☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5957
בלאט: 1 2 3 4 5 6

אפטעמיסט » דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:46 am

· #186403
פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
מען זאגט "ס'איז אכט אזייגער", פארוואס זאגט מען נישט אויך "ס'איז אכט דרייסיג אזייגער"?
די זעלבע פראגע האב איך אין דאס ענגליש'ע שפראך.

גאלד » דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:21 am

· #186411
השערה,
ווייל איינמאל מ'איז מוסיף דער ציפער 30 איז שטארק בולט אז דער מדובר איז פון א זייגער (ווייל דער זייגער לויפט אויף 60ער), ממילא דער ווארט "אזייגער" קוקט שוין אויס למותר,
אבער אינה"נ ע"פ דיקדוק וואלט אפשר געווען פאסענד דער "אזייגער"
משא"כ בלויז 8, קען מיינען 8 דאלער, 8 דעגרי, וכו'

גאלד » דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:53 am

· #186429
ואת"ל אז אפשר שטימט עס יא ע"פ דיקדוק, אבער מ'דארף צולייגן קאפ,
בעצם א נומער איז א "עדזשעקטיוו" דאס מיינט א ווארט וואס איז מצייר א "אבזשעקט",
דאס מיינט ווען איינער זאגט א נומער איז חובה עליו צו זאגן וואס דו ביסט מצייר,
דאס מיינט ווען מען זאגט 8, איז 8 וואס?
יעצט ווען איינער זאגט, 8, און נאכער איז ער מוסיף דער ווארט דרייסיג, איז טראץ וואס 30 איז דאך למעשה אויך א ציפער,
אבער בכגון דא איז דער 30 א פירוש פארן 8,
איז היות דער 30'ער ווערט שוין עטוואס געניצט פאר א פירוש קען עס שוין - ע"פ כללי הדיקדוק - עס אויך געניצט ווערן צו מצייר זיין די גאנצע סענטענס,
איך וואלט נישט סורפרייזד געווארן אז ס'דא א אבן עזרא מיט דער רעיון,
ודו"ק

געפילטע פיש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:21 pm

· #186440
O'clock
(modifying a numeral, one to twelve) In conjunction with a numeral, indicates the time within a twelve hour period (midnight to noon or noon to midnight), specifically the time when the hour hand of a clock points precisely to the symbol or marking corresponding to the designated numeral.


זעט אויס אז "אזייגער", אדער o'clock מיינט ווען די זייגער קלאפט 3 (למשל), הייסט אז די ווייזער ווייזט פונקט אויפן דריי, און נישט פארדעם אדער נאכדעם.

אפטעמיסט » זונטאג מערץ 2, 2014 1:16 am

· #187706
כמעט איבעראל זעהט מען שטיין מי שנכנס אדר מרבין בשמחה, אבער אין געוויסע ערטער (למשל באבוב און נאך) שרייבט מען דווקא "מרבים". וואס איז ריכטיג?

רויטע וואנצעס » זונטאג מערץ 2, 2014 1:24 am

· #187710
די -ין ביים עק פון ווארט שטאמט פון אראמיש אזוי ווי מ'טרעפט אסאך מאל אין די גמרא, -ים איז על פי רוב די לשון המקרא.

אפטעמיסט » זונטאג מערץ 2, 2014 1:52 am

· #187716
אויב איז "ין" אראמיש, דאן פארוואס טאקע שרייבט מען "מרבין" ווען די גאנצע מימרא איז לשה"ק? בכלל יש לעיין אין וואס דו זאגסט, ווייל ווערטער ווי "נישואין" און "גירושין" זענען לשה"ק ווערטער און כ'זעה אז זיי ענדיגן זיך מיט א "ין".

רויטע וואנצעס » זונטאג מערץ 2, 2014 2:35 am

· #187720
אפטעמיסט
אויב איז "ין" אראמיש, דאן פארוואס טאקע שרייבט מען "מרבין" ווען די גאנצע מימרא איז לשה"ק? בכלל יש לעיין אין וואס דו זאגסט, ווייל ווערטער ווי "נישואין" און "גירושין" זענען לשה"ק ווערטער און כ'זעה אז זיי ענדיגן זיך מיט א "ין".


דיין קשיא פ"וו מ'שרייבט אזוי איז אויף די גמרא. די לשון הגמרא אין תענית איז, משנכנס אדר מרבין בשמחה. די תשובה איז פשוט, גאנץ תלמוד בבלי איז א געמישעכטץ פון ארמיש מיט לשון קודש, פונקט ווי אונז רעדן היינט געמישט ענגליש לשה"ק מיט אידיש.

