☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5957
בלאט: 1 2 3 4 5 6

החוקר » דינסטאג מערץ 28, 2017 9:47 am

· #367149
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
פילייכט ווייסט איר נישט, אבער "אפשר" קומט אריגינעל נישט פון אידיש.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 28, 2017 9:52 am

· #367150
די קעניג פין אמעריקע
ווי אזוי זאגט מען Perhaps אויף יודיש?


מ ע ג ל י ך.

מפוזרי » דינסטאג מערץ 28, 2017 9:59 am

· #367151
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
החוקר
פילייכט ווייסט איר נישט, אבער "אפשר" קומט אריגינעל נישט פון אידיש.

פילייכט איז דען יא אריגינעל אידיש?

אידיש נעמט אריגינעל ווערטער פון פארשידענע שפראכן, און אפשר איז פון די אריגענעלע ווערטער.

און גערעכט איז שבת אחים

החוקר » דינסטאג מערץ 28, 2017 10:03 am

· #367154
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
מפוזרי
פילייכט איז דען יא אריגינעל אידיש?

אידיש נעמט אריגינעל ווערטער פון פארשידענע שפראכן, און אפשר איז פון די אריגענעלע ווערטער.

און גערעכט איז שבת אחים

דו פארשטייסט לכאורה וואס איך האב געמיינט, לאמיר יעצט נישט אריינגיין אין דעם. אבער סתם פאר נייגעריגקייט, פארוואס איז "מעגליך" ריכטיגער פון "פילייכט"?

מפוזרי » דינסטאג מערץ 28, 2017 10:21 am

· #367157
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
פילייכט מיינט שמא אולי maybe, וואס דרוקט בעיקר אז ס'איז א ספק. perhaps ווידער ברענגט מער ארויס אז ס'איז א צד כאטש נישט מוחלט. כנ"ל.
אגב אפשר אין איר אראמישע באדייט (אבער נישט אידישע) מיינט טאקע גענױ מעגליך.

מפוזרי » דינסטאג מערץ 28, 2017 10:27 am

· #367159
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
האב איך געקוקט אויף גוגל. אויף אידיש טייטשט ער אויף דעם סדר, טאמער, אפשר (עפשער), פילייכט מעגליך.
און אויף דויטש: פילייכט, מעגליכערווייז.

החוקר » דינסטאג מערץ 28, 2017 10:49 am

· #367165
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
קוקט אויס פון גוגל ווי פילייכט קומט קודם, נישט אזוי?

דאכט זיך מיר איר האט א גרייז אין די חילוק פון פילייכט און מעגליך ווי אויך אין perhaps maybe. ווי ווייט איך פארשטיי איז די באדייט פון ביידע ווערטער אייניג. די דיפערענץ איז אז אין דער צייט וואס maybe איז מער א פשוטע ווארט, איז perhaps מער א הויכע, שרייבערישע, פארמאלע ווארט. אשר על כן די זעלבע וועט זיין מיט פילייכט און מעגליך.

אויב איינער פרעגט "גייסט היינט נאכט צו די מסיבה?" וואס ענטפערט מען, מעגליך אדער פילייכט?

צוליב דעם פארשטיי איך אז במקום perhaps ברויך מען נוצן פילייכט.

מפוזרי » דינסטאג מערץ 28, 2017 11:17 am

· #367173
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
איך האב דאך געברענגט גוגל דיר א ראיה צו ברענגען.

עכ"פ בשורש הדבר בין איך נישט איבערצייגט. אויף די פראגע וואס דו פרעגסט, קען מען ענטפערן: קען זיין. אדער: קען זיין יא און קען זיין נישט. והחילוק מובן.
מעגליך, איז אופן א'. אפשר (באידיש) איז אופן ב'.

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג מערץ 28, 2017 12:02 pm

· #367187
גאנץ מעגליך אז די ריכטיגע ווארט איז 2 ווערטער. פערהעפס= גאנץ מעגליך. מעיבי= מעגליך.
וואס זאגט דער עולם?

