☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז אידיש בלוט הפקר?

איז אידיש בלוט הפקר?

363 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6539
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 7, 2018 8:48 pm

· #401813
ברוך בער: לאמיר א ביסל מדייק זיין אין לשון פונ'ם בריעף. אין איין פאראגראף שרייבט ער אז מר. וואלדמאן טאר נישט קומען דאווענען. דאס מיינט אז ווען ער קומט, טאר ער נישט דאווענען פאר'ן עמוד. אבער דאס עצם אריינגיין אין ביהמ"ד איז נישט פארבאטן...!

אבער אט די אלע זאכן זענען בבחינת לאוו הניתק לעשה. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק...והשיב את הגזילה... איך זאג נישט ח"ו אז ר' יעקב וואלדמאן איז א גזלן. אבער ער האט עובר געווען אויף די תקנות פון די קהילה. מ'געט איהם אבער א געלעגנהייט מתקן צו זיין די עוולה.

מ'דארף פארשטיין אז אפילו דער מסדר קידושין איז מסתמא געווען א תלמיד חכם היודע בטיב גיטין וקידושין. אבער ס'מוז זיין תקנות. סידור קידושין קען נאר אנגיין מיט רשות פון מרא דאתרא. ווייל אנישט קען נאך בערל בעל עגלה אדער יאסל דער שוסטער אויכעט ווערן א מסדר קידושין...!

ברוך בער » מאנטאג מאי 7, 2018 9:37 pm

· #401820
berlbalaguleh
ברוך בער: לאמיר א ביסל מדייק זיין אין לשון פונ'ם בריעף. אין איין פאראגראף שרייבט ער אז מר. וואלדמאן טאר נישט קומען דאווענען. דאס מיינט אז ווען ער קומט, טאר ער נישט דאווענען פאר'ן עמוד. אבער דאס עצם אריינגיין אין ביהמ"ד איז נישט פארבאטן...!

אבער אט די אלע זאכן זענען בבחינת לאוו הניתק לעשה. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק...והשיב את הגזילה... איך זאג נישט ח"ו אז ר' יעקב וואלדמאן איז א גזלן. אבער ער האט עובר געווען אויף די תקנות פון די קהילה. מ'געט איהם אבער א געלעגנהייט מתקן צו זיין די עוולה.

מ'דארף פארשטיין אז אפילו דער מסדר קידושין איז מסתמא געווען א תלמיד חכם היודע בטיב גיטין וקידושין. אבער ס'מוז זיין תקנות. סידור קידושין קען נאר אנגיין מיט רשות פון מרא דאתרא. ווייל אנישט קען נאך בערל בעל עגלה אדער יאסל דער שוסטער אויכעט ווערן א מסדר קידושין...!


אדער חלילה וחס דעם רעבינ'ס אייגענער ברודער.

תקנות זאגט איר, עס שטייט אין ספרים אז סדום איז געווען די מעשה אזוי געפערליך אז מען האט געמוזט איבערדרייען חאטש עס זענען נאך געווען שטעט פון רשעות ווי דארט, נאר סדום האט געמאכט די רשעות אלץ לאנד'ס געזעצן, אזא שטאט מוז ווערן אש און פארעך.

Bloomingburg » מאנטאג מאי 7, 2018 9:43 pm

· #401822
זיין טאטע איז אוועק איבער 6 חדשים צוריק און קיינער האט איהם גארנישט געזאגט ביז יעצט קוקט אויס אז די בהמה וואס איז ארויס פון די Corrections department איז נאך נישט געווארען נערמאל
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=28031&start=15375">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... tart=15375</a>

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 8, 2018 1:17 am

· #401838
berlbalaguleh
ברוך בער: לאמיר א ביסל מדייק זיין אין לשון פונ'ם בריעף. אין איין פאראגראף שרייבט ער אז מר. וואלדמאן טאר נישט קומען דאווענען. דאס מיינט אז ווען ער קומט, טאר ער נישט דאווענען פאר'ן עמוד. אבער דאס עצם אריינגיין אין ביהמ"ד איז נישט פארבאטן...!

אבער אט די אלע זאכן זענען בבחינת לאוו הניתק לעשה. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק...והשיב את הגזילה... איך זאג נישט ח"ו אז ר' יעקב וואלדמאן איז א גזלן. אבער ער האט עובר געווען אויף די תקנות פון די קהילה. מ'געט איהם אבער א געלעגנהייט מתקן צו זיין די עוולה.

מ'דארף פארשטיין אז אפילו דער מסדר קידושין איז מסתמא געווען א תלמיד חכם היודע בטיב גיטין וקידושין. אבער ס'מוז זיין תקנות. סידור קידושין קען נאר אנגיין מיט רשות פון מרא דאתרא. ווייל אנישט קען נאך בערל בעל עגלה אדער יאסל דער שוסטער אויכעט ווערן א מסדר קידושין...!

וויפול מאל האסטי שוין באקומען סידור קדושין אין בארא פארק?

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 8, 2018 3:42 am

· #401846
שמעון וואלף: איך האב שוין שיעור באקומען כתובה ליינען אונטער די חופה. אן איך האב מתפלל געווען אז דער כיבוד זאלל בטל ווערן. דער אייבישטער האט געהאלפן אז ס'איז געקומען א שיינער איד. און מ'האט איהם מכבד געווען...!

