☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5957
בלאט: 1 2 3 4 5 6

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 1:59 am

· #397057
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. אבער דער קאפ און די הענט ארבעטן ב"ה בחסדי השי"ת גאנץ פיין אין די שפעטע נאכט שעות. ווייל דאס איז דאך אן אינטעגראלער חלק פון מיין לעבן. דאס באליבטע קאווע שטיבל. צו ליינען די שאלות און ענטפערן די תשובות פון עמך בני ישראל הקדושים. ה' עליהם יחיו. כה יתן ה' וכה יוסיף. אז מ'זאלל קענען אנגיין ווייטער אויך מיט דעם מנהג טוב.דרך אגב. וואס הערט זיך אין די בלע"ז'ן פון רש"י דעפארטמענט. צי זענען שוין אלע מיסטעריעזע בלע"ז ווערטער פארענטפערט געווארן...?

מיין טאטע, ע"ה פלעגט צו זאגן..."ווען מ'זאלל צאללן פאר דעים, וואלט דאך גאר גוט געווען"...! אשר על כן מוז מען דאך ארויסגיין א ביסל ארבעטן פאר פרנסה. אבער ווען נישט פאר די סיבה, (אדער אפשר וועטציך נאך טרעפן עפעס אן עושר וואס האט איבעריג געלט, און ער וועט אויפשטעללן אן אוניווערזיטעט (על טהרת הקודש, פארשטייצעך) וואלט איך געזיצן און געחקר'ט דעם שורש פון ווערטער אין א סאך שפראכן...!. למשל אידיש. אדער אז ס'איז דא א געמיינזאמער שורש פאר א סאך ווערטער פון הונגאריש און ספאניש...! און אז א גרויסע צאל ווערטער אין די ספאנישע שפראך שטאמען פון לשון הקודש...!

דער אייבישטער האט איינגעטיילט די וועלט אין פארשידענע חלקים. ס'זענען דא מענטשן וועים ס'אינטרעסירט זייער שטארק צו די מעטס האבן אריינגעבאכעט אין די יענקיס. אדער אז די דזשעטס האבן באזיעגט די דזשייענטס. און זיי זענען עוסק אין דעם חקר, יומם ולילה. נאכדעים אז דא אזעלכע ברואים ווי איך. וועלכע האבן זייער שטארק ליעב צו דערגיין דעם שורש פון ווערטער...און שפראכן...!

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 2:26 am

· #397063
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
berlbalaguleh

ר' בערל; זעהט אויס אז כ'האב נישט צו פלייסיג געלערענט לעצטענס מילא האב איך נישט קיין פראבלעמען מיט די בלע"ז'ן פון רש"י הק', אבער עוד חזון למועד אדער ווי די פוילע חברה זאגן "מארגן מארגן נישט היינטע זאגן אלע פוילע לייטע, זאג איך עס גוט נאך? אדער ווי די כולל אינגעלייט זאגן ווען כ'וועל געווינען די לאטערי וועל איך ארויסגיין פון כולל און מיך זעצן לערנען

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 2:31 am

· #397065
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. איך בין מסכים מיט אלעס וואס דו זאגסט. א גוטע נאכט. מ'מוז גיין ליינען קריאת שמע שעל המיטה. א גוטע נאכט...!

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 4:48 am

· #397089
berlbalaguleh
שלום רב להאי גברא רבא (ראבעה/ראביי) בעהמחב"ס שו"ת זאב יטרף...שורש המילה..."בילי"...זה בשפה ההונגרית. וזה בין לגדולים ובין לקטנים. תרתי משמע...! אצל הגדולים זה היה מונח אצל כרעי המיטה לצורך שימוש באמצע הלילה. כמו שכתוב במגילת אסתר..."בערב היא באה, ובבוקר היא שבה". מפני ש'הבתי כיסאות שבימיהם (שירותים, בלשון השפה הטמאה, רח"ל מהאי דעתא.), היו נמצאות בשדות. ומפני המזיקין...!

