☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז אידיש בלוט הפקר?

איז אידיש בלוט הפקר?

363 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6539
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

sefish » זונטאג יוני 1, 2014 9:12 pm

· #203974
ער וויל אים נישט אויפנעמען פאר רב הצעיר, פיריעט. כ'קען דיר שיקן דעם טעיפ. און אויך אויב דו קענסט ענטפער אויף מיין שאלה

אה און ר' געציל האט געזאגט, איז וואס פונקטליך? מיט וואס איז ער מער וואגיק ווי רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן וועם דו וואלסט גע'פסל'ט צוליב זיינע נגיעות?

sefish » זונטאג יוני 1, 2014 9:14 pm

· #203975
outspoken
SORRY @sefish ער האט אויפגענומען משה גבאי, און ער האט געוויסט פארוואס...

זיכער האט ער געוויסט, א געטרייער מענטש. דער ברך משה האט געשריגן אין ראדני ביים באלעמער אז משה איז זיין נאענטסע מענטש פאר א סיבה. און ווער ס'טשעפעט עם וכו'

עפל סיידער » זונטאג יוני 1, 2014 9:19 pm

· #203976
אויס מענטש

היינט צו טאג איז נישטא קיין טעלעפאן אפדעיט נישטא קיין טעראר הכל בטלים ומבוטלים


ביסט אפשר דער אויף די איראקע טעליוויזיע וואס האט פארלייקענט די אמעריקאנע אינוואזיע?

וואס איז דעס 951-262-3834 ❓ ❓

outspoken » זונטאג יוני 1, 2014 9:37 pm

· #203979
@sefish קומסט פון גריכענלאנד?

aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος

aroinim are a stupid people, the Rabbi Aron can do no wrong

גאלד » זונטאג יוני 1, 2014 9:38 pm

· #203981
ער האט קיין איינמאל געזאגט אז מ'זאל עס נישט טאן אדער לייגן אויף האלד וכדומה, ער האט שיין געוואונטשן, פינטל, און גראדע איז דער ברך משה געווען דער ערשטער וואס איז אויפגעקומען מיט די המצאה פון רב הצעיר, ער האט פערזענליך אנגערופן יענעם ווינטער יאנקל קאהאן מיט בערל פרידמאן, עס צו מציע זיין, נאר די זאליס טענה'ן און קען זיין אז זיי זענען גערעכט, אז ר' אהרן האט זיך נישט געאיילט עס צו נעמען, ווייל ער האט זיך געשפירט זיכער אז ס'ווארט איהם סיי ווי אפ, נו פארוואס די ראש, אבער ווי ער האט נאר געזעהן ס'הייבט אן צו ברענען די הויט איז ער געקומען עס נעמען מיט א בהלה, מ'זעהט קלאר פון די טעיפ אז דער רעיון פון רב הצעיר איז נישט געווען קיין ווילד פרעמדע זאך פארן ברך משה, אנדערש וואלט ער געווען געפלעפט און געזאגט "וואס?! רב הצעיר?! וואס איז דאס?! וואס פאלט דיר ביי איך קען נישט אליינס?!" וכדומה, דאס מיינט ס'נישט געווען קיין חדשות,, אבער דעמאלטס איז שוין דער רבי געווען אביסל קאלט דערצו, נאכמער די אלע טענות וואס דער ברך משה האט געזאגט פאר ר' אהרן, האט ר' אהרן זעלבסט לכתחלה געזאגט אפאר חדשים פריער, פארוואס ער וויל עס נאך נישט נעמען
אבער ווי @outspoken זאגט איך האלט אויך אז ס'א געוואלדיגע טובה ארויסגעקומען אז אלע זיינע קעגנער קענען זיך בדרך כבוד גיין ערגעץ אנדערש, נאר ס'א שאד אז ס'גאנגען מיט אזויפיל מחלוקת גניבה וגזילה

sefish » זונטאג יוני 1, 2014 9:40 pm

· #203982
outspoken
@sefish קומסט פון גריכענלאנד?

aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος

aroinim are a stupid people, the Rabbi Aron can do no wrong

😂 אבער אין גריכיש איז נישט דא דער ווארט "their" סווערט "the"

גאלד דו ווילסט נישט ענטפערן מיין שאלה בשו"א הא?

berlbalaguleh » זונטאג יוני 1, 2014 9:41 pm

· #203984
זיי נישט ברויגז ר' יוחנן הסנדלר: אבער דער ברך משה זי"ע האט געמאכט זיין זון ר' אהרן פאר מרא דאתרא. איז א יעדער וואס וואוינט אין מאנרא מוז מקבל מרות זיין פון איהם. דאס מיינט נישט אז מ'מוז קימען צו זיין טיש און עסן קוגל.ער פארלאנגט דאס ניטאמאל נישט. און לאמיר נישט פארגעסן אז קרית יואל איז אנדערש פון וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי אדער לעיקוואוד וואו ס'איז נישט דא קיין אפיציעלער מרא דאתרא. און א יעדער וועלכער האט נאר געחלומ'ט אז זיין זיידע איז אריבערגעפארן א שטעיטל און האט דארט איבערגענעכטיגט האט א רעכט זיך אויפצומאכן א ביהמ"ד און זיך רופן אויף יענעם שטעיטל'ס נאמען. משא"כ אין קרית יואל וואו דער ברך משה ז"ל, וועלכער איז געוועין דער ממלא מקום פונ'ם בעל דברי יואל זי"ע, איז א חוץ טיילן קוגל איז ער אויכעט געוועין דער מרא דאתרא פון די סאטמארער קהילה. און ער האט ממנה געוועין זיין זון ר' אהרן צו זיין דער רב אין קר"י, מוז א יעדער איינער וועלכער וואוינט דארט איהם אננעמען אלס דער מרא דאתרא. אפילו ווען ער זאל נאר קענען מאכן א המוציא אויף א רעיטעך. כש"כ ווען ער איז ראוי לאותה איצטלא. אפגעזעהן פון פאליטיק. פאר א מעיאר קענמען זיך דינגען צו איך וויל אננעמען דעם איצטיגן מעיאר אדער נישט. אבער דער רב, דאס איז נישט תלוי אין עלעקשאנס... 😕 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😉 😮

גאלד » זונטאג יוני 1, 2014 9:43 pm

· #203985
אה די שאלה? וואס זאגסטו נישט,
אלמלי העטעך פעטעך, רעטעך עסעך, ווען ריח"מ איז ווען דיין קר"י און ער זאגט ווען פארקערט, וואלט איך געווען אויף געברוטענע צרות, אבער לאקי מי אז ר' געציל איז דער דיין

sefish » זונטאג יוני 1, 2014 9:44 pm

· #203986
גאלד
אה די שאלה? וואס זאגסטו נישט,
אלמלי העטעך פעטעך, רעטעך עסעך, ווען ריח"מ איז ווען דיין קר"י און ער זאגט ווען פארקערט, וואלט איך געווען אויף געברוטענע צרות, אבער לאקי מי אז ר' געציל איז דער דיין

אה דער ענטפער דארף בלייבן דאקעמענטירט!
תודה!

