פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5957
אפטעמיסטבאלד וועט מען מיר נאך זאגן אז "קינדער" לייגט מען אויס קאונדער...
אפטעמיסט: עפססער עיב דו וואלסט געוועינט אין די ליטא, וואלט מען אט אזעי געססריבן פאר "קאונדער". דער בעה"ב פון העיז פרעגט ביי אייך און די אידענע..."א וויפיל קאונדער האט איהר...? אדער ס'הענגט א טאוול עיף א געססעפט...מיר פארקעיפון קאונדער קלעידער און ססאוך...!... 😂
ביסטו אדער ביזטו?
ביסטו
יידיש, יודיש אדער אידיש? ווי אזוי שרייבט מען אין פארוואס?
די קעניג פין אמעריקעיידיש, יודיש אדער אידיש? ווי אזוי שרייבט מען אין פארוואס?
די קעניג פון אמעריקע: אין דעם זאץ אליינס האסטו געמאכט א גראמאטישן טעות. דו האסט נישט מבחין געווען צווישן ..."אין" און ..."און"... 🙄
כ׳האב שוין אויפגעגעבען. די חילוק צווישען אין מיט און פארגעס איך כהרף עין. וואס זאל איך טוהן מיין רבי האט געמיינט אז ער האט וויכטיגערע זאכען צו לערנען מיט מיר.
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
די עיבריטישע ווארט ׳בעיה׳ האט א מקור אין לשון הקדש ?
השורש של המילה בעיה נובע מהמילה הארמית "בעיא",
און אז מען פרעגט א בעיא און מען ווערט נישט גענטפערט בלייבט מען מיט א בעיה.
גלעזער איז דאך לשון רבים, קומט דאך מיינע.
רויטע וואנצעסביסטו אדער ביזטו?
וואס, א ליטוואק...?... 😂 🙄
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
דאס וואס מנוצט בל׳ בני אדם דו קריגסט דיך אויפן ׳מציאות׳ איז עס א ריכטיגע אויסדריק אין לה״ק ? כמיין אז סאיז נישט קיין ריכטיגע ווארט בפני עצמו נאר ווען סאיז דבוק , ״מציאות (מלאפום) הדברים.
ביסט משוגע? צי ביזט משוגע? די ערשטע וועג איז מער ריכטיג, ולפי"ז שרייבט מען ביסטו.
[ציטאט אראפגענומען]
ביזט און ביזטו שטאמען ביידע פון דייטש bist און bist du (זיי קלעפן נישט צוזאם ביזט דו צו ביזטו).
אבער אין דייטש קומען איז (ist = is) זענען (sind = are, plural) און זיין (sein = to be) אויך מיט אן s און זיי קומען אין אידיש מיט א ז. פארוואס זאל ביזט זיין אנדערש? (זיי זענען אייגנטליך דאס זעלבע ווארט).
איך שרייב טאקע אויך געווענליך ביזט און ביזטו.
(וועזן, (פון וועלכן אנוועזנד און אפוועזנד שטאמען) קומט אויך פון דעם דייטשן ווארט wesen (אין ענגליש being,
'as in 'human being)).
זענען און זיין ווערן אין דייטש אויך ארויסגעזאגט ווי א "ז" משא"כ ביסט זאגט מען ווי א "ס". בדרך כלל ווערט די אות ''s'' ארויסגעזאגט ווי א "ז" אבער ''st" בלייבט א "ס".
א דאנק פאר די ווארעמע אויפנאמע.
ישראל קאפקע
ביזט און ביזטו שטאמען ביידע פון דייטש bist און bist du (זיי קלעפן נישט צוזאם ביזט דו צו ביזטו).
אבער אין דייטש קומען איז (ist = is) זענען (sind = are, plural) און זיין (sein = to be) אויך מיט אן s און זיי קומען אין אידיש מיט א ז. פארוואס זאל ביזט זיין אנדערש? (זיי זענען אייגנטליך דאס זעלבע ווארט).
וואס איז די נפקא מינה פאר אונדז ווי אזוי מען שרייבט אויף דייטש? דייטש פארמאגט דאך נישט קיין ס' אדער ז', נאר א 's' און 'z'. ענגליש האט אויך אן אות וואס קלינגט צומאל ווי א ס', צומאל ווי א ז': פארגלייך cabs [קעבז] און caps [קעפס].