וזה מנהג ותיק.במיוחד אצל יוצאי מדינת הונגרי' כמו טשיללאר. וראפאגאש בארכעס. ו' קאקא'אש קעיק. שצריך להיות בכל בית יהודי. והעניים היו קונים את הכלי הנקרא.."בילי"...מכלי מתכות עם כיסוי הנקרא ..."גלאזור"...וכתוצאה מכך נולדה שאלה בענייני הלכה. האם צריך לקנות כלי חדשה ל'פסח.(זה היה עוד בימי קדם. לפני הולדת האי חברייא קדישא של מזכי הרבים..."נר מצוה"... או אפשר להגעיל אותה (תרתי משמע) ברותחין. ודיו. (פי' מספיק. בשפה הטמאה רח"ל.). ובבתי עשירי עמנו הע"י, השתמשו בכלי זכוכית. ואז נעלמה השאלה לגבי שימוש בחג הפסח...ואם היה המפעל החשוב שנקרא בימינו בשם ..."בינגא"... אני בטוח שאנשי שלומי עמנו היו עוד משתמשים בכלי היקר הזה. כי הם בטח היו מוכרים אותה במחיר השוה לכל נפש (וגוף)...!

ואני גם שולח בזה דרישת שלום להאי נשר הגדול..."תור הזהב"...הנקרא בלשון אידיש-דייטש.."דער גאלדענער אדלער"... כי זה שלשים יום אשר לא נקראתי לבוא אל המלך. ואני מתגעגע להשיעורים ב'לעזי חומש ורש"י שלמדנו ביחד בגירסא דינקותא...!

לא"ל גמור אויף יעדען דיבור ודיבור.

אבער אונז היימישע יודען ווייסען צו זאגען אז רביה"ק זי"ע (נישט דער פון ק"ש, נאר מרן מ'סאקמיר זי"ע...) וואס אורייתא קא מרחתי ביה האט זיך מוסר נפש געווען אין די פראסטיגע יוראפעישע ווינטער נעכט און איז ארויסגעגאנגען פאר לאנגע שעות אלס נקיות גופו הק' בכל זאת.

דרך אגב, די וועלט זאגט אז מאדז'יאראל איז אנדערש בשורשו פון רוב אנדערע שפרייכן און האט טאקע ווייניג ענליכקייטן צו אנדערע כידוע. דאס ווארע א ריכטיגע אבסערוואציע, ערעב בערעל?

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 1:26 pm

· #397113
וואלווי: קודם א ייש"כ. דאס וואס דו זאגסט וועגן מאד'זשאראל/אונגעריש בלע"ז איז 100% אמת. למשל טשעכיש,רוסיש און פויליש האבן שטארקע ענליכקייטן. ווייל זיי זענען סלאווישע שפראכן בשורשם. או רומעניש האט א סאך ווערטער און ענליכקייטן צו די לאטיינישע שפראכן, ווי ספאניש, איטאליעניש און פראנצויזיש. איך קען נישט רומעניש. אבער איך פארשטיי א סאך ווערטער און סענטענסעס אין רומעניש ווייל זיי זענען ענליך צו ספאנישע ווערטער. נאר ארויסגעזאגט אנדערש. משא"כ אונגאריש. כאטש ס'האט א ווייטע, אומדירעקטע שייכות מיט א סאך ספאנישע ווערטער. אבער דער רוב מנין ורוב בנין פון די שפראך איז נישט באזירט אויף ספאניש. מ'זאגט אז דער שורש פון די שפראך איז ענליך צו פינניש. "אוגרא-פינניק"...! כ'וועיס נישט (אזוי מיין רבי דער העילגער רבי פון סקווירא האט ליעב צו זאגן. (מרגלא בופומי' הקדוש.). ווייל איך העיב נישט אן צו קענען יענע שפראך...!

