☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » רבי אהרן מ'סאטמאר שליט''א טרעט ארויס שארף קעגן די מזרחי

רבי אהרן מ'סאטמאר שליט''א טרעט ארויס שארף קעגן די מזרחי

386 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6717
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:59 pm

· #209550
:
טיטאניק
יישר כח ר' ארען טייטלבאם פארען טין פאר מיר די שמיציגע ארבעט
זכה נעשית מלאכתו על ידי אחרים
מיט דיין פרעכע דברי נאצה דיין עקעלהאפטיגע רייד האסטי איין זאך אויפגעטין:
אז יעדער זעט וואס פאר א פנים די שיטה אידען האבען, לעכערליך נידעריג קינדעריש און רשעותדיג
קיפ איט אפ ר' ארען! גיי ווייטער רעד נאך! ווען די ווערסט הייזעריג געב די מייק פאר זלמען לייב פילאפ און אנדערע צדיקים חכמים להרע
עס וועט נאך קימען א טאג וואס מען וועט נישט קיינעם דארפען אויפווייזען ווי קרים די שיטה איז, ווייל די פירות פון די שיטה עקומה וועט עס אליינס טין
פון איין זייט די נטורי קרתא פון די אנדערע זייט ר' ארען און פאר קאמפאט וועט קימען פילאפ מאכען די מכה בפטיש און טיטאניק וועט זיצען אין די זייט און שעפען נחת 👍


😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃

פיינע קאווע » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:00 pm

· #209552
ישמעאל הער נישט זיינע דרשות וועסטו האבן ווייניגער בויך וויי. די גרויסע וועלט איז גאר גיט אינפארמירט וויפיל סאטמארס סי דא. יעדער אהרוני זאגט פיין געזאגט און יעדער זאלי זאגט דרשה מטורפת. דו פרעמדע גאס ווער ס'איז נוטה צו ישראל שלנו האלט ווי דו. יעדער רעכט דענקענדער מענטש זאגט ער איז כשר גערעכט.
גייסט **** גארנישט **** אויפטוען אויסער זיך אויסגיבן דאס כעס ווי דו שרייבסט פריער איבער די קרית יואל ווילעדש בלא בלאא בלא. וואס נאך באדערט דיך ? גיב ארויס שנעל איידער דו פארסט אין קאנטרי

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:01 pm

· #209553
קרית יואל ווילעדזש איז געווען א קאפי פעיזט, נישט צו ערנסט

גאנצל » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:10 pm

· #209556
די ס"ה וואס איך זעי פונעם גאנצן אשכול מיט די אלע טענערייען איז אז

די ציונים ניקים ווייסן וועם פיינט צו האבן
און די זאליס נעבעך כאטש וואס פון זייער לאגער האט מען געהערט און געשריבן סאך ערגער אבער ווען ס'קומט צו דעם אאאאאאאאאאאאהרן בווווו. וועלן זיי שפייען בלוט וואסערע טפשות ער איז באגאנגען

בקיצור יעדער רעדט ווייטער פון זיין אגענדע

יעצט א ווארט צום נושא

איך האב אויך א טענה צו ר' אהרן פארוואס ער האט געווארט אזוי לאנג מיט זיין רעדע דעס האט שוין געדארפט געזאגט ווערן פון די ערשטע טאג אזא מין חוצפה ? שטעל דיך פאר א טאטע נעמט זיין קינד און צווינגט אים יעצט צו וואוינען אין איראק ווייל ער וויל זיך אננעמען פאר די סוניס אז מ'האט אומזיסט פארטריבן סאדאם כוסעין איז ער נישט א אכזר ?

כן הדבר הזה די גאנצע זאך פארוואס די מתנחלים וואוינען דארט די גאנצע מטרה מרישא ועד גמירא איז פאר איין איינציגע מיאוסע סיבה איז די שרעקליכע תאוה נגד התורה פון שלימות הארץ פאר דיינע תאות הנצחון שטעלסטו אריין דיינע קינדער אין אזא מין מקום סכנה ? אכזר וואס דו ביסט רוצח וואס דו ביסט

ר' אהרן כן דברת יפה דברת נאר מיט א טאג שפעט

אוהב ספרים » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:17 pm

· #209559
<a class="postlink" href="http://blogs.timesofisrael.com/do-not-disregard-the-words-of-the-satmer-rebbe-just-change-the-emphasis/">http://blogs.timesofisrael.com/do-not-d ... -emphasis/</a>


Do not diregard the words of the Satmar Rebbe – Just change the emphasis


Asher Keren
Asher Keren is a scientist, author and religious settler who has lived in Israel for over thirty years.




The current New York based Rebbe of the Satmer sect of Hassidism, Aaron Teitelbaum, has reportedly blamed the parents of the three kidnapped and murdered youth for their own sons’ demise. Make no mistake, the Rebbe’s pronouncements were full of pain and anguish at the loss; true pain and true anguish. At the same time, with all of the pain, the Rebbe blamed the parents for sending their children to learn in an area surrounded by Arab terrorists and murderers.

To be honest, the Rebbe’s verdict against the parents is harsh and exaggerated, but at a certain level not without truth. I would, however, change two things in his verdict. It is not the parents that are guilty, but rather the entire religious Zionist movement and particularly the religious Zionist settlers, of which I am to be counted. In essence, what the Rebbe is saying is that there is no point in unnecessarily putting our loved ones in harm’s way, and truth be told, the religious Zionists are absolutely guilty of such a crime. While the Rebbe of Satmer may have the entire Jewish world sitting in a safe bunker somewhere on the bottom of an ocean, far from the anti-Semitic potentiality now gathering steam the entire world over, it is clear that those that choose to live in Judea and Samaria, as well as their supporters, do not take their lives seriously enough and indeed do violate the spirit and law of Judaism on a daily basis.




When the government of Israel decided to release Arab terrorist murderers the writing was on the wall – the senseless murder of the three youth all but guaranteed. This was known by all of us and yet, we did not do a thing. When the army took down essential roadblocks which allowed for the free intermingling of Jew and Arab on the roads of Judea and Samaria, the writing was on the wall, the tragic atrocity of the three murdered youth just waiting to happen – as it did. We did nothing to stop the tragedy.

And now, when it hurts so much, when the pain is unbearable, we play our guitars, talk about unity and say our Psalms. This is inexcusable and we must take the blame! If the settlers CANNOT learn that the saving of a soul is far more important than eloquent eulogies for the dead, than perhaps the Satmer Rebbe’s condemnation of Zionism is correct as well.

The religious Zionist enterprise in Israel numbers hundreds of thousands of followers and thousands of Rabbis. Still, with all of the economic and social power that we wield, we have not been able to stop one thing that endangers the wellbeing of our families and the wellbeing of the entire State of Israel. We did not stop the Disengagement and we did not stop the release of Arab terrorists from Israeli prisons.



The disaster of these policies are now fully in front of us for all to see, with the entire Southern region of Israel under fire and with the burying of three beautiful, pure, energetic and happy youth. Where is our commitment to Pikuach Nefesh, the saving of a soul?

Sadly, we have no such commitment. We are great at memorializing, but terrible at stopping the plague because we simply cannot allow our lives to be stopped to do what has to be done. We have grown callous, fat and lazy. While it is relatively easy to cry for a few days over the dead, it is far harder to take action that will not allow the government to endanger the entire country.

The irony is that we DO have the power. We have thousands of soldiers that should be recalled to home by family and rabbinic teachers immediately upon the government raising the idea of releasing prisoners. Let the army jail the soldiers. Let them try! It is not about desertion – they are not deserters, but rather dissenters, with the full support of the parents and leaders. If there is a crisis, they will return to the army, but the point will have been made.

Our population consists of thousands of doctors, lawyers, bank managers, teachers, nurses, bus drivers, engineers, researchers, accountants, business owners. It is within our power to shut the country down should we really and truly be committed to the saving of a soul BEFORE tragedy strikes. But we are not committed to this. We are committed to making money as is the rest of the country. We live as if the State of Israel has already been established, the hard work and sacrifice behind us. But Israel is still in its beginnings and if we cannot make the sacrifice of a couple of weeks of work, or of not paying our taxes, en masse!, until the government stops endangering its people, than we are indeed just as guilty as the government.

Democracies are protected and served by the people, not by the government. The job of the people is to ensure that the government is doing its job – which is to guarantee the safety of its citizens. Why do we continue to think that we, the simple people, the non-elected, have no say in assuring that the government acts in accordance with its mandate? Why did not three thousand rabbis, intellectuals, political leaders chain themselves to the Knesset in a mass hunger strike before the countless Arab murderers were released from jail? The answer, sadly, is because we do not really care. We are fat and satiated. In my humble opinion, the Rebbe of Satmer is one million fold more sensitive to the life of each and every single Jew than are the religious Zionists. Something to think about
……………………..

outspoken » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:17 pm

· #209560
מיט איין ווארט, יא גוט געזאגט נישט גוט געזאגט, ער האט געטוישט די מחשבה גאנג צוריק אויף די רעלסען!!!

