איז אידיש בלוט הפקר?
363 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6539
איז אידיש בלוט הפקר?
חברים יקרים. איך בין נישט אויסן צו פארצימעסן און אויפהעצן פאליטישע געפילן נאר פשוט אויסדרוקן מענטשליכע און תורה'דיקע געפילן. וואיל איז אונז אז מיר האבן אזא טייער ווינקל קאווע שטיבל וואו מען קען הייבן א שטימע אויף אומרעכטן ביי אונזער געזעלשאפט און מאכן א חשבון הנפש ווען ס'פעלט זיך.
שויו איבער דריי יאר וואס אין שטעטל קרית יואל, דורך די אפיציעלע קהלה אין שטאט, ווערט פארגאסן אידיש בלוט אויף א מואס'ן און נידריק אויפן וואס איז שווער צו טרעפן א ביישפיל מאז היתה ישראל לגוי. פאר פאליטישע חשבונות ווערן ערליכע פאר פעלקער באשמוצט אז זיי וואינען אן חופה קידושין. קליינע קינדער שלא טעמו טעם חטא ווערן פארצייכנט וואו נישט כשרע קינדער און זייערע נעמען ווערט ארומגעשיקט אין אלע גאסן און זייערע יום הולדת'ן יערליך אפגעצייכנט מיט א כמו נאצישן פונקטליכקייט.
לאמיר לייגן די פאליטישע ברילן אין א זייט פאר א רגע. זענען אזאלכע מעשים נארמאל פון מענטשליכן און תורה'דיגן פערספעקטיוו? לו יצויר די פאר פעלקער לעבן טאקע אן חופה קידושן, האט מען אין היסטאריע פון כלל ישראל מפרסם געווען קינדער ברבים אלס נישט כשר? זייער גאנצער פנקס מושג איז א גרייזיגער, נישט דאס איז געווען א פנקס לא מיניה ולא מקצתיה. איז אבער דא ערנסטע מורה הוראות וואס זאגן קלאר עס איז דא קיין שום חשש דער גאנצער זאך איז ריין פאליטיש, נו וואס האסטו א רעכט יענעם צו פארגיסן בלוט?
רבותי אז דאס קען היינט געשען מדי יום ביומו לעיני השמש ואין פוצה פה די אלע כלל ישראל פארזארגער, האלטן מיר ביים אלף אונזער בלוט איז הפקר ווען עס קומט גוט די פירער פארפירער.
📎 10262144_490453054419585_384246840113449673_n.jpg
יא אזוי דארף מען טון! אבער די קינדער קענען נאך תשובה טון, זיי קענען זיך אונטערנעמען צו עסן אריזאנע מצות און גיין צו די ל"ג בוימער קארניוועל וועלן זיי ווערן כשר'ע אידן,
ק/פ פון "גאלד"
ניין, אידיש בלוט איז נישט הפקר, הדיין בערקאוויטש האט אזוי גע'פסק'נט. האסט דאס נישט ליב, געב אים א גרעסערע CHECK...
אויב איז די קידושין נישט כדת משה וישראל אודאי דארף מען מפרסם זיין ברבים!
און אויב איז די קידושין נישט כדת ר' אהרן אודאי דארף מען מפרסם זיין ברבים!
מ'דארף דאס לייגען אין צימעס, ב''ה רוב סאטמאר האט זיך אפגעטיילט פון זיי פאר 15 יאר צירוק
outspokenניין, אידיש בלוט איז נישט הפקר, הדיין בערקאוויטש האט אזוי גע'פסק'נט. האסט דאס נישט ליב, געב אים א גרעסערע CHECK...
ליידער זאגט ער עס אליין, איך ארבעט פאר זיי, מיינע צען קינדער האבן פאסטנס און איך פאלג וואס מען הייסט.