גאלד » זונטאג יוני 1, 2014 9:45 pm

· #203987
געמיר כאטשיג א לייק

berlbalaguleh » זונטאג יוני 1, 2014 9:46 pm

· #203988
outspoken
@sefish קומסט פון גריכענלאנד?

aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος

aroinim are a stupid people, the Rabbi Aron can do no wrong

אוטספאקען: ייש"כ. פאר מפרש זיין וואס די גריכישע ווערטער מיינען. איך האב געפלאצט פאר נייגעריגקייט צו וויסן וואס דאס מיינט. די איינציגע ווארט וואס כ'האב געקענט ליינען איז געוועין "ארונים". תנוח דעתך שהנחת את דעתי... 😎 😂 😃 🙂 😉 🙄 😠 😛 😳 😮

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 1, 2014 9:50 pm

· #203991
גאלד
אה די שאלה? וואס זאגסטו נישט,
אלמלי העטעך פעטעך, רעטעך עסעך, ווען ריח"מ איז ווען דיין קר"י און ער זאגט ווען פארקערט, וואלט איך געווען אויף געברוטענע צרות, אבער לאקי מי אז ר' געציל איז דער דיין

איך האב פארשטאנען סעלפיש'ס שאלה אז דו וואלסט זיך נישט גערעכנט מיט הרב פריעדמאנ'ס פסק אין סיי וואס פאר א סוכסוך אינערהאלב סאטמאר (און די ארונים האבן טאקע גע'טענה'ט אז זיי דארפן נישט גיין צום בד"ץ פון די זאליס) ווייל זיי זענען נוגעים בדבר. איז מיט וואס איז רבי געציל אנדערש? איך זע נישט דא קיין העטעף פעטעך. ר' געציל איז אויך א נוגע בדבר ער איז דארט איינגעשטעלט.

יוחנן הסנדלר » זונטאג יוני 1, 2014 9:56 pm

· #203994
בעריש נישטא אזא זאך ווי אריינשטעלן א מרא דאתרא. א רב וואס איז נישט ערוועלט דורך ציבור שרייבט אויף איהם דער חתם סופר די ערגסטע לשונות. דער מייסד הקריה דער בעל על הגאולה האט געוואלט א שטאט ווי יעדער קען זיך באזעצן און מאכן שבת פאר זיך. ער'ט געזאגט איך וויל אן אשכנאזיש מנין אין שטעטל. דאס גאנצע טעראר און צווינגען די תושבים פאר פאליטישע אינטערעסן האט חרוב געמאכט דעם שטאט קרית יואל. ווי ישעיה שרייט: איך היתה לזונה קריה נאמנה? צדק ילין בה ועתה מרצחים.

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 1, 2014 9:57 pm

· #203997
בערל ליינט ערליך דעם בלאט, ס'האט אים גוט געברעינוואשט 🙄 😉 🙂 😠 😛

berlbalaguleh » זונטאג יוני 1, 2014 10:00 pm

· #203999
sefish
בערל איז גערעכט, טאקע פונקט פאריגע וואך געווען ביי א חתונה אין מאנסי ווי דער לאקעל פיש אייגענטומער איז געווען מסדר קידושין. און דער פלייש סוחר האט געזונגן והי בישוירון מלך 😂 😛 🙂 😃 😞 😮 😈 🤓 🙄 😎 ❗ 😮

סעפיש: ייש"כ. אבער ווען דער פלייש סוחר זינגט ויהי בישורון מלך איז נאך נישט קיין אומגליק. אויב ער האט א שיין קול און ער קען דעם ניגון, מעיג ער זינגען. אבער ווען דער פיש סוחר איז מסדר קידושין, אנשטאט אהערשטעלן א גוטע פארציע פיש, קען ח"ו ארויסקומען גרויסע מכשולות... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

outspoken » זונטאג יוני 1, 2014 10:00 pm

· #204000
berlbalaguleh
זיי נישט ברויגז ר' יוחנן הסנדלר: אבער דער ברך משה זי"ע האט געמאכט זיין זון ר' אהרן פאר מרא דאתרא. איז א יעדער וואס וואוינט אין מאנרא מוז מקבל מרות זיין פון איהם.

איז דאס טאקע אזוי לויטן שו''ע

דאס מיינט נישט אז מ'מוז קימען צו זיין טיש און עסן קוגל.ער פארלאנגט דאס ניטאמאל נישט. און לאמיר נישט פארגעסן אז קרית יואל איז אנדערש פון וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי אדער לעיקוואוד וואו ס'איז נישט דא קיין אפיציעלער מרא דאתרא. און א יעדער וועלכער האט נאר געחלומ'ט אז זיין זיידע איז אריבערגעפארן א שטעיטל און האט דארט איבערגענעכטיגט האט א רעכט זיך אויפצומאכן א ביהמ"ד און זיך רופן אויף יענעם שטעיטל'ס נאמען. משא"כ אין קרית יואל וואו דער ברך משה ז"ל, וועלכער איז געוועין דער ממלא מקום פונ'ם בעל דברי יואל זי"ע, איז א חוץ טיילן קוגל איז ער אויכעט געוועין דער מרא דאתרא פון די סאטמארער קהילה.


סאטמארער קהילה און ק''י איז איינס לויטן שו''ע ?

און ער האט ממנה געוועין זיין זון ר' אהרן צו זיין דער רב אין קר"י,

רב אדער רב הצעיר פון ק''י (גרויסע נפק''מ להלכה )

מוז א יעדער איינער וועלכער וואוינט דארט איהם אננעמען אלס דער מרא דאתרא. אפילו ווען ער זאל נאר קענען מאכן א המוציא אויף א רעיטעך. כש"כ ווען ער איז ראוי לאותה איצטלא.

ווער זאגט אז ער איז ראוי לאותה איצטלא?

אפגעזעהן פון פאליטיק. פאר א מעיאר קענמען זיך דינגען צו איך וויל אננעמען דעם איצטיגן מעיאר אדער נישט. אבער דער רב, דאס איז נישט תלוי אין עלעקשאנס... 😕

א רב איז נישט תלוי אין עלעקשאנס לויטן שו''ע ?

🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😉 😮

berlbalaguleh » זונטאג יוני 1, 2014 10:03 pm

· #204004
ישמעאל הכהן
בערל ליינט ערליך דעם בלאט, ס'האט אים גוט געברעינוואשט 🙄 😉 🙂 😠 😛

מ'דריקט א יעדע וואך אזא גראבן (תרתי משמע) צייטונג. מוז דאך זיין לכה"פ איינער וועלכער ליינט עס. אנישט וואלט זיך נישט געלוינט דער געשעפט... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😛 😳 😉 😮

עפל סיידער » זונטאג יוני 1, 2014 10:04 pm

· #204005
שבת אחים צימעס איז שוין שענער און קלאסישער ווי די אשכול דא.

