☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » רבי אהרן מ'סאטמאר שליט''א טרעט ארויס שארף קעגן די מזרחי

רבי אהרן מ'סאטמאר שליט''א טרעט ארויס שארף קעגן די מזרחי

386 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6717
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

פיינע קאווע » זונטאג יולי 6, 2014 7:00 pm

· #210330
תמים און שכן. דארפטס פארשטיין. יעדער אהרוני און היבש זאלונים וואס זענען נישט אזויווי ענק האלטען אז רא"ט האט זייער גיט געזאגט. ווייל דו האסט אים פיינט ווי די גיטע יאר טוישט נישט דאס מציאות אז רוב תלמידי רבינו זי"ע האלטען רא"ט האט זייער פיין געזאגט און זיי האבן שטארק הנאה פארן ארויסקומען און זאגען וואס מען דארף צו הערן.
קעגען דיינע לשונות של גנאי טאג און נאכט זענען דא אלפים וואס שרייען קדוש. סוי קאלם דאון אדער שרייב נאך צוואנציג מאל טיפש ביז די וועסט זיך בארואיגען.

ישמעאל הכהן » זונטאג יולי 6, 2014 7:08 pm

· #210334
ניין ניין. זאליס און גענוג ארונים האלטן אז מהר''א האט נישט גוט גערעדט.

דער שכן » זונטאג יולי 6, 2014 7:09 pm

· #210336
פיינע קאווע
תמים און שכן. דארפטס פארשטיין. יעדער אהרוני און היבש זאלונים וואס זענען נישט אזויווי ענק האלטען אז רא"ט האט זייער גיט געזאגט. ווייל דו האסט אים פיינט ווי די גיטע יאר טוישט נישט דאס מציאות אז רוב תלמידי רבינו זי"ע האלטען רא"ט האט זייער פיין געזאגט און זיי האבן שטארק הנאה פארן ארויסקומען און זאגען וואס מען דארף צו הערן.
קעגען דיינע לשונות של גנאי טאג און נאכט זענען דא אלפים וואס שרייען קדוש. סוי קאלם דאון אדער שרייב נאך צוואנציג מאל טיפש ביז די וועסט זיך בארואיגען.

אזויווי דו האזט דא געשריבן דעם תגובה שא דיינעם?.. פיעלסט יעצט בעסער?

It's nothing less than the truth. He is a
שוטה וגס רוח.
If you like it or not.

Thousands swear in many people screaming kudosh, doesn't change the facts.

דער שכן » זונטאג יולי 6, 2014 7:11 pm

· #210337
פיינע קאווע
תמים און שכן. דארפטס פארשטיין. יעדער אהרוני און היבש זאלונים וואס זענען נישט אזויווי ענק האלטען אז רא"ט האט זייער גיט געזאגט. ווייל דו האסט אים פיינט ווי די גיטע יאר טוישט נישט דאס מציאות אז רוב תלמידי רבינו זי"ע האלטען רא"ט האט זייער פיין געזאגט און זיי האבן שטארק הנאה פארן ארויסקומען און זאגען וואס מען דארף צו הערן.
קעגען דיינע לשונות של גנאי טאג און נאכט זענען דא אלפים וואס שרייען קדוש. סוי קאלם דאון אדער שרייב נאך צוואנציג מאל טיפש ביז די וועסט זיך בארואיגען.

Just the opposite!

Now tell me that you met a smart person Shabbos and he told you.
Then you met a Dali and he told uou whatever.
Then you met a viznitzer and a pupener and a skverer and they all said this and that.

Keep it coming.

The stone hit its mark. Keep on barfing.

outspoken » זונטאג יולי 6, 2014 7:11 pm

· #210338
@דער שכן

האסט געטוישט דיין מיינונג פון 'פעיטזש' 1?

דער שכן » זונטאג יולי 6, 2014 7:16 pm

· #210339
outspoken
@דער שכן

האסט געטוישט דיין מיינונג פון 'פעיטזש' 1?

ניין. אללעס בלייבט ביים אלטן.

גארנישט געטוישט.

גאלד » זונטאג יולי 6, 2014 7:28 pm

· #210344
תמים
גאלד, איך האלט פונקט ווי דיר, נאר מען הייבט נישט אהן דא און מען טענה'ט זיך דא פאר גארנישט.

ווייל פונקט ווי אלע אנדערע מחלוקת'ער צווישן די צוויי פארטייען איז דאס אויך א הא בהא תליא.

עס איז קלאר אז ווען איך האלט ווען איין רגע אז ר' אהרן האט עס געמיינט אמתדיג און עס ברענט אים כבוד שמים, איז זיין דרשה גוט געזאגט. און לאמיר זאגן אז עס האט נישט אויסגעפעלט די פערזענליכע באשולדיגונגען קעגן די עלטערן, נו כן ר' אהרן דובר, אבער ער ברענט דאך, און עס טוט אים וויי, און ער איז דאך קלאר גערעכט אויך.

איז אבער דער אנדערער קוקט עס אהן מיט גאנץ אנדערע גלעזער, לשיטתו רעדסט די דאך דא פון א אפורטוניטיסט, און א עטענטשען סיקער א ביליגע מענטש וואס זיין איינציגסטע אידילאגיע איז וויאזוי קען איך מיך בויען און באגראבן מיין פיינט, נו אויב אזוי קוק איך דאך עס אהן אינגאנצן אנדערש.

איז ווילאנג ער רעדט פשוטע אלטע סאטמארע דיבורים נו שוין, זעהט אויס ער דארף נאך יא פיטערען זיין רעכטע לאגער, אבער רעדן א דרשה און אנרירען אזא הייקעלע נקודה מיט אזא הייקעלע שפראך, פארוואס - צי זיין אביסל און די העדליינס און זי קענען שפירן ממש ווי די פעטער?? דאס איז שוין ביליג גרויליג און הארצלאז, און נאכאמאל עס איז נישט דוקא די ווערטער "וואס" ער האט געזאגט, נאר "ווער" עס האט עס געזאגט.