אבער ערנסט גערעדט. איך זאג נישט אז מ'דארף אזא איד רודפ'ן עד חורמה. אבער ס'מוז דאך זיין א שטיקל סדר אין די הארבע עניינים. כ'וועלל דיר ברענגען א משל פון אנ'אנדער'ן פאל.מעשה שהיה. אין א געוויסע משפחה בישראל איז דא פארשידענע מענטשן. סתם ערליכע אידן. בעל בתי'שע מענטשן. ליטווישע/ישיבה'שע און מאדערנע. ס'איז אויך דא גאר פרומע, העיליגע אידן.ווען די הייליגע (העיליגע) אידן קומען צו א שמחה אין די משפחה וויללן זיי נישט עסן פון די מאכלים וואס די פשוטי עם גרייטן צו. זיי ברענגען זיך מיט הימלישע עסן פונדערהעים. האטציך דער מרא דאתרא פון די קהילה וואו דער בעל שמחה באלאנגט. אריינגעמישט. און ער האט גע'אסר'ט פאר דעם מלאך (גלח) אלוקים אריינצוברענגען זיין הייליגע עסן.ווייל ער האט א תקנה אז קיינער קען נישט ברענגען עסן פון דערהיים ווען ער מאכט א שמחה.מ'מוז נעמען א קעיטערער מיט א גוטע השגחה. איי, האט דער מלאך אלוקים געטענה'ט. איך בין דאך א העיליגער יוד. דו זעהסט דאך אליינס. האט מען איהם געענטפערט....א תקנה איז א תקנה...! כן הדבר הזה...! אויך. אפשר קענסטו מיר זאגן ווען ס'איז געווען דאס לעצטע מאל וואס ר' אהרן איז געגאנגען קיין וויליאמסבורג אדער בארא פארק מסדר קידושין צו זיין...!

בן ישי » דינסטאג מאי 8, 2018 3:51 am

· #401848
וועם נוצן טאקע חסידי מהר"א אויף סידור קידושין אין בפ/וויליאמסבורג?

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 8, 2018 4:03 am

· #401850
בן ישי: איך וועיס נישט...! חסידי מהר"א וואס דאווענען אין בעלז, נוצן זייער דיין. און חסידי מהר"א וואס דאווענען אין קלויזנבורג נוצן זייער רעבי'ן שליט"א. אויך די וויזשניצער/בני ברק חסידי מהר"א נוצן זייער רעבי'נ'ס א זון זאלל זיין געזינט און שטארק. (א טייל בעלז'ער חסידים נוצן די בעלזער רביצין תליט"א פאר סידור קידושין.).... און די וויזשניץ/מאנסי חסידים נוצן די אלע אכט נייע רעבעס...! ואטו כי רוכלא ליחשב וליזל...!

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 8, 2018 8:48 am

· #401854
ר' בערל, דעם אמת ביטע!
האלטסט טאקע אז די סיבה פון די תקנה איז בלויז ווייל זיי האבן מורא מען וועט נעמען א לא לנו פאר סידור קידושין?

הקטן » דינסטאג מאי 8, 2018 9:03 am

· #401855
ליטוואק פון בודאפעסט
איך וואלט געוואלט באגעגענען דער אוטסיידער וואס וואלט אזוי געטראכט נאכ'ן זען אזא בריוו

קוק מיך אן (האסטו אלע רעכטן צי האלטן אז איך בין באמת אן אינסיידער, אויב איז דיר גרינגער אזוי )

נקודת-אמת » דינסטאג מאי 8, 2018 11:51 am

· #401885
ברוך בער
עס שטייט אין ספרים אז סדום איז געווען די מעשה אזוי געפערליך אז מען האט געמוזט איבערדרייען חאטש עס זענען נאך געווען שטעט פון רשעות ווי דארט, נאר סדום האט געמאכט די רשעות אלץ לאנד'ס געזעצן, אזא שטאט מוז ווערן אש און פארעך.

איך ווייס נישט פארוואס איך דערמאן-מיך פון עפעס א שטעטעלע אינעם געגנד פון באדראג-קערעסטיער און טאקאיי...
😂 😈

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 8, 2018 12:38 pm

· #401892
שמעקעדיג:ניין. ח"ו. אין קרית יואל זענען דא גרויסע תלמידי חכמים. נאר אויב ס'איז נישט דא קיין קאנטראל מצד הקהילה, קען זיין אז איינער א גבר אלים וועט ברענגען זיין..."רב"...וואס איז א געשוואלענער עיי"ן ה"א. און נאכדעים וועט מען דארפן מסופק זיין אויב די קידושין זענען געווען גוטע קידושין. דו האסט געליינט די מעשה וואס כ'האב פריער געברענגט.

איך האב שוין געזעהן ביי א רעבישע חופה וואו מ'האט מכבד געווען א קרוב מיט כתובה ליינען. דער קרוב איז אליינס א שייינער איד. אבער ער האט געליינט די כתובה אזוי ווי א רוסישער איד וועלכער האט נאכנישט געלערנט קיין עברי זאגט התרת נדרים...!

נקודת-אמת » דינסטאג מאי 8, 2018 12:59 pm

· #401896
די גאנצע גמרא פון "כל שאינו יודע בטיב גיטין וקידושין אל יהא לו עסק עמהם" איז געזאגט געווארן למיטב ידיעתי בעיקר אויף זיווג שני
וואס ס'קען זיך מאכן חששות, אבער בזיווג ראשון לא גרע מכל הלכות איסור והיתר שבתורה,
און די ברכת אירוסין נתקנה להחתן, וכדי שלא לבייש את מי שאינו יודע אלפ"א בית"א התקינו שהחתן יכבד גדול שבקהל בהברכות.
די גאנצע טראסק וואס מ'מאכט איבער דעם רבנות-אין-שטאט, וביטול הקידושין, איז קען זיין האט א מקור אין הלכה
אבער לא חרבה ירושלים אלא שהעמידו דיניהם על דין תורה...