פריוואט ביודעי ומכירי זאגט ער די גאנצע זאך איז א שפיל. אידיש בלוט איז ליידער א שפיל אין דעם שטעטל נישט פון היינט. איך וויל נישט פארפירן דעם אשכול. נעבעך אזוי זעמיר אויס.
אין א זייטיגע נאטיץ, ווי איז געווען דער צעטל? אין ביהמ"ד האב איך עס נישט געזען, אויף די גאסן אויך נישט, האט עס עמיצער דא געזען מפורסם ערגעץ?
המסדר ופורץ גדר- יואל מארגענשטערן
נעם דאס אראפ ס'איז דא א תקנה אז מ'מוז שרייבען אויף א רב 'הרב'
גאר א גרויליגע צעטיל/פאשקעוויל מצד קהילת מהר"א.
אבער, וויינען זאל דער קאפיל נישט וויינען.. זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט אז דאס וועט זיין די רעזאלטאטן, און אז זיי האבן נישט רחמנות געהאט אויף זייערע צוקויפטיגע קינדער, און פארקוקט די הוצאות לעז צוליב ווייזען שטאלצקייט און נעמען א נייע מסדר קידושין אין קרית יואל, דארפען זיי פארשטיין אז דער אנדערע זייט האט אויך דעם תאוות הנצחון.
האסט אנגעהויבן? לאז יענעם ענדיגען.
פארשטייט זיך, אז דער פאשקעוויל שרייבער וועט אוודאי נישט ארויסגיין פון גיהנום.
א צעטיל מיט א נאמען ווער עס שרייבט דאס איז נישט א פאשקעוויל!!!
רוף עס וואס די ווילסט א פאשקעוויל איז עס נישט
@קאווע טרינקערוויינען זאלען נישט די אידן פון די מלחמה, היטלער האט געשריבען די בוך 'מיין קאמפ', זיי האבן געהאט אפאר יאר אוועקצוגיין.
לית דין בר נשא צעטיל מיט א נאמען ווער עס שרייבט דאס איז נישט א פאשקעוויל!!!
רוף עס וואס די ווילסט א פאשקעוויל איז עס נישט
100% נישט קיין פאשקעוויל, ס'איז רשעות און טעראר לעיני השמש.
קאווע טרינקערגאר א גרויליגע צעטיל/פאשקעוויל מצד קהילת מהר"א.
אבער, וויינען זאל דער קאפיל נישט וויינען.. זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט אז דאס וועט זיין די רעזאלטאטן, און אז זיי האבן נישט רחמנות געהאט אויף זייערע צוקויפטיגע קינדער, און פארקוקט די הוצאות לעז צוליב ווייזען שטאלצקייט און נעמען א נייע מסדר קידושין אין קרית יואל, דארפען זיי פארשטיין אז דער אנדערע זייט האט אויך דעם תאוות הנצחון.
האסט אנגעהויבן? לאז יענעם ענדיגען.
פארשטייט זיך, אז דער פאשקעוויל שרייבער וועט אוודאי נישט ארויסגיין פון גיהנום.
הזאת קאווע? מיטן אפענעם קאפ? צו ווייסטו אז די אידן לאזט מען נישט חתונה מאכן אין קרית יואל איבער צוואנציג יאר? זיי וואינען אין שטעטל נאך פאר ר"אט איז געוארן רב בעל כרחם אנע וואלן. וואס איז אנדערש וואו יעדע אידישע שטאט וואו יעדער נעמט זיין רב אלס מסדר קידושין? ועל כולם דער נייער זאל איז פשוט נישט אין קרית יואל עס איז אין היילענד מילס ניו יארק. און פארקויפט די גלילות גללים פאר די חסירי דעת.
