☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » רבי אהרן מ'סאטמאר שליט''א טרעט ארויס שארף קעגן די מזרחי

רבי אהרן מ'סאטמאר שליט''א טרעט ארויס שארף קעגן די מזרחי

386 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6717
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

דער שכן » דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:40 pm

· #211354
גאנצל
אפי' ישמעל דייין פרענד האט שוין נישט קיין געדולד דיך צו לייקן

אבער דו ווער נישט שוואך דו גיי אן מיט דיינע קללות א מחי' צו זעהן


יעצט האסטעמעך אפגעוואנדען און אינגאנצן צושמעטערט!....

😢

דער שכן » דאנערשטאג יולי 10, 2014 10:45 pm

· #211363
berlbalaguleh
ר' שכן: איך גיי מיך דא נישט מתווכח זיין איבער דיין מיינונג אז ר' אהרן שליט"א איז צו גלייך (אויף איין דרגא) מיט סטאלין, ימ"ש. די אלע דברי הבל ורוח זענען שוין א מיליאן מאל איבערגעקייעט געווארן דא אין שטיבל די לעצטע פאר טעיג. איך ווייס נישט פון ווי דיינע מיינונגען איבער דעים איד נעמען זיך. איך ווייס יא. שנאה מקלקלת את השורה. ס'איז סתם שנאת חינם. אבער איך גיי שוין מער נישט פיהרן וויכוחים איבער דעים, בלי"נ. נאר אויף איין נקודה וועל איך מיך יא שטעלן. דיין באשמוצן דעם בלאט און מאכן ווי א שטיקל אשר יצר פאפיר, און נאך ערגער שטימט נישט מיט די פאקטן. בשעת דער "דער איד", תחת הנהגתו של האי גברא וספרא רבא, ה"ה הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו איז געוועין מלא וגדוש מיט שנאת ישראל (נישט ציונים). ס'נישט געוועין א רבי אדער ען עדה אידן פון וועים ער האט נישט געשריבן מיט די ערגסטע לשונות של גנאי ובזיון. איז דער בלאט געוועין כמים קרים על נפש עייפה. ער האט אייביג געברענגט אידישע נייעס פון אלע קהילות איבער די גאנצע וועלט. און ער האט אויכעט נישט געפרעדיגט קיין שנאה, אזוי ווי זיין "עלטערער" ברידער. איך ווייס אזויפיהל. אז ווען איך פלעיג צו נעמען דעם "איד" אין די הענט אריין, געליינט צוויי שורות, איז מיר די בלוט פרעשור ארויף געגאנגען. און בשעת כ'האב געליינט דעם בלאט האב איך געפיהלט זייע גוט, ב"ה... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮



גייסט דיך נישט מתווכח זיין זאגסטו. און וואס איז דעס וואס דו טוסט דא?

כ׳האב קיינמאל נישט געזאגט סטאלין. לייג נישט אריין ווערטער אין מיין מויל. פארדריי נישט מיט קיין ליגענטס. דאס וואס עטס טוטס כסדר? דאס איז ענקער מהלך. אזוי ״געווינט״ עטס?..

דו ווייסט נישט אדער דו ווייסט יא?.. מעיק אפ יור מיינד...


אוי ווי דו גייסט און פארענטפערסט! עס איז א נחת.

דער איד, דער בלא״ט. הו קעערס?... ר׳ סאנדער דייטש ע״ה... וואס מאכט עס אנדערש וועגען די גאנצע געשיכטע דא וועגען די פי הא*** מיט קלאפען אשמנו ביי א קינדס לוו׳ און מיט לאזען א גאנצע באנדע טיענעדזשערס באשרייען א אייגענעם טאטען אין מיט׳ן בית מדרש בפני כל העם ועדה וכו׳..!

Keep up the good work.

זלמן זאפיר » פרייטאג יולי 11, 2014 12:31 am

· #211381
יעצט האט שוין צימעס א גיטן שכן

גאלד » פרייטאג יולי 11, 2014 9:18 am

· #211403
ווען ס'ווען בידי וואלט איך ענדערש אראפגעפלאשט די לעצטע 3 בלעטער אדער עס אפגעטיילט, און נישט אריינגעשטעלט אין צימעס,
חבל אז די עקסטרימיסטן אלא-אכבארס מכל הצדדים ווייסן נישט וויזוי צי ביהעיוון
אסאך פון די באלערנדע ראשינאלע תגובות דא זענען געשריבן געווארן על דעת אז דאס העט קיינמאל אנקומען אין צימעס,
מאנכע ווילן נישט זייער נאמען זאל זיך געפינען אין צימעס, א בחינה פון ובקהלם אל תחת כבודי,
און דא שלעפט מען זיי אריין אין מאראסט מיט געוואלד,

