אבער פארוואס אין ווילי האסטו טענות אויף די שרייערס און אין ק"י געבסטו זיי גערעכט??
איז אידיש בלוט הפקר?
363 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6539
פסק הלכה פונעם קרית יואל'ער דיין

berlbalagulehיוחנן הסנדלרקאווע טרינקערגאר א גרויליגע צעטיל/פאשקעוויל מצד קהילת מהר"א.
אבער, וויינען זאל דער קאפיל נישט וויינען.. זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט אז דאס וועט זיין די רעזאלטאטן, און אז זיי האבן ישט רחמנות געהאט אויף זייערע צוקויפטיגע קינדער, און פארקוקט די הוצאות לעז צוליב ווייזען שטאלצקייט און נעמען א נייע מסדר קידושין אין קרית יואל, דארפען זיי פארשטיין אז דער אנדערע זייט האט אויך דעם תאוות הנצחון.
האסט אנגעהויבן? לאז יענעם ענדיגען.
פארשטייט זיך, אז דער פאשקעוויל שרייבער וועט אוודאי נישט ארויסגיין פון גיהנום.
הזאת קאווע? מיטן אפענעם קאפ? צו ווייסטו אז די אידן לאזט מען נישט חתונה מאכן אין קרית יואל איבער צוואנציג יאר? זיי וואינען אין שטעטל נאך פאר ר"אט איז געוארן רב בעל כרחם אנע וואלן. וואס איז אנדערש וואו יעדע אידישע שטאט וואו יעדער נעמט זיין רב אלס מסדר קידושין? ועל כולם דער נייער זאל איז פשוט נישט אין קרית יואל עס איז אין היילענד מילס ניו יארק. און פארקויפט די גלילות גללים פאר די חסירי דעת.
ר' יוחנןן הסנדל: ווען דער הרב יואל מארגנשטערן שליט"א וואלט געוועין דער אפיציעלער, אויטאריזירטער מרא דאתרא פון "היילענד מיללס",יצ"ו, און ער וואלט געוואוינט דארט און געפיהרט די קהילה דארט וואלט מען זיך געקענט דינגען אויב די חופו"ק איז אנערקענט אין קרית יואל והגלילות, יצ"ו. אבער דא איז דאך עס זיכער נישט דער פאל. דער הרב מארגנשטערן שליט"א איז דאך חונה כבוד אין קרית יואל, מאנרא, אין ארענדזש קאונטי. ער איז נאר פון די אפאזיציע וועלכע טוען אלעס להכעיס פונ'ם מרא דאתרא און די קהילה. ס'איז פונקט אזוי ווי א טעקסי דרייווער אדער א באס דרייוער זאל זיך נעמען מסדר קידושין צו זיין אדער אויפמאכן א מעדיקל אפיס, ווען ער איז נישט אויטאריזירט דאס צו טון... 😕 😈 🙄 😈 😳 😞 😉 😮
סתם הוילע שטותים בערל. פארוואס טאר נישט רב מארגנשטערן מסדר קידושין זיין אין היילענד מילס ווייל ער וואינט אין ק"י? ווען דינוב מאכט א זאל אין מידלטאון טאר א קרית יואלער רב נישט מסדר קידושין זיין? ועל כולם רב מארגנשטערן וואינט אין ק"י פאר רא"ט, די אידן וואס סרים למשמעתו האבן איהם גענומען פאר זייער רב נישט דעם אנדערן.
לאמיר נישט פארדרייען דעם שמועס. למעשה האלט רב מארגנשטערן און אסאך אנדערע אז עס איז נישט קיין שאלה, איז וואזוי ביזטו אזוי גלייכגילטיג אויף פארגיסן אומשולדיג בלוט?
אז אזאנס ווערט פארשוויגן וועט נישט זיין ווער ס'זאל שרייען ווען מען וועט אייך מיט די קינדער דערקלערן אלץ מישלינגען מיט הייליגע אויסריידן צו היטן כבוד פון א כבוד הינגעריגן דיקטאטור וואס אני ואפסי אמלוך קומט פארן לא תרצח ולא תנאף.
