☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » רבי אהרן מ'סאטמאר שליט''א טרעט ארויס שארף קעגן די מזרחי

רבי אהרן מ'סאטמאר שליט''א טרעט ארויס שארף קעגן די מזרחי

386 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6717
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

פיינע קאווע » מיטוואך יולי 2, 2014 11:47 pm

· #209357
דער רבי האט גערעדט אין זיין ישיבה צו זיינע בחורים. זיין מיינונג לעניית דעתו. איך מיין יעדער ראש ישיבה איז בארעכטיגט דערצו.
די אלע וואס האבן נישט א ישיבה און תלמידים וואס זאלן זיי אויסהערן זענען מכובד צו קומען דא אין קאווע שטיבעל אים אפרעגן. פראקטס אריין וויפיל עס גייט. שרייבט און פירקעלט. גיבט אייך אויס דאס גאנצע כעס אפשר ווען איינער איבעגעבן דעם רבי'ן אז דריידל מיט וויידל פון קאווע שטיבעל זענען הפנים נישט צופרידן אז דער רבי האט געזאגט זיין מיינונג.

אי איתמר » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:19 am

· #209365
פיינע קאווע
דער רבי האט גערעדט אין זיין ישיבה צו זיינע בחורים. זיין מיינונג לעניית דעתו. איך מיין יעדער ראש ישיבה איז בארעכטיגט דערצו.
די אלע וואס האבן נישט א ישיבה און תלמידים וואס זאלן זיי אויסהערן זענען מכובד צו קומען דא אין קאווע שטיבעל אים אפרעגן. פראקטס אריין וויפיל עס גייט. שרייבט און פירקעלט. גיבט אייך אויס דאס גאנצע כעס אפשר ווען איינער איבעגעבן דעם רבי'ן אז דריידל מיט וויידל פון קאווע שטיבעל זענען הפנים נישט צופרידן אז דער רבי האט געזאגט זיין מיינונג.

זיין ווערטער פאר זיינע בחורים,
איך וועל עס ברבים אויסשרייען, יעדער זאל וויסן אז איך האב פיינט דעם שקר, מודיע צו זיין פאר די גאנצע וועלט, אז יהדות החרדית ידם מסולקת פון דעם
אינגאנצן, נישט מיט ציונות, נישט מיט התנחלות, און נישט מיט די נקמה.


איינע פון די קאמענטס אויף vin,
The fact that he has a couple thousand followers, that still doesn't make him a wise man. His Father in law, the Great Viznitze Rebbe use to call him 'My Nahrelle = stupid (instead of Mine Ahrelle...)
!We shouldn't take his words seriously. Just a typical attention seeker as he always was. nothing new

עפל סיידער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:19 am

· #209372
די רבני מזרחי האבען זיך שוין געלאזט הערן אין א קאונטער אטאקע גענוי ווי די חברי ה'שטיבעל דא, זעהט אויס די מזרחי האלט מער פון ק''ש ווי פון ר' אהרן.

קלוג און יונג » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:38 am

· #209374
איך בין ווייט נישט קיין אהרוני, אדער בכלל א סאטמערער. איך בין אבער אנטציקט פון זיין בראווקייט צו זאגען א נקודה וואס איז ברור צו בעקפייערען, אבער האט א שטארקע אמת צו זיך.
ער זאגט נישט אז מ'דארף נישט קלאגען. ער זאגט נישט אז ס'איז נישט הארצרייסענד. ער זאגט אז ס'איז נישט דא קיין סיבה אדער קאנקריטע ניצען צו די סכנה אין וואס זיי זענען געווען אריינגעלייגט.
איך וואלט געזאגט די זעלבע זאך אויף עני אנדערע מענטש וואס לייגט זיך אין א סכנה צו אויספירען אן אגענדע

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:43 am

· #209375
Wow you're slow, you don't know how this game works

Backfire? Lol. Can you say ATTENTION?

קלוג און יונג » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:53 am

· #209379
ישמעאל הכהן
Wow you're slow, you don't know how this game works

Backfire? Lol. Can you say ATTENTION?

You can say that on any person that speaks his mind.

!Attention
Most people are not brave enough to speak the truth !even for attention

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:04 am

· #209381
Most people do not need this kind of attention. In this case its a man who wants the world should talk about him as SATMAR rebbe, no matter what they say about him. As the saying goes, say anything about me, just make sure to spell my name correctly.. .

He needs this so badly to affirm that he is satmar, not his brother. You're obviously missing the whole concept
You are still young,
(smart and young)

קלוג און יונג » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:19 am

· #209384
Anyway, that's all beside the point
I think his point is a valid one

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 3, 2014 5:57 am

· #209386
איך האב באמת נישט געוואלט שרייבן גארנישט וועגן די נושא, אבער אזוי ווי איך קען מיך נישט איינהאלטן און איך קען מיך נישט מתגבר זיין וועל איך צולייגן מיינע צוויי סענט

מיט אפאר יאהר צוריק ווען ס'האט זיך גערודערט אין וויזניץ אז מ'גייט אפשר צוריק נעמען רבי ישראל שליט"א איז דעמאלסט ארומגעגאנגען א טעיפ פון זיין ברודער ר' מענדלע שליט"א ווי ער שימפט דארט אוועק אויף "טאטי'ס שונאים" און צאם גערעדט שטותים מיט הבלים אזש אז אסאך וויזניצער חסידים האבן נישט געוואוסט ווי זיך צו באהאלטן און זיך מורא'דיג געשעמט פון די גראבע מאַרמאָרישע און טיפשות'דיגע גערעדאַכטס, און אפאר נאנטע שטוב מענטשען האבן דאן געוואלט קאמפיינען אז ר' מענדל זאל מעהר נישט רעדן און פארשעמען וויזניץ, דעריבער האבן זיי געוואלט צונעמען פון אים די פלאטפארמע, האט אבער דער בעלזער שוואגער געזאגט פאר די גבאים: נעמטס אים נישט אוועק דעם רם קול!!! לאזט אים רעדן!! לאזט אים אזוי לאנג רעדן ווילאנג יעדער וועט אליינס זעהן ווער ער איז, און אזוי ארום געמאכט זיכער אז מ'ברענגט צוריק זיין ברודער ר' ישראל, און די רעסט איז היסטערי!

ר' אהרן, קיפ אפ דעי גאוד ווארק!!! רעד ווייטער!!! זאג אלעס וואס דו האסט אין בויך!!! ווייל נאר אזוי איז דיין ברודער געווארן א גרויסע רבי פון טויזענטער חסידים, און א גרויס חלק פון דיין ברידער'ס מלוכה און א שיינער טייל פון זיינע חסידים וואלטן לכאורה געגאנגען צו דיר, נאר יעדע מאל דו האסט געפענט דיין מויל און צאמגעווארפען דיינע פערל ווערטער האט דיר עס געקאסט אפאר חסידים און זיך פארשאפט פרישע שונאים. איך זאג נישט אז זיינע מענטשן און זיינע פאר טויזענט חסידים וועלן אים אפלאזן, אבער עכ"פ די גאס און אין די אלגעמיינע אידישע וועלט וועט זיך זיכער בעסער באקענען מיט דיר, און טאמער האט איינער ח"ו פארגעסן די אלטע טעג מיט דיינע האַסיגע עפרא לפומיה דרשות מאַך זיכער יעדע שטיקל צייט נאכאמאל ארויסצוקומען קעגן דעם שטראָם מיט נאך עפעס הייסע וואַרע, למשל יעצט ווען די גאנצע אידישע וועלט טרויערט און סימפאטירט מיט די אומגליקליכע משפחה און מיט די אבלים זאג עפעס א גוטס! א באמבע! אזש אז אלע דיינע חסידים זאלן זיך מיט דיר גרויס האלטן און די רעשט אידן וועלן זיך ממש דאַכטען אז דו ביסט דעם אמת'ער ממשיך דרכו פונעם פעטער זי"ע און נאר אזוי וועסטו בלייבן אויף די ארענע, כה לחי!