מפוזרי » דינסטאג מערץ 28, 2017 12:24 pm

· #367190
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
גוגל האט גראדע געטייטשט: ווייט מעגליך.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 28, 2017 2:05 pm

· #367271
די קעניג פין אמעריקע
גאנץ מעגליך אז די ריכטיגע ווארט איז 2 ווערטער. פערהעפס= גאנץ מעגליך. מעיבי= מעגליך.
וואס זאגט דער עולם?


פארוואס נישט מעגליך אליינס? גאנץ מעגליך איז די ״היינטיגע אידיש״-אמעראצדיג.

Perhaps - מעגליך/(פילייכט)
Maybe - אפשר/מעגליך

רויטע וואנצעס » מיטוואך מערץ 29, 2017 4:42 pm

· #367479
איז דא א אידישע ווארט פאר crutches?

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:30 am

· #367530
שבת אחים
די קעניג פין אמעריקע
גאנץ מעגליך אז די ריכטיגע ווארט איז 2 ווערטער. פערהעפס= גאנץ מעגליך. מעיבי= מעגליך.
וואס זאגט דער עולם?

פארוואס נישט מעגליך אליינס? גאנץ מעגליך איז די ״היינטיגע אידיש״-אמעראצדיג.

Perhaps - מעגליך/(פילייכט)

Maybe - אפשר/מעגליך


ס'איז לאו דוקא עמ-ראציש. אין ענגליש זאגט מען דען נישט Pretty much אדער for the most part ?
ביידע אויסדריקן זענען לכאורה א צוזאם שטעל פון possible און most likely. אזא מין כמדומה שברור.

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:36 am

· #367531
רויטע וואנצעס
איז דא א אידישע ווארט פאר crutches?


crutches איז א לשון רבים פון צוויי שטעקענעס. די סינגולאר איז crutch וואס די דעפענישען איז אנליינען אדער סאפארט. אויף crutch טייטשט גוגל ושאר מפרשים "קוליע" . גיי ווייס צו ס'איז א שם דבר פונ'ם שטעקען אדער ביסודו אן אפטייטש פון סאפארט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 8:52 pm

· #367684
וואלווי: יעצט דערמאנט. חיים גראדע אין זין בוך וואו ער פארציילט איבער איינעם וואס איז געגאנגען מיט קראטשעס. רופט ער עס אן קוליעס...!

וואלווי » פרייטאג מערץ 31, 2017 11:54 am

· #367767
berlbalaguleh
וואלווי: יעצט דערמאנט. חיים גראדע אין זין בוך וואו ער פארציילט איבער איינעם וואס איז געגאנגען מיט קראטשעס. רופט ער עס אן קוליעס...!


דע ספרי קודש זענען טאקע געווענליך די בעסטע מקורות פאר שפראך עפעס וואס כל מיני גוגל שבעולם קענען נישט מסביר זיין

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 31, 2017 6:48 pm

· #367814
וואלווי: ייש"כ. דו האסט ארויפגעברענגט א שמייכל אויף מיינע ליפן. צו ליינען די ביכער פון חיים גראדע איז טאקע זייער געשמאק. אבער ספרי קודש קענמען זיי נאכנישט אנרופן... 😂 ס'איז נישט געאייגנט פאר קינדער...!
ווען ס'זאל זיך טרעפן א שרייבער/עדיטאר וועלכער קען אויסרייניגן די וואונדערליכע מעשה ביכלעך אז ס'זאל קענען עולה זייו על שולחן מלכים וואלט געווען א
וואונדערליכע זאך.. קוים ספרי חול...! ווייל סוכ"ס האט ער צומאל גענוצט א ביסל אן אומאיידעלע שפראך מסביר צו זיין געוויסע עניינים. איין זאך איז זיכער

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 31, 2017 6:51 pm

· #367815
ס'האטציך מיר אויסגעמישט עטליכע שורות אין מיין פריערדיגע תגובה. נאר אזוי ווי ס'איז שוין באלד דער זמן שב"ק האביך נישט קיין צייט דאס צו פאררעכטן.
איינס פון די זאכן וועלכע זענען באשאפן געווארן ערב שבת בין השמשות... 😂