וכן הדין לגבי פלייש, מצות, כינוס כלל ישראל, אגודה פראטעסט, בעלזער שלום. דער זאלי איז נישט קיין היפאקריט פארן אים אראפרייסן און דער ארוני פארן אים בעקן, עס איז אלעס הא בהא תליא בפלוגתת מיהו ר' אהרן קאמיפלגי.

און איך פארשטיי דיר ביסט גערעכט לשיטתך
(דיין רבי וואלט בעסער ארויסגעברענגט די פשעטיל)

דאס איז לגבי וויאזוי א זאלי קוקט עס אהן.

אינדרויסען פון סאטמאר ? נו, איר זאגט דאך אז חיים דוד צוויבל האלט אז דער רבי איז הייליג גערעכט, אויפן רביז"ל נשא תורה האלט ער נאך עד היום אז ער איז נישט געווען גערעכט, און אזוי אויך די עדיטאריעל פון הארץ פאריגע וואך האט גענומען ר' אהרן'ס קנאותדיגע שטעלונג.

און דאס וואס איר טעהנ'ט אז די זאליס באשמיצען ר' אהרן און די ציוניסטישע וועבזייטליך האלט איך אויך עס עולה, אבער האט דאס דען א פארטייאישע שטעלונג פון די רבין דיינים אדער אפיציעלע ווארטזאגער? איז און דער יוד געשטאנען איין ווארט?? האסט טענות אויף אפאר לצים וואס האבן געטראפן די געלעגענהייט צירוקציפליקן די אפיציעלע שטענדיגע פרא ארונישע ארטיקלען אויף די זעלבע וועבזייטליך און ווייזען פארן ענקערע לינקע פריינט אז פאר אביסל עטענשאן זענען זיי מער עקסטרעם ווי די פארהאסטע סיקרירים.

און אגב קומטס עטס זיי א גרויסע יישר כוח פארן ענק העלפן פארשפרייטן די דרשה און אים אראפרייסן אזוי זאלט איר קענען זינגען די ניגון אז מרייסט אים אראפ ממש ווי די רביז"ל .

👍 👍
ענדליך קום מיר צום זעלבן החלטה, די פראבלעם איז דער ביטאנג אהרן טייטלבוים דער עטנשן סיקער, נישט דוקא וואס ער זאגט,
כאב גארנישט וואס צו מגיב זיין, ביי מיר איז די דיסקאשן פאריבער,
מ'קען שוין פארמאכן דעם אשכול, און שיקן די קליינע קינדער שלאפן

berlbalaguleh » זונטאג יולי 6, 2014 7:42 pm

· #210350
גאלד: אזוי ווי דו זאגסט. ווייל סיי וואס ר' אהרן וועט זאגן וועט דער צד שכנגד זאגן פארקערט. און די אנדערע מעלות שמנו "חכמים". אויב ער'ט זאגן אז די זון שיינט אויף אין מזרח 'עללן זיי זאגן אז ער זאגט עס נאר ווייל ר'איז אן אטענשן סיעקער. וכו'.. איך וויל יעצט נישט אריינגיין אין א ברייטערן שמועס, ווייל איך אליין בין שוין מיעד פון צו הערן די אלע הבלים ודברי רוח. אבער היינו טעמא ד'אריזאנא ווייטץ והיינו טעמא ד'צומת הגידין. ועוד ידם נטויה. ס'האט אמאל א גדול געזאגט פאר איינעם. "געניג אז דו ווייסט אז די ביסט גערעכט" דארפסט עס נישט אויפווייזן פאר יענעם. ער וויל סייווי נישט הערן דעם אמת... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

outspoken » זונטאג יולי 6, 2014 7:50 pm

· #210355
גערעכט, אבער מהר''א האט א גרויסע ''רעפ שיעט'' נאך פון תשמ''ג אנגעהויבן. מימלא אז מ'האט אזא ''אפיניאן'' אויף מהר''א איז מען ווייט פון משוגע.

פיינע קאווע » זונטאג יולי 6, 2014 7:56 pm

· #210360
און מיטן גאנצען רעפ שיעט איז ער פון די גרעסטע מנהיגים. אתמהה

outspoken » זונטאג יולי 6, 2014 8:02 pm

· #210363
באמת דארף מען א גרויסע אריכות, אבער מיט איין ווארט, מנהיגים מיט האבן א מאוס'ע ''רעפ שיעט'' איז נישט קיין סתירה, ובעלזא וסקווירא ועוד יוכיח.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 6, 2014 8:03 pm

· #210364
וואס איז די רעפ שיעט? אז ר'האט זיך נישט געלאזט פון די אנגעדרייטע קאנספיראציעס פון משה גבאי וסייעתו (און אלעס ארום.) ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. ווייל משה האט געוואלט אז ער זאלל גיין דרייוון א יעללאו קעב, אדער פאררעכטן שיך. און ס'האט זיך נישט איינגעגעבן... 😕 😎 🙄 😈 😢 😞 😠 😛 😳 😉 😮

outspoken » זונטאג יולי 6, 2014 8:04 pm

· #210365
ר' בערל איר זענט גענוג אלט צו געדענקען...

מאטי » זונטאג יולי 6, 2014 8:08 pm

· #210368
פאר די וואס פארלאנגען א רעפ שיעט
עיין כאן

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/210158">viewtopic.php?p=210158#p210158</a><!-- l -->

outspoken » זונטאג יולי 6, 2014 8:10 pm

· #210371
.

מאטי » זונטאג יולי 6, 2014 8:11 pm

· #210372
וויפיל קען מען דען אריינלייגן אין א רעפ שיעט?

berlbalaguleh » זונטאג יולי 6, 2014 8:14 pm

· #210374
outspoken
ר' בערל איר זענט גענוג אלט צו געדענקען...

יא. איך געדענק. אבער מיין הארץ טוט וויי אויף דעם מצב בכלל. איך ווארט און האף אויף דעים טאג וואס ס'וועט רוען אן אמת'ער און יושר'דיגער שלום במחנינו.... 😎 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😃 😢 😉 😮

דער שכן » זונטאג יולי 6, 2014 8:37 pm

· #210379
גאלד
תמים
גאלד, איך האלט פונקט ווי דיר, נאר מען הייבט נישט אהן דא און מען טענה'ט זיך דא פאר גארנישט.