אפטעמיסט » דאנערשטאג יולי 3, 2014 7:18 am

· #209387
אשריך ר' אהרן שחיללת שם שמים מסוף העולם ועד סופו! טוב לך בעולם הזה וטוב לך בעולם הבא.
<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4537438,00.html">http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4537438,00.html</a>

פלעין יודיש » דאנערשטאג יולי 3, 2014 7:19 am

· #209388
ר' אהרן ווי קען איך דיר געבן א לייק
👍 👍 👍

כידוע בין איך ווייט פון זיין דיינס א ליב האבער
אבער דאס מאל קימט זיך דיר עס.
ארויסגעברענגט א פוינט, אויף זייער א איידעלען וועג, נאכן שיין מספיד זיין די דרריי ישיבה בחורים
על אף אז די האסט אפשר געקענט ציווארטן נאך אפאר טעג ביז נאכן שבעה (און באשילדיגען די עלטערען האט אויך נישט אויסגעפעלט) אבער דאס איז זיכער אז דעי נקודה האט געדארפט ווערן ארויסגעברענגט

דריידל » דאנערשטאג יולי 3, 2014 7:41 am

· #209389
די נקודה אז מ'דארף זיך נישט דרייען און מקומות סכנה איז גערעכט (עכ"פ לויט די וואס האלטן נישט פון ישוב אר"י בזה"ז) אבער די אטאקע וואלט נישט געדארפט זיין דירעקטירט קעגן די צעבראכענע עלטערן און זיכער נישט זאגן אזוי גראב אז די עלטערן האבן געהאט א יד אין די רציחה פון זייערע קינדער. דעטס אלל.
צווישן די לינקע אין א"י זענען אויך דא אסאך וואס האלטן אז אידן זאלן נישט וואינען אין די שטחים אבער יעדער פארשטייט אז אין אזא צייט דארף מען זיין סענסיטיוו וויאזוי מ'זאגט עס.

outspoken » דאנערשטאג יולי 3, 2014 8:12 am

· #209392
אי איתמר
פיינע קאווע
דער רבי האט גערעדט אין זיין ישיבה צו זיינע בחורים. זיין מיינונג לעניית דעתו. איך מיין יעדער ראש ישיבה איז בארעכטיגט דערצו.
די אלע וואס האבן נישט א ישיבה און תלמידים וואס זאלן זיי אויסהערן זענען מכובד צו קומען דא אין קאווע שטיבעל אים אפרעגן. פראקטס אריין וויפיל עס גייט. שרייבט און פירקעלט. גיבט אייך אויס דאס גאנצע כעס אפשר ווען איינער איבעגעבן דעם רבי'ן אז דריידל מיט וויידל פון קאווע שטיבעל זענען הפנים נישט צופרידן אז דער רבי האט געזאגט זיין מיינונג.

זיין ווערטער פאר זיינע בחורים,
איך וועל עס ברבים אויסשרייען, יעדער זאל וויסן אז איך האב פיינט דעם שקר, מודיע צו זיין פאר די גאנצע וועלט, אז יהדות החרדית ידם מסולקת פון דעם
אינגאנצן, נישט מיט ציונות, נישט מיט התנחלות, און נישט מיט די נקמה.


איינע פון די קאמענטס אויף vin,
The fact that he has a couple thousand followers, that still doesn't make him a wise man. His Father in law, the Great Viznitze Rebbe use to call him 'My Nahrelle = stupid (instead of Mine Ahrelle...)
!We shouldn't take his words seriously. Just a typical attention seeker as he always was. nothing new



א נער'עלע אלץ געווען, די זיידע רח''מ האט אים אזוי גערופען, זיין שווער ז''ל איז נישט געווען צו סאך קלוגער פון אים...

עפל סיידער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 8:15 am

· #209393
פלעין יודיש
ר' אהרן ווי קען איך דיר געבן א לייק
👍 👍 👍

כידוע בין איך ווייט פון זיין דיינס א ליב האבער
אבער דאס מאל קימט זיך דיר עס.

ארויסגעברענגט א פוינט, אויף זייער א איידעלען וועג, נאכן שיין מספיד זיין די דרריי ישיבה בחורים
על אף אז די האסט אפשר געקענט ציווארטן נאך אפאר טעג ביז נאכן שבעה (און באשילדיגען די עלטערען האט אויך נישט אויסגעפעלט) אבער דאס איז זיכער אז דעי נקודה האט געדארפט ווערן ארויסגעברענגט

פון דעם אליינס אז מ'זעהט די אלע חברה זענען אזוי צישפילט און שומפפען פאר כעס זעהט מען ווייכטיג ס'איז געווען
קיפ איט אפ

נאך שענער פון אלעם איז דאס אז רבי אהרן האט באקומען א לייק פון פלעין יודיש.

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 3, 2014 8:46 am

· #209394
מורא'דיג!!! העמיר טאקע געבן מארגן א גרויסע קידוש לכבוד דעם לייק פארן "וועלטס נארעלע" (קרעדיט׃ מרן האמרי חיים מוויזניץ זצ"ל)

שלום על ישראל » דאנערשטאג יולי 3, 2014 8:59 am

· #209398
קאך_לעפל
נקידה למחשבה:

ווען דער רוצח אריאל שרון ימ''ש האט אנגעכאפט די מתנחלים ביי די אויערן, און זיי ארויסגעשלעפט מיט געבראטענע שלעק פון גוש קטיף, אפי' דער ווילדער מיליטאטנט שרון האט שוין אויך פארשטאנען אז מען קען נישט מער אזוי פול זיך רייצן מיט די אראבער, זיי זענען פארט מענטשען, און א מענטש נאך דערצו א ווילדער אראבער ווען מען רעגט אים אויף, קען מען נישט ערווארטן אז ער זאל זיך לאזען שפייען אין די קאשע, ער רעאגירט מיט ווילדקייט און רציחה וואו די מציאות האלט זיך און אין איבערצייגען.

וואס איז איצט דער הייליגער סאטמארער רבי שליט''א אנדערש? וואס זאגט ער דען? אז מען זאל נישט טשעפענען די אראבער? מען זאל זיך נישט רייצן מיט זיי? מען זאל זיי נישט טערארזירן? און אוועק נעמען זייערע וואוין פלעצער וואו זיי וואוינען שוין כמעט 1000 יאר? ענקער ווילדער משוגענע פירער שרון האט דאך געטאן די זעלביגע? אפי' ער האט פארשטאנען אז מען קען נישט ווייטער אזוי אנגיין?

הערט אויף טשעפענן מיט די אראבער, נעמט נישט אוועק זייערע וואוין ערטער, באווארפט זיי נישט מיט קיין שטיינער. וועט כלל ישראל נישט דארפן גיין צו אזעלכע ביטערע לוויות!!!!!!!!!


די דרשה, געשריבען אויף פאפיר און דעליווערד אן די ריכטיגע מינוט און פלאץ, איז נישט אזוי געפערליך; סתם אביסל טיפישע עקסטעמיזם. די פראבלעם דאהי איז די דעליווערי. די צייט קען ווען נישט זיין ארגער. און דער דעליווערי-מען איז טערריבעל!