דער שכן » פרייטאג יולי 11, 2014 9:50 am

· #211404
גאלד
ווען ס'ווען בידי וואלט איך ענדערש אראפגעפלאשט די לעצטע 3 בלעטער אדער עס אפגעטיילט, און נישט אריינגעשטעלט אין צימעס,
חבל אז די עקסטרימיסטן אלא-אכבארס מכל הצדדים ווייסן נישט וויזוי צי ביהעיוון
אסאך פון די באלערנדע ראשינאלע תגובות דא זענען געשריבן געווארן על דעת אז דאס העט קיינמאל אנקומען אין צימעס,
מאנכע ווילן נישט זייער נאמען זאל זיך געפינען אין צימעס, א בחינה פון ובקהלם אל תחת כבודי,
און דא שלעפט מען זיי אריין אין מאראסט מיט געוואלד,


More or less wasting precious time on Internet in this entire subject is already under shade of whatever you call it, you classy fine intelligent human being.

גאנצל » פרייטאג יולי 11, 2014 11:47 am

· #211438
צוריק צום נושא
הר"ר יעקב ווייס מנהל מתיבתא ומו"ל ספה"ק ברך משה

האט אין א לענגערע דרשה שיין מברר געווען דעם גאנצן ענין

ער ברענגט ארויס שיין די הלכה און די דעת תורה בנוגע דאס וואוינען אין א מקום סכנה אויך נישט פון קנאישע רבנים

צווייטנס ברענגט ער נאך די ווארט וואס רבינו הד"י האט געזאגט פר רבינו הב"מ אויף לבי לבי על חלליהם

אויך דערמאנט ער בנוגע דעם רבינ'ס דעת בשעת זעקס טאגיגע מלחמה בקוצר זיער א שיינע ביאור אינעם גאנצן ענין מ'קען עס הערן אויף קול סאטמאר

עפל סיידער » פרייטאג יולי 11, 2014 11:59 am

· #211441
אזוי קען מען אויך קוקען אין די פילע בלעטער דעי וואך אינעם בלאט לענגערע ביאורים אין די רייד פינעם רבי'ן, פון די צווייטע זייט זענען די גאר עקסטרעמע קנאים פינעם בלאט אויך ממשיך מיטן אפחויזעקען פון די קנאים מיט'ן זיי צאמשטעלן מיט די פרייע אן א להבדיל, האט איינער א דאקטאר פאר זיי עמערדזשענסי📎 file-24.jpeg

signout » פרייטאג יולי 11, 2014 2:55 pm

· #211458
WOW נישט געוויסט דער שכן קען זיך אזוי פארלירן... גראדע פין זיינע ווערטער זעהט מען אביסל וואס האט אים אזוי וויי געטוהן, ער איז ווארשיינליך אנגעפיטערט מיט דער איד, ער גלייבט נאך אז מהרז''ל האט מער ווי 10 סנדקאות א יאר, אין אז אין וויליאמסבורג האט מהרז''ל צוויי דריטעל אין קרית יואל איבער האלב, גיי ווייס פארוואס קיינער ווייסט נישט אז מהרז''ל האט געזאגט די וואך פייערדיגע של''ש סעדות תורה וועגן די מתנחלים (ח''ו נישט צו כאפען פאבליסעטי), ניטעמאל די בחורים פין קעמפ ווייסן וואס ער האט געזאגט אין דער איד דארף מודיע זיין פאר די וועלט ''אז די וועלט איז אויף דערמיט'', אבי די אשכול איז ענגליך אנגעקומען אין צימעס אין די מכלומרשטע בעלי רחמנות האבען אויפדעקט זייער אגענדע

ישמעאל הכהן » פרייטאג יולי 11, 2014 3:18 pm

· #211460
ווען ר' אהרן זאל אויסלאזן אין זיין דרשה דעם חלק פון אשמנו וכו', וואלט קיינער פון זיין דרשה אויך נישט געוויסט

גאלד » פרייטאג יולי 11, 2014 4:00 pm

· #211468
ישמעאל הכהן
ווען ר' אהרן זאל אויסלאזן אין זיין דרשה דעם חלק פון אשמנו וכו', וואלט קיינער פון זיין דרשה אויך נישט געוויסט


