☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!

ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!

384 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7133
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:26 pm

· #225490
ישראל קאפקע
@מאטי @יאיר @באשטעטיגט @פלאוויוס
ס'איז נישט נוגע צו שמועס, אבער איך האב ליב צו פארשטיין פון וואו מענטשן קומען, פארוואס האלטן זיי וואס זיי האלטן,
וואו וואוינט איר, וואס איר באטראכט זיך אידעאלאגיש, קולטורעל, וויאזוי זענט איר געווארן אויפגעצויגן, וכו'
נישט קיין פונקטליכע פרטים (מאנסי, ליכוד, סלאנים, חתן סופר בארא פארק, וכו') נאר אין דזשענערל, (ארץ ישראל, בית יהודי, פויליש חסידיש, אגודת ישראל-בחירות)

ישראל קאפקע, ברוקלין, פאליטיש און סאטמאר אנטי ציוניסט, אוקראיניש חסידיש, אומפארטייאיש,

איך באלאנג מיט שטאלץ צו די אומאפהענגיגע אלוועלטליכע אלגעמיינע ארטאדאקסישע אידנטום פון איבער דער גארער וועלט.

קדש הילולים » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:27 pm

· #225491
היימישער ליטוואק
קדש הילולים
היימישער ליטוואק
ערוך לנר מסכת ראש השנה דף יא עמוד ב "דגאולה וביאת המשיח תרי מילי נינהו דכן מוכח במגילה (יז ב) מסדר ברכות שמו"ע דאמרינן שם וכיון שנתקבצו גליות נעשה דין וכו'. והיכן מתרומם קרנם בירושלים וכיון שנבנית ירושלים בא דוד וכו' ע"ש. הרי שקיבוץ גליות קודם לביאת דוד"

זייט מוחל, ברענגט דעם גאנצן שטיקעל... אויך ווי ער שרייבט אז מען קען נישט זאגן אזוי ף, וויל אין זוהר שטייט פארקערט...

נאך א האלבע-אמת כדרכם.

אוטדא די גאנצע שטיקל
בגמרא בניסן עתידין ליגאל. הט"א הקשה ממה דאמרינן בערובין (מג א) הריני נזיר ביום שבן דוד בא מותר לשתות בשבתות ויו"ט אבל בימי החול לא ואמאי אסור בכל השנה לא יהיה אסור רק בתשרי לר"א בניסן לר' יהושע. ולענ"ד י"ל דגאולה וביאת המשיח תרי מילי נינהו דכן מוכח במגילה (יז ב) מסדר ברכות שמו"ע דאמרינן שם וכיון שנתקבצו גליות נעשה דין וכו'. והיכן מתרומם קרנם בירושלים וכיון שנבנית ירושלים בא דוד וכו' ע"ש. הרי שקיבוץ גליות קודם לביאת דוד. אכן לפ"ז כש"כ שיקשה למה יאסר הנזיר אם עדיין לא נתקבצו גליות ובלא"ה קשה כיון דאמרינן (שם) בשביעית עתידין ליגאל במוצאי שביעית בן דוד בא א"כ לא יאסר ביין רק במוצאי שביעית. אמנם בזוהר פ' שמות נראה להיפך שיתגלה משיח עוד בטרם נגאלו ישראל ומזה נראה שאין מבורר לנו מה ענין הגאולה שעליה פליגי ר"א ור"י מתי תהיה והוא הקץ שעליו נאמר הלא הוא כמוס עמדי:

1) ער זאגט אז פון די גמרא זעט מען אז גאולה און משיח זענן צוויי דינים.
2) אפילו לויטן זוהר שרייבט דער ערוך לנר אז איז דא נאך א ענין פון גאולה וועלכע וועט זיין נאך התגלות משיח. אבער אוודאי פון גמרא מגילה איז מוכח אז עס וועט זיין גאולה ביפאר משיח. ביטע קוק איבער דעם שטיקל און זיי מודה על האמת.
3) דער באטטאם ליין שרייבט ער אז מווייסט נישט, הלא הוא כמוס עמדי. פשוט א שאד ער האט נישט גקאנט פרעגן קדש חילולים.

