☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » האדמו"ר מהר"א מסאטמאר בשיטה חדשה!

האדמו"ר מהר"א מסאטמאר בשיטה חדשה!

270 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11395
בלאט: 1 2 3 4 5 6

איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 3:10 pm

· #367022
האדמו"ר מהר"א מסאטמאר בשיטה חדשה!
הייטיגן טאג האט מרן האדמ"ר מסאטמאר געלאזט הערן זיין נייער מיינונג, נעמליך זיך צו שטעלן צום לשכת הגיוס און אויפהערן צו פראטעסטירן ביי די פראטעסטן מטעם די עדה החרדית.
הערט און האט הנאה.

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/117175/%D7%94%D7%90%D7%93%D7%9E%D7%95%D7%A8-%D7%9E%D7%A1%D7%90%D7%98%D7%9E%D7%A8-%D7%A0%D7%92%D7%93-%D7%94%D7%A4%D7%92%D7%A0%D7%95%D7%AA-%D7%94%D7%A4%D7%9C%D7%92-%D7%9E%D7%99-%D7%97%D7%95%D7%A9%D7%91-%D7%9C%D7%A2%D7%A9%D7%95%D7%AA-%D7%9B%D7%90%D7%95%D7%A1-%D7%9B%D7%96%D7%94.html">http://www.bhol.co.il/117175/%D7%94%D7% ... D7%94.html</a>

גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 3:18 pm

· #367025
די נישט פארדרייטע ווערסיע קענט איר זעהן אין צימעס אונטערן קעפל סאטמאר רב - נגד הפרעות בירושלים

איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 3:30 pm

· #367027
פארדרייט, נישט פארדרייט, עס איז א נייער שיטה מטעם רבני סאטמאר/עדה/קנאי ירושלים/נטורי קרתא.

פון אלע וואס זענען געשטאנען אויף די לינקע זייט אין אלע דורות זינט די צייטן פון ר' יואל איז ער דער ערשטער וואס לאזט הערן זיין מיינוג קעגן די פראטעסטן. איז דאס נישט א שיטה חדשה פאר א סאטמאר רבי?

גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 3:37 pm

· #367029
אקעי סאו די שיטה חדשה האלט ביי דעם אז די 'ווילדע' פראטעסטן איז נישט אויסגעהאלטן פיין איך הער מ'קען אויף דעם אויך דן זיין (פאר ווער עס קען היסטאריע האט ר' יואל אליין זיך ארויסגעשטעלט קעגן נטורי קרתא'ס שריט)

אבער בנוגע זיך שטעלן צום לשכת און בעטן א דיחו דאס איז קלאר נישט קיין שיטה חדשה נאר פארקערט דעס זיך נישט לאזן שטעלן איז א שיטה חדשה

און בנוגע נארמאלע פראטעסטן וואס עס איז אלס געווען איז ער אוודאי בדעה חזקה אז מ'דארף מיטהאלטן מיט די עדה החרידית אדרבה די גאנצע סיבה פון די דרשה איז אז די היינטיגע זיך צו שטעלן צום יום תפלה זאל נישט אויסגעטייטשט ווערן אלס א הסכמה צו די ווילדערייען אין שטאט

איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 3:43 pm

· #367030
איז אזוי, ביזט גערעכט לגבי זיך שטעלן אין לשכת אז אזוי איז געווען. אבער אצינד בשעת גזירה האט די עדה געמאכט נייע תקנות, וואס אלע מפלגים אונטער די עדה און אפילו אויערבאך האט עס פארשטאנען, אז מען שטעלט זיך נישט, און נאר אזוי וועט מען קען אדרוכשלאגן די גזירה.
ער איז דער איינציגער צו האלטן אנדערש. איז עס נישט קיין שיטה חדשה אין סאטמאר?

אגב, געדענק איינער עפעס א משל מיט איינער וועמען דער מנהל האט גערופן און ער האט געטוישט זיין מיינונג?...
ער האט דעמאלטס מיאוס בארעדט זיין שוואגער מרן הגה"ק מוהר"י מוויזניץ שליט"א וואס ע"פ עצת גיסו מבעלזא שליט"א געהייסן זיינע בחורים זיך יא שטעלן צום לשכת.
אצינד האט ער שוין אויך געפאלגט דעם מנהל....

גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 3:47 pm

· #367031
איך ווייס שוין נישט וואס חדשה מיינט ?

זאגסט דאך אליין אז די עדה האט געטוישט סאו ווער איז חדשה ????

און בנוגע דיינע אנדערע שורות ווי האט ער געהאלטן די דרשה וועגן דעם ? (טאמער דו רעדסט וועגן די דרשה אין דושינסקי שול ביסטו אינגאנצן אףף)

איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 3:50 pm

· #367032
חדשה מיין איך דא אייגנארטיג. קיינער אין סאטמאר האט נישט היינט אזא שטעלונג.

אין דושינסקי איז געווען קעגן אויערבאך איך רעד נישט פון דעם. איך רעד פון א דרשה בערך פיר יאר צוריק.
דאכט זיך ס'איז געווען ביי א תהילים שעור אין מתיבתא.

גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 4:21 pm

· #367033
סאטמארע שיטה איז אלעמאל געווען אייגנארטיג

די דרשה פון וואס דו רעדסט איז דערווייל נאך אומבאקאנט

נ.ב. ווי אלעמאל האט סאטמאר רב זיך אויפגעשטעלט בדברים של טעם און שיין ארויס געברענגט שיטתו און אויף וואס ער שטעלט זיינע ווערטער -און אויך די מציאות הדברים -בעיקר ווייל אזוי האט די פעטער און דער טאטע געטאן און אזוי גיי מיר טאן ווייטער ס'איז כדאי פאר א סאטמאר איד צו הערן

א גוטן טאג

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 27, 2017 4:57 pm

· #367037
איסר האטלקי
איז אזוי, ביזט גערעכט לגבי זיך שטעלן אין לשכת אז אזוי איז געווען. אבער אצינד בשעת גזירה האט די עדה געמאכט נייע תקנות, וואס אלע מפלגים אונטער די עדה און אפילו אויערבאך האט עס פארשטאנען, אז מען שטעלט זיך נישט, און נאר אזוי וועט מען קען אדרוכשלאגן די גזירה.
ער איז דער איינציגער צו האלטן אנדערש. איז עס נישט קיין שיטה חדשה אין סאטמאר?

