ווער איז דער יואל הכהן?
ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!
384 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7133
[ציטאט אראפגענומען]
אלזא וואס מיינט איר צו זאגן, אז ישוב ארץ ישראל איז יא א מצוה וואס איז יעדען מחייב, אדער איז עס נישט קיין מצוה נאר בזמן הבית, אדער עס איז גאר נישט קיין מצוה אפי' בזמן הבית, קימט ביטע אריין אביסעל קלארער.... אירר ווערט אפגעהאקט פון די קאמישע לייצנות פענימער וואס איר שטעלט אריין צווישן אייער שירות.....
מאטיאלזא מצוות יישוב ארץ ישראל האט זיך אנגעהויבן גענוי זעלבע צייט ווען די עבירה פון ציונות האט זיך אנגעהויבן. זעט אויס מ'דארף לעוולען די מצוות עשה'ס קעגן די לא תעשה'ס.
מיר לאזן אייך מאכן נייע עבירות, און לאזט אונז מאכן נייע מצוות והכול על מקומו יבוא בשלום.
אגב, איך וואלט זייער שטארק געוואלט וויסן דעם חילוק פון די "יו-ען" ביז "מלכות כורש".
אה... דאס איז מן הסתם קבלה...... ווייל מיטן שכל אנושי קען איך עפעס נישט געהעריג דערגרינטעווען וואס איר מיינט מיט אייער טיפזינגע רייד.
לאמיר עס גרינגער מאכן
מצות ישוב ארץ ישראל:
א) מצוה (אפי' בזמן הזה)
ב) נישט קיין מצוה (נאך הבטחה וישבתם בה: עיין רמב''ן פרשת בחוקתי)
ג) נאר א מצוה בזמן הבית
איר קענט ביטע ענפערן א ב ג ??
איך האב אייך קלאר געזאגט, "ס'האט זיך אנגעהויבן גענוי די זעלבע צייט ווען די עבירה פון ציונות האט זיך אנגעהויבן"
ריעדינג קאמפראהענשאן ביטע..
ריעדינג קאמפראהענשאן ביטע..
קאך_לעפל
דאס צו ישוב ארץ ישראל איז א מצוה בזמן הזה, איז א גרויסע מחלוקת הראשונים, אין עס נישט פארהאן קיין ענגילטיגע פסק הלכה, צו עס איז יא א מצוה צו נישט.
אבער די מציאות ווייזט ווי פאלגענד.
ווען די אידן זענען געווען אין גלות בבל, איז ניטאמאל פאר קיין איין איד נישט איינגעפאלן מקיים צו זיין מצות ישוב ארץ ישראל, אזוי ווי עס שטייט קלאר אין די פסוקים, אז אין די 70 יאר פון גלות בבל האט אפי' א פויגל זיך נישט באוויזען אין די הימלען פון ארץ ישראל, ביז ווי לאנג כורש מלך פרס האט געגבן רשות פאר עזרא און זרובבל ציריק ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל.
ביים זמן בית שני האט רוב יודן נישט געוואוינט אין ארץ ישראל, נאר אין די שטעט אין בבל, סורא, פאמפאדיתא, נרדעה, מחוזא, נציבין, און נאך. אפי אין מערב אייראפא האבן שוין אידן דאן געוואוינט, ווי למשל אין רוים, שפאניע, און נאך...און זיי האבן נישט חייש געווען אויף מצות ישוב ארץ ישראל (אפי בזמן שבית המקדש היה קיים.)
בערך א 200 - 300 יאר נאכן חורבן בית שני, האבן שוין כמעט נישט געוואוינט קיין אידן אין ארץ ישראל, רוב רובא פון כלל ישאל האט שוין געוואוינט אין בבל, און קיינער האט נישט חייש געווען מקיים צו זיין די מצוה פון ישוב ארץ ישראל, נאר ווי די תורה איז געווען דארט איז מען געגאנגען.
אזוי אויך אין די צייטן פון די גאונים, און די ראשונים, קייינער איז נישט ארויף קיין ארץ ישראל, נישט רבינו גרשום מאוה''ג, נישט רש''י, נישט דער ריף, נישט דער רמביים, נישט דער ראש, נישט דער ר''ת, נישט דער ריטב''א, נישט דער רשב''א, נישט רבינו יחיאל, נישט רבינו שמשון, נישט רבינו משה מקיצי, נישט רבינו חננאל, נישט דער מהר''ם ראטונבערג זי''ע, קיינער האט נישט חייש געווען אויף די מצוה פון ישוב ארץ ישראל.
ערשט אין די צייטן פון די גולי ספרד, און א ביסל נאך דעם אין די צייטן פון די תלמידי בעל שם טוב, מיט די תלמידי הגר''א, דאן האבן זיך אידן ציריק אנגעהויבן צו באזעצן אין הייליג לאנד, אבער ביז דאן געפינען מיר נישט קיין שום גדול בישראל וואס זאל חייש זיין אויף מצות ישוב ארץ ישראל, און אפי' די תלמידים פון דער בעל שם טוב מיטן גר''א, ווואו ר' אברהמלע קאליסקער מיט ר' מענדלע וויטעפסקער זי''ע, און ווי אויך ר' ישראל שקלאוו זי''ע זענען אויך נישט ארויף אויף ארץ ישראל, אלס ישוב ארץ ישראל, נאר אלס זיי האבן געוואלט דינען דעם אייבישטען מיט א העכערע בחינה, און אויף קדישת ארץ ישראל איז נישטא קיין שום חולק.
דער גאנצער מצוה פון ישוב ארץ ישראל איז נאר געווארן א טעמע, נאך דעם וואס דער אידאלאגיע פון הערצל מיט נארדו ימ''ש האט זיך אנגעהויבן צו פארשפרייטען אין אייראפא, און זיי מיט זייערע נאכפאלגער זענען אלע געווען פאלנע עטאאיסטען און כופרים בה' ובתרתו הק', און עס האט זיי זיכער נישט געברענט דער מצוה פון ישוב ארץ ישראל, און די אלע וואס זענען היינט פארנימען מיט די מצוה ישוב ארץ ישראל, איז נישט בלויז צו פשוט מקיים צו זיין דער הייליגער מצוה פון ישוב ארץ ישראל, נאר אויך צילוב נאציאנאלע געפילן, און די תאווה צו האבן א לאנד פינקט ווי אלע פעלקער..... וואס איז אויסדריקליך אין קאנסטראסט מיט דעם גזירות הגלות.......
קאך לעפל לצערי הרב זענען דיינע "מציאותער" א סתירה מיטן מציאות
ס'איז קלאר א הלכה וואס איז א חיוב בזמן הזה עיין בכמה ספרים המדברים אודות זה הענין והמסתעף, אפילו סאטמאר רבי זצ"ל האט אזוי געהאלטן
כך כתב הרמב"ן (השמטות לספר המצוות מצווה ד): "נצטווינו לרשת את הארץ אשר נתן הא-ל יתעלה לאבותינו לאברהם ליצחק וליעקב, ולא נעזבנה ביד זולתנו מן האומות או לשממה, וזהו שנאמר (במדבר לג, נג-נד): וְהוֹרַשְׁתֶּם אֶת הָאָרֶץ וִישַׁבְתֶּם בָּהּ כִּי לָכֶם נָתַתִּי אֶת הָאָרֶץ לָרֶשֶׁת אֹתָהּ. וְהִתְנַחַלְתֶּם אֶת הָאָרֶץ…"
היא היחידה שדוחה 'שבות', שהתירו חכמים לקנות בשבת בית בארץ ישראל מגוי, כמבואר בגיטין ח, ב, וב"ק פ, ב, ובתוספות שם. וזה דבר גדול, שהרי משום חומרת שבת עשו חכמים סייג וגזרו לבטל תקיעת שופר ונטילת לולב כשחל ר"ה ויום ראשון של סוכות בשבת, אע"פ שמדובר במצוות דאורייתא. ואילו לצורך ישוב הארץ ביטלו חכמים דבריהם והתירו איסור 'שבות' שמקורו באסמכתא, ולדעת הסמ"ג אמירה לגוי אסורה מהתורה עי"ש. ועוד הוסיף כלפי המפקפקים בתוקף חיוב המצווה, שמה שמובא בתוס' כתובות קי, ב, בשם ר' חיים "שאינו נוהג בזמן הזה", כבר קבעו המהרי"ט (יו"ד כח) ועוד הרבה מגדולי רבותינו האחרונים (עי' גליון מהרש"א כתובות שם, וחת"ס יו"ד רלד), שאיזה תלמיד טועה כתבו. ובתשובת הריב"ש שפז כתב, שמצוות ישוב ארץ ישראל אינה מצווה לשעתה אלא מצווה המתקיימת לעולם ומצווה ותועלת לכל ישראל. וכ"כ התשב"ץ ח"ג רפח. והוסיף הרצי"ה שלא ניתן לחלק בין שני צדדי המצווה, היינו השלטון הכללי והישיבה הפרטית, ושתיהן מצוות תמידיות. והוכיח שהמצווה מהתורה, שלא היו חכמים מתירים לקנות בית בארץ ישראל בשבת ולעבור על 'שבות' אם לא היה בזה מצווה מהתורה. ועוד שאמרו על מצוות ישוב הארץ שהיא שקולה כנגד כל המצוות, ולא יתכן לומר כך על מצווה דרבנן (ואפילו אחר החורבן המצווה דאוריתא שהרי דברי חכמים אלו נאמרו אחר חורבן ביהמ"ק השני). ומה שהרמב"ם לא מנה אותה במניין התרי"ג, אין זה מפני שהיא למטה מערכן של שאר מצוות אלא מפני שהיא למעלה מערכן הרגיל, ולכן אינה נמנית במניינן המפורט, וכפי שהשריש בשורשיו לספר המצוות, שאין ראוי למנות את הציוויים הכוללים כל התורה, וכפי דבריו במצווה קנג. וכן כתב בהרחבה באם הבנים שמחה פ"ג אות ז-י, שהרמב"ם לא מנה את מצוות ישוב הארץ כי היא מצווה כוללת כפי שכתב בשורשיו, וכ"כ עוד רבים. ויש מפרשים שהרמב"ם כלל מצוות ישוב הארץ במצוות אחרות, כמו "החרם תחרימם" (אבנ"ז יו"ד תנד, ו), במצווה לומר ברכת הארץ בברכת המזון (הרב ישראלי), במצוות מינוי מלך (הרב ליאור), בקידוש החודש (משמיע שלום), באיסור לשוב למצרים (מצוות ה'), באיסור שלא להסגיר עבד אל אדוניו שבחו"ל (הרב עזרא בצרי). ומ"מ ברור שלרמב"ם יש מצווה גדולה לגור בארץ ולשמור עליה, כפי שכתב בהל' מלכים ה, ט-יב, אישות יג, כ, שכופים בן זוג לעלות לארץ, ובהל' עבדים ח, ט. ובהל' ע"ז י, ד, באיסור לא תחנם, ושם ו', באיסור לא ישבו בארצך. ויש אומרים שלרמב"ם זו מצווה דרבנן (רשב"ש ופאת השולחן), ולמגילת אסתר אין לרמב"ם מצווה לעלות כיום לארץ. אולם לא ניתן ליישב שיטות אלו עם דברי חז"ל וההלכות שהזכרנו לעיל. ועיין בספר "נחלת יעקב" לרב זיסברג עמודים 201-246. ועיין להלן בסוף הספר בהסבר הרב רבינוביץ' בדעת הרמב"ם.