גאלד[ציטאט אראפגענומען]
@אנאנים אין למידין הא מהא, תיכף ווען עס פאסירט א דראסטישע דורכברוך, וואס לכו"ע איז עס געווען א היסטרישע דורכברוך איז עס א דיפיינינג מאמענט, איז פשוט נאטורליך אז מ'ריעקט צו עס,
קענסט נישט ערווארטן זאל ממש גארנישט פאסירן, נישט אז ס'גערעכט אבער ס'א אנדערע רעיון לגמרי,
למשל ווען מ'האט געמאכט די עירוב, איז קודם געווען פראטעסטן און נאכדעם צוביסלעך איז עס אפגעשטארבן,
ווייל דאס איז דער נאטור אז א מענטש רעאגירט צו א נייע פירצה אנדערש ווי אזאך וואסי שוין א מציאות פאר א לענגערע וויילע,
ממילא צו ברענגן ראיות פון ווען דעמאלטס ווען די דורכברוך האט פאסירט צו 3 יאר שפעטער, איז אביסל סילי,
איך הער עס עקזיסטירט נאך עד היום א טעלעפאון ווי מען טוט אפדעיטען כסדר די קדושין און קינדער וואס ווערן געבוירען, וואס ''די אפיציעלע ווילידזש איינגעשטעלטע געבן ארויס''.
אמת ס'פארן נאכאלס ארום די רעקארדינגס פאר איעדע חתונה אין אולם עטרת מאיר צבי, די אידן שפארן זיך אויף אינוויטעישאנס - זיי האבן פרי אדווערטייזינג...
גאלד, ענדליך טרעפט איר שוין די אפיציעלע קהלה צעטליך. זייט וויסן ר' געציל איז נעבעך א קרבן פונעם זעלבן טעראר. איך ווייס פאר א פאקט ער'ט געזאגט פריוואט די סידורי קידושין זענען כשר וישר ער טוט וואס מען הייסט איהם. ער דארף פרנסה און די קינדער.
עפל סיידער
איך הער עס עקזיסטירט נאך עד היום א טעלעפאון ... וואס ''די אפיציעלע ווילידזש איינגעשטעלטע געבן ארויס''.
בי עס
יוחנן הסנדלרגאלד, ענדליך טרעפט איר שוין די אפיציעלע קהלה צעטליך. זייט וויסן ר' געציל איז נעבעך א קרבן פונעם זעלבן טעראר. איך ווייס פאר א פאקט ער'ט געזאגט פריוואט די סידורי קידושין זענען כשר וישר ער טוט וואס מען הייסט איהם. ער דארף פרנסה און די קינדער.
איר האלט אז איך קען מיך מיקל זיין אויפן סמך פון דער קאנספיראציע טאעריע, און מקבל זיין אז זיין דרשה איז בלויז געווען א שפיל, איך וואלט נישט איינגעשטעלט
@גאלד
ס'נישט קיין סוד אז כ'בין א זעלבטשטענדיגע זלוני, אינטערסאנט אז כ'האב שוין אסאך מאל איינגעשטימט מיט דיר, ווי לעצטענס מיט אריזאנא מצות און ל''ג בעומר פייער, כ'האב 0 טענות אז די זעסט אז עטץ זענט'ס אלץ גערכט (דערמאנט מיר ווי דער שקרן עקשטיין וואס בעקט אלעס וואס (הרב) אהרן טוט, פאר ער איז געפארען אויף א''י און די פאליטיק האט נאך נישט אפגעמאכט צו מ'גייט זיך טרעפען מיט די בער, האט ער געהאלטען א דרשה סברא מכאן וסברא מכאן און די רבי וועט מחליט זיין)
לאמיר דיר מסבר זיין כ'וועל זיין אין די זעלבע שטאט ווי רז''ל כ'האב נישט אין פלאן אהין צוגיין א גאנץ יו''ט (אפשר נעילת החג) און פונקט ווי ס'אינטערסירט מיר 0 אז סקווירא האט 5000 מתפללים יעדע איינציגע שבת די זעלבע אינטערסירט מיר אז(הרב) אהרן האט 25,000 מתפללים שבועות.
(הרב) אהרן האט גערודפט און טעראר'זירט אידן יארען, געהאט א שמוציג מוילן, ער איז אפגעפרעגט אפילו ער באקומט די יאר 50,000 מתפללים שבועות.
יא, כ'שעם זיך אז מיין רבי האט אזא ברודער.

בקיצור ביסט ווי כמעט אלע פון צד רז''ל ,נישט אזוי ווייט א חסיד פון עם ווי דו האסט פיינט זיין ברידער און בכלל דאס מענטשהייט.
גאלדעפל סיידער
איך הער עס עקזיסטירט נאך עד היום א טעלעפאון ... וואס ''די אפיציעלע ווילידזש איינגעשטעלטע געבן ארויס''.
בי עס
די אלע דעטאלען פון יעדן געבורט פונקטליך גייט דורך די ווילידזש איינגעשטעלטע.
גאלדעפל סיידער
איך הער עס עקזיסטירט נאך עד היום א טעלעפאון ... וואס ''די אפיציעלע ווילידזש איינגעשטעלטע געבן ארויס''.