1 אויעבאך איז נישט אונטער די עדה, ער האט גארנישט מיט זיי.

2 די מהלך פון יעדן איז אלס געווען צו זיך שטעלן און נעמען א דיחוי אדער פטור.

3 ביי גזירת לפיד האט יעדער אפילו אגודה און דגה״ת מחליט געווען זיך אינגאנצן נישט שטעלן.

4 נאך גזירה איז געווארן אויס איז אלעס צוריק צום אלטן חוץ פון אויעבאך מחמת סיבות פוליטיות שונות און עקסטרעמע נטו״ק.

5 די עדה מאכט פראטעסטן שלט לבייש את מי שיש לו...

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 27, 2017 5:48 pm

· #367045
@גאנצל מאכט אייך נישט נאריש
ווי קומט יעצט אזוי וויכטיג דאס רעדן קעגן די קשים גרים לישראל ?
עס האט בכלל נישט קיין מקום דאס מבזה זיין יעצט די וואס זענען ארעסטירט געווארן ביי די מחאות, די צעטליך וואס די אייגענע קהילה האט מפרסם געווען צום יום תפילה זאגט אז דער עולם זאל מתפלל זיין קעגן די וועג וויאזוי די פאליציי באגייט זיך מיט די מוחים,

עס איז קיין סוד אז עפעס א מויזל איז דורכגעלאפן צווישן מהר"א און רב אויערבאך א צייט צוריק
יעצט ביים מאכן די יום תפילה איז עס געווען הרב אויערבאך וואס האט זיך געוואנדען צום יונגערען ברודער פון סאטמאר רב ער זאל צושטעלן די יום בקשת רחמים בחו"ל
ועל זה יצא השיטה החדשה...

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 27, 2017 6:07 pm

· #367051
וואס איז דער ענין פון רעדען פון דעם צו בחורים? פארוואס וויל ער אריינשלעפען די בחורים אין די ארץ ישראל'דיגע בלאטע? וואס איז עס זיי נוגע?

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 27, 2017 6:11 pm

· #367052
ליטוואק פון בודאפעסט
וואס איז דער ענין פון רעדען פון דעם צו בחורים? פארוואס וויל ער אריינשלעפען די בחורים אין די ארץ ישראל'דיגע בלאטע? וואס איז עס זיי נוגע?

ער איז מקדים אז עס געהערט נישט צו חו"ל בחורים
נאר ער האט אינאיינוועגס געקענט באשטיין די בחורים זאלן אויך הערן אז ווען עס קומט צו אינערליכע נארישע פאליטיק זאל מען זיך פירן איינגעהאלטן נישט צוווילדעוועט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 27, 2017 6:12 pm

· #367053
נישט אויף שבת גערעדט. ער האט אזוי מקדים געווען, ממילא שטימט עס.

און ער זאל מוחל זיין און נישט אנהייבען רעדען אז די בחורים זאלען זיך ניטש צווילדעווען. פארוואס מעג מען מאיר הירש'ס קאר פארברענען און נישט די געבער פון ירושלים?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 27, 2017 6:20 pm

· #367054
עכ"פ דער וואס וויל הערען די דברי חכמה פון דער רבי זז"ג, קען עס דא הערען.

מיש-נייעס » מאנטאג מערץ 27, 2017 6:35 pm

· #367055
איך בין נישט קיין מעריץ נישט פון מהר"א און נישט פון מהרז"ל אבער פערצופאל רעדט ער זייער צו די זאך, קען זיין אז עס איז געווען א טעות, אפשר איז ער אנגעטרינקן, אפשר מאכט איינער נאך זיין קול... אך ווייס נישט דעם דרשה זאגט ער גראדע דברים של טעם

איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 7:49 pm

· #367061
לאמיר צולייגן מיין קורצער מיינונג פון א דרויסנדער שטאנדפונקט - אלס נישט סאטמארער חסיד:

וואס ער האט געזאגט כלפי אויערבאך איז ער מער וויייגער גערעכט. צו סאטמאר רב זצ"ל וואלט דאס אויך געטון? קלאר אז נישט. ער האט זיך אפילו צוזאמגעשטעלט מיט רב שך זצ"ל קעגן ליובאוויטש. סיי ווער עס וואלט זיך צוגעשטעלט צו די שיטה באיזה אופן שיהיה וואלט אים ר' יואליש מקרב געווען באבותות אהבה. ער האט אבער א טענה לגבי די צולאזקייט פון ר' שמואל וואס מהרז"ל פאלט דערפאר, פיין איך קען עס הערן.

דאס וואס ער האט זיך אפן ארויסגעשטעלט קעגן די עדה, אז עס ווערט געפירט ביי הפקר אינגען. ער האט נישט שלעכט געזאגט, עס איז ליידער אמת, אבער עס פאסט נישט פאר אים עס צו זאגן, עס קומט מער פאר א שרייבער אין בלאט.

וואס ער האט געזאגט לגבי די מחאות, איך גיי נישט אריין צו ער איז גערעכט צו נישט, מעגליך אז יא, אבער פאררוף דיך נישט אלס סאטמאר רבי, דאס איז געווען דער אויסגעטראטענער וועג מאז היתה סאטמאר לגוי. יא, איבערצודרייען ירושלים און בונטעווען ביז די גזירה וועט בטול ווערן.

גראדע זיין טענה פארשטיי איך אויך נישט, ביזט מודה אז מען מעג אמאל פראטעסטירן, יעצט ווען יא און ווען נישט? נאר אין מאנהעטן מעג מען? נאר פאר א באגלייטן מעג מען אפשפארן גאסן? נאר פאר ראזנבערג'ס לויה מעג קענט עוו. זיין פארשלאסן? הייסט עס אז גיוס איז נישט גענוג וויכטיג פאר דיר. איך הער.