די קעניג פין אמעריקע » מוצ"ש אפריל 1, 2017 10:22 pm

· #367828
ס׳דא זייער אסאך ווערטער און יודיש וואס ענדיגען (ענדיגן) זיך מיט ן אדער ען למשל בארגען (בארגן?) געבען (געבן?) מאכען (מאכן?) וכו׳ איז דא כללים ווען מ׳ברויך אריינלייגען (אריינלייגן?) די ע? אלע ווערטער ענדיגען (ענדיגן?) זיך גאנץ ״סגול׳דיג״ איז ווען לייגט מען די ע און ווען נישט?

יואב » מוצ"ש אפריל 1, 2017 10:41 pm

· #367832
די קעניג פין אמעריקע
ס׳דא זייער אסאך ווערטער און יודיש וואס ענדיגען (ענדיגן) זיך מיט ן אדער ען למשל בארגען (בארגן?) געבען (געבן?) מאכען (מאכן?) וכו׳ איז דא כללים ווען מ׳ברויך אריינלייגען (אריינלייגן?) די ע? אלע ווערטער ענדיגען (ענדיגן?) זיך גאנץ ״סגול׳דיג״ איז ווען לייגט מען די ע און ווען נישט?

דער כלל איז אז מ'קוקט אויף דער לעצטער אות פון פאר דער נאכזילבע.

"ען" שרייבט מען ביי די אותיות מ, נ, נג, ווי אויך 'ל' אויב ס'איז דא א קאנסאנאנט בעפאר דער ל' און נישט קיין וואקאל. (ווי למשל 'הימלען' יא און 'שפילן' נישט.) ביי אלע אנדערע קומט בלויז "ן," אויסער אויב דאס ווארט ענדיגט זיך אריגינעל מיט אן 'ע,' א שטייגער ווי בלאנדזשע — בלאנדזשען.

די קעניג פין אמעריקע » מוצ"ש אפריל 1, 2017 11:02 pm

· #367834
זיי מסביר אין פלעין יודיש ווייל כ'פארשטיי נישט.

די קעניג פין אמעריקע » מוצ"ש אפריל 1, 2017 11:04 pm

· #367835
איז דא א בוך ווי מ׳לערנט די כללים? אדער דאס איז א קבלה מדור דור?

לאשיצער » דינסטאג אפריל 4, 2017 12:07 am

· #368069
וועלכע כללים? פון אויסלייג (ספעלינג) אדער פון גראמאטיק?

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג אפריל 4, 2017 8:48 am

· #368076
ביידע! קען זיין 2 ביכער. ביי אונז אין חדר האט מען נישט געלערנט די זאכן.

לאשיצער » דינסטאג אפריל 4, 2017 6:19 pm

· #368119
איר ליינט ענגליש?

פאראן א שיינע גראמאטיק אויף אידיש פון יודל מארק. דוד קאץ האט זיין אייגענע אידישע גראמאטיק געשריבן אויף ענגליש.
<a class="postlink" href="https://archive.org/details/MarkYudel.AGrammarOfStandardYiddish1978">https://archive.org/details/MarkYudel.A ... iddish1978</a>
<a class="postlink" href="http://www.dovidkatz.net/dovid/PDFLinguistics/2-1987-Grammar-Yiddish.pdf">http://www.dovidkatz.net/dovid/PDFLingu ... iddish.pdf</a>
קען זיין אז די ביכער זענען אביסל שווער אויב מען האט קיינמאל נישט געלערנט די זאכן...

קורצע ערקלערונגען וועגן ענינים אין אויסלייג (למשל אז מ'שטעלט צו אן ע' אין "הימלען" אבער נישט אין "שפילן") קען מען געפינען אינעם בוך "קאלעדש אידיש" פון אוריאל וויינרייך.
ס'איז אויך דא א בוך "אידיש ווערטער אוצר" פון א. ראטה וואס האט עטליכע הוספות וועגן גראמאטיק. דאס איז געשריבן פאר היימישע ליינער. מען קען עס קריגן אין וויליאמסבורג.