לאמיר טראכטן נישט אויף דייטש און נישט אויף ענגליש נאר אויף אידיש. די צוויי קאנסאנאנטן [זט] וועט ביי א אידיש רעדער נישט ארויס פון מויל. ס'איז נישט נאטירליך אין דער פאנאלאגיע. אבער [סט] איז אין ארדענונג. האלט איך אז 'ביסטו' איז דא בארעכטיגט.
ואס איז די ריכטיגע אויסלייג פון די ווארט אנונג?
לכאורה גענוי ווי דו האסט עס געשריבן.
געוואיגן, מלשון וואג, וואס איז די ריכטיגע אויסלייג?
געוואלדיגגעוואיגן, מלשון וואג, וואס איז די ריכטיגע אויסלייג?
וויכטיג פאר מיר צו וויסן
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
געוואויגן.
Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
א דאנק, פארגעסן די וא"ו נאך די א' און נישט געקענט כאפן פונקטליך וואס איז ראנג.
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
אלעמאל ווען עס קומט דריי ו' אין א רייע שטעלט מען אן א' אינצווישן.
געוואונען
צואוויסן
אנגעוואוירן
געשוואוירן
צואווארטן
צואווארפן
וואוינען
צוגעוואוינט
וכו'.
Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
דער לינגוויסט פון אידיש דוד כץ רופט דאס א 'מחיצה אלף'.
📎 Screen Shot 2015-10-27 at 1.23.34 AM.png
לאמיך דערמאנען די אינטערעסאנטע אויסלייגן: צואוואוקס (ווען עפעס וואקסט א ביסל), פרואוואונג (ווען מען פראבירט עפעס טון).
די ייווא אידישיסטן שרייבן אין די פאלן מנוקד: 'צוּוווּקס' 'פּרוּוווּנג'. אויך מיטן י': שניייִק, פּאַרטיייִש
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
וואס פשט פון די ענטפער אויף א יישר כח, זאגט מען צוריק דעם האלבע, יישר?
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
נו אזא פשוט׳ע שאלה און קיינער ווייסט נישט קיין ענטפער?
וואס איז בכלל פשט פון די אויסדרוק יישר כח? אז יענער גיט דיר א קוואדער ווינטשטו אים אז ער זאל האבן מער כח?
פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
איך דאנק אים פאר די כח וואס ער האט גענוצט מיר צו מאכן די טובה.
#אייגענע תורות.
ירא שמיםוואס פשט פון די ענטפער אויף א יישר כח, זאגט מען צוריק דעם האלבע, יישר?
מטה אפרים סי' תקצב סעי' יא
והצבור מתכוונים לפקוד את הש״ץ והמקרא ותוקע בפקידות שלום ואומרים להם אשר כח וכן לכהנים כשחוזרים למקומן מן הדוכן והוא כהחזקה טובה על הברכה או התפלה והתעסקות במצוה כללית השייך לצבור נגד זה הצבור חפיצים בברכה לברך אותם ויוסיפו אומץ כח בעבודת השם. ואשר הוא לשון אומץ וחיזוק בלשון הכתוב אשרו חמוץ ויש אומרים יאשר כח והכוונה אחת היא אלא שאלו אומרים לנובח אשר כח והאומרים יאשר הוא בלשון נסתר כדרך שנוהגים בלשון לעז כשמדברים למכובד אומרים בלשון נסתר.
אויפן ענטפער קוק
דא@berlbalaguleh וואס מיינט Brahms' Lullaby דאס האט עפעס שייכות מיט האבן א קינד און וואס מיינט Volga Boatmen דאס האט עפעס מיט ווען איינער ווערט נפטר?
רבי מרדכי קאמינעצקי שרייבט דאס און זיין ארטיקל לעצטע וואך אין די עמי מעגעזין איך האב נישט קיין אהנונג וועלכע שפראך דאס איז ער שרייבט אז ממש אין די צייט וואס זיין מאמע איז אוועק האט געשפילט אויף די הויך הילכעס Brahms' Lullaby
לית דין בר נש@berlbalaguleh וואס מיינט Brahms' Lullaby דאס האט עפעס שייכות מיט האבן א קינד און וואס מיינט Volga Boatmen דאס האט עפעס מיט ווען איינער ווערט נפטר?