לגבי דער דחוי האט ער אליינס אנפאנג געהאלטן אנדערש, איך זוך נאך די דרשה וואס איך האב אויבנדערמאנט קעגן וויזניצער רבי פון ב"ב ווען ער האט צוריקגעצויגן און יא געשיקט צום לשכת פאר א דחוי.
נאר אנהייב האט ער געהייסן דער לוחם, אבער ווען זיין ברודער האט אים איבערגעשטיגן האט ער געמוזט נעמען א פארקערטער ריכטונג...

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 27, 2017 8:05 pm

· #367062
איסר האטלקי
פארדרייט, נישט פארדרייט, עס איז א נייער שיטה מטעם רבני סאטמאר/עדה/קנאי ירושלים/נטורי קרתא.

פון אלע וואס זענען געשטאנען אויף די לינקע זייט אין אלע דורות זינט די צייטן פון ר' יואל איז ער דער ערשטער וואס לאזט הערן זיין מיינוג קעגן די פראטעסטן. איז דאס נישט א שיטה חדשה פאר א סאטמאר רבי?

ס'הייסט. אויב מ'איז א נארמאלער מענטש. און מ'איז מדריך תלמידים צו נארמאלקייט הייסט מען שוין פארדארבן. אפעגעפארן. זיין צודרייט. צושטערן דעם סדר העולם. אט דאס איז גוט. דאס איז קנאות. אונז זעמיר שוין צו לאנג געווען און טאלערירט א מצב פון אנארכיע און צודרייטקייט. ס'איז כלו כל הקינצן. ס'איז שוין די העכסטע צייט אז די רעגירונג. יא די טמא'נע ממשלה זאל אננעמען א שטרענגע האנט אקעיגן די אלע ליידיגייערס און אומזיסטע פרעסערס וועלכע ווערן משוגע פאר ליידיגיין. און זיי קליידן עס אן אין קנאות. ס'שוין צייטט זיי גוט אנצורייסן די ביינער און אריינטראסקען אין חד גדיא אריין. איכא דרכא אחרינא. ומי יאמר למלאך המשחית הרף...! זיי האבן א מנהיג וואס ...שוין...! און ווען ס'קומט א מענטש וואס ער איז א מנהיג פון אן עדה קדושה און ער זאגט א פאר אמת'דיגע דיבורים. און ער געט די ריכטיגע הדרכה, הייסט שוין אז ער האט אויפגעמאכט א נייע שיטה. און ר'איז שוין פסול. די רבי זי"ע איז געווען דער אמת'דיגער קנאי. און זיין הדרכה איז אייביג געווען ריכטיג. נישט אזוי ווי די היינטיגע צודרייטע פארוקטע חברה. נישט ביי די פאררעטערישע צודרייטע נטורי קרתא שטייט איין דאס אידישקייט. זיי האבן דאך געשריבן רבינו סר מן הדרך...!

איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 8:07 pm

· #367064
ווער האט געזאגט אז ער איז פסול? איך האלט גראדע אז ער איז גערעכט.

עס איז פארט אבער א גענצליך נייע שיטה פאר א סאטמאר רבי אזוי צו זאגן.

א שיטה חדשה אין סאטמאר.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 27, 2017 8:14 pm

· #367065
גאנצל
איך ווייס שוין נישט וואס חדשה מיינט ?

זאגסט דאך אליין אז די עדה האט געטוישט סאו ווער איז חדשה ????

און בנוגע דיינע אנדערע שורות ווי האט ער געהאלטן די דרשה וועגן דעם ? (טאמער דו רעדסט וועגן די דרשה אין דושינסקי שול ביסטו אינגאנצן אףף)

גאנצל: דו ביסט 100% גערעכט. די רבי זי"ע בעל דברי יואל האט קיינמאל נישט געהאלטן בשיטה אז מ'זאלל ארויסגיין זיך רייצן מיט די פרייע חברה. אזוי ווי די פאררוקטע נטורי קרתא טוען. און ר' אהרן שליט"א הייבט ארויס דעם פאקט אז די אלע אידן וועלכע זענען געקומען פון ארץ ישראל קיין ווילי, בארא-פארק, קרית יואל און מאנסי זענען געקומען נאכ'ן ערלעדיגן די לעגאלע פאפירן מיט די מיליטער. און דאס אלעס איז געווען בעצת ובהסכמת רבינו הק' מ'סאטמאר זי"ע. נישט זיך גיין רייסן אין די גאסן און אנמאכן איבערקערענישן. איך וויל פרעגן דעם הייליגן ראש ישיבה וועלכער מוטיגט די צו ווילדעוועטע יונגלעך ארויסגיין און אפשפארן הייוועיס און גורם זיין מצבים פון פיקוח נפש. וואו איז ביטל טעירעה....?!

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 27, 2017 8:25 pm

· #367067
איסר האיטלקי: איך וויל מיך נאר שטעללן אויף איין נקודה. דו פרעגסט רעטאריש וואס איז דער חילוק פון אפשפארן גאסן ביי א באגלייטן אדער לויה און די דעמאנסטראציעס וועלכע קומען פאר אין ארץ ישראל אין די היינטיגע טעג בעצת ובהדרכת הרב שמואל אויערבאך שליט"א. די נפקא מינה איז אז ווען מ'האט פארמאכט קענט עוו. ביי די לויה פון ר' יצחק ראזנבערג ע"ה איז עס נישט געווען מיט א צושטערערישן ציהל. מ'האט אפגעגעבן כבוד האחרון פאר א איד וועלכער האט אמת'דיג מקיים געווען דעם יהי ביתך בית ועד לחכמים במלוא מובן המילה. און געטון מעשי צדקה וחסד למעלה מן המשוער, בסבר פנים יפות. איי דער טרעפיק איז געווארן א ביסל געשטערט. אזויפיהל קענמען נאך מקריב זיין. אבער ווען מ'שיקט ארויס יונגע בחורים'לעך אז זיי זאללן זיך צולאזן און צו ווילדעווען און שטערן דאס טעגליכע לעבן אין ארץ ישראל, ווייל זיייער ראש ישיבה האט עפעס אן אגענדא. דאס טויג נישט פון עטליכע זייטן...ביטול תורה... מ'געוויינט איין די יונגע בחורים אז זיי זאללן זיין צולאזט און חוצפה'דיג און ווילד. א סאך פון זיי ווערן ארעסטירט. און ס'קאסט שווערע געלטער און צער און עגמת נפש פאר די משפחות צו דינגען לאיערס זיי ארויסצונעמען פון תפיסה...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 27, 2017 9:10 pm