עיין פה פאר מיין רעאקציע

דער שכן » פרייטאג יולי 11, 2014 4:02 pm

· #211470
signout
WOW נישט געוויסט דער שכן קען זיך אזוי פארלירן... גראדע פין זיינע ווערטער זעהט מען אביסל וואס האט אים אזוי וויי געטוהן, ער איז ווארשיינליך אנגעפיטערט מיט דער איד, ער גלייבט נאך אז מהרז''ל האט מער ווי 10 סנדקאות א יאר, אין אז אין וויליאמסבורג האט מהרז''ל צוויי דריטעל אין קרית יואל איבער האלב, גיי ווייס פארוואס קיינער ווייסט נישט אז מהרז''ל האט געזאגט די וואך פייערדיגע של''ש סעדות תורה וועגן די מתנחלים (ח''ו נישט צו כאפען פאבליסעטי), ניטעמאל די בחורים פין קעמפ ווייסן וואס ער האט געזאגט אין דער איד דארף מודיע זיין פאר די וועלט ''אז די וועלט איז אויף דערמיט'', אבי די אשכול איז ענגליך אנגעקומען אין צימעס אין די מכלומרשטע בעלי רחמנות האבען אויפדעקט זייער אגענדע


וועם גייט אהן וואס ענקערע רעבע׳ס ברודער האט אדער טוט, חוץ ענק. דאס קרענקט ענק, און דאס איז ענקער ענטפער פארוואס ענקער רעבאהרן האט א גרויסע פי האתון? דער אינגערער ברודער האט אביסעלע און עטס ווערטס משוגע? ענקער רעבע אויך. ער זעהט דער קליינער ברודערעל האט א מנין דא און דארט, דער קליינער ברודער לאזט דעם קליינעם צוגעקומענער שוואגערעל האבען אין מאנסי.. דער גרויסער האלט עס נישט אויס, נעמט ער זיך צו רעדען פון פייער און וואסער ווייל ער איז דאך דער סאטמארער רעבע, ״קוקוס אויף מיר! איך בין די זאך! וועלט, קוקטס דא! איך מאך נויס. איך בין אזוי ווי די אריגינעלער! אבער איך האלט ער איז נישט געווען גענוג גוט, אבער איך בין דער גרויסער מעכטיגער!״. און יעצט איס געקומען א גוטס מנה אחת כפים אינעם 7טען ריפ אהנע שום שארט-הענד שארט-קאט שפראך ... אז מ׳דארף זאגען אשמנו ביים קינדס לווי׳. א גוטס וואס איז א פראכט!

א גרויסע ברודער וואס האט נעבעך געמיינט אז ער גייט האבען אללעס איך און איך און נאר איך, ער פארווארפט זיין קליינעם ברודער קיין ירושלים, און ער איז צוריק געקומען!. ער און די פרוי זיינע זענען געווארן ווילד. זיי וויסן שוין נישט וואס צו טאהן נעמט מען זיך צו רעדען פאר פייער און וואסער. רעכטס און לינקס. מען פליקט אהער און אהין, מ׳מאכט שלו׳ מיט מחלוקת בעק ענד פארט! .... קיין גרעסערע חויזיק קען מען נאך ווערן?..


די גרעסטע געלעכטער איז ווען עטס מיינסט אז כבין א סאטמארער! א רעבזאמענלייבס גאר!

עט דיס פוינט צוזעהנדיג ענקער אומזיסטע האס אקייגן די וואס האבען אויסגעבראכן דעם רעבאהרן, און נאכען וואס עטס טעראריזירט די מענטשהייט בכל העולם כולו, צוזעהןדדיג דע פאקטן,.. זאג איך ענק אז עטץ זענטס א באנדע בהמות (נישט נאר חיות). ״יצאו עיניכם״ פאסט זיך די בעסטע.

יעצט גיי שריי נאכאמאהל וואספארא גרויסע לאגבוימער בארג מיט פשתן וואטע דיין רעבע האט און וויפיל מענטשן ווערן אלץ מעשיגע פאר אזא מחזה הוד והדר מיט הגאון ׳הגדול׳ והקדוש. אויכמער א קדוש. אים טוט נאר וויי ציונות! וואט א דזשויק פול אף ב.ק. ער איז די וועלטס חויזיק.

א היפאקריט אויף׳ן העכסטן גראד אהנע שום שהעם מיט די גרעסטע פערדשטיק, און נאכדעם לאכט ער אויף זיינע פלאודערעכץ און געשיסעכטצער און עס איז אויך
Off tune.

What a clown! Going down more and more.

Keep it up. Defend him with nonsense none stop

Meanwhile people reading your best responses and see what we are talking about. .

האב א גוטען שבת. עטס זאלטס זוכה זיין צו קומען לכלל דעת מיט׳ן אמת אזויווי דער הייליגער סאטמארער רבי זצוק״ל בעמח״ס ספר ויוא׳ משה האט געלערענט זיינע תלמידים, חסידים און דעם גאנצן דור. ער האט נעבעך געוואוסט און געזאגט וועגען די רעבעס וואס וועלען זיין אין דעם דור. ענקער רעבע איז די ריכטיגע מוסטער פאר דעם

צדיקים מגולגל בדגים
דג
vs.
Dog.