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג אפריל 4, 2017 9:47 pm

· #368124
וואס איז די הסבר אז אסאך שרייבן יידיש אידיש יודיש. איך גלייב אז אלע זענען ריכטיג לויט טייל מענטשן. פארוואס שרייבן טייל אזוי און טייל אזוי?

איסר האטלקי » דינסטאג אפריל 4, 2017 10:18 pm

· #368126
די קעניג פין אמעריקע
וואס איז די הסבר אז אסאך שרייבן יידיש אידיש יודיש. איך גלייב אז אלע זענען ריכטיג לויט טייל מענטשן. פארוואס שרייבן טייל אזוי און טייל אזוי?

אין אידיש שרייבט מען 'אידיש', דאס איז אנגענומען היינט. אויף עברית שרייבן זיי 'יידיש', ביי זיי איז א חיריק צוויי יוד'עלעך. (לעצטנס איז געווען אדווערטייזט איבער א 'סיי דיי'...

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 5, 2017 12:24 am

· #368132
איסר האיטלקי: אויך איז עס געוואנדן אין וועלכע געגנט מ'האט געוואוינט. אין פארשידענע געגנטן אין מזרח אייראפע האט מען געשריבן און אויסגעלייגט און ארויסגעזאגט א סאך ווערטער אנדערש. למשל די גאליציאנער אידיש איז געווען אנדערש ככתבו וכלשונו פון דעם אידיש וואס מ'האט גערעדט און געשריבן אין די ליטא. און אין געוויסע געגנטן אין אונגארן און רומעניע האט מען גערעדט און געשריבן אנדערש. אזוי ווייט אז זייער א סאך מאל האט אן איינוואוינער פון איין געגנט נישט פארשטאנען דעם צווייטן, פון אן אנדערע געגנט...!

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 9:17 am

· #369253
איז ״הידראנט״ (חיריק י פתח א) א אידישע ווארט פאר א fire hydrant? געהערט פון א רוס. קען זיין ער האט דאס אליין פארדרייט

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 11:14 am

· #369261
די קעניג פון אמעריקע: ניין. דאס קען זיין אן אריגינאל אידיש ווארט. אן אלטערנאטיוו ווארט קען מעגליך זיין ..."פלומפ"...א פלאץ וואס שטעלט צו וואסער...!

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 4:57 pm

· #369299
שקויעך בעל עגלה

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 4:58 pm

· #369300
ווי אזוי זאגט מען parkען אין אידיש? אזוי ווי פארקען א קאר

החוקר » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 5:35 pm

· #369307
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
דאכט זיך אז מען זאגט פארקירן. אבער עס קען זיין דאס איז נאר אין סענדר דייטש אידיש.

מפוזרי » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 7:35 pm

· #369314
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
פארקירן נוצט מען אויך אויף דויטש, און אלע אייראפעאישע אידן אויף אידיש.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 8:29 pm

· #369320
החוקר
דאכט זיך אז מען זאגט פארקירן. אבער עס קען זיין דאס איז נאר אין סענדר דייטש אידיש.

אבער אין אמעריקע און קענעדע אפשר ענגלאנד אויך,זאגט מען אויף אידיש, פארקן...!

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג מאי 16, 2017 2:48 pm

· #371243
פארוואס זאגן די ישראלים פלוצים פאר פלוצלינג. אוואו פאר וואו. איא פאר יא.

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יולי 23, 2017 8:32 pm

· #380014
וואס מיינט ״טראלל״? ס׳ווערט גענוצט גאנץ אפט דא אין שטיבל.