· #367070
Re: האדמו"ר מהר"א מסאטמאר בשיטה חדשה!
דער סאטמארער רב האט זיך צוגעשטעלט צו הרב שך קעגען ליובאוויטש?!
דו מישסט אויס. אין די מחלוקת צווישען ר׳ יונתן אייבשיטץ און הרב יעקב אמדין, האט דער קאשוי רב געבעטען ביים מחנה אפרים אונטער צו חתמ׳ן, אבער דער רי"ט אלגאזי מיט הרב אברהם אבולעפיא האבען אנדערש געהאלטען. טאקע נאכ׳ן זיך משדך זיין מיט דער מהרי"ק וואס ביים חתונה האט דער ראבי"ה מסדר קידושין געווען, האט ער געשמועסט מיט דער ערוך און דארט האט ער טאקע אנדערש פארשטאנען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 9:20 pm

· #367071
איסר האטלקי
ווער האט געזאגט אז ער איז פסול? איך האלט גראדע אז ער איז גערעכט.

עס איז פארט אבער א גענצליך נייע שיטה פאר א סאטמאר רבי אזוי צו זאגן.

א שיטה חדשה אין סאטמאר.

וואס איז די גענצליך נייע שיטה אין סאטמאר וועלכע חלק ? וואס איז די שיטה אין סאטמאר בכלל ? (איך רעד ניט פון די עדה)

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג מערץ 27, 2017 9:45 pm

· #367075
ענדליך קומט ער צי צום סכל!

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג מערץ 27, 2017 9:47 pm

· #367076
אבער ער איז זיג זאג ווי מרופט דאס און מדינת ישרא׳
ער וויל שלום מיטן בעלזער אבער אין די דרשה שטעכט ער איהם בעקיפין.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 27, 2017 9:51 pm

· #367078
די קעניג פין אמעריקע
ענדליך קומט ער צי צום סכל!

כתרגומו...!

פיינע קאווע » מאנטאג מערץ 27, 2017 10:17 pm

· #367082
האט איינער דא אויסגעהערט די גאנצע דרשה? האט איינער דורכגעליינט וואס ער האט געזאגט. אדער מען רעאגירט צו 2 שורות וואס איינער שרייבט דא.
ליינט אדורך ביזן סוף און זאגט וואס איז אזוי שלעכט געזאגט...
<a class="postlink" href="http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20170401&gil=1592">http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 1&gil=1592</a>

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 27, 2017 10:29 pm

· #367083
berlbalaguleh
גאנצל
איך ווייס שוין נישט וואס חדשה מיינט ?
זאגסט דאך אליין אז די עדה האט געטוישט סאו ווער איז חדשה ????
און בנוגע דיינע אנדערע שורות ווי האט ער געהאלטן די דרשה וועגן דעם ? (טאמער דו רעדסט וועגן די דרשה אין דושינסקי שול ביסטו אינגאנצן אףף)

גאנצל: דו ביסט 100% גערעכט. די רבי זי"ע בעל דברי יואל האט קיינמאל נישט געהאלטן בשיטה אז מ'זאלל ארויסגיין זיך רייצן מיט די פרייע חברה.

ענטשולדיגט בעלעגלה, די דברי יואל האט נישט געוויסט אז מען דרייעט איבער די שטאט אין ירושלים ?, ווי זענען די גרים אטאקעס וואס מען האט היינט געהערט בספרו דבר"י,
אין דבר"י איז פארהאן א תורה וועגן די מוחים וואס ווערן צו ווילדעוועט בנוסח ירושלים, עס שטייט נישט ברמז די היינטיגע גרים אטאקע.

טרויבן88 » מאנטאג מערץ 27, 2017 10:34 pm

· #367084
Re: האדמו"ר מהר"א מסאטמאר בשיטה חדשה!
דעס אז מהר"א רעדט קאנטראוועסיעל כלפי וואס מען האט אמאל אדער היינט געהאלטן איז נישט קיין נייע זאך, און איך וואלט צוגעלייגט אז עס קומט נישט פון חכמה פאר די וואס האלטן מיט 'אלעס' וואס ער זאגט... נישט נאר היינט,

נאר וואס? קודם קומט זיך עם קרעדיט פארן רעדן, טאקע זייער א נארמאלע סאך וואס ער זאגט, אבער פון די היינטיגע ליידיגע רבנים וועט מען קיינמאל קיין ריכטיגע זאך נישט הערן, און מהר"א האט יא גערעדט, קומט זיך עם קרעדיט. פינטל.

אבער פון די צווייטע זייט ליגט דא עפעס א סאך טיפער, און דאס איז די חלק פון זיין ברידער מהרז"ל, מהרז"ל טרעט יעצט אריבער שוין בערך די זיבעטע יאר וואס ער איז אפגעקויפט פון די סיקריקים, אפגעקויפט אויף האלסעיל, קיין פיפס זאגט ער נישט קיינמאל, דוין זייט די קברים איז ער גגעהיידזעקט דורך די סיקריקים, אבער ווער דארף עם אלעמאל? אבער די שפיטיווקא צימערמאן וכו' די אפגעפליקטע פארשוינען וואױנען ביי עם, אדער שטיצן די זאלונים זייערע מערכות, ממש א שרעק... העי מהרז"ל אפשר עפענטסטו דיין פיסק און מאכט היסטאריע און לאז הערן דיין מיינונג, סטאפ די פאסיווע רביסטעווע, זאג עפעס אחוץ תורות, ווארף ארויס די שווארצע עקסטרעמיסטן, אדער אינדארסיר זיי געהעריג.
אפגערעדט אז זיי האבן שוין אפאר מאל פראטעסטירט אנטקעגן עם אליינס

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 27, 2017 10:39 pm

· #367085
טרויבן88

העי מהרז"ל אפשר עפענטסטו דיין פיסק און מאכט היסטאריע און לאז הערן דיין מיינונג, סטאפ די פאסיווע רביסטעווע, זאג עפעס אחוץ תורות, ווארף ארויס די שווארצע עקסטרעמיסטן, אדער אינדארסיר זיי געהעריג.