שרייבער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 9:05 am

· #209400
תמים
אנישולדיגט מיר אוטספוקען אבער אן קיין פחד?? פחד פון וועם??? די ציונים ווילן אים הארגענענן, ניין?? קענסט מיר זאגן איין זאך חוץ פון אויפרעגן טיטאניק וואס ער גייט דערלייגען פון רעדן אזוי?? וואס ער וויל פארדינען איז פשוט.

איך לאך ווי אפילו די לינקס וואס מען האט אהערגשטעלט דא האב איך מיך גערישט צי טרעפן העסליכע שימפענדע ארטיקלען קעגן דעים יוסף דער סאטמאר רב כאטש ענליך צי וואס איך שטויס מיך אלץ אהן ווען איינער פון די צירידערטע נטורי קרטא מיטגלידער אדער די סיקרירים זאגן א האלבע ווארט , אבער וואס ? הערליכע רעספיקטיררענע ארטיקלן ממש יוצא מבית מדרשו של שמואל ווידער ווי איינער זאגט מיר פארשטייען זיך אויפן ווינק איך ווייס פונקטליך וואס די מיינסט, מיך זיכער נישט

תמים, איך טראכט אויך צו מיר, פחד פון וועם? סטראשעט אים איינער אז ער וועט אים שיסען ח"ו? (אפשר טאמער פארט ער די נעקסטע פאר וואכן קיין א"י וועט ער באקומען אזעלכע סטראשונגען פון די מתנחלים, אבער נארמאל איז ער דאך דא)
נאר וואס, איך בין נישט אויף די פאזיציע פון א פאבליק פיגור פארשטיי איך עס נישט, במציאות זענען אבער דא גאר אסאך רבנים און מנהיגים הולכים לאור שיטת רבינו ויואל משה וואס האלטן די זעלבע ווי אים, און פארוואס זאגט עס קיינער נישט, לשיטת רבינו זענען דאס דברים וואס דארפן געזאגט ווערן, און פארוואס זאגט עס קיינער נישט? אלא מאי קוקט אויס עפעס א פחד איז דא, צו רוף עס פרעשור, וואטעווער

גאלד » דאנערשטאג יולי 3, 2014 9:05 am

· #209401
איך עגרי אז ער וואלט אפשר נישט געדארפט דירעקטירן זיינע מוסר רייד צי די עלטערן וואס זענען נעבעך אין א טיפער צער וואס קיינער זאל קיינמאל וויסן,
כא'געהערט אמאל א זיס ווארט, פון מיין רבי'ן הגרי"ח גרינוולד שליט"א, משה רבינו ווען ער האט מתפלל געווען נאכן עגל, האט ער געזאגט "אנא חטא העם הזה חטאה גדולה ויעשו להם אלוקי זהב", איז דאך ממש א פליאה, משה רבינו פרובירט דאך דא צו מליץ טוב זיין אויף כלל ישראל, וואלט ער געדארפט מינימיזירן דעם חטא, אז ס'נישט אזא געפערליכע גרויסע עבירה וכדומה, דערווייל שרייט ער "אנא חטא העם הזה חטאה גדולה!!" וואס פונקטליך האט מרע"ה פרובירט צו עקאמפלשן מיט אזאלכע ווערטער?
נאר ווען א קינד טוט א קליינע פעלער ער פאלגט נישט די עלטערן, דאן זאגן אים די טאטע מוסר און איז איהם מעניש, אבער ווען א קינד טוט א געפערליכע זאך, למשל ער לויפט אליינס דורך די רוישיגע גאס, און א קאר קלאפט איהם אראפ און ווערט נעבעך זייער פארוואונדעט, פארשטייט יעדער אז יעצט איז נישט די צייט צו מוסר זאגן פארן קינד, אדרבא מ'פארעט זיך מיט ליבשאפט מיטן קינד,
דאס האט דער גרויסער מליץ טוב געזאגט, רבושע! אנא! איך בעט דיך! חטא העם הזה חטאה גדולה!, דיין קינדער האבן דא געטאן א געפערליכע זאך, א טראק איז זיי ממש אדורכגעפארן, זיי זענען ציבראכן אויף שטיקער, יעצט איז נישט קיין צייט זיי צו מעניש זיין, אדרבא טוה זיי יעצט נאר חסדים,
די זעלבע לענינינו טראץ וואס ר' אהרן'ס דיבורים זענען דברים נכונים און מוז געזאגט ווערן, פונקט ווי די פארקערטע עקסטרימסטן לאזן זיך יעצט הערן מיט זייער גרויליקע ווילדע דיבורים אז מ'זאל אויסשעכטן די אראבער וכדומה, ווייל זיי וויסן אז יעצט איז דא אוזן קשבת, און די וועלט, הוא הנותנת אז טאקע יעצט מוז געהערט ווערן די דברי אמת וצדק, אז ליידער די עלעמנטן וואוינען אין די שטחים בלויז צו פאראויסריקן זייער פארקרימטע אגענעדע פון שלימת הארץ און לייגן זיך און זייערע משפחה און א סכנה, בעת זיי האבן אלע ברירות צו וואוינען אפאר קילאמעטער אריינציר אויסער די שטחים,
אבער ווי געשמועסט דאס וואלט אפשר נישט געדארפט געזאגט ווערן צי די עלטערן וואס 10 טראקס זענען זיי יעצט אריבערגעפארן, נעבעך ה"י

שרייבער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 9:07 am

· #209403
תמים
און גראדע הערענדיג זיין דרשה כאטש איך האב נישט געהאט קיין נערווען ווייל ער רעדט געפערליך שטייט, ער ווערט נישט יונגער, מיילא קען איך נישט זאגן ציפיל הערות, אבער איך מיין אז ער רירט אהן אנדערע נקודות איך בין נישט אזוי זיכער אז ער זאגט דעת תורה פון סאטמאר רב.

גיין באשולדיגען די עלטערן פערזענליך אויף א יחידותדיגע לעוול און זיי אנרופען שונא ישראל ? קען זיין, איך בין נישט אזוי דורכגעוויקט, אבער עס שמעקט מיר נייע סארט ווערטער.

לאמיר געדענקען אז סך הכל האבן די מתנחלים א "תאוה" ככל התאוות פונקט ווי אונזערע תאוות דא און אמעריקע!!! ווי די רבי האט אונז אזוי שיין מסביר געווען בטטו"ד ביים לעצטיגען השקפה שיעור .
.
איך רעד שוין נישט פון די קאלטקייט און טריקענקייט וויאזוי ער רעדט אהן קיין שום מיטגעפיהל.

אויב דאס הייסט טרוקן וואס הייסט הארציג?
ווי זעסטו ער רופט אן די עלטערן שונאי ישראל, האסט געקוקט אויבנאויף און האסט געמאכט א לאקשן, די עלטערן האט ער געזאגט אז יי דארפן קלאפן על חטא, און שונא ישראל האט ער געזאגט פאר די וואס טוען נקמה, דוכט זיך די עלטערן אליין רופן נישט פאר נקמה

שרייבער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 9:13 am

· #209404
אפטעמיסט
אשריך ר' אהרן שחיללת שם שמים מסוף העולם ועד סופו! טוב לך בעולם הזה וטוב לך בעולם הבא.
<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4537438,00.html">http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4537438,00.html</a>

אויף דעם האט שוין דער וואוידיסלאווער רב געזאגט, חילול השם? וועמענס נאמען? די ציונים!

