☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז אידיש בלוט הפקר?

איז אידיש בלוט הפקר?

363 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6539
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:30 pm

· #205792
ר' סיינאוט: דו שרייבסט בתוך הדברים אז די מעשה מיט'ן צעטל איז שקר וכזב און א קאנספיראציע. איך האב גראדע יא געזעהן אזאלכע מיני צעטלעך. איך גיי מיך נישט דינגען צו זיי זענען עכט אדער פאלש. די מציאות איז, חופה וקידושין איז נישט הפקר. און ווער ס'גייט אקעיגן מרא דאתרא. מעיג ער זיין א ראגאטשאווער גאון, האט זיין סידור קידושין נישט קיין תוקף. און די אלע מענטשן וועלכע ווייסן נישט ווען אויפצוהערן שפילן די נארישע, רשעות'דיגע פאליטיק דארפן טראכטן פאר זיי נעמען א נישט-אויטאריזירטן רב צו זיין דער מסדר קידושין, איבער די קאנסעקווענצן פון אזעלכע טיפשות'דיגע מעשים. להם ולדורותם... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 🙂 😉 😮

ישמעאל הכהן » פרייטאג יוני 13, 2014 4:52 pm

· #205920
ס'פארט יעצט ארום א פרישע טעלעפאן מעשעסדזש וועגן א חתונה וואס גייט פארקומען מאנטיג אין די נייע האל

הערשי » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 10:42 pm

· #220670
אל מעלות כבוד הצדיקים וועלכע זענען מלמד זכות אז אל תזכור עונות ראשונים. יא, ס'געווען אמאל, א בייזער חלום כחלום יעוף. מ'מאכט שוין נישט היינט, וכו'.
אט זענען צוויי רעקארדירונגען פון מיין וואויסמעיל, בביתי נאוה קודש, פון מיין זומער היים אין קרית יואל. איינס איז פריש פון היינט, דמם תוסס. צוויי איז פון אפאר וואכן צוריק.
ישמע חכם ויוסיף מכאוב.
<a class="postlink" href="http://soundcloud.com/hersaeas/siddurkidushinfreak1">http://soundcloud.com/hersaeas/siddurkidushinfreak1</a>
<a class="postlink" href="http://soundcloud.com/hersaeas/siddurkidushinfreak2">http://soundcloud.com/hersaeas/siddurkidushinfreak2</a>

יוחנן הסנדלר » זונטאג יאנואר 4, 2015 11:21 am

· #245649
ענדליך האבן זיך די אנשי בני יואל ערוועקט נישט צו לאזן דאס הפקירות אויף וואס זיי האבן בשיטה פארשוויגן ביז יעצט. א רייע פעולות ווערט אנגעוואנדן די טעג יעדעס פאן קאל און בריוו ווערט אפגענטפערט מנה אחת אפים.

א געניאלען געדאנק וואס געפעלט מיר איז אז נאך יעדן בריוו קומט א נאכפאלגנדן בריוו און טעלעפאן בעטנדיג צו אריינשיקן אפאר דאלאר צום באטרעפנדן פאר פאלק, צו אלץ דרשה געשאנק אדער בעיבי מתנה. דער עולם רופט זיך אן שיין. די פאר פעלקער, רוב כולל אינגעלייט זענען זיך מחיה אזש זיי ווארטן קוים אויפן נעקסטן בריוו פון די רשעי הקהל מיט זייערע קראנקהאפטע מטורפים משולחים.

וכאשר יענו אותו כן יפרוץ.

איש את רעהו » זונטאג יאנואר 4, 2015 12:16 pm

· #245659
דעס וועט פארמערן די חתונות אין עטרת מאיר צבי?
אדער אפשטעלן די טעלעפאן קאלס?

שמן זית » דינסטאג יאנואר 6, 2015 5:30 pm

· #246412
הער איך פון איינעם וואס האט חתונה געמאכט דארט אפאר וואכן צוריק, אז איינער האט אים אנגערופן א נאכט נאך די חתונה האלב דריי ביינאכט, זאגענדיג אז זיין זון'ס הויז איז אין פלאמען.
ער האט זיך נישט פארלוירן, און גלייך געפרעגט דעם אנאנימען קאלער צו ער קען אים גיבן די פונקטליכע אדרעס וואו ס'ברענט....
דא ענדיגט זיך די מעשה....