דער שכן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:36 pm

· #209566
קאך_לעפל
אפטעמיסט
קאך_לעפל
דער הייליגער סאטמארער רבי שליט''א


ווד"פ?

יא! ער איז א הייליגער צדיק! ביזט נישט מסכים? קיין שום פראבלעים, מיר וואוינען אין אמעריקא איר זענט 100% בארעכטיגט צו האלטען אנדערש!


הייליגער סאטמארער רבי שליט''א?? What a joke!

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:40 pm

· #209568
ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן ווי די זעלבע וואס נאך פאר מ'האט בכלל געטראפן ר' מנחם שטארק הי"ד האבן זיי שוין געוואוסט פונקטליך אלע זיינע שייגעץ שטיק, זיי האבן מוסר געזאגט פאר די גאנצע שטאט אז מ'דארף זיך אויף פיהרן מענטשליך צו טענענטס און צו אנדערע גוים, קענען נישט פארשטיין מהר"א פארוואס ער האט געזאגט דעם אמת.

ווען א קינד דערטרענקט זיך אין סווימינג פול הערט מען מענטשן זאגן אז די עלטערן האבן נישט אבאכט געגעבן, די קאנטרי איז שולדיג, די לייף גארד, מ'פארלאנגט בעסערע שלעסער און שטרענגערע סעיפטי רולס, ווען ס'געשעהט אן עקסידענט מאכט מען פרעסע-קאנפרענצן, מ'פארלאנגט רויט-לייטס, זינגערס מאכן ניגונים ביי יעדע טראגעדיע, אלעס מעג מען, נאר מהר"א, דער סאטמאר רבי וואס פיהרט די סאטמארע קהילה אויפן דרך פון זיין פעטער דער בעל דברי יואל, ער טאר נישט זאגן וואס ער האלט אז ס'איז ריכטיג.

די פאקט אז די ציוניסטישע פראפעגאנדע האט פיין געארבייט מאכט די טראגעדיגע גארנישט אנדערש פון אנדערע טראגעדיעס וואס כלל ישראל איז ליידער פאריבער די לעצטע פאר יאר, נאך די קלעצקי פרשה האט יעדער געזאגט אז מ'מוז לייגן קעמעראס איבעראל ס'זאל נישט פאסירן נאכאמאל, און נאך די טראגעדיע מיט די דריי בחורים דארף מען אויך זאגן וואס צו טוהן ס'זאל זיך נישט איבערחזר'ן נאכאמאל.

די וועג וויאזוי מהר"א האט גערעדט איז געווען זייער סימפאטיש, ער האט באוויינט די טראגעדיגע, און צום סוף האט ער געזאגט וואס ער האלט אז ס'האט גורם געווען דערצו. און היות ער איז א סאטמארער וואס האלט פון די סאטמארע שיטה, האט ער עס געזאגט מיט די סאטמארע טוויסט. ער האט ארויסגעברענגט אז די עלטערן וואס וואוינען דארט לייגן אריין זיך און זייערע קינדער אין א סכנה, און ער איז גערעכט מיט דעם, ס'רייצט אויף די אראבער, און ליידער ברענגט דאס נישט קיין גוטס.

די וואס האבן אים אייביג פיינט, האבן אים אראפגעריסן ביי אריזאונע ווייץ, שחיטה מהודרת, הדלקה, שיעורי תורה און חתונה תקנות, און זיי וועלן אים ווייטער אראפרייסן נישט קיין חילוק וואס ער זאגט אדער וואס ער טוט, און די וואס האבן פיינט די שיטה האבן פיינט יעדער וואס זאגט עפעס וואס אין איינקלאנג מיט די שיטה. זיין דרשה נעכטן האט גארנישט געטוישט!

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:45 pm

· #209572
[quote=""elter-zeide"]נישט מיין פשט, דער אבן עזרא ברענגט עס,
בד"וו ווער האט דיך אויסגעלערנט דע שפראך? די רעדצט מיט אזא שנאה, ווער איז דיין מורה דרך?[/quote]
חס ושלום! נישט קיין שנאה און אוודאי נישט קעגן אייך, ס׳איז מיר בלויז א חידוש אז פון די פילע צענדליגער פשטים און פונעם אבן עזרא׳ס עלף פשטים האט איר זיך אויסגעקליבן איינס וואס פארלאנגט ״צאם ריפען אלע יודן״ כלשונכם. און אגב איז דאס נישט דעם אבן עזרא׳ס פשט (אדרבה, ברענגט׳ס עס כלשונו).

ולעצם הענין פארוואס איז אהרן געשטראפט געווארן, פארשטייט מען נישט הימלישע חשבונות, אבער אין המקרא יוצא מידי פשוטו און ער איז דא לכאורה געווען אומשולדיג, זאגט דער מדרש אז טאקע פאר דעם לויבט אים די תורה אויס: "וללוי אמר תמיך ואוריך לאיש חסידך - אשר נסיתו במסה, תריבהו על מי מריבה”, מידתו של אהרן איז געווען אז ער האט מקבל געווען דין שמים און געשוויגן, און ער האט צום סוף באקומען שכר דערפאר.

ולענינינו, טראכט נאר אריין וראו מה בין בני לבן חמי, אהרן הכהן האט נישט געשפרינגען, ער איז נישט געווען קיין אפפערטאניסט, ער האט נישט געשלאגן פאליטישער קאפיטאל אפילו ווען די טראגעדיע איז געווען זיין אייגענ׳ס, וידם אהרן.

צומאל דארף מען שווייגן, ס׳איז דא א מקום און א זמן פאר אלעס. ווילסט מפרסם זיין דיין שיטה? נו וויין דיך אויס אויפ׳ן חטא הציונות ביי שלוש סעודות אבער אטאקיר נישט מענטשן פערזענליך, לאז יענעם געמאך אין זיין ווייטאג, בפרט בשעה שמתו מוטל לפניו.

smartinof » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:47 pm

· #209573
שעפטל

ערשטענס. עס איז כמעט אומ-מעגליך פאר א סאטמאר חסיד צו פירן א וויכיח מיט אזא איינער וואס איז נישט אויפגעוואקסן געווארן מיט די סאטמאר'ע שיטה. איינער וואס איז אלע יארן אויפגעוואקסן מיט דאס הייליגקייט פון שלימות הארץ און מיט עקסטרעימע שיטות קעגן די סאטמארע שיטה, וועט קיינמאל נישט פארשטיין וואס דער סאטמאר איד האלט און וויזוי ער קוקט אן יעדע געשעהניש אין מדינת ישראל. אלזא טייערע אידן, ס'איז א שאד די צייט זיך צו טענה'ן מיט אנדערע קרייזן ווייל אפילו זיי ווילן פארשטיין קענען זיי דאס נישט פארשטיין. זייער הארץ לאזט זיי נישט פארשטיין.

אנדערע קרייזען מיינסטו וואס?, מזרחי/מתנחלים, אדער וויזניץ/גור, ווייל די צווייט דערמאנטע האבן ישוב און שלימות הארץ און אחור פונקט ווי די נטורי קרתא
שעפטל
‏
מ'האט זיין פעטער אויך אפגעזיגעלט אלס "שונא ישראל" נישט ווייל ער איז געווען פארעווע ווען ס'איז געקומען צו אזא אינצידענט, ניין! בכלל נישט, ס'האט נאר געדויערט א וואך ווילאנג זיין ווארט איז אנגעקומען צו די מידיא און ביז דאן איז שוין געווען אנדערע העדליינס און ס'איז געווען ווי א שירעם נאך א רעגן...

אדרבה, נעמט די (שוין אויך צענזערירטע) ‏טעיפס פון דעמאלטס, און הער עס אויס, נעם זיינע ספרים, און כאפ א בליק און קוק ווי די גאס האט דעמאלטס געשטורעמט. איין קליינע חילוק איז געווען -ווי ארויסגעברענגט- ס'האט געדויערט א וויילע ווילאנג ס'איז אנגעקומען צו די גאס...‏

זיס איז נאר צו זעהן ווי ס'זיצן זיך אין אמעריקע "מהדרין מן המהדרין" ציונים און שרייען "וואס הייסט? ס'איז אונזער לאנד, אונזער טערעטארי, אונזערע שטחים, מ'געמער נישט אויף א אינטש!" אבער וועלן נישט אהינגיין וואוינען, ביי זייערע באזיכן וועלן זיי ניטאמאל טראכטן פון‏ גיין באזיכן און ארומקוקן אין די קריטישע וויכטיגע שטחים... רעדן און פלוידערן און טיילן איין פאר אלע גאווערמענטס וואס און ווען צו טוהן, אבער וועלן נישט אריינלייגן די פינגער אין קאלט וואסער ארויסצוהעלפן.... סאו שאט אפ! דיין מיינונג איז לויטער התגרות באומות און קען און האט געברענגט רציחה מיט אידיש בלוט פארגיסונג, דעם סאטמארע רבי'ס מיינונג האט אפיציעל געברענגט שנאת ישראל. דער סאטמארע רבי האט ענדערשט אויסגעוועלט צו זיין א שונא ישראל ווי א רוצח!!!