בי עס
די קומסט מיר פאר ווי א האלאקאוסט לייקענער. פרעג יעדן קרית יואלער איינוואינער צו זיי באקומען די קאלס פאר יעדן חתונה. אפט גייט דער טעלעפאן אין שטאט אויך. וואס קלערסטו ווער ספאנסערט די טעלעפאן ליין?
איך אויךבקיצור ביסט ווי כמעט אלע פון צד רז''ל ,נישט אזוי ווייט א חסיד פון עם ווי דו האסט פיינט זיין ברידער.
און מיט רעכט,
אבער דאס האלט מיר נישט צוריק פון צו זאגען אז אריזאנא ווייץ איז דייקא א גוטע זאך און די זלונים זענען WRONG (איך עס BROADWAY ׂ) און ל''ג בעומר פייער איז א שיינע זאך און ס'איז נישט קיין שום סתירה מיט וואס ער האט געזאגט אין ישיבה לג בעומר פארטאגס ווען א בחור האט זיך געראנגעלט פארן לעבן אדאנק די באמבע פייערס.
מ גפניאבער פארוואס אין ווילי האסטו טענות אויף די שרייערס און אין ק"י געבסטו זיי גערעכט??
איך האב געגעבן גערעכט? כ'האב זיי געוויזען דעם שער כף הקלע. ליין איבער.
outspokenאיך אויךבקיצור ביסט ווי כמעט אלע פון צד רז''ל ,נישט אזוי ווייט א חסיד פון עם ווי דו האסט פיינט זיין ברידער.
און מיט רעכט,
אבער דאס האלט מיר נישט צוריק פון צו זאגען אז אריזאנא ווייץ איז דייקא א גוטע זאך און די זלונים זענען WRONG (איך עס BROADWAY ׂ) און ל''ג בעומר פייער איז א שיינע זאך און ס'איז נישט קיין שום סתירה מיט וואס ער האט געזאגט אין ישיבה לג בעומר פארטאגס ווען א בחור האט זיך געראנגעלט פארן לעבן אדאנק די באמבע פייערס.
ביסט א גוטע פאר מיט @גאלד
ר' בערל ור' טרינקער, מחילת כבודכם הרמה.
נאכשרייען, רודפ'ן, און אויסנאגען דעם דם התמצית פון פריוואטע בירגער איז כלל נישט קיין צד אין די מחלוקה. דאס איז פראסט רעליגיעזע אומטאלענץ. אלע אידן תושבי קרית יואל נעמען אנטייל אין א מחלוקה נאר מיטן זיין מיטגלידער אין א קהילה? אויב יא, מיטגלידער פון אלע קהילות אדער נאר פון איין געוויסער קהילה? פארוואס הייסט עס מחלוקת ווען א איד פאלגט זיין רב און איז מסדר לפי דעתו כדת? איר האלט אז ס'נישט כדת, כ'הער. ממש א מחלוקת הלל ושמאי. וואס האט עס אבער מיט קהילה מחלוקת א שייכות?
אין הכי נמי, היינו טעמא דקידושין היינו טעמא דעירובין. ס'טייטשט, קענסט נישט פארנומען טראג נישט? פארוואס זאל נישט א איד לעבן לויט זיין געוויסן, ווייל שוטים שקלקלו? לפי זה, פראטעסטאנטן / אידן זענען אין א געוויסע זין שולדיג אין זייער אינקיוויזיציע פארברענונג. וואס פעלט זיי אויס צו מאכן מחלוקת מיט די קירכע? פאר קיין האלאנד אדער צלם זיך בפרהסיא.
א מחלוקת מאכט דער וועלכער טשעפעט דעם צד שכנגד, נישט דער וועלכער וויל זיך פירן מיט זיין אייגענעם קהילה. נישט משנה אויב אין זיין קהילה געפונען זיך אויך בעלי מחלוקת. די קולר פון רשעות איז תלוי בצואר נאר פון די עושי רשעה.
רבי גאלד, כ'האב אייך שיין געזאגט, מאכט נישט אויס צו דער ספעציפישער מודעה איז אטענטיש צו געפעלשט. אזעלכע מודעות זענען געהאנגען אין ביהמ"ד קהל יטב לב, אפילו שוין נאך די קאפריזישער דריי יאר אקציע-רעאקציע פעריאדע וואס איר ערלויבט פאר רדיפת הדת. ווי אויך האט דאס שמש דקיט"ל האנט דעליווערט צו די פארפעלקער און זייערע עלטערן. ווי אויך, להידור בעלמא, אין פאל אין מוסדות בני יואל לערנט מען נישט ליינען שרייבן, האבן זיי זיך מטריח געווען, אפילו אין די פריע פארטאגס שטונדן, צו פערזענליך אנרופן די פארפעלקער און זיי צו דערמאנען אז זיי קענען נאך יעצט ממש איבערמאכן די קידושין. מי כעמך ישראל.