דער יו"ט שבועות אין קר"י צירידערט נעבעך די זאליס אזוי שטארק,
אז זיי מוזן נעבעך זיך אראפלאזן צו אזאלעכע נידיריגע טאקטיקן צו פאבריצירן די צעטליך פאר נערוון פילן,
נישט אז די סידור קידושין האט נישט מעגליך קיין חששות,
אבער דער צעטיל האט די פינגער-פרינטס פון די זאליס אלל-אווער
גאלד דו ווייסט בעסער! איך האב באקומען דאס צעטיל פערזענליך! איך באקום די צעטליך פערזענליך יעדן צווייטן טאג. צו ווייסטו טאקע נישט וואס טוט זיך?
פון וועם האסטו עס באקומען, פונעם פאסט טרעגער?
יוחנן הסנדלרוואס איז אנדערש וואו יעדע אידישע שטאט וואו יעדער נעמט זיין רב אלס מסדר קידושין?
וועלכע אידישע שטאט (נישט בארא פארק און וויליאמסבורג וואס האבן נישט קיין רב) נעמט זיך יעדע זיין רב?
גאלד
אבער דער צעטיל האט די פינגער-פרינטס פון די זאליס אלל-אווער
👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍
א גראדע ארוני גלייבט נישט אז (הרב) אהרן טייטעלבוים קען אזעלעכע זאכען טון.
גאלדפון וועם האסטו עס באקומען, פונעם פאסט טרעגער?
פון איין זייט האב איך הנאה אז א מענטש מיט שכל הישר קען נישט גלייבן די צעטלין זענען אפיציעל סאנקציאנירט פון א קהלה ער שטיצט. זייט וויסן דו צעטליך, טעלעפאן קאלס און פיל ערגערס איז אפיציעל מטעם הקהלה. עס איז דא א אפיס מיט באצאלטע מענטשן. וואס איז שייך טעהנען גייט אינטערסירט זיך. קיינער אין שטעטל לייקנט עס.
מזל טוב, הילד אברהם וואלווי ווייס, פאר דיין אפשערען און באקומען שיינע אידישע פיאות, זאלסט אויסוואקסען אן עהרליכע איד ווי דיינע עלטערן, זיי זאלען האבן אסאך נחת פון דיר.
outspokenמזל טוב, הילד אברהם וואלווי ווייס, פאר דיין אפשערען און באקומען שיינע אידישע פיאות, זאלסט אויסוואקסען אן עהרליכע איד ווי דיינע עלטערן, זיי זאלען האבן אסאך נחת פון דיר.
אמן.
אבער זעה נישט אריינצופאלען ביטע אין דעם פלאנטער, זוך בעסערע מצוות ומע''ט.
קאווע טרינקערגאר א גרויליגע צעטיל/פאשקעוויל מצד קהילת מהר"א.
אבער, וויינען זאל דער קאפיל נישט וויינען.. זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט אז דאס וועט זיין די רעזאלטאטן, און אז זיי האבן נישט רחמנות געהאט אויף זייערע צוקויפטיגע קינדער, און פארקוקט די הוצאות לעז צוליב ווייזען שטאלצקייט און נעמען א נייע מסדר קידושין אין קרית יואל, דארפען זיי פארשטיין אז דער אנדערע זייט האט אויך דעם תאוות הנצחון.
האסט אנגעהויבן? לאז יענעם ענדיגען.
פארשטייט זיך, אז דער פאשקעוויל שרייבער וועט אוודאי נישט ארויסגיין פון גיהנום.
איר ווייסט גאנץ פיין אז די מחותנים האבן די עיקר דעה איבער וואו די חתונה זאל פארקומען. אפילו ווען חתן כלה טוען ביישטיין, זענען זיי דאך קינדער וועלכע ע"כ פארמאגן נישט קיין בליק אויפן צוקונפט, ווייל אויב יא וואלטן זיי דאך נישט חתונה געהאט אן קיין פאך אין די האנט כנהוג. אפילו ווען יא, וואס זענען די קינדערלעך שולדיג, ואלה הצאן מה חטאו.