שבת אחים » דינסטאג מאי 8, 2018 1:25 pm

· #401902
berlbalaguleh
אנאנים: און דאס איז גענוג. אונזער סיסטעם פון רעליגיע איז נישט געבויעט אויף דעמאקראטיע. מיט פארטייען, קאנדידאטן און וואלן. אויב ער איז דער יורש דאורייתא איז ער בעל הבית אין קרית יואל. א שטעיטל וואס זיין פעטער דער סאטמאר'ע רבי ר' יואל טייטלבוים האט געבויעט. אפילו אויב ער איז א קאר סערוויס דרייווער. און ער. דער יורש קען אריינשטעללן זיין יורש. ואין להשיב על דבר המלך. און פאר וועם ס'געפעלט נישט. דא איז נישט רוסלאנד אדער טשיינא. מ'צווינגט קיינעם נישט צו בלייבן וואוינען אין קרית יואל. ס'געפעלט דיר נישט. דו האסט נישט ליעב דעם רב. מכח איזה סיבה שהיא. זיי מוחל און הייב דיך אויף און באשטעל די מאווינג טראק. ושלום על ישראל. קענסט מאוון קיין וויליאמסבורג, בארא פארק, קרוין הייטס, פלעטבוש, מאנסי, לעיקוואוד. אוואו דו ווילסט ככל אות נפשך. . אבער בלייבסט דו דא. פארמאך דיין פיסק. און זעץ זיך אראפ. און רודער נישט. און בונטעווע נישט. ווייל דו ביסט נישט קיין בעה"ב. דו און א פאר לצים, ווי יאסל בן מרים וואלדמאן קענען זיך איינרעדן אז עטץ זענטץ בעה"ב. אבער מ'האט ענק ב"ה געוויזן אז עטץ האטץ פאלטש געלערנט פשט אין פסוק. צוזאמען מיט ענקערע מרנן, רבנן ותלמידהון, וראשי קהילתא...קעיס קלאוז'ד...!


אויב, דרייסיג אדער פערציג פראצענט פון די שטאט האט זיך אפגעשאקעלט פונעם שטאטס רב מאיזה סיבה שיהי׳ און זיי האבן זיך געמאכט שבת פאר זיך מוזן זיי נישט זיין געבינדן צו די שטאטס רב, דאס זאגט נישט נאר איך, נאר ס׳איז שוין דן געווארן ביי פריערדיגע גדולים און פוסקים (ווער סקען ברענגן די מקור א ברכה אויף זיין קאפ, איך האב פארגעסן וואו עס איז געוועהן). סאיז געוועהן אזא מעשה אין א גרויסע שטאט ווי א גרויסע פראצענט פון די קהילה האבן נישט געגליכן דעם רב האבן זיי זיך געמאכט א אייגענע רב און א אייגענע קהילה און סהאט זיך אפגעשפילט די זעלבע געשיכטע ווי אין קר״י, זיי האבן געשריגן ממזרים און ארומגעלויפן צו רבנים, און למעשה האבן זיי געפסקנט אז ביידע קהילות מעגן עקזעסטירן און ביידע רבנים זענען לעגיטעמט.

ר׳ בערל ער איז נישט קיין יורש אויף די גאנצע שטאט רבנות נאר אויף די רביסטיווע און די פראפעטי פון די מוסדות.

נאך א שטארקע נקודה. די חילוק פון היינט ביז אמאליגע צייטן ווען סאיז געוועהן א שטאטס רב מיט א קליינע שול׳כל. וויפל [פרומע] אידן מיינסטו האבן שוין געוואוינט אין יעדע שטאט? אפילו די גרויסע שטעט? סאיז געוועהן איין קלייניטשיקע קהילה און סהאט נישט אויסגעפעלט נאך א רב. קיינער פון ר׳ אהרן׳ס זיידעס ביזן ישמח משה האבן נישט געהאט אזויפיל חסידים ווי ר׳ אהרן! סיגעט איז נישט געוועהן עפעס אזא גרויסע חסידות ווי די היינטיגע ״סאטמארע אימפעריע״. ער האט טויזנטער חסידים און ער מוז נישט געוועלטיגן אויף די גאנצע שטאט. זאל ער זיך אפגעבן מיט זיינע אייגענע חסידים און מיט ׳אריזאנא שווייץ׳ און לאזן אנדערע מענטשען וואס האלטן נישט ווי אים לעבן. קר״י מאנרא איז נישט עפעס א קלייניטשיקע שטעטלע מיט א שטאטס רב סאיז א עיר ואם בישראל היינטיגע צייטן. זאג מיר וועלכע שטאט אין אונגארן, רומעניע, אוקריינא האט געהאט אזויפיל פרומע אידן???

יעקב מענטש » דינסטאג מאי 8, 2018 1:30 pm

· #401904
אינטערסאנט.

איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון די אלע 'פראבלעמען' מצה גזולה וכו'

גאנצל » דינסטאג מאי 8, 2018 1:52 pm

· #401910
יעקב מענטש
אינטערסאנט.

איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון די אלע 'פראבלעמען' מצה גזולה וכו'


זענען דען סאטמאר אזוי נאריש ווי זייערע שונאים צו גיין פייטן א זאך וואס מ'קען נישט, פאר יארן ?......

די קידושין איז אן אחריות אויף ראשי קהלה צו טון כדת מה לעשות בזמן שבית המקדש הי' קיים האט מען אויך געטון צו מענטשן זייער נישט קיין באטעמטע זאכן

אבער דעס נעמען א עדאלט און מאכן פאר א נעבעכדיגע יתומל דאס קאסט מיר א לאך ..... דעס איז דאך די אלטע אויסגעטראטענע וועג פון די קרייען זאליס/בני יואל

יעקב מענטש » דינסטאג מאי 8, 2018 2:07 pm

· #401913
לאמיר דיר זאגן, ס'איז דא זייער ווייניג וואס נעמן ערענסט די גאנצע חאזעריי, רוף עס מצה גזולה, אדער קידושין גזולה, יו נעים איט, מ'דארף אויפצוזוכן אן אלטן בלאט צו געבן א דעטאלירטן ליסטע. און וואס א יאר ס'גייט פאריבער אלץ ווייניגער מענטשען ווייסן דערפון בכלל.