יוחנן הסנדלר » דינסטאג יאנואר 6, 2015 8:01 pm

· #246442
אינטערסאנט ווי די חברה באנדיטן פירער פון ווילידזש אף קעי זשעי שרייען מיט קראקאדיל טרערן היתכן די שונאי ישראל די יונייטעד מאנרא לאזן זיי נישט אויסשפרייטן און חתונה מאכן די קינדער. וואס וועט איר טוהן ווען יונייטעד מאנרא נעמט אייערע טעראר בריוו וואס איר טוט מיט קליינע קינדער און צייגט אט זעט ווען די וואוקס איז שלא לרוח זייער ראש הממשלה זענען די קינדער ממזירים בני הנדה וואס קהל אפיציעל טוט טערעראזירן ווי האלבע נאציס, אבער מיר גוים טארן חלילה נישט זאגן א ווארט איבער זייערע אומציוויליזירטן באנעמונגען?

איר קעי זשעי מטורפים זייט וויסן דאס טעראר וועט אייך אפקומען אהיים בכפלי כפלים.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 6, 2015 9:37 pm

· #246481
יוחנן הסנדלר
אינטערסאנט ווי די חברה באנדיטן פירער פון ווילידזש אף קעי זשעי שרייען מיט קראקאדיל טרערן היתכן די שונאי ישראל די יונייטעד מאנרא לאזן זיי נישט אויסשפרייטן און חתונה מאכן די קינדער. וואס וועט איר טוהן ווען יונייטעד מאנרא נעמט אייערע טעראר בריוו וואס איר טוט מיט קליינע קינדער און צייגט אט זעט ווען די וואוקס איז שלא לרוח זייער ראש הממשלה זענען די קינדער ממזירים בני הנדה וואס קהל אפיציעל טוט טערעראזירן ווי האלבע נאציס, אבער מיר גוים טארן חלילה נישט זאגן א ווארט איבער זייערע אומציוויליזירטן באנעמונגען?

איר קעי זשעי מטורפים זייט וויסן דאס טעראר וועט אייך אפקומען אהיים בכפלי כפלים.

איך וועל ברענגען א ראיה פון די ציונים אז די פירער פון ווילידזש אוו מאנרא (ר' אהרון וסייעתו) זענען גערעכט. באלד נאך די התייסדות המדינה (רח"ל) ווען דער אפיקורס (אבער קלוגער יונג) בן גוריון איז געווארן פרעמיער און מנחם בעגין, וועלכער האט געהאט א סאך קרעדיט פאר'ן התייסדות המדינה, האט נישט אנערקענט אין זיין ממשלה. נאר ער האט געוואלט מאכן שבת פאר זיך. און ער האט געהאט א גרויסע שיף אנגעפילט מיט געווער און אמוניציע וואס די מדינה וואלט געקענט נוצן. דאך האט בן גוריון געהייסן פאר'ן הויפט פון מיליטער (נישט ממש דער הויפט) יצחק רבין אז ער זאל באמבארדירן דעם שיף. יצחק רבין האט נישט געהאט קיין גרויס חשק צו שיסן אויף א צווייטן איד. אבער ער האט מורא געהאט נישט צו פאלגן ב"ג. האט ער אויסגעשאסן איין באמבע וועלכע ער האט אנגערופן "התותח הקדוש" דער הייליגער הארמאט. ס'איז דא א יש אומרים אז מ'האט נאך געשאסן מיט מאשין געווער א סאך בולעטס אויפ'ן שיף. וויסנדיג אז מנחם בעגין איז דארט. ווייל ב"ג האט געהאט בכוונה איהם אומצוברענגען. שפעטער האט מען איה0 געפרעגט היתכן, דו גייסט שיסן אויף א אנדערן איד? האט ב"ג געענטפערט. אז ס'מוז זיין איין מנהיג...!

הערשי » דינסטאג יאנואר 6, 2015 9:47 pm

· #246484
מיט אזאלעכע ראיות, בערל, ווער ברויך פירכות.