בכלל, אייער הנחה איז גרייזיג. א מענטש האט א רעכט צו אנהענגן אין סיי וועלכע קהילה ער אדער זי וויל, אן קיין טשעפונגען פון א צווייטע קהילה. טענה'ן אז זיי וואלטן ווען געדארפט צו וויסן מ'גייט זיי רודפ'ן פאר זייערע רעליגיעזע אנשויונגען, שוואכט אפ דאס רשעות פון די רודפים.
יתכן אז פונקט דאס צעטל איז א זיוף, אבער מודעות גענוי אידענטיש צו דאס איז אין דער עבר פארשפרייט געווארן דורך קהל יטב לב, קרית יואל.
מ'דארף פשוט זיין אין קרית יואל אויף שבועות צו פארשטיין וואס פירט נעבעך געוויסע זאליס צו אזאלכע עקסטרעמע שריט,
יעדעס יאר וואקסט דער עולם פי כמה, די שטאט ווירבעלט ווי א יריד,
ס'שטארק יתכן אז דער ציבור איז טאפעלט ווי און די שטערקסטע צייטן ביים ברך משה,
מ'דארף זיך פשוט איינשפארן אין קלאזעט אינדערהיים עס נישט צו באמערקן,
נו וויזוי פונקטליך ברויכן זיך נעבעך שפירן די פארפעלקער וואס מ'האט זיי נעבעך איינגעבראטן מיום הוולדם אז אהרן איז א אויסגעשפילטער משוגענער,
ס'שווער פאר זיי, איך בין זיי דן לכף זכות,
גאלדמ'דארף פשוט זיין אין קרית יואל אויף שבועות צו פארשטיין וואס פירט נעבעך געוויסע זאליס צו אזאלכע עקסטרעמע שריט,
יעדעס יאר וואקסט דער עולם פי כמה, די שטאט ווירבעלט ווי א יריד,
ס'שטארק יתכן אז דער ציבור איז טאפעלט ווי און די שטערקסטע צייטן ביים ברך משה,
מ'דארף זיך פשוט איינשפארן אין קלאזעט אינדערהיים עס נישט צו באמערקן,
נו וויזוי פונקטליך ברויכן זיך נעבעך שפירן די פארפעלקער וואס מ'האט זיי נעבעך איינגעבראטן מיום הוולדם אז אהרן איז א אויסגעשפילטער משוגענער,
ס'שווער פאר זיי, איך בין זיי דן לכף זכות,
וואס מאכט איר משוגע דא מיט א יו"ט שבועות? מה ענין שמתא אצל הר סני? מ'רעדט דאך דא פון דאקומענטירטע רדיפת הדת והאנושות. האקט אין קאפ.
גאלד רעד קלאר, זענען די אפיציעלע מודעות פון קהל מזויף צו נישט? וואס ווארפסטו זאמד אין די אויגן איבער זאליס, שבעות? דיינע סטאקס פאלן שטארק אין מיינע אויגן.
איך בין בכלל נישט אריין דא אלס זאלי/ארוני וכו', עס טוט מיר וויי דאס אומרעכט און נידריקייט.
כהערשי ועוד.
שווער זיך צו טענה'ן אדער בכלל לייגן גרויס סטאק אויף א גרינער וואס זיין 9'טער תגובה איז א קאנטרעווערשל אשכול
גאלדשווער זיך צו טענה'ן אדער בכלל לייגן גרויס סטאק אויף א גרינער וואס זיין 9'טער תגובה איז א קאנטרעווערשל אשכול
דריי דיר נישט ארויס, איז אידיש בלוט הפקר? יא אדער ניין. ענטפער ווען מ'פרעגט.
גאלדשווער זיך צו טענה'ן אדער בכלל לייגן גרויס סטאק אויף א גרינער וואס זיין 9'טער תגובה איז א קאנטרעווערשל אשכול
Ad hominem
תכלית, גיי שריי קאזאק הנגזל. די בעלי הפנקס פירן דורך די סארט רשעות און ארגער.