ווייל פונקט ווי אלע אנדערע מחלוקת'ער צווישן די צוויי פארטייען איז דאס אויך א הא בהא תליא.

עס איז קלאר אז ווען איך האלט ווען איין רגע אז ר' אהרן האט עס געמיינט אמתדיג און עס ברענט אים כבוד שמים, איז זיין דרשה גוט געזאגט. און לאמיר זאגן אז עס האט נישט אויסגעפעלט די פערזענליכע באשולדיגונגען קעגן די עלטערן, נו כן ר' אהרן דובר, אבער ער ברענט דאך, און עס טוט אים וויי, און ער איז דאך קלאר גערעכט אויך.

איז אבער דער אנדערער קוקט עס אהן מיט גאנץ אנדערע גלעזער, לשיטתו רעדסט די דאך דא פון א אפורטוניטיסט, און א עטענטשען סיקער א ביליגע מענטש וואס זיין איינציגסטע אידילאגיע איז וויאזוי קען איך מיך בויען און באגראבן מיין פיינט, נו אויב אזוי קוק איך דאך עס אהן אינגאנצן אנדערש.

איז ווילאנג ער רעדט פשוטע אלטע סאטמארע דיבורים נו שוין, זעהט אויס ער דארף נאך יא פיטערען זיין רעכטע לאגער, אבער רעדן א דרשה און אנרירען אזא הייקעלע נקודה מיט אזא הייקעלע שפראך, פארוואס - צי זיין אביסל און די העדליינס און זי קענען שפירן ממש ווי די פעטער?? דאס איז שוין ביליג גרויליג און הארצלאז, און נאכאמאל עס איז נישט דוקא די ווערטער "וואס" ער האט געזאגט, נאר "ווער" עס האט עס געזאגט.

וכן הדין לגבי פלייש, מצות, כינוס כלל ישראל, אגודה פראטעסט, בעלזער שלום. דער זאלי איז נישט קיין היפאקריט פארן אים אראפרייסן און דער ארוני פארן אים בעקן, עס איז אלעס הא בהא תליא בפלוגתת מיהו ר' אהרן קאמיפלגי.

און איך פארשטיי דיר ביסט גערעכט לשיטתך
(דיין רבי וואלט בעסער ארויסגעברענגט די פשעטיל)

דאס איז לגבי וויאזוי א זאלי קוקט עס אהן.

אינדרויסען פון סאטמאר ? נו, איר זאגט דאך אז חיים דוד צוויבל האלט אז דער רבי איז הייליג גערעכט, אויפן רביז"ל נשא תורה האלט ער נאך עד היום אז ער איז נישט געווען גערעכט, און אזוי אויך די עדיטאריעל פון הארץ פאריגע וואך האט גענומען ר' אהרן'ס קנאותדיגע שטעלונג.

און דאס וואס איר טעהנ'ט אז די זאליס באשמיצען ר' אהרן און די ציוניסטישע וועבזייטליך האלט איך אויך עס עולה, אבער האט דאס דען א פארטייאישע שטעלונג פון די רבין דיינים אדער אפיציעלע ווארטזאגער? איז און דער יוד געשטאנען איין ווארט?? האסט טענות אויף אפאר לצים וואס האבן געטראפן די געלעגענהייט צירוקציפליקן די אפיציעלע שטענדיגע פרא ארונישע ארטיקלען אויף די זעלבע וועבזייטליך און ווייזען פארן ענקערע לינקע פריינט אז פאר אביסל עטענשאן זענען זיי מער עקסטרעם ווי די פארהאסטע סיקרירים.

און אגב קומטס עטס זיי א גרויסע יישר כוח פארן ענק העלפן פארשפרייטן די דרשה און אים אראפרייסן אזוי זאלט איר קענען זינגען די ניגון אז מרייסט אים אראפ ממש ווי די רביז"ל .

👍 👍
ענדליך קום מיר צום זעלבן החלטה, די פראבלעם איז דער ביטאנג אהרן טייטלבוים דער עטנשן סיקער, נישט דוקא וואס ער זאגט,
כאב גארנישט וואס צו מגיב זיין, ביי מיר איז די דיסקאשן פאריבער,
מ'קען שוין פארמאכן דעם אשכול, און שיקן די קליינע קינדער שלאפן

די מקור פון ווי זיינע ווערטער קומען זענען נישט פון די מקור ווי זיין הייליגער עלטער פעטער זצוק״ל האט גערעדט, אויך די וועג וויזוי ער זאגט עס, .. עס איז אזא ענין ווי כח הפועל בנפעל. די ווען, וויזוי, וואס, פארוואס.. איז פארדרייט ביי אים. עס איז א שקר, עס איז נישט לקדש שם שמים. עס איז פלאטשקענען אין יענעםס בלוט כדרכו בקודש, מישן די קאשע. בכלל נישט די שיטה הקדושה - פון די ויוא׳ל משה. ויש כמה וכמה ראיות לזה.

יעצט פארענטפער ווייטער ביז ווען דו וועסט אליינס אנהייבען צו גלייבן דיין פראבירטע קינדערישע ברעין-וואשינג.

I am Sitting back and enjoying the evening.

דער שכן » זונטאג יולי 6, 2014 8:43 pm

· #210381
berlbalaguleh
גאלד: אזוי ווי דו זאגסט. ווייל סיי וואס ר' אהרן וועט זאגן וועט דער צד שכנגד זאגן פארקערט. און די אנדערע מעלות שמנו "חכמים". אויב ער'ט זאגן אז די זון שיינט אויף אין מזרח 'עללן זיי זאגן אז ער זאגט עס נאר ווייל ר'איז אן אטענשן סיעקער. וכו'.. איך וויל יעצט נישט אריינגיין אין א ברייטערן שמועס, ווייל איך אליין בין שוין מיעד פון צו הערן די אלע הבלים ודברי רוח. אבער היינו טעמא ד'אריזאנא ווייטץ והיינו טעמא ד'צומת הגידין. ועוד ידם נטויה. ס'האט אמאל א גדול געזאגט פאר איינעם. "געניג אז דו ווייסט אז די ביסט גערעכט" דארפסט עס נישט אויפווייזן פאר יענעם. ער וויל סייווי נישט הערן דעם אמת... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

וועגען דעם קומען די ארוינים אגאנצן טאג דא צו פארענטפערן זייער אייגענעם כמו מישקאלצער דא ווייל זיי ווילן יא ווייזן אז די רעבע גערעכט?...

