רבי אהרן מ'סאטמאר שליט''א טרעט ארויס שארף קעגן די מזרחי
386 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6717
רבי אהרן מ'סאטמאר שליט''א טרעט ארויס שארף קעגן די מזרחי
רבי אהרן ט''ב מ'סאטמאר האט היינט מספיד געווען אין זיין ישיבה די בחורים הי''ד, און פארגעהאלטען די עלטערן ווער האט ענק מתיר געווען צו וואוינען אין א מקום סכנה??? און זיי אויפגעפאדערט צו זאגען ווידוי און קלאפען על חטא אויף זייער וואוינען און שיקען לערנען ביי די התנחליות.
די חסידים זיינע זאגען אז די שארפער אטאקע קומט אין ליכט פינעם צושטאכענער אראבער וואס מען האט אפגעפינען, און עס הערשט א חשש סכנה פאר יודען אומעטום אויס זארג פון די אראבישע נקמות.
שארף!!
#סאטמאר רבי בתקפו.
ד
דער ברודער קען אויך רעדן און ער זאל רעדן
ווי האט דער רבי געזאגט ביי די דרשה "שוין צוויי טויזענט יאר זענען מיר פון די נרצחים נישט פון די רוצחים"
שוין ווידער
יעדע רבי גייט טרייען ארויס צי נעמען פון די טראגעדיע די מערסטע וואס ער קען
יעדער אויף זיין סטייל אוון דרך בעבודת השם
ער קימט יעצט שפילען "קנאי" לאפוקי דער ברידער נישט און איך יא........
😂 😂 😂
פוי. ער איז אויסגעלאפן פון מצות? אדער מוז ער קאמפיטען מיט ר' מנשה?
ישמעאל באטראכט כאילו די הערסט עס פין סתם א וואוילער איד, אגב די בני ישמעאל ברויכען יעצט הנאה האבען פון אזא רעדע 😃
סתם א וואילער איד זאגט עס אן נגיעות. די פאלשע סאטמארע רבי'ס זאלן שווייגן און זיך פירן ווייטער זייערע פארטייען מיט זייערע דףהיומי'ס. קיינער איז נישט אינטערעסירט אין זייערע בי עס
אדמורים שליטא מכל המינים, ביי אונז האט מען זיך געפירט אז מ'טרעט נישט אויף א קבר אלץ כבוד המת.
עפל סיידעררבי אהרן ט''ב מ'סאטמאר האט היינט מספיד געווען די בחורים הי''ד, און פארגעהאלטען די עלטערן ווער האט ענק מתיר געווען צו וואוינען אין א מקום סכנה???
שארף!!
#סאטמאר רבי בתקפו.
🙄 😂 😂 😂 😂 😂
דאס איז א גוטס!! א טייטעלבוים מיט'ן שטאלצקייט ווי נאריש ער קאן רעדן אסאך מאהל, אבער דא גיב איך אים קרעדיט.
ווער האט ענק מתיר געווען צו וואוינען אין א מקום סכנה?
צו פארוואס לייגט עטס ענק און ענקערע קינדער אריין אין לייבן גרוב מאכט שוין נישט אויס. אלץ
סאטמארער [i]רעבע[/i] און אלץ א תורה/צדיק פיגור דארף דארף ער דאך רעדן פון איסור/היתר. מוזטס מודה זיין ער פרעגט גוט און איך געב אים גערעכט! בראוואו רעבאהרן!
לכאורה, מנחם שטארק הי״ד האט אויך געוואוינט אין א מקום סכנה. כ׳מיין, קודם כל, בעפאר מ׳דעבאטירט זייער וואוין פלאץ, האט דאס דאך קיין שייכות. בחורים וועלכע זענען געגאנגען היטש-הייקינג. טאקע געטראפן דעם פאסיגן וועג מספיד צו זיין. בקיצור, ס׳איז אים געלונגען, ער איז ווייטער אויף דער אינטערנאצינאלער ארענע.
א לינק צו די דברות קודש
<a class="postlink" href="http://www.bechatsrossatmar.com/Audio/DK-EY-Tamiz5774.MP3">http://www.bechatsrossatmar.com/Audio/D ... iz5774.MP3</a>
די בלוט קאכט נאך, די טרערן זענען נאך הייס, אבער דער מטורף האט ב"ה געטראפן א וועג צו שטיפן זיין אגענדע. קודאס צום סאטמארער רב! אייער שכל הישר און אידיש הארץ איז צום באוואונדערן!