איך גלייב אז ער וואלדמאן איז נישט געקומען צו דאווענען ביי ענק ווייל ער דייקא געוואלט ווייזן אז א טאטע פון ממזירים קען דאווענען אין ענקער ביהמ"ד, איך גלייב ער האט פשוט געזוכט אן עוועיל עמוד מיט א באקוועמע שוהל און מקוה דאס אלעס, ער האט א קנאפע פראבלעם זיך צו זוכן א צווייט פלאץ.

אבער דער צעטל שיקער (איז עס טאקע דער וואס האט געיושב'ט? אדער איז געווען א שטעלפארטרעטער ווי לאנג ער איז געגאנגען אויף אורלויב?) איז קהל'ס נער און פראקטיצירט טפשות אין קהל'ס נאמען.

אין עני איווענט, מיר אינטערסירט עס נישט, גייטס אן ס'וועט היבש פארשטארקערן די באזע... (דו ווייסט וויפיל ארוינים לאכן דערפון?)

גאנצל » דינסטאג מאי 8, 2018 2:14 pm

· #401916
קידושין איז א זאך וואס די ראשי קהלה דארפן שטיין על המשמר אז עס זאל געטאן ווערן ריכטיג זיי טארן זיך פון דעם ניט מעלים עין זיין עס איז נישט קיין קינדער שפיל

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 8, 2018 2:20 pm

· #401917
Re: איז אידיש בלוט הפקר?
גאנצל
קידושין איז א זאך וואס די ראשי קהלה דארפן שטיין על המשמר אז עס זאל געטאן ווערן ריכטיג זיי טארן זיך פון דעם ניט מעלים עין זיין עס איז נישט קיין קינדער שפיל
דו גלויבסט אין קאאינסידענס?

אין די גאנצע וועלט, איז דער שטח הפקר. און מ׳האט אין ערגעץ נישט געהערט קיין פראבלעם. פונקט אין די שטאט ווי הרב אהרן ראנגעלט זיך אויף זיין פאסטען מיום הוולדו, איז געבוירען געווארען א משמר אויף וואס צו שטייען! דאס איז א מקרה?

וזאת למודעי, דו ווייסט וואס פאסירט ביי אדאפשען? ווער איז ׳עומד על המשמר׳ אין די זאכען נאכצוגייען דער יחוס פון דער קינד? עפעס אן אפיציעלע בי"ד? אין איין פלאץ אין דער וועלט איז עס אונטער דער פירערשאפט פון רבנים, ווי אויך גיטין וקידושין. ווי? אין ארץ ישראל, ווי דער רבנות נעמט קעיר. אבער פלוצלונג וואונדער אויף וואונדער אז די זעלבע וואס זארגען אזוי שטארק פאר סדר אין קר"י, האבען נישט קיין פראבלעם צו בארעדען דער רבנות. איי, עס מוז זיין סדר? צ"ע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאנצל » דינסטאג מאי 8, 2018 2:35 pm

· #401922
אינדערהיים איז עס געווען אין יעדע שטעיטל אינקלאדעט די שטעיטלעך ווי עס זענען געווען מתנגדים צום רב און געטענהט אז דער רב איז נישט דא קיין רב סטראגעלט און בלא בלא

זייער דיין האט זיך באצויגן צו א פסק פונעם מייסד העיר און זיי צוגעפסקענט אז דער הוראה איז גילטיג דא אויך

און ממילא מוזן די ראה"ק טון מה שבידם און קענען נישט מועל זיין אין זייער תפקיד

איי עס איז נישט באטעמט די סנהדרין האט נאך געהאט אזעלכע אומבאטעמטע סעטועישנס

דאס אלעס איז בלויז פאר חזרה די דיסקאשען איז שוין אויסגעדראשען און פון מיין זייט פארלאשן

א גוטן טאג

נקודת-אמת » דינסטאג מאי 8, 2018 3:13 pm

· #401935
איין זאך קען איך דיר זאגן:
ווען איך וואלט געוועהן מרא דאתרא אין א שטעטל וואס מיין עלטער פעטער וואלט געגרינדערט און ער וואלט מיר אוועקגעשטעלט אלטס רב,
און איך וואלט געהאט איינוואוינער אין שטאט וואס ווילן מיר נישט נעמען אלטס זייערע 'מסדר-חידושים',
און בעל כרחם מחמת ההלכה או המנהג או מורא הזט"ה וואלטן זיי געמוזט זיך בייגן און קומען צו מיר בעטן איך זאל מסדר-חידושין'נען ביי זיי,
וואלט איך געשריגן: לא-מיט-א-למ"ד. פארשטאנען?
מיין עפינייען איז: אוי לה לאותה בושה זיך ארויף צו צווינגען מכח ההלכה אויף יענעמ'ס חתונה כיבודים

סנדקאות מוז מען אויכעט געבן פאר'ן מרא דאתרא?

גאנצל » דינסטאג מאי 8, 2018 3:21 pm

· #401936
סנדקאות ? וואס עפעס ?

ליפא » דינסטאג מאי 8, 2018 3:29 pm

· #401937
נקודת-אמת
איין זאך קען איך דיר זאגן:
ווען איך וואלט געוועהן מרא דאתרא אין א שטעטל וואס מיין עלטער פעטער וואלט געגרינדערט און ער וואלט מיר אוועקגעשטעלט אלטס רב

דער עלטער פעטער האט אים ניטאמאל געשטעלט

Gimpel » דינסטאג מאי 8, 2018 4:33 pm

· #401941
בערל אקרו"ט איז ראשי תיבות אלופי קרואי וטובי

שלי שלך » דינסטאג מאי 8, 2018 5:53 pm

· #401953
Re: איז אידיש בלוט הפקר?
די הנהלת הקהילה האט אנגערופן דעם אינגערמאן זאגן אז די בריוו איז נישט געשיקט געווארן דורך זיי, און ער מעג ווייטער דאווענען פאר'ן עמוד אין אהל פיגא.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 8, 2018 5:55 pm