שרייבער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 9:18 am

· #209405
דריידל
די נקודה אז מ'דארף זיך נישט דרייען און מקומות סכנה איז גערעכט (עכ"פ לויט די וואס האלטן נישט פון ישוב אר"י בזה"ז) אבער די אטאקע וואלט נישט געדארפט זיין דירעקטירט קעגן די צעבראכענע עלטערן און זיכער נישט זאגן אזוי גראב אז די עלטערן האבן געהאט א יד אין די רציחה פון זייערע קינדער. דעטס אלל.
צווישן די לינקע אין א"י זענען אויך דא אסאך וואס האלטן אז אידן זאלן נישט וואינען אין די שטחים אבער יעדער פארשטייט אז אין אזא צייט דארף מען זיין סענסיטיוו וויאזוי מ'זאגט עס.

איך בין נישטא איינצוטיילן מיין רבין וואס ער דארף יא זאגן און וואס נישט, ווייל טאמער דארף ער צוקומען צו מיינע עצות איז ער נישט מיין רבי

אבער לענ"ד קען מען פארשטיין צוויי זאכן וואס איז דא אביסל יוצא מן הגדר, און וואס איז דא אנדערש, איינס דאס אז דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט תיכף נאך אין די שבעה, און די צווייטע אטאקירן די עלטערן
דאס אז ער האט געכאפט תיכף, איז צוליב די הריגה פונעם אראבער
און דאס וואס ער האט אטאקירט די עלטערן, ווען די עלטערן זאלן האבן געמאכט א מיסטעיק איינמאל, צו אפילו במזיד, אבער ווי מ'זאגט דורכגעפאלן, נו, ווי זאגט מען אזא פאל, זאג אים נישט מוסר דער פאטש איז שוין גענוג מוסר, למעשה וואוינען די עלטערן ווייטער דארט (ווער ס'וואוינט דארט), מעג אזא מעסעזש דערהערט ווערן, אולי ואולי יעלה אפילו לאף אחד לפקוח עיניו

שעפטל » דאנערשטאג יולי 3, 2014 9:29 am

· #209409
איך הער מיך דא אן מיט טענות אויפן גראופ לכאן ולכאן. לאמיך אין קורצן אפשרייבן א שטיקעלע הסבר איבער די היינטיגע דרשה, פאר ווער זיין קאפ קען בכלל פארנעמען א צווייטע צד.

עס זענען פארהאן פארשידענע חלקים און פארשידענע טענות און לאמיך עס פראבירן צו צוטיילן אויף קליין געלט.

ערשטענס. עס איז כמעט אומ-מעגליך פאר א סאטמאר חסיד צו פירן א וויכיח מיט אזא איינער וואס איז נישט אויפגעוואקסן געווארן מיט די סאטמאר'ע שיטה. איינער וואס איז אלע יארן אויפגעוואקסן מיט דאס הייליגקייט פון שלימות הארץ און מיט עקסטרעימע שיטות קעגן די סאטמארע שיטה, וועט קיינמאל נישט פארשטיין וואס דער סאטמאר איד האלט און וויזוי ער קוקט אן יעדע געשעהניש אין מדינת ישראל. אלזא טייערע אידן, ס'איז א שאד די צייט זיך צו טענה'ן מיט אנדערע קרייזן ווייל אפילו זיי ווילן פארשטיין קענען זיי דאס נישט פארשטיין. זייער הארץ לאזט זיי נישט פארשטיין.

לגבי די פוינט וואס עס איז געזאגט געווארן ביים דרשה. צום ערשטן מאל וואס איך הער אידן - אפילו וואס זענען גאנץ עקסטרעים קעגן סאטמאר - זאגן אז "ס'קען זיין אז זיין פוינט איז אמת, אבער זאג עס נישט יעצט...." אדער "איך פארשטיי זיין פוינט, אבער מ'זאגט דאס נישט ברבים. מעגסט עס טראכטן.." וכדו'. דאס הייסט אז א גרויסער ציבור (חוץ סאטמאר) האלט אז די פוינט בעצם אז די עלטערן פון די בחורים האבן אריינגעלייגט די קינדער אין א סכנה מיטן אהינשיקן די קינדער - איז אמת. ע"כ, אויב איז עס אמת דאן איז איז דאך פשוט די סך הכל אז די עלטערן זענען שולדיג (עכ"פ טראגן א גרויס חלק פונעם שולד) אין זייער קינדער'ס טראגישער מארד.

יעצט איז פארהאן נאך טענה - וואס איז באמת די עיקר טענה - אז די צייט איז נישט ריכטיג. ס'איז נאך אין די שבעה, דאס בלוט קאכט נאך, יעצט איז נישט די צייט אזאנס צו זאגן, צו שטעלן דיין סאטמאר'ע שיטה בעת די עלטערן טרויערן.

משל למה הדבר דומה: עלטערן האבן אראפגעשטעלט א קינד אויפן ראוד ווי טראקס און טרעילערס יאגן זיך, מיט פארשידענע אויסריידן פארוואס דאס קינד באלאנגט דארט. זיי אפילו ארומגעלייגט רויטע קאונס אז די טרעילערס זאלן באמערקן אז עפעס ליגט דא. אבער למעשה איז געשעהן אז א ווילדע טרעילער האט זייער שנעל געדרייווט און רח"ל איבערגעפארן דאס קינד פון וועלעכע ער איז טראגיש אומגעקומען.

 צו מיינט איר אז מ'וועט דעם טאטען און מאמע'ן נישט פארהאלטן איבער זייער אומ-אחריות'דיגער און מסוכן'דיגער אקט אפילו בעפאר די לוי'??!!! נישט נאר דאס, זיי ווערן גלייך ארעסטירט און אנגעקלאגט אויף מארד. זיי קענען נישט גיין צום לוי' און נישט זיצן קיין שבעה. און די גאנצע מידיאו און פאליציי זענען פארנומען איבער די שענדליכער אקט וואס די עלטערן האבן געטוען. איי, ווי איז אייער הארץ?! לאז זיי טרויערן אויף זייער פארלוסט! שפעטער איז דא צייט פארצוהאלטן די עלטערן.... קיינער פרעגט דאס נישט.

נישט פארגעסן. איר זענט אלע מודה אז די ווילדע מתנחלים לייגן זיך אריין אין די הענט פון אראבער, מענטשן-פרעסער, רוצחים און בלוט-זויגער. מיט וואס זענען זיי אנדערש פונעם טאטען וואס שטעלט ארויס זיין קינד אויפן ראוד?? פארוואס טאר מען דאס יעצט נישט אויפברענגען??

לעניית דעתי טוט וויי גאר עפעס אנדערש. דאס אמת'ר מציאות פאטשט נעבעך אין פנים. מ'האט ביז היינט נישט אזוי געטראכט, קיינער האט דאס נישט געוואלט טראכטן, אבער יעצט אז איינער האט עס אויפגעברענגט אין א ברייט פובלעצירטע דרשה טראכט מען צו זיך איבער און מ'שעמט זיך אליין מיטן מציאות וואס ווערט אזוי אפן ערקלערט. עס "פאסט" פשוט נישט פארן ציבור אז מ'האט דאס אזוי גראב אויפגעברענגט.

צום לעצט. די טענות לויטן אויך אז רבינו יואל וואלט אזאנס קיינמאל געטוען. ‏די מענטשן וואס שרייען דאס זענען פשוט נישט באהאוואנט מיט היסטאריע און יעצט איז רבינו יואל גאר דער קליגער, ווען ער לעבט שוין נישט. 