outspoken@גאלד
ס'נישט קיין סוד אז כ'בין א זעלבטשטענדיגע זלוני, אינטערסאנט אז כ'האב שוין אסאך מאל איינגעשטימט מיט דיר, ווי לעצטענס מיט אריזאנא מצות און ל''ג בעומר פייער, כ'האב 0 טענות אז די זעסט אז עטץ זענט'ס אלץ גערכט (דערמאנט מיר ווי דער שקרן עקשטיין וואס בעקט אלעס וואס (הרב) אהרן טוט, פאר ער איז געפארען אויף א''י און די פאליטיק האט נאך נישט אפגעמאכט צו מ'גייט זיך טרעפען מיט די בער, האט ער געהאלטען א דרשה סברא מכאן וסברא מכאן און די רבי וועט מחליט זיין)
לאמיר דיר מסבר זיין כ'וועל זיין אין די זעלבע שטאט ווי רז''ל כ'האב נישט אין פלאן אהין צוגיין א גאנץ יו''ט (אפשר נעילת החג) און פונקט ווי ס'אינטערסירט מיר 0 אז סקווירא האט 5000 מתפללים יעדע איינציגע שבת די זעלבע אינטערסירט מיר אז(הרב) אהרן האט 25,000 מתפללים שבועות.
(הרב) אהרן האט גערודפט און טעראר'זירט אידן יארען, געהאט א שמוציג מוילן, ער איז אפגעפרעגט אפילו ער באקומט די יאר 50,000 מתפללים שבועות.
יא, כ'שעם זיך אז מיין רבי האט אזא ברודער.
כ'בין נישט אין די ביזנעס צו אהערשטעלן מיין עלידשענס, איך זאג מיין מיינונג, און זאל מיך דאס דיפיינען,
גראדע דאס וואס די זאגסט אז איך געב אלס גערעכט ר' אהרן'ען, לאו דוקא,
נאר די זאך איז, אז איך רעאגיר נאר אויף זאכן וואס איך שפיר א קראץ אז איך קען אויפווייזן אז מיין צד איז גערעכט,
ווייל מיין גאנצע טעטיקייט דא אין שטיבל איז פשוט פאר ענטערטענמענט,
נישט ווייל איך האב עפעס פערשער אז איך מוז איבעראל זיך אנעמען אויף כבוד הארונים,
אויב מאכט זיך א פאל וואס איך האלט אז די ארונים זענען נישט גערעכט,
שפיר איך פשוט נישט קיין קראץ צו רעאגירן,
ר' אהרן האט גענוג שונאים צו ארויסברענגען זיינע פעלערס איך דארף נישט זיין דער,
ממילא קען זיך אפשר דאכטן אז איך האלט אז ר' אהרן איז אלס גערעכט,
דאס איז די ביוטי פון קאווע שטיבל איך פיק אין טשוס וואס צו רעאגירן און וואס נישט,
ווייל דער גאנצער שטיבל דא איז פאר מיר פשוט א ענטערטענמענט, א אויספלוג,
און אויסדרוקליך נישט קיין פלאטפארמע צו פראפגאנדירן מיין חסידות,
הערשי
אין הכי נמי, היינו טעמא דקידושין היינו טעמא דעירובין. ס'טייטשט, קענסט נישט פארנומען טראג נישט? פארוואס זאל נישט א איד לעבן לויט זיין געוויסן, ווייל שוטים שקלקלו?
גערעכט!
אבער זיי וויסען זיין אז ס'דא גענוג און נאך שוטים שקלקלו, און זיי זענען עלול צו טוהן משוגענע זאכן וואס זענען מחוץ לגדרי "מחלוקה".
צו זיי זענען גערעכט? אוודאי נישט. אבער צום דריטען און לעצטען מאל:
אז דיין בר פלוגתא איז א חיה, און וועט דיר גורם זיין עגמות נפש, אדער געווין אים אדער זיי גוט מיט אים. אז דו גייסט אין מלחמה, זיי גרייט צו כאפן פעטש.
פארשטייסט נישט, קאווע, זיך שלאגן מיט אהרן טייטלבוים איז א חלק פון אידישקייט, אלע דברי קנאות בספרי רבינו זצ"ל האבן שוין די בני יואל אריינגעטייטשט אז עס מיינט אהרן, ליין זייערע וועכנטליכע פליג בלעטלעך
גאלדפארשטייסט נישט, קאווע, זיך שלאגן מיט אהרן טייטלבוים איז א חלק פון אידישקייט, אלע דברי קנאות בספרי רבינו זצ"ל האבן שוין די בני יואל אריינגעטייטשט אז עס מיינט אהרן, ליין זייערע וועכנטליכע פליג בלעטלעך
אזויווי רבינו זצ"ל האט געטייטש יעדע רשע אין ש"ס אויף ציונים.