· #401954
טאמער די קידושין וואס הרב שמואל גראס פון קראלע האט מסדר געווען זענען פסול ביי דיר, ווייל די וואלען האט געוואנען הרב אביש האראוויץ, ביסטו מעגליך (מסתמא אזוי אויך נישט) בארעכטיגט.
יעצט שרייבסטו פשוט פארטיי ליגענט. הער אויף מיט די זייטיגע חשבונות, זאג קלאר די אמת. איך בין אן אהרוני, און די ענין האט מען געשטעלט אלס דער שלאכטפעלד. יעדער פארשטייט אליינס אז אריזאנא שווייץ (קרעדיט: @שבת אחים) איז נישט די נושא, פון קיינער פון די צדדים, ווי אויך נישט די סידור קידושין ביזנעס. דאס מאכען די עסק תאמעוואטיש כאילו עס איז א נידון פון הלכה צו שמירת הדת, איז א שקר, און ווען איך ווער נישט באצאלט דערפאר, האלט איך מ'דארף שטארק פארדאמען.

גאנצל » דינסטאג מאי 8, 2018 7:25 pm

· #401967
יעצט זאל איך דיר צוריק זאגן אז דו מיינסט אויך גארנישט מער ווי דיין שנאה בלא בלא .... ניין איך האלט נישט דערביי

נאר איך וועל רעדן פון די פוינט זייט נישט ברוגז מיין ידיד קידושין שחיטה ובדו' זענען זאכן וואס די ראשי קהלה דארפן שטיין על המשמר, און דאס וואס די קרית יואלע ראשי קהלה טוען און אזוי איז געווען אינדערהיים אין אלע שטעיטלעך, אלע דיינע אנדערע קינדערישע איירעדענישן קומט נישט אריין דא

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 8, 2018 7:31 pm

· #401969
פארצייל מיר גענוי וואס וועט פאסירן ווען מענטשן זענען מכבד אנדערע רבנים מיט סידור קידושין אנשטאט'ס הרב אהרן?

און אויב עפעס, פארוואס האט דאס נישט פאסירט אין לעיקוואד, ברוקלין, מאנסי, טאראנטא, טשיקאגא, לאנדאן, מאנטשעסטער, בני ברק, ירושלים, אשדוד, באר שבע, קעיפ טאון, מעלבורן, מעקסיקא סיטי, טעמפע, לאס אנדזשעלעס ועוד? פארוואס איז עס דוקא א פראבלעם אין קרית יואל?

איך בעט אבער גענוי. נישט 'עומד על המשמר' ווערטער, וואס מיינען גארנישט.

גאנצל » דינסטאג מאי 8, 2018 7:43 pm

· #401971
אה דו ווייסט נישט ? די גאנצע זאך איז א אלטע תקנה דוכט זיך פון ועד ארבע ארצות

די נפק"מ פון אנדערע פלעצער ביסטו שוין גענוג גרויס צו פארשטיין

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 8, 2018 8:15 pm

· #401974
אהא. האסט געקענט זאגן 'איך ווייס נישט, איך האב גערעדט נארישקייטן'. למעשה האסטו אזוי געזאגט, נאר כדרככם מיט אנדערע ווערטער.

ביזדערווייל ווייסטו נישט פון קיין מכשול, צו א מעגליכע מכשול. אבער ביסט זיכער אז זיי מוזן 'עומד זיין על המשמר'.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 8, 2018 8:16 pm

· #401975
נקודת-אמת
איין זאך קען איך דיר זאגן:
ווען איך וואלט געוועהן מרא דאתרא אין א שטעטל וואס מיין עלטער פעטער וואלט געגרינדערט און ער וואלט מיר אוועקגעשטעלט אלטס רב,
און איך וואלט געהאט איינוואוינער אין שטאט וואס ווילן מיר נישט נעמען אלטס זייערע 'מסדר-חידושים',
און בעל כרחם מחמת ההלכה או המנהג או מורא הזט"ה וואלטן זיי געמוזט זיך בייגן און קומען צו מיר בעטן איך זאל מסדר-חידושין'נען ביי זיי,
וואלט איך געשריגן: לא-מיט-א-למ"ד. פארשטאנען?
מיין עפינייען איז: אוי לה לאותה בושה זיך ארויף צו צווינגען מכח ההלכה אויף יענעמ'ס חתונה כיבודים

סנדקאות מוז מען אויכעט געבן פאר'ן מרא דאתרא?

נקודת אמת: לאמיר אנהייבן ביים עק.סנדקאות מוז מען נישט געבן פאר'ן רב.פון מיינעטוועגן קען א איד מאכן א ברית צוויי מאל א יאהר. (א יעדע 6 חדשים) און נישט געבן סנדקאות פאר'ן רב. און די קינדער וועללן זיין כשר'ע קינדער. ביי סנדקאות איז נישט דא קיין ספעציעלע הלכות. און אפילו יאנקל דער שוסטער אדער זלמנ'יו דער וואסער טרעגער קענען אויכעט האבן סנדקאות. יאנוש דער שבת גוי, נישט. משא"כ סידור קידושין קען נאר דער מרא דאתרא אדער זיין אויטאריזירטער שליח. אדער פאר וועם ער געט רשות...!

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 8, 2018 8:22 pm

· #401976
שבת אחים: דער כח פון א מרא דאתרא גייט נישט אין נאמבערס. אזוי ווי דו ווילסט זאגן. אין א קליין שטעטל. לאמיר זאגן ביז 20 משפחות האט דער מרא דאתרא א כוח. און העכער 21 משפחות, נישט.

