☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס

הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס

76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10160
בלאט: 1 2

ליפא » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 1:08 pm

· #321856
הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
אפגעטיילט

AUD-20160217-WA0172.aac
📎 AUD-20160217-WA0172.aac

ליפא » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 1:12 pm

· #321857
AUD-20160217-WA0046.aac
📎 AUD-20160217-WA0046.aac

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 1:15 pm

· #321858
ווער איז די בעל דרשן און צו וועם?

ליפא » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 1:15 pm

· #321859
AUD-20160217-WA0166.mp3
📎 AUD-20160217-WA0166.mp3

ליפא » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 1:16 pm

· #321860
רויטע וואנצעס
ווער איז די בעל דרשן און צו וועם?

הלל וויינבערגער רח"ל
מ'זאגט אז אין סאטמאר מתיבתא קווינס

פליקער » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 2:08 pm

· #321863
דעיס האט פאסירט זינט @ליפא האט פארלאזט סאכדעס..

לית דין בר נש » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 3:50 pm

· #321873
וואס איז דא צווישן די פיס? יעדע איינער האט דאס? אדער נאר סאטמאר?

שלום על ישראל » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 4:07 pm

· #321879
ליפא
AUD-20160217-WA0166.mp3

@ליפא, דו ביזט מיר שולדיג א נייע קיבארד! (אויך מיינע אונטערוועש האט געליטן מינימאלע שאדן...)

שלום על ישראל » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:02 pm

· #321898
[ציטאט אראפגענומען]

זאג נאר שלום, הערן ר' הלל מילעך-קעסטעל איז ביי דיר ווי "קורא רחב רחב?..."[/quote]
כ'ווייס נישט וואס "קורא רחב רחב" מיינט, אבער כ'זאג נאר אז מיין קודשי קדשים האט... נעווער מיינד. כ'האב שוין געזאגט צופיהל.

ליפא » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:33 pm

· #321904
א בחור געכאפט געווארן אריין שמוגלען דראגס אין זיינע תחתונים אין ישיבה, האט ערקלערט פארן משגיח אז דאס איז קטורת אין קדשי קדשים...
Cp

קאצקע ציקער » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 9:54 pm

· #321943
ר' הלל האט פארגעסן אז ער איז אין דעם סמארט פאן עפאכע ער איז יעצט צו שאנד און צו שפאט

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 21, 2016 11:44 am

· #322149
ס'האט איינער נאכגעקוקט זיין משנה ברורה? לא מיניה ולא מקצתיה, אויב עפעס שטייט פארקערט.
דאס האט ער אויך נישט געקענט טוהן ריכטיג!

קל וחומר » זונטאג פעברואר 21, 2016 1:06 pm

· #322155
Re: הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
יעצט געכאפט א בחור אין קווינס מיט זיין קודש קדשים אין א צווייטע בחור'ס עזרת נשים וד"ל
C/P

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

קרעקער » זונטאג פעברואר 21, 2016 1:29 pm

· #322159
מהאט אייביג געזאגט אזאנע דרשות אין חדר און אין ישיבה אין סאטמאר, און אפילי אסאך ערגער ווי דע דרשה,
היינט איז א אכשר דרא מיט סמארט פאונס וואס קענען אויכ אפכאפען אודיאו

איך ווארט ווען קינדער וועלען אנהייבען אפכאפען אויף ווידיא ווי מלמדים רייסען אן קינדער

ליפא » זונטאג פעברואר 21, 2016 2:53 pm

· #322170
היינט קומט אריין ר' הלל וויינבערגער אין מקוה און ער שרייט דארט צו איינעם וואס שטייט ביי די האנטוכער "ווארף מיר אהער א פרוכת'ל''
Cp

מור וקציעה » זונטאג פעברואר 21, 2016 3:04 pm

· #322171
ליטוואק פון בודאפעסט
ס'האט איינער נאכגעקוקט זיין משנה ברורה? לא מיניה ולא מקצתיה, אויב עפעס שטייט פארקערט.
דאס האט ער אויך נישט געקענט טוהן ריכטיג!

ולא זו בלבד שמצטט היפך ממש''כ המ''ב שם, אף הוסיף מדיליה שאף מי שרק מסתכל במילה שלו חייב מיתה, דבר שאינו אסור מן הדין אלא ממדת חסידות בלבד

שלום על ישראל » זונטאג פעברואר 21, 2016 3:44 pm

· #322174
פארוואס האט מהרז''ל מסאטמאר מקפיד געווען צו פארברענגען די לעצטע 2 וואכן פון שובבי''ם ת''ת אין ''נארט'' מיאמי?