Keep up the good work while we all have a blast.
Tell your rebbe that we need such drushos

גאנצל » זונטאג יולי 6, 2014 8:44 pm

· #210382
וויפיל מאל איך הער איבער די דרשה זעי איך מער און מער וואס ס'נעמט זיי ארויס פון די כלים

די פעטער ז"ל האט אונז אויסגעלערנט צו זאגן דעם אמת און אריין נעמען אלע פיילן חצים בליסטראות

שונאי ר' אהרן שיסטס נאך און נאך פיילן ער איז אויף אלעם געווען צוגעגרייט

דער שכן » זונטאג יולי 6, 2014 8:48 pm

· #210383
פיינע קאווע
און מיטן גאנצען רעפ שיעט איז ער פון די גרעסטע מנהיגים. אתמהה

דער לובאוויטשער איז אויך א מנהיג און אויך דער מישקאלצער. דער סערעט איז א מנהיג און אויך איז די בעלזער און זיין שוואגער רעב מענדעלע זאל זיין געזונט. איז וואס?...

דער ליובאוויטשער האט מער פאללאוערס.

So what?

וועגען דעם איז רעבאהרן ווי זיין עלטער פעטער, להבדיל?

דער שכן » זונטאג יולי 6, 2014 8:50 pm

· #210384
גאנצל
וויפיל מאל איך הער איבער די דרשה זעי איך מער און מער וואס ס'נעמט זיי ארויס פון די כלים

די פעטער ז"ל האט אונז אויסגעלערנט צו זאגן דעם אמת און אריין נעמען אלע פיילן חצים בליסטראות

שונאי ר' אהרן שיסטס נאך און נאך פיילן ער איז אויף אלעם געווען צוגעגרייט

גוט, גוט. די הינדלעך קוואקענען גאר הויעך! דער שטיינדעל איז גאאר גוט געלונגן.

You made my day!

דער אמת טוט ענק וויי.

גאלד » זונטאג יולי 6, 2014 8:54 pm

· #210386
ווער איז דאס דער מישקאלצער? קיינמאל געהערט פון איהם, וואס ווילסטו פון זיין לעבן האבן? ער האט דיך אמאל געטשעפעט?

מאטי » זונטאג יולי 6, 2014 8:54 pm

· #210387
גאנצל: וויפיל מאהל האסטו עס שוין אויסגעהערט?

וואס ביסטו געוואויר געווארן שפעטער וואס דו האסט נישט געכאפט און אנהייב?

פון ווי האט דער פעטער געוואוסט פון די מעשה פינעף און דרייסיג יאר פריער?

קענסט אפשר אויסמאלן ווי אזוי ס'וואלט אויסגעקוקט אן אומצוגעגרייטע פייל?

ביטע חזר נישט איבער דעמאגאגישע לאוזינגען, נאר ענטפער וואס מ'פרעגט.

פיינע קאווע » זונטאג יולי 6, 2014 9:14 pm

· #210390
שכן ווילסט זאגען הינדערט מאל אלע מיאוסע ווערטער אויף אים. שוטה טיפוש הינדלעך קוואקען שמאקען ווי מער נארישע ווערטער. געזינטערהייט. דא זעהט קיינער נישט ווער דו ביזט גיב זיך אויס דאס גאנצע כעס וועסטו שפירן בעסער.
קום מיר אבער נישט זאגען וואס עס טוט מיר אדער יענעם וויי. כ'וועל דיר זאגען א סיקרעט. איך בין ב"ה אין זיבעטען הימל. איך בין געווען אין קרית יואל די וואך שבת צוליב א באווארפען. דאס בית מדרש און ווער רעדט ביי שלוש סעודות איז פיל עד אפס מקום. דער רבי האט געזאגט א הערליכע שלש סעודות תורה. אלע אידן דארט זענען געווען אויסערגעוועליך אויפגעהייטערט. מיין 15 יעריג בחור'ל האט היינט גענומען א בחינה פון תורתך שעשועי. היינט צופרי 9 דרייסיג אזייגער איז דער היכל געווען מלא וגדוש מיט בעלי בתים און געלערנט פלייסיג שיעורים אין יסודי התורה ועוד. איך מיין סאטמאר איז שוין לאנג נישט אזוי גיט געשטאנען ברוחניות.
יא ווי זיין עלטער פעטער . נישט ווי זיין עלטער פעטער. הו קערס. ער איז ווי ער איז. און ווי מיר חסידים זענען העכסט גליקליך. קענסט דאס נישט פארשטיין אדער דאס איז די מציאות מיר זענען אלע העפי. אז דו גלייבסט נישט קום אריין ווען דער רבי לערנט פאר פרק וועסטו זעהן ווי ר' יוסף חיים גרינוואלד און נאך ערליכע אידן האבן א תענוג רוחני וואס דו וועסט אין דיין לעבן נישט פארשטיין. שעלט און שפרינג עס וועט דיר העלפן ווי טויטע באנקעס. זיינע חסידים זענען העכסט גליקליך און לאכען פון דיר און דיינס גלייכען

בר דעת » זונטאג יולי 6, 2014 9:27 pm

· #210392
פארוואס דארף יעדער פארשטינקענער ארוני זלוני דא אריינמישן זיין דרעק, דא זאל מען נאר לאזן מענטשן דיסקוסן די נושא, ארונים זלונים דיסקאסן ביידע נישט די נושא, זיי לויפן צו זייערע אגענדעס.
יעדער נארמאלער בר דעת ווייסט אז ר' אהרן האט געטון א גרויסע מיסטעיק מיטן נישט זיין סענסיטיוו בימי אבל ווען עלטערן באוויינען זייער קינד. אלעס ארום איז גלאט טפשות און ברעך מאטריאל. טיפשים אוילים גייט צוריק צו ענקערע מייזן לעכער.