שעפטל

צום לעצט. די טענות לויטן אויך אז רבינו יואל וואלט אזאנס קיינמאל געטוען. ‏די מענטשן וואס שרייען דאס זענען פשוט נישט באהאוואנט מיט היסטאריע און יעצט איז רבינו יואל גאר דער קליגער, ווען ער לעבט שוין נישט. 

לאמיר אריינקלערן.‏ עס זענען פארגעקומען שווערע מלחמות אין ארץ ישראל, עס זענען ליידער אומגעברענגט געווארן אסאך אידישע קינדער, סאלדאדטן. רבינו יואל האט געהאלטן פייערדיגע דרשות אינמיטן ברען פון קריג, ער האט שטארק באוויינט די נפשות וואס זענען ליידער אומגעברענגט געווארן אבער אין די זעלבע צייט שטארק פארפירט קעגן די מעשים פון די ציונים און קלאר געשריגן אז די ממשלת ישראל זענען שולדיג דעראון. איר מיינט אז אויב וואטסעפפ וואלט געלעבט ביי די נשא תורה, שלח תורה וכדו' וכדו' וואלטן געווען שענערע קאמענטס אויף אים?...

איר קענט אפילו פארשטיין וויזוי רבינו יואל האט אויסגעקוקט ווען ער האט געזאגט - נאכדעם וואס מדינת ישראל האט איינגענומען ירושלים און צוריקבאקומען ‏די הערשאפט איבער די כותל המערבי, די איינציג פארבליבענע זאך פונעם הייליגן בית המקדש, די הייליגסטע און טייערסטע זאך ביי כלל ישראל - און ער האט געזאגט "לדעתי איז 'אסור' צוגיין צום כותל"... איך קלער יעצט וואספארא קאמענטס ער וואלט דאן געהאט אויף וואטסעפפ... 

אהא, די פארשטייסט טאקע נישט די חילוק, פון קריטעקירן, א רעגירונג, און אטעקירען אן מענטש וואס ביי אים איז איינגעבאקען אז דאס איז יידישקייט, פונקט ווי מען האט איינגעבאקען פאר דעם סאטמערען בחור'ל אז יידישקייט מיינט לוחם זיין ציונות, און דער סאטמער רב זעלבסט האט פארשטאנען א געוויסע חילוק צווישען א מתנחל, וואס פייט פאר'ן לאנד, ווי דער חילוני וואס פייט פאר'ן לאנד, ער האט געוואוסט אז ביי דעם מתנחל האט דאס עטוואס א לשם שמים'דיקע משמעות, משא"כ פאר די פרייע ממשלה, וואס דאס איז בלויז נקמה געפילען, איז ווען ער זעהט אז אז מסקנות און חשבונות פון דעם פרייען ברענגען קרבנות, עס וויטגאט אים ווען עס ווערן געהארגעט יידן, סאלדאטען פונקט ווי מאה שערים'ניקעס, קריטעקירט די רעגירונג, און נישט די סאלדאטען וואס זענען געגאנגען, ער וועט קיינמאל קיין סאלדאט נישט פארהאלטען און זאגען ביסט זיך אליינס שודיג דיין טויט, פאר די וואס לייגען אריין די חברה און א סכנה, מענטשען וואס נעמען זיך אקציעס בלויז וועגן נקמה געפילען, און וועגן דעם נעמען זיי אומשולדיגע, וואס מיינען אז מיט דעם בויט מען יידישקייט, און שיקען זיי למקום סכנה, וויטאגט ער, בקיצור, סאיז קלאר, אז די כוונות פון פשוטען סאלדאט אדער מתנחל וואס פייט פארן לאנד איז ריינער און מער תמימות'דיג ווי דער וואס זיצט אויפן ממשלה בענקעל, און דער סאטמער האט און וואלט קיינמאל דעם פשוטען נישט קריטעקירט, און אויב פארשטייסטו נישט דעם חילוק, ביסטו פונקט ווי די סאטמערע נאר אויפן אנדערע זייט מטבע

מ גפני » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:47 pm

· #209575
דער שכן
קאך_לעפל
אפטעמיסט
קאך_לעפל
דער הייליגער סאטמארער רבי שליט''א


ווד"פ?

יא! ער איז א הייליגער צדיק! ביזט נישט מסכים? קיין שום פראבלעים, מיר וואוינען אין אמעריקא איר זענט 100% בארעכטיגט צו האלטען אנדערש!


הייליגער סאטמארער רבי שליט''א?? What a joke!

יא! ער איז א הייליגער צדיק! SURE SURE א איד וואס קען זיך נישט אפהאלטן פון ארומקוקן אין מקוה און אויף נשים אין די גאסן ער איז א הייליגער צדיק! יא!

smartinof » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:52 pm

· #209579
יונגערמאנטשיק


די וועג וויאזוי מהר"א האט גערעדט איז געווען זייער סימפאטיש, ער האט באוויינט די טראגעדיגע, און צום סוף האט ער געזאגט וואס ער האלט אז ס'האט גורם געווען דערצו. און היות ער איז א סאטמארער וואס האלט פון די סאטמארע שיטה, האט ער עס געזאגט מיט די סאטמארע טוויסט. ער האט ארויסגעברענגט אז די עלטערן וואס וואוינען דארט לייגן אריין זיך און זייערע קינדער אין א סכנה, און ער איז גערעכט מיט דעם, ס'רייצט אויף די אראבער, און ליידער ברענגט דאס נישט קיין גוטס.

ווי זעסטו און שיטת הרבי מסאטמר ז"ל, אז אויב א מתנחל ווער דערהארגעט פון אראבער איז עס ווייל ער וואוינט דארטען? סאטמער רב האט דאס אמאל געזאגט אדער געשריבען?, ער האט אפשר געזאגט, אז עס מאכט א חרון אף, אויבן ביי גאט, און אולי אז און וועלטליכע פאליטיק רייצען זיי אויף אראבער אלטוועלטליך, אבער ווי זעסטו פון סאטמאר רב אז א תמימותדיגער מתנחל ווערט אומגעברענגט פון אן אראבער אז ער האט געהאלטען אז סאיז לעגעטים?

איך אויך » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:52 pm

· #209580
ישמעאל הכהן
ווען א בחור כאפט א היטש אין חברון איז עס התגרות באומות, ווען קרית יואל ווילעדזש טוט טאג נאך טאג אויפרייצן די ארומיגע איינוואוינער, טרעט אויף אלע לאקאלע בילדינג געזעצן און רעגולאציעס, און זייגט די קאונטי טרוקן פון אלע רעגירונגס פראגראמען דאס איז סייעתא דשמיא, ווייל די רבי ז"ל וואכט פון אויבן...

קום אהער מיי פרענד איך וויל דיר געבן א האג און א קוש.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:53 pm

· #209582
ס'איז נישט מעשה ידי להתפאר... ס'איז געפארן אויף וואצעפ

איך אויך » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:01 pm

· #209587
אז דו וויסלט נישט נעמען צווינג איך נישט.

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:10 pm

· #209597
smartinof
יונגערמאנטשיק


די וועג וויאזוי מהר"א האט גערעדט איז געווען זייער סימפאטיש, ער האט באוויינט די טראגעדיגע, און צום סוף האט ער געזאגט וואס ער האלט אז ס'האט גורם געווען דערצו. און היות ער איז א סאטמארער וואס האלט פון די סאטמארע שיטה, האט ער עס געזאגט מיט די סאטמארע טוויסט. ער האט ארויסגעברענגט אז די עלטערן וואס וואוינען דארט לייגן אריין זיך און זייערע קינדער אין א סכנה, און ער איז גערעכט מיט דעם, ס'רייצט אויף די אראבער, און ליידער ברענגט דאס נישט קיין גוטס.

ווי זעסטו און שיטת הרבי מסאטמר ז"ל, אז אויב א מתנחל ווער דערהארגעט פון אראבער איז עס ווייל ער וואוינט דארטען? סאטמער רב האט דאס אמאל געזאגט אדער געשריבען?, ער האט אפשר געזאגט, אז עס מאכט א חרון אף, אויבן ביי גאט, און אולי אז און וועלטליכע פאליטיק רייצען זיי אויף אראבער אלטוועלטליך, אבער ווי זעסטו פון סאטמאר רב אז א תמימותדיגער מתנחל ווערט אומגעברענגט פון אן אראבער אז ער האט געהאלטען אז סאיז לעגעטים?



וואו האסטו געזעהן מהר"א האלטן אז די מארד איז לעגעטים?

