☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5957
בלאט: 1 2 3 4 5 6

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 7:21 pm

· #236781
אפטעמיסט
אפשר פון די ענגלישע ווארט shriek?

ההמממ... האסט ממש ארויסגנבעט די ווערטער די שפיץ פון מיין צונג! 😛
ביים פרעגן פון וואו עס שטאמט, האב איך שוין געהאט געטייפט אויב עס קומט אפשר פון די ענגלישע ווארט Shriek, אבער איך האב עס פארמעקט, ווייל איך האב נישט געוואלט שטיפן צו איין השערה.
GreatMindsThinkAlike# 😛

קען איינער באשטעטיגן צו עס קומט טאקע פון Shriek?

פלאוויוס » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 10:10 pm

· #237299
ספקו עליך כפים כל ע(ו)ברי דרך, שרקו וינעו ראשם על בת ירושלים (איכה ב, ט"ו).

אשרקה להם ואקבצם (זכריה י' ח).

לערנט אייך אויס: די גויים האבן גע'גנב'עט ביי די אידן. נישט פארקערט 🙂

chusid » מוצ"ש דעצעמבער 6, 2014 11:49 pm

· #239130
איז דא עפעס יסודות אין שפראך, למשל פאר די זעלבע געלט וואס beautiful- מיינט שיין און here- מיינט דא. קען ווען זיין פארקערט beautiful-דא, here-שיין? איז דא עפעס יסודות?

מאטי » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 12:24 am

· #239143
ירמיהו יח, טז.
לָשׂוּם אַרְצָם לְשַׁמָּה שרוקת [שְׁרִיקוֹת] עוֹלָם כֹּל עוֹבֵר עָלֶיהָ יִשֹּׁם וְיָנִיד בְּרֹאשׁוֹ

מצודות ציון:
שריקות" - ענין השמעת קול בקבוץ השפתים כשרואים דבר חשוב שנחרב וכן שרקו ויניעו ראשם (איכה ב)

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 5:08 am

· #239168
פלאוויוס
ספקו עליך כפים כל ע(ו)ברי דרך, שרקו וינעו ראשם על בת ירושלים (איכה ב, ט"ו).

אשרקה להם ואקבצם (זכריה י' ח).

לערנט אייך אויס: די גויים האבן גע'גנב'עט ביי די אידן. נישט פארקערט 🙂

אין די מערסטע פעלער. אבער נישט אייביג.
א סאך מאל ברענגט אפילו די גמרא אראפ גריכישע און לאטיינישע ווערטער וועלכע ווערן באנוצט אין די העברעאיש-אראמישע שפראך.
למשל דער ווארט "קניגי" (איך געדענק נישט פונקטליך וואו. דאכציך אין מס' עבודה זרה.) אין קאנטעקסט פון די אויטענטישקייט און באגלייבטקייט פון משה רבינו אין איבערגעבן די תורה פאר די אידן. פרעגט די גמרא, רעטאריש "וכי משה רבינו "קניגי היה?!...
אויף גריכיש הייסט א האנטער. א יעגער פון חיות "קניגי"...דאס מיינט צו זאגן איז ער דען געווען א האנטער, וועלכער פיהרט אן אוואנטוריסטישן לעבן, אז מ'זאלל נישט קענען אננעמען זיינע ווערטער ערנסט.
אזוי אויך אין משניות מס' כלים איז דא א סאך מאל וואס די משנה רופט אן די כלים מיט זייערע אריגינאלע לאטיינישע אדער גריכישע נעמען...!

פלאוויוס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 8:53 pm

· #239752
אודאי אזוי. מ'קען טרעפן נאך הונדערטער אזעלכע ביישפילן. כ'האב נאר געמאכט א ווערטל.

דאך פון גמרא קען מען נישט ברענגען קיין ראיה, ווייל די גמרא לשון איז בכלל נישט קיין לשון-קודש, נאר אן ארמיש-אידישער זשארגאן.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 9:01 pm

· #239760
פלאוויוס
אודאי אזוי. מ'קען טרעפן נאך הונדערטער אזעלכע ביישפילן. כ'האב נאר געמאכט א ווערטל.

דאך פון גמרא קען מען נישט ברענגען קיין ראיה, ווייל די גמרא לשון איז בכלל נישט קיין לשון-קודש, נאר אן ארמיש-אידישער זשארגאן.