דער שכן » זונטאג יולי 6, 2014 9:48 pm

· #210396

טרייסט דיך מיט דעם אז עס איז געוועהן און עס איז דא א גרויסערוילעם און מיט דעם ווערט רעבאהרן אקעי בקן טעמים. יעצט האסטעמעך אפגעוואנדן.

ישמעאל הכהן » זונטאג יולי 6, 2014 10:08 pm

· #210401
פאראדי...
ס'איז יעצט אריינגעקומען א "פאדקעסט" פון אן אונטער-געהערטע אויפגעכאפטע טעלעפאון שמועס ווי אזוי א געוויסער מתנחלישער ראש ישיבה אין מרכז הרב רעדט מיט א באזארגטע טאטע "הרב תייל גרוסמן" וואס האט א זון לערנען אין די ישיבה.

אט אזוי גייט די שמועס (איבערגעטייטשט פון עברית) כמעט ווארט ביי ווארט:

הרב תייל: א גוטן אווענט קען מען רעדן צום ראש ישיבה?

בן משפחה: יא איין מינוט.

רא"ם: א גוטן צו וועם האב איך דעם כבוד צו רעדן?

הרב תייל: תייל גרוסמן איך האב א זון אין.......

רא"ם: יא יא! אורי'ס פאטער וואס מאכט מען עפעס?

הרב תייל: ב"ה אלס פיין. איך הער עפעס רודערט זיך דארט אין ישוב. וואס גייט פאהר?

רא"ם : כ'ווייס נישט... כ'האב גארנישט געהערט....

הרב תייל: כ'ווייס... כ'הער שמועות אז די שטאט איז איבערגעדרייט, מ'האט געטראפן דריי בחורים נישט בין החיים ר"ל און די בחורים זענען ווילד פאר נקמה...

רא"ם: נע.. מאך דיך נישט צוטון .... ס'איז שטיל דא.. אלעס איז שטיל... (הרב תייל האקט אריין אפאר אומפארשטענדליכע ווערטער) רא"ם: יא זונטאג האט מען אביסל גערודערט דא, דארט אבער יעצט איז שטיל.

הרב תייל: אבער די גאס שמועסט... ס'איז געפערליך די קנאים פארפירן, איר רופט דאס שטיל?

רא"ם: כ'ווייס נישט וואס טוט זיך ביי די קנאים אין ברוקלין... דא אין ישוב איז שטיל אלעס איז שטיל! איר הערט וואס איך זאג אייך?

הרב תייל: אז איר זאגט אזוי, נו איז גוט ... אבער די גאס מיינט דאך אז ס'רודערט יא! ס'איז נישט גוט פאר די מתנחלים.. מ'פארשעמט אונז.

רא"ם : זארגט אייך נישט פארן מתנחלי'שע כבוד! מיר שטייען גאנץ גוט, אלעס וועט זיין גוט די בחורים זיצען..... (הרב תייל: האקט נאכאמאהל אריין:) מאנכע זאגן אז די בחורים האבן געהארגעט אן אראבער!!! איר רופט דאס שטיל?

רא"ם אה!! דאס מיינט איר? דאס איז גארנישט! מ'האט געהארגעט און ס'ווייטער שטיל! געגאנגען ווייטער... ס'שטיל דא יעצט, יעצט איז שטיל, דער אראבער איז טויט, און ס'איז ווייטער שטיל... זארגט אייך נישט...

הרב תייל: אקעי איך הער.. כ'האב נאר געוואלט וויסן, אז איר זאגט אזוי. איז גוט.

רא"ם: יא יא ס'איז גארנישט... איר דארפט אייך גארנישט זארגן . כבר היה לעולמים... כבר היה לעולמים.. איך זאג אייך ..

הרב תייל: אקעי יישר כח. א גוטן.

רא"ם: יא יא בשורות טובות, זייטס געזונט...

ישמעאל הכהן » זונטאג יולי 6, 2014 10:16 pm

· #210404
אוי פארגעסן צו שרייבן אז ס'איז קאפי פעסט. סארי

ישמעאל הכהן » זונטאג יולי 6, 2014 10:18 pm

· #210405
פון וואטסעפ טאקע. אינטערעסאנט איך האב נישט געזען מאטי'ס אשכול

outspoken » זונטאג יולי 6, 2014 10:23 pm

· #210406
דערמאנט מיר א מעשה, תשכ''ז ביי די מעשה פון די שווארצע איז איין ארויסגעווארפען בחור געווען א זון פון אן אויסלענדישע רב, זיין טאטע איז געקומען צום רבין האט אים די רבי געזאגט אז ער האט געטון ווילדע קנאות, האט דער טאטע געענטפערט, אין מיין שטאט האט ער קיינמאל געהערט די ווארט קנאות, ער איז אהערגעקומען און איר האט אים אויסגעלערנט, לערענט אים אויס אינגאנצן.

outspoken » זונטאג יולי 6, 2014 10:25 pm

· #210407
[ציטאט אראפגענומען]

ווילאנג ער גנב'ט עס נישט ''סטרעיט'' פון קאווע שטיבעל, כבר היה לעולמים...

פיינע קאווע » זונטאג יולי 6, 2014 11:32 pm

· #210409
שכן פארדריי נישט דעם דאטשיק. איך טרייסט זיך נישט און כ'דארף נישט קיין קן טעמים אויף גארנישט. עס איז מיר לעכטיג און וואויל. נישט נאר פאר מיר נאר פאר אלע סאטמערע אידן חסידי רא"ט. גלייבסט נישט? קריך ארויס פון דיין באקסעלע און קום צו איינע פון די סאטמערע שוהל'ן וועסטו זיך איבערצייגען. אז דו ווילסט נישט זיץ ווייטער אויפן אינטערנעט און שרייב מיאוסע ווערטער אויף א רב בישראל ביז דו וועסט זיך זעטיגען.