מדי דברי. אז מ'רעדט שוין. איך בין שטארק ברויגז אויף די גאליציאנער וועלכע פרובירן ארויסצוזאגן אונגערישע ווערטער. ערשטנס. ווי האבן זיי א רעכט...?! צווייטנס. זיי הרגנ'ען אוועק און צו בוטשער'ן די ווערטער. נעם למשל אזא פארהייליגט מאכל ביי אונז אונגערישע אידן (ס'איז דא נאך. למשל קאטשאניא) ווי קאקא-אוש קעיק. און זיי הרגנ'ען עס אינגאנצן אוועק. זיי זאגן עס ארויס (און דער עולם גולם טאנצט זיי נאך.) קאקאש קעיק. וואס ס'מיינט גאר אינגאנצן עפעס אנדערש אויף אונזער הייליגע שפראך. א קאקאש איז א האן. א תרנגול זכר. א ראאסטער א מובחר שבמובחרים פון די בראקל אפשטאם. וואס אונז ערליכע אידן זענען מהדר צו נעמען פאר כפרות...! ס'זענען דא נאך א סאך אנדערע ווערטער וועלכע זענען פון די יסודי הדת. ווי למשל, די אויבנדערמאנטע קאטשאניא. ווי קען זיך אן ערליכער איד פארשטעללן פרייטיג צו נאכטס ביי די שבת'דיגע סעודה אז ס'זאלל נישט זיין קיין קאטשאניא צו די פיש וואס די רעבעצין שתליט"א האט אפגעקאכט....! ס'איז כמעט אזוי הארב ווי ביי מיר שבת קודש זאלל ח"ו הס מלהזכיר זיין אן בראנפן...! מ'קען נאך א סאך מאריך זיין איבער די נושא. אבער איך מוז באלד צוריקלויפן צו מיין באס צו די צאן קדשים...האטס מיר א גוטן טאג און א פרייליכן תמיד...!

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 2:30 pm

· #397116
berlbalaguleh
מ'קען נאך א סאך מאריך זיין איבער די נושא. אבער איך מוז באלד צוריקלויפן צו מיין באס צו די צאן קדשים...האטס מיר א גוטן טאג און א פרייליכן תמיד...!

...!You must be the coolest bus driver around

📎 images (4).jpg

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 7:59 pm

· #397135
וואלווי...! א גרויסן יישר כח. אזוי גרויס ווי דער האדסאן ריווער. טייך בלע"ז...!

Thanks a Million.....! 👍 😃 😂

לבי ובשרי » מאנטאג יולי 1, 2019 8:53 pm

· #432494
די קעניג פין אמעריקע
פארוואס זאגן די ישראלים פלוצים פאר פלוצלינג. אוואו פאר וואו. איא פאר יא.

פארוואס זאגן די ישראלים 'יענע' וואך אנשטאט 'פאריגע' וואך?

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 1, 2019 9:38 pm

· #432501
לבי ובשרי: דאס האט מער צו טון מיט גאליציאניש'קייט ווי מיט איזראעליש'קייט. ס'זעהט אויס אז זייערע רעבעס אין אידיש זענען געווען גאליציאנער. און נישט קיין אונגערישע...!

הקטן » זונטאג מאי 24, 2020 1:11 pm

· #449464
וועלעכער איז בעסער און פארוואס?

הערד-אימיאנעט איז א טעקניקעל טערם, קען זיין אז סאיז דא א קאט-אף נאמבער דאס צי עררייכען, און פראקטיק לויפט דאס אבער און א קאנטיניאעם

דאס איז די געדאנק, מען קען דאס אויסלייגן פארשידענע וועגן

הערד-אימיאנעט איז א טעקניקעל טערם, ס'קען זיין אז סאיז דא א קאט-אף נאמבער דאס צי עררייכען, און פראקטיק לויפט דאס אבעראון א קאנטיניאעם
הערד-אימיאנעט איז א טעקניקעל טערם, ס'קען זיין אז סאיז דא א קאט-אף נאמבער דאס צי עררייכען, אבער און פראקטיק לויפט דאס און א קאנטיניאעם

אווא קימט די אבער
אפשר איז בעסער גאנטץ אנדערשט

מיין ספעלינג איז ווייט פין גוט אבער איין זאך אויף א מאל
מיין ספעלינג איז ווייט פין גוט, איין זאך אויף אמאל אבער

טיכטיגער » פרייטאג יוני 19, 2020 11:36 am

· #452226
כ'גלייב ס'איז שוין אמאל באהאנדעלט געווארן דא, אבער כ'קען עס נישט טרעפן.