ישמעאל הכהן » דינסטאג יאנואר 6, 2015 9:52 pm

· #246490
ווער קערט אפילו וואס די משוגעים טון? אין 20 יאר ארום ווען מענדעלע וועט זיך רייסן מיט זיין ברודער וועט שוין זיין א נייע פינקס... דע חברה לערנען נישט קיין היסטאריע? וואס איז דאס מיט זיי

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 6, 2015 9:58 pm

· #246491
הערשי
מיט אזאלעכע ראיות, בערל, ווער ברויך פירכות.

פארשטייצעך. ס'איז נישט צום פארגלייכן ח"ו די הייליגע אידן צו די טמא'נע ציונים, להבדיל...! אבער פאר א ווערטל איז עס גוט...!

טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 6, 2015 10:04 pm

· #246493
די גאסיפ ביים עולם אין הונדערט יאר ארום וועט זיין אזוי לאנגווייליג.

"אויף די זיגלמאן און גליק משפחה זאגט מען זיי זענען "נאדלערס", די זיידעס דארט האבן געהאט סידור קידושין אין היילענד מילס שלא ברשות דער בעל עפרא לפומיה דאהרן."

מיר לשון הרע זאגער פונעם היינטיגן דור האבן א זאפטיגע באבע יוטל און א באבע חיטשע...

shem-tov » דינסטאג יאנואר 6, 2015 10:09 pm

· #246495
איינער ווייסט אפשר ווען און אויב צד מהרז"ל פלאנט צו מאכן א חתונה זאל. נאך אלעם זענען זיי דאך שוין אמאל געקומען צו הילף צו די אמאליגע פראבלעמן

shem-tov » דינסטאג יאנואר 6, 2015 10:12 pm

· #246496
אנעקסירן נאך שטחים ווילן זיי נאך. און די זאליס מיט בני יואלס שטיצן זיי נאך. עולם קוקו ראיתי.

shem-tov » דינסטאג יאנואר 6, 2015 10:14 pm

· #246498
טאמבל סאס
די גאסיפ ביים עולם אין הונדערט יאר ארום וועט זיין אזוי לאנגווייליג.

"אויף די זיגלמאן און גליק משפחה זאגט מען זיי זענען "נאדלערס", די זיידעס דארט האבן געהאט סידור קידושין אין היילענד מילס שלא ברשות דער בעל עפרא לפומיה דאהרן."

מיר לשון הרע זאגער פונעם היינטיגן דור האבן א זאפטיגע באבע יוטל און א באבע חיטשע...



מוועט זיך ברעכען קאפ צו די ווערעמיגע קינדער זענען אייניקליך פון משפחת ווערעמיג אדער סאיז עפעס א באנדע ווערעם אדער גאר פלעגן זיי עסען שרצים

outspoken » דינסטאג יאנואר 6, 2015 10:25 pm

· #246499
וועמענס אייניקלעך זענעםן ווערעמיג, און וועמענס אייניקלעך זאגן ניטאמאל הלל יום הצמאות אין צה''ל„....
ו

shem-tov » דינסטאג יאנואר 6, 2015 10:40 pm

· #246505
טאמבעל סאיז ניטל. כהאב געמיינט מען גייט אביסל פארברענגן במילי דעלמא. דערצייל עפעס וואס כהאב נאך קיינמאל נישט געהערט אדער למשל וואס נאך קענסטו טראכטן גייט זיין אין 200 יאר פון יעצט

שעפטל » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 4:50 pm

· #299912
זעה איך ס'איז אנגעקומען צו פרענדלי סופערמארקעט אויפן פאקס

שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 1, 2016 12:20 am

· #319711
האט מען למעשה אויפגענומען א נייע וועד הפנקס נאכדעם וואס די פאריגע איז ל"ע נפטר געווארן יונגערהייט?

HotCoffee » דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:52 pm

· #322459
Re: איז אידיש בלוט הפקר?
איך פארשטיי נישט וויאזוי "הנה אין לשער גודל המכשול בזה!" איז אזא שארפן לשון....

שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 24, 2016 1:23 am

· #322478
ווי זאגט די בלאט? לא כן הורו רבותינו, מ'אטאקירט נישט קיין יחיד.....