ווייל די חז''ל זאגען, אז ''קדשי קדשים'' שחיטתן ''בצפון''
אויב וויל מען אפשוואכען די תאווה פון ''קדשי קדשים''', איז נאר בצפון, נארט מיאמי.

ויש גורסין ''שטיחתן'' בצפון

שלום על ישראל » זונטאג פעברואר 21, 2016 3:53 pm

· #322175
אל מעלת כבוד ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א מנהל דישיבתינו
מיט א פארבלוטיגטע הארץ טו איך מיך ווענדען צו אייך איבער די שרעקליכע דרשה וואס איר האט געבעטן הרב ר' הלל וויינבערגער שליט"א צו רעדן אין די ישיבה.
איך האב אייך געריפן נעכטן האט איר מיר אראפ געהאקט די טעלעפאן, אז איר ווילט נישט הערן דעת בעלי בתים, און איר האט א דעת תורה און וועט טאן וואס איר ווילט.
אבער וואס זאל מיר אונז עלטערן טאן? מיר דרייען זיך ארום אן א קאפ, צובלוטיגט און צובראכן אויף שטיקער, מיין זין דרייט זיך ארום נאך די דרשה צומישט און דערשראקן, וואס זאלן מיר דעת בעלי בתים זאגן פאר אונזערע קינדער? וואס זאל מיר זיי פרעגן איבער די דרשה? עס כאפט א ציטער ווען מיר טראכטן, וואס ווייסן איצט די בחורים? וואס טראכטן זיי יעצט? וואס טוען מיר דא?
ועל כולם הערן מיר אז זייט די דרשה דרייען זיך בחורים ארום אין די ישיבה מיט די קליפ דערפון, בחורים זיצן גרופעס און הערן עס אויס אינאיינעם, עס איז געווארן א נארמאלע זאך צו רעדן דערוועגן צווישען די בחורים, מיט ליצנות און ניבול פה, הזאת נעמי ווער האט זיך דאס געגלייבט אז אזא חורבן נורא ואיום זאל מען בידים טאן מיט די בחורים.
מיר רעדן שוין נישט פון דעם וואס דער קליפ איז געווארן די וואך אן עובר לסוחר פאר יעדען בחור מקצה העולם ועד סופו.
אזוי פיל מעגן מיר עלטערן די דעת בעל הבתים פרעגן, זייט ווען איז דאס די דעת תורה, אויפצושטעלן א דרשן מסביר זיין ברחל בתך הקטנה דאס ענין, האט סיי ווער אין סיי וועלעכע ישיבה אין די וועלט דאס אמאל געטאן? האט רביה"ק זי"ע דאס אמאל געטאן אין די ישיבה? מען האט אלע דורות געוויסט אז מען רעדט נישט דערוועגן אפען צו בחורים, און אוודאי נישט ברבים, ווי האט איר דאס געלערנט? ווער האט געגעבען דעם היתר דערפאר? איז דאס נישט א פראסטע געמיינע ניבול פה צו רעדן אזוי צו בחורים? וואלט מען נישט אין די גוישע וועלט אזא איינעם וואס רעדט אזוי פאר בחורים געלייגט אין תפיסה? וואס איז אזא דרשה אנדערש ווי אויפצושטעלן אין די ישיבה דעם מנובל נחום ראזענבערג רעדן צו די בחורים?
וואס טוען מיר געוואלד! טאטעס און מאמעס וויינען אויס די קישענעס די לעצטע נעכט, ווייסן נישט וואס צו טאן, זיי קענען נישט צו זיך קומען, און איר לאכט זיך אויס, די אכזריות און רציחה איז עד אין לשער.
מיר פארלאנגען אן אסיפה דחופה מיט אלע עלטערן נאך היינט נאכט, ווי מען זאל מטכס עצה זיין, וואס צו טאן דא ווייטער, און ראטעווען וויפיל מען קען נאך פון דעם חורבן נורא.
א פארווייטאגטע טאטע
C/P

פליקער » זונטאג פעברואר 21, 2016 3:59 pm

· #322176
איך וויל עינק עפעס רעדן עס איז זיכער דא וואס ווייסן אבער איז כדי איבער צי זאגן, ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, בתוך כל אחד ואחד יעדע איד איז א בית המקדש, אלע אברים זענען א חלק פון די בית המקדש, אלעס האט קדושה, אזוי פסקנט די משנה ברורה הלכות יום כיפור, אז עבירות שבין אדם לחבירו אין יום כיפור מכפר.