וויל ער נישט באגיין די פעלער וואס זיינע קעגנער זענען אלע יארן באגאנגען, מיטן "לאזן הערן מיינונגען" "ווארפן שווארצע"
ער מאכט אלץ בניחותא און די זאך פארט אים פיין.

טרויבן88 » מאנטאג מערץ 27, 2017 10:45 pm

· #367086
Re: האדמו"ר מהר"א מסאטמאר בשיטה חדשה!
איש את רעהו
טרויבן88

העי מהרז"ל אפשר עפענטסטו דיין פיסק און מאכט היסטאריע און לאז הערן דיין מיינונג, סטאפ די פאסיווע רביסטעווע, זאג עפעס אחוץ תורות, ווארף ארויס די שווארצע עקסטרעמיסטן, אדער אינדארסיר זיי געהעריג.

וויל ער נישט באגיין די פעלער וואס זיינע קעגנער זענען אלע יארן באגאנגען, מיטן "לאזן הערן מיינונגען" "ווארפן שווארצע"
ער מאכט אלץ בניחותא און די זאך פארט אים פיין.

וואס פארט פיין? אז ער קען גארנישט טון וועגן די עקסטרעמיסטן?
ער מוז בלייבן אינדארסירן די מלחמה אנטקעגן די קברים?
ער מוז זיך מוטשענען וועט ער פארט קיין ארץ ישראל צי מאכן דעם ווייס רעדן פארוואס מען מעג יא פארן?
עס קען נישט זאגן א מיינונג אז מען זאל גיין צי כינוס כלל ישראל אן זיך מוטשענען פאר א חודש וויאזוי עס צי לעגאליזירן? ווען דאס איז נאר קליינע משלים וואס איך ווייס, איך בין נישט באקאנט געהעריג און זיין חסידות. אבער אין די ענדע אויף די געים וואס האט ער פון די שווארצע? זיי פראדוצירן גארנישט אז ער זאל זיי נישט ארויסווארפן? סא פארוואס?

גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 10:51 pm

· #367089
איש את רעהו
berlbalaguleh
גאנצל
איך ווייס שוין נישט וואס חדשה מיינט ?
זאגסט דאך אליין אז די עדה האט געטוישט סאו ווער איז חדשה ????
און בנוגע דיינע אנדערע שורות ווי האט ער געהאלטן די דרשה וועגן דעם ? (טאמער דו רעדסט וועגן די דרשה אין דושינסקי שול ביסטו אינגאנצן אףף)

גאנצל: דו ביסט 100% גערעכט. די רבי זי"ע בעל דברי יואל האט קיינמאל נישט געהאלטן בשיטה אז מ'זאלל ארויסגיין זיך רייצן מיט די פרייע חברה.

ענטשולדיגט בעלעגלה, די דברי יואל האט נישט געוויסט אז מען דרייעט איבער די שטאט אין ירושלים ?, ווי זענען די גרים אטאקעס וואס מען האט היינט געהערט בספרו דבר"י,
אין דבר"י איז פארהאן א תורה וועגן די מוחים וואס ווערן צו ווילדעוועט בנוסח ירושלים, עס שטייט נישט ברמז די היינטיגע גרים אטאקע.

ס'איז פארהאן אין די זעלבע דברי יואל ווי ס'שטייט אז מ'דארף אפבלאקן הייוועיס ווען מ'וויל אפשריייען גזירות

איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 10:57 pm

· #367092
איך הייב הערשט יעצט אן צו כאפן אז די רעדע איז דא פון א מנהיג וואס האט זיך פשוט אויפגעשטעלט בארעדן א צווייטער מנהיג. פארוואס? ווייל יענער רעדט זיך איין אז ער דינט דעם אויבערשטן, צו ווייל פאליטיש שטומט עס אים, נישט קיין חילוק די סיבה. וועלכער מנהיג האט זיך שוין אמאל אויפגעשטעלט טון אזא זאך?

אויערבאך האט אים גארנישט שלעכטס געטון.
אויערבאך האט אים קיינמאל נישט בארעדט.
יעדער ווייסט שוין אז סאטמאר מהר"א האט נישט מיט אויבערבאך קיין שייכות.
קיין איין בחור מחסידי מהר"א וואלט סיי ווי נישט געגאנגען צו זייערע הפגנות.
הרב אויערבאך גייט זיין מיינונג נישט טוישן.
ער טוט נישט קיין עבירות בפרהסיה.
ער איז נישט קיין משיח שקר.
ער נעמט נישט אוועק קיין חסידים פון קיינעם.
ס"ה טוט ער וואס סאטמאר האט געטון צען יאר צוריק.

ווילסט עפעס? הייב אויף א טעלעפאון און רוף אים אן, שיק אים א בריוו. האט נישט יענער א רעכט צו טון וואס ער האלט עס איז ריכטיג?
סתם צו באשמיצן א ראש ישיבה אן קיין שום ציל און אן קיין שום פלאן פון עפעס אויפטון?
אדרבה, אפשר קען מיר עס איינער קלאר מסביר זיין.

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 27, 2017 10:59 pm

· #367093
טרויבן88
איש את רעהו
טרויבן88

העי מהרז"ל אפשר עפענטסטו דיין פיסק און מאכט היסטאריע און לאז הערן דיין מיינונג, סטאפ די פאסיווע רביסטעווע, זאג עפעס אחוץ תורות, ווארף ארויס די שווארצע עקסטרעמיסטן, אדער אינדארסיר זיי געהעריג.