א. און פון די גמרא מגילה י״ז זאגט ער איז יא משמע אז משיח קומט קודם.
ב. כ׳האב נאך נישט געטראפן די זוהר וואס שרייבט אזוי, אפשר ביסטו עס מעתיק?(נישט אז ס׳טוישט עפעס, נאר ס׳איז מיר א פלא ווי די זעסט עס)
ג. די פלא איז זייער גרויס, וויאזוי ווען איך ברענג א רמב״ם, ברענגסטו א ערוך לנר, וואס איז בכלל נישט קיין הלכה ספר.
ד. עטץ זענטס דאך אלס ביזי אז מ׳קען נישט פסקנן פון הגדתא?... נו, דאס איז דאך ריין הגדתא?..,

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:33 pm

· #225495
איר ווילט רמב"ם'ס? נאט אייך א רמב"ם (פי"ב ממלכים):
א אל יעלה על הלב שבימות המשיח, ייבטל דבר ממנהגו של עולם, או יהיה שם חידוש במעשה בראשית; אלא עולם כמנהגו הולך. וזה שנאמר בישעיה "וגר זאב עם כבש, ונמר עם גדי ירבץ" (ישעיהו יא,ו), משל וחידה. עניין הדבר--שיהיו ישראל יושבין לבטח עם רשעי העולם, המשולים בזאב ונמר: שנאמר "זאב ערבות ישודדם--נמר שוקד על עריהם" (ירמיהו ה,ו). ויחזרו כולם לדת האמת, ולא יגזולו ולא ישחיתו, אלא יאכלו דבר המותר בנחת כישראל, שנאמר "ואריה, כבקר יאכל תבן" (ישעיהו יא,ז; ישעיהו סה,כה).

ב וכן כל כיוצא באלו הדברים הכתובין בעניין המשיח, משלים הם; ובימות המלך המשיח ייוודע לכול לאיזה דבר היו משל, ומה עניין רמוז בהן. [ב] אמרו חכמים, אין בין העולם הזה לימות המשיח, אלא שיעבוד מלכייות בלבד.

הלכה ב' אויף אידיש: אלע פסוקים וואס שטייען אין די תורה אין דעם ענין פון משיח זענען משלים, און ווען משיח וועט קומען וועט מען וויסן וואס די משלים זענען און וועלכע ענינים זענען מרומז אין דעם. אונזערע חכמים האבן געזאגט, עס וועט נישט זיין קיין שום חילוק צווישן יעצט און ביאת המשיח, אויסער אז מען וועט נישט זיין אונטערטעניג פאר די גויים.

איין תנאי וואס איז נאכנישט מקויים געווארן איז אז "יחזרו כולם לדת האמת", כאטש מען קען זאגן אז די בעל תשובה באוועגונג איז געווען כאטש א מעין דערפון.

קדש הילולים » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:47 pm

· #225497
יאיר

איך פארשטיי נישט די תשובה. דו האסט גע'טענה'ט אז די סיבה פון וואו דו ווייסט אז די איצטיגע מדינה איז נישט די גאולה, איז וויבאלד זייערע פירער זענען פריי און עס איז נישטא קיין שלום. פרעג איך דיר א היפאטעטישע שאלה, לו יצוייר די צוויי פראבלעם גייען אוועק, וועסטו אנערקענען אז דאס איז יא א גאולה. ענטפערסטו מיר א מאדנע תשובה איבער בלומבערג נייעס און אדעלסאן'ס קאסינא. רבונו של עולם, וואו קומט דאס דא אריין? מה ענין מדינה אצל קאסינא?
ועוד, על צד אז נישט קיין חילוק ווי כשר די מדינה איז וועט עס נאכאלס נישט זיין גוט, וואס ערווארטסטו וועט די עווענטועלע גאולה זיין? ווי אזוי וועט מען וויסן אויב משיח בן דוד איז נישט א טריפהנ'ער קוק'ניק וואס איז עובר אויף די שלש שבועות?
(אגב, פון חז"ל איז דוקא משמע אז די פעלקער וועלן נישט פרידליך לאזן די אידן האבן אן אייגענע מדינה, נאר עס וועט גיין מיט כח, וכמש"כ הרמב"ם "ורודה את העמים". אבער דאס איז א באזונדערע שמועס. קודם לאמיר וויסן וואו איך שטיי מיט דיר.)

איך האב דיר שוין אויבן געפרעגט, וואס ביסטו אזוי זיכער אז די וועסט יא וויסן ווען ס׳וועט זיין די ריכטיגע גאולה? ווייסטו נישט אז ס׳זענען שוין געווין משיחי שקר ביי כלל ישראל? ביי שבתי צבי וואלטסטו למשל געוויסט?!

די רמב״ם זאגט אונז פאר וויאזוי דער משיח וועט אויסקוקען. און אזוי וועלן מיר וויסן!

די שאלה איז נאר אויף דיר וחבריך, וואס האבן נעבעך כפירה אין קאפ, אז די רשעים ארורים קענען זיין א גאולה פארן כלל ישראל, וויאזוי וועט איר רעאגירן ווען ס׳וועט קומען אן עני ורוכב על חמור, און וועט מחזיר בתשובה זיין אלע יודן, און אלע אפיקורסים ומחטיאי הרבים וועט ער מדחי זיין בשתי ידים, וויאזוי וועט איר קענען גלייבן אין אזא משיח??.... ס׳הייסט, ער איז דאך א ״כופר״ אין די ״גאולה״.....