ווענדט זיך וועמענס בלוט
גאלדפון וועם האסטו עס באקומען, פונעם פאסט טרעגער?
גאלד אויב ווייסטו טאקע נישט וועל איך דיר מודיע זיין אז די בריוון ווערן איבערגעגבן פאר'ן פאסט טרעגער דורך הרב החסיד ר' אברהם הערש ב"ר משה שעהר דורכ'ן גוטהייסונג און פינאנצירונג פון קיט"ל קר"י פאר וועם ער ארבעט אפיציעל
איך בין דער איינציגסטער וואס טראכט אז מפרסם זיין אזא צעטל מאכט נאר פורים פון דער מפרסם? איז דא ערגעץ א נארמאלער איד אדער רב אויף דער וועלט וואס מיינט אז עס איז דא עפעס א צדי צדדים של חשש שבחשש אז א קינד געבוירען פון א קידושין נישט מסודר דורך דער זעלבסט פראקלאמירטע רב פון א שטאט איז דא עפעס א נדנוד פסול? בסך הכל געמאכט פורים פון זיך אליינס.
מודעה בשפת המדינה, לקיים מה שנאמר בפרקין, תמהין ושיילין ליה בעסק אתותא, וישמען כל החוקים האלה ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה, ויהי רצון שילמדו תועים בינה, וכיון שנטמעה נטמאה, אמן
שלא כדרכי האלט איך דאס באלאנגט נישט אין צימעס, נאר איז אן אשכול איבער הומען-רייטס.
און קאווע טרינקער, פונקט געוואלט שרייבן אקוראט ווי הערשי זאגט. ס׳איז נישט די קאפלעך וועלכע האבן באשלאסן צו חתונה האבן דארט. ווען יא וואלטן זיי נישט נאר ממזרים נישט אראפגעברענגט ניין חדשים דערויף, נאר אפשר כשרים אויך נישט.
בכל אופן איז דאס קיין בארעכטיגונג צו טרינקן יענעמס בלוט. רשעות וואס נאר זיין רעליגיעז קען ברענגן.
די אלע אשכולות פון סקווירא ביז ארוני, וועלכע פארלעצן מענטשן רעכטן אויף עקסרעמע שטאפלן, ברויכן לדעתי פארדינען אויבן-אן זיצן דא אין שטיבל, און נישט ענדיגן אין צימעס.
גאלד, חוץ אפאר צעשרויפטע קולט אנהענגער, ווייסט קיינער פון קיין גרויסן שבועות עולם גולם, קיין צווילעזירטן מענטש קימערט איבער די קליינקעפיגע אויסגעזויגענע שטותים וועלכע באשעפטיגט דרייצן יעריגע בחורים, און ראדני לחיים עסער.
מהו הדין לגבי קריאת כתובה הנדפסת במחזורים כנהוג במקצת בתי כנסת בחג השבועות שלא ברשות מרא דאתרא?
ניצען אומשילדיגע דריי יעריגע קינדער כדי להפחיד את הציבור בני יואל, אז אויב זיי וועלן דארט מאכען שמחות וועט עס קאסטען פאר די קינדער בזיונות, איז קלאר, ריין שפיכות דמים.
מסכים אהרן ט"ב איז א שייגאץ טערארירסט, בלוט זויגער, און וואס נישט
אבער טאר מען שוין נישט ארויפברענגן ספקות איבער די אטענטישקייט פון א געוויסער בריוו אנע דעם מ'זאל מיך נישט באשולדיגן מיט דאס ארגסטע?
לאן הגענו?
בכגון דא נאמר ווער עס פארשטייט, פארשטייט. ווער עס פארשטייט מ'דארף נאכשרייען עירוב טראגערס, פארשטייט די מרא דאתרא טעראר און ווייסע ווערסע. אבער צו פארשטיין נאר איינס פון די צוויי, דארף מען זיין א היפאקריט.