עס איז דא א חלק ביים גוף וואס האלט א גאר הייליגע זאך דאס איז אינטער די צווויי פיס, ביים אינטישטן חלק פונעם קערפער, דארט האלט איך מיין בערזל, און טאמער דו צי דיין חבר רירט דערצו איז חייב מיתה בידי שמים מען טאר נישט יענעם אויסצאפן, הערט אויף מיט די אלע טמאנע מעטאדן יענעם אויסצירויבן, עס איז נאר א סאטמערע מנהג, יענעם אוועק רויבן זיין געלט, דאס איז עק וועלט, עס האט נאר מיט סאטמער צי טיען, א סאטמערע חומרה, נאר צי טיען מיטן רבין זי"ע, ער האט אויף דעם מרעש עולומות געוועין, אלע האבן געבליטיגט איבער די עבירה, ווי עס שטייט און אלע ראשונים און אין תנא דבי אליהו, עס איז קודש קדשים, מען דארף די עוולה עוקר מן השורש זיין.

פרייוויליג » זונטאג פעברואר 21, 2016 3:59 pm

· #322177
די ליצנות איז, אז מען רעדט דא פון בחורים וואס ווייסן אסאך בעסער פון הלל וו"ב למה כלה נכנסת לחופה. און דער... שטעלט זיך אויף אז ער גייט זאגן א זאך וואס ער ווייסט נישט צי איינער ווייסט שוין פון דעם.. אז וואס? אז די משנה ברורה פסק'נט אז מען איז חייב מיתה!

און נאכדעם קומט ער מיט די מארמארישע אנאלאגיעס פון קודש קדשים What a mess

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 21, 2016 5:19 pm

· #322184
Re: הרה
@פרייוויליג גלייב נישט אזוי שנעל. איך וואלט נישט געווען איבערראשט צו וויסען אז דער דרשן ווייסט נישט וויניגער ווי אלע קווינס און קרית יואל'ער בחורים אינאיינעם. אזעלכע דרשות קומען נישט פון בלויז אומוויסענשאפט.....

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

קאצקע ציקער » זונטאג פעברואר 21, 2016 5:33 pm

· #322185
ליטוואק אויף וועם באציהסטו זיך?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 21, 2016 6:39 pm

· #322197
שלום על ישראל
אל מעלת כבוד ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א מנהל דישיבתינו
מיט א פארבלוטיגטע הארץ טו איך מיך ווענדען צו אייך איבער די שרעקליכע דרשה וואס איר האט געבעטן הרב ר' הלל וויינבערגער שליט"א צו רעדן אין די ישיבה.
איך האב אייך געריפן נעכטן האט איר מיר אראפ געהאקט די טעלעפאן, אז איר ווילט נישט הערן דעת בעלי בתים, און איר האט א דעת תורה און וועט טאן וואס איר ווילט.
אבער וואס זאל מיר אונז עלטערן טאן? מיר דרייען זיך ארום אן א קאפ, צובלוטיגט און צובראכן אויף שטיקער, מיין זין דרייט זיך ארום נאך די דרשה צומישט און דערשראקן, וואס זאלן מיר דעת בעלי בתים זאגן פאר אונזערע קינדער? וואס זאל מיר זיי פרעגן איבער די דרשה? עס כאפט א ציטער ווען מיר טראכטן, וואס ווייסן איצט די בחורים? וואס טראכטן זיי יעצט? וואס טוען מיר דא?
ועל כולם הערן מיר אז זייט די דרשה דרייען זיך בחורים ארום אין די ישיבה מיט די קליפ דערפון, בחורים זיצן גרופעס און הערן עס אויס אינאיינעם, עס איז געווארן א נארמאלע זאך צו רעדן דערוועגן צווישען די בחורים, מיט ליצנות און ניבול פה, הזאת נעמי ווער האט זיך דאס געגלייבט אז אזא חורבן נורא ואיום זאל מען בידים טאן מיט די בחורים.
מיר רעדן שוין נישט פון דעם וואס דער קליפ איז געווארן די וואך אן עובר לסוחר פאר יעדען בחור מקצה העולם ועד סופו.
אזוי פיל מעגן מיר עלטערן די דעת בעל הבתים פרעגן, זייט ווען איז דאס די דעת תורה, אויפצושטעלן א דרשן מסביר זיין ברחל בתך הקטנה דאס ענין, האט סיי ווער אין סיי וועלעכע ישיבה אין די וועלט דאס אמאל געטאן? האט רביה"ק זי"ע דאס אמאל געטאן אין די ישיבה? מען האט אלע דורות געוויסט אז מען רעדט נישט דערוועגן אפען צו בחורים, און אוודאי נישט ברבים, ווי האט איר דאס געלערנט? ווער האט געגעבען דעם היתר דערפאר? איז דאס נישט א פראסטע געמיינע ניבול פה צו רעדן אזוי צו בחורים? וואלט מען נישט אין די גוישע וועלט אזא איינעם וואס רעדט אזוי פאר בחורים געלייגט אין תפיסה? וואס איז אזא דרשה אנדערש ווי אויפצושטעלן אין די ישיבה דעם מנובל נחום ראזענבערג רעדן צו די בחורים?
וואס טוען מיר געוואלד! טאטעס און מאמעס וויינען אויס די קישענעס די לעצטע נעכט, ווייסן נישט וואס צו טאן, זיי קענען נישט צו זיך קומען, און איר לאכט זיך אויס, די אכזריות און רציחה איז עד אין לשער.
מיר פארלאנגען אן אסיפה דחופה מיט אלע עלטערן נאך היינט נאכט, ווי מען זאל מטכס עצה זיין, וואס צו טאן דא ווייטער, און ראטעווען וויפיל מען קען נאך פון דעם חורבן נורא.
א פארווייטאגטע טאטע
C/P