א לינק צו די דברות טמיאות
<a class="postlink" href="http://www.bechatsrossatmar.com/Audio/DK-EY-Tamiz5774.MP3">http://www.bechatsrossatmar.com/Audio/D ... iz5774.MP3</a>
אטע יעצט און נאר יעצט איז די צייט אז די טיפשים און מטורפים וואס זענען זיך מיט זייער ארום מסכן, זאלען זיך עטוואס כאפען ביים קאפ צו סטאפען זייערע רייצונגען מיט די אראבער.
יא! די הייליגע ווערטער האבן געטראפן אין ציל, און כאשר אירע ליעקב אירע ליוסף, אזוי ווי נאך די הייליגע נשא תורה האבן זיך חיים ליבערמאן, מיט טמא'נעם פארווערס, אלי וויזעל מיטן אלגעמיינעם געפענט זייערע נקבים נקבים חלילים חלילים, און אנגעהויבן גיסען פון זייער צואה רותחות על ה' ועל משיחו, אקוראשט דאס זעלביגע חזרט זיך אציד איבער, דירך די זייערע גילגילים..... ה' הוא מלכינו .... ולו אנחנו עבדים...... התורה היא חוקותינו.... ובה אנו מאמינים...... בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים - אין אנו מאמינים...... ובחוקותיהם אין אנו מתחשבים - אין אנו מתחשבים......בדרך התורה נלך באש ובמים...... בדרך התורה נלך לקדש שם שמים -אוי - לקדש שם שמים!
טיפש פון טיפישלאנד, אזוי רעדט מען? דער האט נישט קיין שכל
ס'דא אן עת לדבר ועת לשתוק. שטייענדיג אין די ימי שבעה איז זיכער אן עת לשתוק. ובכלל דארף מען זיין מער סענסיטיוו ווען מ'האנדעלט מיט אזא שוידערליכע טראגעדיע.
דריידלס'דא אן עת לדבר ועת לשתוק. שטייענדיג אין די ימי שבעה איז זיכער אן עת לשתוק. ובכלל דארף מען זיין מער סענסיטיוו ווען מ'האנדעלט מיט אזא שוידערליכע טראגעדיע.
נישט ווען די מתנחלים מאכן א מעשה רציחה און די גאנצע וועלט שרייט יעצט קעגן מדינת ישראל
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/369461">http://www.jdn.co.il/news/369461</a>
שכויח ישמעאל פאר'ן ארויפשטעלן דעם לינק. איך האב אויסגעהערט די דרשה און כ'האב געווארט צו הערן די בכיות אזויווי ביים טאטענ'ס לוי'.אבער ווי וואס ווען, מיטאמאל א קרעכץ, נאר איבערגעזאגט די זעלבע זאך זיבן מאל אזויווי זיין טאטע אין די ס' יארן.
שוטה וגס רוח
נקידה למחשבה:
ווען דער רוצח אריאל שרון ימ''ש האט אנגעכאפט די מתנחלים ביי די אויערן, און זיי ארויסגעשלעפט מיט געבראטענע שלעק פון גוש קטיף, אפי' דער ווילדער מיליטאטנט שרון האט שוין אויך פארשטאנען אז מען קען נישט מער אזוי פול זיך רייצן מיט די אראבער, זיי זענען פארט מענטשען, און א מענטש נאך דערצו א ווילדער אראבער ווען מען רעגט אים אויף, קען מען נישט ערווארטן אז ער זאל זיך לאזען שפייען אין די קאשע, ער רעאגירט מיט ווילדקייט און רציחה וואו די מציאות האלט זיך און אין איבערצייגען.
וואס איז איצט דער הייליגער סאטמארער רבי שליט''א אנדערש? וואס זאגט ער דען? אז מען זאל נישט טשעפענען די אראבער? מען זאל זיך נישט רייצן מיט זיי? מען זאל זיי נישט טערארזירן? און אוועק נעמען זייערע וואוין פלעצער וואו זיי וואוינען שוין כמעט 1000 יאר? ענקער ווילדער משוגענע פירער שרון האט דאך געטאן די זעלביגע? אפי' ער האט פארשטאנען אז מען קען נישט ווייטער אזוי אנגיין?