יא, יא, און די בני יואל טענה'ן אז פונקט ווי די רבי האט געטייטש אויף יעדע רשע "ציונים", הרשות בידם צו אריינטייטשן אז "ציונים" מיינט אהרן טייטלבוים,
וויזוי האט נאר יענער לץ געזאגט,
"מה אהבתי" דאס וואס איך האב ליב, "תורתיך" ליגט אין דיין תורה
וויזוי האט נאר יענער לץ געזאגט,
"מה אהבתי" דאס וואס איך האב ליב, "תורתיך" ליגט אין דיין תורה
קאווע טרינקערהערשי
אין הכי נמי, היינו טעמא דקידושין היינו טעמא דעירובין. ס'טייטשט, קענסט נישט פארנומען טראג נישט? פארוואס זאל נישט א איד לעבן לויט זיין געוויסן, ווייל שוטים שקלקלו?
גערעכט!
אבער זיי וויסען זיין אז ס'דא גענוג און נאך שוטים שקלקלו, און זיי זענען עלול צו טוהן משוגענע זאכן וואס זענען מחוץ לגדרי "מחלוקה".
צו זיי זענען גערעכט? אוודאי נישט. אבער צום דריטען און לעצטען מאל:
אז דיין בר פלוגתא איז א חיה, און וועט דיר גורם זיין עגמות נפש, אדער געווין אים אדער זיי גוט מיט אים. אז דו גייסט אין מלחמה, זיי גרייט צו כאפן פעטש.
אלרייט, זיי שטיין גרייט צו כאפן. איז וואס? איז זייער בלוט לכבוד דעם ווייניגער רויט? זענען זייערע טרערן ווייניגער זוידיג און מער קראקאדיליש?
כאפ נישט גענוי וויאזוי די אומטאלעראנץ איז מער טאלערירנט מיט א ידיעה קדומה.
קאווע טרינקערגאר א גרויליגע צעטיל/פאשקעוויל מצד קהילת מהר"א.
אבער, וויינען זאל דער קאפיל נישט וויינען.. זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט אז דאס וועט זיין די רעזאלטאטן, און אז זיי האבן נישט רחמנות געהאט אויף זייערע צוקויפטיגע קינדער, און פארקוקט די הוצאות לעז צוליב ווייזען שטאלצקייט און נעמען א נייע מסדר קידושין אין קרית יואל, דארפען זיי פארשטיין אז דער אנדערע זייט האט אויך דעם תאוות הנצחון.
האסט אנגעהויבן? לאז יענעם ענדיגען.
פארשטייט זיך, אז דער פאשקעוויל שרייבער וועט אוודאי נישט ארויסגיין פון גיהנום.
גענוג קלאר?
אוי שמעקעדיגע'ס איינציגעסטער ''נארמאלע'' ארויני איז נעבעך יצא מדעתו, אויפגעוויזן אז נאך אלעמען איז נישט דא אזא זאך ווי א נארמאלער ארויני.
גאלדפסק הלכה פונעם קרית יואל'ער דיין
פסק הלכה פונעם ברך משה
"מיין זון ר' יקותיאל יהודא מעג מסדר קידושין זיין אין קר"י."
איך אויךבקיצור ביסט ווי כמעט אלע פון צד רז''ל ,נישט אזוי ווייט א חסיד פון עם ווי דו האסט פיינט זיין ברידער און בכלל דאס מענטשהייט.
איך למשל בין א זאלי ווייל אהרן איז דעם בעלזערס שוואגער, ס'דא אלע סארטן. אה און דו בעלזער האסט נישט ליב זאלי, דאס איז גוטע נייעס
גאלדדער יו"ט שבועות אין קר"י צירידערט נעבעך די זאליס אזוי שטארק,
אוי געוואלד קריך ארויס פון דיין באבעל געוואלד. מיר זאליס טראכטן נישט פון דיין רבינ'ס קרעפלעך! אונז זענען נאך פארנומען מיטן לאגבוימער ריזיגע פייער! מיין קרוב א זאלי איז נאך אין א קאומע ל"ע ול"ע, וויפיל דאקטוירם פרובין אים צו זאגן אז ס'געווען דארט א קליינער עולם, מ'ווייזט עם פאלשע בילדער פון א טייני טייני פייער נישט עפעס אזוי ריזיג, העלפט עס גארנישט! אנדערע זאליס וואס איך קען ליגן נאך אין בעט פון לאגבוימער זיי ווילן נישט ארויסקומען זיי זענען שרעקליך פארמרה שחוראט! און צו דיר גאלד א שאלה, וויאזוי איז דיין רבי אזוי נישט סענסיטיוו? ווייסט ער דען נישט אז זיינע פעסטיוואלן מאכן קראנק טויזענטער זאליס איבער'ן גארער וועלט? וויאזוי האט ער די הארץ צו טון דאס? ווען איך בין עם וואלט איך מוותר געווען אויף אלעם, נאך אלעם זענען מיר אידן, וויפיל איז דער שיעור אוןנז אזוי מצער צו זיין געוואלד.