די וועטער נישואין וכדומה זענען נישט באמת ריינע ארגינעלע לשה"ק ווערטער. עס ווערט נישט דערמאנט אין תנ"ך. די חכמי המשנה האבן גענומען די שורש פון די ווערטער פון לשה"ק אבער די -ין איז אראמישע גראמאטיק.

ברסלבער » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 2:30 pm

· #189114
וואס איז די ריכטיגע אויסדרוק אין אידיש אויף 'selfish'?

I'm back » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 2:34 pm

· #189117
ברסלבער
וואס איז די ריכטיגע אויסדרוק אין אידיש אויף 'selfish'?


נישט דא אזא זאך ביי אידן.
אידן זענען נישט סעלפיש.

בן תמליון » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 2:37 pm

· #189118
ברסלבער
וואס איז די ריכטיגע אויסדרוק אין אידיש אויף 'selfish'?


עגאיסטיש איז די נענסטע דוכט זיך.

ברסלבער » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 2:45 pm

· #189119
בן תמליון
עגאיסטיש איז די נענסטע דוכט זיך.

זעהט אויס גוט. אבער איך זוך מער א פשוט'ערע ווארט.

נאטרוליסט » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 3:02 pm

· #189120
בן תמליון
ברסלבער
וואס איז די ריכטיגע אויסדרוק אין אידיש אויף 'selfish'?


עגאיסטיש איז די נענסטע דוכט זיך.


עגאאיסטיסש איז א געמיינערע מדה ווי סעלפיש.

ווען איך שיק א קינד אין גראסערי קויפן א גוטע זאך פאר זיך און זיין שוועסטערל, אבער ער קויפט נאר פאר זיך, איז ער סעלפיש. אבער נישט קיין עגאאיסט.

אן עגאאיסט איז טייטש ווען ער וועט באגראבן אנדערע, כדי זיין כבוד זאל שטייגן. דאס איז אן עגאאיסט.

איך קלער אז אין די משנה וועט סעלפיש אפגעטייטשט אלץ "עין רע".

אפטעמיסט » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 3:15 pm

· #189123
איך וואלט לכאורה געניצט דאס ווארט "אומפארגינער".

אפטעמיסט » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:18 pm

· #197026
א קליין שטריכל (כזה: "-") הייסט אין ענגליש א hyphen, דערנאך דארף צו זיין א לענגערע שטריכל וואס ווערט אנגערופן א dash; פארוואס האב איך נישט דעם dash אויף מיין קיבארד? אין די מאגאזינען זעהט מען אסאך דעם dash, אבער דא, ביי אונז אין ק"ש, ניצט מען בלית ברירה צוויי hyphens (כזה: "--"). איך זוך שוין א לענגערע צייט דעם dash, אבער אן ערפאלג. וואס איז פשט? נישט יעדע קיבארד קומט דערמיט?

ברסלבער » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:43 pm

· #197036
מען קען דאס מאכן מיטן דרוקן Alt+0151. (כזה: "—").
די קיבארד דארף זיין אויף ענגליש אז עס זאל ארבעטן.

@אפטעמיסט

אפטעמיסט » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:55 pm

· #197040
אה, א גרויסן ייש"כ. אבער גייסט מיר זאגן אז יעדעס מאל א שרייבער אין א מאגאזין מאכט א dash איז עס אזא קאפ וויי?

ברסלבער » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:13 pm

· #197045
אין ווארד ווערט א הייפון אוטאמאטיש קארעקטעד צו א דעהש, אויב מען שרייבט א ווארד מיט א ספעיס דערנאך.

נהורא נפישא » זונטאג מאי 4, 2014 12:11 am

· #198765
כ'האב לעצטענס באמערקט אזאך וואס כ'האב קיינמאל נישט אין אכט גענומען, אז ווי באקאנט די העבראישע ווארט "כל" וואס מיינט אלעס, איעדע, אינגאנצען, וואס געוואנדן צו מרעדט צו א גוף שני נוכח (יחיד או רבים) זאגט מען דאן "כולך"(כל + אותך) "כולכם" (כל+ אתכם) ווידעראום פאר א גוף שני נסתר זאגט מען " כולו"(כל אותו) "כולם". (כל אותם)
האב איך באמערקט אז אין מאדערן העברעאיש זאגט מען בגוף ראשון " כולי"( כל+אותי) "לדוגמא אני כל כולי בעד המבצע".
וואס איך וואונדער זיך איז, צו טרעפט מען אויך אין פריערדיגע מקורות זיך באנוצן מיט די ווארט כולי ?