רב
Vs
Roof

דער הונט ביטל און די באהן מיט א געפאקטער עולם פארט ווייטער, און מ׳לאזט דארט בילען.

מיר ווארטן צו הערען קומענדיגע טעג נאך פערלווערטער. ציעט׳ץ אים אונטער אזוי זאל זיין נאך שטאף. פרקי אבות צו שאלעשידעס תורה. ער וועט שוין טרעפן ווי. ער קען דאך פארענטפערן אללע פליאות.

יעצט נעמטס ענק צו דרייען ארויף און אראפ.

😃 😃 😃 😃

(By the way. The Zalis asked me to think and write all this)

זלמן זאפיר » פרייטאג יולי 11, 2014 4:27 pm

· #211473
נאכן ליינען אפאר תגובות פינעם עם הארץ'ס תלמידים שפירט מען זיך היימיש מיט די גמרא

תניא אמר רבי עקיבא כשהייתי עם הארץ אמרתי מי יתן לי תלמיד חכם ואנשכנו כחמור

דער שכן » פרייטאג יולי 11, 2014 5:25 pm

· #211482
זלמן זאפיר
נאכן ליינען אפאר תגובות פינעם עם הארץ'ס תלמידים שפירט מען זיך היימיש מיט די גמרא

תניא אמר רבי עקיבא כשהייתי עם הארץ אמרתי מי יתן לי תלמיד חכם ואנשכנו כחמור


אוי אוי. חטאתי, עוויתי, פשעתי, אשמנו, אשמנו, אשמנו.....

👍 👍 👍

. ..Keep up the good work defending your rebbe with none sense.


דער רעבאהרן אויכמער א תעניסכעלעם!....

גאנצל » מאנטאג יולי 14, 2014 12:50 pm

· #211639
יא גערעכט ר' אהרן קען זיך קומען לערנען ווי אזוי א ת"ח דארף אויסקוקן פון זיין ברודער וואס דער אודווארי רב ז"ל האט שוין געזאגט אויף אים וז"ל קומט זיך א רב וואס קען ניטאמאל נאכזאגן א פסוק תהלים ווי עס דארף צו זיין און ער קומט זיך מיט מיר קריגן איבער די שווערסטע שאלות נסבכות בהל' עירובין

א געלעכטער

ישמעאל הכהן » מאנטאג יולי 14, 2014 12:54 pm

· #211641
פאר די רעקארד: אדווארי רב האט געזאגט קומט זיך א רב וואס קען ניטאמאל נאכזאגן א פסוק חומש, נישט תהילים.
פארוואס פארדרייען פאקטן?

גאנצל » מאנטאג יולי 14, 2014 12:56 pm

· #211644
שכוח פאר די אויפמערקזאמקייט

היסטאריקער » דינסטאג יולי 15, 2014 1:43 pm

· #211848
דער איד ווי אלע ציוניסטישע צייטוגען
אין דער איד די וואך.אין א בריוו צו די רעדאקציע רייסט אויך אראפ ר' אהרן פאר זיין דרשה

איך קען עס נישט ארויפ לייגן

עפל סיידער » דינסטאג יולי 15, 2014 3:43 pm

· #211892
שנאה מקלקלת, מען קען עס אפט זעהן ביי די געפירעכץ פון זייער אפאזיציע צייטונג קעגן די קנאים.

שעפטל » דינסטאג יולי 15, 2014 4:55 pm

· #211921
@דער שכן ביטע גיי אן, ס'איז מים קרים על נפש רעכטדענקיגער ארוני.

און ס'געזינט פאר דיר אויך.

דריי בלעטער וואס ס'רונט מיר טרערן פון די אויגן פאר לאכן, שוין לאנג נישט געהערט דעם שפראך, ס'איז צייט צוריקצוגיין דאווענען קיין ראדני צופרי און האבן א שמייכל פארן טאג