Ben-Shishim » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:11 pm

· #209598
Just to clarify and sum it up

1] You hate Satmer in general
2] You hate Reb Ahron , and surly have your reasons for it (or do you?)
3] You adore the Zionists factions, whether its Aguda, Mizrachi or any other name

Lets just say, the day will come (and hopefully soon ) the truth be known
BB"A

smartinof » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:14 pm

· #209599
קאך_לעפל
נקידה למחשבה:

ווען דער רוצח אריאל שרון ימ''ש האט אנגעכאפט די מתנחלים ביי די אויערן, און זיי ארויסגעשלעפט מיט געבראטענע שלעק פון גוש קטיף, אפי' דער ווילדער מיליטאטנט שרון האט שוין אויך פארשטאנען אז מען קען נישט מער אזוי פול זיך רייצן מיט די אראבער, זיי זענען פארט מענטשען, און א מענטש נאך דערצו א ווילדער אראבער ווען מען רעגט אים אויף, קען מען נישט ערווארטן אז ער זאל זיך לאזען שפייען אין די קאשע, ער רעאגירט מיט ווילדקייט און רציחה וואו די מציאות האלט זיך און אין איבערצייגען.

וואס איז איצט דער הייליגער סאטמארער רבי שליט''א אנדערש? וואס זאגט ער דען? אז מען זאל נישט טשעפענען די אראבער? מען זאל זיך נישט רייצן מיט זיי? מען זאל זיי נישט טערארזירן? און אוועק נעמען זייערע וואוין פלעצער וואו זיי וואוינען שוין כמעט 1000 יאר? ענקער ווילדער משוגענע פירער שרון האט דאך געטאן די זעלביגע? אפי' ער האט פארשטאנען אז מען קען נישט ווייטער אזוי אנגיין?

הערט אויף טשעפענן מיט די אראבער, נעמט נישט אוועק זייערע וואוין ערטער, באווארפט זיי נישט מיט קיין שטיינער. וועט כלל ישראל נישט דארפן גיין צו אזעלכע ביטערע לוויות!!!!!!!!!

א גאונות, די ביסט א פרי פון א גוטען שטיפת מח, נישטא קיין חילוק, ווען איינער נעמט קעיר פון זאכען וואס קומען פאר ביי אים און בעיק יארד, און מכח טעכנישע סיבות דארף מען זיי מסדר זיין? נישטא קיין קיין חילוק צווישען ווילן פארענטפערן א טראגעדיע, און זאגען וועמענס האנט עס איז פארשמירט מיט בלוט ,און טעכניש אוסשטעלן אז עס זאל נישט צוקומען צו קיין פראבלעמען?

smartinof » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:24 pm

· #209604
יונגערמאנטשיק
smartinof
יונגערמאנטשיק


די וועג וויאזוי מהר"א האט גערעדט איז געווען זייער סימפאטיש, ער האט באוויינט די טראגעדיגע, און צום סוף האט ער געזאגט וואס ער האלט אז ס'האט גורם געווען דערצו. און היות ער איז א סאטמארער וואס האלט פון די סאטמארע שיטה, האט ער עס געזאגט מיט די סאטמארע טוויסט. ער האט ארויסגעברענגט אז די עלטערן וואס וואוינען דארט לייגן אריין זיך און זייערע קינדער אין א סכנה, און ער איז גערעכט מיט דעם, ס'רייצט אויף די אראבער, און ליידער ברענגט דאס נישט קיין גוטס.

ווי זעסטו און שיטת הרבי מסאטמר ז"ל, אז אויב א מתנחל ווער דערהארגעט פון אראבער איז עס ווייל ער וואוינט דארטען? סאטמער רב האט דאס אמאל געזאגט אדער געשריבען?, ער האט אפשר געזאגט, אז עס מאכט א חרון אף, אויבן ביי גאט, און אולי אז און וועלטליכע פאליטיק רייצען זיי אויף אראבער אלטוועלטליך, אבער ווי זעסטו פון סאטמאר רב אז א תמימותדיגער מתנחל ווערט אומגעברענגט פון אן אראבער אז ער האט געהאלטען אז סאיז לעגעטים?



וואו האסטו געזעהן מהר"א האלטן אז די מארד איז לעגעטים?

דא און דא און דא

signout » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:43 pm

· #209608
מ גפני
קאך_לעפל
אפטעמיסט
קאך_לעפל
דער הייליגער סאטמארער רבי שליט''א


ווד"פ?

יא! ער איז א הייליגער צדיק! ביזט נישט מסכים? קיין שום פראבלעים, מיר וואוינען אין אמעריקא איר זענט 100% בארעכטיגט צו האלטען אנדערש!


יא! ער איז א הייליגער צדיק! SURE SURE א איד וואס קען זיך נישט אפהאלטן פון ארומקוקן אין מקוה און אויף נשים אין די גאסן ער איז א הייליגער צדיק! יא!

אין ווי קוקט רבי ריח''מ פרידמאן? אין רז''ל פילאפ? - די שרייבסט סתם אין די וועלט אריין ווייל די באלאנגסט ביי צד מהר''זל אבער לאמיר רעדן פין פאקטן

signout » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:45 pm

· #209610
איך האב אנפאנג געמיינט אז אינז האמיר אסאך חסידישע ניקס וואס זענען סימפאטיש צו ציונות, אבער ליינענדיג אלע תגובות שטעלט זיך ארויס אז מיר פארמאגען אסאך ניקס וואס באלאנגען צו צד מהרז''ל (עניוועי זיי האבען ביידע די זעלבע אגענדע יעצט), אין מ'צימעסט ארום

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:47 pm

· #209612
די אגענדע פון צד מהרז''ל איז מוחה צו זיין אויף מהרא''ס שעדליכע אגענדעס

smartinof » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:49 pm

· #209614
signout
איך האב אנפאנג געמיינט אז אינז האמיר אסאך חסידישע ניקס וואס זענען סימפאטיש צו ציונות, אבער ליינענדיג אלע תגובות שטעלט זיך ארויס אז מיר פארמאגען אסאך ניקס וואס באלאנגען צו צד מהרז''ל (עניוועי זיי האבען ביידע די זעלבע אגענדע יעצט)

און אויך ווערט מען געוואר, אז זענען דא געויסע ניקס, וואס וויבאלד ביי זיי און קאפ איז דא פלאץ, נישט מער וואו פאר די צוויי פיגורן, אהרן און זלמן לייב, שטעלן זיי א מסקנא, אז וואס א מענטש זאל נאר, זעהן, טראכעטן רעדן, שרייבען, מוז עס האבן שייכות מיט די צוויי, אומבחנטע דאמיס, ווייל סתם דורכשמועסן דיעות און שיטות מהנעשה והנשמע קען דאך נישט זיין

שרייבער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:50 pm

· #209615
ישמעאל הכהן
איך האב זיך נישט אדער יא געטיילט. די צרה איז אז אין די גרויסע וועלט איז מען נישט באקאנט וואס און וויפיל סאטמאר'ס ס'דא, יעדער קען רעדן אין סאטמאר'ס נאמען. דארף מען זיכער מאכן אז ס'קומט אן צו יעדן אז ער פארטרעט נאר א חלק, און מסתם דאס אויך נישט אזוי ווי מ'הערט אפילו אינערליך קריטיק אויף אזא דרשה מטורפת.

דו קענסט די גרויסע וועלט דו צמצום
א איד דערציילט מיר ער איז געווען אין וויען עסטרייך פאר עטליכע יאר צוריק, און טרעפט א איד וואס קען קיין אידיש, ער פרעגט אים וועלכע קהלה ער איז, זאגט ער סאטמאר, וועלכע ארונים אדער זאלונים
א צווייטער איד דערציילט מיר ער איז געווען אין שפיטאל א יאר צוריק, ער האט געטראפן דארט עטליכע אמעריקאנער אידן וואס קענען קיין אידיש פון ניו דזשערסי ערגעץ, און די זעלבע מעשה, סאטמאר? וועלכע סאטמאר ארונים אדער זאלונים, אנדערע מער באקאנטע זאכן האבן זיי ניטאמאל געוואוסט די קשיא האבן זיי געוואוסט צו פרעגן, און די גאנצע וועלט ווייסט אז ס'איז דא מער ווי איין סאטמאר

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:51 pm

· #209618
יא זיכער, גיי פרעג צוויי אידן פון גוש עציון, איך בין זיכער זיי קענען דעם ברך ליפא רב אויך

signout » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:52 pm

· #209621
smartinof
signout
איך האב אנפאנג געמיינט אז אינז האמיר אסאך חסידישע ניקס וואס זענען סימפאטיש צו ציונות, אבער ליינענדיג אלע תגובות שטעלט זיך ארויס אז מיר פארמאגען אסאך ניקס וואס באלאנגען צו צד מהרז''ל (עניוועי זיי האבען ביידע די זעלבע אגענדע יעצט)

און אויך ווערט מען געוואר, אז זענען דא געויסע ניקס, וואס וויבאלד ביי זיי און קאפ איז דא פלאץ, נישט מער וואו פאר די צוויי פיגורן, אהרן און זלמן לייב, שטעלן זיי א מסקנא, אז וואס א מענטש זאל נאר, זעהן, טראכעטן רעדן, שרייבען, מוז עס האבן שייכות מיט די צוויי, אומבחנטע דאמיס, ווייל סתם דורכשמועסן דיעות און שיטות מהנעשה והנשמע קען דאך נישט זיין

ליין 'וויאזוי' יענער רייסט אראפ, אין וואס יענער שרייבט אין אנדערע אשכולות, זיי נישט בלינד

שרייבער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:56 pm

· #209627
smartinof
יונגערמאנטשיק
smartinof
יונגערמאנטשיק


די וועג וויאזוי מהר"א האט גערעדט איז געווען זייער סימפאטיש, ער האט באוויינט די טראגעדיגע, און צום סוף האט ער געזאגט וואס ער האלט אז ס'האט גורם געווען דערצו. און היות ער איז א סאטמארער וואס האלט פון די סאטמארע שיטה, האט ער עס געזאגט מיט די סאטמארע טוויסט. ער האט ארויסגעברענגט אז די עלטערן וואס וואוינען דארט לייגן אריין זיך און זייערע קינדער אין א סכנה, און ער איז גערעכט מיט דעם, ס'רייצט אויף די אראבער, און ליידער ברענגט דאס נישט קיין גוטס.