רבי מרדכי קאמינעצקי שרייבט דאס און זיין ארטיקל לעצטע וואך אין די עמי מעגעזין איך האב נישט קיין אהנונג וועלכע שפראך דאס איז ער שרייבט אז ממש אין די צייט וואס זיין מאמע איז אוועק האט געשפילט אויף די הויך הילכעס Brahms' Lullaby
לית דין בר נש: וואס...?! בערל בעל עגלה איז נפטר געווארן...אוואו איז די לויה...?! אוי, האביך א גוטן הספד אויף איהם. ווער וויל הערן...? וועם אינטרעסירט...?! מ'וועט כאטש ברענגען אלע סמייליס וועלכע ער האט ארויפגעלייגט אויף קאווע שטיבל און אויף די גוי'אישע וועבסייט...די.איי.וואיי.... 😂
נ.ב: איך בין שנעל געלאפן צום שפיגל קוקן אויב איך לעב נאך. דאן האב איך באמערקט אז ס'איז געווען נישט מער ווי א בייזער חלום. אזוי ווי שלום שטיסל, וועלכער האט אייביג געהאט מאדנע חלומות, זיצנדיג אין א קאר, אדער פארנדיג אויף די באן...!
וואס גייט פאהר מיט דיר וואס אין די וועלט מאכט דיר טראכטן אז די ביסט געשטארבן?
איך פרעג דיר פשוט'ע טייטש פון אפאר ווערטער, איך ווייס דאך אז די קענסט אלע זיבעציג שפראכן
רימוןאלעמאל ווען עס קומט דריי ו' אין א רייע שטעלט מען אן א' אינצווישן.
געוואונען
צואוויסן
אנגעוואוירן
געשוואוירן
צואווארטן
צואווארפן
וואוינען
צוגעוואוינט
וכו'.
דר. רימון: מדי דברי. א מ'רעדט שוין האביך מיך דעמאנט צו פרעגן...וואס איז דער חילוק פון...
צואווארפן און
צווארפן...?לית דין בר נשוואס גייט פאהר מיט דיר וואס אין די וועלט מאכט דיר טראכטן אז די ביסט געשטארבן?
איך פרעג דיר פשוט'ע טייטש פון אפאר ווערטער, איך ווייס דאך אז די קענסט אלע זיבעציג שפראכן
לית דין בר נש: ס'איז נאר געווען א חלום אזוי ווי ביי שלום שטיסל...!
berlbalagulehרימוןאלעמאל ווען עס קומט דריי ו' אין א רייע שטעלט מען אן א' אינצווישן.
געוואונען
צואוויסן
אנגעוואוירן
געשוואוירן
צואווארטן
צואווארפן
וואוינען
צוגעוואוינט
וכו'.
דר. רימון: מדי דברי. א מ'רעדט שוין האביך מיך דעמאנט צו פרעגן...וואס איז דער חילוק פון...
צואווארפן און
צווארפן...?
וואס?
רימון: ס'דא צוויי ווערטער וועלכע זעען אויס די זעלבע אבער זיי מיינען גאר עפעס אנדערש. די ערשטע מיינט...צו ווארפן עפעס צו א מענטש וואס ער קען זיך נישט נעמען אליין. די צווייטע מיינט צווארפן/צוברעכן. למשל. צווארפן א בנין...!
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
יעדע נעגאטיווע ערשיינונג שרייבט מען צע, צעווארפן, צעבראכן וכו'.
פארוואס פיל איך עפעס אז איך ספעל דאס ראנג?
געטריי
געוואלדיגפארוואס פיל איך עפעס אז איך ספעל דאס ראנג?
געטריי
א איד דארף זיין "געטריי"
מיינע "געטרייע" עלטערן
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
יש לומר אז דו בוסט צוגעוואוינט צו לה״ק וואס איז דא א אויסלייג חילוק צווישען א צירי צו א פתח י און געטריי זאגט מען ווי א פתח י און איז די זעלבע אויסלייג ווי א צירי.
Ingenious - clever smart
Ingenuous - innocent childish
Indigenous - native to a land
Indignant - angry about unfairness
Disingenuous - not truthful
איך האב געשריבן אין א דערנעבעדיגען אשכול די פאלגענדע אויסדריק: א דרשה וואס וואלט געווען
רעאליטיוו אין ישיבת חכמי לובלין. לכאורה איז די פאסיגער אויסדריק: רעלעוואנט. וויאזוי
@שצם_חנכל האט אנגעמערקט
דא. לכאורה הצדק עמו.