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 8:56 pm

· #215477
וויאזוי זאגט מען באמת 'קאלערוואר'
כ'וויל וויסן וויאזוי דריקט מען אויס מיטן אמת'ע נאמען פון א 'קאלערוואר' אויסברוך.
ס'דא א אויסדרוק 'פיל-דעי' אבער כ'מיין ס'נישט די ריכטיגע נאמען. אויף ענגליש צו סיי וועלכע שפראך אפילו אויף העברעיאיש

משולם שטיינפעלד » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 8:58 pm

· #215478
עס איז דא color war
און עס איז דא field day

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 9:01 pm

· #215479
וואס איז די חילוק, און וואס מיינט וואס

ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 9:03 pm

· #215480
איך מיין מען זאגט עס 'נאך תשע באב' 😉

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 9:28 pm

· #215481
פריילעך אויסברוך?

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 1:55 pm

· #216625
איך האב אלץ געוואוסט אז דער ווארט "מטוס" - אן עראפלאן אויף עברית - איז טאקע זייערס א ווארט שבדו מלבם.
אין תהלים, ווען דוד המלך ע"ה גיט א משל פון פליען, זינגט ער "מי יתן... אעופה ואשכונה". אעופה מיינט פליען, מלשון עוף.
בין איך איבערראשט געווארן דאס יאר ביי די קינות, זעהענדיג די פאלגענדע פיוט:
📎 מטוס.jpg

יידל » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:44 pm

· #216629
כ'האב געטשעקט אין ויקימילון זאגן זיי אז די עצם ווארט מטוס פאר אן עראפלאן איז א חידוש פון חיים נחמן ביאליק, אבער צו נוצן דעם שורש פאר פליען אין די לופט קומט שוין פון נ"ך. אין איוב קאפיטעל ט' פסוק כ"ו שטייט חָלְפוּ עִם אֳנִיּוֹת אֵבֶה כְּנֶשֶׁר יָטוּשׂ עֲלֵי אֹכֶל.

אפטעמיסט » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:11 am

· #219744
אין איינע פון די עדס וואס זענען געדריקט געווארן אינעם "קול ישראל" אויסגאבע ערשיינט אן עד וואס ליינט זיך אזוי: "גרבים לגברות בכל הצבעים" . איז בכלל דא אזא ווארט אין לשה"ק/עברית? (אזוי אויך, "גרבים" קומט נישט "גרביים"?)

ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:23 am

· #219750
גברות? עברית.

אפטעמיסט » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:25 am

· #219751
ביסט זיכער? מ'זאגט נישט גברים ונשים?

ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:30 am

· #219755

אפטעמיסט » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:33 am

· #219756
אקעי, "גבירותי" ווייס איך ניצט מען אין עברית מלשון "גברת", אבער "גברות" בלשון רבים איז אויך א ווארט?

ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:35 am

· #219757

אפטעמיסט » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:42 am

· #219758
אה. אבער ס'איז זיכער נישט קיין ווארט וואס מען ניצט.

מאטי » זונטאג אקטאבער 12, 2014 10:14 pm

· #228606
אראומע, אדער אראומא?

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:32 am

· #230887
ברסלבער
וואס איז די ריכטיגע אויסדרוק אין אידיש אויף 'selfish'?

איגנ-נוציג: סעלף-לעסס ווערט איבערגעטייטשט אויף אידיש אלס : אומ-אייגנ-נוציג:...!

ישראל קאפקע » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:40 am

· #230888
berlbalaguleh
ברסלבער
וואס איז די ריכטיגע אויסדרוק אין אידיש אויף 'selfish'?

איגנ-נוציג: סעלף-לעסס ווערט איבערגעטייטשט אויף אידיש אלס : אומ-אייגנ-נוציג:...!

די ריכטיגע ווארט אין אידיש איז עגאאיסטיש, ווי די ענגלישע egotistical וואס מיינט די זעלבע.

פארוואס? » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:17 pm

· #231130
אפטעמיסט
אה. אבער ס'איז זיכער נישט קיין ווארט וואס מען ניצט.

בלשון רבים נוצט מען עס נישט. אבער בלשון יחיד (גברת) איז עס ברייט באנוצט.

אפטעמיסט » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 4:26 pm

· #231203
את זה אני יודע

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 6:23 pm

· #231793
צוואנציג שטאק אדער צוואנציג שטאקן.
מגידי שיעור אדער מגידי שיעורים.
מראי מקום אדער מראי מקומות.