שמייכל גיט » דינסטאג יולי 15, 2014 6:04 pm

· #211953
ר' אהרן איז גערעכט!
אונז אלע זעעמער איבערצייגט פין די עבר וויפיל ר' אהרן גייט אן די שיטה פון זיין פעטער אונז האמיר זיך עס איבערצייגט ביי די חברון רציחה ווען ר' אהרן האט געפייערט א מיליטאנטישע דרשה אקעגען די אראבער וואס האט נישט פארשעמט די גרעסטע מתנחלישע ספאוקסמען'ס און האט נישט דערמאנט א רמז קל אז די הויפט גורמים זענען די ציונים די רוצחים וואס רייצען אן די אראבישע רוצחים ווי רביה"ק איז מבאר און זיין הייליג ספר על הגאולה ועל התמורה,
אלזא נישט דאס איז געווען וואס האט אים געשטיפט צו באשמיצען און אטאקירען פערזענליך 3 ציבראכענע עלטערן וואס זענען יושבים בעמק הבכה נאכן פאלירען זייער טייערסטע אויף אזא שוידערליכען אופן ה"י,
נאר ווי באקאנט פאר אונז אלע גלייכט ר' אהרן פאבליסעטי אויף א אבנארמאלען פארנעם און איז גרייט צו טון די מאדנעסטע זאכן צו עררייכען זיין ציל, און פארדעם מאכט נישט אויס אויב נעכטען זאגט ער אזוי און מארגען פארקערט (לדוגמה מקען שארף אראפרייסען הדלקה ל"ג בעומר און חוזק מאכן און אפלאכן דערפון אז ס'האט נישט קיין באדייט און חו"ל און די ס"מ שטיפט עס א.א.וו. צו געבן דעם רושם ווי דער שארפער ראש ישיבה וואס האט ארויס דעם ענין דורך און א דורך, און אפאר יאר דערויף זיך מאכן די פיאות און פארגלייזען די אויגן ביי די גרעסטע פייער כאילו ער באגעגענט יעצט זיינע הייליגע זיידעס וואס האבן איינגעפירט די הייליגע מנהג, נאך א דוגמה ביים כינוס כלל ישראל אז מ'קען נישט ארויסנעמען די מאקסימאם פאבליסעטי וועט מען עס אראפרייסען און שרייען התחברות, א יאר דערויף פאר פאבליסעטע זיצט מען מיטן פעלץ אין מאנהעטן ביים פראטעסט ציזאמען מיט די גוזרי גזירה און מ'שרייט שמע ישראל מיטן קלויזענבוירגער און נאוועמינסקער, און די ליסטע איז נאך גרויס) במילה האט ער אין די גאנצע יעצטיגע פרשה נישט געזען 3 גע'הרג'טע בוחורים, ציבראכענע עלטערן, א בלובול המוחות און ענינים וואס גרעניצט זיך מיט כפירה ר"ל, ניין! ער זעט יעצט אן אפעטאנעטי צו כאפן העדליינס!! וויאזוי?! מיטן זאגן דעם אמת'ן דעת תורה ווי רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע?! ניין, דעס איז נישט אינטערעסאנט, דאס ציט שוין היינט נישט העדליינס, די וועלט איז שוין היינט מער אויסגעניכטערט פון די שיכרות פון ציונת, מוועט אים שוין נישט באשמיצען אזוי ווי די רבי ז"ל בשעתו,די עולם איז שוין ציגעוואוינט וואס סאטמאר האלט, עס איז מער נישט תשכ"ז וואס די גאנצע וועלט ממש איז געווען פארכישופט פאר די מדינה און עס האט נישט אויסגעפעלט מער ווי זאגן ביי של"ס די אומגליק וואס דעס וועט ברענגען מיט זיך און די גאס האט געשטורעמט די צייטונגען האבן אראפגעריסען עד הסוף בלויז פארן זאגן דעם עולם דעם אמת'ן דעת תורה, היינט ארבעט דעס מער נישט, אז א סאטמארער רבי איז סתם משמיע די שיטה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע איבער די יעצטיגע מצב איז מער נישט קיין נייעס פאר די צייטונגען און די פרעמדע גאס (אזוי ווי די של"ס תורה פון רז"ל און מחנה דברי יואל) אלזא וואס טוט מען?! די וועלט קאכט מיט א נייעס ארום ארץ ישראל אין איך סאטמארע רבי איז נישט אין פיקטשער?! איז מען איינגעפאלן מיט א המצאה מוועט זאגן א באמבאסטישע עקעלדיגע רוצחישע סטעטמענט -וואס ווען די פירער פון די פאלעסטינער זאל ווען זאגן אזאלעכע קאלטבלוטיגע ווערטער וואלט ווען געקומען רעאקציעס פון די גאנצע וועלט אנגעהויבן פון די יו-ען סעקטעריביזן אמערעקאנעם סעקרעסטערי אוו סטעיטס-און דאס וועט זיכער ברענגען דעם געווינטשענעם ציל פון "זיין און די העדליינס" די צייטונגען וועלן שטורעמען אקעגן מיר די וועלט וועט ברויזען און די קיעלעך פון ישיבה וועט שמואל שלמה טעללער און יענקל ווייס פארקויפען אז די וועלט איז פשוט געכאפט און שאק פון די קלארע דיבורים פון די רשכבה"ג און די וועלט באגעגענט זיך יעצט די ערשטע מאל מיט די שיטה פונעם דברי יואל און וועגן דעם קאכט זיך מיט זיין דרשה, בכלל נישט וועגן די אבנארמאלע אכזוריותדיגע דיבורים וואס ער רעדט דארט צאם אויף טאטע מאמע וואס זיצן שבעה- וואס האט אגב גארנישט צו טון מיט די שיטה הקדושה פון דודו הקדוש.-
אלזא!! די פלאן איז געלונגען אין קיעלעך קייעט ווייטער די שטרוי

קאך_לעפל » דינסטאג יולי 15, 2014 6:13 pm

· #211956
אה! פארמעגליך איז דא!