גאלד » זונטאג יוני 1, 2014 10:07 pm

· #204008
ישמעאל הכהן
גאלד
אה די שאלה? וואס זאגסטו נישט,
אלמלי העטעך פעטעך, רעטעך עסעך, ווען ריח"מ איז ווען דיין קר"י און ער זאגט ווען פארקערט, וואלט איך געווען אויף געברוטענע צרות, אבער לאקי מי אז ר' געציל איז דער דיין

איך האב פארשטאנען סעלפיש'ס שאלה אז דו וואלסט זיך נישט גערעכנט מיט הרב פריעדמאנ'ס פסק אין סיי וואס פאר א סוכסוך אינערהאלב סאטמאר (און די ארונים האבן טאקע גע'טענה'ט אז זיי דארפן נישט גיין צום בד"ץ פון די זאליס) ווייל זיי זענען נוגעים בדבר. איז מיט וואס איז רבי געציל אנדערש? איך זע נישט דא קיין העטעף פעטעך. ר' געציל איז אויך א נוגע בדבר ער איז דארט איינגעשטעלט.


סאיז א וועליד פוינט, און דער אמת איז כאב מעתיק געווען ר' געציל'ס דרשה פשוט צו ברענגען סחורה דברים כהוויתן און זאל זיך יעדער אליינס מחליט זיין,
אבער מ'קען זאגן א סברה לחלק צווישן ריח"מ בריוו און ר' געציל'ס פסק, דארט איז עס געווען א חשן משפט שאלה בין אדם לחברו, דארף געהערט ווערן ביידע צדדים ביי א בי"ד מרוצה ווי קיינער שפירט נישט אז נסתמו טענותיו, אזוי באבוב, סאטמאר ב"פ, ב"ב וכדומה, און צו ארויסגעבן א קשר בוגדים בריוו ווען 2 צדדים האבן א דין ודברים, איז אשטיקל מדרש פליאה
ווידער דא ביי סידור קידושין איז עס א אבן עזר שאלה בינו לבין קונו, צו אזאך איז אסור צו מותר, האט יעדער דיין א רעכט צו פסק'ן לפענ"ד, און דער דיין פונעם מקום איז לכאורה מער מאסגעבנד ווי דער פרעמדער, נאכאמאל איך דערהער אז סקען זיין אז ער האט נגיעות אבער ער טוט זיכער נישט קיין עולה מיטן פסק'ן,

גאלד » זונטאג יוני 1, 2014 10:08 pm

· #204009
עפל סיידער
שבת אחים צימעס איז שוין שענער און קלאסישער ווי די אשכול דא.

לאז מנוחה דער עולם האט דא שיינע סיוויליזירטע דעבאטע,

berlbalaguleh » זונטאג יוני 1, 2014 10:15 pm

· #204012
ר' אוטספאוקען: ייש"כ פאר'ן ענטפערן איך האב נאר איין קליינע הערה. דו לייגסט א קוועסטשן מארק, פראגע צייכן בלע"ז אויב ער (ר' אהרן) איז ראוי לאותה איצטלא. איז שוין געקומען איין רב זיך מפלפל געוועין מיט עים אין לערנען און אויפגעוויזן אז ער איז אן עם הארץ?! ניין. ווען איינער וועט קומען און אויפווייזן אז זיינע פסקים זענען נישט אויסגעהאלטן עפ"י הלכה, נישט עפ"י פאליטיק. דאמאלס 'עמער בלי"נ ארויסגיין אין א גרויסע מחאה אין פראנט פון זיין הויז פארוואס מ'לאזט צו אן ע"ה זאל זיין דער רב. אבער דערווייל איז עס נאכנישט געשעהן. (איך וויל נישט שרייבן ווייטער. אבער איך קען שרייבן ווייטער. א רב מיז קענען אביסל מער ווי נאכזאגן שיינע שלוש סעודות תורה. און דאך קען איך א חשוב'ן רב וואס א חוץ זאגן שיינע שלש"ס תורה קען ער נישט זייער א סאך.(... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮

outspoken » זונטאג יוני 1, 2014 10:28 pm

· #204017
@berlbalaguleh

נצחתני אבי נצחתני 👍

פלעין יודיש » מאנטאג יוני 2, 2014 7:39 am

· #204051
זאפיר, שעפטל, גאנצל וכו' וכו'
אייכם
האחיכם @גאלד יצא למלחמה ואתם תשבו פה?
מ'האלט שוין ביי פינעף בלעטער און מ'הערט נישט קיין מוק פון ענק
איך בין זיכער אז מ'האט ענק אינפארמירט אז ס'טיט זיך אין קאווע שטיבעל און מ'דארף אנהייבן שיסען זינלאזע פארביסענע תגובות, מסתמה זיכט איר דעם אשכול אין צימעס, ניין ניין קימטס אהער טאקע דא אין געזעלשאפט און בארוהיגטס אביסעל די קעלבענער געמיטער.

פלעין יודיש » מאנטאג יוני 2, 2014 7:42 am

· #204052
עפל סיידער
אויס מענטש

היינט צו טאג איז נישטא קיין טעלעפאן אפדעיט נישטא קיין טעראר הכל בטלים ומבוטלים


ביסט אפשר דער אויף די איראקע טעליוויזיע וואס האט פארלייקענט די אמעריקאנע אינוואזיע?

וואס איז דעס 951-262-3834 ❓ ❓

קיינמאל נישט געהערט דעם האטליין
ס'איז גאנץ אינטערסאנט (בארבאריש בלע''ז)
ווי אפט ווערט דאס אפדעיטעד?
אינטערסאנט פארוואס די רעדנער דארט דארף טוישען זיין קול פאר א קוויטשעדיגע סקווערע קול

Ben-Shishim » מאנטאג יוני 2, 2014 9:53 am

· #204076
Bottom line is
Had this entire controversy gone in front of a non bias Beis Din, things would have been much nicer.

שרייבער » מאנטאג יוני 2, 2014 10:00 am

· #204077
יוחנן הסנדלר
גאלד
פון וועם האסטו עס באקומען, פונעם פאסט טרעגער?


פון איין זייט האב איך הנאה אז א מענטש מיט שכל הישר קען נישט גלייבן די צעטלין זענען אפיציעל סאנקציאנירט פון א קהלה ער שטיצט. זייט וויסן דו צעטליך, טעלעפאן קאלס און פיל ערגערס איז אפיציעל מטעם הקהלה. עס איז דא א אפיס מיט באצאלטע מענטשן. וואס איז שייך טעהנען גייט אינטערסירט זיך. קיינער אין שטעטל לייקנט עס.