וויל ער נישט באגיין די פעלער וואס זיינע קעגנער זענען אלע יארן באגאנגען, מיטן "לאזן הערן מיינונגען" "ווארפן שווארצע"
ער מאכט אלץ בניחותא און די זאך פארט אים פיין.

וואס פארט פיין?

געלט פאר נצרכי ארץ ישראל קען ער דעליווערן
ווען מען דארף הילף בארה"ק מיט די וואס ווערן געפייניגט ביי די ציוניסטישע באהערדע, קלינגט די טעלעפאון קיין 550 בעדפארד עוו. און אויף דעם ארויף איז נולד געווארן די היינטיגע אשכול.

איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:02 pm

· #367095
טרויבן88
איש את רעהו
טרויבן88

העי מהרז"ל אפשר עפענטסטו דיין פיסק און מאכט היסטאריע און לאז הערן דיין מיינונג, סטאפ די פאסיווע רביסטעווע, זאג עפעס אחוץ תורות, ווארף ארויס די שווארצע עקסטרעמיסטן, אדער אינדארסיר זיי געהעריג.

וויל ער נישט באגיין די פעלער וואס זיינע קעגנער זענען אלע יארן באגאנגען, מיטן "לאזן הערן מיינונגען" "ווארפן שווארצע"
ער מאכט אלץ בניחותא און די זאך פארט אים פיין.

וואס פארט פיין?
ער פארט קיין ארץ ישראל, ער איז געווען ביים כינוס כלל ישראל, ער האט ארויסגעהאלפן צרפת, און ער איז נאכאלס דער רעכטער!

גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:03 pm

· #367096
איסר האטלקי
איך הייב הערשט יעצט אן צו כאפן אז די רעדע איז דא פון א מנהיג וואס האט זיך פשוט אויפגעשטעלט בארעדן א צווייטער מנהיג. פארוואס? ווייל יענער רעדט זיך איין אז ער דינט דעם אויבערשטן, צו ווייל פאליטיש שטומט עס אים, נישט קיין חילוק די סיבה. וועלכער מנהיג האט זיך שוין אמאל אויפגעשטעלט טון אזא זאך?

אויערבאך האט אים גארנישט שלעכטס געטון.
אויערבאך האט אים קיינמאל נישט בארעדט.
יעדער ווייסט שוין אז סאטמאר מהר"א האט נישט מיט אויבערבאך קיין שייכות.
קיין איין בחור מחסידי מהר"א וואלט סיי ווי נישט געגאנגען צו זייערע הפגנות.
הרב אויערבאך גייט זיין מיינונג נישט טוישן.
ער טוט נישט קיין עבירות בפרהסיה.
ער איז נישט קיין משיח שקר.
ער נעמט נישט אוועק קיין חסידים פון קיינעם.
ס"ה טוט ער וואס סאטמאר האט געטון צען יאר צוריק.

ווילסט עפעס? הייב אויף א טעלעפאון און רוף אים אן, שיק אים א בריוו. האט נישט יענער א רעכט צו טון וואס ער האלט עס איז ריכטיג?
סתם צו באשמיצן א ראש ישיבה אן קיין שום ציל און אן קיין שום פלאן פון עפעס אויפטון?
אדרבה, אפשר קען מיר עס איינער קלאר מסביר זיין.

עס קען זיין אז ער האלט אז אזאנע ווילדע שטיק -ובפרט ווען אסאך האלטן אז אויערבאך מיינט דא נישט מער ווי פאליטיק (איך ווייס נישט צו ס'איז טאקע אזוי)- הרגעט אפ די גאנצע מערכה מאכט אויסקוקן די סאטמערע און די אמתע קנאים ווי סתם ווילדע מענטשן

און דערפאר האט ער געשפירט אז סאטמאר מוז זיך פון דעם אפשאקלען

אגב וואס איז די שיטה חדשה ווייס איך נאך ניט

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:05 pm

· #367097
איסר האטלקי

ווילסט עפעס? הייב אויף א טעלעפאון און רוף אים אן, שיק אים א בריוו. האט נישט יענער א רעכט צו טון וואס ער האלט עס איז ריכטיג?
סתם צו באשמיצן א ראש ישיבה אן קיין שום ציל און אן קיין שום פלאן פון עפעס אויפטון?
אדרבה, אפשר קען מיר עס איינער קלאר מסביר זיין.

די צרה איז דעס, ווען רבי שמואל האט זיך גענויטיגט אין חו"ל שטיצע האט ער די טעלעפאון נישט אויפגעהויבן קיין סאנז קט. נאר צום אח הצעיר, דערפאר קומט צוריק אזא טעלעפאון קאאל און דרייט א קאפ די אינגע בחורים.

איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:06 pm

· #367098
בארעדן אנדערע מנהיגים אן קיין שום תועלת ווען יענער האט קיין שלעכטס נישט געטון, איז אויך א שיטה חדשה

אז אנדערע זאלן מיינען איז גענוג אויסצודרוקן זיין דעת קדשו אז ער האלט נישט דערפון, דאס אז זיי זענען נייע קנאים, גרים כספחת, האט לגמרי נישט אויסגעפעלט.

איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:09 pm

· #367100
כ'רעד שוין נישט פון דעם אז ער ווייסט נישט קיין חילוק צווישן א פטור - וואס מען האט גענומען אלע יארן, און א דחוי - וואס מען נעמט די לעצטע דריי/פיר יאר זינט די גזירה, ווען זיי האבן אנגעהויבן נישט צו געבן קיין פטורים אזוי גרינג. דאס דחוי נעמען שטאמט נישט פון קיין צווייטן נאר פון הרב שטיינמאן.

אגב, מהר"א האט געפערליך פארפירט זייענדיג דא קעגן דאס נעמען א דחוי, ער איז געווען די ערשטע צו שרייען אז מען זאל זיך בכלל נישט שטעלן - נאך איידער די עדה האט עס באפוילן!!

גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:10 pm

· #367101
איסר האטלקי
בארעדן אנדערע מנהיגים אן קיין שום תועלת ווען יענער האט קיין שלעכטס נישט געטון, איז אויך א שיטה חדשה

אז אנדערע זאלן מיינען איז גענוג אויסצודרוקן זיין דעת קדשו אז ער האלט נישט דערפון, דאס אז זיי זענען נייע קנאים, גרים כספחת, האט לגמרי נישט אויסגעפעלט.

בקקיצור די שיטה חדשה האט שוין היינט אליינס 3 4 ווערסיעס נעבעך

ניין ער האט דוקא יא געוואלט זאגן אז סאטמאר האט קיין שייכות מיט די ווילדע זאכן

אגב די גאנצע זאך אז ער מיינט דא הרב אויערבאך פרעזענליך איז אויך נאר א זאך וואס ס"ה דו קענסט באשטיין ס'זאל זיין אזוי

גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:12 pm

· #367102
איסר האטלקי
כ'רעד שוין נישט פון דעם אז ער ווייסט נישט קיין חילוק צווישן א פטור - וואס מען האט גענומען אלע יארן, און א דחוי - וואס מען נעמט די לעצטע דריי/פיר יאר זינט די גזירה, ווען זיי האבן אנגעהויבן נישט צו געבן קיין פטורים אזוי גרינג. דאס דחוי נעמען שטאמט נישט פון קיין צווייטן נאר פון הרב שטיינמאן.

אגב, מהר"א האט געפערליך פארפירט זייענדיג דא קעגן דאס נעמען א דחוי, ער איז געווען די ערשטע צו שרייען אז מען זאל זיך בכלל נישט שטעלן - נאך איידער די עדה האט עס באפוילן!!

איך וואלט געגלייבט אז דו דמיונסט זייט נישט בייז די סאטמאר רב ווייסט נאך אזוי גוט ווי דו וואס עס טוט זיך אין א"י ער באקומט נאך די אינפאו וואס דו באקומסט

איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:12 pm

· #367103
גאנצל
איסר האטלקי
בארעדן אנדערע מנהיגים אן קיין שום תועלת ווען יענער האט קיין שלעכטס נישט געטון, איז אויך א שיטה חדשה

אז אנדערע זאלן מיינען איז גענוג אויסצודרוקן זיין דעת קדשו אז ער האלט נישט דערפון, דאס אז זיי זענען נייע קנאים, גרים כספחת, האט לגמרי נישט אויסגעפעלט.

בקקיצור די שיטה חדשה האט שוין היינט אליינס 3 4 ווערסיעס נעבעך

ניין ער האט דוקא יא געוואלט זאגן אז סאטמאר האט קיין שייכות מיט די ווילדע זאכן

אגב די גאנצע זאך אז ער מיינט דא הרב אויערבאך פרעזענליך איז אויך נאר א זאך וואס ס"ה דו קענסט באשטיין ס'זאל זיין אזוי

די שיטה חדשה אנטהאלט טאקע אסאך זאכן אין זיך.

ער האט שוין אין ארץ ישראל אין דושינסקיא גערעדט קעגן אויערבאך פערזענליך - אפילו נישט קעגן ווילדע פראטעסטן... וואס האט ער דעמאלטס געוואלט מגלה דעת זיין?

גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:13 pm

· #367104
איש את רעהו
איסר האטלקי

ווילסט עפעס? הייב אויף א טעלעפאון און רוף אים אן, שיק אים א בריוו. האט נישט יענער א רעכט צו טון וואס ער האלט עס איז ריכטיג?
סתם צו באשמיצן א ראש ישיבה אן קיין שום ציל און אן קיין שום פלאן פון עפעס אויפטון?
אדרבה, אפשר קען מיר עס איינער קלאר מסביר זיין.

די צרה איז דעס, ווען רבי שמואל האט זיך גענויטיגט אין חו"ל שטיצע האט ער די טעלעפאון נישט אויפגעהויבן קיין סאנז קט. נאר צום אח הצעיר, דערפאר קומט צוריק אזא טעלעפאון קאאל און דרייט א קאפ די אינגע בחורים.

שקר ווי די ע"ז אגב איך האב נישט קיין פראבלעים אז ס'זאל זיין אמת נאר פערצופאל איז דעס שקר מוחלט

איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:14 pm

· #367105
גאנצל
איסר האטלקי
כ'רעד שוין נישט פון דעם אז ער ווייסט נישט קיין חילוק צווישן א פטור - וואס מען האט גענומען אלע יארן, און א דחוי - וואס מען נעמט די לעצטע דריי/פיר יאר זינט די גזירה, ווען זיי האבן אנגעהויבן נישט צו געבן קיין פטורים אזוי גרינג. דאס דחוי נעמען שטאמט נישט פון קיין צווייטן נאר פון הרב שטיינמאן.

אגב, מהר"א האט געפערליך פארפירט זייענדיג דא קעגן דאס נעמען א דחוי, ער איז געווען די ערשטע צו שרייען אז מען זאל זיך בכלל נישט שטעלן - נאך איידער די עדה האט עס באפוילן!!

איך וואלט געגלייבט אז דו דמיונסט זייט נישט בייז די סאטמאר רב ווייסט נאך אזוי גוט ווי דו וואס עס טוט זיך אין א"י ער באקומט נאך די אינפאו וואס דו באקומסט

איר הייבט זיך אן צו פארלאזן אויף אים... אקעי מעמער ווארטן אויף זיינע קלוגע אידעלעך ווי טעלער וכדו' ארויסצוקומען מיט א קלארער בירור הדברים.

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:14 pm

· #367106
גאנצל
איסר האטלקי
בארעדן אנדערע מנהיגים אן קיין שום תועלת ווען יענער האט קיין שלעכטס נישט געטון, איז אויך א שיטה חדשה

אז אנדערע זאלן מיינען איז גענוג אויסצודרוקן זיין דעת קדשו אז ער האלט נישט דערפון, דאס אז זיי זענען נייע קנאים, גרים כספחת, האט לגמרי נישט אויסגעפעלט.