וואס די שרייבסט פונעם רמב״ם וועגן די אומות, וויל איך מעתיק זיין די רמב״ם וואס כ׳האב שוין אויבן מעתיק געווען ווי ער רעדט פון ביטל שעובד מלכיות.

אמנם ימות המשיח הוא זמן שתשוב המלכות לישראל ויחזרו לארץ ישראל, ויהי אותו המלך גדול מאוד, ובית מלכותו בציון יגדל שמו וזכרו יהיה מלא הגויים יותר מן המלך שלמה, וישלימו אתו כל האומות ויעבדוהו כל הארצות לצדקו הגדול ולנפלאות שיהא על ידו. וכל מי שיקום עליו, יאבדהו השם יתעלה וימסור אותו בידו. וכל פסוקי המקרא מעידים על הצלחתו והצלחתנו עמו.
ולא ישתנה במציאות שום דבר ממה שהוא עתה, אלא שהמלכות תחזור לישראל, וזהו לשון החכמים (ברכות לד.) "אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שעבוד מלכיות בלבד". ויהיו בימיו עשירים ואביונים, גיבורים וחלשים כנגד זולתם.

קדש הילולים » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:49 pm

· #225499
יאיר
איר ווילט רמב"ם'ס? נאט אייך א רמב"ם (פי"ב ממלכים):
א אל יעלה על הלב שבימות המשיח, ייבטל דבר ממנהגו של עולם, או יהיה שם חידוש במעשה בראשית; אלא עולם כמנהגו הולך. וזה שנאמר בישעיה "וגר זאב עם כבש, ונמר עם גדי ירבץ" (ישעיהו יא,ו), משל וחידה. עניין הדבר--שיהיו ישראל יושבין לבטח עם רשעי העולם, המשולים בזאב ונמר: שנאמר "זאב ערבות ישודדם--נמר שוקד על עריהם" (ירמיהו ה,ו). ויחזרו כולם לדת האמת, ולא יגזולו ולא ישחיתו, אלא יאכלו דבר המותר בנחת כישראל, שנאמר "ואריה, כבקר יאכל תבן" (ישעיהו יא,ז; ישעיהו סה,כה).

ב וכן כל כיוצא באלו הדברים הכתובין בעניין המשיח, משלים הם; ובימות המלך המשיח ייוודע לכול לאיזה דבר היו משל, ומה עניין רמוז בהן. [ב] אמרו חכמים, אין בין העולם הזה לימות המשיח, אלא שיעבוד מלכייות בלבד.

הלכה ב' אויף אידיש: אלע פסוקים וואס שטייען אין די תורה אין דעם ענין פון משיח זענען משלים, און ווען משיח וועט קומען וועט מען וויסן וואס די משלים זענען און וועלכע ענינים זענען מרומז אין דעם. אונזערע חכמים האבן געזאגט, עס וועט נישט זיין קיין שום חילוק צווישן יעצט און ביאת המשיח, אויסער אז מען וועט נישט זיין אונטערטעניג פאר די גויים.

איין תנאי וואס איז נאכנישט מקויים געווארן איז אז "יחזרו כולם לדת האמת", כאטש מען קען זאגן אז די בעל תשובה באוועגונג איז געווען כאטש א מעין דערפון.

אבער משיח איז נאך אלץ נישט געקומען...

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:57 pm

· #225503
זאג נאר, די גמרא איז נישט באגלייבט ביי דיר?..
קדש הילולים

בן דוד עבדיך יבא ויגאלינו
קדש הילולים

אונזער יעצטיגע גאולה וועט זיין דורך משיח...
בן דוד עבדיך יבא ויגאלינו...
קדש הילולים

היוצא לנו מכל זה, אז צי זאגן אז די מדינה איז א גאולה, איז א פשוטע כפירה, און טעות. ווער ס׳קיקט אריין אין די אלע ראשונים, אחרונים, וועליכע רעדן פון גלות וגאולה, זעט און פארשטייט גראד אז ס׳איז בכלל נישט שייך אפילו אזוי צי זאגן, אויסער אויב מ׳גלייבט נישט אין די ווערטער פון די תורה, אזויווי די רשעים ואפקורסים די ציונים ימ״ש.
קדש הילולים