במציאות זעט קיינער נישט אזוינע צעטלעך נישט אין ביהמ"ד און נישט אין די גאסן, קהל האט אנגענומען א אפיציעלע ליניע אז מען מאכט זיך מער נישט וויסנדיג עכ"פ בפרהסיא זיכער נישט, ממילא אז דו ביסט היינט צופרי אויפגעשטאנען מיט אזא צעטל, מיינט דאס פאבראצירט

שרייבער » מאנטאג יוני 2, 2014 10:02 am

· #204078
הערשי
גאלד
מ'דארף פשוט זיין אין קרית יואל אויף שבועות צו פארשטיין וואס פירט נעבעך געוויסע זאליס צו אזאלכע עקסטרעמע שריט,
יעדעס יאר וואקסט דער עולם פי כמה, די שטאט ווירבעלט ווי א יריד,
ס'שטארק יתכן אז דער ציבור איז טאפעלט ווי און די שטערקסטע צייטן ביים ברך משה,
מ'דארף זיך פשוט איינשפארן אין קלאזעט אינדערהיים עס נישט צו באמערקן,
נו וויזוי פונקטליך ברויכן זיך נעבעך שפירן די פארפעלקער וואס מ'האט זיי נעבעך איינגעבראטן מיום הוולדם אז אהרן איז א אויסגעשפילטער משוגענער,
ס'שווער פאר זיי, איך בין זיי דן לכף זכות,


וואס מאכט איר משוגע דא מיט א יו"ט שבועות? מה ענין שמתא אצל הר סני? מ'רעדט דאך דא פון דאקומענטירטע רדיפת הדת והאנושות. האקט אין קאפ.

הערשעלע, איך וועל דיר מסביר זיין
אז די לעצטע מאל וואס אזא צעטל איז נתפרסם געווארן מטעם הקהלה איז געווען בערך 3 יאר צוריק, און @יוחנן הסנדלר פילט פאר וויכטיג צו פאבריצירן אזא צעטל צוויי טעג פאר שבועות זאגנדיג, אפשר איז עס יעצט נישט אמת אבער אמאל יא, דאס ווייזט אז עפעס באדערט

שרייבער » מאנטאג יוני 2, 2014 10:05 am

· #204079
פישל'ע העררינג
מפרסם זיין די דאזיגע צעטלעך ברענגט נישט קיין תועלת, און גרעניצט זיך פון איין זייט מיט אכזריות און פון דער צווייטע זייט מיט ילדות. אבער צו האלטן אזוינע רעקארדס איז זיכער יא וויכטיג. וויבאלד די אנהענגער פון מהר"א ווילן זיך האלטן צום פסק דין (?) פון דער מהריט"ב אין די אגרות אז דעס פארפאלק טאר זיך נישט צאמלעבן אינאיינעם, מוז זיין א סיסטעם צו פארזיכערן אז די הולכים בשיטתו זאלן נישט בלא יודעים נעמען פון זייערע טעכטער אדער אהינגעבן די טעכטער צו זייערע זין.

אז דו וועסט טשעקן די היסטאריע וויפיל חתונות ס'איז דא אין די זאל א יאר וועסטו זען אז דאס ברענגט שוין איינמאל א תועלת

בנוסף וואס די זאלי זאל וואס האט נאך יענע יאר געדארפט געעפענט ווערן איז געשטעלט געווארן אויף האלד מטעם הכמוס

שרייבער » מאנטאג יוני 2, 2014 10:09 am

· #204081
דריידל
בערעלע, די לייגסט אראפ א פאקט אז ס'איז דא א מרא דאתרא און מ'איז אליינס שילדיג פאר'ן נישט פאלגן די מרא דאתרא. באמת איז דאך על זה אנו דנין, צו מר"א איז בכלל מרא דאתרא. ס'קומט מיר פאר אזויווי ווען די זלונים האבן געגרינדעט א בי"ד און נאכדעם שרייען זיי אז מ'האמיר אן אייגענעם בי"ד און א פרעמדער האט נישט וואס אריינצורעדן.

נאכדעם שרייבסטי אז די עניינים קענען נישט זיין הפקר. ווי כאילו אין ב"פ, וומ"ס און מאנסי הערשט א הפקירות

אבער די זאלונים מיטן שרייען אז זיי האבן א בי"ד דארף גאנץ ווילי זיי פאלגן און נישט טראגן מיטן עירוב, איז מה נשתנה קידושין פון עירובין?

שרייבער » מאנטאג יוני 2, 2014 10:12 am

· #204082
יוחנן הסנדלר
ועל כולם רב מארגנשטערן וואינט אין ק"י פאר רא"ט, די אידן וואס סרים למשמעתו האבן איהם גענומען פאר זייער רב נישט דעם אנדערן.


מהר"א איז רב אין קרית יואל בעפאר הרב מארגנשטערן איז באקרוינט געווארן אלס אב"ד שארמאש והגלילות (דער אלטער שארמאשער רב איז נפטר געווארן ערב פסח תשמ"ה, און מהר"א איז געווארן רב מוצש"ק וירא תשמ"ה)

שרייבער » מאנטאג יוני 2, 2014 10:12 am

· #204083
מ גפני
אמת ס'פארן נאכאלס ארום די רעקארדינגס פאר איעדע חתונה אין אולם עטרת מאיר צבי, די אידן שפארן זיך אויף אינוויטעישאנס - זיי האבן פרי אדווערטייזינג...

טירעסאנט, נאך קיינמאל נישט באקומען א ריקארדונג, אפילו אין די היסע צייטן אויך נישט

שרייבער » מאנטאג יוני 2, 2014 10:14 am

· #204084
יוחנן הסנדלר
גאלד
עפל סיידער

איך הער עס עקזיסטירט נאך עד היום א טעלעפאון ... וואס ''די אפיציעלע ווילידזש איינגעשטעלטע געבן ארויס''.

בי עס


די קומסט מיר פאר ווי א האלאקאוסט לייקענער. פרעג יעדן קרית יואלער איינוואינער צו זיי באקומען די קאלס פאר יעדן חתונה. אפט גייט דער טעלעפאן אין שטאט אויך. וואס קלערסטו ווער ספאנסערט די טעלעפאן ליין?

איך וואוין אין קרית יואל, און איך האב יעצט געפרעגט א פאר ברודערס שוואגערס קיינער ווייסט נישט וואס איך וויל פון זיי, זיי פרעגן מיר וואס האסט יעצט דערמאנט פון סידור קידושין (זיי ליינען נישט קאווע שטיבל)

שרייבער » מאנטאג יוני 2, 2014 10:21 am

· #204085
יוחנן הסנדלר
בעריש נישטא אזא זאך ווי אריינשטעלן א מרא דאתרא. א רב וואס איז נישט ערוועלט דורך ציבור שרייבט אויף איהם דער חתם סופר די ערגסטע לשונות.

און נוץ די זעלבע חתם סופר אויף מהרז"ל ווען ער איז געווארן רב מיט פאליס

לית דין בר נש » מאנטאג יוני 2, 2014 10:21 am

· #204087
sefish
sefish
אה און ר' געציל האט געזאגט, איז וואס פונקטליך? מיט וואס איז ער מער וואגיק ווי רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן וועם דו וואלסט גע'פסל'ט צוליב זיינע נגיעות?