אגב די גאנצע זאך אז ער מיינט דא הרב אויערבאך פרעזענליך איז אויך נאר א זאך וואס ס"ה דו קענסט באשטיין ס'זאל זיין אזוי

ערעב איד יעדער האט אזוי אים פארשטאנען
און עס איז נישט די ערשטע מאל ער פארשעמט אים פארנט פון די וועלט קעמרע'ס, און קוקט נישט אויס צו זיין די לעצטע מאל, א חוץ די ארומיגע מענטשן וועלן אנהייבן זיך איבערקלערן.

גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:15 pm

· #367107

יעדער וואס האט געוואלט האט אים אזוי פארשטאנען

גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:16 pm

· #367108
איסר האטלקי
גאנצל
איסר האטלקי
בארעדן אנדערע מנהיגים אן קיין שום תועלת ווען יענער האט קיין שלעכטס נישט געטון, איז אויך א שיטה חדשה

אז אנדערע זאלן מיינען איז גענוג אויסצודרוקן זיין דעת קדשו אז ער האלט נישט דערפון, דאס אז זיי זענען נייע קנאים, גרים כספחת, האט לגמרי נישט אויסגעפעלט.

בקקיצור די שיטה חדשה האט שוין היינט אליינס 3 4 ווערסיעס נעבעך

ניין ער האט דוקא יא געוואלט זאגן אז סאטמאר האט קיין שייכות מיט די ווילדע זאכן

אגב די גאנצע זאך אז ער מיינט דא הרב אויערבאך פרעזענליך איז אויך נאר א זאך וואס ס"ה דו קענסט באשטיין ס'זאל זיין אזוי

די שיטה חדשה אנטהאלט טאקע אסאך זאכן אין זיך.

ער האט שוין אין ארץ ישראל אין דושינסקיא גערעדט קעגן אויערבאך פערזענליך - אפילו נישט קעגן ווילדע פראטעסטן... וואס האט ער דעמאלטס געוואלט מגלה דעת זיין?

ער האט פאריאר כו אב זייער שיין גערעדט פון אים

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:16 pm

· #367109
גאנצל
איש את רעהו
איסר האטלקי
ווילסט עפעס? הייב אויף א טעלעפאון און רוף אים אן, שיק אים א בריוו. האט נישט יענער א רעכט צו טון וואס ער האלט עס איז ריכטיג?
סתם צו באשמיצן א ראש ישיבה אן קיין שום ציל און אן קיין שום פלאן פון עפעס אויפטון?
אדרבה, אפשר קען מיר עס איינער קלאר מסביר זיין.

די צרה איז דעס, ווען רבי שמואל האט זיך גענויטיגט אין חו"ל שטיצע האט ער די טעלעפאון נישט אויפגעהויבן קיין סאנז קט. נאר צום אח הצעיר, דערפאר קומט צוריק אזא טעלעפאון קאאל און דרייט א קאפ די אינגע בחורים.

שקר ווי די ע"ז

רבי שמואל האט זיך נישט געוואנדן קיין בעדפארד קאר. ראסס ?

גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:17 pm

· #367110

ניין

אויסער דעם איז געווען א אפיעל פאר זיינע מוסדות אין גרויסן ביהמ"ד אין קר"י

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:17 pm

· #367111
גאנצל
איש את רעהו
גאנצל
איסר האטלקי
בארעדן אנדערע מנהיגים אן קיין שום תועלת ווען יענער האט קיין שלעכטס נישט געטון, איז אויך א שיטה חדשה
אז אנדערע זאלן מיינען איז גענוג אויסצודרוקן זיין דעת קדשו אז ער האלט נישט דערפון, דאס אז זיי זענען נייע קנאים, גרים כספחת, האט לגמרי נישט אויסגעפעלט.

אגב די גאנצע זאך אז ער מיינט דא הרב אויערבאך פרעזענליך איז אויך נאר א זאך וואס ס"ה דו קענסט באשטיין ס'זאל זיין אזוי

ערעב איד יעדער האט אזוי אים פארשטאנען
און עס איז נישט די ערשטע מאל ער פארשעמט אים פארנט פון די וועלט קעמרע'ס, און קוקט נישט אויס צו זיין די לעצטע מאל, א חוץ די ארומיגע מענטשן וועלן אנהייבן זיך איבערקלערן.

יעדער וואס האט געוואלט האט אים אזוי פארשטאנען

דער וואס האט נישט געוואלט, מיינט ער האט גערעדט פון רב שטיינמאן? זיינע שוואגערס?

גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:19 pm

· #367112
איסר האטלקי
גאנצל
איסר האטלקי
כ'רעד שוין נישט פון דעם אז ער ווייסט נישט קיין חילוק צווישן א פטור - וואס מען האט גענומען אלע יארן, און א דחוי - וואס מען נעמט די לעצטע דריי/פיר יאר זינט די גזירה, ווען זיי האבן אנגעהויבן נישט צו געבן קיין פטורים אזוי גרינג. דאס דחוי נעמען שטאמט נישט פון קיין צווייטן נאר פון הרב שטיינמאן.

אגב, מהר"א האט געפערליך פארפירט זייענדיג דא קעגן דאס נעמען א דחוי, ער איז געווען די ערשטע צו שרייען אז מען זאל זיך בכלל נישט שטעלן - נאך איידער די עדה האט עס באפוילן!!

איך וואלט געגלייבט אז דו דמיונסט זייט נישט בייז די סאטמאר רב ווייסט נאך אזוי גוט ווי דו וואס עס טוט זיך אין א"י ער באקומט נאך די אינפאו וואס דו באקומסט

איר הייבט זיך אן צו פארלאזן אויף אים... אקעי מעמער ווארטן אויף זיינע קלוגע אידעלעך ווי טעלער וכדו' ארויסצוקומען מיט א קלארער בירור הדברים.

יא איך פארלאז מיך אויף סאטמאר רב אינגאנצן איך דארף נישט קיין בירור הדברים פון קיינעם

איך קען ענקער קיא וצואה שוין כעט א יובל יארען
בלאט: 1 2 3 4 5 6