ומ"מ הדעה הרווחת בראשונים ובאחרונים שמצוות ישוב הארץ חלה בזמן הזה, כדברי הרמב"ן והגדרותיו, כמבואר בפת"ש אה"ע עה, ו. אף פוסק בראשונים ובאחרונים אינו חולק במפורש להלכה על הרמב"ן. (עוד אמר שלא נזכרה בשו"ע שום הלכה בשם ה'מגילת אסתר'). וכ"כ המבי"ט א, קלט; רדב"ז ב, קטו; שו"ת מעיל צדקה כו; שו"ת מהר"ם אלשיך לה, פח; מהרש"ך ג, לה; מהרי"ט ב, כ; של"ה שער האותיות אות ק; החיד"א יוסף אומץ נב; באור הגר"א יו"ד רסז, קסא; פאת השולחן א, ס"ק יד; שו"ת מהר"ם גלאנטי סז; חת"ס יו"ד רלג-רלד; מור וקציעה שו; מהר"ם שיק, ספר חרדים פ"א ממצוות התלויות בארץ; מנחת חינוך (בסוף הספר ממצוות עשה שמנה הרמב"ן ד); שו"ת פני משה א, ה וכז; זרע אברהם נו; פתח הדביר ג, רמח, שדה הארץ אה"ע יא; שו"ת מחזה אברהם ב, הרב קלישר בספרו דרישת ציון, הרב מוהליבר, הרב יצחק אלחנן מקובנא, האדר"ת, חשק שלמה (דבריהם הובאו בספר שיבת ציון), ישועות מלכו יו"ד סו, הנצי"ב, ערוה"ש יו"ד רסז, קכט-קל, נפש חיה, חפץ חיים בספר המצוות הקצר ל"ת קצב, הרב חיים פלאג'י, אור שמח, חזון איש שביעית כד, א, ואגרת קעה, חלקת יעקב ועוד (מתוך "נחלת יעקב" ע' 67, עי"ש בעוד מקורות).
2) חז"ל שרייבן טאקע זייער שארף אנטקעגן דעם אז די יודן פון בבל האבן נישט געוואלט ארויפגיין, און זאגן אז נאר דערפאר איז די צווייטע בית המקדש חרוב געווארן
3) סאיז פארגעקומען א גרויסע עליה פון בעלי תוספות בשנת 1211 למספרם, דער מהרם מרוטענבערג, ר יחיאל מפאריס, מיטן רמבם האבן ביידע פרובירט ארויפצוגיין כאטש ס'איז געווען סכנת מות ממש
דאס איז טאקע געווען די סיבה פארוואס מ'איז נישט על פי רוב ארויפגעגעגאנגען די אלע יארן הונגער און נויט און שרעק פון טויט האבן צוריקגעהאלטן רוב פון אונזערע חכמים פון עליה לציון
<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A2%D7%9C%D7%99%D7%95%D7%AA_%D7%A7%D7%93%D7%95%D7%9E%D7%95%D7%AA_%D7%9C%D7%90%D7%A8%D7%A5_%D7%99%D7%A9%D7%A8%D7%90%D7%9C">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A2%D7% ... 7%90%D7%9C</a>
<a class="postlink" href="http://www.ybz.org.il/_Uploads/dbsAttachedFiles/Article_21.1.pdf">http://www.ybz.org.il/_Uploads/dbsAttac ... e_21.1.pdf</a>
<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/mahanaim/aliyat-2.htm">http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/mah ... iyat-2.htm</a>
ועיין עוד בהקדמה לסידור עמדין שמדבר שם היעב"ץ זצל אריכות גדול אודות חיוב עליה לארץ
שמעקי ,עס פאסט גאר נישט פאר דיר צו לייקן אזוינע דברי הבל שקרים ורעות רוח. לויט די סאטמארע תורה (ברית) החדשה וועט מען נאך באלד דארפן 'אויפווייזן' אז דער רבש''ע האט געשאנקן א''י פאר אברהם אבינו און נישט פאר מוחמד אדער קאפקא.
איך אויךשמעקי ,עס פאסט גאר נישט פאר דיר צו לייקן אזוינע דברי הבל שקרים ורעות רוח. לויט די סאטמארע תורה (ברית) החדשה וועט מען נאך באלד דארפן 'אויפווייזן' אז דער רבש''ע האט געשאנקן א''י פאר אברהם אבינו און נישט פאר מוחמד אדער קאפקע.
@איך אויך,
לויט ווי אייך דענק האט דער אייבישטער געשאנקען ארץ ישראל פאר @מיך אויך, 🙂
אזויווי אלע דא אויף ק''ש בין @איך אויך א איד, מזרע אברהם יצחק ויעקב, 😉
איך אויךעס פאסט גאר נישט צו לייקן אזוינע דברי הבל שקרים ורעות רוח. לויט די סאטמארע תורה (ברית) החדשה וועט מען נאך באלד דארפן 'אויפווייזן' אז דער רבש''ע האט געשאנקן א''י פאר אברהם אבינו און נישט פאר מוחמד אדער קאפקא.
גוט געזאגט. אויב איז שייך צו פירן א ויכוח איבער אזא צענטראלער טעמע אין דער תורה, וואס זאל מען נאך זאגן?
אט די "מערהייט" פון אידן וואס זענען געווען אין גלות-לענדער בשעת דעם צווייטן בית-המקדש, האבן למעשה זיך צוגעשטעלט צו דער מרידה קעגן רוים אין די צייטן פון בר-כוכבא, ווען ס'האט אויסגעזען אז די צייט איז רייף פאר א מרידה. אויב איז שייך צו זאגן אז ארץ-ישראל איז נישט אלעמאל און שטענדיג געשטאנען אין צענטער פונעם אידישן גערן און בענקען, פונעם אידישן לעבן און וועזן, און בכלל אין צענטער פונעם אידישן מציאות, ווארפט דאס זיכער א טיפער פראגע-צייכן אויף דער אידישקייט מיט וועלכער מ'איז דערצויגן געווארן.
אויב זאלן די אומרעליגיעזע ציוניסטן נישט האבן מער ווי דאס אליין אז זיי האבן געדענקט ירושלים, האבן זיי ווייניגסטנס אין דעם פרט זיך געהאלטן צו דער אידישער טראדיציע. וואלטן מיר פארדאמט שמירת שבת אויב ס'וואלט געווען א גרופע אידן וואס וואלטן אפגעלאזט כל התורה כולה און נאר אפגעהיט שבת? אויף דעם זעלבן אופן איז זיכער נישט שייך צו פארדאמען דעם אידישן נאציאנאליזם, וואס איז אין תוך גערעדט באזירט אויף דער אידישער תורה, און יעדער סעקולערער נאציאנאליסט איז ווייניגסטנס אין אט דעם יסודות'דיגן ענין א גוטער איד.
וויאזוי האט נאר יענער אידישער מנהיג געזאגט? אם אשכחך ירושלים תשכח ימיני!
מ גפניווער איז דער יואל הכהן?
איך שטעל מיר פאר ווער דאס איז 99% זיכער, אבער איך וועל נישט שרייבן וויבאלד איך זעה אז ער פראבירט צו באהאלטן זיין אידענטיטעט פאר די גאס. פערהעפס קען ער באשטיין נאך צו קענען צוטראגן זיינע קינדער צו א געלע באס אין וויליאמסבורג...
ישראל קאפקעאיך אויךשמעקי ,עס פאסט גאר נישט פאר דיר צו לייקן אזוינע דברי הבל שקרים ורעות רוח. לויט די סאטמארע תורה (ברית) החדשה וועט מען נאך באלד דארפן 'אויפווייזן' אז דער רבש''ע האט געשאנקן א''י פאר אברהם אבינו און נישט פאר מוחמד אדער קאפקע.
@איך אויך,
לויט ווי אייך דענק האט דער אייבישטער געשאנקען ארץ ישראל פאר @מיך אויך, 🙂
אזויווי אלע דא אויף ק''ש בין @איך אויך א איד, מזרע אברהם יצחק ויעקב, 😉
ישראל קאפקע: יא. אבער לויט ווי דו שרייבסט, אנגעהויבן פון דיין ערשטע תגובה, מייניך אז "איך אויך" איז גערעכט.
איך האב לכתחילה געמיינט אז דו ביסט א וויליאמסבורג'ער תושב. א סאטמאר'ער חסיד,וועלכער האט באקומען דעם נישט ריכטיגן מעסעדזש איבער די שיטה פון רבינו הגה"צ ר' יואל טייטלבוים מסאטמאר, זי"ע. אבער דו האסט דיך אליין אוועקגעגעיבן, אז דו האסט קיינמאל נישט געוואוינט אין וויליאמסבורג. וויאזוי, 'עלל איך דיר נישט זאגן. נאר ענטפערן מיט א משל. ווען מ'פרעיגט א פארחניוק'טן חסיד'ישן בחור ווער "שעיקספיר" איז געוועין. וועט ער אוודאי נישט וויסן צו ענטפערן. ס'נישט אז איך פארגלייך די פראטאגאניסטן אין די דראמא דא צו "שעיקספיר" ימ"ש. מסתמא קען מען בלעימען זיין אנטיסעמיטזם אויך אויף די ציונים און מדינת ישראל... 😕 😂 🙄 😈 😈 😈 😈 😈 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮
berlbalaguleh
ישראל קאפקע: יא. אבער לויט ווי דו שרייבסט, אנגעהויבן פון דיין ערשטע תגובה, מייניך אז "איך אויך" איז גערעכט.