הערט אויף טשעפענן מיט די אראבער, נעמט נישט אוועק זייערע וואוין ערטער, באווארפט זיי נישט מיט קיין שטיינער. וועט כלל ישראל נישט דארפן גיין צו אזעלכע ביטערע לוויות!!!!!!!!!
עטליכע הערות
1. ווען מען האט געשאסן אפאר יאר צוריק אין דיירא תימן א פרומען אינגערמאן, איז איינעם אין סאטמאר בייגעפאלן אז ער איז זיך אליין שולדיג, בשעת וואס זיי האבן געוואוינט אין א אמת'ע מקום סכנה ברוחניות ובגשמיות, מען האט שוין דארט אפאר מאל פארדעם פארכאפט מיידלעך, און דעסטוועגן איז זיי נישט בייגעפאלן צו אנטלויפן פון דארט, און די משוגעים זענען דארט געבליבן וואוינען אויף קעסט פון די סאטמערע בהמות. נאכמער נאכדעם וואס זיי האבן שוין יא איינגעזען אז עס איז צרות, האט מען צאמגעשטעלט אין סאטמאר שווערע געלטער פאר זייער הצלה.
פארוואס קומט זיך פאר א יוד וואס וואוינט אין אונזער לאנד און איז מקיים יעדע טאג ישוב ארץ ישראל, א גרעסערן פסק ווי פאר א תימינער בהמה? נניח אז ביידע זענען נישט גערעכט, אבער מאי חזית אז אין תימן האט מען נישט געהערט פון דעם חכם הרזים א פופס?
2. פארוואס רעדט דער רבי אזוי שרעקליך שטייט, עס גייט באמת אויף די נערוון, איז ער נישט געזונט? אדער נעמט אים צייט ארויסצוליינען פון א צעטל?
קאך_לעפל דער הייליגער סאטמארער רבי שליט''א
ווד"פ?
שמערלעטליכע הערות

שמערל זיסער וואס טיסטטו דא? פארוואס פאקסטו נישט פעק און פאר ארויף זיך באזעצן אין עזה? ישוב ארץ ישראל? ניין דער הייליגער רמב''ן זאגט דאך קלאר וישבם בה, איז א מצוות עשה! נא? ציה דיר אריבער קיין עזה. אדער גאר אויפן הר הבית גאר!
אפטעמיסטקאך_לעפל דער הייליגער סאטמארער רבי שליט''א
ווד"פ?
יא! ער איז א הייליגער צדיק! ביזט נישט מסכים? קיין שום פראבלעים, מיר וואוינען אין אמעריקא איר זענט 100% בארעכטיגט צו האלטען אנדערש!
יע יע רעד דיך איין אז די געלט וואס מען נעמט צאם פון די סאטמארע בהמות אין אמעריקע און אין יוראפ קומט בכלל אן קיין תימן. אויב דו וואלסט געוויסט וויפיל אידן וואוינען היינט בכלל אין תימן די לעצטערע יארן און וויפיל געלט מען האט צאמגעשנארעט אויף זייער ריקן וואלסטו נישט געהאט קיין קשיא. דא די מעטה.
שמערלעטליכע הערות
1. ווען מען האט געשאסן אפאר יאר צוריק אין דיירא תימן א פרומען אינגערמאן, איז איינעם אין סאטמאר בייגעפאלן אז ער איז זיך אליין שולדיג, בשעת וואס זיי האבן געוואוינט אין א אמת'ע מקום סכנה ברוחניות ובגשמיות, מען האט שוין דארט אפאר מאל פארדעם פארכאפט מיידלעך, און דעסטוועגן איז זיי נישט בייגעפאלן צו אנטלויפן פון דארט, און די משוגעים זענען דארט געבליבן וואוינען אויף קעסט פון די סאטמערע בהמות. נאכמער נאכדעם וואס זיי האבן שוין יא איינגעזען אז עס איז צרות, האט מען צאמגעשטעלט אין סאטמאר שווערע געלטער פאר זייער הצלה.
פארוואס קומט זיך פאר א יוד וואס וואוינט אין אונזער לאנד און איז מקיים יעדע טאג ישוב ארץ ישראל, א גרעסערן פסק ווי פאר א תימינער בהמה? נניח אז ביידע זענען נישט גערעכט, אבער מאי חזית אז אין תימן האט מען נישט געהערט פון דעם חכם הרזים א פופס?