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 24, 2016 12:25 pm

· #322510
דאס מאל האט מען חתונה געהאט אן א מסדר קידושין? שטייט דאך נישט אין דער בריוו דער בעל הפרצה, נאר די פארפאלק!

שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 24, 2016 2:18 pm

· #322528
די בלאט האט גע'פסק'נט אז מ'אטאקירט נישט קיין יחידים. די חכמי מפעל קדושת הבית האבן אריינגעלערנט פשט אז דאס מיינט נאר א רב אבער חתן וכלה האבן אן אנדערע דין.

אינטערסאנטער » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 10:54 am

· #322616
בקשה
בקשה פאר די אלע פותחי אשכולות

ביטע ווען מען מאכט אויף א אשכול, געבן א נאמען פאר דעם אשכול אז מען זאל קענען גלייך זעען פון וואס עס רעדט זיך דא, זייער אסאך מאל דא מאכט מען אויף א אשכול וואס ווען מען קוקט פון דערויסן האט מען נישט קיין אהנונג פון וואס עס רעדט זיך

למשל דא דארף מען טוישן די קעפל אז מען זאל זען אויפ'ן קעפל אז דאס רעדט זיך פון סידור קידושין פון קרית יואל
די קעפל דארף זיין "איז אידיש בלוט הפקר - פרשת סידור קידושין ק"י"

יישר כח למפרע

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 28, 2017 10:02 pm

· #367390
יעצט ווען אין קרית יואל איז געהערט געווארן די דרשה
וועט האפנטליך אידיש בלוט שוין נישט געטרינקן ווערן מער.

גאנצל » דינסטאג מערץ 28, 2017 10:12 pm

· #367391
עולם הפוך ראיתי

נארמאלע מחאות מ'טוט וואס מ'דארף פאר פורצי גדר דאס הייסט אידיש בלוט הפקר

ווען מ'שטעלט אפ ירושלימע גאסן גאבת ירושלים ליידט דעס רופסטו אן אנדערע סארט מחאות אתמהה

יוחנן הסנדלר » מיטוואך מערץ 29, 2017 12:13 am

· #367413
[ציטאט אראפגענומען]


גראדע נעכטן באקומען א פריש פעקל צעטלען איבער א חתונה פון לעצטן וואך. גייט יעצט אינטער א וועד קדושת הבית לעדער העד.

גאנצל » מיטוואך מערץ 29, 2017 12:15 am

· #367415
א סתירה צווישן ר' יוחנן און עמעזאן

וואס האסטו געטו ?ן עמעזאן האט זיך געוויגט אין אזא גוטע נצחון און דא נעמסטו אים אוועק זיין אפעטיט

עמעזאן ווייסט נישט אז דא דארף מען זינגען רשעים כשהן יורדין

זעהט אויס אז די נצחון און א אסיר איז דיר בעסער געפעלן

שושן פורים » דינסטאג אקטאבער 10, 2017 3:19 pm

· #386392
лпم iοوԴ
ווען מ'לייגט אים אריין אין די ערד טויטערהייט איז ער דא
📎 reb getzil.jpeg


אבער ווען מ'האט אים געוואלט באגראבען לעבעדיגערהייט, ווי איז ער געוועהן???
📎 10262144_490453054419585_384246840113449673_n.jpg


וואס נאך ווילסטו פון רעב געצלען, ער איז עמפלויד ביי א קהילה און מיט דעם אלעם גייט ער אפגעבן כבוד אחרון פאר אפיציעלע קעגנערס סיי דא און סיי ביי רבי אברהם לייטנער, כגלייב אז פאר די באהערדע שמעקט עס בכלל נישט

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 10, 2017 3:48 pm

· #386394
עס איז דא א אלטע כלל: ביי שמחות און להבדיל ביי לויות פירט מען נישט קיין פאליטיק. דו ווייסט געוויס צו וואס סאטמאר איז מסוגל, סאו עט די ענד אויף די דעי איז עס שיין פון עם זיך צו באטייליגן.