למען האמת, רוב ארונים און רוב זלונים פארשטייען קיין איינס נישט און ס'ווערט געטון שלא בהסכמתם
גאלד
לאן הגענו?
דעי תמימות צו פרעגן לאן הגענו ווען בלוט גיסט זיך, איז א הימל שרייענדע תשובה אויף דיינע פראגעס, ווייסטו דעניש וואס גייט פאר?
פארוואס דארפען אנדערע דיר מעורר זיין איבער תקונים אין דיין קהילה, אזא איד ווי דיר מיט א גאלדענעם שכל ברויך אליינס פארפירען, און נישט ווארטען ווילאנג יענער שרייט ס'צרות.
זה כלל גדול בקאווע אויב א אשכול פילט אן פעידזשעס שנעלער ווי מ'קען עס ליינען, וועט די מדובר דארט זיין אדער מאלעסטעישן אדער אהרן-זלמן לייב.
און אנדערע נייעס, האט די פאליציי געטראפן א פארדעכטיגטע פעקל אויף קווינס בלווד.
[ציטאט אראפגענומען]
@אנאנים אין למידין הא מהא, תיכף ווען עס פאסירט א דראסטישע דורכברוך, וואס לכו"ע איז עס געווען א היסטרישע דורכברוך איז עס א דיפיינינג מאמענט, איז פשוט נאטורליך אז מ'ריעקט צו עס,
קענסט נישט ערווארטן זאל ממש גארנישט פאסירן, נישט אז ס'גערעכט אבער ס'א אנדערע רעיון לגמרי,
למשל ווען מ'האט געמאכט די עירוב, איז קודם געווען פראטעסטן און נאכדעם צוביסלעך איז עס אפגעשטארבן,
ווייל דאס איז דער נאטור אז א מענטש רעאגירט צו א נייע פירצה אנדערש ווי אזאך וואסי שוין א מציאות פאר א לענגערע וויילע,
ממילא צו ברענגן ראיות פון ווען דעמאלטס ווען די דורכברוך האט פאסירט צו 3 יאר שפעטער, איז אביסל סילי,
ר' יוחנן הסנדלר: קודם שלום עליכם. שוין לאנג נישט געהערט פון אייך. אחדשה"ט וויל איך דא אויסדרוקן מיין מיינונגס פארשידנהייט מיט אייך. דאס אז מ'איז מפרסם נעמען פון פארפעלקער און זייערע קינדער שי' אויף א נעגאטיוון אופן , הויפטזעכליך צוליב פאליטישע חשבונות איז זיכער נישט קיין שיינע זאך. אבער. (און דא קומט א גרויסער "אבער"). די פארפאלק/ער וועלכע האבן חתונה געהאט דורך חופה וקידושין וואו דער מסדר קידושין איז נישט אויטאריזירט פונ'ם מרא דאתרא האבן אויכעט געהאט פאליטישע חשבונות דערביי. ממילא קענען זיי נישט באשולדיגן קיינעם אויסער זיך אליין. ווייל ביי אזאלכע ערנסטע שריט אין לעיבן מוזן זיך אויפהערן אלע פאליטישע חשבונות. ווען די אפיציעלע אויטאריזירטע רבנים וואלטן זיי אפגעזאגט מסדר קידושין צו זיין צוליב פאליטישע חשבונות, וואלט דאס פאררעכנט געווארן ווי א הימל שרייענדע אומרעכט. אויף וואס א יעדער איד איז מחויב מוחה צו זיין. אבער כ'בין זיכער אז דאס איז נישט דער פאל דא. פארקערט. אפילו יעצט זאגן זיי (די קהילה) אין זייער אפיציעלן בריעף אז מ'קען נאך מתקן זיין דעם מצב. מ'דארף זיך נאר א ביסעלע בייגן און אוועקקוקן פון זייטיגע חשבונות. ווייל סוכ"ס די עניינים קענען נישט זיין הפקר. אז איעדער מאן דהוא (איך זאג נישט אז דאס איז דער פאל דא.) זאל ווערן א מסדר קידושין. בקיצור. די עוולה, אפילו זי ווערט באגאנגען, איז נישט בלויז איינזייטיג. די באטראפענע מענטשן טראגן פונקט אזויפיל אחריות ווי דער אנדערער צד. 😕 😎 🙄 😛 😳 😢 😞 😢 😞 😮