גאנצל » מאנטאג יולי 7, 2014 2:41 am

· #210422
@מאטי ווער האט געזאגט אז די פעטער האט געוואוסט פון די מעשה פאר 35 יאר צוריק ?

איך בין דיר גרייט צו ענטפערן וואס דו פרעגסט פרעג נאר

@דער שכן האט נאך דערווייל גארנישט געפרעגט נאר זיך אויסגעגעבן זיין בויך וויי און באשמיצט ר' אהרן פאר גארנישט ווייל ער איז דאך אויך מודה אז די פוינט איז געווען גוט -אזוי האט ער געשריבן אנפאנג- און נאר ווייל ער האט נישט געזאגט גענוי פונקט וואס ער וויל דארף מען אים אזוי צו בייסן ? דער פשט איז פשוט נישט די חפצה איז די פראבלעם נאר די גברא מיט א מכלומרשטן תי' אז ר' אהרן מיינט נישט לשם שמים נאר ער מיינט עס לשם שמים ער זוכט בכלל נישט צו באשמוצן קיינעם ער וויל זיך נאר אננעמען פאר די צובראכענע טאטעס די מתנחלים מיי פאט ער קען נעבעך נישט צו זעהן כי כלתה אליו הרעה אז די קול מלחמה קעגן די ציונים ליגט ביי ר' אהרן אז שיטת רבינו אויף די היינטיגע מעורעות הערט מען ביי ר' אהרן און דאס מאכט אים טאנצן נישט וועגן דעם האט ער געטאנצן חסדי ד' ביי די אלע 100 הכתרות תשנ"ט און וועגן דעם איז ער אזוי ווילד האב איך אים גענטפערט זיין שפראך

יעצט אז דו האסט עפעס צו פרעגן פרעג איך וועל דיר ענטפערן דבר דבור על אופנו

גאנצל » מאנטאג יולי 7, 2014 2:45 am

· #210423
בר דעת
פארוואס דארף יעדער פארשטינקענער ארוני זלוני דא אריינמישן זיין דרעק, דא זאל מען נאר לאזן מענטשן דיסקוסן די נושא, ארונים זלונים דיסקאסן ביידע נישט די נושא, זיי לויפן צו זייערע אגענדעס.
יעדער נארמאלער בר דעת ווייסט אז ר' אהרן האט געטון א גרויסע מיסטעיק מיטן נישט זיין סענסיטיוו בימי אבל ווען עלטערן באוויינען זייער קינד. אלעס ארום איז גלאט טפשות און ברעך מאטריאל. טיפשים אוילים גייט צוריק צו ענקערע מייזן לעכער.

לאמיר איבערגיין אין קורצן פארוואס דארפן די ארונים און זאלונים דא אריין רעדן יעדער ווייסטוך אז ר' אהרן האט געטון א מיסטעיק............... סאו וואס דארפן מען דא מישן פאליטיק יעדער ווייסטוך און טאמער זאגסטו אנדערש מישסטו שוין פאליטיק ווייל יעדער ווייסטוך אז ר' אהרן האט געמאכט א מיסטעיק...............

דער שכן » מאנטאג יולי 7, 2014 6:29 am

· #210427
ישמעאל הכהן
ס'איז יעצט אריינגעקומען א "פאדקעסט" פון אן אונטער-געהערטע אויפגעכאפטע טעלעפאון שמועס ווי אזוי א געוויסער מתנחלישער ראש ישיבה אין מרכז הרב רעדט מיט א באזארגטע טאטע "הרב תייל גרוסמן" וואס האט א זון לערנען אין די ישיבה.

אט אזוי גייט די שמועס (איבערגעטייטשט פון עברית) כמעט ווארט ביי ווארט:

הרב תייל: א גוטן אווענט קען מען רעדן צום ראש ישיבה?

בן משפחה: יא איין מינוט.

רא"ם: א גוטן צו וועם האב איך דעם כבוד צו רעדן?

הרב תייל: תייל גרוסמן איך האב א זון אין.......

רא"ם: יא יא! אורי'ס פאטער וואס מאכט מען עפעס?

הרב תייל: ב"ה אלס פיין. איך הער עפעס רודערט זיך דארט אין ישוב. וואס גייט פאהר?

רא"ם : כ'ווייס נישט... כ'האב גארנישט געהערט....

הרב תייל: כ'ווייס... כ'הער שמועות אז די שטאט איז איבערגעדרייט, מ'האט געטראפן דריי בחורים נישט בין החיים ר"ל און די בחורים זענען ווילד פאר נקמה...

רא"ם: נע.. מאך דיך נישט צוטון .... ס'איז שטיל דא.. אלעס איז שטיל... (הרב תייל האקט אריין אפאר אומפארשטענדליכע ווערטער) רא"ם: יא זונטאג האט מען אביסל גערודערט דא, דארט אבער יעצט איז שטיל.

הרב תייל: אבער די גאס שמועסט... ס'איז געפערליך די קנאים פארפירן, איר רופט דאס שטיל?

רא"ם: כ'ווייס נישט וואס טוט זיך ביי די קנאים אין ברוקלין... דא אין ישוב איז שטיל אלעס איז שטיל! איר הערט וואס איך זאג אייך?

הרב תייל: אז איר זאגט אזוי, נו איז גוט ... אבער די גאס מיינט דאך אז ס'רודערט יא! ס'איז נישט גוט פאר די מתנחלים.. מ'פארשעמט אונז.

רא"ם : זארגט אייך נישט פארן מתנחלי'שע כבוד! מיר שטייען גאנץ גוט, אלעס וועט זיין גוט די בחורים זיצען..... (הרב תייל: האקט נאכאמאהל אריין:) מאנכע זאגן אז די בחורים האבן געהארגעט אן אראבער!!! איר רופט דאס שטיל?