דער מקור איז דא, ווייט פון א באשטעטיגטער פאקט. יגיד עליו ריעו פון דער 'צוויבעל נייעס אגענטור' (קרעדיט @מור וקציעה)

שלום על ישראל » זונטאג פעברואר 21, 2016 6:53 pm

· #322199
ליטוואק פון בודאפעסט
שלום על ישראל
אל מעלת כבוד ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א מנהל דישיבתינו...C/P


דער מקור איז דא, ווייט פון א באשטעטיגטער פאקט. יגיד עליו ריעו פון דער 'צוויבעל נייעס אגענטור' (קרעדיט @מור וקציעה)

די מקור איז נישט דארט, כאטש ער האט דאס אויך ארויפגעלייגט זונטיג. איך האב עס שוין געזעהן פרייטיג אויף טעלעגראם, און דארט איז אויך נישט געווען די מכירה הראשית.

זעה ווי די Everything Jewish טעלעגראם טשעננעל האט עס שוין געהאט פרייטיג:
Untitled.png

פישערער רבי » זונטאג פעברואר 21, 2016 10:29 pm

· #322217
די בחורים האבען עס גענומען זייער ערענסט, אין קענען קוים ווארטן אויף יוה״כ צו קענען אריינגיין לפני ולפנים...

shem-tov » זונטאג פעברואר 21, 2016 10:42 pm

· #322220
וואסערע געמיינע שפראך איז דאס, דארט צווישן די פוס ביים אונטערשטן חלק פון גוף. די לץ אפשר האבן אייך די שווערע ציגארעטן צוגעטרעטן צום קאפ, זאג אות ברית קודש אדער ווי ר' ישעי יעקב שטויבער פלעגט זאגן דארט ווי מען טאר נישט צורירן וואס קומט ער און ער מאכט ליצי ליצנות פון די נושא סאיז באמת א שאנדע

shem-tov » זונטאג פעברואר 21, 2016 10:47 pm

· #322221
קיצור שולחן ערוך סימן קנ"א

סעיף א

 אסור להוציא שכבת זרע לבטלה ועון זה חמור מכל עבירות שבתורה. ואלו שמנאפים ביד ומוציאין זרע לבטלה, לא די להם שאיסור גדול הוא אלא שהעושה זאת הוא בנדוי, ועליהם נאמר ידיכם דמים מלאו וכאלו הורג את הנפש. וראה מה שכתב רש''י בפרשת וישב בער ואונן שמתו בחטא זה. ולפעמים בעונש זה חס ושלום בנים מתים כשהם קטנים, או שיהיו רשעים והוא בא לידי עניות. 


סעיף ב

 אסור לאדם שיקשה את עצמו לדעת או שיביא את עצמו לידי הרהור אשה. ואם בא לו איזה הרהור יסיע את לבו מדברי הבאי לדברי תורה שהיא אילת אהבים ויעלת חן, ואין מחשבת עריות מתגברת אלא בלב פנוי מן החכמה, ויזהר מאד שלא יבא לידי קישוי. לפיכך אסור לאדם לישן על ערפו ופניו למעלה, או לישן ופניו למטה אלא לישן על הצדדין שלא יבוא לידי קישוי ולא יישנו שני רווקים יחד ולא יסתכל בבהמה ועוף כשמזדקקין זכר לנקבה ואסור לרכוב על בהמה בלא אוכף. 


סעיף ג

 כשמשתין אסור לאחוז במילה להשתין, ואם הוא נשוי ואשתו עמו בעיר והיא טהורה, מצד הדין מותר לו, דכיון שיש לו פת בסלו אינו בא לידי הרהור וחימום, אך מידת חסידות להחמיר, ושלא לצורך השתנה גם מצד הדין אסור לו. 