לאמיר אריינקלערן.‏ עס זענען פארגעקומען שווערע מלחמות אין ארץ ישראל, עס זענען ליידער אומגעברענגט געווארן אסאך אידישע קינדער, סאלדאדטן. רבינו יואל האט געהאלטן פייערדיגע דרשות אינמיטן ברען פון קריג, ער האט שטארק באוויינט די נפשות וואס זענען ליידער אומגעברענגט געווארן אבער אין די זעלבע צייט שטארק פארפירט קעגן די מעשים פון די ציונים און קלאר געשריגן אז די ממשלת ישראל זענען שולדיג דעראון. איר מיינט אז אויב וואטסעפפ וואלט געלעבט ביי די נשא תורה, שלח תורה וכדו' וכדו' וואלטן געווען שענערע קאמענטס אויף אים?...

איר קענט אפילו פארשטיין וויזוי רבינו יואל האט אויסגעקוקט ווען ער האט געזאגט - נאכדעם וואס מדינת ישראל האט איינגענומען ירושלים און צוריקבאקומען ‏די הערשאפט איבער די כותל המערבי, די איינציג פארבליבענע זאך פונעם הייליגן בית המקדש, די הייליגסטע און טייערסטע זאך ביי כלל ישראל - און ער האט געזאגט "לדעתי איז 'אסור' צוגיין צום כותל"... איך קלער יעצט וואספארא קאמענטס ער וואלט דאן געהאט אויף וואטסעפפ... 

פלוצלינג איז רבינו יואל געווארן דער קלוגער.. 34 יאר נאך זיין פטירה.

לסיכום. ‏ פונקט ווי זיינע פארגייער, די פריערדיגע סאטמארע רביים האט דער סאטמאר רבי אויך גערעדט פונקט אין צייט ווען ער האט עס געדארפט זאגן. יעצט ווען די אידישע וועלט איז פאר'שיכור'ט מיט נקמה געפילן און ס'לאזט זיך נישט טראכטן גלייך צום פונקט, דווקא יעצט האט ער געדארפט זאגן דעם אמת און ווער עס זענען באמת שולדיג. יעצט דארף מען עס הערן און יעצט הערט מען עס. נישט א חודש אדער יאר דערנאך.

ק/פ!

עפל סיידער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 9:35 am

· #209412
שעפטל 👍
האסט עס גענאגעלט.

שרייבער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 9:59 am

· #209430
שעפטל


משל למה הדבר דומה: עלטערן האבן אראפגעשטעלט א קינד אויפן ראוד ווי טראקס און טרעילערס יאגן זיך, מיט פארשידענע אויסריידן פארוואס דאס קינד באלאנגט דארט. זיי אפילו ארומגעלייגט רויטע קאונס אז די טרעילערס זאלן באמערקן אז עפעס ליגט דא. אבער למעשה איז געשעהן אז א ווילדע טרעילער האט זייער שנעל געדרייווט און רח"ל איבערגעפארן דאס קינד פון וועלעכע ער איז טראגיש אומגעקומען.

 צו מיינט איר אז מ'וועט דעם טאטען און מאמע'ן נישט פארהאלטן איבער זייער אומ-אחריות'דיגער און מסוכן'דיגער אקט אפילו בעפאר די לוי'??!!! נישט נאר דאס, זיי ווערן גלייך ארעסטירט און אנגעקלאגט אויף מארד. זיי קענען נישט גיין צום לוי' און נישט זיצן קיין שבעה. און די גאנצע מידיאו און פאליציי זענען פארנומען איבער די שענדליכער אקט וואס די עלטערן האבן געטוען. איי, ווי איז אייער הארץ?! לאז זיי טרויערן אויף זייער פארלוסט! שפעטער איז דא צייט פארצוהאלטן די עלטערן.... קיינער פרעגט דאס נישט.


געוואלדיג 👍
איך וועל צולייגן נאך א ווארט
ווען דער טאטע און מאמע לייגן אראפ עטליכע קינדער אויפן ראוד וכו', און איינער ווערט נעבעך אראפגעקלאפט, קומט א צווייטער און נעמט זיך שרייען אויף זיי אכזרים, וועט דער דריטער שרייען, וואס שרייסטו אויף זיי בשעה שמתם מוטל לפניהם
רבותי, מ'שרייט נישט עטץ זענט שולדיג אויפן עבר, משרייט עטץ זענט שולדיג אויפן הוה, איר זענט נאך ממשיך מיט די זעלבע זאך

מ גפני » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:15 am

· #209439
/
📎 IMG-20140703-WA001.jpg

גנדי » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:24 am

· #209446
וואלט איינער געמעגט זאגען אין די שבעה אז מנחם שטארק איז זיך אליינס שולדיג אין זיין קידנעפינק? ווי אזוי וואלט איר דאס אנגענומען?

גאלד » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:31 am

· #209457
ס'נישט דומה ווייל ער האט דאך נישט מוסר געזאגט די נפטרים נאר די עלטערן

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:34 am

· #209459
אידן זענען פאר׳ביטער׳ט, אין א עת צרה, זיי בעטן זיך ביי משה ״אונז זעמיר דורשטיג, אביסל וואסער״, משה רבינו שרייט זיי אן: ״ממרים הייתם!״ .

דאס איז געווען די חטא פון משה רבינו, אפילו אויב ס׳איז אמת, באשולדיגט מען נישט קיין איד בעת צרתו.

(ע״פ ספה״ק)

שרייבער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:50 am

· #209467
ווי האט משה רבינו געזאגט ממרים הייתם עם ה' ווען אידן זענען געווען דארשטיג?

גאלד » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:54 am

· #209468
אודה לי בזה אז זיי זענען ממרים, דאס ווילסטו דאך אויך נישט, דאן האק ניט קיין צ'ייניק

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:05 am

· #209474
שרייבער
ווי האט משה רבינו געזאגט ממרים הייתם עם ה' ווען אידן זענען געווען דארשטיג?

״שמעו נא המורים״ תוכחת, כדרך ממרים הייתם עם ד׳. (רמב״ן)

גאלד
אודה לי בזה אז זיי זענען ממרים, דאס ווילסטו דאך אויך נישט, דאן האק ניט קיין צ'ייניק

כ׳רעד אפילו לשיטתו איז עת לדבר ועת לשתוק.

elter-zeide » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:08 am

· #209476
יואב
בקיצור, ס׳איז אים געלונגען, ער איז ווייטער אויף דער אינטערנאצינאלער ארענע.
דאס וואס עכט בדערט יעדען, וואס ער זאגט פאר זיינע בחורים גייט יעדען גאנץ ווייניג אהן,

קרעקער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:10 am

· #209478
איך בין ווייט נישט קיין אהרוני, אדער בכלל א סאטמערער. איך בין אבער אנטציקט פון זיין בראווקייט צו זאגען א נקודה וואס איז ברור צו בעקפייערען, אבער האט א שטארקע אמת צו זיך