רא"ם אה!! דאס מיינט איר? דאס איז גארנישט! מ'האט געהארגעט און ס'ווייטער שטיל! געגאנגען ווייטער... ס'שטיל דא יעצט, יעצט איז שטיל, דער אראבער איז טויט, און ס'איז ווייטער שטיל... זארגט אייך נישט...

הרב תייל: אקעי איך הער.. כ'האב נאר געוואלט וויסן, אז איר זאגט אזוי. איז גוט.

רא"ם: יא יא ס'איז גארנישט... איר דארפט אייך גארנישט זארגן . כבר היה לעולמים... כבר היה לעולמים.. איך זאג אייך ..

הרב תייל: אקעי יישר כח. א גוטן.

רא"ם: יא יא בשורות טובות, זייטס געזונט...

הרב תילי ז״ל.

דער שכן » מאנטאג יולי 7, 2014 6:32 am

· #210428
ישמעאל הכהן
פון וואטסעפ טאקע. אינטערעסאנט איך האב נישט געזען מאטי'ס אשכול

וויזוי באקומט מען וואטסעפפ גרופ? איך וויל זיין אויף וואטסעפפ גרופ, וויאזוי טוט מען דאס?

יישר כוחכם למפורע. אנטשולדיגט פאר׳ן נישט מעין העניין.

דער שכן » מאנטאג יולי 7, 2014 6:34 am

· #210429
פיינע קאווע
שכן פארדריי נישט דעם דאטשיק. איך טרייסט זיך נישט און כ'דארף נישט קיין קן טעמים אויף גארנישט. עס איז מיר לעכטיג און וואויל. נישט נאר פאר מיר נאר פאר אלע סאטמערע אידן חסידי רא"ט. גלייבסט נישט? קריך ארויס פון דיין באקסעלע און קום צו איינע פון די סאטמערע שוהל'ן וועסטו זיך איבערצייגען. אז דו ווילסט נישט זיץ ווייטער אויפן אינטערנעט און שרייב מיאוסע ווערטער אויף א רב בישראל ביז דו וועסט זיך זעטיגען.

יעצט האסטעמעך טאקע אפגעוואנדן ...
אויוויי, ואני אנא אני בא?....

😃

דער שכן » מאנטאג יולי 7, 2014 6:36 am

· #210430
גאנצל
בר דעת
פארוואס דארף יעדער פארשטינקענער ארוני זלוני דא אריינמישן זיין דרעק, דא זאל מען נאר לאזן מענטשן דיסקוסן די נושא, ארונים זלונים דיסקאסן ביידע נישט די נושא, זיי לויפן צו זייערע אגענדעס.
יעדער נארמאלער בר דעת ווייסט אז ר' אהרן האט געטון א גרויסע מיסטעיק מיטן נישט זיין סענסיטיוו בימי אבל ווען עלטערן באוויינען זייער קינד. אלעס ארום איז גלאט טפשות און ברעך מאטריאל. טיפשים אוילים גייט צוריק צו ענקערע מייזן לעכער.

לאמיר איבערגיין אין קורצן פארוואס דארפן די ארונים און זאלונים דא אריין רעדן יעדער ווייסטוך אז ר' אהרן האט געטון א מיסטעיק............... סאו וואס דארפן מען דא מישן פאליטיק יעדער ווייסטוך און טאמער זאגסטו אנדערש מישסטו שוין פאליטיק ווייל יעדער ווייסטוך אז ר' אהרן האט געמאכט א מיסטעיק...............

מיסטעיק?... דער גאנצער רעבאהרען איז קווייט א מיסטעיק. 🙄

צדיקל » מאנטאג יולי 7, 2014 8:02 am

· #210442
צוריק צום עצם ענין א מינוט
אויף די זאב ברענער שאוי, האט א קאלער געפרעגט זייער א גוטע היי-פיטעריקל שאלה, לאמיר זאגן אז א נטורי קרתא'ניק איז געגאנגן קיין עזה און מיטגענומען זיין קינד, און ל"ע אן אראבער האט געהרגעט דאס קינד. אויב איינער וואלט געווארט ביז נאך די שבעה? אדער מ'וואלט תיכף געשריגן אויף אים מערדער ביסט מתחייב בנפשו

ראש המדברים » מאנטאג יולי 7, 2014 11:37 am

· #210489
outspoken
דערמאנט מיר א מעשה, תשכ''ז ביי די מעשה פון די שווארצע איז איין ארויסגעווארפען בחור געווען א זון פון אן אויסלענדישע רב, זיין טאטע איז געקומען צום רבין האט אים די רבי געזאגט אז ער האט געטון ווילדע קנאות, האט דער טאטע געענטפערט, אין מיין שטאט האט ער קיינמאל געהערט די ווארט קנאות, ער איז אהערגעקומען און איר האט אים אויסגעלערנט, לערענט אים אויס אינגאנצן.

למען האמת

די מעשה איז געווען תשכ"ב נישט תשכ"ז
דער בחור איז נישט געווען פון די שווארצע דער בחור האט ארויס געזאגט זייער א שלעכט ווארט אויפן טשיבינער רב זצ"ל וואס האט אונטער געשריבן אויף די חוב קדוש, און דער רבי האט עם ארויס געווארפן פון ישיבה אויפן חוצפה פון רעדן אויף א גדול בתורה אפילו ער האלט אנדערש פון די שיטה
דער בחור'ס טאטע איז געווען פון די גאר נאנטע מקורבים ביים רבי'ן דער מנהל אין ת"ת אין ירושלים און ער האט זיך מוסר נפש געווען ביי די בעלזא מחלוקת תשט"ו כידוע, איז ער אריבער געקומען צום רבי'ן בעטן מען זאל צוריק נעמען זיין בחור אבער גארנישט האט נישט געהאפן א בחור וואס רעדט אויף א גדול בישראל האט נישט קיין פלאץ דא אין די ישיבה
דער טאטע האט געהאט דעם שכל אויפן פלאץ און האט געזאגט פארן רבין, רבי דער בחור האט די ווערטער קיינמאל נישט גהערט ביי מיר אין שטוב, דער רבי האט עם דעמאלס צוריק גענומען אויף ביז סוף יאר און נעקסטע יאר איז ער געגאנגען לערנען אין בית מדרש עליון