ר' סעפיש זא אזוי גוט שטעל דיר ארויס אויפן גאס נישט אין ווילי און שטעל אפ יעדער איד וואס איז נישט משוקע אין ענקע טינופות און הערט פון אים א תירוץ אויף דיין שאלה וואס די האסט דא איבער גיפרעגט 317 מאהל!
ווייל ריח"מ פלאטשקעט אין דער שמוץ און ער שפילט מיט די שולחן ערוך לויט זיין אינטערעסע עכ"פ לעיני בשר ודם (ווי ערכאות ועוד ועוד איך האב נישט קיין צייט צו זיצן און שרייבן ביז מארגן פארטאגס איך דארף זיך גרייטן אויף שבועות) פארדעם ווען ער רעדט אריין אין אזא נושא איז עס זילטש!!! משא"כ ר' געציל מישט נישט קיין טינופות ער איז סך הכל דיין ביי זייער קהילה! Period

יוחנן הסנדלר » מאנטאג יוני 2, 2014 10:42 am

· #204093
שרייבער אויב שעמסטו זיך מיט דיין קהליש'ן טעראר איז א גוטער סימן. נאך איין מאל און צום לעצטן: איך האב א שיינעם צאל קרובים וואס האבן חתונה געהאט אין עטרת מאיר צבי לשם ולתפארת. איך באקום ביי יעדן איינציגן געבורט דעם שמוציגן בריוו פון קהל יטב לב קרית יואל, ווען א קינד יערט זיך און זיכער ווען עס איז דא א חתונה איז דא פאן קאלס און בריוון לרחצה. איך קען דא פאסטן צענדליגער בריוון פונעם לעצטן יאר אליין. נישט קיין שום חכמה צו לייקענען פאקטן.

און עס איז דא ב"ה חתונות גענוג. נצח ישראל לא ישקר, אידן ברעכן זיך נישט פאר גרויליג טעראר. עס איז שוין דא אריבער הינדערט קינדערלעך געבוירן פון חופה'ס נישט דורך אזא מנהיג וואס מוציא לעז זיין און שופך דם זיין אידיש בלוט איז זיין פרישטאג.

שרייבער » מאנטאג יוני 2, 2014 10:51 am

· #204095
יוחנן הסנדלר
שרייבער אויב שעמסטו זיך מיט דיין קהליש'ן טעראר איז א גוטער סימן. נאך איין מאל און צום לעצטן: איך האב א שיינעם צאל קרובים וואס האבן חתונה געהאט אין עטרת מאיר צבי לשם ולתפארת. איך באקום ביי יעדן איינציגן געבורט דעם שמוציגן בריוו פון קהל יטב לב קרית יואל, ווען א קינד יערט זיך און זיכער ווען עס איז דא א חתונה איז דא פאן קאלס און בריוון לרחצה. איך קען דא פאסטן צענדליגער בריוון פונעם לעצטן יאר אליין. נישט קיין שום חכמה צו לייקענען פאקטן.

און עס איז דא ב"ה חתונות גענוג. נצח ישראל לא ישקר, אידן ברעכן זיך נישט פאר גרויליג טעראר. עס איז שוין דא אריבער הינדערט קינדערלעך געבוירן פון חופה'ס נישט דורך אזא מנהיג וואס מוציא לעז זיין און שופך דם זיין אידיש בלוט איז זיין פרישטאג.

איך שעם מיך נישט מיט דעם, ווייל אני מאמין באמונה שלימה אז ווען אין די שטאט סאטמאר בימי כהונתו פון רבין וואלט איינער אזוינס געטון, וואלטן די צעטלעך זיך געקענט פארשטעקן מיט וואס מען וואלט דארט געטון, ופוק חזי וואס מען האט געטון אין קראלי, סאטמאר איז וואויל באקאנט פאר בכלל נישט קיין סאלידע חסידות, און ווי לאנג איך שעם מיך נישט צו זיין א סאטמארער שעם איך מיך נישט מיט דעם אויך נישט
דאס איז יעדער מודה איז סידור קידושין איז א האקעלע זאך, און ס'טאר נישט זיין הפקר, די שאלה גייט נאר צו ער איז מרא דאתרא צו נישט, נו נו, אין וויליאמסבורג האט סאטמאר ערגערע זאכן געטון אלע יארן אן דעם וואס דער דברי יואל אדער ברך משה ולהבדיל דער היינטיגער נועם המדות זאלן זיין אפיציעל מרא דאתרא.

איך האב אבער לויז גערעדט פונעם מציאות, אז מען זעט נישט קיין צעטלעך, זאגסטו אז די משפחה באקומט יא, מאכט אויך נישט קיין סענס, ווייל איך האב עטליכע קרובים משפחות וואס האבן דארט חתונה געמאכט, און נאך 'קיינמאל' נישט באקומען אזא בריוו, איך וועל אננמען אז נאר די קאפל אליין באקומט עס, יתכן, נו, זעט אויס מען וויל זיי מציל זיין פסולי חיתון, קלאר מיט צימערמאן זענען ביזי מיטן עירוב, און שעהר איז ביזי מיט קידושין

אויס מענטש » מאנטאג יוני 2, 2014 10:52 am

· #204097
יוחנן הסנדלר
שרייבער אויב שעמסטו זיך מיט דיין קהליש'ן טעראר איז א גוטער סימן. נאך איין מאל און צום לעצטן: איך האב א שיינעם צאל קרובים וואס האבן חתונה געהאט אין עטרת מאיר צבי לשם ולתפארת. איך באקום ביי יעדן איינציגן געבורט דעם שמוציגן בריוו פון קהל יטב לב קרית יואל, ווען א קינד יערט זיך און זיכער ווען עס איז דא א חתונה איז דא פאן קאלס און בריוון לרחצה. איך קען דא פאסטן צענדליגער בריוון פונעם לעצטן יאר אליין. נישט קיין שום חכמה צו לייקענען פאקטן.

און עס איז דא ב"ה חתונות גענוג. נצח ישראל לא ישקר, אידן ברעכן זיך נישט פאר גרויליג טעראר. עס איז שוין דא אריבער הינדערט קינדערלעך געבוירן פון חופה'ס נישט דורך אזא מנהיג וואס מוציא לעז זיין און שופך דם זיין אידיש בלוט איז זיין פרישטאג.


עס ווינדערט זיך (באמת נישט...) ווי אזוי קען א מענטש זיין א מכחיש שמש בצהריים און חולם חלום אויפן העכסטן אופן.
וואס מיינסטו קרית יואל איז באספמיא ? די קענסט שרייבן און פארקויפן וואס די ווילסט און קיינער האט נישט קיין אנונג וואס טוהט זיך ?
לפי ידיעתי איז אזוי
עס איז דא בערך 300 (כאפ מיך נישט ווייל עס קען זיין מער אבער תפשת מרובה לא תפשת דאס איז זיכער דא) משפחות בני יואל, און א שיינע פאר טויזענט משפחות זאליס אין קרית יואל.
פארוואס באקומט קיינער נישט די אלע טעלעפאן קאלס פארוואס זעהט קיינער נישט די אלע צעטליך הלמאי ????
לאז ארויס סעפיש/וואלדמאן/אהרן/זלמן לייב פון די פיקשטער, לאז די טריקענע מציאות שפילן די פאקטן

‏ווער עס האט געזעהן במו עיניו דעם צעטיל דאס יאר אייר תשע"ד זאל זיך אנרופן דא ברבים וירא הקהל וישפוט א שאד צו שפינען א אשכול מיט א חולם חלום און איבערקייען די בראשית טעמעס פון בחדרי חרדים און איי וועלט און קאווע שטיבל.