אויסער דעם. די גמרא איז געשריבן און רעדאגירט געווארן אין א תקופה ווען די גריכיש-רוימישע קולטור האט געוועלטיגט אין די גוי'אישע וועלט...ממילא איז געווען נאטורליך אז די מענטשן וועלן אדאפטירן טייל ווערטער פון אט די שפראכן...!

ישראל קאפקע » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 7:44 am

· #240096
אלס, אלץ, אלעס, נאכאלץ, אלסדינג.
איך נוץ/שרייב עס אזוי
אלס איז טייטש as, אלס א אידיש רעדנדע,
אלץ איז טייטש אייביג, אדער יעדעס מאל,
אלעס איז פשוט everything.

'אלס' אידיש ליבהאבער איז ער 'אלץ' פארנומען מיט גראמאטיק, און 'אלעס' וואס אנבאלאנגט אידיש.

איז דאס ריכטיג? און וויאזוי שרייבט מען, נאכאלס, אדער נאכאלץ? אלסדינג אדער אלצדינג, לכאורה מיינט אס אלעס-דינג, דא אויף קאווע שטיבל שרייבן רוב אלצדינג, אבער עפעס שטימט עס נישט.

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 7:46 am

· #240098
אלץ קען אויך מיינען אלעס.

ישראל קאפקע » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 7:48 am

· #240099
כוכב
אלץ קען אויך מיינען אלעס.

געב א ביישפיל אין א זאץ.

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 8:02 am

· #240100
איבעראל וואו דו נוצט אלעס קענסטו נוצן אלץ : ער מיינט אלץ איז זיינס וכו'.

ירח בן יומו » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:19 am

· #240122
די ווארט שטערן האט עטליכע באדייטן

#1 מ'קען דאס זען אין הימל (אדער אין חלום-פ' השבוע)

#2 מ'קען שטערן מענטשן

#3 אביסל העכער די נאז, יא, יא, אונטער די של ראש, אביסל אֵראֶפצו, דאס הייסט אויך שטערן

#4 היינט צו טאג קען מען שוין טרעפן שטערן אויף די שעלף פון די צייטינגן

איך מיז דא ענדיגן, איך זעה שוין שטערן פאר די אויגן 😂

אויסגערוט » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:27 am

· #240359
כוכב
איבעראל וואו דו נוצט אלעס קענסטו נוצן אלץ : ער מיינט אלץ איז זיינס וכו'.

דעס איז נישט אויסגעהאלטען גראמאטיש.צ"ל ער מיינט אלעס איז זיינס

יואב » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:05 am

· #240365
אויסגערוט
כוכב
איבעראל וואו דו נוצט אלעס קענסטו נוצן אלץ : ער מיינט אלץ איז זיינס וכו'.

דעס איז נישט אויסגעהאלטען גראמאטיש.צ"ל ער מיינט אלעס איז זיינס

פארוואס איז דאס נישט גראמאטיש אויסגעהאלטן? ווי ווייט איך ווייס קען מען יא אזוי שרייבן.

יואב » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:05 am

· #240386
ישראל קאפקע
איך נוץ/שרייב עס אזוי
אלס איז טייטש as, אלס א אידיש רעדנדע,
אלץ איז טייטש אייביג, אדער יעדעס מאל,
אלעס איז פשוט everything.

'אלס' אידיש ליבהאבער איז ער 'אלץ' פארנומען מיט גראמאטיק, און 'אלעס' וואס אנבאלאנגט אידיש.

איז דאס ריכטיג? און וויאזוי שרייבט מען, נאכאלס, אדער נאכאלץ? אלסדינג אדער אלצדינג, לכאורה מיינט אס אלעס-דינג, דא אויף קאווע שטיבל שרייבן רוב אלצדינג, אבער עפעס שטימט עס נישט.

אלס איז אזוי ווי דו זאגסט – As.

אלץ און אלעס זענען interchangeable, הגם אלץ איז מער פארמאל כנלע"ד. איך מיין אז ס'האט מיט דיאלעקטן, אבער אלץ שיינט צו זיין מער פראפעסינאל. אלץ ווערט פיל מער גענוצט ביי די יידישיסטן; אלעס ווערט מער גענוצט אויף היימיש-אידיש.