דאס האט נאך אזויפיל האפט ווי רבי געציל'ס פארטייאישע פסק
דאס איז געווען פאר דער ברך משה האט געהייסן זיין זון דער געוועזענער קרית יואל'ער רב צו מאכן א פייער לגבוימער....
מהיכי תיתי ער האט געשריבן די בריוו
מהיכי תיתי? אויב וואלסטו געווען א זאלי וואלט ער עס געשריבן אמת? נו פון דארט איז דער תיתי.
און נישט אז דער בריוו איז דער מעיק אר ברעיק איט, נאר פאר די היסטאריע חלק האב איך עס אראפגעברענגט.
נו, א חלק פון די היסטאריע איז אז דער בריוו אטעניטישקייט איז אונטער א גרויסע פראגעצייכן, שכל'דיג איז עס פאלש,
און ע"פ תורה איז דא א גרויסער מקום צו זאגן אז דער בריוו האט קיין תוקף
און ע"פ תורה איז דא א גרויסער מקום צו זאגן אז דער בריוו האט קיין תוקף
שכל'דיג איז אלעס פאלש. אמת איז נאר ר' געציל'ס בריוו און דעיס אז דער ברך משה האט עם געהייסן מאכן א פייער. חוץ דעם איז אלעס פאלש! טראסט מיר
די בריוו האט שוין נישט קיין האפט לאחר פטירתו ווייל די ב''מ שרייבט דאס מכח זיין רבנות(?) אין ק''י, איצט איז מהר''א אינגאנצען רב(?) און ער האט שוין נישט קיין סמכות עליונה אים צו באשטראפען.( devil's advocate )
קען זיין סארקאסטיש ביז איבערמארגן, ר' געציל האט געזאגט די זאכן ברבים פאר א ארון קדוש און פארנט פון טויזנטער אידן,
דער מקלאמפערשטע בריוו פון ברך משה, איז א מיסטריעזע צעטל פון מיאמי,
וואס איך דארף טראסטן איין משה גבאי - פון אלע מענטשן - אז ס'איז אטענטיש,
און א פייער ל"ג בעומר איז אפי' לו יצויר ער האט עס נישט געזאגט, רעדט מען נישט דא פון קיין ערענסט ענינים פון קידושין,

אה און ר' געציל האט געזאגט, איז וואס פונקטליך? מיט וואס איז מער וואגיק ווי רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן וועם דו וואלסט גע'פסל'ט צוליב זיינע נגיעות?
גאלדיא, יא, און די בני יואל טענה'ן אז פונקט ווי די רבי האט געטייטש אויף יעדע רשע "ציונים", הרשות בידם צו אריינטייטשן אז "ציונים" מיינט אהרן טייטלבוים,
וויזוי האט נאר יענער לץ געזאגט,
"מה אהבתי" דאס וואס איך האב ליב, "תורתיך" ליגט אין דיין תורה
גאלדפארשטייסט נישט, קאווע, זיך שלאגן מיט אהרן טייטלבוים איז א חלק פון אידישקייט, אלע דברי קנאות בספרי רבינו זצ"ל האבן שוין די בני יואל אריינגעטייטשט אז עס מיינט אהרן, ליין זייערע וועכנטליכע פליג בלעטלעך
@גאלד פילע אידען אין סאטמאר ביי ביידע צדדים זענען סאלידע און רואיגע מענטשען וואס טייטשען נישט אריין אין יעדע מילי דקנאות צו ענליכ'ס אויף זייער פאליטישער קעגנער, נו אז ס'פאראן אין סאטמאר אידען וואס נעמען עס צום נעקסטען לעוועל ברויך מען נעמען טעראר צום נעקסטן לעוועל?
צו בלויז ווייל מען וויל פארמינערן די צאל שמחות ביי די בני יואל'ע זאל מעג מען אינטערנעמען אלע סארט מיטלען צו צאפען יענעם און זיינע קינדער און קינד'ס קינדער די דם התמצית?
גראדע הער איך ס'היבש דראסטיש געפאלען די חתונות דארט א געווענליכע ווינטער סעזאן צו א זומער איז דארט דא לערך צווישען 5-6 חתונות.