ווי זעסטו און שיטת הרבי מסאטמר ז"ל, אז אויב א מתנחל ווער דערהארגעט פון אראבער איז עס ווייל ער וואוינט דארטען? סאטמער רב האט דאס אמאל געזאגט אדער געשריבען?, ער האט אפשר געזאגט, אז עס מאכט א חרון אף, אויבן ביי גאט, און אולי אז און וועלטליכע פאליטיק רייצען זיי אויף אראבער אלטוועלטליך, אבער ווי זעסטו פון סאטמאר רב אז א תמימותדיגער מתנחל ווערט אומגעברענגט פון אן אראבער אז ער האט געהאלטען אז סאיז לעגעטים?



וואו האסטו געזעהן מהר"א האלטן אז די מארד איז לעגעטים?

דא און דא און דא

דו לינקסט צו איזרעלי צייטונגען
צייכן מיר אן דא, רינגל ארום, ווי זאגט ער אז ס'איז זיך זיי געקומעו
<a class="postlink" href="http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20140705&gil=1592">http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 5&gil=1592</a>

smartinof » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:59 pm

· #209630
שרייבער
ישמעאל הכהן
איך האב זיך נישט אדער יא געטיילט. די צרה איז אז אין די גרויסע וועלט איז מען נישט באקאנט וואס און וויפיל סאטמאר'ס ס'דא, יעדער קען רעדן אין סאטמאר'ס נאמען. דארף מען זיכער מאכן אז ס'קומט אן צו יעדן אז ער פארטרעט נאר א חלק, און מסתם דאס אויך נישט אזוי ווי מ'הערט אפילו אינערליך קריטיק אויף אזא דרשה מטורפת.

דו קענסט די גרויסע וועלט דו צמצום
א איד דערציילט מיר ער איז געווען אין וויען עסטרייך פאר עטליכע יאר צוריק, און טרעפט א איד וואס קען קיין אידיש, ער פרעגט אים וועלכע קהלה ער איז, זאגט ער סאטמאר, וועלכע ארונים אדער זאלונים
א צווייטער איד דערציילט מיר ער איז געווען אין שפיטאל א יאר צוריק, ער האט געטראפן דארט עטליכע אמעריקאנער אידן וואס קענען קיין אידיש פון ניו דזשערסי ערגעץ, און די זעלבע מעשה, סאטמאר? וועלכע סאטמאר ארונים אדער זאלונים, אנדערע מער באקאנטע זאכן האבן זיי ניטאמאל געוואוסט די קשיא האבן זיי געוואוסט צו פרעגן, און די גאנצע וועלט ווייסט אז ס'איז דא מער ווי איין סאטמאר

איז וואס, אבער מהיכי תיתי אז וויסען אז א דיעה פון איינעם מיינט נישט אז דער צווייטער האלט אויך אזוי, מקען וויסען אז צוויי מענטשען שלאגען אויף א געוויסע זאך, און נישט וויסען אז בעניני דיעות זענען אויך אנדערש, און דאס וויל דער ישמעלי אויפטוהן, אז מען זאל וויסען אז נישט וואס איינער זאגט, מיינט אז דאס איז די דיעה, פון כל הנקרא בשם סאטמאר, ועוד ובפרט, אז עס רעדט זיך פון ציונות

smartinof » דאנערשטאג יולי 3, 2014 3:02 pm

· #209635
שרייבער

דו לינקסט צו איזרעלי צייטונגען
צייכן מיר אן דא, רינגל ארום, ווי זאגט ער אז ס'איז זיך זיי געקומעו
<a class="postlink" href="http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20140705&gil=1592">http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 5&gil=1592</a>

כהאב דיר געלינקט ווי מקען הערן, גיבסטו מיר עפעס א צענזורטע צעטעלע

שרייבער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 3:03 pm

· #209638
ביסט גערעכט, איך מיין מען זאל מאכן א פרעס ריליעס און מפרסם זיין קבל כל העולם ומלואו, אז האדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר און אפשר אויך בני יואל האלטן איז נישט די בחורים און נישט די עלטערן זענען שולדיג, נאר די אראבערס, און זיי זענען בכלל הרוגי מלכות שאין כל ברי' יכול לעמוד במחיצתן (כדברי הגרח"ק)

שרייבער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 3:03 pm

· #209640
smartinof
שרייבער

דו לינקסט צו איזרעלי צייטונגען
צייכן מיר אן דא, רינגל ארום, ווי זאגט ער אז ס'איז זיך זיי געקומעו
<a class="postlink" href="http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20140705&gil=1592">http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 5&gil=1592</a>

כהאב דיר געלינקט ווי מקען הערן, גיבסטו מיר עפעס א צענזורטע צעטעלע

גיי איבער דעם טעיםפ מיטן צעטל און צייכן מיר אן ווי ס'איז צענזורירט

גאנצל » דאנערשטאג יולי 3, 2014 3:08 pm

· #209647
ישמעאל הכהן
די אגענדע פון צד מהרז''ל איז מוחה צו זיין אויף מהרא''ס שעדליכע אגענדעס


די אגענדע פון מהרז"ל איז קודם צו אפמאכן וואס ר' אהרן'ס אגענדעס זענען

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 3, 2014 3:09 pm

· #209648
פאר אינזער יונגע דור וואס האט ליידער נישט זוכה געווען, צו הערן די הייליגע שלוש סעודות תורת פון רבינו הקוה''ט זי''ע, מיר האבן נישט זוכה געווען צו הערן וואו רבינו הקוה''ט זי''ע, איז משמיע דעם דבר ה' ברמה, מיר האבן נישט זוכה געווען מיטצוהאלטן וואו רבינו הקוה''ט זי''ע וואשט אויס יודישע הערצער און מוחות, פון מחשבת מינות ואפקורסות, איז די נעכטיגע היילגע ווערטער פון זיין מ''מ געווען כמים קרים על נפש עיפה.

מיר האבן געמיינט אז אין יענעם ביטרן טאג ביום שנחשכו המאורות, בשעת שעלה רבי בסערה השמימה, יום כ''ו מנחם אב תשל''ט, אז אלעס האט זיך גענדיגט, דאס איז עס... רוח אפינו משיח ה' אשר אמרנו בצילו נחיה בגוים, איז ליידער נלכד בשחיתותם. וואו מאנכע האבן טאקע דעמאלס אויסגעשריגען: עס איז אויס וועלט..... ביזדערווייל שטעלט זיך ארויס די מציאות אז ניין! יעקב אבינו לא מת. עס איז לא אלמן ישראל, מיר זענען נאך היינט זוכה, טאקע אין דעם גרויסן פינסטערניש, צו הערן דעם ריכטיגען אומגעפעלטשען דעת תורה, וואו אזוי מיר דארפן קיקן אויף די מעורות הזמן.

אבער דאס איז נאך נישט אלעס, אבותינו ספרו לנו, אז נאך דעם וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט געזאגט די הייליגע ש''ס תורות, טראץ דעם וואס ער האט עס געזאגט אין א קליין בית מדרש'ל, פאר גאר א קליינע ציבור בימים ההם, דאך עס עס געהאט גאר א ווייטען אפקלאנג, און עס האט געשלאגען טיפע ווארצלען אין די גאנצע אידישער וועלט, און וואו פארשטענדליך האט די משנאי ה' די רשעים אין אפיקורסים אנגעהויבן א העצעריי על ה' ועל משיחו, און האבן געגאסן קיתונות של שופכין, אל מול פני מנורה הטהורה, אלע אידישע און אנגלא-אידישע צייטינגען האבן זיך גענימען שרייבן גאנצעטע בלעטער פון לייצנות און העצערייען קעגן סאטמאר בכלל, מיט איר הייליגען רבי'ן בפרט.
מיר האבן דאס קיינמאל נישט פארשטאנען ביזן היינטיגען טאג, און אצינד ווען מיר זען וואו עס חזר'ט זיך איבער, די גלגילים פון יענע אפיקורסישע שרייבער, זענען פוער את פיהם על ה' ועל משיחו, בלויז פארן חטא פון צו לאזען הערן דעם דעת תורה אמיתות, הייבן מיר ערשט איצט אן צו פארשטיין, וואס סאטמאר איז דירך געגאנגען אין יענע שטרומישע טעג, פון נאך די ששת ימי אפילה.