איך האב לכתחילה געמיינט אז דו ביסט א וויליאמסבורג'ער תושב. א סאטמאר'ער חסיד,וועלכער האט באקומען דעם נישט ריכטיגן מעסעדזש איבער די שיטה פון רבינו הגה"צ ר' יואל טייטלבוים מסאטמאר, זי"ע. אבער דו האסט דיך אליין אוועקגעגעיבן, אז דו האסט קיינמאל נישט געוואוינט אין וויליאמסבורג. וויאזוי, 'עלל איך דיר נישט זאגן. נאר ענטפערן מיט א משל. ווען מ'פרעיגט א פארחניוק'טן חסיד'ישן בחור ווער "שעיקספיר" איז געוועין. וועט ער אוודאי נישט וויסן צו ענטפערן. ס'נישט אז איך פארגלייך די פראטאגאניסטן אין די דראמא צו "שעיקספיר" ימ"ש. מסתמא קען מען בלעימען זיין אנטיסעמיטזם אויך אויף די ציונים און מדינת ישראל... 😕 😂 🙄 😈 😈 😈 😈 😈 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮
איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט זאגן, אז נאר וויליאמסבורגער תושבים האבן אן ארבטייל אין ארץ ישראל? ❓ 😉
וויאזוי קען איך דיר איבערצייגן אז איך בין געבוירן און געווארן אויפגעצויגן אין וויליאמסבורג? איך האב פון אייביג אן געזאגט אז איך בין נישט קיין סאטמארער חסיד,
וואו שעיקספיער איז געווארן רעלעוואנט צום שמועס, און וואס דו מיינסט ארויסצוברענגען מיט שעיקספיער'ס דראמאס האב איך נישט זוכה געווען צו פארשטיין, איך האף אז דו קענסט מסביר זיין,
פלאוויוס
אט די "מערהייט" פון אידן וואס זענען געווען אין גלות-לענדער בשעת דעם צווייטן בית-המקדש, האבן למעשה זיך צוגעשטעלט צו דער מרידה קעגן רוים אין די צייטן פון בר-כוכבא, ווען ס'האט אויסגעזען אז די צייט איז רייף פאר א מרידה. אויב איז שייך צו זאגן אז ארץ-ישראל איז נישט אלעמאל און שטענדיג געשטאנען אין צענטער פונעם אידישן גערן און בענקען, פונעם אידישן לעבן און וועזן, און בכלל אין צענטער פונעם אידישן מציאות, ווארפט דאס זיכער א טיפער פראגע-צייכן אויף דער אידישקייט מיט וועלכער מ'איז דערצויגן געווארן.
אויב זאלן די אומרעליגיעזע ציוניסטן נישט האבן מער ווי דאס אליין אז זיי האבן געדענקט ירושלים, האבן זיי ווייניגסטנס אין דעם פרט זיך געהאלטן צו דער אידישער טראדיציע. וואלטן מיר פארדאמט שמירת שבת אויב ס'וואלט געווען א גרופע אידן וואס וואלטן אפגעלאזט כל התורה כולה און נאר אפגעהיט שבת? אויף דעם זעלבן אופן איז זיכער נישט שייך צו פארדאמען דעם אידישן נאציאנאליזם, וואס איז אין תוך גערעדט באזירט אויף דער אידישער תורה, און יעדער סעקולערער נאציאנאליסט איז ווייניגסטנס אין אט דעם יסודות'דיגן ענין א גוטער איד.
וויאזוי האט נאר יענער אידישער מנהיג געזאגט? אם אשכחך ירושלים תשכח ימיני!
די מעשה פון בר כוזובא וואס די ברענגסט, איז א ראי׳ אויף פארקערט.
די חכמים האבן געהרגט בר כזובא, ווייל זיי האבן געזען אז ער איז נישט דער ריכטיגער משיח. כאטש זייער אסאך(כ׳ווייס נישט פון ווי די נעמסט ״רוב״, אבער אויב ס׳איז יא געווען רוב, איז די ראי׳ נאך סאך שטערקער)האבן זיך אין אנפאנג טועה געווען אין אים, און אפי׳ די הייליגע תנא רבי עקיבא, אעפי״כ האבן אים די חכמים געהרגט. ווייל מען טאר נישט אויפשטיין אליין פון גלות פאר די צייט. נאר מיט משיח צדקינו.
(ועי׳ בויוא״מ אז אפילו ס׳איז נאכדעם געשען דורך דעם גרויסע הריגות אויף די יודן, האבן די חכמים פארשטאנען אז א גאולה פאר די צייט איז נאך סאך א גרעסערע סכנה פאר כלל ישראל.
אגב, פון דא זעט מען אז תורה׳דיג איז נישט צי זאגן אז היינט מוז שוין שטיין די מדינה ווייל אז נישט איז עס א סכנה.
צוריק צום ענין.)
2.שרייבסט: ״אויב זאלן די אומרעליגיעזע ציוניסטן נישט האבן מער ווי דאס אליין אז זיי האבן געדענקט ירושלים, האבן זיי ווייניגסטנס אין דעם פרט זיך געהאלטן צו דער אידישער טראדיציע.״
לאמיר געבן א משל: אויב וואלטן געווען יודן וואס זענען עובר אויף די גאנצע תורה, און זיי באגענוגן זיך נישט מיט דעם, זיי זענען מסית ומדיח אן א שיעור אנדערע, און זיי קומען אויף מיט א ממשלה מיטן ציל לעקור את הכל, אפילו די ביסל ערליכע יודן וואס זענען נאך געבליבן.
נאר איין מצוה אין די תורה היטן זיי מיטן פילסטן שטרענגקייט, און נאך אפילו אסאך מער ווי ס׳פארלאנגט זיך, וואספארע מצוה? למשל, מצות שליח הקן. (ס׳זענען דא ראשונים וואס האלטן אז ס׳איז א חיוב אפילו צי גיין זיכן נעסטען-לכו״ע א מצוה דאורייתא). נו, לכאורה וואלט מען ווען זיי געדארפט אויסרומען ביזן זיבעטען הימל, ס׳הייסט, זיי זענען דאך כאטשיג מיט דעם יודן...
לכאורה וואלט מען ווען טאקע געדארפט ביי יעדע פראטעסט קעגן זיי, געדארפט קלארשטעלן אז מיר זענען טאקע מוחה קעגן זיי, אבער נישט קעגן זייער גוטע זייט: מצות שליח הקן...
ניין מיר וואלט נישט אזוי געטון! מיר וואלטן זיי אינזינען געהאט ביי ולמלשינים יעדן טאג, אזויווי מיר טוען טאקע מיט די ציונים. מיר וואלטן געפירט מיט זיי א מערכה, און מיר וואלטן זיי *נישט* געגעבן קרעדיט אז כאטש מצות שליח הקן זענען זיי מקיים. יעדער בר דעת פארשטייט דאס.
לענינו, די ציונים האבן זיך גענומען איין ״מצוה״ וואס ס׳קומט זיי אויס גוט פאר זייערע טריפה׳נע אגענדעס. א מצוה וואס איז לויט רוב ראשונים בכלל נישט קיין מצוה, א חיוב זיכער נישט. אבער נניח אז ס׳איז יא א מצוה, איז שייך צי געבן קרעדיט פאר זיי אויף דעם?...
מיר פארדאמען ח״ו נישט קיין מצות. אבער די ״הייליגע מצוה פון נאצינאליזם״ וואס די שרייבסט, דעס פארדאמען מיר יא בכל התוקף. דאס איז נישט באזירט אויף די תוה״ק ח״ו. אין אונזער תורה שטייט ישראל ואורייתא וקודשא בריך הוא חד. דאס איז אונזער עקזיסטעץ. יודן אן די תורה זענען קיין פאלק נישט.
״ואתם אם שמוע תשמעו בקולי ושמרתם את בריתי והייתם לי סגולה מכל העמים״
וויאזוי האט דער זעלבער יודישער מנהיג נאר געזאגט? ״ויתן להם ארצות גוים ועמל לאומים ירשו״ פארוואס? ״בעבור ישמרו חקיו ותורותיו ינצורו״.
@קודש הילולים: זייער גוט ארויסגעברענגט!
אין קורצן: ישב ארץ ישראל איז נישט אזא גרויסע מצוה ווי די ציונים פראבירן עס צי מאכן צוליב זייער אגענדע.
(די סיבה פארוואס צדיקים האבן במסי׳׳נ עולה געווען קיין א״י, איז געווען וועגן די לויטערקייט פונעם אויר פאר עבודת השם. וואס כמובן מיינט עס נאר גאר דערהויבענע יודן אזויווי ס׳איז טאקע געווען).
נאצינאליזם איז די כפירה עמוקה וואס שטעקט אין ציוניזם, אז יודן אן תורה זענען אויך א פאלק עפ״ל. און מיר קענען זיי נישט געבן קיין ״קרעדיט״ פאר אט די כפירה.

קדש הילולים
די מעשה פון בר כוזובא וואס די ברענגסט, איז א ראי׳ אויף פארקערט.
די חכמים האבן געהרגט בר כזובא, ווייל זיי האבן געזען אז ער איז נישט דער ריכטיגער משיח. כאטש זייער אסאך(כ׳ווייס נישט פון ווי די נעמסט ״רוב״, אבער אויב ס׳איז יא געווען רוב, איז די ראי׳ נאך סאך שטערקער)האבן זיך אין אנפאנג טועה געווען אין אים, און אפי׳ די הייליגע תנא רבי עקיבא, אעפי״כ האבן אים די חכמים געהרגט. ווייל מען טאר נישט אויפשטיין אליין פון גלות פאר די צייט. נאר מיט משיח צדקינו.
(ועי׳ בויוא״מ אז אפילו ס׳איז נאכדעם געשען דורך דעם גרויסע הריגות אויף די יודן, האבן די חכמים פארשטאנען אז א גאולה פאר די צייט איז נאך סאך א גרעסערע סכנה פאר כלל ישראל.
אגב, פון דא זעט מען אז תורה׳דיג איז נישט צי זאגן אז היינט מוז שוין שטיין די מדינה ווייל אז נישט איז עס א סכנה.
צוריק צום ענין.)
