פלאוויוס
טייערער קודש הילולים, איך האב געשריבן אז מ'דארף ווארטן צו זען וויאזוי ס'קאכט זיך אויס. איך האב נישט געשריבן אז אלע נבואות זענען שוין פארווירקליכט געווארן, אבער ס'איז זייער יתכן אז מיר זענען אויפ'ן וועג אהין. ס'הייסט אזוי: די פראגע פון גלות און גאולה איז היבש געוואנדן אין פאקטן, און אויב מיר זעען אז די נבואה פון "עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול ששון וקול שמחה" איז פארווירקליכט געווארן פאר אונזערע אויגן, איז דאס אליין שוין א דערגרייכונג אויף וואס מ'קען אזש לאזן טרערן פון באגייסטערונג. יא יא, צוויי טויזנט יאר וואס מיר ווארטן שוין אויף דעם! איז דאס גענוג? ניין, מיר האפן אויף אן אוניווערסאלן שלום, מיר האפן אויף א בית המקדש, א.א.וו. אבער ווייניגסטנס האבן מיר באקומען דאס דערמאנטע ערהאבענע בילד, אויף וועלכן מ'קען נישט גענוג צו זיך קומען ווען מ'נעמט אין באטראכט דאס אומגלויבליכע (און נאכאמאל, דאס איז נישט קיין פראגע פון השקפה, דאס איז דאך דער מציאות פאר אונזערע אויגן).
וואס שייך אלע אנדערע טענות, אז די מדינה וויל אויסרייסן אמונה, א.א.וו. קען איך נישט מער ווי דיר פארשלאגן זיך אויפצואוועקן פונעם חלום. ס'איז מיר נישט קלאר וועגן וועלכער מדינה דו רעדסט, אבער מדינת ישראל איז בפירוש נישט פאסיג צו די קריטעריעס וואס דו האסט ארויסגעלייגט פאר דער מדינה. איך שטעל מיר פאר אז דו ביסט שטעקן געבליבן אין היסטאריע, צו דער צייט ווען די מפא"י האט דאמינירט די ישראל'ישע פאליטיק אין די בראשית יארן פון דער מדינה. ובכן, איז וויכטיג זאלסט וויסן אז די מדינה ווערט אלץ פרומער מיט יעדן יאר וואס גייט פארביי (צומאל אין באזארגנדע אופנים, וואס דאס איז שוין א שמועס פאר זיך), און אין סך הכל איז נישטא קיין מקום אויף דער וועלט וואו אידישקייט בליט אזוי ווי אינעם אידישן לאנד. מ'האט זיך דערלעבט! ברוך השם.
דאס וואס מיר האבן דערווייל איז נישט נעבעכדיג אין מיינע אויגן, נאר ס'איז א בחינה פון א נס, כאטש איך ווארט אודאי אויף דער גאולה שלימה, צוזאמען מיט די מיליאנען אידישע בירגער פונעם אידישן לאנד. דאס וואס מיר האבן יעצט, איז א זאך וואס מ'האט נאר געקענט חלומ'ען דערוועגן במשך די גרויזאמע יארן פונעם היטלער-חורבן, און יעדער איד וואלט אווועקגעגעבן כל אשר לו בעד פיסת קרקע, אין דער צייט וואס די שונאים האבן געטון מיט אידן וואס זיי האבן געוואלט. ס'איז אומגלויבליך צו זען וואס מיר האבן יעצט, און ווען איך טרעט אראפ פונעם עראפלאן אין ארץ-ישראל און איך דערזע מיך פאר דעם וואונדערליכן מציאות רייסט זיך פון מיר ארויס א געשריי און געזאנג צום אידישן גאט, וואס האט אונזער פאלק דערפירט צו אזא וואונדערליכער צייט. גליקליך איז דער איד וואס לעבט אין אזא תקופה, און נאריש איז דער איד וואס לאזט נישט אלעס איבער און ער לויפט אהין וואוינען כדי צו זיין א טייל פון דער היסטארישער ערפארונג.