רעאליטיוו מיינט 'ביחס' אדער ווי אנדערע ספעלן עס רעלאטיוו. פון די זעלבע שורש קען
רעאלאטיוו אויך מיינען קרוב אדער כלפי. און דאס מיינט אז מען קען עס זעצן: די טיר איז רעלאטיוו נייע - דאס מיינט ווי צי זאגן: די טיר מיט 'נייע' זענען קוזינעס. לפי"ז איז די קשיא אויב א דרשה קען נישט זיין מותאם (רעלאטיוו) אין א געוויסע ישיבה?
פרייוויליגאיך האב געשריבן אין א דערנעבעדיגען אשכול די פאלגענדע אויסדריק: א דרשה וואס וואלט געווען
רעאליטיוו אין ישיבת חכמי לובלין. לכאורה איז די פאסיגער אויסדריק: רעלעוואנט. וויאזוי
@שצם_חנכל האט אנגעמערקט
דא. לכאורה הצדק עמו.
רעאליטיוו מיינט 'ביחס' אדער ווי אנדערע ספעלן עס רעלאטיוו. פון די זעלבע שורש קען
רעאלאטיוו אויך מיינען קרוב אדער כלפי. און דאס מיינט אז מען קען עס זעצן: די טיר איז רעלאטיוו נייע - דאס מיינט ווי צי זאגן: די טיר מיט 'נייע' זענען קוזינעס. לפי"ז איז די קשיא אויב א דרשה קען נישט זיין מותאם (רעלאטיוו) אין א געוויסע ישיבה?
איך ווייס נישט פונקטליך וואס דו מיינסט מיט דעם משל פון טיר און נייע. די כוונה אין אזא פאל וואלט לכאורה געמיינט אז הגם דער בנין, אדער אלץ ארום איז אלט; די טיר, כלפי דעם בנין און דעם ארום איז ניי.(כאטש וואס די טיר זעלבסט קען שוין אויך זיין א צען יאר אלט, רעלאטיוו צום זיבעציג יעריגן בנין איז דאס אבער יא ניי.)
אין דער תגובה וואס דו לינקסט, זע איך נישט וויאזוי רעלאטיוו מאכט סענס אינעם קאנטעקסט. דיין כוונה איז געווען אז אזא דרשה וואלט געווען רעלעוואנט אין אן אנדערער תקופה. ס'איז נישט רעלאטיוו.
איך וואלט געוואלט קלערן אז רעאליטיוו איז גרייזיג, און ריכטיג איז רעלאטיוו. לכאורה ליגט דיך אין קאפ דאס ווארט "רעאליטעט" און יענץ שאפט א שטיקל צעמישעניש.
יואבפרייוויליגאיך האב געשריבן אין א דערנעבעדיגען אשכול די פאלגענדע אויסדריק: א דרשה וואס וואלט געווען

דאס האב איך געמיינט צו זאגן מיט משל פון טיר - א דאנק פארן עס בעסער ערקלערן.
און טאקע דאס איז געווען מיין קשיא. אויב עמיצער זאגט: די טיר איז רעלאטיוו נייע, פארוואס זאגט ער נישט: די טיר איז -רעלאטיוו צו יענער אלטע טיר- נייע? ווייל איך פארשטיי אליין אז די טיר איז באמת נישט אזוי נייע, נאר אויב לייג איך אים צי צו א גאר אלטער טיר, איז ער רעלאטיוו נייע. און וואס מיינט דאס רעלאטיוו? א קרוב. ביחס צו יענער טיר איז ער נייע. די דרשה איז מיוחס/מותאם אין יענער פלאץ. איך רעד שטותים?
איך האב נישט געמיינט צו זאגן רעאליטעט.
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
רעלאטיוו שרייבט מען אדער קען מען נוצן פארהעלטניסמעסיג.
פרייוויליגיואבפרייוויליגאיך האב געשריבן אין א דערנעבעדיגען אשכול די פאלגענדע אויסדריק: א דרשה וואס וואלט געווען
רעאליטיוו אין ישיבת חכמי לובלין. לכאורה איז די פאסיגער אויסדריק: רעלעוואנט. וויאזוי
@שצם_חנכל האט אנגעמערקט
דא. לכאורה הצדק עמו.