און טאקע פון גלות איז נישטא קיין הו״א אז ס׳איז שייך גאולה אן משיח.
קדש הילולים

כ׳האב נאר געוואלט ווייזן אז די ווארפסט סתם זאמד אין די אויגן מיטן ברענגען האלבע רמב״ם׳ס און האלבע ערוך לנר׳ס....
ברעגסט א ראי׳ ברענג עס בשלימות. אויב אין די ראי׳ זעלבס זאגט ער ווערטער קלאר נגד דיין מסקנא, לאז עס נישט אויס...
דיין אויספיר וואס די האסט געשריבן אינטערגעליינט ״הרי שקיבוץ גליות קודם לביאת דוד״, איז קלאר א זיוף און זיינע ווערטער, ווי מ׳זעט עס אין די ווייטערדיגע שורות. (אין די תורה שטייט אויך ועבדתם אלהים אחרים...).די מסקנא וואס דיקומסט איצט ארויס אין דיין יעצטיגע תגובה, איז אז מ׳ווייסט נישט!!
קדש הילולים

איין קליינע זאך וואס איז מיר נאר שווער, פארוואס די קענסט פסקנן פון א הגדתא גמרא אנטקעגן א רמב״ם? מילא די סאטמארע יודן זיי מיינען דאך אז מ׳פסקנט הגדתא׳ס... אבער די???!!... די ווייסט דאך יא אז מ׳פסקנט נישט פון הגדתא????.....)
קדש הילולים

די פלא איז זייער גרויס, וויאזוי ווען איך ברענג א רמב״ם, ברענגסטו א ערוך לנר, וואס איז בכלל נישט קיין הלכה ספר.
ד. עטץ זענטס דאך אלס ביזי אז מ׳קען נישט פסקנן פון הגדתא?... נו, דאס איז דאך ריין הגדתא?..,
קדש הילולים

ב"ה מ'האלט שוין דא, נאך אזויפיל תגובות ווי ער באשולדיגט ווער עס האלט פארקערט ווי אים מיט כפירה, איז ענדליך דא א שטיקל הודאה אז "מ'ווייסט נישט!!" די גמרא זאגט אזוי די זוהר זאגט פארקערט רמב"ם זאגט אזוי רש"י זאגט פארקערט.

אלזא די פלא איז טאקע אויף די וואס באשולדיגן אנדערע אין כפירה פארן האלטן אנדערש אינעם סדר הדברים פון גאולה נאכן אראפברענגן איינזייטיגע מאמרים אויף זייער זייט, ווען אין פאקט איז פונקט אזוי דא פארקערטע מאמרים.

די וואס זעען די פאקטן אויפן פראנט און פאסן צו מדרשים וואס ענדלן צום אקטועלן מצב, אויף זיי איז נישט פארהאן קיין פלא, ווייל מיר קענען טאקע נישט וויסן ווער איז גערעכט ביז ס'פאסירט טאקע אין ווירקליכקייט.

קדש הילולים » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 3:20 pm

· #225509
ענדליך איז ער שוין מודה אז די ״פאקטן״ זענען נאך נישט פארוויקליכט געווארן!!!!

אגב, ווי האב איך ״מודה״ געווען אז מ׳ווייסט נישט? כ׳האב ציטירט פון די ס״ה פון ליטוואק.

ניין, עס קען נישט זיין קיין גאולה אן משיח, אזוי זאגט די רמב״ם.
קיין איין גמרא איז נישט סותר דאס.
קיין איין רש״י אויך נישט.

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 3:48 pm

· #225518
קדש.. איי לאוו יאא...

קדש הילולים » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:51 pm

· #225530
היימישער ליטוואק
קדש הילולים
היימישער ליטוואק
@קדש הילולים
איז א חמור, און אפשר גאר א ווייסע דווקא, אויך מעכב אדער דו ביסט מסכים אז עס קען זיין א כשרע גאולה אפילו אן דעם חמור, און דאס איז בגדר מליצה בעלמא?
איז דא נאך זאכן וועלכע דו ביסט גרייט אנצוענעמן אז זיי זענן בדרך מליצה אדער ווייל אזוי האט מען אילוסטרירט בימי חזל וראשונים א גאולה, אבער זיי זענן לאו דווקא מעכב?
@ישראל קאפקע קען אויך ענטפערן.

אין די י״ג עיקרים זענען לכאורה אויך אזוי בדר מליצה(עפ״ל)

סו דו פסקנסט אז איינער וואס גלייבט נישט אז משיח וועט בדווקא קומן אויף א אייזל, נאר אויף א קאר, איז א כופר?
יא אדער ניין?

עס איז נישט נוגע צי אונזער שמועס, אבער כ׳וועל יא ענטפערן.
איינער וואס זאגט אז א זאך וואס שטייט אין גמרא גייט נישט מקויים ווערן, איז א כופר.