זאגסט אזוי, לשיטתך האלט מען יעצט ״אויפן וועג״ פון די גאולה...
כלל ישראל איז שוין באלד 2000 יאר אויפן וועג צי דער גאולה שלימה, יעצט קומסטו מיר ״בארואיגן״ אז מיר האלטן שוין ב״ה אויפן וועג!
שרייבסט אז די גאולה און נישט גאולה איז תלוי אין פאקטן...
יא עס איז טאקע תלוי אין פאקטן...
מיר אלע ווייסן פון קינדווייז אן, אז ווען עס וועט זיין די גאולה שלימה, וועט בטל ווערן שעבוד מלכיות, ס׳וועט נישט זיין קיין יצר הרע, די גאולה וואס כלל ישראל ווארט שוין אזויפיל יארן קען נאר זיין בעת אשר יעלה רצון מאת הבורא, די גאולה וואס מיר ווארטן איז אז ס׳זאל זיין ישמחו השמים ותגל הארץ, ס׳זאל זיין יכירו וידעו כל יושבי תבל אז ס׳איז דא איין איינציגער באשעפער. בקיצור ס׳וועט זיין א צווייטע וועלט. אן דאס איז נישטא קיין גאולה. ווער ס׳זאגט אנדערש איז א כופר בתורת משה.
דאס זענען די ״פאקטן״ פון די גאולה אויף וואס מיר יודן ווארטן שוין באלד צויי טויזענט יאר.
דערווייל זעען מיר נאך נישט קיין רמז רמיזה פון אט די אלע זאכן...
וואס מ׳זעה מיר יא, איז א כנופיא פון אפקורסים גמורים(וואס עפ״י די אנשי כנסת הגדולה דארף מען זיי יעדן טאג 3 מאל שעלטן) וועליכע האבן פורק געווען עול הגלות, און שרייען אז זיי דארפן נישט קיין גאולה דורך משיח בכלל. דאס איז וואס מיר זעען...
לדעתך אז מ׳האמיר שוין די גאולה, עס איז שוין מקויים געווארן (כלומרשט) די פסוק עוד ישמע וגו׳,ווארטן מיר טאקע נאר נאך אז ס׳זאל ווערן שלום, און נאך אויף עפעס א בית המקדש??!!... ס׳טייטש אז אויב ס׳וועט עפעס געשען אז די אראבער וועלן מחלט זיין שלום צי מאכן, און ביבי נתניהו וועט אויך מחלט זיין אז ער וועט בויען א בית המקדש וועט שוין אלעס זיין מסודר??!!... דאס וועט טאקע לויט דיר זיין די ענדגילטיגער גאולה?...
ניין, ביסט דאך אויך מודה אז ס׳דארף זיין א השראת השכינה, א ביאת המשיח, א תחיית המתים, אז ס׳זאל זיין א גאולה. נו, וואס מאכסטו זיך נעריש? ס׳איז אויפן ״וועג״,
כאילו השי״ת קען נישט אין איין סעקונדע איבערדרייען די וועלט,
כאילו יעצט איז בכלל עפעס אן התחלתא דגאולה- א וויץ וואס האט שוין לאנג אויסגעוועפט...
די פרעגסט פון וועליכע מדינה איך רעד וואס רייסט אויס אמונה...
יא איך רעד פון די מדינה וואס רופט זיך ״מדינת ישראל״.
איך ווייס נישט פון וועליכע מדינה די רעדסט, עפעס א מדינה וועליכע ווערט פרומער פון יאר צי יאר...
איך רעד פון א מדינה וועליכע איז גוזר גזירות אויף יודישע קינדער,(און טאקע אין יאר תשע״ד...) אויף חינוך, אויף מיליטער, אויף התבוללות, און אויף וואס נישט?
נו, פון וועליכע מדינה רעדסטו?...