רעאליטיוו מיינט 'ביחס' אדער ווי אנדערע ספעלן עס רעלאטיוו. פון די זעלבע שורש קען
רעאלאטיוו אויך מיינען קרוב אדער כלפי. און דאס מיינט אז מען קען עס זעצן: די טיר איז רעלאטיוו נייע - דאס מיינט ווי צי זאגן: די טיר מיט 'נייע' זענען קוזינעס. לפי"ז איז די קשיא אויב א דרשה קען נישט זיין מותאם (רעלאטיוו) אין א געוויסע ישיבה?
איך ווייס נישט פונקטליך וואס דו מיינסט מיט דעם משל פון טיר און נייע. די כוונה אין אזא פאל וואלט לכאורה געמיינט אז הגם דער בנין, אדער אלץ ארום איז אלט; די טיר, כלפי דעם בנין און דעם ארום איז ניי.(כאטש וואס די טיר זעלבסט קען שוין אויך זיין א צען יאר אלט, רעלאטיוו צום זיבעציג יעריגן בנין איז דאס אבער יא ניי.)
אין דער תגובה וואס דו לינקסט, זע איך נישט וויאזוי רעלאטיוו מאכט סענס אינעם קאנטעקסט. דיין כוונה איז געווען אז אזא דרשה וואלט געווען רעלעוואנט אין אן אנדערער תקופה. ס'איז נישט רעלאטיוו.
איך וואלט געוואלט קלערן אז רעאליטיוו איז גרייזיג, און ריכטיג איז רעלאטיוו. לכאורה ליגט דיך אין קאפ דאס ווארט "רעאליטעט" און יענץ שאפט א שטיקל צעמישעניש.
דאס האב איך געמיינט צו זאגן מיט משל פון טיר - א דאנק פארן עס בעסער ערקלערן.
און טאקע דאס איז געווען מיין קשיא. אויב עמיצער זאגט: די טיר איז רעלאטיוו נייע, פארוואס זאגט ער נישט: די טיר איז -רעלאטיוו צו יענער אלטע טיר- נייע? ווייל איך פארשטיי אליין אז די טיר איז באמת נישט אזוי נייע, נאר אויב לייג איך אים צי צו א גאר אלטער טיר, איז ער רעלאטיוו נייע. און וואס מיינט דאס רעלאטיוו? א קרוב. ביחס צו יענער טיר איז ער נייע. די דרשה איז מיוחס/מותאם אין יענער פלאץ. איך רעד שטותים?
איך האב נישט געמיינט צו זאגן רעאליטעט.
מיט דעם משל פון טיר, דער געדאנק פון רעלאטיוו איז אז ס'האט א שייכות. א קרוב האט שייכות מיט דיר, זיין פארבינדונג איז דורך בלוט. ס'הערט זיך אבער מאדנע ווען דו ווילסט זאגן אז די טיר מיט דעם ארום זענען קרובים. אין אזא קאנטעקסט נוצט מען דעם רעלאטיוו אלס אן אדעקטיוו אדער אדווערב, (אין ענגליש וועט דער אדווערב זיין relatively.) און די כוונה איז צו ציען א קאנטראסט. כלפי, קעגן וכדו'.
רעלאטיוו קען גראדע אויך זיין א סינאנים צו רעלעוואנט, אין א קאנטעקסט וואס מ'וויל זיך באציען צו עפעס וואס איז נוגע, ס'הייסט ס'איז פארבינדן צו דער זאך וואס מ'רעדטוכדו'. דאס איז ס'מערסטע נאנט צו מאכן שטימען דיין ווארט אויסוואל אין יענעם זאץ.
כ'האב נישט געזאגט אז דו האסט געוואלט שרייבן "רעאליטעט". כ'האב נאר אנגעמערקט איבער דעם וואס דו ספעללסט דאס "רעאליטיוו" און נישט "רעלאטיוו". לכאורה איז רעאליטיוו אויסגעלייגט גרייזיג, און דער טעות נעמט זיך ווייל רעאליטעט שרייבט מען יא מיט אן אל"ף. איך זאג לכאורה, אדרבה, אויב איינער ווייסט אנדערש זאל זאגן.
טעות
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
רימון
שכח פאר'ן צוברענגען. האב איך היינט עפעס געלערנט. איך ווייס נישט פארוואס ס'איז מיך געליגן אין קאפ אנדערש.