אלצדינג מיינט everything. א ווארט וואס אלץ טוט אויך באדייטן און צוגאב צו all. ס'טייטש אלץ איז כולל מער ווי אלצדינג. אלסדינג איז לכאורה גרייזיג.

נאכאלס און נאכאלץ זענען בפשטות צוויי אנדערע ווערטער. ביידע זענען לכאורה צוזאמגעכאפט פון נאך, מיט אלץ אדער אלס. נאכאלץ מיינט פונדעסוועגן, עדיין, וכדו'. נאכאלס וואלט געמיינט "נאכאלס בחור."  למעשה מיין איך אז אנדערש ווי נאכאלץ נוצט מען נישט נאכאלס. כ'האב דאס אבער קיינמאל געזען אין פראפעסינאלע אויסגאבעס.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:18 am

· #240388
אלץ מיינט קודם כל 'אייביג' always.
אלעס מיינט everything.
די שאלה איז אויב אלץ קען מען אויך נוצן אנשטאט אלעס, און ווי עס קוקט אויס איז עס א לעטימער באנוץ פון די ווארט אלץ, אבער בפשטות מיט אלץ 'אייביג', כנלע''ד.

יואב » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:33 am

· #240392
ישראל קאפקע
אלץ מיינט קודם כל 'אייביג' always.
אלעס מיינט everything.
די שאלה איז אויב אלץ קען מען אויך נוצן אנשטאט אלעס, און ווי עס קוקט אויס איז עס א לעטימער באנוץ פון די ווארט אלץ, אבער בפשטות מיט אלץ 'אייביג', כנלע''ד.

אלץ קען טאקע אויך מיינען שטענדיג. אבער אלעס וואס אלעס קען מיינען, איז מעגליך צו ערזעצן מיט אלץ/אלצדינג.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:08 pm

· #240564
יואב
ישראל קאפקע
אלץ מיינט קודם כל 'אייביג' always.
אלעס מיינט everything.
די שאלה איז אויב אלץ קען מען אויך נוצן אנשטאט אלעס, און ווי עס קוקט אויס איז עס א לעטימער באנוץ פון די ווארט אלץ, אבער בפשטות מיט אלץ 'אייביג', כנלע''ד.

אלץ קען טאקע אויך מיינען שטענדיג. אבער אלעס וואס אלעס קען מיינען, איז מעגליך צו ערזעצן מיט אלץ/אלצדינג.

ס'ווענדט זיך אויך אין וועלכע געגנט דער רעד'נער אדער שרייבער האט געוואוינט. אין פוילן/גאליציע האט אלץ/אלצדינג געמיינט די זעלבע זאך. אבער נישט אין בודאפעסט אדער דעברעצין...!

ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:00 pm

· #243422
איך האב זיך לעצטנס אנגעשטויסן עטליכע מאל מיט דאס ווארט 'איטליכן' (אדער איטליכע) באנוצט מיטן זעלבן באדייט ווי עטליכע, אבער מיר ליגט אין קאפ אז איטליכן מיינט יעדן (דער מלמד האט איטליכן געגעבן א גלעט אין פנים) בשעת עטליכע מיינט דווקא נישט יעדן, בין איך גערעכט, אדער מאך איך א טעות?

פלאוויוס » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:07 pm

· #243423
@ישראל: גערעכט.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:10 am

· #243725
ישראל קאפקע
איך האב זיך לעצטנס אנגעשטויסן עטליכע מאל מיט דאס ווארט 'איטליכן' (אדער איטליכע) באנוצט מיטן זעלבן באדייט ווי עטליכע, אבער מיר ליגט אין קאפ אז איטליכן מיינט יעדן (דער מלמד האט איטליכן געגעבן א גלעט אין פנים) בשעת עטליכע מיינט דווקא נישט יעדן, בין איך גערעכט, אדער מאך איך א טעות?

kafka: You are right. The former means "Everyone of the group". All inclusive. While the latter designates the Exclusive. Some of the group. Not all,

פלאוויוס » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:45 am

· #243768
בערל, דיין הגדרה אויף "איטליכער" איז דאכט זיך נישט פונקטליך. "איטליכער" איז נישט דער זעלבער טייטש ווי "אלע/אלעמען" נאר ס'איז ענדערש דער טייטש פונעם ענגלישן each, און דאס הייסט: "פּער יעדן".