2. פארוואס רעדט דער רבי אזוי שרעקליך שטייט, עס גייט באמת אויף די נערוון, איז ער נישט געזונט? אדער נעמט אים צייט ארויסצוליינען פון א צעטל?
אנטלויפן פון א פלאץ ווי די עלטערן במשך הונדערטע יארן האבן געלעבט איז נישט ווי אריין גומען אין א שטח פאטרייבן די בעלי בתים און זיך באזעצן דארט, פאר א איד פון תימן וואס זיין טאטע זיידע עלטער זיידע האבן דארט געלעבט איבער 1000 יאר איז נישט ווי א מתנחל פון אמעריקא וואס איז געקומען צו א ארט פון א פאלסטינער
דאס הארץ בלויטיגט פאר רבינו שליט"א די עצם מעשה איז זייער שוידערליך אבער דער רבי וואלט נאר מספיד געווען אזוי ווי ביי די מעשה פון ישיבה מרכז הרב, ווען נישט די נייעס פון דעם אראבער וואס איז געפונען געווארן טויט לכאורה דורך א מתנחל א נוקם ונוטר, און דאס איז די סיבה וואס דער רבי ציילט די ווערטער און רעדט געמיטלעך און געמאסטן
פאר די וואס ווייסן נישט, חברון איז געווען א שפירלדיגע יודישע קהלה ביז תש"ח,(אין תרפ"ט איז דארט פארגעקומען פאגראמען).
די אראבישע רוצחים זענען די וואס האבן צוגענומען די אידנ'ס וואוין ערטער, און נישט פארקערט.
זשאסט קיפ יור רעקארדס סטרעיט.
די אטאקירער טוען דא א טובה פאר רבי אהרן, ער האט שוין מקדים געווען בדבריו אז ער ערווארט צו ווערן אטאקירט.
דאס איז דאך אויך א חלק פונעם טריק, מ'גייט מיר אטאקירן אבער וואס קען מען טון מ'מוז דאך זאגן דעם דבר ה'....
איך אויךיע יע רעד דיך איין אז די געלט וואס מען נעמט צאם פון די סאטמארע בהמות אין אמעריקע און אין יוראפ קומט בכלל אן קיין תימן. אויב דו וואלסט געוויסט וויפיל אידן וואוינען היינט בכלל אין תימן די לעצטערע יארן און וויפיל געלט מען האט צאמגעשנארעט אויף זייער ריקן וואלסטו נישט געהאט קיין קשיא. דא די מעטה.
אז מען רעדט שוין פון תימן, אפאר קליינע פראגע'לך
1 ) וואו פול אידן האבן געוואוינט אין תמן בעפאר תש''ח?
2 ) וואס האט פאסירט מיט כמעט די גאנצע תמנע אידן? וואו פול פון זיי זענען נאך היינט שומרי תורה ומצוות? ווער האט זיי אויסגעשמד, מיט רשעות און רציחה? ווער האט געקידנעפט זייערע קליינע פיציליך קינדער, און זיי פארקויפט פאר רייכע קינדערלאזע גוים? אה?
3) פארוואס איז עוזי משולם איינגעזעצט געווארן אין תפיסה דירך די ש''ב?
ענק זענען נאר פארנימען מיט די אידן וואס וואוינען נאך אין תמן, וואס טיט זיך מיט אידען וואס טיטעניקס מדינה האט ארויפגעברענגט אויף ארץ ישראל? די שערל מיט וואס מען האט זיי אפגעשניטען די פאות ליגט אוועק געלייגט און די ישראלישע אוצרות מיט שטאלץ!
קאך_לעפל
יא! ער איז א הייליגער צדיק! ביזט נישט מסכים? קיין שום פראבלעים, מיר וואוינען אין אמעריקא איר זענט 100% בארעכטיגט צו האלטען אנדערש!
א שאד אז דו אליינס נוצט נישט אויס דיינע רעכטען פון נישט דארפען האלטן אז יעדע רבי איז "הייליג", און דו טאנצט נאך וואס דו ליינסט אין בלאט, און הערט אין הופפער.