מוסף דר"ח: ושעירי חטאת, בסידור בעל התניא: ושעירי חטאות.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 6:33 pm

· #231799
ונבנתה העיר
צוואנציג שטאק אדער צוואנציג שטאקן.
מגידי שיעור אדער מגידי שיעורים.
מראי מקום אדער מראי מקומות.

מוסף דר"ח: ושעירי חטאת, בסידור בעל התניא: ושעירי חטאות.


צוואנציג שטאק, כאטש שטאקן איז אויך ריכטיג,

מגידי שיעור און שעירי חטאת,
די רבים זענען די מגידים און די שעירים, לאו דווקא די שיעורים און חטאות,

העי, מראי מקום איז לשון רבים (ל''י מראה מקום) ניין?

כוכב » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 9:26 am

· #232133
כמדומה אז זעלבס איז נישט קיין ווארט. מ'דארף שרייבן זעלבסט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 1:32 am

· #233247
גאלד
ואת"ל אז אפשר שטימט עס יא ע"פ דיקדוק, אבער מ'דארף צולייגן קאפ,
בעצם א נומער איז א "עדזשעקטיוו" דאס מיינט א ווארט וואס איז מצייר א "אבזשעקט",
דאס מיינט ווען איינער זאגט א נומער איז חובה עליו צו זאגן וואס דו ביסט מצייר,
דאס מיינט ווען מען זאגט 8, איז 8 וואס?
יעצט ווען איינער זאגט, 8, און נאכער איז ער מוסיף דער ווארט דרייסיג, איז טראץ וואס 30 איז דאך למעשה אויך א ציפער,
אבער בכגון דא איז דער 30 א פירוש פארן 8,
איז היות דער 30'ער ווערט שוין עטוואס געניצט פאר א פירוש קען עס שוין - ע"פ כללי הדיקדוק - עס אויך געניצט ווערן צו מצייר זיין די גאנצע סענטענס,
איך וואלט נישט סורפרייזד געווארן אז ס'דא א אבן עזרא מיט דער רעיון,
ודו"ק

ס'איז נאר איין פראבלעם מיט די השערה. (אז ס'דא אן אבן עזרא, וואס איז דאס מפרש.) ווייל דער אבן עזרא האט נישט געשריבן אויף יודיש אדער ענגליש. נאר אויף לשה"ק. און אויף לשה"ק זאגט מען נאך אלץ דאס ווארט זייגער. לדוג': "בשעה שמונה: בשעה שמונה וחצי.:...!

chusid » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 4:14 pm

· #234721
עס זעט "אויס" שיין
איך בין "אויס" מענטש. האט די זעלבע ווארט צוויי באדייטן?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 4:29 pm

· #234729
"אינפא, עצות, און פראקטיק אין דעם ענין פון ערליכע פינאנץ". קומט א קאמע צווישן "עצות" און "און"? אדער איז "און" במקום קאמע.

אפטעמיסט » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:51 pm

· #234762
רויטע וואנצעס
"אינפא, עצות, און פראקטיק אין דעם ענין פון ערליכע פינאנץ". קומט א קאמע צווישן "עצות" און "און"? אדער איז "און" במקום קאמע.

קומט נישט קיין קאמע

יואב » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 6:24 pm

· #234771
רויטע וואנצעס
"אינפא, עצות, און פראקטיק אין דעם ענין פון ערליכע פינאנץ". קומט א קאמע צווישן "עצות" און "און"? אדער איז "און" במקום קאמע.

דאס ווערט גערופן אן "Oxford comma", און ס'איז א מחלוקת הפוסקים; ס'איז אפשענעל. אני הקטן וואלט אינעם יעצטיגן פאל נישט געלייגט. פשוט מיין פריוואטן געשמאק, נישט הלכה. מ'קען זיך נישט צעמישן, אלזא זאל שוין דער אויסלייג זיין מער מסודר.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 11:08 pm

· #234841
פון וואו שטאמט דאס ווארט לחן to compose?

רויטע וואנצעס » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 12:21 am

· #234859
ישראל קאפקע
פון וואו שטאמט דאס ווארט לחן to compose?


דא שטייט אז ס'איז א העברעישע ווארט, וואס שטאמט פון אראביש.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 6:53 pm

· #236777
פון וואו שטאמט דער מאדערן העברעאישער ווארט 'לשרוק' צו פייפן?

אפטעמיסט » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 7:00 pm

· #236778
אפשר פון די ענגלישע ווארט shriek?
בלאט: 1 2 3 4 5 6