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 9:30 pm

· #243924
פלאוויוס
בערל, דיין הגדרה אויף "איטליכער" איז דאכט זיך נישט פונקטליך. "איטליכער" איז נישט דער זעלבער טייטש ווי "אלע/אלעמען" נאר ס'איז ענדערש דער טייטש פונעם ענגלישן each, און דאס הייסט: "פּער יעדן".

אבער די תוצאה איז "פאר א יעדן". דאס הייסט ביי מיר "אינקלוסיוו"...! I don't see the difference. It's probably because I'm unintelligent...(Dumb...!)...

ונבנתה העיר » מאנטאג מאי 11, 2015 12:09 pm

· #274016
לעצטענס האביך באמערקט עטליכע שרייבער שרייבן 'ער האט שיער נישט' - 'שיער' חסר, איז נישט די ריכטיגע אויסלייג 'שיעור'?

כוכב » מאנטאג מאי 11, 2015 12:21 pm

· #274020
ניין. שיער נישט.
שיעור חזון איש, א שיעור גמרא, אבער "כמעט", קומט "שיער".

ישמעאל הכהן » מאנטאג מאי 11, 2015 12:26 pm

· #274021
דער טעות נעמט זיך פון דעם וואס ס'דא מענטשן וואס האבן עטליכע שיעורים אין טאג, זיי לערנען איינמאל שיער צופרי און איינמאל שיער נאכמיטאג און איינמאל שיער ביינאכט

ונבנתה העיר » מאנטאג מאי 11, 2015 12:42 pm

· #274026
כוכב
ניין. שיער נישט.
שיעור חזון איש, א שיעור גמרא, אבער "כמעט", קומט "שיער".

איז עס א אידישע ווארט?

כ'האב אלץ פארשטאנען 'שיעור נישט', כאילו ס'האט געפעלט די שיעור עס זאל זיין כך וכך.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 11, 2015 1:45 pm

· #274038
.
📎 שיער.jpg

אפטעמיסט » מאנטאג מאי 11, 2015 1:54 pm

· #274041
קיינמאל דאס נישט געוויסט.

ברסלבער » מאנטאג מאי 11, 2015 1:55 pm

· #274042
אין די מעלות/מאמע לשון, איז געווען אמאל א שיעור איבער שיער. ווער ס'קען עס אריינסקענען תע"ב.

כוכב » מאנטאג מאי 11, 2015 2:10 pm

· #274048
שיר איז אן אלטע אידישע ווארט. אלזא שיר און אלזא באלד אין אונזער טאגן שירה וואס באדייט שנעל, אט, שוין, גיך, באלד כמעט.

אפטעמיסט » מאנטאג מאי 11, 2015 2:20 pm

· #274050
געוויסט אדער געוואוסט?

ונבנתה העיר » מאנטאג מאי 11, 2015 2:26 pm

· #274052
געוואוסט.

כוכב » מאנטאג מאי 11, 2015 2:31 pm

· #274054
ס'דא אמאל וואס מ'שרייבט געוויסט, אבער איך בין אליין נישט אזוי באהאוונט אין דעם כלל.

אפטעמיסט » מאנטאג מאי 11, 2015 2:34 pm

· #274055
הייסט געווענליך שרייבט מען יא "געוואוסט"?

אבי כ'האב געמיינט כ'קען ספעלן

אפטעמיסט » מאנטאג מאי 11, 2015 3:07 pm

· #274066
און וואס איז מיט ווינדער צי וואונדער?

ונבנתה העיר » מאנטאג מאי 11, 2015 3:14 pm

· #274072
וואונדער.

כ'מיין אז 'וויסט' איז נאר מלשון תוהו.

ישראל קאפקע » מאנטאג מאי 11, 2015 3:56 pm

· #274083
שיער (כמעט) און שיר (שוין ,שנעל).
אינטערעסאנטע מעגליכקייט, איך האב קיינמאל נישט צוזאם געשטעלט די צוויי ווערטער. איז עס טאקע איין און דעם זעלבן ווארט?

אפטעמיסט » מאנטאג מאי 11, 2015 4:14 pm

· #274093
באלד וועט מען מיר נאך זאגן אז "קינדער" לייגט מען אויס קאונדער...