גאנצל » דינסטאג אקטאבער 10, 2017 9:02 pm

· #386399
מענין לענין באותו אפיניען

דער שר התורה מגדולי ומזקני פוסקי דורינו הראב"ד ירושלים שליט"א וואס ליידט זיך אסאך אן פון די סיקריקים הטמאים וואס ביי זיי איז אידיש בלוט הפקר

האט זיך אמאל צוויצלט מיט ווייטאג

ווען איך וואלט געווען א גוי פאר 200 יאר צוריק וואלט מען מיך נאך יעצט ניט געטארט אויפגראבן אבער אזוי ווי איך בין א איד מעג מען מיך באגראבן לעבעדיגערהייט........... ודברי פי חכם אמת ועמוק

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 11, 2017 6:02 am

· #386419
דער "שר התורה מגדולי ומזקני פוסקי דורינו",
טייטש אויף אידיש: איינער וואס איז יעצט פונקט אויף מיין זייט.

יחי המלך » זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:33 pm

· #386532
הרב ר געצעל שליטא איז אפי" אריין אין ,קהל חרדים" דקהל "בני יואל" ביי די לווי פון הרב הגאון רבי "אברהם לייטנער" ז"ל. און געהאלטן דעם "בעסטן הספד" ער האט זיך פארגעשטעלט פארן עולם "כתלמדו הקרוב כבנו"!!! וגם אמר ""שהלכה כמותו בכל מקום""!!! "ותהום כל העיר" קרית יואל...ער האט געכפט יעדען און שאק! וכו. ער איז א סעפל פון א דיין שיש בו דעת!. ונועם המדות!. זאל ער זיין א סעמפל פאר יעדען איינעם וויאזוי אן ערלעכן איד פיר זיך. ער האט נישט ב"ה קיין איין שונה אין קרית יואל!!!!!!!!

יחי המלך » זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:43 pm

· #386534
лпم iοوԴ
כ'זאג דיר צו אז ר' יואליש גייט נישט אהן קיין איין טראפ אויב ר' געציל איז ביי זיין לויה. ביים לעבן האט ער אים געדארפט אז מ'זאל אפשטעלען די טעראר וואס האט זיך אנגעהאנגען אויף זיין פסק.

זיי זענען אלע יארן קרב 65 יאר געוועהן ווי נאנטע ברידער פריינד !!!{ ר געצל האט גארנישט מיט די פאר קראנקע "יחידים המשלטים על הצבור" פון וואס אלע קרייזן ליידען זיך אן!!!!!} (יא אפי די ארונים)

יחי המלך » זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:58 pm

· #386537
ליטוואק פון בודאפעסט
דער "שר התורה מגדולי ומזקני פוסקי דורינו",
טייטש אויף אידיש: איינער וואס איז יעצט פונקט אויף מיין זייט.

מיין טייטש איז! איר קענט נישט די חברה!!! זיי זיכן א "קרבן" בכל "שני וחמישי" זיי נישט אזוי תמימותדיק ווייל זיי קענען גיט די ארבייט... היינט יענעם מארגן דיך!!! עס ווערט אנגערופן "ירשלמי טהור"

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 12:15 am

· #386588
лпم iοوԴ
כ'זאג דיר צו אז ר' יואליש גייט נישט אהן קיין איין טראפ אויב ר' געציל איז ביי זיין לויה. ביים לעבן האט ער אים געדארפט אז מ'זאל אפשטעלען די טעראר וואס האט זיך אנגעהאנגען אויף זיין פסק.

נו, יעצט איז דאך שוין זיכער נישט קיין חילוק. נאר דאס ווייזט אויף די מענטשליכקייט פון ר' געציל...!

גאנצל » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:43 pm

· #386648
אינטערסאנט ביים מלוה זיין האט ער זיך נישט גערעכנט מיט ר' אהרן ט"ב

........

סאו ווען רעכנט ער זיך יא און ווען נישט ?

אקעי דאס וועלן מיר שוין לאזן פארענטפערן ווי אזוי דו ווילסט

גאנצל » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 8:46 pm

· #386668
בקיצור זאגסטו אז ס'איז דא זמנים ווען ר' געציל פייפט זיך אויף ר' אהרן ווייל ער איז מודה על האמת.........