ביליג » זונטאג יולי 23, 2017 8:42 pm

· #380016
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
איינער וואס דרייט א קאפ און רעגט אויף אנדערע שרייבער

געוואלדיג » זונטאג יולי 23, 2017 9:09 pm

· #380021
quote="admin"]
ל) טראלס - מיר קענען נישט טאלערירן קיין "טראלס". פאלגנד איז די דעפיניציע פון א "טראל" לויט וויקיפעדיע: "א טראל איז א מענטש וואס זייעט אן מחלוקת אויף דעם אינטערנעט, דורך אנפאנגען ויכוחים אדער אויפרעגן מענטשן, דורך פאוסטן היציגע און אומרעלעוואנטע מעסעדזשעס, אדער מעסעדזשעס וואס האבן נישט קיין שייכות צום שמועס... מיט דער קלארער כוונה צו פראוואצירן לייענער פאר אן עמאציאנעלן ענטפער, אדער אנדערע אופנים פון צעשטערן נארמאלע שמועסן." א טראל האט א נאטירליכער טאלאנט צו גיין צווישן די טראפן, און נישט עובר זיין אויף קלארע פרינציפן. דערפאר, אויב א באדייטנדער צאל אקטיווע מעמבערס און חברי ההנהלה וועלן מסכים זיין אז עמיצער איז א טראל, וועלן מיר אונטערנעמען שריט.[/quote]

פון ''א ווארט צום נייעם מעמבער''

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יולי 23, 2017 10:14 pm

· #380025
ווי אזוי זאגט מער ארויס טראלל. א קמץ אונטער די אלף אדער א פתח?

החוקר » זונטאג יולי 23, 2017 10:41 pm

· #380028
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
דו פראבירט צו טראללן יעצט? ווילסט אויספראבירן ווי די גרעניץ איז?

דער בארישיער » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 8:24 pm

· #381887
"סעלפיש" אף אידיש
איך האב געהערט ווי אידן זאגן "אייגעבילדעט" בשעת מע וויל זאגן אז עמעצער איז פאר זיך אליין.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 8:41 pm

· #381893
בארישיער: דאס ווארט וועלכעס דו האסט געברענגט איז אן אומ-פונקציאנירנד ווארט. אויב איינער איז אייג-געבילדעט...דאס מיינט ער האט זיך זעלבסט עדיוקעיטעד דורך ליינען און הערן לעקציעס און דרשות. דאס ווערט אויף ענגליש אנגערופן...Self Didactic...!

אויב איינער איז אן עגאאיסט. ..."סעלפיש"... דאס ווערט אויף אידיש אנגערופן ..."אייגננוציג"... און דער היפוך פון דעם איז ...אומ-אייגננוציג"...Selfless..!

לאשיצער » מיטוואך מערץ 7, 2018 6:56 pm

· #397012
קען איינער מיר מסביר זיין דעם חילוק צווישן "נו" מיט דער הברה [nu] און "נו" [ni]? איך הער ביידע, אמאל פון זעלבן מענטש. איז דא א ניואנס צווישן זיי? ש'כוח.

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 7, 2018 6:59 pm

· #397013
נישטא קיין חילוק, האט מיטן אפשטאם, אין א''י איז עס מער nu און דאהי מער ni

טמיר » מיטוואך מערץ 7, 2018 8:23 pm

· #397019
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
בפשטות קומט דאס ווארט מיט א מלופי"ם. ממילא די א"י זאגן nu, און אין חו"ל וואס א מלופי"ם איז געווארן (בטעות) א חיריק איז עס געווארן ביי מאנכע ni

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 7, 2018 8:33 pm

· #397023
געוואלדיג און טמיר:. עטץ זענטץ ביידע גערעכט. נאר די קשיא איז בעצם נישט קיין קשיא. ווייל ס'האט צו טון מיט'ן אפשטאם. פון וולעכע געגנט און פון וועלכע מדינה איינער קומט. פונקט אזוי ווי אין די יו.עס., זענען דא פארשידענ אקצענטן אויסשפרוכן. וואס עטליכע זענען אזוי שטארק אפגערוקט איינער פון צווייטן אז א מענטש פון איין געגנט קען כמעט נישט פארשטיין איינעם פון די אנדערע געגנט. למשל. א ניו ענגלאנד'ער מיט איינעם פו די דיעפ סאוטה וועללן זיך כמעט נישט קענען פארשטיין...!