איך האב נישט גענוצט דעם פאל פון בר-כוכבא איבערצואווייזן פון דעם א הלכה'דיגע פראגע, נאר הויפטזעכליך כדי איבערצואווייזן א היסטארישן פאקט אז ארץ-ישראל איז שטענדיג געשטאנען אין צענטער פונעם אידישן הארץ, אפילו ביי די וואס זענען געווען צעשפרייט אין די תפוצות. להיפוך פון דעם וואס עמיצער האט פריער געשריבן אז אידן האבן זיך קיינמאל נישט געקימערט צופיל וועגן ארץ-ישראל (אודאי א נארישע טעזע, וואס איז נישטאמאל ווערט א ויכוח). ובכן, נאכאמאל - היסטאריש גערעדט איז עס תמיד געשטאנען אויפ'ן קאלעקטיוון הארץ, ארויפצושפרינגען אויף דער געלעגנהייט צוריקצוברענגען די אידישע אנוועזנהייט קיין ארץ-ישראל, ווי נאר די מעגליכקייט וועט אונטערקומען.
יעצט בנוגע דער פראגע צי די יעצטיגע גאולה איז "די ריכטיגע" אדער די "נישט ריכטיגע", איז פשוט אז מ'דארף בסך הכל זען צי ס'ארבעט זיך אויס אדער נישט. אויב ס'ארבעט זיך אויס איז א סימן אז ס'איז א ריכטיגע, און אויב חלילה נישט איז א סימן אז נישט. ביז אהער האט זיך טאקע דער ציוניסטישער פראגראם אויסגעארבעט (נישט ווי אינעם פאל פון בר-כוכבא, וואס האט זיך ליידער געענדיגט מיט א טראגעדיע), אבער ס'איז אפשר נאך צו פרי צו קענען באשטימען גענוי, ביז מ'וועט זען וויאזוי ס'ארבעט זיך אויס דער קאנפליקט צווישן די אראבער און די אידן אין יענער סביבה.
וואס שייך בר-כוכבא אליין קענסטו זיכער זיין, אז אויב וואלט זיך עס איינגעגעבן וואלט כלל-ישראל צוגעשטאנען צו דעם. נאר דער פאקט אז ס'איז דורכגעפאלן האט איבערצייגט אלעמען אז ס'איז געווען אן אילוזיע. און דערפאר טאקע קען איך נאר איבערזאגן דאס זעלבע נאכאמאל: די יעצטיגע שיבת ציון וועט זיך דארפן איבערווייזן אין די קומענדיגע יארן, און איך האף זייער אז ס'זאל ווערן נאכגעפאלגט פון א פולשטענדיגער גאולה, מיט א פארברודערטקייט מיט אלע ארומיגע שכנים (אדער ווידער, מיט דער הכנעה פון די ארומיגע שכנים - אויב ס'זאל קיין אנדערע ברירה נישט זיין), ביז זיי וועלן אפשר נאך צולייגן א האנט צום אויפבוי פונעם דריטן בית-המקדש. ימים ידברו...
רמב"ם הלכות מלכים פרק י'א אות ו':
אל יעלה על דעתך שהמלך המשיח, צריך לעשות אותות ומופתים, ומחדש דברים בעולם, או מחייה מתים, וכיוצא בדברים אלו שהטיפשים אומרים; אין הדבר כן--שהרי רבי עקיבה חכם גדול מחכמי משנה היה, והוא היה נושא כליו של בן כוזבא המלך, והוא היה אומר עליו, שהוא המלך המשיח. ודימה הוא וכל חכמי דורו שהוא המלך המשיח, עד שנהרג בעוונות; כיון שנהרג, נודע שאינו משיח, ולא שאלו ממנו חכמים, לא אות ולא מופת.
האמיר דא א מחלוקת צווישן רמב"ם און ..

קיינער האט נישט געשריבן אז יודן האבן זיך נישט געקומערט וועגן ארץ ישראל, מען האט געשריבן אז מען האט נישט געחלמט פון זיך דארט באזעצן בזמן הגלות. יעדער יוד אין די גאנצע וועלט אין אלע דורות זייטן חרבון, איז מתפלל פילע מאל אין טאג אויפן אויפבוי פון ירושלים. ווער האט פארגעסן דערפון? (אפשר הר׳ שטיינמאן...). נאר זיך באזעצן דארט ווילאנג ס׳איז נאך נישט געווען די גאולה, דאס איז ביז לעצטנס נישט געווען קיין זאך.
די ראי׳ פון בר כוזובא וואס די ברענגסט אז די ״יודישע הארץ״ האט יא זיך געוואלט באפרייען אליינס, איז נישט ריכטיג.
די יודישע הארץ זענען געווען די חכמים. און ״זיי״ האבן געהרגט בר כזובא ווען ס׳איז געווען גרויסע נצחונות פאר די יודן. אזוי שטייט אין די גמרא סנהדרין צ״ג,(עי׳ בויוא״מ אז די גמ׳ און די מדרש גייען ארויף אז די חכמים האבן אים געהרגט דורך מתפלל זיין.) נאכן זען אז ער איז נישט דער ריכטיגער משיח. ווייל ער האט נישט געהאט די סימנים וואס מלך המשיח דארף צי האבן.
און עס זענען טאקע יא געווען יודן וואס האבן זיך טועה געווען, אבער דאס רופסטו אן די ״יודישע הארץ״? די הייליגע חכמים האבן עפעס נישט געהאט קיין ״יודישע הארץ״?!
שרייבסט: ״מ׳דארף זען אויב ס׳ארבעט זיך אויס״...
כ׳גיי נישט יעצט אריין צי מ׳זעט טאקע נאך נישט אויב ס׳ארבעט זיך אויס... אויך גיי איך נישט אריין לשיטתך פונקטליך ביז ווען מ׳דארף צי ווארטן צי זען...אבער לאמיר נאר זען צי ס׳איז בכלל דא עפעס א קלער אז דאס איז טאקע די ריכטיגע גאולה...
א ״גאולה״ אנגעפירט דורך די ״הייליגע״ ציונים: הערצל(מייסד ״הגאולה״), בן גריון, ביבי נתניהו,....
א ״גאולה״ ווי ס׳איז שוין פארגעקומען אזויפיל שמד, וואס אין כלל ישראל׳ס היסטאריע איז נאך נישט פארגעקומען אויף איינמאל....
א ״גאולה״ צי א מדינה וואס זאגט קלאר אז מען איז דא אויסצורייסן שם השם...
א ״גאולה״ וואס לייקענט אינעם מלך המשיח....
ס׳איז טאקע לכאורה זייער מסתבר אז ווען מיר בעטן אויף ״אור חדש על ציון תאיר״, מיינען מיר טאקע אט אזא גאולה....
עפרא לפומיה אזוי צי זאגן! כלל ישראל ווארט שוין אזויפיל יארן צי ווערן אויסגלייזט צי אזא נעבעכדיגע גאולה??!!
מיר ווארטן אויף א גאולה וואס וועט קומען דורך הקב״ה אליין, א גאולה וואס איז נישט מעגליך צי פארשטעלן זיך וויאזוי ס׳וועט אויסזען, הדרא דלא אפשר למפרט בשפותא, אויף דעם ווארטן מיר!
כ׳בין דיר ״דן לכף זכות״, אז אפשר גלייבסטו נישט פשוט אין די ווערטער פון אינזערע נביאים וואס זאגן וויאזוי די גאולה וועט אויסזען... דאס איז מיין איינציגע ״לימוד זכות״ וואס איך האב אויף דיר...
איך בין ח"ו נישט קיין נטורי קראנקער נאר א חסיד פונעם הייליגע באשעפער און לערנענדיג "אביסעל" סאטמארע רב'ס ספרים בין איך נאנט מיט זיין שיטה
סאטמארע רב האט אויך געוויסט פון די מצוה פון ישוב ארץ ישראל און האט געהאלטען אז לויט רוב פוסקים גייט עס אן אפילו בזמן הזה (כמבואר בספה"ק ויא"מ) אבער סוף כל סוף איז דאך אויך דא א שבועה פון שלא יעלו בחומה אלא מאי מוז זיין א חילוק
לפי עשירות דעתי איז די איסור פון עליה בחומה אז מטאר נישט מאכן א פראפעגאנדע ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל נאר אז יואלי W וויל ארויפגיין כל הכבוד גיי זיי מקיים די מצוה אבער מאך נישט קיין פראפעגאנדע.
ווער עס וויל זיך קריגען מיט מיר go on אבער פליז נישט שרייען נאר רעדן דברים של טעם

ביטע ערקלער, וואו ליגט אין די ווערטער "שלא יעלו בחומה" מאכן פראפעגאנדע.
איך שטיי און שטוין אויף וואס מען שלאגט זיך דא, אנדערע רעקאמענדירן מיר גאר וואו יא אדער נישט צו לייקן 😛 ,
איימיצער האלט טאקע באמת אז די אלע וואס פראפאגאנדירן עליה מיינען פשוט די מצוה, ממש כל כולו לשם שמים, כליל תקטר?? אנדערע מצוות האבן זיי אין דער ערד, און פונקט ביי די מצוה האט זיך זייער פונק אנגעצינדן?
אלמלי די אלע עלי' אגענדעס וואלטן געמיינט כדי לקיים מצות ה', איז שייך זיך צו טענה'ן הלכה'דיג צי יא בזמן הזה אדער נישט, אבער ווי וואס ווען, ס'רוב מיינען אנדערע כוונות לחלוטין (יא, איך בין א יודע מחשבות, פרעג מיר נישט פון וואו)
ממילא אז איינער איז אקעגן דעם געדאנק איז ער נאך נישט קיין נטורי קראנקע (כלשונכם הזהב) און ער פארדינט נאך נישט ורבצה עליו כל הקללות הכתובה בספר הזה, טעיק איט איזי, קיעפ איט קאאל, שמועסטס עס אויס ווי ערוואקסענע חברה אן קיין היץ.

פארוואס דווקא מאכן די פראפעגאנדע און וויליאמסבורג וואס איז רובו ככלו סאטמאר?
אויליגערפארוואס דווקא מאכן די פראפעגאנדע און וויליאמסבורג וואס איז רובו ככלו סאטמאר?
ואת"ל, אויב יואלי w האט ארומגעשיקט א צעטיל צו אן ענגן קרייז ידידים, קומט זיך אן עפעס א נטו"ק'ניק און טראסקעט דאס ארויף אויף ק"ש און ס'ווערט א פראפעגאנדע, ווער איז עובר אויפן "שלא יעלו בחומה?"