א מרא דאתרא האט א כוח וואס די תורה"ק האט איהם געגעבן. צי ווייל ער איז אריין געוועהלט געווארן. אדער ווייל ער האט געירשנ'ט דאס רבנות. אויב ער איז אן עיי"ן ה"א און ער איז נישט ראוי לאותה איצטלא. האט מען נישט קיין ברירה און מ'מוז זוכן א צווייטן. אבער אויב ער איז א ת"ח און ראוי צו זיין רב, איז ער קודם פאר אנדערע. יעצט. אויב דער רב פונ'ם צד שכנגד גייט לענגערע ר"ת גאטשעס. דאס מאכט איהם נאכנישט קוואליפיצירט צו זיין מרא דאתרא. אויב איז ער א ת"ח דארף מען נוהג זיין כבוד ת"ח ביי איהם. מיט אלע הידורים. אבער דאס מאכט איהם נאכנישט פאר קיין מרא דאתרא...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 8, 2018 8:30 pm

· #401981
יא, יעדער מרא דאתרא וואס דער שטאט האט געוויילט, האט א פליכט צו טוהן פאר די אידען אין שטאט וואס זיי דארפען, פון א תורה'דיגע זינען. און מיר דאווענען טאקע השיבה שופטינו כבראשונה און די אלע אידישע שטעט זאלען אויפנעמען א רב, בבחירת בני הקהלה, וואס וועט דינען די גאנצע שטאט געטרייערהייט.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 8, 2018 8:48 pm

· #401986
ליטוואק פון בודאפעסט: דער רב פון די שטאט קרית יואל אין מאנרא/פאלם טרי וויל דינען די גאנצע שטאט. זיי לאזן זיך אבער נישט.

איך וויל זעהן דעם טאג וואס ר' יוסל וואלדמאן וועט קומען צום רב פרעגן א שאלה אויף א טשיקן...! אדער זאגן אז ער וויל האלטן א דין תורה מיט איינעם פון זיינע קאסטומערס. כ'ווייס נישט פונקטליך אין וואס ער איז עוסק אין די איצטיגע טעג, חוץ מחרחר ריב זיין און אנהעצן אויף מחלוקת. אפשר האט ער שוין ריטייערט פון דעם, דאמאלס בעט איך איהם איבער.

איך וואלט מיך געפרייט און געהאלטן פאר א זכיה ווען ר' יוסל וואלדמאן רופט מיך צו א דין תורה צום שטאט'ס רב אין קרית יואל...! נישט דעם וועם די רביצין זכרונה לברכה האט געוועלט, נאר דעם וועם דער ברך משה האט ממנה געווען...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 8, 2018 8:52 pm

· #401987
שיין אז קר"י האט א וואלונטיר רב. אבער ביז צו די וואלען, וואס גייט באלד פארקומען, איז ער נאר א וואלונטיר פונקט ווי אלע אנדערע וואס זענען מסדר קידושין ווען מ'בעט זיי.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 8, 2018 9:03 pm

· #401993
ליטוואק פון בודאפעסט: לא זכיתי להבין... וואו וואלן, וואס וואלן. לפי דת תוה"ק (בדיני ירושה) האט מען ניקס געגלייבט אין וואלן...! דאס איז נאר א שפעטער'דיגע ערפינדונג פון די דעמאקראטישע גריכן. אונז ערליכע אידן האלטן מיר זיך צו די מסורה...!

גאנצל » דינסטאג מאי 8, 2018 10:06 pm

· #402004
ליטוואק פון בודאפעסט
אהא. האסט געקענט זאגן 'איך ווייס נישט, איך האב גערעדט נארישקייטן'. למעשה האסטו אזוי געזאגט, נאר כדרככם מיט אנדערע ווערטער.

ביזדערווייל ווייסטו נישט פון קיין מכשול, צו א מעגליכע מכשול. אבער ביסט זיכער אז זיי מוזן 'עומד זיין על המשמר'.

ווידער קינדערישע איך האב דיר געווינען ווערטער......

איך מיין, פ"וו דארף איך זאגן אז איך ווייס נישט איך האב גערעדט נארישקייטן, פ"וו זאלסטו נישט זאגן די זעלבע זאך.

איך פארשטיי נישט, דו האסט מיר געפרעגט וואס עס גייט געשען אויב הרב אהרן גייט נישט זיין סידור קידושין, האב איך דיר צוגעוויזן אז מ'גייט עובר זיין אויף א תקנה, קומסטו מיר ענטפערן לופטיג קינדעריש אז איך רעד נארישקייטן.

ליטוואק פאסט נישט פאר דיר.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 8, 2018 10:29 pm

· #402007
יעצט טוישסט צו ווידער. דו האסט געמאכט כאילו סידור קידושין איז ווי סידור גיטין, און עס איז מעגליך מכשולות דערין. דעריבער דארף נאר דער רב דאס טוהן. איך האב געפרעגט וועלכע מכשולות, ענטפערסטו אז די מכשול איז אז דער רב מאכט עס נישט!

(תקנת וועד ארבע הארצות הייסט תקנת רח"ש, וויפיהל געלט מ׳דארף געבען צו רב חזן און שוחט, וואס איז א פראצענט פון דער נדן. עס האט גארנישט צוטוהן מיט מכשולות, פשוט א געלט זאך).

שבת אחים » דינסטאג מאי 8, 2018 10:31 pm

· #402008
berlbalaguleh
שבת אחים: דער כח פון א מרא דאתרא גייט נישט אין נאמבערס. אזוי ווי דו ווילסט זאגן. אין א קליין שטעטל. לאמיר זאגן ביז 20 משפחות האט דער מרא דאתרא א כוח. און העכער 21 משפחות, נישט.