סעיף ד

 בסעודת הלילה לא ירבה באכילה ושתיה, ולא יאכל דברים המחממים את הגוף כגון בשר שמן וכל מאכלי חלב וגבינה וביצים ושום. גם לא ישתה משקה המחמם, כי דברים אלו גורמים לחטא זה. 


סעיף ה

 מי שראה חס ושלום קרי בלילה, כשניער משנתו יטול ידיו ויאמר בשברון לב: רבונו של עולם עשיתי זאת שלא בכוונה, רק בהרהורים רעים ובמחשבות רעות. לכן יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי מחוק ברחמיך הרבים עון זה, ותצילני מהרהורים רעים וכיוצא בזה לעולם ועד אמן כן יהי רצון. 


סעיף ו

 הרוצה לשמור את עצמו מחטא זה ישמור את פיו מניבול פה, משקרים, מרכילות, מלשון הרע ומליצנות, וכן ישמור את אזנו משמוע דברים כאלו, גם יהא זהיר לקיים נדריו ולא ירבה בדאגה. וגם יהא זהיר מהרהורים רעים. וקודם שהולך לישן יעסוק בתורה או יאמר ד' מזמורי תהלים הראשונים ויזהר שלא לישן בחדר יחידי. 


סעיף ז

 תיקונים למי שנכשל בחטא זה כתובים בספר יסוד יוסף אשר ליקט ואסף מספרים קדושים וקדמונים, ואכתוב פה קצת מהם בקיצור. להדר להיות סנדק שימולו ילדים על ברכיו ובפרט להיות סנדק אצל עניים, להרבות בצדקה לעניים, לשמור שבת כהלכתו ולענגו ולהדליק נרות הרבה, לכבוד ולאהוב לומדי תורה, להתפלל בכוונה ובבכי, לבחור במדת הענוה, וכאשר ישמע שמחרפין אותו ישתוק וימחול. כאשר יעשה איזה מצוה יעשה בכח ובזריזות עד שיתחמם בה, ובפרט בעשיית המצות לפסח. לגדל בניו לתלמוד תורה ולהדריכם ביראת שמים. לגדל יתום בתוך ביתו ויתנהג עמו כמו עם בנו. לעסוק במצות הכנסת כלה. לעלות לתורה לכל הפחות פעם אחת בכל חדש ויברך את הברכות בקול. גם יסתכל בתורה ויקרא בלחש עם הקורא. להיות מן העשרה הראשונים בבית הכנסת. לעמוד בחצות לילה לעשות תיקון חצות בבכי. ואם אי אפשר לו לקום בחצות לילה יעשה אחר כך תיקון חצות, לאהוב שלום ולרדוף שלום.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 21, 2016 10:48 pm

· #322222
Re: הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
די הערסט אויף?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 21, 2016 11:26 pm

· #322226
הרני מוכן ומזומן אריינצוכאפן קאלטס און ווארעמס אבער דער אמת דארף געזאגט ווערן.

איך זעה נישט וואס ער האט נישט גוט געזאגט דא. טאמער רעדט מען נישט דערפון און מ'ווייסט נישט די הארבקייט דערפון, פאלט מען דורך. ס'איז א פאקט עיין כאן ובכמה אשכולות ב"מאחורי". נאכדעם האט מען טענות פארוואס מ'לערנט נישט אויס די בחורים איבער די הארבקייט פון די ענינים. נאך מער, ער האט גערעדט צו ישיבה גדולה בחורים און נישט צו קינדער אדער בר מצוה בחורים און איך גלייב נישט אז ס'זענען געווען 5% בחורים וואס זענען געוואר געווארן זאכן וואס זיי האבן נישט געוויסט פון פריער.

ס'איז זיכער פון די ענינים הצרוכים חיזוק און מ'דארף רעדן דערפון. נאר די צושטעל וואס ער האט געמאכט צום משכן איז א גוט געשעפט פאר די וואס האבן חשבון מיט אים און ווילן אים אביסול אויספראקן.

בן אדם » זונטאג פעברואר 21, 2016 11:37 pm

· #322228
מ'דארף טאקע אויסלערנען. אבער אויב דו ווילסט טאקע אויסלערנען איז שוין ישיבה גדולה אביסל צו שפעט. די ריכטיגע זמן איז נאך אין חדר. אין סתם אזוי, דאס איז זוכער נישט די ריכטיגע וועג פון אויסלערנען. ס'איז א האקעלע ענין און מ'שפילט זיך מיט די קינד'ס געפילן. און אפילו אין ישיבה גדולה דארף מען נישט רעדן ווי אזא חיה, דאס קען מער קאליע מאכן ווי מתקן זיין.