@מאטי נישט אריינגייענדיג און מראה מקומות. אפשר האסטו א אנדערע פשט וואס דען מיינט שלא יעלו בחומה?
ישראל קאפקעberlbalaguleh
ישראל קאפקע: יא. אבער לויט ווי דו שרייבסט, אנגעהויבן פון דיין ערשטע תגובה, מייניך אז "איך אויך" איז גערעכט.
איך האב לכתחילה געמיינט אז דו ביסט א וויליאמסבורג'ער תושב. א סאטמאר'ער חסיד,וועלכער האט באקומען דעם נישט ריכטיגן מעסעדזש איבער די שיטה פון רבינו הגה"צ ר' יואל טייטלבוים מסאטמאר, זי"ע. אבער דו האסט דיך אליין אוועקגעגעיבן, אז דו האסט קיינמאל נישט געוואוינט אין וויליאמסבורג. וויאזוי, 'עלל איך דיר נישט זאגן. נאר ענטפערן מיט א משל. ווען מ'פרעיגט א פארחניוק'טן חסיד'ישן בחור ווער "שעיקספיר" איז געוועין. וועט ער אוודאי נישט וויסן צו ענטפערן. ס'נישט אז איך פארגלייך די פראטאגאניסטן אין די דראמא צו "שעיקספיר" ימ"ש. מסתמא קען מען בלעימען זיין אנטיסעמיטזם אויך אויף די ציונים און מדינת ישראל... 😕 😂 🙄 😈 😈 😈 😈 😈 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮
איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט זאגן, אז נאר וויליאמסבורגער תושבים האבן אן ארבטייל אין ארץ ישראל? ❓ 😉
וויאזוי קען איך דיר איבערצייגן אז איך בין געבוירן און געווארן אויפגעצויגן אין וויליאמסבורג? איך האב פון אייביג אן געזאגט אז איך בין נישט קיין סאטמארער חסיד,
וואו שעיקספיער איז געווארן רעלעוואנט צום שמועס, און וואס דו מיינסט ארויסצוברענגען מיט שעיקספיער'ס דראמאס האב איך נישט זוכה געווען צו פארשטיין, איך האף אז דו קענסט מסביר זיין,
דו דארפסט מיר נישט איבערצייגן. די בעסטע פרוף און ראיה צו מיינע ווערטער איז, פון דעם פאקט, אז איך באהאנדל איין פערזאן, זייער א באקאנטער פיגור אין וויליאמסבורג. ער איז אויף די פאליטישע ארענע פאר די לעצטע 25 יאר, און איינער פון די ראשי המדברים און די פאן-טרעגער פון די שיטה אין די חסידישע קהילה אין וויליאמסבורג. און דו האסט געפרעגט דא ברבים (נישט אז ס'איז עפעס ראנג. אדרבה. לא הביישן למד, שטייט אין פרקי אבות.) "ווער איז דאס"? די פערזענליכקייט וואס דו הערסט און ליינסט אזוי סאך איבער איהם. יעצט וועסטו שוין פארשטיין וויאזוי דער משל פון "שעיקספיר" קומט דא אריין... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
אויליגער@מאטי נישט אריינגייענדיג און מראה מקומות. אפשר האסטו א אנדערע פשט וואס דען מיינט שלא יעלו בחומה?
רש"י פירש: "שלא יעלו כחומה - יחד ביד חזקה".
איך קלער אז דאס מיינט בערך וואס די קרייציגלער האבן געטון. איך זע נישט ווי אזוי א זורח צעטיל מיט יואלי w טרענסענדעט צו "יחד ביד חזקה"
@ר' בערל, פון וועמען רעדסטו? אלס נישט סאטמארער מוז זיין אז איך קען אים?
ישראל קאפקע@ר' בערל, פון וועמען רעדסטו? אלס נישט סאטמארער מוז זיין אז איך קען אים?
מנשה פיליפ. וואס שרייבט אונטער דעם פען-נאמען "הרב ישראל מ. סופר". איך האב געליינט כמעט אלע זיינע ארטיקלען אין "די צייטונג". מיין אפשאצונג איבער איהם איז, אז ר'איז א גרויסער בקי סיי אין ש"ס ומדרשים. און סיי אין מילי דעלמא. אבער ער איז , וואס מ'רופט אן אויף ענגליש: "אינטעללעקטשועללי דיס-האנעסט". כמעט, א דעמאגאג.דאס איז מיין פערזענליכע אפשאצונג איבער איהם... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
מאטיאויליגער@מאטי נישט אריינגייענדיג און מראה מקומות. אפשר האסטו א אנדערע פשט וואס דען מיינט שלא יעלו בחומה?
רש"י פירש: "שלא יעלו כחומה - יחד ביד חזקה".
איך קלער אז דאס מיינט בערך וואס די קרייציגלער האבן געטון. איך זע נישט ווי אזוי א זורח צעטיל מיט יואלי w טרענסענדעט צו "יחד ביד חזקה"
עס קען זיין איך פארשטיי נישט וואס די מיינסט אויב מיינסטו אז עס מיינט אוועקנעמען ארץ ישראל פון די אומות העולם וואס מיינט שלא ימרדו באומות?
די אלע תירוצים וואס די ווילסט קוועטשען האט שוין סאטמארע רב שוין פארענטפער און זיין ספר ויא"מ קוק דארט וועסטו מער נישט האבן קיין קשיות (נאר אויב די ווילסט הערן תירוצים אויב ווילסטו בלייבן ביי די קושיא שטעל איך מיך שוין אפ)
berlbalagulehישראל קאפקע@ר' בערל, פון וועמען רעדסטו? אלס נישט סאטמארער מוז זיין אז איך קען אים?
מנשה פיליפ. וואס שרייבט אונטער דעם פען-נאמען "הרב ישראל מ. סופר". איך האב געליינט כמעט אלע זיינע ארטיקלען אין "די צייטונג". מיין אפשאצונג איבער איהם איז, אז ר'איז א גרויסער בקי סיי אין ש"ס ומדרשים. און סיי אין מילי דעלמא. אבער ער איז , וואס מ'רופט אן אויף ענגליש: "אינטעללעקטשועללי דיס-האנעסט". כמעט, א דעמאגאג.דאס איז מיין פערזענליכע אפשאצונג איבער איהם... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
איך ווייס ווער ר' מנשה פילאפ איז, און הרב י.מ. סופר פונעם די צייטונג איז מיר אויך באקאנט, איך פלעג אים ליינען ווען איך בין געווען יונגער, כאטש איך האב נישט געהאט צוזאמגעשטעלט פילאפ מיט סופר, האב איך דאס גלייך פארשטאנען ביים ליינען דעם אשכול,
טראץ דעם האב איך געפרעגט, און איך פארשטיי נאך אלס נישט וואס די גרויסע איינגעגעסענע שנאה איז,
ווי איך געדענק י.מ. סופר'ס ארטיקלען זענען נישט קיין געוואלדיגע חידושים און אויפטוען, וואו ער קייעט איבער זיינע טאלקינג פוינטס וואך נאך וואך, (אנדערש ווי אין דער איד, וואס זייערע ארטיקלען קענען צומאל זיין גאנץ שארף, קלוג, און דאדורך א שטיקל טשאלאנדש צו אונזערע היימישע ציוניסטן אויף קאווע שטיבל) אבער ער שרייבט נישט קיין שטארקע פאלעמיקס, און גוט אויסגעלייגטע ארגומענטן , סאו פארוואס זאל ער ענק מאכן שפירן באדרויעט, וועגן דעם האב איך געפרעגט, און איך פרעג נאכאמאל,
"וואס איז די גרויסע, טיף איינגעגעסענע לעגענדארע שנאה צו ר' מנשה פילאפ/י.מ. סופר?"
אויליגערמאטיאויליגער@מאטי נישט אריינגייענדיג און מראה מקומות. אפשר האסטו א אנדערע פשט וואס דען מיינט שלא יעלו בחומה?
רש"י פירש: "שלא יעלו כחומה - יחד ביד חזקה".
איך קלער אז דאס מיינט בערך וואס די קרייציגלער האבן געטון. איך זע נישט ווי אזוי א זורח צעטיל מיט יואלי w טרענסענדעט צו "יחד ביד חזקה"
עס קען זיין איך פארשטיי נישט וואס די מיינסט אויב מיינסטו אז עס מיינט אוועקנעמען ארץ ישראל פון די אומות העולם וואס מיינט שלא ימרדו באומות?
די אלע תירוצים וואס די ווילסט קוועטשען האט שוין סאטמארע רב שוין פארענטפער און זיין ספר ויא"מ קוק דארט וועסטו מער נישט האבן קיין קשיות (נאר אויב די ווילסט הערן תירוצים אויב ווילסטו בלייבן ביי די קושיא שטעל איך מיך שוין אפ)
זאגטס אלע הויעך!!
"יחד" - צוזאמען, "יחד" - צוזאמען.
" ביד חזקה" - מיט א שטארקע האנט. "ביד חזקה" - מיט א שטארקע האנט.
אויב נאכן קוקן אין ויואל משה פארשטיי איך נאך אלס בלויז דעם איינציגן רשי"ס פארקוועטשטן פשט. איז עפעס ראנג מיט מיר?
ישראל קאפקעberlbalagulehישראל קאפקע@ר' בערל, פון וועמען רעדסטו? אלס נישט סאטמארער מוז זיין אז איך קען אים?