מעין זיין שאלה ווער ס'האט מתיר געווען די עלטערן צו וואוינען דארט - ער וועט נאך כאפן אין די מידיע אויף דעם - וואלט איך אים גע'ענטפערט: ווער האט מתיר געווען כביכול צו שיקן די אידן אין גלות אריין, ס'דאך א מקום סכנה, און דער אייבישטער איז דאך מקיים די תורה?! - כ'בין זיכער אז מיט זיין כוח הדרוש כמין-תומר, האט ער א גוטע תירוץ.
שמערלפאר די וואס ווייסן נישט, חברון איז געווען א שפירלדיגע יודישע קהלה ביז תש"ח,(אין תרפ"ט איז דארט פארגעקומען פאגראמען).
די אראבישע רוצחים זענען די וואס האבן צוגענומען די אידנ'ס וואוין ערטער, און נישט פארקערט.
זשאסט קיפ יור רעקארדס סטרעיט.
דאס איז אמת! נישט נאר דאס. נאר גאנץ ארץ ישראל איז געווען באוואוינט מדן ביז באר שבע, און די צייטן פון בית ראשון ושני! נאר וואס האט פאסירט? מפני חטאינו גלינו מארצינו, און ארץ ישראל איז געווארן באזעצט דירך אראבער! זענען געקימען אידן, וואס זענען געווען אפענע כופרים און קאמניסטן, און נישט געהאלטן קיין איין זאך וואס שטייט אין די תורה, און געניצט די פסוקים פון די תורה ארויסצוטרייבן די אראבער פון זייערע הייזער, נא? וואו אזוי זאל זיך דער אראבער שפירן? ער זעט דאך קלאר אז דער ציוני וואס האלט נישט די תורה, ניצט נאר די תורה אים צו פייניגען!
ער זאגט דארט אז ער ווייסט מ'וועט אין נאכשרייען שונא ישראל.... ער רעדט זיך נעבך איין אז ער וועט זיין אזויווי די "פעטער". דערווייל לאכט די וועלט פון זיין טיפשות.
איך האף אז טיטאניק באגעגענט זיך נישט מיט אים אין די קומענדיגע טעג ווייל ער וועט זיך נישט קענען איינהאלטן פון אראפלאזן צוויי פעטש פאר ר' אהרן
<a class="postlink" href="http://www.ch10.co.il/news/45971/#.U7SYRvn1ko4">http://www.ch10.co.il/news/45971/#.U7SYRvn1ko4</a>
קאך_לעפליא! די הייליגע ווערטער האבן געטראפן אין ציל, און כאשר אירע ליעקב אירע ליוסף, אזוי ווי נאך די הייליגע נשא תורה האבן זיך חיים ליבערמאן, מיט טמא'נעם פארווערס, אלי וויזעל מיטן אלגעמיינעם געפענט זייערע נקבים נקבים חלילים חלילים, און אנגעהויבן גיסען פון זייער צואה רותחות על ה' ועל משיחו, אקוראשט דאס זעלביגע חזרט זיך אציד איבער, דירך די זייערע גילגילים..... ה' הוא מלכינו .... ולו אנחנו עבדים...... התורה היא חוקותינו.... ובה אנו מאמינים...... בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים - אין אנו מאמינים...... ובחוקותיהם אין אנו מתחשבים - אין אנו מתחשבים......בדרך התורה נלך באש ובמים...... בדרך התורה נלך לקדש שם שמים -אוי - לקדש שם שמים!
האסט פארגעסן, דא איז נישט צימעס
ג
א דאנק פאר די לינק
ער זאגט דאך קלאר אז דאס איז אלץ נאר לעניות דעתו.
positive.yidא דאנק פאר די לינק
ער זאגט דאך קלאר אז דאס איז אלץ נאר לעניות דעתו.
לעניית דעתו
מיט א פערד טענה'ט מען זיך נישט, אפילו מ'איז גערעדט. וד"ב
יהדות תימן איז באשטאנען פאר די קריג פון אינגאנצען 50,000 נפשות, א שטוינענעדע קליינע נאמבער פאר א קהלה בישראל וואס איז שוין צוויי אהאלב טויזענט יאר אלט.( פאר א שטיקל פארגלייך, יהדות פוילן איז אונגאנצען פיר הינדערט יאר אלט, און האט געציילט פאר די קריג דריי מיליאן יודן! )
די סיבה פארוואס אין תימן איז די קהלה געווען אזוי קליין איז וויל די יודן האבן דארט קיינמאל נישט געלעקט קיין האניג, אלץ האבן זיי געליטן פון גזירות, השמדות, און הונגער.