אויס מענטש » מאנטאג יוני 2, 2014 10:57 am

· #204100
לענ"ד דארף מען ארויספירן דעם גאנצן אשכול פון שטיבל.
עס איז א פלעינע ליגנט און קאפ פארדרייעניש, וויל מען דוקא נאכמאל רעדן פון די סידור קידושין טעראר, שלאג עס פאר פארן ציבור און ווער עס וויל זאל מגיב זיין כרצונו הטוב. קום נישט אויף מיט קיין לגיונות און גרינגשעץ דעם ניווא פון די שטיבל
א דאנק

עפל סיידער » מאנטאג יוני 2, 2014 11:32 am

· #204109
עפל סיידער
אויס מענטש

היינט צו טאג איז נישטא קיין טעלעפאן אפדעיט נישטא קיין טעראר הכל בטלים ומבוטלים


ביסט אפשר דער אויף די איראקע טעליוויזיע וואס האט פארלייקענט די אמעריקאנע אינוואזיע?

וואס איז דעס 951-262-3834 ❓ ❓



אויס מענטש">@אויס מענטש דאס איז פרישע אפדעיטס חודש'ליך ווען קינדער יערן זיך, ווען עס קומט פאר א שמחת החתונה, און נאך

גאלד » מאנטאג יוני 2, 2014 11:35 am

· #204112
כאמעך נישט געפוילט און געמאכט א שטיקל ריסערדש פון 2 מקורות, דער האטליין האט זילטש מיט קהל, באשטעטיגט
דאס איז אזא סארט האטליין ווי קלאר, צימערמאן, שפיטיווקער, נחום ראזענבערג, אלטר משה, וכדומה, פריוואטע ליידיגייערס, קעיסעס,
נישט אז די סידור קידושין דארט איז קען זיין פראבלעמטיש, און איך וואלט מיך קיינמאל אריינגלאזט אין אזאלכע חששות,
אבער דער האטליין איז נישט מטעם קהל,
ממילא הדרא קושיא לדוכתי וואס האבן זיך די זאליס יעצט אויפגעוועקט און זיך דערמאנט צו פאבריצירן א צעטל,
מאי שנא היום מיומים,
דער תירוץ איז נאר איינער, אז עס קומט א יו"ט שבועות אין קר"י, עפעס אנדערש זעה איך נישט
ווען איך פערסענלי וואלט געווען א זאלי אין קר"י וואלט איך מיך אפשר נישט ציפיל ציקראצט פון דעם יו"ט,
אבער ליידער מאכט זיך אסאך פון די זאליס וואס ווערן יא צירידערט דערפין,
ויה"ר שילמדו טועים בינה

אויס מענטש » מאנטאג יוני 2, 2014 11:37 am

· #204113
עפל סיידער
עפל סיידער
אויס מענטש

היינט צו טאג איז נישטא קיין טעלעפאן אפדעיט נישטא קיין טעראר הכל בטלים ומבוטלים


ביסט אפשר דער אויף די איראקע טעליוויזיע וואס האט פארלייקענט די אמעריקאנע אינוואזיע?

וואס איז דעס 951-262-3834 ❓ ❓



אויס מענטש">@אויס מענטש דאס איז פרישע אפדעיטס חודש'ליך ווען קינדער יערן זיך, ווען עס קומט פאר א שמחת החתונה, און נאך


וואס האט דאס מיט קרית יואלע קהלה ?
פארוואס איז דאס נישט מער אויף קול משמרת ? אר וואטעווער איט וואס קאלט ?
מען דארף נישט מאכן קיין ריסערטש, יעדער אין קרית יואל ווייסט, קהל האט געהאט אזא האטליין און עס צוגעמאכט נאך א פאר חדשים

די צעטיל מיט א קרית יואל-קהל לעטער העט איז פאלש !!!

עפל סיידער » מאנטאג יוני 2, 2014 11:43 am

· #204115
גאלד
כאמעך נישט געפוילט און געמאכט א שטיקל ריסערדש פון 2 מקורות, דער האטליין האט זילטש מיט קהל, באשטעטיגט
דאס איז אזא סארט האטליין ווי ...

איך האמיר נישט געפוילט און אפירגעזוכט ''4'' מקורות און עס איז באשטעטיגט אז די האטליין האט אזויפיל מיט די סאטמארע קהילה ווי קול סאטמאר טעלעפאון........
סאו אויב מען וויל סטאפען די אנגייענדע טעראר, ווייסען די אחראים אויף די ציבור וויאזוי עס צו סטאפען, מען דארף נאר וועלן.
איך האלט אז די @גאלד ביסט דער פאסיגסטער פערזאן, מיט שכל און אחריות, און זעה שוין צו סטאפען די קינדישע שפילערייען, און זע ביטע עס זאל זיך נישט אויספעלן קיין תירוצים אז עס איז נישט אן אפיציעלע ליין, און קיינער מטעם הקהילה איז נישט אחראי אויף דעי מעשים.

שעפטל » מאנטאג יוני 2, 2014 11:45 am

· #204118
פאר איך בין דא אריינגעפאלן מגיב צו זיין האב איך מיך נישט געפוילט און אויפגעהויבן דעם טעלעפאון און אנגערופן מענטשן קיין קרית יואל און געפרעגט צו ס'דא אזא צעטיל. יעדער, יא יעדער, ארונים און זאלונים צוגלייך ווייסן נישט דערפון, אדרבה גלייבט מיר נישט, רופטס אליינס.
און נאך מער, ס'איז היינט א וואטסעפ וועלט, יעדע שטיקעלע פאוסט און צעטיל פליעט ארום, דא איז אונטערסאנט אז נאר דער צעטיל פון קאווע שטיבל מיטן רויטן מארק פארט ארום.
‏חוץ מזה, עפעס א לץ מיט א זיסע כוונה האט דאס איבערגעטייטשט אין ענגליש און בינגאו, יעצט פליעט עס אויך ארום כאילו ס'איז געליגן אינעם המודיע...