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 26, 2015 4:43 pm

· #285429
ישראל קאפקע
שיער (כמעט) און שיר (שוין ,שנעל).
אינטערעסאנטע מעגליכקייט, איך האב קיינמאל נישט צוזאם געשטעלט די צוויי ווערטער. איז עס טאקע איין און דעם זעלבן ווארט?

שיר מיינט שוין?

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 26, 2015 4:46 pm

· #285432
יעצט ביי די תפיסה אנטלויפעכטס, איז מיר איינגעפאלן 2 קשיות,

1. פארוואס זאגט מען ער "זיצט" אין תפיסה? ער שטייט דען נישט אדער ליגט? מען גייט אים 'איינזעצן', ער איז 'געזיצן', וכדומה. אייגענטליך אין פסוק שטייט שוין 'יושבי' חושך וצלמות.

2. די פרוי האט באקומען "קאלטע פיס". וואס מיינט דאס? עס קומט פון ענגליש מיינעך (שי גאט קאלד פיט), איך פארשטיי אז מען מיינט ארויסצוברענגען אז די ווארעמקייט צו א זאך האט אויסגעוועפט, אבער פארוואס פונקט קאלטע פיס?

ישראל קאפקע » פרייטאג יוני 26, 2015 4:48 pm

· #285435
שמעקעדיג
ישראל קאפקע
שיער (כמעט) און שיר (שוין ,שנעל).
אינטערעסאנטע מעגליכקייט, איך האב קיינמאל נישט צוזאם געשטעלט די צוויי ווערטער. איז עס טאקע איין און דעם זעלבן ווארט?

שיר מיינט שוין?

פונעם פיוט 'אלמעכטיגער גאט', אלזא שיר און אלזא באלד.

מאטי » פרייטאג יוני 26, 2015 5:32 pm

· #285447
שווער father in law

שווער swear

שווער heavy difficult

בלייבט מיר איבער צו וויסן אויב "שווער" -- איז דאך שווער א גרויסע קשיא -- איז אויך מלשון difficult אדער ס'איז אן הגדרה בפני עצמה בלויז בלשון שאלה.

רוסישער » זונטאג יוני 28, 2015 10:47 pm

· #285855
פון וואנעט שטאמט די ווארט 'געטשקע'

פרייוויליג » זונטאג יוני 28, 2015 11:27 pm

· #285868
רוסישער
פון וואנעט שטאמט די ווארט 'געטשקע'

מלשון ג-ט.

וכדומה.. » זונטאג יוני 28, 2015 11:27 pm

· #285869
@מאטי איך ווייס נישט אויב difficult - שווער איז געבארגט, אבער שוויגער - שווער איז זיכער געבארגט פון איינע פון די אנדערע, לאמיר זען צו דו קענסט צוטרעפן וועלכע...

ירח בן יומו » זונטאג יוני 28, 2015 11:36 pm

· #285872
אמאל ווען די מחותן האט צוגעזאגט אין ס'איז געקומען די חתונה און ער האט נאך נישט באצאלט,
איז געווארן לעבעדיג,
די מחותן האט געדארפט שווערען, און די חתן האט געברענגט עדים,
און אזוי איז עס געבליבן די שווער איז געבליבן שווער און די עדים איז געבליבן איידעם.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 29, 2015 1:43 am

· #285899
אפטעמיסט
געוויסט אדער געוואוסט?

ס'ווענט זיך פון וואו מ'קומט. אויב מ'קומט ון גאליציע אדער אונגארן, דאמאלץ איז עס "געוויסט". אויב איינער קומט פון די ליטא דאן איז עס "געוואוסט"...!

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 29, 2015 7:19 pm

· #292667
די אויסדרוק: I will (work, sing, etc.) like I have never (worked, sung, etc.) before, מיינט איך וועל זינגען [אזוי גוט] ווי קיינמאהל פריער, אדער איך וועל זינגען ווי כאילו איך האב נאך קיינמאהל געזינגען?

אפטעמיסט » מיטוואך יולי 29, 2015 7:35 pm

· #292670
איך האב פארשטאנען אז ס'מיינט 'אזוי גוט ווי קיינמאל פריער'.
בלאט: 1 2 3 4 5 6