תימן איז נישט געווארן א מקום סכנה נעכטן, זי איז שוין אזוי פאר די לעצטע טויזענט יאר.
די חילוק איז נאר, אז פאר זעכציג יאר צוריק, האט זיך געמאכט פאר זיי א געלעגנהייט, און כמעט יעדער געזינטער מענטש האט עוקר געווען פון דארט על כנפי נשרים, און גראדע א טייל זענען געקומען קיין אמעריקע.
די וואס זענען דארט געבליבן וואוינען זענען עכטע מאבדים עצמם לדעת, און זענען שילדיג אין יעדע אומגליק וואס האט זיי באטראפן זייט דעמאלטס.
די נאמבערס פון אסימילאציע ביי די תימנע, איז פונקט אזוי הויעך אדער נידרידער ווי ביי די אונגארישע אידן, עס איז אבסורד צו זאגן אז איינער איז שילדיג אין דעם.
ראש המדבריםשמערלעטליכע הערות
1. ווען מען האט געשאסן אפאר יאר צוריק אין דיירא תימן א פרומען אינגערמאן, איז איינעם אין סאטמאר בייגעפאלן אז ער איז זיך אליין שולדיג, בשעת וואס זיי האבן געוואוינט אין א אמת'ע מקום סכנה ברוחניות ובגשמיות, מען האט שוין דארט אפאר מאל פארדעם פארכאפט מיידלעך, און דעסטוועגן איז זיי נישט בייגעפאלן צו אנטלויפן פון דארט, און די משוגעים זענען דארט געבליבן וואוינען אויף קעסט פון די סאטמערע בהמות. נאכמער נאכדעם וואס זיי האבן שוין יא איינגעזען אז עס איז צרות, האט מען צאמגעשטעלט אין סאטמאר שווערע געלטער פאר זייער הצלה.
פארוואס קומט זיך פאר א יוד וואס וואוינט אין אונזער לאנד און איז מקיים יעדע טאג ישוב ארץ ישראל, א גרעסערן פסק ווי פאר א תימינער בהמה? נניח אז ביידע זענען נישט גערעכט, אבער מאי חזית אז אין תימן האט מען נישט געהערט פון דעם חכם הרזים א פופס?
2. פארוואס רעדט דער רבי אזוי שרעקליך שטייט, עס גייט באמת אויף די נערוון, איז ער נישט געזונט? אדער נעמט אים צייט ארויסצוליינען פון א צעטל?
אנטלויפן פון א פלאץ ווי די עלטערן במשך הונדערטע יארן האבן געלעבט איז נישט ווי אריין גומען אין א שטח פאטרייבן די בעלי בתים און זיך באזעצן דארט, פאר א איד פון תימן וואס זיין טאטע זיידע עלטער זיידע האבן דארט געלעבט איבער 1000 יאר איז נישט ווי א מתנחל פון אמעריקא וואס איז געקומען צו א ארט פון א פאלסטינער
דאס הארץ בלויטיגט פאר רבינו שליט"א די עצם מעשה איז זייער שוידערליך אבער דער רבי וואלט נאר מספיד געווען אזוי ווי ביי די מעשה פון ישיבה מרכז הרב, ווען נישט די נייעס פון דעם אראבער וואס איז געפונען געווארן טויט לכאורה דורך א מתנחל א נוקם ונוטר, און דאס איז די סיבה וואס דער רבי ציילט די ווערטער און רעדט געמיטלעך און געמאסטן
אויב דאס איז שוין געמיטלעך און געמאסטן, שטעלץ ענק פאר וואפארא הבלים דער רעדט צאם ווען ס'איז נישט געמאסטן. א רחמנות אויף די וואס דארפן עים אויסהערן און נאך א גרעסערע רחמנות אויף די וואס דארפן פארענטפערן זיינע געמאסטענע ווערטער.
דער בחור וואס האט געוואוינט אין אלעד, זיינע עלטערען דארפען אויך קלאפען אשמנו?
.
📎 IMG-20140702-WA0012.png
די נקודה דא איז בכלל נישט צי ער איז גערעכט מיט זיינע נקודות צו נישט ווייל מען ר' משה בער בעק זאגט עס צי אפילו מנשה פיליפ קענסטו אריינגיין אין די פרטים און שרייען עקסטרעמיסט יא גערעכט נישט גערעכט רוצח וכו'.