יעצט צום ענין גופא, טראץ דעם וואס מיר קוקט אויס אז די צעטיל איז יעצט פאלש אבער דער עולם שרייט דאך אז די מקור ותוכן הצעטיל איז דאך געווען אין בלאט, יא מיר לעבן היינט אין אן אויפגעקלערטע וועלט, צו אכשר דרא ווי די קליגערע רופן עס, יעדע מין צעטיל און לאמיר זאגן אפילו רדיפות ווערן אראפגעריסן איבעראל, דעם והוקע אותו איז אסור געווארן, אבער זייט וויסן, ס'איז נישט ביי יעדעם. ס'נאך דא אידן -רוף זיי פערדן, פאנאטישע אדער סיי וויאזוי- וואס האבן עס נישט אנגענומען. יעצט די אידן‏ האלטן -פאר סיי וואספארא סיבה- אז ר' אהרן איז יא מרא דאתרא, און אז איינער גייט דערקעגן מוז מען על פי הלכה עס מפרסם זיין.

איי וועסטו פרעגן האט דאך נישט דער ברך משה געשריבן א צעטיל פארקערט? זאג נאר, ווען דו האסט אריינגעלייגט דיין קינד אין בני יואל האסטו אויך געקוקט וואס דער ברך משה האט געשריבן? וועם פאפסטו יעצט אז "דער ברך משה אליינס האט דאך געזאגט אז יעדער מעג מסדר קידושין זיין!"???

און איבערן קוואוט וואס יוחנן הסנדלר ברענגט פון ר' געציל, איז עס מסתמה אזוי אמת ווי אז ער האט יעצט דעם צעטיל באקומען אויף די פאוסט....

צום שלוס, צו דו גלייכסטעס יא צו נישט, כלל ישראל איז אייביג אדורך מחלוקת, ובפרט בענין המרא דאתרא, ס'איז געפלויגן בריוון אהין און צוריק מיט די שארפסטע לשונות, יעדער האט געהאלטן אז זיין זייט איז גערעכט, מ'האט גע'פסל'ט שחיטות, קידושין, און וואס נישט. ס'איז היינט געדריקט מיט שטאלץ אין די שאלות ותשובות, אינקלאדינג אינעם שאלות ותשובות דברי יואל. האלסט טאקע אז די צד השני דעמאלטס האט נישט געהאא אזעלכע גוטע טענות ווי היינט? נאר וואס דען? ס'איז נישטא קיין נאר וואס דען!!! דאס איז דער מהלך געווען מאז ישראל גוי, ס'איז באשריבן אינעם תורה הקדושה אויך! און דאס גייט בלייבן לעלמי עד.

ביזסטו אויפן רודף'ס זייט וועסטו פילן אז דו טוהסט עס על פי הלכה און דו טוהסט דעם רצון ה'. 
ביזסטו אויפן נדרף'ס זייט וועסטו שרייען און וויינען ווי מען ב'עוול'ט דיר‏...

ווען ס'גייט דיר גוט וועסטו זאגן אז די תורה וקושטא איז קאי וקיים
ווען נישט שריי אז יעדער איז אינטערגעקויפט און פארפוילט אדורך און אדורך...

סתם נאך א קליינע עקזעמפל, ביי די בני יואל פרשה איז די בי"ד ארויסגעקומען מיט א בריוו קעגן זיי. דארטן האט ר' משה ארי' אינטערגעשריבן, האט מען אראפגעלייגט אז ער האט מורא געהאט פאר טעראר, זיצט אויף די סאטמארע וועידזשעס, ברך משה האט אים געהייסן, משה גבאי האט געסטראשעט וכו' וכו'... רוב פון די וואס מאכן חתונה האבן זיך גאנץ ווייניג געקימערט מיט זיין אינטערשריפט, ווייטער געשיקט די קינדער אהין. ר' משה ארי' איז געווען קארופטירט און שוין... פינף יאר שפעטער האט מען אים גע'קוואוט, און איך זאג איבער, יא נאר נאכגעזאגט מאמרים אן קיין שום צעטיל צו דרשה דעקונג אז די סקול דיסטריקט איז אסור... דא האט מען שוין געשריגן "ירושלימער רב איז נישט קיין היפאקריט! די רבי ז"ל האט נאך געזאגט אויף אים וכו' וכו'".... זו הדרך! מ'טוהט וואס ס'שמעקט און ‏מ'נעמט נאר אן ווען ס'קומט דיר גוט אן.

און צו די אלע שרייערס דא "לייגסט אוועק אייער געשריי ווען ענקער זייט טוהט אויך אן עולה! ווען ענקער צייטונג באשמיצט די אנדערע זייט! ווען מ'פראטעסטירט קעגן ר' אהרן! ווען ענקערע דיינים הייסן שרייען אין די גאסן קעגן די עירוב טראגערס!" 

געדענק קלאר! ווען ביי דיר איז עס א חוב קדוש צו נעמען די געזעץ אין די הענט, איז עס ביי יענעם רשעות, וכן להיפך....‏

בעריש » מאנטאג יוני 2, 2014 11:46 am

· #204119
דאס צעטיל וואס דער פותח האשכול האט ארויפגעשטעלט איז ווארשיינדליך אמת ויציב. די מעשה איז נאר אז דער ציבור האט נישט קיין מושג אז דער מערכה גייט נאך אן בשעת ווען עס איז שוין קרוב צי 5 יאר שטיל דערוועגן.
און דאס איז די סיבה פארוואס אז ניק הגון ווי גאלד אדער אנדערע שרייען אז סאיז א פאברעצירטע געשעפט (און דאס פארענטפערט די קינדישע הסבר אז ס'איז די פרעשור פון שבועות ווייל אויב האלט ער אז סאיז שקר ברויך ער דאך מאכן סענס פארוואס יענער איז פלוצים אפירגעקומען דערמיט). און דער אמת אז איך וואלט מסתמה אויך אזוי געקלערט ווען נישט וואס איך האב דאס מיטגעהאלטן קרוב צי א יאר צירוק ווען א ידיד מיינער האט דארט חתונה געמאכט.
וואס זיי טיען איז שיקען מכתבים צי די מחותנים און די פאטענציעלע משתתפים. ווי אויך האלטען אזא סוי קאלד רעקארד איבער די אזוי גערופענע פסולים מיט זייערע קינדער. פארוואס די אנשי בני יואל ציקראצען זיך דערפון אזש אז ער עפענט דא אזא ויצעקו איז עניבאדיס געסס.
און אלעס גייט צי אויף א שטילער פארנעם דער דורעכשניטליכער חסיד מהר"א וועט קוקען אויף דיר פון די לבנה צי הערן אז דער מערכה גייט נאך אן (גראדע מיט א מאס סוקסעס)

נאר דאס עפענען אזא רעשיגען כותרת אז עס גיסט זיך בלוט איז א היבשער שטאפל פון היפאקראטיסווע!!