מנשה פיליפ. וואס שרייבט אונטער דעם פען-נאמען "הרב ישראל מ. סופר". איך האב געליינט כמעט אלע זיינע ארטיקלען אין "די צייטונג". מיין אפשאצונג איבער איהם איז, אז ר'איז א גרויסער בקי סיי אין ש"ס ומדרשים. און סיי אין מילי דעלמא. אבער ער איז , וואס מ'רופט אן אויף ענגליש: "אינטעללעקטשועללי דיס-האנעסט". כמעט, א דעמאגאג.דאס איז מיין פערזענליכע אפשאצונג איבער איהם... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
איך ווייס ווער ר' מנשה פילאפ איז, און הרב י.מ. סופר פונעם די צייטונג איז מיר אויך באקאנט, איך פלעג אים ליינען ווען איך בין געווען יונגער, כאטש איך האב נישט געהאט צוזאמגעשטעלט פילאפ מיט סופר, האב איך דאס גלייך פארשטאנען ביים ליינען דעם אשכול,
טראץ דעם האב איך געפרעגט, און איך פארשטיי נאך אלס נישט וואס די גרויסע איינגעגעסענע שנאה איז,
ווי איך געדענק י.מ. סופר'ס ארטיקלען זענען נישט קיין געוואלדיגע חידושים און אויפטוען, וואו ער קייעט איבער זיינע טאלקינג פוינטס וואך נאך וואך, (אנדערש ווי אין דער איד, וואס זייערע ארטיקלען קענען צומאל זיין גאנץ שארף, קלוג, און דאדורך א שטיקל טשאלאנדש צו אונזערע היימישע ציוניסטן אויף קאווע שטיבל) אבער ער שרייבט נישט קיין שטארקע פאלעמיקס, און גוט אויסגעלייגטע ארגומענטן , סאו פארוואס זאל ער ענק מאכן שפירן באדרויעט, וועגן דעם האב איך געפרעגט, און איך פרעג נאכאמאל,
"וואס איז די גרויסע, טיף איינגעגעסענע לעגענדארע שנאה צו ר' מנשה פילאפ/י.מ. סופר?"
לכאורה ווייל ער שפיגעלט אפ א ריכטיגע וויליאמסבורגע, רעבע ז..... , פרא סיסטעם, אומאינטעליגענטע כאראקטער. און א סך ניקים האסן דעם מענטאליטעט דעריבער האסן זיי אים.
איך פערזענליך האלט אז ער איז אן אומשולדיגער תינוק שנשבה, און איך האס אים בכלל נישט, הגם איך באדויער אים.
@מאטי אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס די באשעפער האט אונז געגעבן 2 מאל די זעלבע שבועה מיט א אנדערע לשון מרידה באומות און עליה בחומה?
וואס האט מרידה באומות מיט ארץ ישראל? ס'קען מיינען פשוט מ'זאל נישט בונטעווען קעגן די גוי'שע שכנים. ווי למשל ווארפן אייער אויף FBI אגענטן אין סקווירע. אדער זיך רייצן מיט די מאנראו וואדבערי טאון צוליב פאליטיקס/געלט. בלאקירן גוי'שע בייקערס מיט ברייטע מיני ווענס.
דיסקלעמער די דערמאנטע משלים זענען אסור צוליב אנדערע טעמים אויך לפי דעת המקילים בהג' שבועות.
דיסקלעמער די דערמאנטע משלים זענען אסור צוליב אנדערע טעמים אויך לפי דעת המקילים בהג' שבועות.
מאטיוואס האט מרידה באומות מיט ארץ ישראל? ס'קען מיינען פשוט מ'זאל נישט בונטעווען קעגן די גוי'שע שכנים. ווי למשל ווארפן אייער אויף FBI אגענטן אין סקווירע. אדער זיך רייצן מיט די מאנראו וואדבערי טאון צוליב פאליטיקס/געלט. בלאקירן גוי'שע בייקערס מיט ברייטע מיני ווענס.
ביזט דאך כשר גערעכט, (כאטש ווארפן אייער אויף עף.בי.איי. אגענטן וואלט איך נישט קלאסיפיצירט 'מרידה באומות')
זיי גייען פילייכט אריין אין דעם איסור פון התגרות באומות,
אבער וויאזוי איז פארטרייבן די נעיטיוו פאלק פון פאלעסטינע, אדער די התנחלויות ענטערפרייס, ארויסגעפאלן פון דיין ברייטע אפטייטש פון התגרות באומות?
ישראל קאפקעמאטיוואס האט מרידה באומות מיט ארץ ישראל? ס'קען מיינען פשוט מ'זאל נישט בונטעווען קעגן די גוי'שע שכנים. ווי למשל ווארפן אייער אויף FBI אגענטן אין סקווירע. אדער זיך רייצן מיט די מאנראו וואדבערי טאון צוליב פאליטיקס/געלט. בלאקירן גוי'שע בייקערס מיט ברייטע מיני ווענס.
ביזט דאך כשר גערעכט, (כאטש ווארפן אייער אויף עף.בי.איי. אגענטן וואלט איך נישט קלאסיפיצירט 'מרידה באומות')
זיי גייען פילייכט אריין אין דעם איסור פון התגרות באומות,
אבער וויאזוי איז פארטרייבן די נעיטיוו פאלק פון פאלעסטינע, אדער די התנחלויות ענטערפרייס, ארויסגעפאלן פון דיין ברייטע אפטייטש פון התגרות באומות?
אויב איז דיין טענה אז לויט די ג"ש וואלט דאס געדארפט זיין אסור, אויף דעם איז דער תירוץ אז זיי האלטן אז די ג"ש איז נישט נוגע לפי פסקי כמה וכמה ראשונים ואחרונים. איך האב זיך בלויז מתווכח געווען לדבריו פון @אויליגער. אויב דו פרעגסט סתם אזוי אלץ נימוס, דרך ארץ, רציחה וכו' איז דאס א נושא בפני עצמו, אויב דו ווילסט אריינגיין דערין, זאג מיר... און כ'על פרובירן צו מקדיש זיין צייט דערפאר.
לענ״ד, א יחיד וואס ווארפט אייער אויף FBI, הייסט עס לכאורה נישט קיין התגרות באומות, וויל ס׳איז דאך סוף כל סוף נאר א יחיד(ס׳קען זיין אז כ׳בין נישט גערעכט, אזוי קוקט מיר אויס. איך פסקן נישט, בפרט אז עס איז סתם אזוי ווייט נישט אויסגעהאלטן).
א רבים וואס גייט ארויף אויף ארץ ישראל, מיט א פראפעגאנדע, איז עס די שבועה פון שלא יעלו בחומה. ביחד ביד חזקה.
א רבים וואס גייט ארויף אויף ארץ ישראל, מיט א פראפעגאנדע, איז עס די שבועה פון שלא יעלו בחומה. ביחד ביד חזקה.
ישראל קאפקעberlbalagulehישראל קאפקע@ר' בערל, פון וועמען רעדסטו? אלס נישט סאטמארער מוז זיין אז איך קען אים?
מנשה פיליפ. וואס שרייבט אונטער דעם פען-נאמען "הרב ישראל מ. סופר". איך האב געליינט כמעט אלע זיינע ארטיקלען אין "די צייטונג". מיין אפשאצונג איבער איהם איז, אז ר'איז א גרויסער בקי סיי אין ש"ס ומדרשים. און סיי אין מילי דעלמא. אבער ער איז , וואס מ'רופט אן אויף ענגליש: "אינטעללעקטשועללי דיס-האנעסט". כמעט, א דעמאגאג.דאס איז מיין פערזענליכע אפשאצונג איבער איהם... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
איך ווייס ווער ר' מנשה פילאפ איז, און הרב י.מ. סופר פונעם די צייטונג איז מיר אויך באקאנט, איך פלעג אים ליינען ווען איך בין געווען יונגער, כאטש איך האב נישט געהאט צוזאמגעשטעלט פילאפ מיט סופר, האב איך דאס גלייך פארשטאנען ביים ליינען דעם אשכול,
טראץ דעם האב איך געפרעגט, און איך פארשטיי נאך אלס נישט וואס די גרויסע איינגעגעסענע שנאה איז,
ווי איך געדענק י.מ. סופר'ס ארטיקלען זענען נישט קיין געוואלדיגע חידושים און אויפטוען, וואו ער קייעט איבער זיינע טאלקינג פוינטס וואך נאך וואך, (אנדערש ווי אין דער איד, וואס זייערע ארטיקלען קענען צומאל זיין גאנץ שארף, קלוג, און דאדורך א שטיקל טשאלאנדש צו אונזערע היימישע ציוניסטן אויף קאווע שטיבל) אבער ער שרייבט נישט קיין שטארקע פאלעמיקס, און גוט אויסגעלייגטע ארגומענטן , סאו פארוואס זאל ער ענק מאכן שפירן באדרויעט, וועגן דעם האב איך געפרעגט, און איך פרעג נאכאמאל,
"וואס איז די גרויסע, טיף איינגעגעסענע לעגענדארע שנאה צו ר' מנשה פילאפ/י.מ. סופר?"
ר' ישראל קאפקע: דו האסט דיך גוט ארויסגעדרייט. אבער דא אויף קאווע שטיבל האט קיינער ב"ה נישט קיין שום שנאה אויף קיין אנדערן איד. און קיינער פילט זיך נישט באדראעט. אפשר די נושאי דגל השיטה, וגם אתה בתוכם האבן אפשר א שנאה אויף די ציונים, וכל המסתעף. ווי למשל הרב קוק, דף היומי, די טמא'נע נחל חרדי און גבעתי, וכו' וכו'. ס'איז נאר פאראן אידן וועלכע האבן א אידיש הארץ און א אידישע נשמה. און ס'איז אויך פאראן אנדערע ביי וועימען די רש"י אין פרשת יתרו, אויף דעם פסוק "ויחד יתרו" , גילט. ווי רש"י הק' זאגט פשט "נעשה בשרו חדודין חדודין" . ווייל יתרו האט געהערט וואס ס'איז געשעען צו די מלכי האמורי, סיחון ועוג. איז די מצב בערך אזוי: דער וואס האט א אידיש הארץ און נשמה, פילט זיך בצער ווען אידן זענען ח"ו בצער. און פריידט זיך ווען אידן האבן בעז"ה א ישועה. למשל, ווען די פארשאלטענע אראבערס, ימ"ש (אנטשולדיגט.) האבן פארכאפט דעם עראפלאן, און פארשלעפט קיין אוגאנדא. וואו זיי האבן באפרייט אלע גוי'אישע פאסאזשירן און גענומען אין געפאנגענשאפט אלע אידישע פאסאזשירן. בין און די אנדער אידן געוועין זייער טרויעריג. און ווען דער באשעפער האט געהאלפון און די גוטע שלוחים, די סאלדאטן פון מדינת ישראל זענען געפארן אין די ווייטע אפריקאנער מדינה און מיט מסירת נפש בעז"ה ארויסגעראטעוועט די אידן פון די הענט פון די רוצחים, האב איך און אלע אידן זיך זייער שטארק געפרייט, און אפגעגעיבן שבח והודאה צו הקב"ה. און ס'איז געוועין פארקערט. ווער ס'האט זיך (שטילערהייט) געפרייט אז די ציונים האבן געהאט א מפלה. און ווען די אידן זענען ב"ה ניצול געווארן זענען זיי געוועין טרויעריג און האבן געשאלטן אויף טויזנט. אלעס ווענדט זיך אין די אידישע נשמה. די זעלבע דא אויך, ביי די מלחמה וואס די פארשאלטענע אראבערס, ימ"ש האבן אנגעמאכט אויף די אידן זענען אמת'דיגע אידן געוועין בצער. און די אנדערע בשמחה. און עכטע אידן וועלכע שטאמען פון אברהם, יצחק ויעקב האט נישט זייער שטארק וויי געטון ווען די אראבישע רוצחים זענען געפאללן. אט די רוצחים וועלכע זענען געטאנצן אין די גאסן פאר שמחה ווען מ'האט נעבעך געטראפן די דריי אידישע בחורים געהרג'עט. אבער אפר די אנדערע, יא. זיי האבן די גאנצע צייט אויפגעווארפן אז "ציווילע" זענען "נעבעך" אומגעקומען. כאילו די אידן אין ארץ ישראל זענען נישט קיין "ציווילע" מענטשן. זיי האט מען מקריב געוועין אויפ'ן מזבח פון ציונות... 😂 😂 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮
קדש הילוליםשרייבסט: ״אויב זאלן די אומרעליגיעזע ציוניסטן נישט האבן מער ווי דאס אליין אז זיי האבן געדענקט ירושלים, האבן זיי ווייניגסטנס אין דעם פרט זיך געהאלטן צו דער אידישער טראדיציע.״
לאמיר געבן א משל: אויב וואלטן געווען יודן וואס זענען עובר אויף די גאנצע תורה, און זיי באגענוגן זיך נישט מיט דעם, זיי זענען מסית ומדיח אן א שיעור אנדערע, און זיי קומען אויף מיט א ממשלה מיטן ציל לעקור את הכל, אפילו די ביסל ערליכע יודן וואס זענען נאך געבליבן.