ווען שרייבט מען געוויסט און ווען געוואוסט?

berlbalaguleh » זונטאג יוני 21, 2020 2:24 am

· #452291
טיכטיגער: לכאורה איז עס זייער פשוט. ס'ווענדט זיך לויט די הברה. אויב זאגט מען עס ארויס מיט א ליטווישן אקצענט, דאן קומט עס מיט א ווא"ו...אויב זאגט מען עס ארויס מיט א פוילישן, גאליציאנער, אונגערישן, חסידישן, איזראעלישן (נישט טשאלמער) אקצענט שרייבט מען עס מיט א יו"ד...!

מפיל קינד » זונטאג יוני 21, 2020 3:20 am

· #452294
לכאורה שרייבט מען געוואוסט, וויבאלד מ'רעדט פון לשון עבר. אזוי ווי געוואונען, געוואונטשן, וכו' וואס ס'ווענד זיך צווישן עבר און עתיד.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 21, 2020 8:46 am

· #452300
הקטן
וועלעכער איז בעסער און פארוואס?

הערד-אימיאנעט איז א טעקניקעל טערם, קען זיין אז סאיז דא א קאט-אף נאמבער דאס צי עררייכען, און פראקטיק לויפט דאס אבער און א קאנטיניאעם

דאס איז די געדאנק, מען קען דאס אויסלייגן פארשידענע וועגן

הערד-אימיאנעט איז א טעקניקעל טערם, ס'קען זיין אז סאיז דא א קאט-אף נאמבער דאס צי עררייכען, און פראקטיק לויפט דאס אבעראון א קאנטיניאעם
הערד-אימיאנעט איז א טעקניקעל טערם, ס'קען זיין אז סאיז דא א קאט-אף נאמבער דאס צי עררייכען, אבער און פראקטיק לויפט דאס און א קאנטיניאעם

אווא קימט די אבער
אפשר איז בעסער גאנטץ אנדערשט

מיין ספעלינג איז ווייט פין גוט אבער איין זאך אויף א מאל
מיין ספעלינג איז ווייט פין גוט, איין זאך אויף אמאל אבער

הקטן: איבער הערד אימיוניטעט ווייס איך נישט קיין נאמבער. אבער גיי ארויס אויף לי עוועניו אדער 13'טע עוועניו בעפאר א יו"ט וועסטו פונקטליך וויסן וואס הערד אדער שיעפ מענטאליטי מיינט. נאר ביי מיר איז דאס איינס פון די שענסטע מחזות. צו זעהן די טויזנטער, בליעה"ר אידישע צאן קדשים. אלע שפאנען דורך די גאסן בחיפזון. און אלע טוען די זעלבע זאך. פאר סוכות איז עס באקוקן אתרוגים און לולבים. 90 פראצענט ווייסן נעבעך נישט וואס זיי קוקן. נאר זיי זעהען יענער קוקט. קוק איך אויך. און פאר שבועות. א יעדער און ביי א יעדן קארנער פארקויפט מען בלומען.

דיין 2'טע שאלה איז דער ערשטער נוסח ריכטיג...!

הקטן » זונטאג יוני 21, 2020 11:30 am

· #452313
berlbalaguleh
הקטן
וועלעכער איז בעסער און פארוואס?