טמיר » זונטאג פעברואר 21, 2016 11:56 pm

· #322234
Re: הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
איך בין מיט @שמעון וואלף. נאך מער, איך האלט ער דארף באקומען קרעדיט פארן זאגן אזא דרשה וואס ער האט געוויסט אז עס וועט עם קיין כבוד נישט ברענגען. דאס ווייזט אז ער איז דא לש"ש

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

ליפא » מאנטאג פעברואר 22, 2016 12:00 am

· #322236
ער האט נישט געזאגט אלעס וואס ער האט זיך פארגעשריבן. א בחור האט געטראפן דאס צעטל פון וואו ער האט געדרשנט, איז געשטאנען דארט ''צווישן די פיס, אונטער די בעליבאטען''.
זעט אויס אז ס'נישט געווען אינגאנצן לש''ש
געב מיר א ברעך!

פרייוויליג » מאנטאג פעברואר 22, 2016 12:11 am

· #322238
שמעון וואלף
הרני מוכן ומזומן אריינצוכאפן קאלטס און ווארעמס אבער דער אמת דארף געזאגט ווערן.

איך זעה נישט וואס ער האט נישט גוט געזאגט דא. טאמער רעדט מען נישט דערפון און מ'ווייסט נישט די הארבקייט דערפון, פאלט מען דורך. ס'איז א פאקט עיין כאן ובכמה אשכולות ב"מאחורי". נאכדעם האט מען טענות פארוואס מ'לערנט נישט אויס די בחורים איבער די הארבקייט פון די ענינים. נאך מער, ער האט גערעדט צו ישיבה גדולה בחורים און נישט צו קינדער אדער בר מצוה בחורים און איך גלייב נישט אז ס'זענען געווען 5% בחורים וואס זענען געוואר געווארן זאכן וואס זיי האבן נישט געוויסט פון פריער.

ס'איז זיכער פון די ענינים הצרוכים חיזוק און מ'דארף רעדן דערפון. נאר די צושטעל וואס ער האט געמאכט צום משכן איז א גוט געשעפט פאר די וואס האבן חשבון מיט אים און ווילן אים אביסול אויספראקן.

אויף דעם איז טאקע די גאנצע טימל אויף די חיזוק/חוזק - ער האט געבראדקעסט א דרשה ווי גלייך עס איז די קליינע אויתיות - וואס ער איז נישט זיכער אויב איינער ווייסט דערפון - און נאכדעם איז ערשינען א פסק -נישט קיין סאטמארע- אז די משנה ברורה פסק׳נט אזוי אין סימן וכולהו. איז ער אינגאנצען משוגע געווארן? דאס הייסט חיזוק? דאס הייסט א דרשה? דאס הייסט מוסר?

קיינער לאכט נישט איבער די מוסר, קיינער לאכט נישט איבער די דרשה. מען לאכט וועגן די איגנארענס, די וועג וויאזוי ער האט עס געזאגט. א דרשה וואס וואלט געווען רעלעווענט אין ישיבת חכמי לובלין.

שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 22, 2016 12:15 am

· #322239
בן אדם
מ'דארף טאקע אויסלערנען. אבער אויב דו ווילסט טאקע אויסלערנען איז שוין ישיבה גדולה אביסל צו שפעט. די ריכטיגע זמן איז נאך אין חדר. אין סתם אזוי, דאס איז זוכער נישט די ריכטיגע וועג פון אויסלערנען. ס'איז א האקעלע ענין און מ'שפילט זיך מיט די קינד'ס געפילן. און אפילו אין ישיבה גדולה דארף מען נישט רעדן ווי אזא חיה, דאס קען מער קאליע מאכן ווי מתקן זיין.


ער איז נישט אין טשארטש פון די מוסד. מ'האט אים גערופן האלטן א דרשה לכבוד שובבי"ם וזה הוא.

בן אדם » מאנטאג פעברואר 22, 2016 12:32 am

· #322240
איז דעמאלטס פארוואס רעדט יעדער? די הנהלה האט גוט געטון אז מ'האט פונקט עם גערופן, און ער האט ריכטיג געטון אז ער האט פונקט געגעבן אזא דרשה??

יהושע חיים » מאנטאג פעברואר 22, 2016 12:32 am

· #322241
Re: הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
וואס עס וואלט געדארפט באדערן דער ציבור ברענגט מען כמעט נישט ארויס

ער האט נאכגעזאגט א פסק פון די משנה ברורה וואס שטייט ממש קאפויער!!!