פרייליך » דינסטאג יולי 15, 2014 8:04 pm

· #211989
רבותי אייער אויגען איז פארמאכט!
וואס האט רבינו שליט''א דא געזאגט?
ער האט סך הכל ארויסגעברענגט אז עס זענען דא 3 רוצחים ווער? די 3 טאטעס!
וואס ליגט אונטער די ווערטער?
אדרבה קלערט אריין א מינוט די ווערטער זענען געצילט קעגן די ציונים ימ''ש וואס זיי זענען מפקיר אידישע קינדער און שיקען זיי וואונען און די געגענט ווי עס וואונען 200 אידען אקעגן 200000 אראבער! און וואס ווילט איר אז עס זאל נישט געשעהן אזעלכע מעשיות ווען די ציונים רייצען זיך כסדר מיט זיי!
דאס האט די רבי געזאגט אז די טאטעס זענען שילדיג פארן אהינשיקען!!!



ווער עס פארשטייט פארשטייט

גאנצל » דינסטאג יולי 15, 2014 8:17 pm

· #211994
דורך באלד צוויי וואכן און זיך נאך אלס נישט בארואיגט מעלה גרה די זעלבע שטותים פון זיין שכן הדלקה ציוני און אלעס וואס ליגט אים שווע אויףדי מאגן די לעצטע פאר יאר

אוי איז דעס געלונגען איינמאל געלונגען

גאלד » מיטוואך יולי 16, 2014 11:00 am

· #212104
בשלמא ווען ער איז א איינזאמער מענטש וואס וואוינט אליינס און א כאדקע אויסערן שטאט, איז נאך דא א סברה אז ער איז אויסגעהינגערט פאר עטענשן,
אבער לפי האמת גיסט זיך ביי דעם מענטש עמערס עטענטשן טאג אין נאכט, אידן מכל השיכטן רייסן אראפ זיין טיר ביז די שפעטע שעות,
גלייב מיר ער ווייסט פשוט נישט ווי זיך אהין צו טאן מיט אזויפיל עטענשן,

אויב עטענשן איז יא דער נושא דא וואלט איך געזגאט אז ס'לייגט זיך מער אויפן שכל אז די זאליס אויפברויז קעגן די דרשה איז גמרי נישט די רחמנות אויף די אבלים, נאר די עטענשן וואס ר' אהרן האט באקומען

נעבעך,

קושקע » מיטוואך יולי 16, 2014 11:17 am

· #212111
אזא רעפונירטע עטענשן סיקער ווי ר' אהרן איז נאך קיינמאל געווען, יעדע ריר וואס איר טוט איז פאר עטענשן,

ער זאגט פשטלעך, פאר עטענשן
נעמט זיך אונטער שחיטה בהמה גסות, פאר עטענשן,
פירט איין לערנען חבורות, פאר עטענשן,
וויינט ביי זיין טאטעס און מאמעס לוי', פאר עטענשן,
איז א ציוני, פאר עטענשן
איז א קנאי, פאר עטענשן,
ער מאכט ל"ג בעומר הדלקות, פאר עטענשן,
זאגט מער תורה ווי די פעטער ז"ל, פאר עטענשן,
איז מחדש חידושים, פאר עטענשן,
שלעפט זיך אראפ די אנדערע עק אמעריקע צו שניידן ווייץ, פאר עטענשן,
זאגט קידוש לבנה, פאר עטענשן,
אטעמט, פאר עטענשן,

אוי ר' אהרן, אזויפיל עטענשן און נאכאלס נישט גענוג?

שעפטל » מיטוואך יולי 16, 2014 12:13 pm

· #212124
אינטערסאנט איז מיר נאר געווען אקעגן צו קומען אזעלכע צוויי תגיבות פון @דער שכן....
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=208642#p208642
און ער געט נישט אויף... ליינטס דארט ווייטער ווי ער שרייבט...
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=208774#p208774
נא אודאי וועט זיין א הא לן והא להו... ער וועט שוין האבן א שיינעם הסבר פארוואס און פארווען ר' אהרן איז אנדערשט און די גמרא פון כבשן האש גייט נישט אן....
ס'איז גוט, ס'איז גוט, יארן איינגעגעסענישן גיסט זיך אויס דא אזאזש געכאפט א גרויסע אשכול און אריינגעטראסקעט אין צימעס...