נאר איין מצוה אין די תורה היטן זיי מיטן פילסטן שטרענגקייט, און נאך אפילו אסאך מער ווי ס׳פארלאנגט זיך, וואספארע מצוה? למשל, מצות שליח הקן. (ס׳זענען דא ראשונים וואס האלטן אז ס׳איז א חיוב אפילו צי גיין זיכן נעסטען-לכו״ע א מצוה דאורייתא). נו, לכאורה וואלט מען ווען זיי געדארפט אויסרומען ביזן זיבעטען הימל, ס׳הייסט, זיי זענען דאך כאטשיג מיט דעם יודן...
לכאורה וואלט מען ווען טאקע געדארפט ביי יעדע פראטעסט קעגן זיי, געדארפט קלארשטעלן אז מיר זענען טאקע מוחה קעגן זיי, אבער נישט קעגן זייער גוטע זייט: מצות שליח הקן...
ניין מיר וואלט נישט אזוי געטון! מיר וואלטן זיי אינזינען געהאט ביי ולמלשינים יעדן טאג, אזויווי מיר טוען טאקע מיט די ציונים. מיר וואלטן געפירט מיט זיי א מערכה, און מיר וואלטן זיי *נישט* געגעבן קרעדיט אז כאטש מצות שליח הקן זענען זיי מקיים. יעדער בר דעת פארשטייט דאס.
לענינו, די ציונים האבן זיך גענומען איין ״מצוה״ וואס ס׳קומט זיי אויס גוט פאר זייערע טריפה׳נע אגענדעס. א מצוה וואס איז לויט רוב ראשונים בכלל נישט קיין מצוה, א חיוב זיכער נישט. אבער נניח אז ס׳איז יא א מצוה, איז שייך צי געבן קרעדיט פאר זיי אויף דעם?...
מיר פארדאמען ח״ו נישט קיין מצות. אבער די ״הייליגע מצוה פון נאצינאליזם״ וואס די שרייבסט, דעס פארדאמען מיר יא בכל התוקף. דאס איז נישט באזירט אויף די תוה״ק ח״ו. אין אונזער תורה שטייט ישראל ואורייתא וקודשא בריך הוא חד. דאס איז אונזער עקזיסטעץ. יודן אן די תורה זענען קיין פאלק נישט.
״ואתם אם שמוע תשמעו בקולי ושמרתם את בריתי והייתם לי סגולה מכל העמים״
וויאזוי האט דער זעלבער יודישער מנהיג נאר געזאגט? ״ויתן להם ארצות גוים ועמל לאומים ירשו״ פארוואס? ״בעבור ישמרו חקיו ותורותיו ינצורו״.
איין קליינער חילוק איז דא, מצוות ישוב ארץ ישראל אדער נאציאנאליזם בלשונך, איז א מצוה (אדער אפילו עס איז נישט א מצוה כמו שכתבת, איז דאס אזא ענין) כללי, א השתייכות פון דעם פרט צום כלל ישראל, ווארום ער גייט דאך נישט אליינס באוואוינען ארץ ישראל כמובן. דער זאך, אפילו ווען דאס איז קיין מצוה נישט, איז מסברא שקול כנגד כל התורה כולה. חז"ל זאגן באמת אזוי, אבער די סברא איז כמו שכתבתי.
איך וועל אייך גיבן א משל, א ייד אן עם הארץ גמור, און עובר על כל העבירות שבתורה, אבער איז א שטאלצער איד און וועט אלעמאל גיין מיט א יידיש לבוש אפילו צווישן גויים. איז דאס נישט עפעס משבח צו זיין, אפילו מיר וועלן נאך אלץ מגנה זיין מעשיו הרעים?
ניין, איינער וואס זיכט אויסצורייסן יודישקייט, און ער שטאלצירט נאך אז ער איז א יוד... וועלן מיר אים נישט ארויפקוקן.
און דא איז עס נאך סאך טיפער, פארוואס שטאלצירן די ציונים מיט זייער יודישקייט, אין די צייט וואס זיי זענען כופרים בתורת משה?, ווייל זיי זענען כופר אין דעם אז די גאנצע יודישע פאלק איז נאר מיט די תורה. ביי מתן תורה זענען מיר געווארן דער אויסדערוועלט פאלק, און נאר מיט די תורה בלייבן מיר א פאלק. דער ציוני לייקענט אין דעם, ער זאגט אז אונז זעמיר א פאלק ווי אלע פעלקער, א לאנד, א שפראך, א מיליטער. דאס איז דאך כפירה!! מיר זאלן זיי נאך ארויפקוקן אויף דעם?! דאס איז דאך זייער כפירה׳דיגע תירוץ נישט צי זיין קיין יוד שומר תורה ומצות(לייען: נישט קיין יוד).

אקעי, הייסט עס מיט ציונים וואס זוכן נישט אויסצורייסן אידישקייט ביסטו אקעי מיט זיי?
ניין, ליין איבער וואס כ׳האב געשריבן
מאטירמב"ם הלכות מלכים פרק י'א אות ו':
אל יעלה על דעתך שהמלך המשיח, צריך לעשות אותות ומופתים, ומחדש דברים בעולם, או מחייה מתים, וכיוצא בדברים אלו שהטיפשים אומרים; אין הדבר כן--שהרי רבי עקיבה חכם גדול מחכמי משנה היה, והוא היה נושא כליו של בן כוזבא המלך, והוא היה אומר עליו, שהוא המלך המשיח. ודימה הוא וכל חכמי דורו שהוא המלך המשיח, עד שנהרג בעוונות; כיון שנהרג, נודע שאינו משיח, ולא שאלו ממנו חכמים, לא אות ולא מופת.
האמיר דא א מחלוקת צווישן רמב"ם און ..
צווישן רמב״ם און די גמרא סנהדרין צ״ג!
צווישן רמב״ם און רמב״ם!!
די רמב״ם שרייט קלאר אין אגרות תימן, אז משיח צדקינו וועט באווייזן אותות ומופתים, און ער ווינדערט זיך אויף אזעליכע וואס זענען געווען פארגלייבט אין א משיח שקר. וויאזוי זיי קענען מיינען אז ער איז משיח.
אזוי אויך שרייבט דער רמב״ם אין פי״ב מהל׳ מלכים, אז משיח וועט טון זאכן
שלא כדרך הטבע.
ועי׳ בויואל משה (לז-לח)שמיישב דברי הרמב״ם שלא יהיו סותרין ולא יהיו נגד הגמרא.
אזוי קוקן אויס עמי הארצים וואס נעמען א ״פעסטע״ שטעלונג אין זאכן, און זיי קוקן ניטאמאל אריין אין די ספרים וואס זענען געשריבן געווארן אויף אט דעם ענין!
איך ווייס נישט פארוואס די שרייסט און די באטיטלסט מיר מיט לשונות של גנאי. צו איך בין מסכים לדבריך לגבי די סתירות הרמב"ם צו נישט, איז דאס בכלל נישט מן הענין הטענה. ס'קוקט עפעס אויס אז דו ביסט צו שטארק פארנומען מיט שרייבן, אז דו האסט פשוט פארגעסן וואס דו האסט געשריבן
איך האב אראפ געברענגט דעם רמב"ם ווייל ס'האט מיר אויסגעקוקט ווי א סתירה צו וואס דו האסט געשריבן דא:
לכאורה קוקט אויס פון דעם פריערדיגן רמב"ם אז נישט די חכמים האבן אים געהארגט ווייל זיי האבן אים נישט געוואלט לאזן נעמען א גאולה פאר די צייט, נאר אז נאך זיין טויט איז נתברר געווארן אז ער איז נישט געווען משיח.
איך האב אראפ געברענגט דעם רמב"ם ווייל ס'האט מיר אויסגעקוקט ווי א סתירה צו וואס דו האסט געשריבן דא:
די מעשה פון בר כוזובא וואס די ברענגסט, איז א ראי׳ אויף פארקערט.
די חכמים האבן געהרגט בר כזובא, ווייל זיי האבן געזען אז ער איז נישט דער ריכטיגער משיח. כאטש זייער אסאך(כ׳ווייס נישט פון ווי די נעמסט ״רוב״, אבער אויב ס׳איז יא געווען רוב, איז די ראי׳ נאך סאך שטערקער)האבן זיך אין אנפאנג טועה געווען אין אים, און אפי׳ די הייליגע תנא רבי עקיבא, אעפי״כ האבן אים די חכמים געהרגט. ווייל מען טאר נישט אויפשטיין אליין פון גלות פאר די צייט. נאר מיט משיח צדקינו.
