ובנו של מייסד חסידות קומארנו, הגאון ר' אלכסנדר סנדר ספרין זצוק"ל) אמר לתלמידו הרב אביש רוטמן זצ"ל: 'ואם אנו רואים שרבים מתאווים לבנותה
אפילו ע"י הגרועים שבישראל, מאן מפיס ומאן יהיר להפריע אותם מעבודתם, אולי הוא רצון הי"ת לבנות ע"י אנשים כאלה דווקא
"ובהדי כבשי דרחמנא למה לך", עילת כל העילות וסיבת כל הסיבות יודע איך לסבב את הדברים והנח להם'.
מרן הגאון הרב ישראל מאיר הכהן קגן מראדין "חפץ חיים זצוק"ל אף שהתנגד להשתתפות בהסתדרות הציונית וגם ל"מזרחי", כתב לבנו בתרנ"ו שההתעוררות הגדולה לארץ ישראל היא לפחות עקבתא דמשיחא ויכולה להיות אתחלתא של קיבוץ גלויות שהוא לפני ביאת המשיח (ההקדמה לחלק השני של "מכתבי החפץ חיים" - תרפ"א-תרפ"ג)
ישראל קאפקעberlbalagulehקדש הילוליםיעדער וואס האט א חלק אין אנהאלטן די לאנד, למשל, גיין צי די בחורות, האט א חלק אין עובר זיין אויף די שבועות.
אויף דיין 2׳טע טענה פיל איך נישט וויכטיג צי ענטפערן.
אגב, די בריוו פון אור שמח וויל איך וויסן ווי קראנט עס איז.
איך קען גאר וואוילע אידן אין עיר הקודש וויליאמסבורג וואס גייען אויך צו בחורות!... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😮
בחורות. . . מערנצאל?
יא.... 😂 🙄
היימישער ליטוואקדי תכלית פון מלך המשיח, לויטן רמב"ם:
ּלְהַחְזִיר מַלכוּת דָּוִד לְיָשְׁנָהּ לַמֶּמְשָׁלָה הָרִאשׁוֹנָה.
ּבוֹנֶה הַמִּקְדָּשׁ
מְקַבֵּץ נִדְחֵי יִשְׂרָאֵל.
וְחוֹזְרִין כָּל הַמִּשְׁפָּטִים בְּיָמָיו כְּשֶׁהָיוּ מִקֹּדֶם.
מַקְרִיבִין קָרְבָּנוֹת.
וְעוֹשִׂין שְׁמִטִּין וְיוֹבְלוֹת כְּכָל מִצְוָתָן הָאֲמוּרָה בַּתּוֹרָה.
קיין איינע פון די זאכן זענן נאכנישט צושטאנד גקומען. אפילו קיבוץ נדחי ישראל, איז אויך נאך ווייט פון שלימות, 50% פון יידן. און ווער רעדט נאך פון די אנדרע שבטים. ממילא, איז נאך דא א גרויסע ארבעט וואס ווארט אויף משיח'ן, און מיר ווארטן אויף אים דערפאר.
אבער קיין איינער זאגט נישט אז מקען נישט זיי צוריק ווי דער מצב איז גווען בפאר דער חורבן בית המקדש השני אפילו מיט אן א משיח!
פאר דעם חורבן, איז גווען גלות אדער גאולה?
פאר דעם חורבן, האבן יידן גמעגט האבן אן אייגן לאנד?
פאר דעם חורבן, האןב יידן גמעגט מלחמה האלטן? (איך זאג נישט אז דאס איז אלעמאל גווען דער ריכטיגער באשלוס, טייל מאל האבן טייל חכמים גהאלטן אז מלחמה איז א ברכה לבטלה, אבער א איסור? מאן דכר שמיה! ודוק)
אונזער יעצטיגע גאולה וועט זיין דורך משיח...
בן דוד עבדיך יבא ויגאלינו...
מקור ביטע, אוואו שטייט דאס? (איך האף אז דאס איז א מקור עט ליעסט אזוי שטארק ווי א רמב"ם, עכ"פ אז איר זאלט קענן זאגן כופר אויף דער וואס איז חולק)
ספר שאלות ותשובות זמירות לשבת.
די זמר צור משלו אכלנו, מיין איך אז א תנא האט עס נאך געמאכט. כ׳גיי נאכקוקן.