מפרסם זיין די דאזיגע צעטלעך ברענגט נישט קיין תועלת, און גרעניצט זיך פון איין זייט מיט אכזריות און פון דער צווייטע זייט מיט ילדות. אבער צו האלטן אזוינע רעקארדס איז זיכער יא וויכטיג. וויבאלד די אנהענגער פון מהר"א ווילן זיך האלטן צום פסק דין (?) פון דער מהריט"ב אין די אגרות אז דעס פארפאלק טאר זיך נישט צאמלעבן אינאיינעם, מוז זיין א סיסטעם צו פארזיכערן אז די הולכים בשיטתו זאלן נישט בלא יודעים נעמען פון זייערע טעכטער אדער אהינגעבן די טעכטער צו זייערע זין.
קאווע טרינקערגאר א גרויליגע צעטיל/פאשקעוויל מצד קהילת מהר"א.
אבער, וויינען זאל דער קאפיל נישט וויינען.. זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט אז דאס וועט זיין די רעזאלטאטן, און אז זיי האבן נישט רחמנות געהאט אויף זייערע צוקויפטיגע קינדער, און פארקוקט די הוצאות לעז צוליב ווייזען שטאלצקייט און נעמען א נייע מסדר קידושין אין קרית יואל, דארפען זיי פארשטיין אז דער אנדערע זייט האט אויך דעם תאוות הנצחון.
האסט אנגעהויבן? לאז יענעם ענדיגען.
פארשטייט זיך, אז דער פאשקעוויל שרייבער וועט אוודאי נישט ארויסגיין פון גיהנום.
קאווע טרינקער: שפתיים קישאק. דו האסט ממש ארויסגענומען די ווערטער פון מויל פון מיין קיבאורד. ברוך שכיוונתי לדעתו הקד?שה!. איך האב נישט געליינט די אנדערע תגובות בשעת איך האב געשריבן מיינע חידושי תורה. אבער דאס איז דער תמצית פון קוקן אויפ'ן מצב מיט אן אביעקטיוון בליק... זיי זאלן נישט קומען און וויינען מיט קראקאדיל טרערן ווי דער קאזאק הנגזל. ס'דא צוויי צדדים אין א מחלוקת אז מ'שטעלט זיך אויף איין צד,קענמען נאכדעים נישט קומען מיט טענות אז מ'כאפט ארייון פראסקעס... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😳 😢 😞 😉 😮
בערעלע, די לייגסט אראפ א פאקט אז ס'איז דא א מרא דאתרא און מ'איז אליינס שילדיג פאר'ן נישט פאלגן די מרא דאתרא. באמת איז דאך על זה אנו דנין, צו מר"א איז בכלל מרא דאתרא. ס'קומט מיר פאר אזויווי ווען די זלונים האבן געגרינדעט א בי"ד און נאכדעם שרייען זיי אז מ'האמיר אן אייגענעם בי"ד און א פרעמדער האט נישט וואס אריינצורעדן.
נאכדעם שרייבסטי אז די עניינים קענען נישט זיין הפקר. ווי כאילו אין ב"פ, וומ"ס און מאנסי הערשט א הפקירות
לכבוד ר' בערל און מר. קאווע, אפשר זאגסטו דעם זעלבען תי' אויך אויף איינעם וואס רעדט זיך אפ אז מ'האט אים נאכגעשריגן פאר'ן טראגן מיט'ן עירוב אין וויליאמסבורג?? וואס איז דארט אנדערש אז דו גיבסט גערעכט פאר דעם וואס טוט אזוי ווי די פסק פון געציילטע רבנים המתירין און דא נישט??