הערד-אימיאנעט איז א טעקניקעל טערם, קען זיין אז סאיז דא א קאט-אף נאמבער דאס צי עררייכען, און פראקטיק לויפט דאס אבער און א קאנטיניאעם

דאס איז די געדאנק, מען קען דאס אויסלייגן פארשידענע וועגן

הערד-אימיאנעט איז א טעקניקעל טערם, ס'קען זיין אז סאיז דא א קאט-אף נאמבער דאס צי עררייכען, און פראקטיק לויפט דאס אבער און א קאנטיניאעם
הערד-אימיאנעט איז א טעקניקעל טערם, ס'קען זיין אז סאיז דא א קאט-אף נאמבער דאס צי עררייכען, אבער און פראקטיק לויפט דאס און א קאנטיניאעם

אווא קימט די אבער
אפשר איז בעסער גאנטץ אנדערשט

מיין ספעלינג איז ווייט פין גוט אבער איין זאך אויף א מאל
מיין ספעלינג איז ווייט פין גוט, איין זאך אויף אמאל אבער

הקטן: איבער הערד אימיוניטעט ווייס איך נישט קיין נאמבער. אבער גיי ארויס אויף לי עוועניו אדער 13'טע עוועניו בעפאר א יו"ט וועסטו פונקטליך וויסן וואס הערד אדער שיעפ מענטאליטי מיינט. נאר ביי מיר איז דאס איינס פון די שענסטע מחזות. צו זעהן די טויזנטער, בליעה"ר אידישע צאן קדשים. אלע שפאנען דורך די גאסן בחיפזון. און אלע טוען די זעלבע זאך. פאר סוכות איז עס באקוקן אתרוגים און לולבים. 90 פראצענט ווייסן נעבעך נישט וואס זיי קוקן. נאר זיי זעהען יענער קוקט. קוק איך אויך. און פאר שבועות. א יעדער און ביי א יעדן קארנער פארקויפט מען בלומען.

דיין 2'טע שאלה איז דער ערשטער נוסח ריכטיג...!

דו ווילסט איך זאל דאס אננעמען פשוט ווייל אזוי האסטו געזאגט?!? ע"ע שיעפ מענטאליטי
זיי פליז מסביר פארוואס

berlbalaguleh » זונטאג יוני 21, 2020 12:02 pm

· #452319
הקטן: איך ווייס נישט צו וואס דו ביסט דיך מתכוון.די ספעללינג פון ..."שיעפ"... קומט אזוי. ווייל אנישט איז עס..."שיפ"... פון לשון ..."שיפינג". פון סחורה...!

דאס ווארט אימיוניטי קומט אט אזוי (נישט..."אימיאניטי"...!) . ווייל אין אונזער היינטיגן אידיש נוצט מען נישט קיין נקודות. און דאס וואלט געווען א קמ"ץ. בלייבן מיר ביי די ליטווישע הברה...!

הקטן » זונטאג יוני 21, 2020 1:36 pm

· #452336
פיין געזאגט, אבער וואו איז בעסע צי לייגן די "אבער"
און פארוואס - דאס איז מיין ארגינעלע שאלה

(איך פרעג וועגן די סענעטענס אויסלייג און נישט וועגן ספעלינג)

לייבל שטילער » זונטאג יוני 21, 2020 1:41 pm

· #452338
פונקט ווי די ווארט "און" פארשטייסטו אז ס'קומט פארדעם די זעלבע איז מיט "אבער", זיי זענען ביידע conjunction וואס באהעפטן צוויי חלקים פון א Sentence, און ווען מ'באהעפט לייגט מען די גלו אינמיטן , צווישן די צוויי אינדעווידואלע זאכען וואס מ'וויל צוזאם ברענגען, נישט אינדרויסען

טיכטיגער » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2020 12:26 pm

· #462105
פארוואס זענען פארהאן שרייבער וועלכע וואו זיי קענען רוקן זיי אריין נאך א ע'?
למשל: לייענער, געטוען, געבויעט וכו'

דוראק » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2020 7:24 pm

· #462137
טיכטיגער
פארוואס זענען פארהאן שרייבער וועלכע וואו זיי קענען רוקן זיי אריין נאך א ע'?
למשל: לייענער, געטוען, געבויעט וכו'

יעדערער פון די ווערטער האָט אַן אַנדער סיבה.

„לייענען” אַזוי זאָגן עס אַרויס כמה וכמה.