גאנצל » מיטוואך יולי 16, 2014 1:37 pm

· #212151
די העצע קעגן מנהיגי סאטמאר אין א כנאראגעלישע סדר
תשל"ט מ'טאר נישט האבן א רבי נאכ'ן דברי יואל (נוסח ברסלב) מ'קען אים רופן די רב

תשמ"ה זיי זענען מחותנים מיט וויזניץ (ה"י פארוואס איז דער ישועות משה אנדערש ווי אלע אנדערע אגודיסטן ? פרעג נישט כך גזרה חכמתם פון די ברעינוואשערס אונטערן נאמען זקני רבינו)

תשמ"ט ער רודפ'ט בני יואל (פארוואס מעג בני יואל אים רודפ'ן יארן ? און עפענען מוסדות באשרייבן מיט די ערגסטע ? לייגן טעוועלעך אים צו וויי טון ? דעס פרעג נישט ווייל יעצט וויל איך שפילן נרדף)

תשנ"ד כופר עפענט ס"ד רעדט אקעגן ר"א לייטנער קאשוי (איי פארוואס מעגן זיי איבערדרייען די שטעטל ? יעדן טאג נייע העצע בריוון אויף די פאסט, שרייבן אויף די מנהיגים פון די שטאט חוטאים ומחטיאים ? אפשרעקן מיט פאלשע יהרג ואל יעבור חיובים אקעגן די פסק פון מרא דאתרא ?? ווייל קאשוי זאגט נאר דעת תורה 😕 איר הערט מ'מאכט זיך ווי א תם און שטויסט ווי א מועד מ'רוקט זיך אראפ די היט ביז'ן שטערן און מ'מאכט צו די אויגן און מ'שרייט געוואלד פארוואס מעג מען דעס יא פרעג נישט זיי מקבל ואין להשיב)

תשנ"ז פלעין בעלי גאוה ר"א א נואף (פארוואס פארווען פארווי ? ווייל כך היו אבותינו אומרים דעס איז מיין בעסטע העצע יעצט)

תשנ"ט פארגעס פונעם עבר דער ברך משה ווערט פארהייליגט ר"א איז די פראבלעם וואס איז ? ער איז נישט קיין נועם המדות

תש"ס א מחוצף פאר זיין טאטן (ער פאלגט נישט אלעס וואס זיין גבאי איז בייגעפאלן ווייל זיין טאטע האט פון אים גארנישט פארלאנגט און וואס יא האט ער געטון) (כגון די באקאנטע א' ב' דרשה)

תשס"א ער גייט אין קארט (איי מ'האט אים גערופן צו דין תורה פרעג נישט קיין קשיות דו ווילסט דוקא הערן א תי' איך וועל דיר זאגן: לאך נישט... אז דו ווילסט קומען צו דין תורה אקעגן רז"ל, איך בין גרייט אבער די דיין זאל זיין רז"ל אליין (ניין נישט ממש ריח"מ פרי"מ זיין דיין) וואט א זשאוק 😂 )

---אין א זייטיגן נאטיץ כ'האף איך איך האב דיר שוין גענוג געברעינוואשד אז דו האסט שוין פארגעסן אז מ'טאר נישט האבן א רבי מותר לך מופר לך מ'מעג שוין און אויך שוין פארגעסן אז מ'טאר נישט רודפ'ן מענטשן ווייל ס'ווענדט זיך וועם,, מיך טאר מען נישט ארונים מעג מען---

תשס"ו-ס"ט ציוני פירט וויזניץע טישן זינגט מער ווי די רבי ז"ל פלעגט זינגען

תשס"ט (וואס זאל איך יעצט זאגן רז"ל פירט דאך אויך אנדערש טיש ווי זיין פעטער טרעפט זיך אויך מיט אלע אגודיסטן מאכט אויך פיקטשערס איבעראל (חוץ אין דער איד ??.....) ווייסטו וואס מ'האב מיר א נייע זאך אויף ר"א נעמליך פשוט חלה דעקל

תשע"א ער קען נישט דעם רבינ'ס שיטה ער מאכט שלו' מיט בעלז

תשע"ד אוי גארנישט קלאפט שוין נישט וואס נאך א חידוש קען איך זאגן און איינשלעפן די קליינע קינדער אה מצאתי את שאהבה נפשי אחזתיו ולא ארפנו כ'האב געטראפן א גוט'ס (רייבט זיך שוין די בויך )ער איז א עטענציע סיקער ווענד מיך אפ

ווער ס'וויל נאך אפקויפן זייערע לאקשן ייתי וייכול דער אמת פון וואס זיי ווילן זיך אזוי באהאלטן פראסקעט זיי אין פנים

איך וואונטש באמת מעמקי דליבאי אריכות ימים זאלן געזונטערהייט קענען זעהן ר' אהרן'ס הצלחה

elter-zeide » מיטוואך יולי 16, 2014 6:53 pm

· #212221
אפטעמיסט
די בלוט קאכט נאך, די טרערן זענען נאך הייס, אבער דער מטורף האט ב"ה געטראפן א וועג צו שטיפן זיין אגענדע. קודאס צום סאטמארער רב! אייער שכל הישר און אידיש הארץ איז צום באוואונדערן!