ווען דו גייסט דיך אראפציען די הויזען און באמאכען אויף לי עוועניו גייסטו אויך זיין זייער בראוו און יעדער גייט רעדען פון דיר

outspoken » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:11 am

· #209479
גאלד
איך עגרי אז ער וואלט אפשר נישט געדארפט דירעקטירן זיינע מוסר רייד צי די עלטערן וואס זענען נעבעך אין א טיפער צער וואס קיינער זאל קיינמאל וויסן,
כא'געהערט אמאל א זיס ווארט, פון מיין רבי'ן הגרי"ח גרינוולד שליט"א, משה רבינו ווען ער האט מתפלל געווען נאכן עגל, האט ער געזאגט "אנא חטא העם הזה חטאה גדולה ויעשו להם אלוקי זהב", איז דאך ממש א פליאה, משה רבינו פרובירט דאך דא צו מליץ טוב זיין אויף כלל ישראל, וואלט ער געדארפט מינימיזירן דעם חטא, אז ס'נישט אזא געפערליכע גרויסע עבירה וכדומה, דערווייל שרייט ער "אנא חטא העם הזה חטאה גדולה!!" וואס פונקטליך האט מרע"ה פרובירט צו עקאמפלשן מיט אזאלכע ווערטער?
נאר ווען א קינד טוט א קליינע פעלער ער פאלגט נישט די עלטערן, דאן זאגן אים די טאטע מוסר און איז איהם מעניש, אבער ווען א קינד טוט א געפערליכע זאך, למשל ער לויפט אליינס דורך די רוישיגע גאס, און א קאר קלאפט איהם אראפ און ווערט נעבעך זייער פארוואונדעט, פארשטייט יעדער אז יעצט איז נישט די צייט צו מוסר זאגן פארן קינד, אדרבא מ'פארעט זיך מיט ליבשאפט מיטן קינד,
דאס האט דער גרויסער מליץ טוב געזאגט, רבושע! אנא! איך בעט דיך! חטא העם הזה חטאה גדולה!, דיין קינדער האבן דא געטאן א געפערליכע זאך, א טראק איז זיי ממש אדורכגעפארן, זיי זענען ציבראכן אויף שטיקער, יעצט איז נישט קיין צייט זיי צו מעניש זיין, אדרבא טוה זיי יעצט נאר חסדים,
די זעלבע לענינינו טראץ וואס ר' אהרן'ס דיבורים זענען דברים נכונים און מוז געזאגט ווערן, פונקט ווי די פארקערטע עקסטרימסטן לאזן זיך יעצט הערן מיט זייער גרויליקע ווילדע דיבורים אז מ'זאל אויסשעכטן די אראבער וכדומה, ווייל זיי וויסן אז יעצט איז דא אוזן קשבת, און די וועלט, הוא הנותנת אז טאקע יעצט מוז געהערט ווערן די דברי אמת וצדק, אז ליידער די עלעמנטן וואוינען אין די שטחים בלויז צו פאראויסריקן זייער פארקרימטע אגענעדע פון שלימת הארץ און לייגן זיך און זייערע משפחה און א סכנה, בעת זיי האבן אלע ברירות צו וואוינען אפאר קילאמעטער אריינציר אויסער די שטחים,
אבער ווי געשמועסט דאס וואלט אפשר נישט געדארפט געזאגט ווערן צי די עלטערן וואס 10 טראקס זענען זיי יעצט אריבערגעפארן, נעבעך ה"י


@גאלד

דיין משל איז נישט דומה לנמשל, די משל דא איז(אדער גאר די נמשל), א טאטע און מאמע הייסען די קינדער שפילען אין א הויז ווי זיי האבן געקויפט פאר אינוועסטמענט, אז די ביליגע טענענטס זאלען נערוועז ווערן און ארויס גיין, למעשה האט א גוי געהארגעט איין קינד חלילה, און זיי הייסען די אנדערע קינדער ווייטער שפילען אין די הויז , די עולם שרייט מ'דארף הארגענען די טענענטס, וואס וואלט @גאלד געשריגען, יא, אזוי ווי זיין רבי..

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:11 am

· #209480
ווען א בחור כאפט א היטש אין חברון איז עס התגרות באומות, ווען קרית יואל ווילעדזש טוט טאג נאך טאג אויפרייצן די ארומיגע איינוואוינער, טרעט אויף אלע לאקאלע בילדינג געזעצן און רעגולאציעס, און זייגט די קאונטי טרוקן פון אלע רעגירונגס פראגראמען דאס איז סייעתא דשמיא, ווייל די רבי ז"ל וואכט פון אויבן...

signout » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:14 am

· #209481
ישמעאל הכהן
ווען א בחור כאפט א היטש אין חברון איז עס התגרות באומות, ווען קרית יואל ווילעדזש טוט טאג נאך טאג אויפרייצן די ארומיגע איינוואוינער, טרעט אויף אלע לאקאלע בילדינג געזעצן און רעגולאציעס, און זייגט די קאונטי טרוקן פון אלע רעגירונגס פראגראמען דאס איז סייעתא דשמיא, ווייל די רבי ז"ל וואכט פון אויבן...

די קייסט דא איבער די זעלבע משל ווי תימן, מען רעדט נישט ווען איינער איז אויף א פלאץ אין וויל זיך פראטעקטען צו קענען לעבן, ווי א מתנחל וואס גייט לכתחילה וואינען פאר שלימת הארץ

signout » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:16 am

· #209482
די וואס צולאזען זיך אין שימפען אזוי שארף אויף די דרשה טוהן די גרעסטע טובה פאר סאטמאר, דאס איז ביי זיי א געבאקענע שטאלץ אז זיי גייען מיט די תורה אפילו ווען די גאס איז דערקעגן רורן זיי זיך נישט אוועק פינעם זעלבען דרך האמת, איך הער ווי מ'פארציילט די מעשיות ביים רבי'ן ז''ל ווי די גאס האט געשטורמט זיי זעהן אז נאר פאר א המשך

elter-zeide » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:22 am

· #209484
קינד_אן_קייט
אידן זענען פאר׳ביטער׳ט, אין א עת צרה, זיי בעטן זיך ביי משה ״אונז זעמיר דורשטיג, אביסל וואסער״, משה רבינו שרייט זיי אן: ״ממרים הייתם!״ .

דאס איז געווען די חטא פון משה רבינו, אפילו אויב ס׳איז אמת, באשולדיגט מען נישט קיין איד בעת צרתו.

(ע״פ ספה״ק)
פשט אין פסוק איז אזוי, אז דער באשעפער האט געהייסען ער זעל נעמען דעם שטעקען אין צאם ריפען אלע יודן אין רעדען צים שטיין, למעשה האט ער געטאן אנדערש, ער האט צאם געריפן דע יודן אין גערעט צי זיי צי דע יודן אין נישט צים שטיין, ער האט אוסגערעט אין מיטען דע מצוות ה', ווייל אויב וועגען זאגען דע ווערטער "ממרים" פאר וואס איז אהרן געשטראפט געווארען?

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:25 am

· #209486
אז מען קיקט אביסל מיט א ניכטערע בליק, וואס ניקים וואס זענן קעגן דאס וואס די רבי שליט''א האט געזאגט, וועט איר זען אז פאר זיי באדערט נישט דאס וואס דער רבי שליט''א האט געזאגט, פאר זיי באדערט נאר דער פאקט, אז טראץ דעם וואס סאטמאר איז ארום גענימען מיט שונאים מבית ומבחוץ, און יעדע מיטל וואס עס איז נאר אינטערגענימען געווארן צו פארשטילן, דעם קול חצוב להבות אש, האט נישט געארבייט!

סאטמאר גייט ווייטער אן, דעם דבר ה' ווערט ווייטער געהערט אן קיין שרעק אדער קיין חשבונות וואס בעלז אדער אנדערע פיינטליכע קרייזן האבן צו זאגען, אפי' נישט וואס די סאטמאר החדש / די אנשי סאסמאן האבן צו זאגען!

דעם דבר ה' אשר היה ליואל, גריצעלט אין די אוערן, וועט אי''ה ווייטער גריצלען, און די הייסע פארע וואס שטורמט ארויס פון די נאז לעכער פון די אלע שונאי סאטמאר, וועט ווייטער פארזעצן צו שטרומען ביתר שאת וביתר עוז.