„געטוען” איז אַביסל קאָמפּליצירט. באַ אונז למשל זאָגן מיר קיינמאָל ניט „געטון”, נאָר „געטאָן”. אַזוי אויכעט זאָגן מיר אין דעם אינפיניטיוו „ער וועט טאָן”. נאָר אין לשון רבים זאָגן מיר טאַקע „זיי טוען” (ZEY TUEN אָדער ZEY TUYEN), ממילא ווען מיר הערן ווי באַ אײך קלינגט אַלץ TEEN/GETEEN מיינען עטליכע אַז מ'דאַרף עס שרײבן „געטוען”.

„געבויעט” דוכט זיך קומט פון דער אונגאַרישער הברה, וואו מ'וויל מחלק זײן צווישן צוויי סאָרטן „וי”, אַז מ'זאָל ניט מיינען אַז „געבויט” קלינגט GEBOYT נאָר טאַקע GEBOWET. אין אונזער הברה וועט דער עי״ן טאַקע ניט שטימען ווײלע עס קלינגט בכלל GEBUYT.

ס'דאָ נאָך איין סאָרט „אַרײנשטעקן אַן עי״ן” וואָס איז אַ סך מערער פאַרשפּרייט, דאָס איז דער אַזוי גערופענער „שטומער עי״ן”, ווי למשל „זאָגען” אַנשטאָט „זאָגן” וכו'. אַזוי איז געוועזן דער אַלטער שטייגער פון שרײבן אויף אידיש, וואָס דאָס שטאַמט שוין פון דײטש.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2020 7:28 pm

· #462138
אין די וויליאמסבורגע אקצענט זאגן מען אויך ארויס אן הברה ענליך צו דייטש, "איך וויל דיר זאגאָן".

מפיל קינד » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2020 9:03 pm

· #462143
טיכטיגער
פארוואס זענען פארהאן שרייבער וועלכע וואו זיי קענען רוקן זיי אריין נאך א ע'?
למשל: לייענער, געטוען, געבויעט וכו'

דוראק ענטפערט גאנצע מגילות... די תירוץ איז אזוי.

לייענער און געבויעט איז נישט אפגעפרעגט, ווייל למעשה שרייבט מען 'בויען' און געוויסע שרייבן 'לייענען'. אנדערע שרייבן עס אבער טאקע אנעם ע'.

געטוען איז א פשוט'ע טעות.

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 10:27 am

· #464608
איך באמערק אלץ אז אסאך אונגארישע אידן ווען זיי ווילן זאגן דאס ווארט אדער וועלן זיי זאגן אבער
מיט א בית
ווי צב"ש דו ווילסט יא אבער ניין...
קען מיר איינער מסביר זיין?

טיכטיגער » פרייטאג יוני 11, 2021 11:46 am

· #475421
אויבערשטער אדער אייבערשטער? מ'ניצט ביידע, וועלכע איז ריכטיג?

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 11, 2021 7:19 pm

· #475461
טיכטיגער: ביידע אויסדרוקן זענען ריכטיג...!

ס'איז דא א דריטער (א שטיקל סלענג) אויסדרוק. אדער וועג פון שרייבן...."אייבישטער"...!

דוראק » מוצ"ש יוני 26, 2021 10:25 pm

· #476680
דוכט זיך אַז „אויבערשטער” שטאַמט פון אונזער אויסשפּראַך – דאָס הייסט פון די ליטווישע/רייסישע אידן וואָס אונטערשיידן ניט צווישן אַ חולם מיט אַ צירה. אַזוי ווי דער שורש איז דאָך „אויבן”, וואָס אַלע שרייבן מיר מיט אַ חולם, איז באַ אונז געוואָרן אויבערשטער. עס זיינען דאָ נאָך אַ פולע ווערטער אַזעטיקע, ווי „אויפהויבן”, „גלויבן”, „בוימער” און דאָס גלייכן.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 28, 2021 12:12 am

· #476747
דוראק: דו ביסט גערעכט. אבער דער גאליציאנער/אונגארישער אויסשפראך איז א ביסל אנדערש.

דער ירושלימ'ער (טשאלמער) אויסשפראך איז ווי דער ליטיווישער. מסתמא. ווייל א סאך (א פולע) פון די טשאלמערס שטאמען פון די תלמידי הגר"א וועלכע האבן זיך באזעצט אין ירושלים עיה"ק...!