ביי דע באקאנטע נשא תורה, זענען אין א"י טויזענטער משפחות געזעצען שבעה, נישט נאר אין א"י נאר אויך אין אנדערע מדינות, דשאסט טא לעט יאה נעא, ווער עס איז נישט געווען בשעת דע ששת הימים מלחמה קען נישט מסיג זיין ווי דאס האט אויס געזען, אלע אזוי געריפענע יודישע צייטאנגען ממש גאנצע זייטען מיט גרויסע קאריקאטארען האבען געשימפט אין בשמיצט דעם רבי'ן זי"ע, וואך איין וואך אויס, נישט נאכלאזענדיג פאר לאנגע חדשים, שפעציעל דע היימישע חסידישע שונאים האבען זיך געפרייט, מיט א סאך א גרעסערע שנאה וואס די היינטיגע שונאים פרייען זיך, דע דרשה וואס רבי אהרן האט געזאגט איז קליין געלט אקעגען דע ש"ס תורה פון דעמאלץ, פארגלייך נישט רבי אהרן'ן צים רבי'ן זי"ע,

יין שרף » דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:04 am

· #212288
קוים איבער געהערט די דרשה, און איך פאנג נישט אן צו וויסען וואס די עולם וויל!
ער זאגט דאך קלאר ארויס ״לפי עניות דעתי״....

זלמן זאפיר » דאנערשטאג יולי 17, 2014 4:42 am

· #212299
איך וויל נאר איין זאך וויסן אז דעס וואס משה מנחם טירנויער האט געשריגן תשס"ט אז ר' אהרן וועט איין טאג מאכן גאנץ סאטמאר פאר ציונים

צי האלט מען ביי דעם טאג שוין?

צי דער פראבלעם איז היצט איז אז ער איז גאר ר' עמרם בלוי ז"ל

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 17, 2014 9:30 am

· #212307
אויב איז דער פראבלעם זיינע בלויז אטענשאן, איז פשוט נישט יושר צו נעמען א מענטש און אים באשמירן פאר זיינע פריוואטע שוואכקייטן. בפרט פאר נועם המדות חברה.

די מאס שטעכעדיגקייט אויף אים גייט שוין אריבער אלע גרעניצן. גענוג געווען! עס איבלט שוין!

גאנצל » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:36 am

· #212332
[tagשמעקעדיג[/tag] איך האב געמיינט ביסט א סאטמארער

תמים » דאנערשטאג יולי 17, 2014 5:16 pm

· #212433
שמעקעדיג
אויב איז דער פראבלעם זיינע בלויז אטענשאן, איז פשוט נישט יושר צו נעמען א מענטש און אים באשמירן פאר זיינע פריוואטע שוואכקייטן. בפרט פאר נועם המדות חברה.

די מאס שטעכעדיגקייט אויף אים גייט שוין אריבער אלע גרעניצן. גענוג געווען! עס איבלט שוין!



שמעקעדיג איך ווייס די מיינסט עס אמתדיג, איך בין דיך נישט חושד אויף קיין היפאקריזים, אבער סאיז כדאי זאלסט כאפען א בליק דא אויף פריערדיגע אשכולות אפאר שורות אראפ, זעהן דארט די מאס שטעכעדיגקייט וואס די רחמנותדיגע ניקים דא נוצען קעגן אנדערע רבנים, וואס הגם זיי גייען נישט מיט קיין ווייסע בעקיטשעס דארפן זיי זיך נישט פארשטעקן אין קיין שום הינזיכט פאר האדמו"ר דידן, פאר אידן פון די אנדערע פארטיי טוט וויי און ס'איבלט שוין די ביליגע תגובות.

משבק » מאנטאג יולי 28, 2014 12:49 pm

· #214160
סאיז "נישט"אינטערסאנט פאר קיינעם!!

דער שכן » מאנטאג יולי 28, 2014 1:01 pm

· #214167
אינטערעסאנט עס איז שטיל....

איש את רעהו » מיטוואך פעברואר 7, 2018 10:12 pm

· #395076
מי יתן נאך אזא דרשה
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8