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:40 am

· #209497
[quote=""elter-zeide"]פשט אין פסוק איז אזוי, אז דער באשעפער האט געהייסען ער זעל נעמען דעם שטעקען אין צאם ריפען אלע יודן אין רעדען צים שטיין, למעשה האט ער געטאן אנדערש, ער האט צאם געריפן דע יודן אין גערעט צי זיי צי דע יודן אין נישט צים שטיין, ער האט אוסגערעט אין מיטען דע מצוות ה', ווייל אויב וועגען זאגען דע ווערטער "ממרים" פאר וואס איז אהרן געשטראפט געווארען?[/quote]
זאגט נאר, האט איר ל״ע געכאפט געשוואלענע מכות ביי ואני?

א רחמנות נעבאך אויפ׳ן עלטער׳ן דור, ה״י.

elter-zeide » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:50 am

· #209502
[quote="קינד_אן_קייט"][quote=""elter-zeide"]פשט אין פסוק איז אזוי, אז דער באשעפער האט געהייסען ער זעל נעמען דעם שטעקען אין צאם ריפען אלע יודן אין רעדען צים שטיין, למעשה האט ער געטאן אנדערש, ער האט צאם געריפן דע יודן אין גערעט צי זיי צי דע יודן אין נישט צים שטיין, ער האט אוסגערעט אין מיטען דע מצוות ה', ווייל אויב וועגען זאגען דע ווערטער "ממרים" פאר וואס איז אהרן געשטראפט געווארען?[/quote]
זאגט נאר, האט איר ל״ע געכאפט געשוואלענע מכות ביי ואני?

א רחמנות נעבאך אויפ׳ן עלטער׳ן דור, ה״י.[/quote]נישט מיין פשט, דער אבן עזרא ברענגט עס,
בד"וו ווער האט דיך אויסגעלערנט דע שפראך? די רעדצט מיט אזא שנאה, ווער איז דיין מורה דרך?

עפל סיידער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:51 am

· #209504
קאך_לעפל ס'אינטערסאנט ווי אמאל איז בעלז מיט מהר''א ביחד ווען מען דארף מנגח זיין יענעם און אמאל פארקערט, אבער בעלז זעהט אלס צו זיין מיט די וואס זיכען צו שטויסען ''יענע סאטמארע'' פראקציע.

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:56 am

· #209506
[quote="elter-zeide"][quote="קינד_אן_קייט"][quote=""elter-zeide"]פשט אין פסוק איז אזוי, אז דער באשעפער האט געהייסען ער זעל נעמען דעם שטעקען אין צאם ריפען אלע יודן אין רעדען צים שטיין, למעשה האט ער געטאן אנדערש, ער האט צאם געריפן דע יודן אין גערעט צי זיי צי דע יודן אין נישט צים שטיין, ער האט אוסגערעט אין מיטען דע מצוות ה', ווייל אויב וועגען זאגען דע ווערטער "ממרים" פאר וואס איז אהרן געשטראפט געווארען?[/quote]
זאגט נאר, האט איר ל״ע געכאפט געשוואלענע מכות ביי ואני?

א רחמנות נעבאך אויפ׳ן עלטער׳ן דור, ה״י.[/quote]נישט מיין פשט, דער אבן עזרא ברענגט עס,
בד"וו ווער האט דיך אויסגעלערנט דע שפראך? די רעדצט מיט אזא שנאה, ווער איז דיין מורה דרך?[/quote]

זיידי אויב ווילסטי פארדאמען איינער וואס רעדט מיט שנאה הייב אהן ביי דיין מורה דרך!

שעפטל » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:27 pm

· #209523
‏איך ווייס נישט וועגן ענק, באוט דינסטאג ווען ס'איז ארויסגעקומען די נייעס אז אן אראביש קינד איז געהרג'ט געווארן האב איך געהערט פון הייסע חסידישע ציונים אז די מתנחלים זענען רוצחים, אומסטאבל און הפקר יונגן, מ'האט פלוצלינג געשאלטן מאיר כהנא, דוב הייקינד און אלע וואס טרייבן אהין צו גיין וואוינען, יעדער שמויגער האט זיך געהאט זיין מיינונג און עס אפן געשריבן אויף זיין וואצעפ גרופ'ל, אנדערע האבן אים אטאקירט, אבער על פי רוב האט מען זיך געהאלטן ביים מיינונג און נישט נאכגעגעבן און ווייטער געשריגן. רוב האבן געהאלטן אז מ'טאר אין אזא פלאץ נישט וואוינען צו לערנען, מ'טאר זיך נישט רייצן דארט מיט די רעגעסטרירטע באוויסטע אראבישע רוצחים ימ"ש, מ'דארף שטיין פון זיי ווייט ווייל זיי זענען עלול להריגה. אנדערע האבן צוגעגעבן אז שיקן א קינד דארט לערנען ביזסטו גארנישט אנדערשט ווי דער אראבער וואס האלט זיינע קינדער אין עזה פאר א 'הומען שיעלד'.

יעצט, סאטמאר רבי איז דער פירער און ממשיך דרכו פונעם אויסגעטרעטענע שיטה וואס איז ארויסגעברענגט געווארן אינעם ספה"ק ויואל משה, אן אריינצוגיין צו די גאנצע שיטה איז א שיטה צו נישט, אן צו דעבאטירן צו סאטמאר רב מהר"י זצ"ל איז געווען גערעכט, אבער דאס פארשטייט יעדער (כ'האף אזוי על כל פנים...) אז דער היינטיגער סאטמאר רבי האלט אז ער איז דער ממלא מקום וממשיך דרכו, (ווילסט עס טשעלענדזשן, גאו אהעד) אויב האלט ער אזוי, מעג ער און מוז ארויסברענגן די שיטה מיט א קלארקייט, צו ס'געפעלט יא פאר די אינדרויסענדיגע גאס צו נישט, צו ס'שמעקט יא פאר זיינע מענטשן צו נישט. דער סאטמארע רבי האלט אז יעצט ווען די גאנצע וועלט באבעלט און זידט איבער די מצב איז די צייט אויפצווועקן און אויפקלערן 'רבותי עטס זיצט אין א לייבן גרוב, עטס זענטס אין דעינדזשער!'

סך הכל שרייט מען 'יעצט איז נישט די צייט דערפאר', אההה ווען דען? נאך די שבעה? וואלסטו נישט געשריגן 'די עלטערן זענען יעצט אויפגעשטאנען, לאז זיי אפ!'? נאך די שלושים? וואלסטו נישט געשריבן 'קוים גענדיגט די שלושים און ער רעדט שוין, ער האט געווארט א גאנצע צייט דאס צו זאגן, ניטאמאל מיטגעפילט זייער ווייטאג נאר געווארט ער זאל קענען עפעס זאגן!'? זאל ער עס זאגן נאכן יאר? וואלסטו דאך געשריגן "וואס דעקט ער יעצט אויף אלטע וואונדן? די עלטערן האבן קוים אנגעהויבן צו קומען צו זיך און הער יו גאו מיטן עפענען פריש די ווייטאג!"... סאו ווען פונקטליך דארף ער עס ווען זאגן????

בקיצור סך הכל וואס א מענטש קען טוהן איז שרייבן, שרייען און ווייטאגן, האסט נאך א ברירה צו בויקאטירן זיין שחיטה, זיינע מצות, צו זיינע מוסדות.... 