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג יולי 26, 2021 9:00 pm

· #478370
איינער קען מיך זאגן ווי אזוי מען זאגט דאס ווארט "צוגעפאסט" אין ענגליש ווצב"ש א צוגעפאסטע שידוך?

תוהו ובוהו » מאנטאג יולי 26, 2021 9:02 pm

· #478371
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
שמחהלע קאפשטיק
איינער קען מיך זאגן ווי אזוי מען זאגט דאס ווארט "צוגעפאסט" אין ענגליש ווצב"ש א צוגעפאסטע שידוך?
suitable

סאנטיאגא » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 2:07 pm

· #482604
וויאזוי שרייבט מען דאס ווארט געליפטערט. מיט א י' צו מיט א ו'?
ווען מ'וויל זאגן אז די ניו יארק טיימס האט געליפטערט דעס און דעס...

א זייטיגע זאך. האט איינער א נאמען פון א חסידיש אידישע דיקשינערי ביכל? דערווייל ווייס איך נאר פון אידיש ווערטער אוצר, אבער ס'איז נישט קיין דיקשינערי נאר סינאנימען. גאנץ בייהילפיג, אבער דאך נישט קיין דיקשינערי (כ'ווייס ס'איז דא יידישיסטישע נישט דאס פרעג איך)

פאליטיקאנט » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 8:36 pm

· #482623
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
סאנטיאגא
וויאזוי שרייבט מען דאס ווארט געליפטערט. מיט א י' צו מיט א ו'?
ווען מ'וויל זאגן אז די ניו יארק טיימס האט געליפטערט דעס און דעס...

א זייטיגע זאך. האט איינער א נאמען פון א חסידיש אידישע דיקשינערי ביכל? דערווייל ווייס איך נאר פון אידיש ווערטער אוצר, אבער ס'איז נישט קיין דיקשינערי נאר סינאנימען. גאנץ בייהילפיג, אבער דאך נישט קיין דיקשינערי (כ'ווייס ס'איז דא יידישיסטישע נישט דאס פרעג איך)
ווי איך פארשטיי שטאמט די סלענג פון aired. 'נעטפליקס האט געלופטערט א נייע סעריע אויף חסידים', ממילא שרייבט מען עס מיט א ו' אלס לופט (און נישט אלס אויפהייבן).

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 9:11 pm

· #482625
פאליטיקאנט: ביי דעם דאזיגן ווארט ביסטו גערעכט. (אז די ספעללינג טוישט זיך נישט פונדאמענטאליש.) אבער ס'זענען פארהאן ווערטער וואס דער ..."שם דבר"... הויפט ווארט טוישט זיך ווען מ'רעדט פון א פעולה, א פונקציע וואס איז געטון געווארן.
למשל. דאס ווארט..."רעדאקציע"...ווען מ'זאגט אז אן עדיטאר, א רעדאקטאר האט עפעס ..."רעדאגירט"...! נישט אזוי ווי א טייל מענטשן זאגן אדער שרייבן גרייזיג."רעדאקטירט"...!

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 8:31 am

· #487018
(אן ענטפער צו קהל'ס נער. עט אל.)

אונז גייען אויף די הנחה אז לשון הקודש/עברית איז די אריגינאלע שפראך, פון וואו א סאך אנדערע שפראכן האבן גענומען ווערטער און אויסדרוקן.ספעציעל די אראבישע שפראכ/ן. נישט דעם אנדער'ן וועג. אז אונז (לשה"ק) האט גענומען פון זיי. אפשר איינצלנע סלענג ווערטער. מעגליך אז יא.