ער איז א פוסק און נאך פון די וועד הכשרות פון די איצא גליק און א שטיקל משנה ברורה קען ער נישט לערנען!!!

אדער איז ער סתם א מגלה פנים בתורה!!! וואס אויף דעם קען איך עהם צוברענגן וואס עס שטייט דערויף!!!

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

יהושע חיים » מאנטאג פעברואר 22, 2016 12:39 am

· #322243
Re: הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
דערציילט מיר איינער, האט ער געברויכט ארויס גיין קטנים היינט, נו, מוז ער דאך עפענען דעם קודש קדשים, האט ער נישט געוויסט וואס צוזאגן קודם צו אתה הראית, צו ״שאו ידיכם קודש״, ער זאגט מיר יעצט פארשטייט ער שוין פשט אונעם ״מה נהדר הי׳ מראה כהן גדול בצאתו״
C\p

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

דעת תורה » מאנטאג פעברואר 22, 2016 1:11 am

· #322245
Re: הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
פרייוויליג וואס מיינט רעאליטיוו?

מענטשאלע » מאנטאג פעברואר 22, 2016 2:16 am

· #322249
יעצט ווייס איך שוין וואו (ווער) איז דער ארון הקודש

שצם_חנכל » מאנטאג פעברואר 22, 2016 6:08 am

· #322253
דעת תורה
פרייוויליג וואס מיינט רעאליטיוו?

אולי צ"ל רעלעוואנט (וכן נמצא בכ"י רומי)

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 22, 2016 6:11 am

· #322254
Re: הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
קודם כל, מאך עס נישט אזוי פשוט אז מ'מוז רעדען פון די זאכען. יא, אין סאטמאר האלט מען אזוי. דער חפץ חיים איז נאך א בר פלוגתא פון סאטמארער רב און פון איהם איז מקובל אז מ'רעדט נישט. נאר א טאטע מיט א קינד, איין מאל אין לעבען.
דער עצה צו דער יצר איז היסח הדעת, נישט אויפמערקזאמקייט.
אבער דער דרשה איז נישט נאר א פארברעך אינ'ם סגנון. פון דער סגנון קומט אויס א פארקערטע תוצאה. פון ליצנות און שמוץ האט מען אריינגעברענגט א גייסט פון פארשווארצען די מויל מיט די סארט ווערטלעך. וואו איז דער חיזוק?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 22, 2016 7:51 am

· #322259
ליטוואק, איך ווייס נישט וועגן די קבלה וואס די האסט פונ'ם חפץ חיים, אבער די חילוק איז אז אמאל פלעגט מען לערנען די הלכות אין קיצור שלחן ערוך צו אפילו אין גמרא, האט מען געוויסט פון וואס זיך צו היטן און די הארבקייט דערפון משא"כ היינט ווען מ'צענזירירט די גאנצע תורה, ברויך מען יא רעדן דערפון

קל וחומר » מאנטאג פעברואר 22, 2016 8:03 am

· #322260
Re: הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
@ליטוואק, כ'וואלט דיר געלייקט פינף מאל פאר דעם תגובה.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 22, 2016 8:05 am

· #322261
Re: הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
איז דער מסקנא אז די הייליגע ווערטער פון די גמרא און פוסקים פאראורזאכען געמיינע דענקונגען אין די יוגענט, אבער די פאסקודנע אויסדרוקען פון א שיף טאשיגע, ברייטע הוט טראגיקע, וואסער (אין ביה"כ) טרעגער זענען גוט אויסצווואשען די הערצער פון די בחורים וואס זענען אנגעפיקעוועט מיט שמוץ וואס האט אריינגעשמוגל'ט פונ'ם גמרא/קיצושו"ע.
אלס שטימט בעז"ה

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 22, 2016 8:40 am

· #322263
Re: הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
קל וחומר
@ליטוואק, כ'וואלט דיר געלייקט פינף מאל פאר דעם תגובה.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

פאר'ן ערשטען חלק צו די צווייטען?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

קל וחומר » מאנטאג פעברואר 22, 2016 8:53 am

· #322264
Re: הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
ביידע

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

שלום על ישראל » מאנטאג פעברואר 22, 2016 8:55 am

· #322265
@שמעון וואלף, דו ברענגסט ארויס א גוטע נקודה (מיט וואס איך בין בדעת בעה״ב העני אינגאנצן מחולק), אבער ס׳איז נישט רעלעוואנט. נישט נאר איז דער סאטמארע בחור אויפגעוואקסן מיט דעם פון אלס יונג קינד און איז ווייט פון אומוויסענד, נאר ס׳איז פארהאן א האקעלערע שפראך וויאזוי מען רעדט איבער דעם, און בכלל וויאזוי מען רעפערענס׳ד דעריבער.