היימישער ליטוואק » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 5:12 pm

· #225537

און דאס וואס דער רמב"ם - און אלע ראשונים ואחרונים - שרייבן אז פיל זאכן פון די גמרא איז בדרך משל בעלמא, אדער א רמז אויף אעפס אנדרעש, - דאס אלעס ביסטו מחולק ?

קדש הילולים » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 5:27 pm

· #225542
ניין, אז מ׳פארשטייט פשוט אז די גמרא זאגט א זאך אלס א משל, און מען גלייבט אז די נמשול וועט מקויים ווערן, איז דאך גוט.
לענינינו?! משיח איז נאר א ״משל״?...
אפשר איז ״גאולה״ נאר א משל?...(עפ״ל פאר ביידע).

היימישער ליטוואק » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 9:19 pm

· #225583
עפל מיט האניק...
דער רמב"ם אין פיה"מ שרייבט שוין ווען מווייסט צו עפעס איז א משל אדער נישט. זעט אויס אז די ביסט פון די כת וועלכע ווייסט נישט ווען יא און ווען נישט.
איך פרעג דיר למעשה, אויב איינער זאגט אז משיח "מוז" זיין א עני, ארימערמאן. און ער "מוז" קומען צו רייטן אויף איין אייזל. און דער צווייטער זאגט אפשר יא אפשר נישט, עס מוז נישט בדווקא זיין אזוי. מיט וועלכע שיטה ביסטו נוטה?
אויב מיט די צווייטע, וויל איך דיר פרעגן א FOLLOW UP שאלה.
אבער ערשט צו דיין ענטפער

באשטעטיגט » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 10:16 pm

· #225588
אני מחפש מקור נאמן שמדינת ישראל השמיד אלפי ורבבות יהודים(בעל כורחם)
(אל תביאו ויואל משה)
האם היה חוק בכנסת כזה?
האם היה הפגנת של מליונין נגד דבר זה?
אני פשוט רוצה לידע מתי ומה קרה?

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:37 pm

· #226231
אנאנים: דו פארשטייסט נישט. דו זאגסט עכט אפיקורסות. צו ווייסטו דען נישט אז די ציונים, ימ"ש שר"י, עפ"ל אראנדזז"ש האבן צוזאמען געארבעט מיט די נאציס. גייסטו און דו ברענגסט אזעלכע אפיקור'סישע בילדער ווי כאילו די וואוילע פאלעסטינער און זייער מופטי זענען ח"ו נאציס. רח"ל מהאי דעתא. ס'איז דיעות כוזבות גענימען פון "הרב" קוק שר"י. אינזער חשוב'ער הרב ישראל מ. סופר, המכונה ר' מנשה פליפ-פלאפ שליט"א זאגט טאקע אז מ'טאר נישט קוקן אויף אזעלכע טמא'נע בילדער, ר"ל. אויף דעים האטציך די רבי זי"ע אייביג שטארק מתמרמר געוועין... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

"You can't fight absurdity with logic. Only by being more absurd can you win an absurd argument".
Quote: (A great Jewish philosopher of the 14th. Century.)

באשטעטיגט » זונטאג אקטאבער 5, 2014 12:40 pm

· #227418
הצדיק המקובל האלקי רבי אלעזר אזכרי זצוק"ל תלמידו של האר"י ז"ל ובעל מחבר השיר "ידיד נפש" כתב בספרו (ספר חרדים בפרק נט על מצות ישוב ארץ ישראל): "וצריך כל איש ישראל לחבב את ארץ ישראל ולבא אליה מאפסי ארץ בתשוקה גדולה כבן אל חיק אמו, כי תחילת עווננו שנקבעה לנו בכייה לדורות יען מאסנו בה. רבי אלעזר אזכרי מביא פסוק מספר תהלים (קו) שמסביר את שורש חטא המרגלים במאיסת הארץ. "וַיִּמְאֲסוּ בְּאֶרֶץ חֶמְדָּה לֹא הֶאֱמִינוּ לִדְבָרוֹ: וַיֵּרָגְנוּ בְאָהֳלֵיהֶם לֹא שָׁמְעוּ בְּקוֹל ה'".
מה הפתרון? מסביר רבי אלעזר אזכרי שהפתרון הוא "אהבת הארץ": "ובפדיון נפשנו מהרה יהיה כתיב: "כי רצו עבדיך את אבניה ואת עפרה יחוננו" ובהמשך כתוב "אתה תקום תרחם ציון". ולפיכך היו האמוראים מנשקים עפרותיה ואבניה בבואם אליה. ומה טוב ומה נעים לשיר שיר ידידות אשר יסד ר' יהודה הלוי עליה באהבה רבה, תחילת השירה, "ארץ הקדושה יקרה חמודה וכו'," כן אנו משוררים על ציון רבי יהודה בר אלעאי כל ערב ראש חודש בשמחה רבה ומתחננים לא-ל שאל יגרשנו מעליה".