א מרא דאתרא האט א כוח וואס די תורה"ק האט איהם געגעבן. צי ווייל ער איז אריין געוועהלט געווארן. אדער ווייל ער האט געירשנ'ט דאס רבנות. אויב ער איז אן עיי"ן ה"א און ער איז נישט ראוי לאותה איצטלא. האט מען נישט קיין ברירה און מ'מוז זוכן א צווייטן. אבער אויב ער איז א ת"ח און ראוי צו זיין רב, איז ער קודם פאר אנדערע. יעצט. אויב דער רב פונ'ם צד שכנגד גייט לענגערע ר"ת גאטשעס. דאס מאכט איהם נאכנישט קוואליפיצירט צו זיין מרא דאתרא. אויב איז ער א ת"ח דארף מען נוהג זיין כבוד ת"ח ביי איהם. מיט אלע הידורים. אבער דאס מאכט איהם נאכנישט פאר קיין מרא דאתרא...!


א מרא דאתרא האט לכאורה יא צוטוהן מיט נומבערס!
קען זיין אז יא און קען זיין אז נישט. איך בין נישט קיין פוסק אבער אזוי האט מען געפסקנט מיט יאהרן צוריק. און אזוי האלט איך אויך. סאיז דא בערך פופציג בתי מדרשים אין קר״י וואס ער ר׳ אהרן-די שטאטס רב קען נישט אפילו אריינטרעטן דארט! אויב איז פארהאנען דארט אזא גרויסע פראצענט אין א שטאט וואס זענען קעגן אים און זיי מאכן זיך א אייגענע קרעמל און פירן זיך אלעס ע״פ תורה, איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס ר׳ אהרן זאל געוועלטיגן איבער זיי. און שרייען ״ממזרים״ אויף אידישע קינדער וועגן ״פאליטיק״ איז נאך פול א גרעסערע עבירה ווי נישט געבן פארן רב די כיבודים... פריערדיגע גדולים און פוסקים ווען סאיז פארגעקומען אסאך מעהר ערענסטע פראגעס איבער די ענינים האבן זיי גענוצט יעדע קולא וואס זיי האבן נאר געקענט אבי נישט אפצופסלן אידישע קינדער. אבער גיין לכתחילה און אריינלייגן אין צייטונגען נעמען און זיי באשמיצן פערזענליך איז נישט לדעתי אויסגעהאלטן. סאיז נישט מענטשליך, הלכה׳דיג, תורה׳דיג, שכל׳דיג. סאיז נעריש און קינדעריש און עס וועט ענק גארנישט העלפן ער איז נישט ״אינגאנצן״ בעלבאוס אויפן שטאט ווייל זיין עלטער פעטער איז אמאל געוועהן דער בעלאבאס... ער האט טויזנטער שונאים דארט. און ער האט זיך אליינס אנגעמאכט מיט זיין אויפפיראכץ.

גאנצל » דינסטאג מאי 8, 2018 11:11 pm

· #402013
ליטוואק פון בודאפעסט
יעצט טוישסט צו ווידער. דו האסט געמאכט כאילו סידור קידושין איז ווי סידור גיטין, און עס איז מעגליך מכשולות דערין. דעריבער דארף נאר דער רב דאס טוהן. איך האב געפרעגט וועלכע מכשולות, ענטפערסטו אז די מכשול איז אז דער רב מאכט עס נישט!

(תקנת וועד ארבע הארצות הייסט תקנת רח"ש, וויפיהל געלט מ׳דארף געבען צו רב חזן און שוחט, וואס איז א פראצענט פון דער נדן. עס האט גארנישט צוטוהן מיט מכשולות, פשוט א געלט זאך).

בקיצור דו גייסט מיך אויף יעדע ענטפער ענפערן מיט א צווייטע לופט אטאקע, פריער רעד איך נארישקייטן יעצט טויש איך שוין ווייטער

איך האב גארנישט געטוישט, איך שריי דיר א גאנצע צייט די זעלבע זאך, עס איז א תקנת הקודמים און דאס איז עס

הצלחה, סתם זיך פארענטפערן אויף דיינע לופט אטאקעס האלט איך נישט דערביי

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 9, 2018 6:12 am

· #402036
איך האלט מיך נאכאנאנד ביים זעלבע טענה. האסט דערמאנט חששות, ווייז אויף חששות.

שמעון וואלף » פרייטאג מאי 11, 2018 4:48 pm

· #402327
די דיין ר' געציל האלט פאר מרי"י היתכן ער איז מרבה ממזרים בישראל
וויאזוי שטייט נאר אין די בריוו פון בעל דברי יואל - וצריך להתרחק מהם....
וואט עי זדאוק
📎 Screenshot_2018-05-11-03-40-50-1.png

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 11, 2018 7:22 pm

· #402337
שמעון וואלף: דאס זעהט עפעס אויס ווי ביי א ניחום אבלים. בכל אופן איז עס נישט די ריכטיגע פלאץ אויפצוברענגען די עניינים...!

שמעון וואלף » מוצ"ש מאי 12, 2018 11:14 pm

· #402340
berlbalaguleh
שמעון וואלף: דאס זעהט עפעס אויס ווי ביי א ניחום אבלים. בכל אופן איז עס נישט די ריכטיגע פלאץ אויפצוברענגען די עניינים...!

וואס מיינסטי צו זאגן?

איסר האטלקי » זונטאג מאי 13, 2018 12:46 am

· #402353
ר' געצל זיצט יעצט שבעה נאך זיין ברודער.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יולי 13, 2018 8:10 pm

· #408718
אזוי קוקט מען אויס ווען די גאנצע ערנסקייט וואס מ'האט איז נאר פון דער בלאט...

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 18, 2019 9:53 pm

· #432097
שמעון וואלף
berlbalaguleh
שמעון וואלף: דאס זעהט עפעס אויס ווי ביי א ניחום אבלים. בכל אופן איז עס נישט די ריכטיגע פלאץ אויפצוברענגען די עניינים...!

וואס מיינסטי צו זאגן?

דאס וואס כ'האב געזאגט. אז ביי א ניחום אבלים דארף מען נישט אויפברענגען קיין פאליטיק...!