אשאד אויף די אשכול בכלל
די גאנצע בריוו איז אזוי אמת די אידישע ווי די ענגלישע !
א שאד פאר די באהאלטענע זאליס און סימפאטיקער וואס האבן זיך אויס געטוהן די הויזן פריצייטיג.
די מערכה בכלל איז א מערכה וואס ידעער נארמאלע ארוני באוויינט פון דעם ערשטן טאג.
היינט צו טאג איז נישטא קיין טעלעפאן אפדעיט נישטא קיין שעהר נישטא קיין טעראר הכל בטילים ומבוטלים כגזירת שייגאץ ארויס ועוד
א גוטע נאכט מען קען גיין צו עפעס א וויכטיגערע אשכול

זה דברי אויס מענטש, אנדערע זאגן אנדערש.
אויס מענטשאשאד אויף די אשכול בכלל
די גאנצע בריוו איז אזוי אמת די אידישע ווי די ענגלישע !
א שאד פאר די באהאלטענע זאליס און סימפאטיקער וואס האבן זיך אויס געטוהן די הויזן פריצייטיג.
די מערכה בכלל איז א מערכה וואס ידעער נארמאלע ארוני באוויינט פון דעם ערשטן טאג.
היינט צו טאג איז נישטא קיין טעלעפאן אפדעיט נישטא קיין שעהר נישטא קיין טעראר הכל בטילים ומבוטלים כגזירת שייגאץ ארויס ועוד
א גוטע נאכט מען קען גיין צו עפעס א וויכטיגערע אשכול
איר וואלט אזוי געוואלט אויך עפעס. למעשה גייט אלעס אן די בריוו און טעלעפאנען. איך אליין האב באקומען א האלבן דאזן די לעצטע דריי חדשים. זיי שיקן ווען עס איז דא א חתונה, א קינד ווערט געבוירן און ווען זי יערט זיך. אלעס מיט פונקטליכע נעמען און דאטומס.
וואס איז שייך לייקענען א פאקט וואס קהל אליינס לייקענט נישט.
פאר די וואס זענען נישט אזוי באהאווענט אין די היסטאריע פון די תקופה פון לעטערע יארן פונעם ברך משה זצ"ל,
איז גוט צו וויסן למען ידעו,
כידוע איז דער ברוך משה די לעצטע יארן נישט געווען אזוי טעטיג בהנהגה,
ער האט כמעט קיינמאל געהאלטן קיין דרשות ברבים,
און כמעט קיינמאל געווען אנווענזנד באסיפת רבנים בענינים העומדים על הפרק,
נישט קשה, ב"ה דער אייבישטער האט איהם געשאנקען מיט אריכות ימים,
און רוטינע זאכן ב"ה האט ער געטאן מיט גרויס ברען און ווארימקייט,
און חסידים האבן זיך מתחמם געווען לאורו
אבער די לצים גבאים האבן געהאט א פיעלד מיטן רבי'ן נעבעך,
איין שיינעם פרימארגן ערשיינט א בריוו פון רבי'ן בכבודו בעצמו,
נאך יארן וואסי כמעט נישט ארויסגעקומען גארנישט,
נעמליך אז דער ארגעניזאציע "איחוד התלמידים" איז נישט תחת נשיאתו,
נעבעך,
(איחוד איז געווען א יוגנט ארגענזאציע פון ארונים צו צאמהאלטן תלמידים פון די מתיבתא נאך די חתונה,)
עטוואס שפעטער ערשיינט אודך א בריוו פון סאטמאר רבי'ן,
וואס איז שוין אזוי וויכטיג פאר יסודי הדת?
אז דער בלאט איז גע'אסרט
נעבעך,
שפעטער האט דער רבי שוין יא גערעדט ברבים,
אז ער ווארפט ארויס דער ראש הקהל בערל פרידמאן,
אבער דער רבי איז געווען אינוויזבל ביי דעם דרשה,
ווייל מ'האט דאס געהערט פון א הוק-אפ אין מיאמי,
די ארונים האבן דעמאלטט געטענה'ט אז דאס איז געווען דער לץ ברוך מרדכי לעבוויץ,
עני וועי ס'יענס געלעכטער,
שפעטער א שטיק צייט איז פלוצלינג ויצא העגל הזה,
א מקלאמפערשטע בריוו אז ר' אהרן איז א מועל בשליחות ערשיינט אין א פולע פעידש אין "דער איד",
אביסל שפעטער האט דער ברך משה זיך געטארפן מיט ר' אהרן פנים אל פנים,
אין גארנישט ווי וואס ווען, זיי זענען פאני בראט כשנים כתיקונם,
די בילדער, פון די שידוך שליסן פון ר' אהרן'ס ערשטע אייניקל, הלא הם כתובים בספר דברי הימים,
עני וועי, זאל מיר איינער מיט אביסל ראשינאל און קאמאן סענס,
מיר זאגן צו דער בריוו האט א ברעקל תוקף להלכה,

sefishאה און ר' געציל האט געזאגט, איז וואס פונקטליך? מיט וואס איז ער מער וואגיק ווי רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן וועם דו וואלסט גע'פסל'ט צוליב זיינע נגיעות?