מ'האט זיין פעטער אויך אפגעזיגעלט אלס "שונא ישראל" נישט ווייל ער איז געווען פארעווע ווען ס'איז געקומען צו אזא אינצידענט, ניין! בכלל נישט, ס'האט נאר געדויערט א וואך ווילאנג זיין ווארט איז אנגעקומען צו די מידיא און ביז דאן איז שוין געווען אנדערע העדליינס און ס'איז געווען ווי א שירעם נאך א רעגן...

אדרבה, נעמט די (שוין אויך צענזערירטע) ‏טעיפס פון דעמאלטס, און הער עס אויס, נעם זיינע ספרים, און כאפ א בליק און קוק ווי די גאס האט דעמאלטס געשטורעמט. איין קליינע חילוק איז געווען -ווי ארויסגעברענגט- ס'האט געדויערט א וויילע ווילאנג ס'איז אנגעקומען צו די גאס...‏

זיס איז נאר צו זעהן ווי ס'זיצן זיך אין אמעריקע "מהדרין מן המהדרין" ציונים און שרייען "וואס הייסט? ס'איז אונזער לאנד, אונזער טערעטארי, אונזערע שטחים, מ'געמער נישט אויף א אינטש!" אבער וועלן נישט אהינגיין וואוינען, ביי זייערע באזיכן וועלן זיי ניטאמאל טראכטן פון‏ גיין באזיכן און ארומקוקן אין די קריטישע וויכטיגע שטחים... רעדן און פלוידערן און טיילן איין פאר אלע גאווערמענטס וואס און ווען צו טוהן, אבער וועלן נישט אריינלייגן די פינגער אין קאלט וואסער ארויסצוהעלפן.... סאו שאט אפ! דיין מיינונג איז לויטער התגרות באומות און קען און האט געברענגט רציחה מיט אידיש בלוט פארגיסונג, דעם סאטמארע רבי'ס מיינונג האט אפיציעל געברענגט שנאת ישראל. דער סאטמארע רבי האט ענדערשט אויסגעוועלט צו זיין א שונא ישראל ווי א רוצח!!!

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:35 pm

· #209527
ווען האט סאטמאר רב בעל ויואל משה אטאקירט פערזענליך א ציוועלער יחיד?
איז דא איינער וואס געדענקט?
יא, ער האט קריטיקירט ציונות, די מדינה גאווערמענט, די מיליטאנטישע פארטייען, דאס יא. אבער א פשוט'ע טאטע מאמע אטאקירן? ?? קיינמאל!!
און צו קומען זאגן אז אהרן איז זיין ממשיך דרכו, דאס קענען נאר פערדן חמורים! ולא כחמורים של ר' פנחס בן יאיר (נד''נ)

און דאס ווייזט נאכאמאל ווי וויכטיג ס'געווען זיך אפצוטיילן פון אזא מטורף, שטעל דיר פאר ווען ער רעדט ווען אין נאמען פון גאנץ סאטמאר?
הודו לה'!

שרייבער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:40 pm

· #209530
ישמעאל הכהן
ווען האט סאטמאר רב בעל ויואל משה אטאקירט פערזענליך א ציוועלער יחיד?
איז דא איינער וואס געדענקט?
יא, ער האט קריטיקירט ציונות, די מדינה גאווערמענט, די מיליטאנטישע פארטייען, דאס יא. אבער א פשוט'ע טאטע מאמע אטאקירן? ?? קיינמאל!!
און צו קומען זאגן אז אהרן איז זיין ממשיך דרכו, דאס קענען נאר פערדן חמורים! ולא כחמורים של ר' פנחס בן יאיר (נד''נ)

און דאס ווייזט נאכאמאל ווי וויכטיג ס'געווען זיך אפצוטיילן פון אזא מטורף, שטעל דיר פאר ווען ער רעדט ווען אין נאמען פון גאנץ סאטמאר?
הודו לה'!

איך האב הנאה דו זאגסט ווי דו באלאנגסט, מ'זעט וואס ס'באדערט

שעפטל » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:43 pm

· #209535
נא, האסט דיך שוין אפגעטיילט, אפגעזינדערט, שוין געטרינקן 15 לחיים זייט דעמאלטס, ער איז שוין ביי דיר אפגעפרעגט ביזן טויט, אבער.... נאך אלץ גייט דיר אן וואס ער זאגט..... כ'קען מישט אויפהערן לאכן!!!

חוץ טאמער אז די איינציגסטע עבירה איז דא ווער דער רעדנער איז געווען.... במציאות, דער סאטמאר רב זצ"ל האט גערעדט און געהאקט קעגן יעדן רב, רבי ואדמו"ר, וואס איז נחמץ געווען בציונות, טאקע נישט ארויסגעזאגט דעם נאמען, אבער פונעם סטעיטמענט אז "אהרן הכהן האט אויך געמאכט דעם עגל" וואס מ'האט פארשפרייט בשעתו ווען בעזלא רב האט אונטערגעשריבן פאר די בחירות, האט ער נישט באקומען קיין משהו ווייניגער קיתון של שופכין.

דארף מען דא נאכאמאל קלאר שטעלן.... וואס איז ראונג מיטן דרשה? די טיימינג? די פאקט אז ער רעדט פון די מתנחלים? ממש ארויסזאגן די ווארט טאטע'ס? אדער גאר אז "ער" האט דאס געזאגט..? לאמיך פארשטיין וואס.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:47 pm

· #209542
איך האב זיך נישט אדער יא געטיילט. די צרה איז אז אין די גרויסע וועלט איז מען נישט באקאנט וואס און וויפיל סאטמאר'ס ס'דא, יעדער קען רעדן אין סאטמאר'ס נאמען. דארף מען זיכער מאכן אז ס'קומט אן צו יעדן אז ער פארטרעט נאר א חלק, און מסתם דאס אויך נישט אזוי ווי מ'הערט אפילו אינערליך קריטיק אויף אזא דרשה מטורפת.

שעפטל » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:51 pm

· #209544
@ישמעאל הכהן, ס'בעסטע וואלט יעצט געווען א דרשה צו אפילו א פרעס רעליס פון זיין ברודער קלארצושטעלן פאר די וועלט אז ס'נאך דא נארמאלע סאטמארע.... כ'פארשטיי דיך זייער, דו באקומסט מסתמה קריטיג אויף די גאס, זאל דער אנדערער ארויסקומען מיט א קלארקייט וואס יא און וואס נישט מ'זאגט יעצט אין אזא צייט....

טיטאניק » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:52 pm

· #209545
יישר כח ר' ארען טייטלבאם פארען טין פאר מיר די שמיציגע ארבעט
זכה נעשית מלאכתו על ידי אחרים
מיט דיין פרעכע דברי נאצה דיין עקעלהאפטיגע רייד האסטי איין זאך אויפגעטין:
אז יעדער זעט וואס פאר א פנים די שיטה אידען האבען, לעכערליך נידעריג קינדעריש און רשעותדיג
קיפ איט אפ ר' ארען! גיי ווייטער רעד נאך! ווען די ווערסט הייזעריג געב די מייק פאר זלמען לייב פילאפ און אנדערע צדיקים חכמים להרע
עס וועט נאך קימען א טאג וואס מען וועט נישט קיינעם דארפען אויפווייזען ווי קרים די שיטה איז, ווייל די פירות פון די שיטה עקומה וועט עס אליינס טין
פון איין זייט די נטורי קרתא פון די אנדערע זייט ר' ארען און פאר קאמפאט וועט קימען פילאפ מאכען די מכה בפטיש און טיטאניק וועט זיצען אין די זייט און שעפען נחת 👍
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8