בשלמה ווען דאס שרייעט עימיצער פון די ליבעראלע אנשי הקאווע שטיבל וואס זענען דוגל בשיטת ליוו ענד לעט ליוו וואלט מען זיך נאך געקענט מדחיק זיין און מצדיק זיין די געשריי (אלדאוי הערעסמענט איז אסאך פאסיגער טיטעל ווי דאס שרייען סגיסט זיך בלוט פאר אזא בריוו געשיקעכץ)
די מעשה איז נאר אז דא רעדט מען דאך פון די אנשי בני יואל (ווי אויך אנשי רז"ל נאר די זענען מומחים און דרייען מיטן צינג) וואס ווען ס'קומט צי זייערע ענינים האלטן זיי זיך נישט אפ קיין רגע פון פראקטעצירן אזאנע דרכים און פול ערגער.
עירוב שרייען מבזה זיין נשים פאר זייערע קינדער האט מען דאך שוין דא ערווענט. דאכט זיך מיר אז דאס בריוו געשיקעריי איז מיטאמאל א פרעקשאן שפיכת דמים.
אדער נעם אזא בית שמש פרשה ווי קומסטי דא וויינען מיט קראקידעל טרערן בשעת ווען דארט ווילסט ארויפצווינגען דיין דעת תורה אויף יענעם באגלייט מיט ירידה לחיים מיט די גרעסטע מאס אכזריות אנקעגן די עסקני גבעת ירושלים. ווי אויך פראטעסטען אנקעגן גדולי אדמורים וואס זייער חטא איז נאר געווען אז זיי האבן נישט גענומען א שטעלונג (איך ווייס אז סאיז נאר געווען צימערמאן מיט א קומץ משוגעים אבער ווער סהאט נאר דעמאלס גערעד צי עימיצען פון די אנשי בני יואל האט געקענט זעהן די שמחה וואס דער צימערמאן האט זיי פארשאפט)

אלזא מיין איך אז בכגון דא קען דער חסיד מהר"א רואיג זאגן איך בין ענטייטעלד צי די זעלבע רעכטן אין פראבירן צי אינפארסען די דיני מרא דאתרא (לשיטתם שטייט זיך) מיט די זעלבע דרכים. דער פותח האשכול ברויך גאר זיין דאנקבאר אז אנשי מהר"א נעמען דאס נישט צי אזא וויילענד לעוועל נאר ענדעשער א מהלך וואס דאס פאסיגסטע וואלט געווען דאס אנצירופען אזא סוג נערווען קריכעריי.

עפל סיידער » מאנטאג יוני 2, 2014 11:57 am

· #204125
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז קלאר אז די רשעות וואס מען שמירט אהן אז דער אדער יענער טוט ביי די פאל און ביי יענע פאל, טוט נישט פארמינערן קיין האר, פון די וואס זענען זיך משתמש מיט בלוט פון אינגע קינדער צו אינפארסירען ווייניגער חתונות און אפצושטעלן דעם רבי ז''ל זאל פון צו עפענען פאר שמחות אנשי שלומו.

שעפטל » מאנטאג יוני 2, 2014 11:59 am

· #204126
קוק אביסל אין שאלות ותשובות נודע ביהודה, דברי חיים ועוד ועוד כי רבה הם און קום צוריק.
ס'איז נישט קיין סאטמארע אישו. ס'איז אן עם ישראל מהלך...

עפל סיידער » מאנטאג יוני 2, 2014 12:00 pm

· #204127
שעפטל
קוק אביסל אין שאלות ותשובות נודע ביהודה, דברי חיים ועוד ועוד כי רבה הם און קום צוריק.
ס'איז נישט קיין סאטמארע אישו. ס'איז אן עם ישראל מהלך...

פארוואס איז נישט דא אזעלכע סארט צעטליך בקורות ימי הדורות פינעם עם ישראל.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 2, 2014 12:02 pm

· #204129
שרייבער
דריידל
בערעלע, די לייגסט אראפ א פאקט אז ס'איז דא א מרא דאתרא און מ'איז אליינס שילדיג פאר'ן נישט פאלגן די מרא דאתרא. באמת איז דאך על זה אנו דנין, צו מר"א איז בכלל מרא דאתרא. ס'קומט מיר פאר אזויווי ווען די זלונים האבן געגרינדעט א בי"ד און נאכדעם שרייען זיי אז מ'האמיר אן אייגענעם בי"ד און א פרעמדער האט נישט וואס אריינצורעדן.

נאכדעם שרייבסטי אז די עניינים קענען נישט זיין הפקר. ווי כאילו אין ב"פ, וומ"ס און מאנסי הערשט א הפקירות

אבער די זאלונים מיטן שרייען אז זיי האבן א בי"ד דארף גאנץ ווילי זיי פאלגן און נישט טראגן מיטן עירוב, איז מה נשתנה קידושין פון עירובין?

זיי (די זאלונים) האלטן אזוי ווי די משנה אין פרקי אבות זאגט "שלי שלי. שלך שלי". אין וויליאמפעסט זעמיר אינז בעל בתים. ווער ס'טראגט מיט'ן עירוב איז אחת דתו. מ'עט שוין מקיים פסק זיין און טאמער איז עס א פרוי,השם ישמרנו, 'עט מען ציפן אין ת---. אזוי ווי א פאר חשוב'ע בחורים האבן געטון, פראווענדיג קנאות. און אין מאנרא, איז נישט דא קיין בי"ד. און א רב. איש כל הישר בעניו יעשה. 😎 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

רויטע וואנצעס » מאנטאג יוני 2, 2014 12:04 pm

· #204130
די בלוט בילבולים גוים האבן עס געהאט wrong. ס'דא טאקע אידן וואס שעכטן קינדער, אבער נישט גויעשע קינדער, נאר אידישע.

בעריש » מאנטאג יוני 2, 2014 12:12 pm

· #204133
איך וויל דא באטאנען אז איך בין בכלל נישט מצדיק די אזויגערופענע מערכה. מיין קאמענט איז געווען סטריקטלי צי אדערעסירן די דאבעל סטענדערד פון אונזערע ברודער די אנשי בני יואל ורז"ל.
פאר ענק שוחרי חופש אנשי הקאווע שטיבל וואס חרדיזום איז דאך איין שטיק רוע זעטץ אנציהאלטען די קאמף פאר גערעכטיקייט. כאטש דאס איז לכאורה פון די גאנץ אינטערשטע אויף די ליסטע וואס צריכן תיקון דא ביינאונז.
איך קען ענק גארענטיען אז די קינדער אויף די ליסטע ווערן מיט גארנישט בקריוודעוועט און זיי שפילען זיך ווארשיינדליך מיט די קינדער פון די חסידי מהר"א וואס וואוינען מיט זיי בשכינות. די צייטען פון סעגרעגעישאן איז שוין לאנג אויווער דארט בהרי מאנרא. (אויב עפעס איז דאס נאר פארקערט סאיז מאר לייקלי אז דער 4 יעריגס מאנשי בני יואל ווייסט שוין צי באמבלען אהרן שמארן און הערעסן די שכינים קינדער מאנשי מהר"א)
דזשאסט פאר די רעקארד דער טובי' ווייס וואס איז אויפן מכתב איז דער וואס לייגט די פלארינג ביי די דירות וואס יז"ס בויעט וואס דאס איז 80 פראצענט פון די הייזער און ק"י כאטש דער יז"ס איז פון די הויפט שישקעס ביי מהר"א. זעט איר דאך וואס א קריוודעס דא גייט פאר.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8