יוחנן הסנדלרקאווע טרינקערגאר א גרויליגע צעטיל/פאשקעוויל מצד קהילת מהר"א.
אבער, וויינען זאל דער קאפיל נישט וויינען.. זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט אז דאס וועט זיין די רעזאלטאטן, און אז זיי האבן ישט רחמנות געהאט אויף זייערע צוקויפטיגע קינדער, און פארקוקט די הוצאות לעז צוליב ווייזען שטאלצקייט און נעמען א נייע מסדר קידושין אין קרית יואל, דארפען זיי פארשטיין אז דער אנדערע זייט האט אויך דעם תאוות הנצחון.
האסט אנגעהויבן? לאז יענעם ענדיגען.
פארשטייט זיך, אז דער פאשקעוויל שרייבער וועט אוודאי נישט ארויסגיין פון גיהנום.
הזאת קאווע? מיטן אפענעם קאפ? צו ווייסטו אז די אידן לאזט מען נישט חתונה מאכן אין קרית יואל איבער צוואנציג יאר? זיי וואינען אין שטעטל נאך פאר ר"אט איז געוארן רב בעל כרחם אנע וואלן. וואס איז אנדערש וואו יעדע אידישע שטאט וואו יעדער נעמט זיין רב אלס מסדר קידושין? ועל כולם דער נייער זאל איז פשוט נישט אין קרית יואל עס איז אין היילענד מילס ניו יארק. און פארקויפט די גלילות גללים פאר די חסירי דעת.
ר' יוחנןן הסנדלר: ווען דער הרב יואל מארגנשטערן שליט"א וואלט געוועין דער אפיציעלער, אויטאריזירטער מרא דאתרא פון "היילענד מיללס",יצ"ו, און ער וואלט געוואוינט דארט און געפיהרט די קהילה דארט וואלט מען זיך געקענט דינגען אויב די חופו"ק איז אנערקענט אין קרית יואל והגלילות, יצ"ו. אבער דא איז דאך עס זיכער נישט דער פאל. דער הרב מארגנשטערן שליט"א איז דאך חונה כבוד אין קרית יואל, מאנרא, אין ארענדזש קאונטי. ער איז נאר פון די אפאזיציע וועלכע טוען אלעס להכעיס פונ'ם מרא דאתרא און די קהילה. ס'איז פונקט אזוי ווי א טעקסי דרייווער אדער א באס דרייוער זאל זיך נעמען מסדר קידושין צו זיין אדער אויפמאכן א מעדיקל אפיס, ווען ער איז נישט אויטאריזירט דאס צו טון... 😕 😈 🙄 😈 😳 😞 😉 😮
מ גפנילכבוד ר' בערל און מר. קאווע, אפשר זאגסטו דעם זעלבען תי' אויך אויף איינעם וואס רעדט זיך אפ אז מ'האט אים נאכגעשריגן פאר'ן טראגן מיט'ן עירוב אין וויליאמסבורג?? וואס איז דארט אנדערש אז דו גיבסט גערעכט פאר דעם וואס טוט אזוי ווי די פסק פון געציילטע רבנים המתירין און דא נישט??
אין הכי טאקע!
אז איינער קען נישט פארנעמען אז מ'שרייט אויף שבת, זאל ער - פאר זיין אייגענע טובה - נישט טראגען בפרהסיא.
זאל ער זיין 100 פראצענט גערעכט, - און ער איז טאקע גערעכט - מ'מעג טראגן מיט א עירוב, כידוע. אבער קיין טענות קען ער נישט האבן אז מ'שרייט אויף אים, ער דארף נעמען אין אכט אז ער וואוינט צווישען אומאויפגעצויגענע בריאים וואס צווינגען יעדעם צו האלטן ווי זיי.