יא יא גאלד מיר האבן אויך די טעיפס ווי דיין רבי בעט זיך ביים ברך משה ער זאל אים מאכן פאר רב הצעיר, די רבי שיקט אים אוועק צו די רוחות מיט'ן תורה פון וכל העוסקים בצרכי ציבור באמונה... דער ברך משה האט פונקטליך געוויסט וואס טוט זיך, דיר רעגט דאס זייער.
מ גפניאבער פארוואס אין ווילי האסטו טענות אויף די שרייערס און אין ק"י געבסטו זיי גערעכט??
ווייל ס'איז נאך אלס דא א חילוק פון טראגן מיט'ן עירוב ביז אננעמען סידור קידושין ביי וועימען ר'איז נישט אויטאריזירט. די וויליאמסבורגער שרייערס זענען אומערצויגענע חיות רעות און זענען מיט גארנישט אנדערש ווי די צולאזטע אראבערס אין עזה. משא"כ סידור קידושין איז א זאך וואס מוז בעל כרחך זיין א מאנאפאלי. ס'איז דא איין מרא דאתרא און א יעדער מסדר קידושין מוז גיין דורך זיין אויטאריטעט. אנישט וועט זיין א הפקר וועלט. איינער וועט נעמען חופה וקידושין ביים טעקסי דרייווער. דער צווייטער ביים באס דרייווער. דער דריטער ביים אייגנטומער פון פיש געשעפט. איך בין זיכער אז ווען די קאפל וואלטן געפארן קיין ניו יארק אדער מאנטריאל און גענומען חופה וקידושין ביי אן ארטיגן ערליכן, אויטאריזירטן רב וואלט קיינער קיין ווארט נישט געזאגט. די מאנרוי'ער קהילה הייסט נישט איינעם חתונה האבן נאר ביי זייער רב. אבער אין קרית יואל איז דא נאר איין אויטאריטעט וועלכע קען מסדר קידושין זיין. און דאס איז דער מרא דאתרא. סידור קידושין איז נישט קיין קינדער שפיל. און זיכער נישט קיין פאליטישער שפיל... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😈 😞 😢 😮
@גאלד
דא געב איך דיר 100% , נישט קיין ספק אז די ב''מ האט אלעס געוואלט פאר מהר''א, והא ראי' אין זיין געזינטע יארן ווען מהר''א האט געפיסק'עוועט אקעגן יעדע רב בישראל האט ער אים געבעקט, אפילו ער האט געטיילט מנה אחת כפים, מאת ד' היתה זאת, די רבוש''ע האט רחמנות געהאט אויף די ערליכע אידן וואס האבן נישט געוואלט זיין אינטער זיינע נעגעל, און ער האט א דריי געגעבען, היינט ב''ה קען מען מגדל זיין די קינער ע''ד רביה''ק זי''ע אן האבן א שייכות מיט אים.

בערל איז גערעכט, טאקע פונקט פאריגע וואך געווען ביי א חתונה אין מאנסי ווי דער לאקעל פיש אייגענטומער איז געווען מסדר קידושין. און דער פלייש סוחר האט געזונגן והי בישוירון מלך 😂 😛 🙂 😃 😞 😮 😈 🤓 🙄 😎 ❗ 😮
outspoken@גאלד
דא געב איך דיר 100% , נישט קיין ספק אז די ב''מ האט אלעס געוואלט פאר מהר''א, והא ראי' אין זיין געזינטע יארן ווען מהר''א האט געפיסק'עוועט אקעגן יעדע רב בישראל האט ער אים געבעקט.
ליין משה גבאי האט אים געבעקט
sefishיא יא גאלד מיר האבן אויך די טעיפס ווי דיין רבי בעט זיך ביים ברך משה ער זאל אים מאכן פאר רב הצעיר, די רבי שיקט אים אוועק צו די רוחות מיט'ן תורה פון וכל העוסקים בצרכי ציבור באמונה... דער ברך משה האט פונקטליך געוויסט וואס טוט זיך, דיר רעגט דאס זייער.
גראדע נישט, דער ברך פרעגט זייער לעגיטימע שאלות, אבער צום סוף וואונטשט ער זייער שיין,