ספר חרדים - פרק נט - מצות ישוב ארץ ישראל:

וצריך כל איש ישראל לחבב את ארץ ישראל ולבא אליה מאפסי ארץ בתשוקה גדולה כבן אל חיק אמו, כי תחלת עווננו שנקבעה לנו בכיה לדורות יען מאסנו בה שנאמר (תהלים קו, כד) וימאמו בארץ חמדה, ובפדיון נפשנו מהרה יהלה כתיב (שם קב, טו) כי רצו עבדיך את אבניה ואת עפרה יחוננו, ושם נאמר (יד) אתה תקום תרחם ציון, ולפיכך היו האמוראים מנשקים עפרותיה ואבניה בבואם אליה ומה טוב ומה נעים לשיר שיר ידידות אשר יסד ר' יהודה הלוי עליה באהבה רבה.

תחילת השירה, ארץ הקדושה יקרה חמודה וכו', כן אנו משוררים על ציון רבי יהודה בר אלעאי כל ערב ראש חודש בשמחה רבה ומתחננים לאֵל שאל יגרשנו מעליה. גם הקרובים והרחוקים אשר חוצה לה ראוי להם שיהיו נכספים ותאבים אליה, כי כשם שבחר בהם כך בחר בארץ ישראל ויחד אותה להם ואין נקראין גוי אחד אלא עמה שכך פירש רשב"י על מקרא שכתוב ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ.

ומצינו במדרש שהקדוש ברוך הוא אמר לאברהם אבינו פעם ראשונה שילך לארץ ישראל ויראנה ויחזור, ואחר שחזר לא נתן לו רשות לחזור ללכת לארץ ישראל עד חמש שנים ואותן חמש שנים היה משתוקק לחזור ללכת והוא אמר זה הפסוק (שם נה, ז) מי יתן לי אבר כיונה אעופה ואשכונה הנה ארחיק נדוד אלין במדבר סלה.

מוטב ללון במדברות של ארץ ישראל ולא ללון בפלטריות של חוצה לארץ, והיה תאב, ומשהורשה, כתיב וילך אברם כאשר דבר אליו ה', וקודם בואו אל הארץ לא היה משתוקק אבל אחר שבא שמה פעם ראשונה וראה במראה הנבואה יקר תפארת קדושת הארץ, אז נכסוף נכסף, וממנו נלמד לדורות אנחנו יוצאי חלציו להיות נכספים כמוהו אף על פי שיושביה בצער, על מנת כך נהיה שמחין ביסורין:

וזהו טעם סמיכת פרשת עמלק וביאת ארץ ישראל בפרשת כי תבא, כמו שאמרו ז"ל ג' מתנות נתן הקדוש ברוך הוא לישראל ולא נתנן אלא על ידי יסורין, ואלו הן תורה וארץ ישראל ועולם הבא,וכי היכי דבביאה ראשונה בא עמלק הכא נמי בקיבוץ גליות כשרוצים לבא לארץ ישראל עמלק מזדמן להם בדרך וכאשר עינינו רואות היום תמיד, ירא ה' וישפוט:

יונה » דינסטאג מאי 12, 2015 7:35 pm

· #274560
אייניקעל

דער חתם סופר זאגט ענדליך אז דער רמב"ם האט גערעכנט ביאת המשיח פון די עקרי אמונה נישט ווייל עס איז א עיקר נאר ווייל ער האט געוואלט מחזק זיין דאס פאלק אז מ'זאל זיך נישט מייאש זיין פון די ישועה

וואלט איר אפשר געקענט אנצייכענען ווי דער חתם סופר איז ?

א דאנק א שיינע

פאר הדור » דינסטאג יוני 16, 2015 10:58 am

· #282971
אנטי ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!!!!!!
גדולי עולם רבים תמכו ברעיון הציוני מראשית הציונות וגם שנים רבות לאחר קום המדינה, ואלו ואלו דברי אלוקים חיים:
<a class="postlink" href="http://maranharavkook.blogspot.co.il/2015/02/blog-post_22.html">http://maranharavkook.blogspot.co.il/20 ... st_22.html</a>

ההשקפה הדתית-לאומית נשענת על יסודות איתנים במקורותינו לא פחות מכל השקפה חרדית והעובדה שגדולי עולם לא מעטים תמכו בה היא עצמה מראה זאת: <a class="postlink" href="http://maranharavkook.blogspot.co.il/2015/02/blog-post_50.html">http://maranharavkook.blogspot.co.il/20 ... st_50.html</a>