לכאורה קוקט אויס פון דעם פריערדיגן רמב"ם אז נישט די חכמים האבן אים געהארגט ווייל זיי האבן אים נישט געוואלט לאזן נעמען א גאולה פאר די צייט, נאר אז נאך זיין טויט איז נתברר געווארן אז ער איז נישט געווען משיח.
מאטיאקעי, הייסט עס מיט ציונים וואס זוכן נישט אויסצורייסן אידישקייט ביסטו אקעי מיט זיי?
מאטי: דו פארשטייסט נישט. איינער וואס לערנט דף היומי, ר"ל, איז אויכעט א ציוני. אינז ערליכע אידן לערנען טאקע בכלל נישט קיין גמרא מהאי טעמא. ווייל גמרא האט צו טון מיט ד-- ה--- איך וויל עס נישט ארויסזאגן פון מיין מויל. אינז ערליכע אידן, ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני לערנען טאקע נישט א סאך אנדערע זאכן אויך. שולחן ערך/מגן אברהם לערנען מיר נישט ווייל ס'איז אויף איין בלעטל מיט'ן מגן דוד/טורי זהב. משניות לערנען מיר נישט, וועיגן צוויי טעמים. איינס. אין די תפארת ישראל משניות שטייט דאס ווארט "ציונים". צווייטנס. דער טמא'נער יונג, דער מזרחי'סט "קהתי" ימ"ש האט געשריבן א פירוש אויף משניות. חומש לערנען מיר אויכעט נישט. דו ווייסט וואס דארט שטייט. אז דער אייבישטער האט צוגעזאגט ארץ ישראל פאר די קינדער פון אברהם, יצחק ויעקב. נישט פאר די פאלעסטינער. רח"ל מהאי דעתא. דאס סידור'ל ניצן מיר אויכעט נישט. דו ווייסט וואס דארט שטייט. א פסוק "ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים. און אינז און אינזערע אחים לדעה די הייליגע נטורי חרתא און נטרונא האלטן אז דאס איז עכט אפיקורסות. הרב ישראל מ. סופר האט שוין געשריבן איבער דעים. אז ס'איז דא כמה ראיות אז די טמא'נע ציונים, ימ"ש האבן דאס אריינגעשמוגלט אין סידור. די זעלבע ציונים און מזרחיסט'ן, די תלמידים פון "הרב" קוק (ימ"ש, שר"י, עפ"ל. טעיק יור פיק) האבן צו געשריבן זייערע דעות כוזבות אין די הקדמה צום ויואל משה, (דף ח') אויך... 😕 😂 🙄 😈 😈 😈 😈 😂 😂 😂 🙄 😛 😳 😢 😞 😉 😮
דער באלעגאלע גיט נישט אויף זיינע אטאקעס, טיים ענד עגעין!
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6667">viewtopic.php?f=10&t=6667</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6667">viewtopic.php?f=10&t=6667</a><!-- l -->
מאטיאיך ווייס נישט פארוואס די שרייסט און די באטיטלסט מיר מיט לשונות של גנאי. צו איך בין מסכים לדבריך לגבי די סתירות הרמב"ם צו נישט, איז דאס בכלל נישט מן הענין הטענה. ס'קוקט עפעס אויס אז דו ביסט צו שטארק פארנומען מיט שרייבן, אז דו האסט פשוט פארגעסן וואס דו האסט געשריבן
איך האב אראפ געברענגט דעם רמב"ם ווייל ס'האט מיר אויסגעקוקט ווי א סתירה צו וואס דו האסט געשריבן דא:די מעשה פון בר כוזובא וואס די ברענגסט, איז א ראי׳ אויף פארקערט.
די חכמים האבן געהרגט בר כזובא, ווייל זיי האבן געזען אז ער איז נישט דער ריכטיגער משיח. כאטש זייער אסאך(כ׳ווייס נישט פון ווי די נעמסט ״רוב״, אבער אויב ס׳איז יא געווען רוב, איז די ראי׳ נאך סאך שטערקער)האבן זיך אין אנפאנג טועה געווען אין אים, און אפי׳ די הייליגע תנא רבי עקיבא, אעפי״כ האבן אים די חכמים געהרגט. ווייל מען טאר נישט אויפשטיין אליין פון גלות פאר די צייט. נאר מיט משיח צדקינו.
לכאורה קוקט אויס פון דעם פריערדיגן רמב"ם אז נישט די חכמים האבן אים געהארגט ווייל זיי האבן אים נישט געוואלט לאזן נעמען א גאולה פאר די צייט, נאר אז נאך זיין טויט איז נתברר געווארן אז ער איז נישט געווען משיח.
אין די גמרא מס׳ סנהדרין שטייט קלאר אז די חכמים האבן אים געהרגט ווייל ער איז נישט געווען די ריכטיגער משיח.
אין מדרש שטייט אז ער איז געווארן געהרגט, שטייט נישט וויאזוי. די מפרשים זאגן דורך א שלאנג, דורך די קפידה פון די חכמים.
די רמב״ם לכאורה איז א פלא, ס׳איז נגד די גמרא(ס׳קוקט אויס אז ער נעמט אן ווי ר׳ עקיבא וואס האט זיך טועה געווען, איז עס א גרויסע פלא, ווייל מ׳זעט דאך אז די חכמים האבן אים יא געהרגט, איז טייטש אז מ׳האט נישט אנגענומען ווי ר״ע.), ווי אויך איז עס א סתירה אין רמב״ם אליין, ווי שוין דערמאנט.
צוליב אט די אלע קשיות, האב איך דיר אנגעוויזן אז אין ויואל משה סי׳ ל״ז-ל״ח איז ער מיישב זייער שיין אז ס׳קומט אויס כמין חומר.
און מהאי טעמא שרייב איך דיר אז אזוי קוקט אויס אן עם הארץ, ווייל מיטן זען א רמב״ם נעמסטו שוין א שטעלינג און א זאך וואס ס׳זענען דא ספרים ספעציעל אויף דעם נושא. יעדער ווייסט אז די תורה האט זיך נישט גענדיגט ביים רמב״ם, און פון א רמב״ם פסקנט מען נישט אליין. במילא נעמען א שטעלונג אין אזא האקעלע נושא פון משיח, און חלומען אז די מדינה של שמד איז אפשר די גאולה שלמה, און אין די ספר וואס רעדט ארום פון אט דעם נושא האסטו ניטאמאל אריינגעבליקט(ווי ס׳שטעלט זיך ארויס), דאס מיינט א עם הארץ!
ר' קודש הילולים: ייש"כ פאר אראפלייגן דיינע טענות ונימוקים בטוב טעם ודעת. נאר איין קליינע הערה האב איך. ווייל יענער האלט אנדערש ווי דו. און ער ברענגט אראפ א רמב"ם. צו די מסקנא להלכה איז יא אזוי, אדער נישט. הייסט ער נאך נישט קיין עם הארץ. ס'איז דא א סאך הארבע רמב"מ'ס. ס'אינזער חיוב צו פארענטפערן זיי. ווען נישט די הארבע רבמב"ם'ס, וואלטן מיר דאך נישט געהאט קיין פשט'לעך... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
איך וועל ענטפערן אויף ביידע.
דער רמב״ם איז פון די גרעסטע פוסקים וואס כלל ישראל האט נאר פארמאגט.
מען פסקנט נישט פון א רמב״ם אליין, דאס ווייסט יעדער בר בי רב דחד יומא.
די ויואל משה איז א ספר געשריבן א ״בירור הלכה״. נישט קיין שיינע אגדה. ווער ס׳זאגט אז נישט, האט עס נאך נישט געלערנט.
אן עם הארץ איז מען ווען מ׳פסקנט אליין פון רמב״ם אן אריינקוקן אין די שפעטערדיגע וואס באציען זיך צי דער הלכה.

קען זיין די רמב"ם איז א "פלא" אבער קודש הילולים איז "פלא פלאים"
חברה, איך זאג אייך! דער איז בלויז עטליכע פלא'ס אוועק פון מאכן עלייה.
חברה, איך זאג אייך! דער איז בלויז עטליכע פלא'ס אוועק פון מאכן עלייה.
אט האט איר נאך א פלא:
רמב"ם הלכות מלכים פרק י"ב
ויש מן החכמים שאומרים שקודם ביאת המשיח יבא אליהו וכל אלו הדברים וכיוצא בהן לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו שדברים סתומין הן אצל הנביאים גם החכמים אין להם קבלה בדברים אלו אלא לפי הכרע הפסוקים ולפיכך יש להם מחלוקת בדברים אלו ועל כל פנים אין סדור הויית דברים אלו ולא דקדוקיהן עיקר בדת ולעולם לא יתעסק אדם בדברי ההגדות ולא יאריך במדרשות האמורים בענינים אלו וכיוצא בהן ולא ישימם עיקר שאין מביאין לא לידי יראה ולא לידי אהבה וכן לא יחשב הקצין אמרו חכמים תפח רוחם של מחשבי הקצים אלא יחכה ויאמין בכלל הדבר כמו שבארנו.
קודש ס'איז נאך עפעס שווער פון די אגדתא אין סנהדרין, אדער איך דארף נאך אלס אריינקוקן אין ויואל משה.

אתא קללות. איך וויל דיר נאר מודיע זיין (אין קעיס דו ווייסט נישט) אז סאטמאר רב האט נישט אויסגעטראכט אן אייגענע שיטה בנוגע ציוניזם, ער האט עס מקבל געווען פון צדיקי ורבני דור הקודם, ובתוכם הרה"ק מבעלזא וליובאוויטש, ער האט פשוט נישט געהאלטן ביים משנה זיין די מסורה צוליב די נייע מציאות פון א מדינה נאכן מלחמה, בשעת רוב אנדערע רבנים האבן יא משנה געווען. כ'וועל נישט אריינגיין צו נאר די אגדתא פון די שלש שבועות איז געווען די זאך דא, ס'איז נישט נוגע צום שמועס. איך וויל נאר אויסקלארן אז דו לייגסט אראפ דעם סאטמאר רבי'ן כאילו ער איז געווען אליינס אקעגן א גאנצע וועלט פון רבנים, איז וויכטיג צו האבן דעם גאנצן בילד, אויך דעם חלק וועלכע די קעגנער ווילן אזוי שטארק ארויסשניידן פון היסטאריע.