און איך זאג דיר אז ער רעכנט זיך קיינמאל מיט ר' אהרן און זאגט וואס ער האלט

און דאס וואס ער איז געגאנגען צו א לוי' פון זיין בר פלוגתא איז בכלל ניט קיין קשיא

יחי המלך » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 10:42 am

· #386703
איך האלט אז ר אהרן שליט"א וואלט אויך געדארפט גיין!!! סיי צו ר אברהם ז"ל. אין סיי צו ר יואליש ז"ל. { נאר ער איז ליידער ארימגענימען מיט מענשען אן חכמה!!! וד"ל!!! }

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 12:25 pm

· #386709
אנאנים: דו לייגסט עס זייער גוט אראפ. די פראבלעם איז, אז דער צווייטער צד האלט זיך אינגאנצן נישט צו אט די כללים. האסטו געזעהן ר' יאסל וואלדמאן אדער איינעם פון די אנדערע גדולים פון די בני יואל פראקציע ביי די לוי' פון הרב מיללער, דער ראש הכולל. אדער פון אנדערע אנשים חשובים וועלכע זענען נאנט מיט ר' אהרן...?! אדער. לאמיר שוין זאגן ביי א שמחה אדער סיי וועלכע מסיבה...! און אפילו ווען דער דיין ר' געציל בערקאוויטש שליט"א איז געגאנגען צו די לוי' האט מען איהם נישט געגעבן קרעדיט און משבח געווען. נאר מ'האט אריינגעטייטשט אלע קרומע פשעטלעך און מיינונגען...!

גאנצל » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 12:50 pm

· #386714
יחי המלך
איך האלט אז ר אהרן שליט"א וואלט אויך געדארפט גיין!!! סיי צו ר אברהם ז"ל. אין סיי צו ר יואליש ז"ל. { נאר ער איז ליידער ארימגענימען מיט מענשען אן חכמה!!! וד"ל!!! }


ער גייט נישט צו קיין מענטשן וואס האבן געשטעפעט זיין טאטן ז"ל

שמעון וואלף » פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 3:26 pm

· #388844
פארט ארום וואטסעפפ אז די מיידעלע וואס איז היינט אומגעקומען פון א באס עקסידענט רח"ל, קומט פון א שטוב ווי ס'געהאנגן אויפ'ן טיר א צעטל אז קינדער וואס גייען נאך געלט פאר בני יואל און ויואל משה זאלן נישט קלאפן דארט.

איך האב נישט קיין השגה ווער די משפחה איז און כ'ווייס נישט צו ס'איז אמת. קען דאס איינער באשטעטיגן אדער אפלייקענען?

שלום על ישראל » פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 3:33 pm

· #388845
שמעון וואלף
פארט ארום וואטסעפפ אז די מיידעלע וואס איז היינט אומגעקומען פון א באס עקסידענט רח"ל, קומט פון א שטוב ווי ס'געהאנגן אויפ'ן טיר א צעטל אז קינדער וואס גייען נאך געלט פאר בני יואל און ויואל משה זאלן נישט קלאפן דארט.

איך האב נישט קיין השגה ווער די משפחה איז און כ'ווייס נישט צו ס'איז אמת. קען דאס איינער באשטעטיגן אדער אפלייקענען?

נישט אמת. צוויי באזונדערע וואטסעפפ קאפי-פעיסטעראציעס. קאפי איז א העכסט-נארמאלער מענטש.

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 1:38 pm

· #389096
שמעון וואלף
פארט ארום וואטסעפפ אז די מיידעלע וואס איז היינט אומגעקומען פון א באס עקסידענט רח"ל, קומט פון א שטוב ווי ס'געהאנגן אויפ'ן טיר א צעטל אז קינדער וואס גייען נאך געלט פאר בני יואל און ויואל משה זאלן נישט קלאפן דארט.

איך האב נישט קיין השגה ווער די משפחה איז און כ'ווייס נישט צו ס'איז אמת. קען דאס איינער באשטעטיגן אדער אפלייקענען?