מה שנכון לרעיון הציוני נכון גם למשנת הראי"ה ואף ממתנגדי הציונות היו שתמכו במשנת הראי"ה: <a class="postlink" href="http://maranharavkook.blogspot.co.il/2015/02/blog-post_53.html">http://maranharavkook.blogspot.co.il/20 ... st_53.html</a>

ובקשר לראי"ה באופן אישי, רק האנטי ציוניים הקיצונים ביותר זלזלו בו, וכל גדולי היהדות החרדית שהכירוהו מקרוב התייחסו אליו כאדם גדול ביותר: <a class="postlink" href="http://maranharavkook.blogspot.co.il/2015/02/blog-post.html">http://maranharavkook.blogspot.co.il/20 ... -post.html</a>
חלק נכבד מהדברים המופיעים כאן מופיעים בסריקת המסמכים והמכתבים המקוריים בקישור הבא בקובץ המצורף השני בתגובה השנייה: <a class="postlink" href="http://forums.shoresh.org.il/Room.aspx?ForumID=19&SID=4016">http://forums.shoresh.org.il/Room.aspx? ... 9&SID=4016</a>

גם בעניין שלוש השבועות בזמננו, הדעה של קיצונים כמו פותח האשכול רחוק מלשקף את אמתה של תורה: <a class="postlink" href="http://maranharavkook.blogspot.co.il/2015/02/blog-post_29.html">http://maranharavkook.blogspot.co.il/20 ... st_29.html</a>

וכך גם בעניין היתר המכירה: <a class="postlink" href="http://maranharavkook.blogspot.co.il/2015/02/blog-post_67.html">http://maranharavkook.blogspot.co.il/20 ... st_67.html</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 16, 2015 11:30 am

· #282982
דער יונגערמאן איז שוין צוריק!

אייניקעל » דינסטאג יוני 16, 2015 11:43 am

· #282985
יונה
אייניקעל

דער חתם סופר זאגט ענדליך אז דער רמב"ם האט גערעכנט ביאת המשיח פון די עקרי אמונה נישט ווייל עס איז א עיקר נאר ווייל ער האט געוואלט מחזק זיין דאס פאלק אז מ'זאל זיך נישט מייאש זיין פון די ישועה

וואלט איר אפשר געקענט אנצייכענען ווי דער חתם סופר איז ?

א דאנק א שיינע

שו"ת חת"ם סופר חלק יורה דעה סימן שנ"ו
"ועל כל פנים הגאולה וביאת המשיח איננה עיקר אבל מי שאינו מודה בו כופר בעיקר של האמנת התורה ודברי הנביאים"

קאך_לעפל » דינסטאג יוני 16, 2015 12:52 pm

· #283011
פאר הדור
גדולי עולם רבים תמכו ברעיון הציוני מראשית הציונות וגם שנים רבות לאחר קום המדינה, ואלו ואלו דברי אלוקים חיים:
<a class="postlink" href="http://maranharavkook.blogspot.co.il/2015/02/blog-post_22.html">http://maranharavkook.blogspot.co.il/20 ... st_22.html</a>

ההשקפה הדתית-לאומית נשענת על יסודות איתנים במקורותינו לא פחות מכל השקפה חרדית והעובדה שגדולי עולם לא מעטים תמכו בה היא עצמה מראה זאת: <a class="postlink" href="http://maranharavkook.blogspot.co.il/2015/02/blog-post_50.html">http://maranharavkook.blogspot.co.il/20 ... st_50.html</a>

מה שנכון לרעיון הציוני נכון גם למשנת הראי"ה ואף ממתנגדי הציונות היו שתמכו במשנת הראי"ה: <a class="postlink" href="http://maranharavkook.blogspot.co.il/2015/02/blog-post_53.html">http://maranharavkook.blogspot.co.il/20 ... st_53.html</a>

ובקשר לראי"ה באופן אישי, רק האנטי ציוניים הקיצונים ביותר זלזלו בו, וכל גדולי היהדות החרדית שהכירוהו מקרוב התייחסו אליו כאדם גדול ביותר: <a class="postlink" href="http://maranharavkook.blogspot.co.il/2015/02/blog-post.html">http://maranharavkook.blogspot.co.il/20 ... -post.html</a>
חלק נכבד מהדברים המופיעים כאן מופיעים בסריקת המסמכים והמכתבים המקוריים בקישור הבא בקובץ המצורף השני בתגובה השנייה: <a class="postlink" href="http://forums.shoresh.org.il/Room.aspx?ForumID=19&SID=4016">http://forums.shoresh.org.il/Room.aspx? ... 9&SID=4016</a>

גם בעניין שלוש השבועות בזמננו, הדעה של קיצונים כמו פותח האשכול רחוק מלשקף את אמתה של תורה: <a class="postlink" href="http://maranharavkook.blogspot.co.il/2015/02/blog-post_29.html">http://maranharavkook.blogspot.co.il/20 ... st_29.html</a>

וכך גם בעניין היתר המכירה: <a class="postlink" href="http://maranharavkook.blogspot.co.il/2015/02/blog-post_67.html">http://maranharavkook.blogspot.co.il/20 ... st_67.html</a>

שיינקייט דאס איז נישט גענוג.. די האסט נאך עפעס לינקס וואס די קענסט אהערברענגען? אז דער עולם זאל איינמאל פאר אלעמאל וויסען דעם אמת...