וואלווי » מיטוואך מערץ 7, 2018 11:41 pm

· #397029
לכבוד אונזער הויכגעשעצטער ווערטער גורו (אדער לפי שבת: גרעמער נאצי...) ה"ה הרה"ח הישיש ר' @berlbalaguleh שליט"א.

אחדשה"ט באה"ר, באנו להתחנן על נפשנו, אני ועוד ניק חשוב ה"ה דער גאלדענע אדלער הי"ו, המנגחים זא"ז בהלכה כדרכה של תורה בפי' המילה "בילי" בלע"ז, זה אומר שהוא כלי קטן שהי' מונח אצל כרעי המיטה באמצע הלילה במדינותנו במזרח אירופא מוכן לאותו דבר שאין מכניסין במקדש מפני הכבוד, וזה אומר שהוא כלי חינוך לקטנים דהיינו כלי שרת לקבל מקטנים שיירי מנחות ולחנכם עי"ז למצוות ומעשים. והסכמנו בינינו בתיבת אישי להצטרף מע"כ אלינו בזבל"א, וילמדנו רבנו וינחינו ע"ד אמת, והכל על מקומו יבא בשלום.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 1:34 am

· #397046
שלום רב להאי גברא רבא (ראבעה/ראביי) בעהמחב"ס שו"ת זאב יטרף...שורש המילה..."בילי"...זה בשפה ההונגרית. וזה בין לגדולים ובין לקטנים. תרתי משמע...! אצל הגדולים זה היה מונח אצל כרעי המיטה לצורך שימוש באמצע הלילה. כמו שכתוב במגילת אסתר..."בערב היא באה, ובבוקר היא שבה". מפני ש'הבתי כיסאות שבימיהם (שירותים, בלשון השפה הטמאה, רח"ל מהאי דעתא.), היו נמצאות בשדות. ומפני המזיקין...!

וזה מנהג ותיק.במיוחד אצל יוצאי מדינת הונגרי' כמו טשיללאר. וראפאגאש בארכעס. ו' קאקא'אש קעיק. שצריך להיות בכל בית יהודי. והעניים היו קונים את הכלי הנקרא.."בילי"...מכלי מתכות עם כיסוי הנקרא ..."גלאזור"...וכתוצאה מכך נולדה שאלה בענייני הלכה. האם צריך לקנות כלי חדשה ל'פסח.(זה היה עוד בימי קדם. לפני הולדת האי חברייא קדישא של מזכי הרבים..."נר מצוה"... או אפשר להגעיל אותה (תרתי משמע) ברותחין. ודיו. (פי' מספיק. בשפה הטמאה רח"ל.). ובבתי עשירי עמנו הע"י, השתמשו בכלי זכוכית. ואז נעלמה השאלה לגבי שימוש בחג הפסח...ואם היה המפעל החשוב שנקרא בימינו בשם ..."בינגא"... אני בטוח שאנשי שלומי עמנו היו עוד משתמשים בכלי היקר הזה. כי הם בטח היו מוכרים אותה במחיר השוה לכל נפש (וגוף)...!

ואני גם שולח בזה דרישת שלום להאי נשר הגדול..."תור הזהב"...הנקרא בלשון אידיש-דייטש.."דער גאלדענער אדלער"... כי זה שלשים יום אשר לא נקראתי לבוא אל המלך. ואני מתגעגע להשיעורים ב'לעזי חומש ורש"י שלמדנו ביחד בגירסא דינקותא...!

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 1:41 am

· #397051
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
ייש"כ ר' בערל פארן אויסקלארן. אינטערעסאנט אז אין אזעלעכע שפעטע נאכט שעות און די קאפ מיט די האנט ארבייט פיין ב"ה. אדער אפשר גאר איז שוין ביי אייך דער פרי מארגן.
בלאט: 1 2 3 4 5 6