עס איז אינז א כבוד און א שטאלץ צו זיין סאטמארע חסידים.

אזוי ווי מען פארציילט נאך אויף דעם קלויזענבורגער רב ז''ל, אז איינמאל בשעת אידישע קינדער זענען געווען פארשמאכט אינטער די נאצישע רשעים, און אידישע קינדער זענען געווען דערנידערט און צו קלאפט, און געווען אויסגעשטעלט צו די נידריגסטע השפלות פון די נאצישע באצווינגער ימ''ש, האט א צובראכענער איד געפרעגען דעם קלויזענבורגער רב ז''ל, רבי איצט קענן מיר נאך אויך לויבן דעם אייבישטען יעדן יו''ט ביים דאווענען אתה בחרתנו מכל העמים? האט דער רב ז''ל גענפערט: ערשט איצט קענן מיר זאגען אתה בחרתנו מכל העמים, קיק וואו אזוי די גוים פירן זיך אויף צו באשעפענישען וואס זענען באשאפן געווארן מיט ג-ט'ס געשטאלט, נאך א מזל אז מיר זענען נישט אזוי ווי זיי...

מיר פרייען זיך צו זיין פארשריגען טיפשים, שוטים, אויפמערקזאם-זיכער, רשעים, קאלט-בלוטיג, שונאי ישראל, און נאך און נאך, עס איז נאך אלס בעסער, וואו איידער ח''ו צו זינדיגען פארן הייליגען באשעפער מיט א מחשבת מינות רח''ל, מיר זענען גרייט צו זיין די שטאט'ס נערנים, אבער מיר זענען נישט גרייט צו זיין פון די וואס זענען אנגעפיקווועט מיט מחשת מינות, למחצה לשליש ולרביע.......

דער שכן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 3:12 pm

· #209650
גאנצל
די ס"ה וואס איך זעי פונעם גאנצן אשכול מיט די אלע טענערייען איז אז

די ציונים ניקים ווייסן וועם פיינט צו האבן
און די זאליס נעבעך כאטש וואס פון זייער לאגער האט מען געהערט און געשריבן סאך ערגער אבער ווען ס'קומט צו דעם אאאאאאאאאאאאהרן בווווו. וועלן זיי שפייען בלוט וואסערע טפשות ער איז באגאנגען

בקיצור יעדער רעדט ווייטער פון זיין אגענדע

יעצט א ווארט צום נושא

איך האב אויך א טענה צו ר' אהרן פארוואס ער האט געווארט אזוי לאנג מיט זיין רעדע דעס האט שוין געדארפט געזאגט ווערן פון די ערשטע טאג אזא מין חוצפה ? שטעל דיך פאר א טאטע נעמט זיין קינד און צווינגט אים יעצט צו וואוינען אין איראק ווייל ער וויל זיך אננעמען פאר די סוניס אז מ'האט אומזיסט פארטריבן סאדאם כוסעין איז ער נישט א אכזר ?

כן הדבר הזה די גאנצע זאך פארוואס די מתנחלים וואוינען דארט די גאנצע מטרה מרישא ועד גמירא איז פאר איין איינציגע מיאוסע סיבה איז די שרעקליכע תאוה נגד התורה פון שלימות הארץ פאר דיינע תאות הנצחון שטעלסטו אריין דיינע קינדער אין אזא מין מקום סכנה ? אכזר וואס דו ביסט רוצח וואס דו ביסט

ר' אהרן כן דברת יפה דברת נאר מיט א טאג שפעט


איטליכעס האלטן אז די מענטשן וואס וואוינען דארט לייגען זיך מיט די קינדער - די גאנצע משפחה אריין אין א סכנה. עס איז נישטא וואס צו רעדן, עס איז א פאקט! אפשר זאלט איר גיין וואוינען אין בעדפארד סטיי דארט אין די פראדזשעקטס אויף די צעהנטע שטאק מיט דיין זיסע ווייבעלע מיט אללע דיינע צוקער זיסע קינדערלעך, וואוין דארט מיט הערליכע פורניטשער. גייטס און קומטס... שיין געקליידעט, ווען מען גייט צו א חתונה זאל מען ארויסגיין באצירט מיט די שענסטע און די בעסטע. אזוי אז די חיות דארט זאלן יצא עיניהם!.. דאס איז נאר ווען די שווארצע חולה׳סן האבען א תאווה איינס אדער די אנדערע. שטעלט אייך פאר ווען זיי האבען א האס אקייגן אייך און ווילען אייך צושניידן און ווילען אייך נישט האבען דארט, אבער איר מופט דארט אריין און רייצט מיט זיי מעהר און מער, נאכדעם קומט איר שרייען וויינען! איר זענט גערעכט, איר האט א רעכט צו וואוינען דארט.. .

אפשר פלאצירט איר זיך מיט די משפחה אין אפריקא אין סאפארי מיט די ווילדע לייבן און טייגערס מיט אייער גאנצע זיסע משפחה׳לע!... הע?..

רעבאהרן טיטעלבאם שיסט און שימפט, גרעפעצט און שעלט, בלאזט נפיחות דורך די wrong נקבים און חלולים, ער באוואשט וועם עס שמעקט אים און ווען ער וויל ווענט זיך עס אויך לויט וויאזוי זיין ווייב האט אים באהאנדעלט... אדער ווענט זיך עס וואס ער האט געגעסן און וויפיל אדער ווייניג ער איז געשלאפן, און נאכדעם האט עס בעיקר צו טון וואס מען האט גערעדט ביים דינער-טעיבעל..

ער האט געשאסן א גוטס, עס איז נישט דא וואס צו רעדן. ער האט געזאגט א פראקטישע מענטשליכע דערהער און אין איינוועגס גענוצט די סאטמארע שיטה, און אויך געפרעגט אידישלעך ״הלכה׳דיג״ ווער געט ענק א היתר זיך אריין לייגן מיט די משפחה אין א סכנה.

יעך האב נישט געהערט די דרשה זיינע, אבער געליינט די פאר ווערטער זיינע האב׳עך. איך בין מודה אז הערענדיג אים רעדן מאכט מיך וועלן ברעכן. עס וואונדערט וויאזוי א עדה פון רוב ׳נארמאלע׳ מענטשן לעבן מיט דעם אלץ זייער פירער און ״צדיק״, ״גאון און קדוש״.

סך הכל ווי צו דער זאך ער זאגט דארט איז עס אזוי נישט און צייט! עס איז אזוי נישט פראקטיש און פאסיג געזאגט צו ווערן אין פובליק, דורך א פובליק פיגור, דורך א פירער א איד און דורך א חסידישע רעבע און אוודאי נישט דורך א צדיק גאון קדוש מרחם און יעצטיגע מאמענט און נישט די וועג וויאזוי ער זאגט עס!
עס איז קלאר אז ער האט זיך צוגעכאפט צו די אםערטוניטי. Oh yes! דאס איז ער און דאס האט ער ליעב. און די גרעסטע גערויש האט ער ליעס צו כאפן די אטענשאן מישן די קאשע!.. דאס איז דער טיפיקעל רעבאהרן ביפיו!.. ער טרייט צו זיין ווי דער (אמת׳דיגע) הייליגער סאטמארער רבי וואס איז געווען לויטער אמת און בלתי לה׳ לבדו. נעבעך ווי א קליין אינגעל מאכט נאך די גרויסע טאטעס קומט דא דער וויכטיג מאכער און מאכט נאך. ער שפיעלט עס אבער זייער נישט גוט. עס איז א shame אין מיי אנעסט האמבעל אפיניען. וועגען דעם איז עס זייער גוט אז עס איז געזאגט געווארן באמת דורך׳ן שטאט׳ס נער (שוטה) און נישט דורך די אנגעזעהנע ערענסטע און דעת זקנים.

ער האט געזאגט א גוטס, און עס איז גוט אז ער האט עס געזאגט.. צוויי פייגעלעך געשאסן מיט איין (בת) קול. 1. זיי דארט די מענטשן וואס וואוינען אין לייבן גרוב האבען עס געדארפט הערן, קבל את האמת ממי שאמרו, נישט קיין חילוק ווער עס זאגט עס און יא, ער טוט אזעלעכע נער׳שע ארבעט פונקט ווי א פי האתון. און 2. די אנדערע סאטמארע רייבן זיך די בויך. ער האט געטוהן א גוטע ארבעט. יעצט שעהמט זיך שוין זיין שוואגער דארט מיט אים אויב געסס׳ך גוט. עס וועט זיין שיינע עפטער קוועיקס.