בן אדם » דינסטאג יוני 16, 2015 1:02 pm

· #283013
ער קען נישט קיין אידיש. ער פארשטייט נאר איין שפראך, וזהו.

גראף » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 4:57 pm

· #359036
Re: ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!
📎 Screenshot_2017-01-05-16-56-08.png

פוי!!

ניקולייעב » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 5:02 pm

· #359038
נאר וועגן דעם דארף מען אסר'ן די אינטערנעט

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 5:07 pm

· #359041
דאס איז דיין ערשטע תגובה?!
יחי המלך!

איך מיין גארנישט. וועלקאם צום שטיבעל און זייט אונז מהנה

ניקולייעב » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 5:55 pm

· #359047
ערגעץ וואו דארף מען אנהייבן

איש את רעהו » זונטאג פעברואר 26, 2017 8:14 pm

· #363961
אין לשון יידיש
בן גוריון ימש"ו פרעדיגט אין אידיש

בן אדם » זונטאג פעברואר 26, 2017 8:24 pm

· #363965
מ'טאר נישט שרייבן אויף עם 'יוד מעם שיען ואוו', מעק עס שוין אויס פאר די נשמה וועט ח"ו נקמה נעמען אין (דעם גוי).

איש את רעהו » זונטאג פעברואר 26, 2017 8:42 pm

· #363966
גדו"י האבן דעס באטיטעלט אויף בן גוריון'ען.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 26, 2017 8:48 pm

· #363967
נעמען ביטע

איש את רעהו » זונטאג פעברואר 26, 2017 10:32 pm

· #363972
ליטוואק פון בודאפעסט
נעמען ביטע
א ליטוואק זאל פאדערן נעמען אויף צו שעלטן א צווייטן דאס איז נייעס

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 27, 2017 2:52 am

· #363997
בקיצור ביסטו מודה אז קיין גדול בישראל האט איהם נישט אזוי בא'טיטל'ט. אפשר נעמסטו עס אראפ

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 27, 2017 2:58 am

· #363998
די גירסא דינקותא לאזט איהם נישט...!
דו ווילסט איך זאלל דיר געבן די גאנצע רשימה?!. 2 בלעטער קאווע שטיבל וועט נישט גענוג זיין פאר דעם... 🙄 😈

היסטאריקער » מאנטאג פעברואר 27, 2017 5:09 pm

· #364048
איש את רעהו
גדו"י האבן דעס באטיטעלט אויף בן גוריון'ען.

ביקש רבן גמליאל לתקן את ברכת המינים, ושמואל הקטן נבחר לתקן את הברכה

וְלַמַּלְשִׁינִים אַל תְּהִי תִקְוָה, וְכָל הַמִּינִים כְּרֶגַע יֹאבֵדוּ, וְכָל אוֹיְבֵי עַמְּךָ מְהֵרָה יִכַּרֵתוּ, וְהַזֵּדִים מְהֵרָה תְעַקֵּר וּתְשַׁבֵּר וּתְמַגֵּר וּתְכַלֵּם וְתַשְׁפִּילֵם וְתַכְנִיעֵם בִּמְהֵרָה בְיָמֵינוּ

איש את רעהו » מאנטאג פעברואר 27, 2017 8:00 pm

· #364055
ליטוואק פון בודאפעסט
בקיצור ביסטו מודה אז קיין גדול בישראל האט איהם נישט אזוי באטיטל׳ט. אפשר נעמסטו עס אראפ

ווי האסטי געזען אזא הודאה
בסך הכל איז עס גרויסע נייעס צו זעהן וואס די פארלאנגסט.

פונקטליך צו דורכגיין די ליסטע מיט א ליטוואק ווער עס איז יא א גדול און ווער נישט קען נעמען אזא 5-6 בלעטער אין א באזינדערע אשכול
איך דארף ענדיגן עטלכיע זאכן אין די ארבעט און נאך עטליכע בלעטער גפ"ת אפשר וועליך האבן אין א 3 וואכן ארום צייט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8