דא איז די נקודה אז קיין איין נארמאלע מענטש וואס קען אים האט נישט קיין הוה אמינא אז עס אינטרעסירט אים די גאנצע מדינה האלב וויפיל עס אינטערעסירט אים אז זיין ברודער זיצט און ראדני, און צי גיין האלטן אזא הייקעלע דרשה פשוט צי פארדינען פאליטישע קאפיטאל זיך צי קענען אהערשטעלן ווי ער איז די קנאי און אז קאך לעפל זאל קענען שרייבן אויף קאווע שטיבל און נאכדעים און די בלאט אז כל מה שאירע דאס איז שוין גרוליג און הארצלאז, אבער עס ווינדערט קיינעם נישט וויאזוי האט ער נאר געזאגט אונזער רבי אונטערעסירט 3 זאכן 1)איך 2)מיך און 3)זיך...
קאל לעפל ביי דא וועי די שפראך פון כל מה שאירע וכו' לאז ווען די אטאקירסט נער פרייליך וכת דיליה דיינע פארפיינטעטע סיקרירים ווי די בלאט רופט זיי, ס'שטייט זיי סאך בעסער.
פון א זלוני 👍 👍 👍 מהר''א ט''ב, 100 לייקס 👍 👍 👍 (ער איז דאך מיין רבי'ס ברודער עפעס גוטס האט זיך אפגעריבען)
צו די אלע לשם שמים'ער, אני מאמין אז ער האט אינטערעסען ועוד ועוד שטותים, למעשה רופט ער זיך סאטמארע רבי און ער זאגט א דעת תורה פון סאטמארע רבי ז''ל ברבים אן קיין פחד קומט אים אסאך קרעדיט.
אנישולדיגט מיר אוטספוקען אבער אן קיין פחד?? פחד פון וועם??? די ציונים ווילן אים הארגענענן, ניין?? קענסט מיר זאגן איין זאך חוץ פון אויפרעגן טיטאניק וואס ער גייט דערלייגען פון רעדן אזוי?? וואס ער וויל פארדינען איז פשוט.
איך לאך ווי אפילו די לינקס וואס מען האט אהערגשטעלט דא האב איך מיך גערישט צי טרעפן העסליכע שימפענדע ארטיקלען קעגן דעים יוסף דער סאטמאר רב כאטש ענליך צי וואס איך שטויס מיך אלץ אהן ווען איינער פון די צירידערטע נטורי קרטא מיטגלידער אדער די סיקרירים זאגן א האלבע ווארט , אבער וואס ? הערליכע רעספיקטיררענע ארטיקלן ממש יוצא מבית מדרשו של שמואל ווידער ווי איינער זאגט מיר פארשטייען זיך אויפן ווינק איך ווייס פונקטליך וואס די מיינסט, מיך זיכער נישט
תמיםאנישולדיגט מיר אוטספוקען אבער אן קיין פחד?? פחד פון וועם??? די ציונים ווילן אים הארגענענן, ניין?? קענסט מיר זאגן איין זאך חוץ פון אויפרעגן טיטאניק וואס ער גייט דערלייגען פון רעדן אזוי?? וואס ער וויל פארדינען איז פשוט.
איך לאך ווי אפילו די לינקס וואס מען האט אהערגשטעלט דא האב איך מיך גערישט צי טרעפן העסליכע שימפענדע ארטיקלען קעגן דעים יוסף דער סאטמאר רב כאטש ענליך צי וואס איך שטויס מיך אלץ אהן ווען איינער פון די צירידערטע נטורי קרטא מיטגלידער אדער די סיקרירים זאגן א האלבע ווארט , אבער וואס ? הערליכע רעספיקטיררענע ארטיקלן ממש יוצא מבית מדרשו של שמואל ווידער ווי איינער זאגט מיר פארשטייען זיך אויפן ווינק איך ווייס פונקטליך וואס די מיינסט, מיך זיכער נישט
👍 👍 😂
This reminds me of the recent NYP Headline "Who Didn't Want Him Dead" after Menachme Stark was murdered
און גראדע הערענדיג זיין דרשה כאטש איך האב נישט געהאט קיין נערווען ווייל ער רעדט געפערליך שטייט, ער ווערט נישט יונגער, מיילא קען איך נישט זאגן ציפיל הערות, אבער איך מיין אז ער רירט אהן אנדערע נקודות איך בין נישט אזוי זיכער אז ער זאגט דעת תורה פון סאטמאר רב.