דער קעסטל האט זיך פראסט פארגרעבט בפרהסיה מיט א שפראך וואס ס׳האט געמאכט שטויבער בלאשן. די וועג וויאזוי ער זיך מסביר געווען פון וואס ער רעדט און וואס ער מיינט, מיט אזא פונקטליכע אדרעסס וואס וועיז (waze) שטעלט נישט צו. די ארגומענטן קעגן די חטא הידוע איז נישט געווען קיין זאך מער צום הארץ.

לכאורה האט דאס נישט פאסירט איבערנאכט. די שפראך האט זיך שוין קולטיווירט אין אים פאר א לענגערע צייט. אדרבה, זאלן זיינע קינדער פארציילן וואספארא שפראך ער האט גענוצט ביי זיי. הארדקאור!

סאטמאר האט געזאלט מאכן א קרעדיט-טשעק פארן אראפשטעלן דעם פארשוין בפני בחורי ישראל, און איצו׳ס סקאר הייסט ׳נישט געווען׳.

דעת תורה » מאנטאג פעברואר 22, 2016 9:16 am

· #322266
Re: הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
פיינעלי מצליח געווען צו הערן (די ק"ש אטעטשמענטס האבן זיך עפעס נישט אנגעצינדן ביי מיר) און איך מוז זאגן אז איך זע נישט וואס איז אזוי געפערליך. ער רעדט איין טראפעלע מער אפשר ווי אנדערע רעדן (אנדערע לייגן עס אריין אונטער א קאוד "שמירת עיניים ושמירת המחשבה", 'אבאכט געבן די הענט' א.א.וו.) אבער דעט'ס אבאוט איט.

בקיצור, איך פרוביר אויפצובויען א פראבלעם, מאיזה צד שיהיה, און איך בין נישט מצליח. אדרבה, לאמיר הערן ווער עס קען שיין מסביר זיין דער פראבלעם. חינוך'דיג, אידישליך, מענטשליך. עפעס.

וואס יא, עס קען פילייכט זיין א שאקער פאר מענטשן פון אנדערע קרייזן וואס זענען מער געוואוינט צו 'סוויפן אנדער די ראג' די אישו'ס און אנדערע, אבער ביינונז אין סאטמאר איז עס נישט קיין חידוש ביי קיינעם.

מען קען זיך דינגען וועלכע וועג עס איז בעסער, סברא זאגט אז אווערנעס איז בעסער צו פריווענטן פראבלעמען, ווי נישט רעדן בכלל. לאידך גיסא האלטן די רוסישע (חסידים און מתנגדים צוגלייך) אז ווי ווייניגער מ'רעדט פון דעם וועט דער פראבלעם פשוט אויפהערן. דער נאטור וועט נישט פאדערן זיינס, אמער מ'האט דאך נישט גערעדט דערפון ווי זאל בכלל בייפאלן פאר א מענטש דאס צו טאן.

גאנצל » מאנטאג פעברואר 22, 2016 11:20 am

· #322275
אינזשויבעל אשכול

ספעשל די וואס פלאגן זיך נאך דעס צו פארענטפערן יו זענען זיי זיס

מ'דארף נישט יעדע משוגענע סטעיטמענט פארענטפערן

שלום על ישראל » מאנטאג פעברואר 22, 2016 11:49 am

· #322276
@גאנצל איז גערעכט. וואס איז שייך בכלל צו ענטפערן?
[list]
[*]זיכער (דא) [פארהאן] וואס ווייסן[/*:m]
[*]אפשר איז דא איינער וואס ווייסט נישט[/*:m]
[*]יעדע יוד איז א ביהמ"ק, בפועל ( 😲 ) ובמציאות[/*:m]
[*]דער חלק וואס איז צווישען די פיס[/*:m]
[*]דער אונטערשטע חלק פונעם קערפער[/*:m]
[*]פון צווישען די צוויי פיס (פאר ווער ס'האט נישט אויסגעשאסן די ערשטע מאל)[/*:m][/list:u]
(ע"פ סדרו)

@דעת תורה, זאג מיר וועליכער פון די זאצן דו זעהסט נישט וואס איז אזוי געפערליך. האטסטו שוין אמאל געהערט איינעם גיבן די דזשי. פי. עס. לאקאציע פון די גרוין (groin)?!

איך האב אויסגעלאזט רוב אנדערע דברי דופי זיינע.
בלאט: 1 2