שקר וכזב לא מיני' ולא מקצתי'

געוואגעלט אין אידיש בלוט

טרויבן88 » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 1:50 pm

· #389099
Re: איז אידיש בלוט הפקר?
שמעון וואלף
פארט ארום וואטסעפפ אז די מיידעלע וואס איז היינט אומגעקומען פון א באס עקסידענט רח"ל, קומט פון א שטוב ווי ס'געהאנגן אויפ'ן טיר א צעטל אז קינדער וואס גייען נאך געלט פאר בני יואל און ויואל משה זאלן נישט קלאפן דארט.

איך האב נישט קיין השגה ווער די משפחה איז און כ'ווייס נישט צו ס'איז אמת. קען דאס איינער באשטעטיגן אדער אפלייקענען?
אויב יא, דעמאלטס? אויב נישט, דעמאלטס?



Sent from my LGLS675 using Tapatalk

טשעסטער » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 2:40 pm

· #389108
שמעון וואלף
פארט ארום וואטסעפפ אז די מיידעלע וואס איז היינט אומגעקומען פון א באס עקסידענט רח"ל, קומט פון א שטוב ווי ס'געהאנגן אויפ'ן טיר א צעטל אז קינדער וואס גייען נאך געלט פאר בני יואל און ויואל משה זאלן נישט קלאפן דארט.

איך האב נישט קיין השגה ווער די משפחה איז און כ'ווייס נישט צו ס'איז אמת. קען דאס איינער באשטעטיגן אדער אפלייקענען?

שקר וכזב! לא מיני' ולא מקצתי'.

ווער עס קען די משפחה פארשטייט אז דאס וואלטן זיי קיינמאל נישט געטון. איך וואלט מיך אפילו נישט באצויגן צו די תגובה נאר צוליב דעם וואס דא ליינען מענטשען פון אומעטום, און זיי ווייסן נישט וואס טוט זיך אין קרית יואל, און קענען נאך אנהייבן בויען מעשיות.

ליפא » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 2:52 pm

· #389111
קען עס אפשר נאך איינער לייקענען? דריי איז נישט גענוג. אויך אויב מעגליך עס אויסציען יעדע צוויי טעג נאך אן הכחשה

בן אדם » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 3:07 pm

· #389112
דער גאנצע הימל דרייט זיך דאך ארום די ארונים מיט די בני יואל

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 8:17 pm

· #389141
ליפא
קען עס אפשר נאך איינער לייקענען? דריי איז נישט גענוג. אויך אויב מעגליך עס אויסציען יעדע צוויי טעג נאך אן הכחשה

ליפא: וואס ארט דיך אז א סאך מענטשן לייקענען עס אפ...?! ווייל שלעכטס און בייזוויליגקייט לויפט שנעלער ווי אמת און יושר.

איך קען נישט די משפחה (ה' ינחם אותם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים.) אבער איך שטעלל אויף די חזקה אז זיי האבן נישט געהאט אזא סיין הענגען אויפ'ן טיר. נאר בדרך כלל די מחלוקות אנדרייערס און מחרחרי ריב האבן נאך די וויקטים מענטאליטי. זיי וויללן זיך נאך אהערשטעללן ווי די וויקטימס. איך וויל נישט אויספיהרן די ווייטער'דיגע מסקנות וואס נארישע מענטשן וועללן ארויסנעמען פון דעם...ס'איז סימפליסטיק, קינדעריש און בייזוויליג.

אויב מ'ווילל דוקא ציען בייזוויליגע מסקנות און האבן די וויקטים מענטאליטי איז דא די והותר פון דעם אנדער'ן צד אויכעט...!

ביי מיר איז יאסל וואלדמאן און זיין עדת קורח דער לעצטער וועלכער האט א רעכט צו שפיעללן וויקטים...!

וואס מ'טוט צו זיי (פארשטייצעך, נישט פיזיש שעדיגן). און סיי וועלכע אקציעס מ'נעמט אן אקעיגן די גרופ איז בארעכטיגט...ווילאנג זיי וועללן נישט מקבל מרות זיין און זיך צושטעללן נארמאל צו די קהילה...!

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 9:52 pm

· #389149
ליפא
קען עס אפשר נאך איינער לייקענען? דריי איז נישט גענוג. אויך אויב מעגליך עס אויסציען יעדע צוויי טעג נאך אן הכחשה


יאפ אידיש בלוט איז נישט הפקר
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8