גיין באשולדיגען די עלטערן פערזענליך אויף א יחידותדיגע לעוול און זיי אנרופען שונא ישראל ? קען זיין, איך בין נישט אזוי דורכגעוויקט, אבער עס שמעקט מיר נייע סארט ווערטער.
לאמיר געדענקען אז סך הכל האבן די מתנחלים א "תאוה" ככל התאוות פונקט ווי אונזערע תאוות דא און אמעריקע!!! ווי די רבי האט אונז אזוי שיין מסביר געווען בטטו"ד ביים לעצטיגען השקפה שיעור .
.
איך רעד שוין נישט פון די קאלטקייט און טריקענקייט וויאזוי ער רעדט אהן קיין שום מיטגעפיהל.
טיטאניקשוין ווידער
יעדע רבי גייט טרייען ארויס צי נעמען פון די טראגעדיע די מערסטע וואס ער קען
יעדער אויף זיין סטייל אוון דרך בעבודת השם
ער קימט יעצט שפילען "קנאי" לאפוקי דער ברידער נישט און איך יא........
😂 😂 😂 😂 😂
נאר דער ברידער זאל זיין געזינט וועט שרייען אז ער און זיינע חסידים זענען ציונים און אינז זעמיר די אמת'ע קנאים און ממשיכי דרכו פון פעטער זכרונו לברכה. און דער ברידער זאל זיין געזינט, האט בעסערע שעלטערס וואס זענען מער צו די זאך. ווי למשל "הרב" ישראל מ. סופר המכנה את עצמו מנשה פיליפ, וואס ער איז אייביג מכובד צו האלטן א דרשה בענייני שיטה אין ראדני אין יום המר והנמהר, ה' אייר, רחמנא ליצלן. און וועים האט דער מאנראו'ער רבי שליט"א. "הרב" טעללער'ן המכונה ש.ב. מרגליות. דער חילוק פון מנשה'לען און טעללער באטשי איז אז מנשה ווארפט אריין גרויס בקיאות סיי אין תורה און סיי אין מילי דעלמא (ער ליינט מסתמא אדורך א יעדן טרייפענעם, ציוניסטישן מעגעזין). און ער טרייבט ארויף די בלוט פרעשור פון א יעדן נארמאלן איד, שעמדו רגליו על הר סיני. בעת דער טעללער באטשי שרייבט אזוי קינדעריש אז אפילו כיתה ג' יונגלעך וואלטן זיך געשעימט ווען מ'רעדט צו זיי אויף דעים לעוול...
די מעשה מיט די אחים הקדושים און זייער מחלוקת ווער ס'איז דער אמת'ער קנאי דערמאנט מיך א מעשה'לע וואס איך האב געהערט דערציילן פון אלטע אידן. אין דייטשלאנד, פאר די צווייטע וועלט מלחמה, בעת די נאציס ימח שמם האבן איבערגענימען די רעגירונג. האט א איד געקויפט א טיקעט צו פארן אויף די באן. ארויפגייענדיג האט ער געקויפט א "שטירמער" (דער פארגייער פונ'ם "איד". און דער נאכפאלגער פון בלעמ'ס צייטונג.). און ער זעצט זיך אראפ. א מינוט שפעיטער קומט ארויף א צווייטער אויפ'ן באן און זעצט זיך אקעיגן איבער איהם. ווען די באן האט אנגעהויבן פארן האבן זיי זיך גענימען שמיעסן. זאגט דער ערשטער פאסאזשיר צו זיין שכן. "דו ווייסט די יודן זענען דאס ערגסטע פאלק אין די וועלט און מ'דארף זיי מאכן א סוף" (ח"ו). האט דער צווייטער גענימען נאכמער שעלטן די אידן. אזוי איז אנגעגאנגען א קאמפעטיש'ן צווישן די צוויי ווער ס'קען מער האקן אויף די אידן. אינמיטן געט דער ערשטער איד --וועלכער האט שוין נישט געקענט אויסהאלטן די קללות -- א שריי "שמע ישראל". האטציך דער צווייטער אנגערופן "ה' אלוקינו ה' אחד".... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😃 🙂 😠 😛 😉 😮