Sit back and enjoy the evening. More fun to come.

גאלד » דאנערשטאג יולי 3, 2014 3:13 pm

· #209651
כא'געטראפן א העתקה פון א געוויסע אדמו"ר וואס לעבט שוין נישט

המקורבים אמרו: דאס איז ברוך מרזל ער פירט אן דעם ישוב אין חברון
רביה"ק זי"ע: די וואוינסט אין חברון
מרזל: יא
רביה"ק: וויפיל אידן וואוינען דארט
מרזל: און קרית ארבע 400 משפחות, אין קרית אברהם אבינו 40 משפחות
רביה"ק: ווי אזוי וואוינט איר דארט עס איז דאך א מקום סכנה?
מרזל: מיר האבן ביקסן, די צבא פאסט אויף, מען האט נישט מורא, בכלל נישט קיין פחד, אפילו די קינדער האבן נישט מורא
רביה"ק: איך פארשטיי נישט אפאר הונדערט משפחות צווישן אזויפיל אראבער, פארוואס דארף מען האבן מסירות נפש דערפאר?
מרזל: זה עיר האבות
רביה"ק: נו מילא? איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט, ווי מעג א איד וואוינען אין א מקום סכנה, פעלט דען ווי צו וואוינען אין ארץ ישראל, מען קען נישט וואוינען אין בני ברק, ירושלים, אשדוד?


איך לאז דעם עולם דערווייל געסן וועלכער אדמו"ר האט דאס געזאגט

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יולי 3, 2014 3:14 pm

· #209652
smartinof
שרייבער

דו לינקסט צו איזרעלי צייטונגען
צייכן מיר אן דא, רינגל ארום, ווי זאגט ער אז ס'איז זיך זיי געקומעו
<a class="postlink" href="http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20140705&gil=1592">http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 5&gil=1592</a>

כהאב דיר געלינקט ווי מקען הערן, גיבסטו מיר עפעס א צענזורטע צעטעלע



איך ווייס נישט אין וועלעכע געגענט די וואוינסט, וואו ס'זאל נאר זיין איז זיכער דא צו באקומען אויערן מאשינדלעך און גוטע גלעזער, אפשר אזוי וועסטו קענען בעסער ליינען און הערן.

מהר"א האט נישט בארעכטיגט די מערדעריי!

smartinof » דאנערשטאג יולי 3, 2014 3:14 pm

· #209654
שרייבער
ביסט גערעכט, איך מיין מען זאל מאכן א פרעס ריליעס און מפרסם זיין קבל כל העולם ומלואו, אז האדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר און אפשר אויך בני יואל האלטן איז נישט די בחורים און נישט די עלטערן זענען שולדיג, נאר די אראבערס, און זיי זענען בכלל הרוגי מלכות שאין כל ברי' יכול לעמוד במחיצתן (כדברי הגרח"ק)

איך ווייס נישט ווער וואו און וואס און ווען, איך ווייס נאר איין זאך, מען דארף מתפלל זיין אויף די היינטיגע סאטמער, פונקט ווי די סאטמער רב האט געזאגט מען זאל מתפלל זיין אויף די מדינה, אז סאטמער זאל בטל ווערן אבער נישט מיט קיין אידיש בלוט, אהרן זלמן לייב בני יואל, איך האב זיי אלע און אחור, נאר פאר צוואנציג יאר צוריק האט געוואוינט א גדול מיט'ן נאמען רבי יואל טייטעלבוים, ער איז געווען א בעל דיעה און א בעל שיטה, קומען היינט אפאר ראציגע שווארצע רעקלעך און לייגען אלעס אריין און זיינע ווערטער, דאס איז וואס מיר באדערט, פארוואס זאל סאטמער רב באקומען אזא נעגאטיווען קוק איבער די וועלט ווייל סאיז דא אפאר קליינע קעפ וואס פארופען זיך אויף זיין נאמען און האבן נישט קיין אהנונג וואס ער האט געוואלט, און פאר זייער טיפשות דארף סאטמערא רב באקועמן א נעגעטיוון שווארצען ליילעך, נישט אז איך בין איינשטומינג מיט אלע דיעות פון סאטמער רב, דאס איז נאך נישט קיין סיבה אז עס זאל מיר נישט באדערן, ווען מען נעמט א מענטש און מען פארדרייט אים, און מען מאלט אים אפ אנדערש וואו ער האט געוואלט

גאלד » דאנערשטאג יולי 3, 2014 3:18 pm

· #209656
הנ"ל איז פונעם ישועות משה מ'וויזניץ ז"ל

טיטאניק » דאנערשטאג יולי 3, 2014 3:33 pm

· #209662
איך האב הנאה ווי דער שכן צילאזט זיך אויף ר' ארען
יישר כח
גיט, אבער אז די גיסט שוין צואה גיס אויף די גאנצע שיטה
בעברית אומרים: אם כבר? אז כבר!

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 3:35 pm

· #209663
גאלד
הנ"ל איז פונעם ישועות משה מ'וויזניץ ז"ל

דאס איז געווען פריוואט, און זיכער נישט נאך א געשעעניש אטאקירן עלטערן, קענסט שוין טאקע נישט מבדיל זיין?

דער שכן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 3:53 pm

· #209676
טיטאניק
איך האב הנאה ווי דער שכן צילאזט זיך אויף ר' ארען
יישר כח
גיט, אבער אז די גיסט שוין צואה גיס אויף די גאנצע שיטה
בעברית אומרים: אם כבר? אז כבר!


יעך זעה מיר האבען גאר שטארקע מיינונגס דיפערענצן. אפשר גאר דיפערענצן אין אונזער רעליגיע פשוט גערעדט. די תורה לאזט נישט, טאר מען נישט. דער (אמת׳דיגע) סאקמארער רבי איז געווען א צדיק אמת. ער האט געלאזט וויסן פאר די וועלט וואס די באשעפער פאדערט פון אונז.
I won't throw him under the bus. ער האט ארויסגעשריגן דעם אמת מיט א אמת. ער איז געווען pure און הייליג. אז איך דארף
Choose׳ן וועם צו פאלגן; דיך אדער אים, נעם איך אים (להבדיל?)..


🤓

גאנצל » דאנערשטאג יולי 3, 2014 3:54 pm

· #209678
כך שיטת ר' ישמעל הייסט אז דו האלטסט אז ווען רביה"ק האט געהאט א דעת תורה האט ער זיך גערעכנט מיט געפילן איך האלט אז נישט איך האלט אז ווען רביה"ק האט געהאט א דעת תורה האט ער עס געזאגט און ער האט זיך נישט גערעכנט מיט קיין געפילן וואס ער האט געהאלטן פאר א דעת תורה האט ער געזאגט איך מעג אזוי האלטן אדער אויב איך האלט אזוי בין איך שוין משוגע צודרייט א חי' און אלע שמות הנרדפים

טיטאניק » דאנערשטאג יולי 3, 2014 4:04 pm

· #209681
דברי רבינו הקדוש בעל השפע חיים זצוק"ל
באקימען אין אימייל

דברי התעוררות חוצבי להבות אש
מכ"ק מרן הגה"ק אדמו"ר מצאנז-קלויזנבורג זי"ע
על המצב הנורא בארץ הקודש תובב"א
מלוקטים מתוך שיעוריו, ומתורגמים מאידיש בתרגום חפשי

* * *
בקיום מצוות 'ישוב ארץ ישראל' במקום סכנה
הרי איכא שכר מצווה בהאי עלמא

(בעת סעודת הברית לנכד הנגיד מוהרא"ז מרגליות ז״ל – שנת תשד"ם)
... שבח והודאה להשי״ת שזכיתי להשתתף בתוך קיבוץ של יהודים בעיר ואם בישראל עמנואל, שאף שיש כמה וכמה שמרפים ידי מקימי העיר, שסכנה להתגורר בה מפאת סמיכותה לישובים הערביים. אך לדברינו היא הנותנת, כיון שיש חשש סכנה בדבר הרי איכא שכר מצוה על זה בהאי עלמא.
חלק ונחלה בארץ ישראל, הוא חלק בעולם הבא
...הרי מצות ישוב ארץ ישראל הוא מן המצות הגדולות ביותר, והלא כה דברי האבן עזרא (בראשית לג, יט) על הכתוב ביעקב אבינו, ויקן את חלקת השדה וגו' שהזכיר זה הכתוב להודיע כי מעלה גדולה יש לארץ ישראל, מי שיש לו בה חלק, חשוב הוא כחלק בעולם הבא, ע"כ. דבר זה הוא חידוש שכל מי שקונה לו חלק בארץ ישראל נחשב כאילו קנה חלק לעולם הבא.
מיישבים את ארץ ישראל במסירות נפש
... ברוך ה' שזכיתי להשתתף במצווה זו ולראות בטוב איך שבאו לגור כאן במסירות נפש ובהתלהבות לדבר מצוה, ויעזור הקב"ה ויגן ויושיע לכל תושבי העיר להיפקד בדבר ישועה ורחמים.