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 19, 2019 12:01 am

· #432101
berlbalaguleh
שמעון וואלף
berlbalaguleh
שמעון וואלף: דאס זעהט עפעס אויס ווי ביי א ניחום אבלים. בכל אופן איז עס נישט די ריכטיגע פלאץ אויפצוברענגען די עניינים...!

וואס מיינסטי צו זאגן?

דאס וואס כ'האב געזאגט. אז ביי א ניחום אבלים דארף מען נישט אויפברענגען קיין פאליטיק...!

אהא! כ'האב געמיינט אז ר' געציל מיינט עס ערענסט. אז די זאגסט אז די גאנצע איסור מסדר קדושין זיין דארט איז בלויז פאליטיק, מאכט עס שוין סענטס.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 19, 2019 12:21 pm

· #432118
שמעון וואלף: ר' געציל איז גערעכט. מ'קען נישט צוברעכן דעם כח הרבנות. אבער אעפ"כ. דארף מען עס נישט אויפברענגען אין אזא פלאץ...!

כרם זית » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 2:00 pm

· #464980
מקען פארשטיין פארוואס די מנגדים ניצן אים נישט. טא, כל דמקדש אדעתא דמסדר קידושין מקדש האבן זיי מורא אז ער וועט נאך מפקיע קידושין זיין...

ששון ושמחה » מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:06 am

· #491446
ק/פ

יעדער געדענקט אודאי ווען ס'איז ארומגעפארן ריקארדינגס וויאזוי חסידות גור פרעדיגט אז מ'זאל ממש בידים אפהאקן משפחות, פארן בלויזן חטא פארן זיך משתתף זיין ביי א מעמד פון א אנדערע זייט וואס שטומט נישט מיט די פאליטיק פון איין זייט.



דעמאלטס האט יעדער געטראכט ביי זיך: "רחמנא לישיזבן! אזא רשעות און אכזריות, ממש צוהאקן משפחות בלויז פאר א פאליטיק?! מילא זיך קריגן אזויווי איבעראל איז איין זאך, אבער דעס איז שוין נעקסט לעוועל, א אומדערהערטע מושג וואס מ'האט קיינמאל נישט געזען ביי כלל ישראל!

און דער עולם האט געטראכט, אה, אזאנס קען נישט פאסירן ביי "אונז", אונז קענען זיך קריגן ווי "מענטשן" אבער נישט מיט אכזריות מיט אזאנע מושגים, עה! קיינמאל!.



מורי ורבותי! מיין טייערע פריינט אחי ורעי!

וואס זאל איך אייך זאגן!

די צייט איז אנגעקומען צו אונז!

דאס האט היינט פאסירט!

נישט אין בני ברק!

נישט אין האצענפלאץ!

נישט אין אוהעל און נישט אין אריזאנע!

ס'האט היינט פאסירט אינעם אזוי-בארימטן הייליגן סאטמארע שטאט! יא! אינעם שטאט
ווי מ'האט פארבאטן צו קויפן דירות! אינעם שטאט ווי ס'איז דא א מאנגל אין
מזוזות!

היינט איז עס געשען!

ומעשה שהי' כך הי:

היינט האט א חתונה א חתן בשטו"מ אין די הערליכע זאלן פון עטרת מייזעלס, וואס ווי באקאנט צוליב א פאליטיק פירן די ארוינים א מערכה קעגן עס. נא, א מערכה איז נישט געפערליך, אזוי לעבן זיי נעבאך, אונטערצוהאקן יענעם.

אבער וואס האט פאסירט איז אזוי, איינע פון די חשובע זיידעס איז איינגעשטעלט ביי די ארוינים, און די חברה - אייסיס טעראריסטן קענען זיך שעמען פאר זיי – האבן אנגערופן די זיידע, נישט מער און ווייניגער אז ער טאר נישט גיין צום חתונה, און אויב יא פארלירט ער זיין פרנסה!

יא!

איר האט גוט געהערט! די אייגענע זיידע טאר נישט גיין צו אזא עמאציאנאלע חתונה פון זיין אייגענע אייניקל! פארוואס? מ'גייט דארט טאנצען בתערובות? מ'גייט געבן חזיר פלייש?

עה, בלויז ווייל די ברודער פון אהרן הכהן הרודף שלום גייט זיין דארט מסדר קידושין!!!

נאכאמאל! די אייגענע זיידע טאר נישט גיין צו א חתונה פון א אייניקל ווייל א מענטש א מנהיג רבבות בישראל גייט זיין מסדר דארט!!!

נאך גרויס פרעשור האבן זיי אין די לעצטע רגע געזאגט אז ער מעג גיין נאר צום חופה! דאס הייסט אזוי: איינמאל דו גייסט שוין יא זאל עס זיין מיט יענע טעם, אבער נאר צום חופה!

א רשעות ואכזריות וואס כלל ישראל האט נאכנישט געזען מיום בריאת העולם!!!

אפשר סדום האט עס אמאל געזען!!

אפשר אייסיס פלעגט דעס אמאל טון!!

אבער בתוכינו???? ביי אונז היימישע אידן??!! לאן הגענו!?

ווי זענען מיר?! אין סיביר?! ביי די דייטשן?!

רבותי!!! וויפיל בלוט גייען דעי חברה נאך פארגיסן??!! די בלוט איז נאך רויט!!! טראכט נאר אריין וואס דאס מיינט!!

בלויז פאר פאליטיק!! נאר פאר פארשטונקענע פאליטיק וואס גייט היינט קיינעם נישט אן, פארגיסט מען טייכן בלוט!!! וועמען גייט היינט אן דעי פאליטיק??

אבער דעי חברה שקצים ורמשים בהמות ואכזריום פארגיסן טייכן אידיש בלוט פאר א פאליטיק פון דרייסיג יאר צוריק!!!


כלל ישראל קוקט צו מיט גרויס צער אויף דעי פארשאלטענע בהמות מזרע ישראל וואס האבן אפגעטאן אזא מעשה נבלה אשר לא היתה כזאת!!!!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8