דער בחור איז זייער א באוויסטער איש החסד געווען אבער ער איז שוין א שוכו עפר דערמאן איך נישט זיין נאמען

signout » מאנטאג יולי 7, 2014 11:38 am

· #210491
למעשה איז דא געשעהן אסאך א גרעסערע היסטארי אז די ציונים באקומען אזוי סאך חיזוק אין סחורה פין נישט קיין צווייטען ווי צד מהרז''ל

ישמעאל הכהן » מאנטאג יולי 7, 2014 11:41 am

· #210492
יא, אזוי ווי דער אינטערנעט האט באקומען חיזוק פון צד מהר''א (כינוס כלל ישראל)

שרייבער » מאנטאג יולי 7, 2014 11:42 am

· #210493
ראש המדברים
outspoken
דערמאנט מיר א מעשה, תשכ''ז ביי די מעשה פון די שווארצע איז איין ארויסגעווארפען בחור געווען א זון פון אן אויסלענדישע רב, זיין טאטע איז געקומען צום רבין האט אים די רבי געזאגט אז ער האט געטון ווילדע קנאות, האט דער טאטע געענטפערט, אין מיין שטאט האט ער קיינמאל געהערט די ווארט קנאות, ער איז אהערגעקומען און איר האט אים אויסגעלערנט, לערענט אים אויס אינגאנצן.

למען האמת

די מעשה איז געווען תשכ"ב נישט תשכ"ז
דער בחור איז נישט געווען פון די שווארצע דער בחור האט ארויס געזאגט זייער א שלעכט ווארט אויפן טשיבינער רב זצ"ל וואס האט אונטער געשריבן אויף די חוב קדוש, און דער רבי האט עם ארויס געווארפן פון ישיבה אויפן חוצפה פון רעדן אויף א גדול בתורה אפילו ער האלט אנדערש פון די שיטה
דער בחור'ס טאטע איז געווען פון די גאר נאנטע מקורבים ביים רבי'ן דער מנהל אין ת"ת אין ירושלים און ער האט זיך מוסר נפש געווען ביי די בעלזא מחלוקת תשט"ו כידוע, איז ער אריבער געקומען צום רבי'ן בעטן מען זאל צוריק נעמען זיין בחור אבער גארנישט האט נישט געהאפן א בחור וואס רעדט אויף א גדול בישראל האט נישט קיין פלאץ דא אין די ישיבה
דער טאטע האט געהאט דעם שכל אויפן פלאץ און האט געזאגט פארן רבין, רבי דער בחור האט די ווערטער קיינמאל נישט גהערט ביי מיר אין שטוב, דער רבי האט עם דעמאלס צוריק גענומען אויף ביז סוף יאר און נעקסטע יאר איז ער געגאנגען לערנען אין בית מדרש עליון

דער בחור איז זייער א באוויסטער איש החסד געווען אבער ער איז שוין א שוכו עפר דערמאן איך נישט זיין נאמען

נו גיי דערצייל אזא מעשה פאר די זאליס, זיי ווייסן דאך וואס דער רבי ז"ל האט געוואלט

ראש המדברים » מאנטאג יולי 7, 2014 11:44 am

· #210494
וואס מיינט ביי דיר זאלי'ס?

ר' מנשה פילאפ? וואס האט ניטאמאל געקענט דער רבי'ן אין די געזונטע יארן? אדער די אלע וואס זענען אויפגעוואקסן אויף שנאה צו יעדען?

signout » מאנטאג יולי 7, 2014 11:46 am

· #210495
ישמעאל הכהן
יא, אזוי ווי דער אינטערנעט האט באקומען חיזוק פון צד מהר''א (כינוס כלל ישראל)
ווי קומט ה צ כ? ווען דער ציוני באקומט שטאף פין איין קנאיש געשטימטער קרייז קעגן א צווייטען, פארגלייכסטו צו א קהילה וואס האט זיך נישט באטייליגט ביי א כינוס קעגן אינטערנט וועגן בפ' אנדערע סיבות? ווי אלט ביזטו?

ישמעאל הכהן » מאנטאג יולי 7, 2014 11:47 am

· #210496
ווער ס'פארשטייט וכו'

signout » מאנטאג יולי 7, 2014 11:48 am

· #210497
signout
ישמעאל הכהן
יא, אזוי ווי דער אינטערנעט האט באקומען חיזוק פון צד מהר''א (כינוס כלל ישראל)
ווי קומט ה צ כ? ווען דער ציוני באקומט שטאף פין איין קנאיש געשטימטער קרייז קעגן א צווייטען, פארגלייכסטו צו א קהילה וואס האט זיך נישט באטייליגט ביי א כינוס קעגן אינטערנט וועגן בפ' אנדערע סיבות? ווי אלט ביזטו?

דאס באשטעטיגט נאר דעם פאקט אז קנאית ביי צד מהרז''ל איז א מיטל נישט קיין ציהל

ראש המדברים » מאנטאג יולי 7, 2014 11:49 am

· #210499
איך זעה אז דא דרייען זיך זייער אסאך וואס גדענקן שוין נישט רביה"ק זי"ע אין די געזונטע יארן (איך רעד פון ברך משה)

זיי רעדן ווי תינוקת שנשבו נאכן לערנעט 15 יאר שנאה שנאה שנאה, און גדולה השנאה שמוציאה את האדם מן העולם

חרבונה » מאנטאג יולי 7, 2014 7:37 pm

· #210633
סיי די מזרחי און סיי רבי אהרן האבען שוין לאנג נישט געהאט אזא פובליסיטי, זאך קענער זאגען אז אריבער זעקס און א דרייפערטל מיליאון מאל איז אין די לעצטערע טעג ארויסגעזאגט געווארען די נאמען רבי אהרן פון די גרויסען מאסן מענטשען וואס רעדן פון אים, מייסטענס איז עס געווען פון די בנ''י/רז''ל פראקציעס.

#אריין אין 10'טע אשכול.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8