א פאר עקזעמפלס: דאס ווארט פאר מדבר ...אין אראביש (על) ג'זירא. גענומען פון פסוק..."אל ארץ גזירה"...!דער אויסדרוק..."סאלאאם אלעיקום,..גענומען פון ..."שלום עליכם"...דאס אראבישע ווארט פאר פרייהייט..."תחריר"...גענומען פון לשה"ק.."שחרור"...! ועוד רבות כהנה
אויך דאס ווארט אין אראביש..."האלאל"...גענומען פון דעם (לשה,ק) ווארט ..."חלל".."..I אונגאריש איז דאס ווארט פאר ..."טויט"...פונקטליך אזוי ס'איז מערקווירדיג אז אפילו אין..."Halal"...!
אין ברוקלין איז דא אן אראבישע גרינצייג דיסטריביוטאר. אויף זייערע טראקס איז אויפגעשריבן..."Jaraq"...distributors...!

נאר ס'איז מערקווירדיג אז אויך אנדערע שפראכן האבן גענומען ווערטער און אויסדרוקן פון לשה"ק. ספאניש, למשל...דאס ווארט ..."מדידה"... (למדוד) פאר מאס/צו מעסטן. הייסט פונקטליך אזוי אין ספאניש..."Medida"...!

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 1:23 pm

· #487056

זייער פיין געזאגט ר' בערל המדקדק.
אבער ריבה האט נישט קיין מקור אין לשה"ק, און אז אין אראביש איז עס מוראבא ע"כ קימט עס פון אראביש, חוץ פאר די וואס האבן א אג'ענדע צי זאגן אז בן יהודה איז געוועין א ע"ה וועלן טאקע גיין מיט מאי ריבה, ריבה מרקחת.

אגב וואס איז עט. על.

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 1:23 pm

· #487057
[

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 1:24 pm

· #487059
.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 4:00 pm

· #487073
קהל'ס נער: לאמיר דיר ענטפערן על ראשון אחרון. ועל אחרון מפטיר. (קרעדיט. בערל בעל עגלה).

אליעזר בן יהודה איז אפשר געווען א שייגעץ. אבער קיין עם הארץ איז ער נישט געווען.ווען איך האב געברענגט דעם טערם ..."ריבה"... פאר דזשעם האביך עס געזאגט בדרך אפשר . ספעקולאציע. ווייל רש"י ברענגט דעם מדרש וואס די אנשי סדום האבן געטון צו דעם מיידל ---ריבה אחת-- וואס האט געגעבן צו עסן פאר א גאסט. וואס איז געווען קעגן די געזעצן פון סדום. האט די סדום'ער קאורט געפסקנ'ט אז איהר שטראף דארף זיין אז מ'זאלל איהר אנשמירן מיט דזשעם. און די בינען וועללן קומען איהר שטעכן (טויזנטער בינען) און אזוי וועט זי שטארבן.

דער טערם ..."עט אל"...איז א ליגל טוירם. דאס מיינט און אלע אנדערע (מענטשן). ס'ווערט אפט גענוצט אין קאנטראקטס אדער קאורט סובפינעס...! (שטאמט פון לאטין)

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 4:12 pm

· #487075
שפראך, בדרך כלל איז א זאך וואס איין פאלק אדער עטנישע גרופ נעמט אויף פון די אנדערע. ספעציעל ווען מ'וואוינט בשכינות פאר הונדערטער יארן. ועוד. די אידישע שפראך אנטהאלט א שטארקן געמיש פון פארשידענע שפראכן. צוליעב פארשטענדליכע סיבות. ווייל דאס אידישע פאלק האט א סאך געוואנדערט. אין פארשידענע תקופות. אין אידיש איז אויסער א סאך לשה"ק ווערטער און דייטש אויך דא א סאך סלאווישע ווערטער. אויך א סאך פראנצויזישע ווערטער האבן זיך אריינבאקומען אין אידיש. אונז זאגן מיר די ווערטער בלא יודעים. די מערסט בארימטע ווארט איז .."טשולנט"...אין פראנצויזיש איז דאס 2 ווערטער..א געקעכטס ואס קאכט זיך שטייט. און ס'איז הייס...Chaud-Lent...! אפילו דאס עכט אונגעריש-אידישע ווארט וואס א סאך אידן יוצאי אונגארן נוצן פאר א שיסל..."לעוואר"...קומט אויך פון פראנצויזיש...Laveur...!
בלאט: 1 2 3 4 5 6