שעפטל » דאנערשטאג יולי 3, 2014 4:04 pm

· #209683
ישמעאל הכהן
די אגענדע פון צד מהרז''ל איז מוחה צו זיין אויף מהרא''ס שעדליכע אגענדעס

א גאר שטארקע ווארט! נאך שטערקער איז אז מ'מוז עס מאכן שעדליך...

@דער שכן שוין לאנג נישט געליינט אזא צומישטע תגובה ווי דיין לאנגע.... איז עס גערעכט צו זאגן צו נישט, מעג מען עס זאגן צו נישט? בלייבט ווידער איבער אז ס'באדערט דיר "ווער" ס'האט עס געזאגט? אפפס קענט העלפ יו! סארי ברא!

שרייבער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 4:07 pm

· #209684
שרייבער
ביסט גערעכט, איך מיין מען זאל מאכן א פרעס ריליעס און מפרסם זיין קבל כל העולם ומלואו, אז האדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר און אפשר אויך בני יואל האלטן איז נישט די בחורים און נישט די עלטערן זענען שולדיג, נאר די אראבערס, און זיי זענען בכלל הרוגי מלכות שאין כל ברי' יכול לעמוד במחיצתן (כדברי הגרח"ק)

אקעי, איך זע מ'האט מיר געפאלגט

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=70484">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=70484</a>

איינער געדענקט נאך די נטורי קרתא פרשה פון איראן

דער שכן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 4:14 pm

· #209687
גאנצל
כך שיטת ר' ישמעל הייסט אז דו האלטסט אז ווען רביה"ק האט געהאט א דעת תורה האט ער זיך גערעכנט מיט געפילן איך האלט אז נישט איך האלט אז ווען רביה"ק האט געהאט א דעת תורה האט ער עס געזאגט און ער האט זיך נישט גערעכנט מיט קיין געפילן וואס ער האט געהאלטן פאר א דעת תורה האט ער געזאגט איך מעג אזוי האלטן אדער אויב איך האלט אזוי בין איך שוין משוגע צודרייט א חי' און אלע שמות הנרדפים


חוץ דעם וואס ער האט געהאט שכל און געווען א פיקח עצום האט ער אויך געהאט געפיהלן. ער האט גענוצט אללעס אז רצון הבורא זאל ווערען געהערט. ער האט געוואוסט און פארשטאנען וויאזוי א בשר ודם פיעלט און וויאזוי אזוי א מענטש טראכט. ער האט געהאט א אידיש הארץ. איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי ער וואלט ווען געטון אין יעצטיגן מצב, און רעבאהרן וכת דילי׳ וויסן אויך נישט. ער וויל זיין (שפיעלן) סאטמאר רבי פון אמאהל, אבער עס גייט נישט. עס איז ניטאמאל א טשיפ אימיטעישאן. גאר אן אנדערע סארט כרחוק מזרח ממערב. א אינגעלע לאזט זיך וואויל גיין שפיעלענדיג צדיק גאון וקדוש מיט אויסגעוואשענע שיינע ווייסע זאקען און לאקענדיגע פאות מיט געמאכטן ערענסטע פנים. ער צו דער מישקאלצער און ארץ ישרא׳? דער מישקאלצער איז אסאך א בעסערער עקטאר, בעטער-לוקינג טאא!... 😃
און האט א ביסל מעהר שכל. 💡

דער שכן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 4:16 pm

· #209688
שעפטל
ישמעאל הכהן
די אגענדע פון צד מהרז''ל איז מוחה צו זיין אויף מהרא''ס שעדליכע אגענדעס

א גאר שטארקע ווארט! נאך שטערקער איז אז מ'מוז עס מאכן שעדליך...

@דער שכן שוין לאנג נישט געליינט אזא צומישטע תגובה ווי דיין לאנגע.... איז עס גערעכט צו זאגן צו נישט, מעג מען עס זאגן צו נישט? בלייבט ווידער איבער אז ס'באדערט דיר "ווער" ס'האט עס געזאגט? אפפס קענט העלפ יו! סארי ברא!


תיקו!...

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 3, 2014 4:17 pm

· #209689
גאלד: ייש"כ פאר ברענגען די דברי קודש און דברי אמת פונ'ם כ"ק האדמו"ר הגה"ק זצ"ל זי"ע ועכי"א. אשר בגן עדן מנוחתו (איך בין זיכער.). אבער ס'איז צו א ווילדער געסס. ווייל סיי ווער פון די 500 גרעסטע אדמורי"ם מדור הקודם האט געקענט זאגן אט די דיבורים???...!!!...ווייל פראפאגאנדע איז איין זאך און דברי אמת ויושר איז א צווייטע זאך. וד"ל ואכמ"ל ודפח"ח... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 3, 2014 4:26 pm

· #209694
דער שכן
גאנצל
כך שיטת ר' ישמעל הייסט אז דו האלטסט אז ווען רביה"ק האט געהאט א דעת תורה האט ער זיך גערעכנט מיט געפילן איך האלט אז נישט איך האלט אז ווען רביה"ק האט געהאט א דעת תורה האט ער עס געזאגט און ער האט זיך נישט גערעכנט מיט קיין געפילן וואס ער האט געהאלטן פאר א דעת תורה האט ער געזאגט איך מעג אזוי האלטן אדער אויב איך האלט אזוי בין איך שוין משוגע צודרייט א חי' און אלע שמות הנרדפים


חוץ דעם וואס ער האט געהאט שכל און געווען א פיקח עצום האט ער אויך געהאט געפיהלן. ער האט גענוצט אללעס אז רצון הבורא זאל ווערען געהערט. ער האט געוואוסט און פארשטאנען וויאזוי א בשר ודם פיעלט און וויאזוי אזוי א מענטש טראכט. ער האט געהאט א אידיש הארץ. איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי ער וואלט ווען געטון אין יעצטיגן מצב, און רעבאהרן וכת דילי׳ וויסן אויך נישט. ער וויל זיין (שפיעלן) סאטמאר רבי פון אמאהל, אבער עס גייט נישט. עס איז ניטאמאל א טשיפ אימיטעישאן. גאר אן אנדערע סארט כרחוק מזרח ממערב. א אינגעלע לאזט זיך וואויל גיין שפיעלענדיג צדיק גאון וקדוש מיט אויסגעוואשענע שיינע ווייסע זאקען און לאקענדיגע פאות מיט געמאכטן ערענסטע פנים. ער צו דער מישקאלצער און ארץ ישרא׳? דער מישקאלצער איז אסאך א בעסערער עקטאר, בעטער-לוקינג טאא!... 😃
און האט א ביסל מעהר שכל. 💡

ר' שכן: אויב דו באמערקסט, שטיי איך אביסל אין די זייט און איך לאז די וואוירלד טשעמפיאנס, די העווי וועיט'ס זיך אויסבאקסן. איך האב באצאלט געלט, ניין?! אבער אעפ"כ מיין איך אז דיין שנאה און ביטול צו ר' אהרון שליט"א גייט שוין א ביסל איבער די גבולים. מ'קען זאגן, ס'איז מקלקלת את השורה. מ'קען דעבאטירן. מ'קען זיך דינגען. צי ער האט בכלל געד'ארפט זאגן אט די דיבורים? צו אין דעי צייט?. אבער, ביטע מאך נישט אוועק דעם גאנצן מענטש כאילו ר'איז א קינדערגארטן יונגעלע וואס גייט ארויס שפילן בשעת קריאת התורה. ס'דא א טייטש. אויף די משנה אין פרקי אבות. "אל תהי בז לכל אדם" זיי נישט מבזה און מבטל דעם גאנצן מענטש...ודפח"ח... 🙄 🙄 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

דער שכן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 4:37 pm

· #209701
הא הא. דער אמת האט געטראפן. איך בין פון די קליינע אינגלעך וואס שפיעלן אינדרויסן ביים לייענען. רעבאהרן איז די בעל קורא אינעווייניג.. אינדרויסן בשעת'ן שפיעלן און בארדענען הער איך ווי אףף-טאן ער ליינט און זינגט... איך האט פארציילט פאר מיינע חבירים'לעך אז אויב זיי ווילן קענען זיי אויך עס באמערקן. איך וויס נישט וואס דו טוסט דא אינדרויסן ביי קריאת התורה!.. ביזט א בחור'ל א שטיקל באם אדער א טאטע וואס קומט ארויס מאכן קידוש.....

איך האב אים נישט אינגאנצן אוועקגעמאכט. יעך האב געזאגט אז ער האט געשאסן א גוטס. איך האלט ווי אים. אבער אלץ דער בעל קורא ווייסעך נישט צו ער זאל גרעפעצען הויעך אינמיטן לייענען...

יעצט גיי צווישן די גרויסע טאטעס. ס'פאסט נישט זאלסט דא זיין יעצט. ביזט צו קלוג פאר מיר.

😃
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8